Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון המון עם

ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון המון עם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
102 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 104 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3594
זונטאג אפריל 28, 2013 3:57 pm#109414
@ממרום, ביזט פשוט אומגערעכט...

כאטש אין די צייטן פארן זוהר און אפילו אין די ערשטע פאר הונדערט יאר נאך איר התגלות איז געוועהן תורת הנסתר א עקסקלוסיווע באהאלטענע לערנונג, איז אבער שוין לאנג לאנג לאנג יענע צייטן א פארגאנגענהייט אזש גיב א קוק אין חידושי מהרצ״א פונעם הייליגן בני יששכר ווי ער זאגט קלאר אז בימינו אלה איז הפך תורת הנסתר לנגלה...און טאקע דורך די הייליגע לעכטיגע יידן ווי דער בעל שם ותלמידיו וואס אזוינע ׳פארגינערס׳ ווי זיי איז פאר דעם נישט באשאפן געווארן און כדברי ר׳ מענדלע וויטעפסקער ׳אחד היה הבעל שם, לפניו לא היה כמוהו׳...

מען דערציילט אלעס. כל הרוצה לבא ליטול את השם יבא ויטול...אוודאי דארף מען זייער גרויס זהירות ווי דער הייליגער ׳קלמישל פון קראקא׳ ווארנט שוין אין זיין ווערק ׳מאור ושמש אויף פרשת אמור אז פאר די לימוד הקבלה ברויך מען שטארקע טהרה און זאגט דארט אז די שבתאים זענען דערפאר אראפגעפאלן אין טיפן גרוב ווייל זיי האבן עוסק געוועהן בכבשונו של עולם שלא בטהרה.

און אגב, וויט אלל דו רעספעקט מישסטו אויס צוויי נושאים וואס איינס שטיצט זיך טאקע פונעם צווייטן אבער דאך מוז עס נישט זיין פארבינדן פון אלע אספעקטן. איינס איז די עצם גילוי ווי אלעס איז ווערט און טייער מיט א קלארע ציל און תכלית פונעם נמלה ביז משה רבינו...און צווייטנס איז דער לימוד הקבלה וואס ערקלערט פונקטליך פארוואס דאס איז אזוי און וויזוי עס שטימען אין פאקט אז דער רשע האט א צוועק פונקט ווי דער צדיק גמור און אז די פרצופין און עשר ספירות גייען בעיגול וביושר און דערפאר פאלט אלעס אין פלאץ הפלא׳דיג אבער דאס מוז נישט ווערן אפגעלערנט דורך יעדן וואס ליידט אויף קוצר משיג סינדראם.

און יא. איך גלייך צו וויינען און לאכען זינגען און שפרינגען עס איז אין מיין קערפערליכע געבוי די נויטווענדיקייט צו די אלע געשמאקע זאכן און אז איך האב פארוואס צו לאכן און שפרינגען פריי איך מיך נאכמער...
זונטאג אפריל 28, 2013 3:58 pm#109416
למה?
זונטאג אפריל 28, 2013 4:34 pm#109432
לעיקוואד האט געשריבן:@ר' לעמאן
האסט מיר אבער נישט גענטפערט אויף מיין צוייטער שאלה, וז"ל "אבער בעיקר, וואס האסטו דארט עפעס געשריבען "אויסצורעכענען בלויז אפאר קען מען רעכענען תורת ברסלב וואס איז געוועהן ראדיקאל לינק (עפ"ל) תורת פרשיסחא, תורת איזביצא, און תורת ריזין און נאך פארשידענע גרופעס פון חסידות וואס האבן אלס אנגענומען פארשידענע פארמען" קענסט מסביר זיין אפשר וואס דו ווילסט דא?"


