Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון המון עם

ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון המון עם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
102 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 104 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3594
מאנטאג מאי 11, 2020 11:58 pm#448433
איך האב עס שוין געזען.
מיין הכרח איז דער חת"ס וואס איז אזוי מחמיר וועגן שערן די האר געבויט אויף א
זוהר, אויב האט ער אנגענומען ווי די יעב"ץ פארוואס נעמט ער אן דער זוהר וואס
איז בפשטות נגד נגלות הש"ס ער וואלט ווען געדארפט זאגן אז דאס איז פון די
שפעטערדיגע זיופים??
דינסטאג מאי 12, 2020 12:33 am#448438
שוין האסטו געטראפן איין פלאץ ווי דער חת"ס פסק'נט ארויס פון זוהר, וויפיל מאל האט ער גע'פסק'נט פארקערט פונעם זוהר? לויט'ן זוהר איז די ברכה על מצוות תפילין א ברכה לבטלה, לויט'ן זוהר לייגט מען נישט תפילין אום חול המועד, מ'דארף לייגן צוויי פאר תפילין, מ'איז נאר מזמן על הכוס, תפילת הדרך זאגט מער פאר מ'פארט ארויס, די זמני היום רעכנט מען מיט שעות שוות, מ'זאגט אמן נאך געוויסע ברכות, וויפיל פון די זאכן האט דער חת"ס גורס געווען? און דאס איז נאר וואס איך געדענק אויפ'ן מינוט. אויב איז מען מצרף דיין לאגיק מיט'ן דין פון רוב איז עס נאר א ראיה אויף פארקערט.

וואס אנבאלאנגט דעם עצם תשובה דארף מען וואוסן וואס פונקטליך ער זאגט דארט. ס'קען זיין אז זיין עיקר פוינט איז אז ס'איז א מנהג וואס איז יסודתו בהררי קודש, אפגעזעהן צו ס'איז פון ר' שמעון, דער מהרי"ל, דער רמ"ע מפאנו, צו גאר ר' נתן אדלער. אויב איז טאקע זיין גאנצע טענה געבויעט אויף רבי שמעון וועט מען דארפן זאגן אז ס'איז נאר אן אסמכתא, אדער ווי ס'רופט זיך אין ענגליש noble lie (אזא בחינה ווי די חדש אסור מן התורה).