לעיקוואד האט געשריבן:@לעמאן דזשוס
האסט אבער פארגעסן צוציענדיגן דיין היסטאריע, ווי בשם דרך הבעל שם טוב חסידות וקבלה כביכול טוט זיך אפ די שטערקסטער אימפיריאליסטישע הירארכיעשע יידשקייט וואס איז אמאל געווען אין היסטאריע.
אמת און נישט אמת.
פאר'ן בעל שם און אזוי אויך פאר'ן גילוי תורת הקבלה (מיסטיסיזם) איז תורה געשטאנען אין שפיץ פון אלעם, רבנים, יושבים על מדין, און מיט רעכט אפילו. ווייל, שופטים ושטורים תתן לך בכל שעריך איז א קלארע ציווי, יידישקייט עז עי האול האט א גאנג וויזוי דאס דארף א' איבערגעגעבן ווערן, משה קבל תורה מסיני ומסרה, ומסרה, ומסרה. ב' פארטייטשט ווערן, כי יפלא ממך דבר וקמת...שרי אלפים, שרי מאות. ג' און אויסגעפירט ווערן, שופטים ושטורים, רודים בעם, בי"ד מכין ועונשין שלא עפ'י תורה אפילו. און אזוי ארום איז טאקע געוועהן איינגעפירט און מיט רעכט די סדר קבלת והמשכת התורה פאר הונדערטער יארן פון די ריש גלותא'ס ביז די ריזיגע תופסי ישיבה אינעם פולישן מיטלאלטער פון רב האי גאון ביז ר' יעקב פאלאק פון פוילן און אלע ראשונים אינדערצווישן...
אונז קליינע מענטשעלעך איז געוועהן א אנדערע מעשה, עס פאדערט באמת א גרויסע אריכות און טיפע פארש ארבעט און קלארע עסיי, און איך בין נישט אויסן דא דערצו, נאר אויף'ן שפיץ לעפל. אין די צייטן פון אונזערע הייליגע תנאים טרעפן מיר גאר פשוטע מענטשן לערנענדיג אין ישיבות פון סורא, פומפדיתא און נהרדעא, פעלד ארבייטער (לא תתחזי ביומי ניסן) און אבריכים נאך די חתונה (ישא אשה ואחר כך) אזוי ארום זענען אויסגעוואקסן פון די בני עניים און בני עמי הארצים (עי' סנהדרין) ריזיגע מעכטיגע רביים ווי ר' אליעזר בן הורקנוס און ר' עקיבא (דזשאסט טו נעים טו) אזוינע גרויסע ווי ר' מאיר (מגרים) און שמעי' ואבטליון...עס איז געוועהן א שטארקע אנזעהניש פון פשוטע נגרים און סנדלרים (ר' יוחנן הסנדלר, ר' יצחק נפחא) וואס האבן זיך דערשטיגן צו זיין די לייבן און ריזן פון די תלמוד בבלי וואס האבן געלערנט תורה מיט כלל ישראל, עס האט געהערשט א שטימונג פון 'ממזר תלמיד חכם קודם לכהן גדול עם הארץ...אין פשוטן זין פון ווארט! אבער, בהשך הזמן און איך שפרונג א צענדליגע הונדערט יאר איז געווארן א שטארקע פער צווישן די רבנישע רייען און די המון עם, די פשוטע יודן פון פאלק האבן זיך געטראפן ביים פעלד און ביים ברוינפן ברענען, ביים בייטש אויפן פערד רוקן און מיט די צוויי טעפלעך וואסער אויפן צובראכענעם רוקן ביין ליידיג און פוסט, אן קיין גואל, אן קיין דורש ומבקש, מען האט זיי איגנארירט און באליידיגט זיי זענען געבליבן פשוטע דזשעניטארן פאר די הויכעראנגיקע...עמי הארצים, פראסטע יידן, אנאלפאבאטיקער אן קיין ציהל און חשבון וויזוי זיך ארויסצודראפן פון זייער נידריגע לאגע...
איז געקומען די טיפערע מיסטיסיזם, שטארק האט זיך עס צושפרייט טאקע מיט'ן אר'י החי, און האבן אנגעהויבן פרעדיגן און צושפרייטן א קול יובל...אויסגערופן און געשאלט פרייהייט פאר די פארקנעכטעוועטע..פארשטייט זיך אז די גדולי תורה האבן רעוואלטירט מחמת כמה סיבות שונות מהם יידישקייט סיבות ווי מורה האבן פאר נייע זאכן, און אויסגעלאזט ביי סאציאלע סיבות אז זיי גייען פארלירן די אויבערהאנט (ח'ו די אמתע גדולי עולם, אבער די ראשי קהלה און פון גאווה באשטינקענע בעלי בתים) מען טרעפט די שרעקליכע חרמות און רדיפות וואס דער הייליגער רמח"ל האט געליטן, ער מיט זיין חבריא מען האט פארברענט זיינע ספרים, אים גע'אסר'ט פארצולערנען שיעורי תורה. וכולי והדברים עתיקים וארוכים.