קענסט קלארער פרעגן? איך בין נישט קלאר וואס פונקט דו פארשטייסט נישט.
זונטאג אפריל 28, 2013 4:40 pm#109437
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא זאגען, אז ברסלב איז ראדיקאל לינק? ווער איז עפ"ל? און וואס האסטו קעגן די אלע וועגן וואס דו האסט דערמאנט?
זונטאג אפריל 28, 2013 4:40 pm#109438
אפשר איז איינער מנדב זיין צייט און שרייבט א גרונטליכע תמצית און אנאליז בענין די ספר הזהר און איהר אלע חלקים, אלע שיטות און חקירות,ס׳איז דאך שוין געשריבען געווארען הונדרטע ספרים אויף דעם.
מיין מסקנה פון וואס איך האב צאמגעליינט.
סהאט זעכיר נישט די קראנטהייט פון משניות און גמרא וואס האבען געהאט א חתימת המשנה והתלמיד דאס איז לכאורה כו״ע מודי ,ס׳איז פארשידענע קונטרסים פון אזוי גערופענע ברייתות וואס זענען געשריבען געווארען דורך פארשידענע תלמידי ר׳ שמעון ,און פארשטייט זיך פון די געוואלגערנישט פון אלע יארען איז אריינגעפאלען געוויסע אומפארלעסליכע שטיקלעך.
למעשה זעעט מען אז הגם לכתחילה איז געווען פקפוקים צווישען פארשידענע גדולים און די זמן וואס ס׳איז נתגלה געווארען,זעעט מען אבער אז אביסעל שפעטער האבען גאנץ כלל ישראל אנגענומען בבחינת בני נביאים אז ס׳איז פון ר׳ שמעון ובראשם הארי החי
די גערעדעכטץ האט זיך צוריק אנגעפאנגען בא די משכילים.וואס די גרעסטע שטער און דארען און זייער אויגען איז געווען פנימיות התורה,וואס דאס קען מען נישט אויסרייסען מיט אביסעלע סייאנטיפשע חשבונות,זיי ובראשם גרץ האבען געפירט א שטארקע קאמף צו אוועקרייסען יודען פון ספר הזוהר.
פון דעמאלס האט עס אוכט אויסגעוועפט און ווערט יעצט צוריק אויפגעברענגט דורך די פרישע כת משכילים מוויליאמסבורג.
דאס איז מיין קיצור שבקיצורדיגע אנאליז איך וואלט ווען געוואלט שרייבען מער באריכות ווען איך האב וועין אפאר מעלאנעס און באנק.
זונטאג אפריל 28, 2013 4:44 pm#109443
לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא זאגען, אז ברסלב איז ראדיקאל לינק? ווער איז עפ"ל? און וואס האסטו קעגן די אלע וועגן וואס דו האסט דערמאנט?


אה,

אנטשולדיגט, איך פערזענליך האב זולטש קעגן די אלע מהלכים אבער עס זענען געוועהן גרויסע לייטן וואס זענען געוועהן קעגן. ברסלב האט מעולם געהאט פארביסענע קעגנער. און די ריזינע דינאסטיע רביים האבן אויך נוחל געוועהן נישט ווייניג רדיפות פון גרויסע לייטן וואס האבן געהאט דערקעגן...
זונטאג אפריל 28, 2013 4:54 pm#109452
מילא, אבער פארוואס רופסטו ברעסלב ראדיקאל לינק?

בענין הזוהר דארף מען מאכען א באזונדערע אשכול.
זונטאג אפריל 28, 2013 5:31 pm#109471
חזקיהו המלך האט געשריבן:

.....
ובסוף ימי רבנן סבוראי תחלת הגאונים, היה איש קדוש אחד, שהיה בו נשמת משה רבינו, שהרי משה מגולגל בכל דור ודור, והוא עסק בספר הזוהר בקדושה ובטהרה, וסידר אותו סדר נאה על פרשיות התורה, ומרוב קדושתו זכה שנתגלה אליו כל החברייא, רשב"י עם חבריו, ונשמות ממתיבתא דרקיעא, ואליהו זצ"ל היה מצוי אצלו בכל שעה, והוא חיבר ספר רעיא מהימנא, וקורא לזוהר "חבורא קדמאה", וגם סידר ספר התקונים, שנתחבר במערה עם ר"א בנו, והוסיף בו כמה דברים מן הזוהר וגם דבריו וחדושיו, ואל תתמה על זה, שהרי מרן האר"י החי היו לו כל אלו המדרגות, ויותר הרבה מזה, ומה תתמה אם היה כמותו בין הגאונים, וספר רעיא מהימנא ותקונים, עמוק עמוק אין מי שישיגנו אלא לאיש אשר רוח אלהים בו, כמו למרן האר"י, בכל אות ואות ממש, יש בו רזין סתימים, ורזין פליאין עד אין לשער ולהעריך, ולא נמצא עמקות כמותו בכל ספר הזוהר,