אבער, די רעוולוציע ווי מיר קענען עס האט געמאכט נישט קיין אנדערער ווי דער הייליגער בעש"ט וואס מיט זיין הייליגער לעכטיגע כאראקטער האט ער צוביסלעך צוביסלעך געמאכט זיין וועג אריין אין כלל ישראל און איינגענומען שטעט און לענדער מיט א אבנארמאלע גאלאפ וואס דער הייליגער גר"א און חכמי בראד האבן בשום אופן נישט געקענט אפשטעלן, קיינע חרמות האבן נישט געהאלפן און קיינע מסירות האבן זיי נישט פארטיליגט, און אזוי ארום האבן זיי באפרייט דאס יידישע ייד, דער וואסער טרעגער און די פערד טרייבער, די סוחר פון דאנציג און דער דאקטאר פון פאריז אלע אלע האבן זיי געראטעוועט פון אונטערגאנג און אזוי ארום געהויבן דעם גאנצן אידישן פאלק כל אשר רוח חיים האבן געלעבט און געטאנצט, נישט אומזיסט האט מען זיי גערופן די פרייליכע, די חסידים האבן געפרעדיגט אז אהבת השם גייט סינאנים מיט אהבת ישראל, אזוינע ר' לייב שרה'ס מיט ר' משה לייב סאסובער'ס, אזוינע ר' לוי יצחק פון בארדיטשעב'ס האט חסידות ארויסגעגעבן, חסידות האט ארויסגעגעבן ר' צדוק'ס מיט ר' בונם'ס אלעס מיט איין ציל צו האלטן די קליינע מענטשעלעך ביי זייערע נשמות, אויפגעוויזן יעדן'ס אייגענארטיגע יחידות, יעדנ'ס אינדיווידואלע שטאנד און וויכטיגקייט, אין חסידות האט מען א קרעכץ געלויבט און א פלפול פון א שטיינערנע הארץ אפגעלאכט, א לייטער צו הירארכיע האט מען צובראכן און איר גענוצט ארויפצושלעפן פון גריב די צובראכענע און אומעטיגע...עד כאן בקוצר, דברים הטעונים אריכות גדול ונורא.
איצט, לאחר זמן זמנים האט זיך געשטעלט פארשידענע שפאלטענס אינערהאלב די נייע שיטה און דרך וואס האבן נאטורליך באדראעט דעם גאנצן יקום פון דאס נייע מהלך. אויסצורעכענען בלויז אפאר קען מען רעכענען תורת ברסלב וואס איז געוועהן ראדיקאל לינק (עפ"ל) תורת פרשיסחא, תורת איזביצא, און תורת ריזין און נאך פארשידענע גרופעס פון חסידות וואס האבן אלס אנגענומען פארשידענע פארמען, אזוי ארום האט זיך ווייטער געפאדערט צו באנייען און צוריקצושטעלן פארשידענע יסודות און דאס איז געקומען אמאל אין פארעם פון א צאנזער רב, אמאל אין פארעם פון א קוברינער און אמאל אין פארעם פון א חידושי הרים מיט א מהרש"ב...און אמאל אפילו אין גאר דראסטישן פארעם פון א סאטמאר רב האבנדיג א פראבלעם מיט ציונות...
האט זיך דערפאר ווייטער אויסגעמישט די רבנים און רביים, און איז געווארן זייער שטארק פארקניפט איינס אינעם צווייטן, ביז עס איז פארוואנדעלעט געווארן צו דאס וואס מיר האבן געקענט פאר ביז צעהן יאר צוריק..
האט אבער חסידות געשטעלט אזוינע טיפע יסודות בחיי העם היהודי, אז עס פארזיכערט אלס כסדר'דיגע רעוולוציעס, און מיר אלע זענען עדות דערויף, און ידידינו מאראנצןזאפט וועט אייך דאס קלאר מעיד זיין אין זיין משפיע אשכול אז; עס בלאזן נייע ווינטן פון חסידות און מיסטיקא, און עס זאגט אן אויף א שנעלע גאולה...עס יאווען זיך משפיעים אין אלע עקן פון וועלט אנגעהויבן פון מארגענשטערן און בידערמאן נישט געענדיגט ביי הרב זילבערבערג און זילבער און קלוגער וואס האבן פשוטע עלטערן, הרב מאטל זילבער האט לכאורה קיין איין זיידע וואס שטאמט פון קיין איינע פון די תלמידי בעל שם און אזוי אויך געוויס הרב קלוגער. הרב אייזענבערגער שטאמט לכאורה אויך נישט פון ר' אייזיקל קאמארנער און אזוי ווייטער און ווייטער...זיי רייסן שטיקער פון די אימפעריאליסטישע חסידות'ן און זיי וואקסן ווי אויף הייבן, קול דודי הנה זה בא.
און אויף דעם פייערן מיר לג בעומר אין חצר מערת רשב"י און נישט אינדרויסן ביי תולדות אהרעלע און אברהם יצחק!!!
ואמרתם כה לחי, רבי שמעון בר יוחאי...