וכל ספר הזוהר היה מצוי בישיבת הגאונים עד רב האי, כמבואר ברמב"ן, והרמב"ן לא זכה לראותו, כמו שכתב הוא בעצמו, ולכן בכמה מקומות כתב הפך דברי הזוהר, והרמב"ם נראה מדבריו בכמה הלכות וענינים שראה אותו בודאי, וכשהישיבות בבבל נתדלדלו הרבה, נתגלה ספר הקדוש הזה לכל העולם ברשות קבה"ו,


.....
ס'פשוט אזוי ווי מיר האבען שוין פריער געברענגט, אז דער זוהר מיט די תיקונים איז מסודר געווארען דורך רעיא מהימנא ערגעץ בימי תחילת הגאונים, אין אלע דיינע קשיות צורינען ווי א זייפען בלאז,
(אין פלוצלינג האסטע שוין א וועג צירוק :lol: ),

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי,


ממש מורא'דיג, א שיינע ראי' לסתור האסטו געברענגט פין קאמארנער.

וואס האט אזוי געדריקט דעם קאמארנער צו זאגען אז עס איז מסודר געווארען בימי הראשונים?

ווען דער קאמארנער זאגט אז די נשמות פין רשב"י און אלע חכמי הזוהר זענען נתגלה געווארען צו אים און אזוי האט ער (ווער איז דער ער?) מסדר געוועהן דער רעיא מהימנא, זאגט דאך דער קאמארנער אליין גענוי אזוי ווי אלע וואס זאגען אז דער רעיא מהימנא איז א נייע זאך, נאר וואס דען?

איין זאך זאגט דער קאמארנער אנדרעש ווי פארשידינע חוקרים גדולים וכו'. דאס איז אז איינשטאט איינגעבען אז עס איז א נייע זאך, און דער ער(?) וואס האט געשריבען דער רעיא מהימנא איז געוועהן א זייפן וואס האט געשריבען זאכען כאילו תנאים ואמוראים האבען עס געשריבען, זאגט דער קאמארנער א תירוץ, אז ער האט געשריבען זאכען כאילו ר' שמעון האט עס געזאגט, ווייל דער ראשון, האט עס געהערט פין ר' שמעון דורך זיין נשמה.

האט דא דער קאמארנער אונז געלאזט הערען א געוואלדיגע זאך, אז דער רעיא מהימנא און דער תיקונים זענען פין די ראשונים.

אצינדערט וועל איך דיך מגלה זיין עפעס וואס די ווייסט נישט. ווייסטו פארוואס דער קאמארנער האט געהאט א הכרח צו זאגען אז עס איז געשריבען געווארען בימי הראשונים?

קוק אריין אין רעי' מהימנא וועסטו זעהן אין איין מינוט. רעי' מהימנא זאגט די סדר המצות, מצוה א' מצוה ב' אזוי ווייטער. אויסרעכענען די מצות על סדר התרי"ג האט זיך אנגעהויבען ביים ספר המצות, און פייטנים וואס די פיוטים זאגט מען שבועות ביי מוסף. דאס איז א זאך וואס דער מושג דערפין האט זיך אנגהויבען הערשט ביי די ראשונים סוף גאונים. ממילא איז מוכרח פאר דעם אליין צו זאגען אז עס איז פין שפעטער. אנדרעש ווי די ספר הזוהר אליין וואס דאס איז געשריבען אויף א וועג וואס די הכרחים זענען נישט אזוי שטארק בולט.

יישר כח יישר כח חזקיה המלך פאר אונז ברענגען א ראי' לדברינו ולשיטתנו פין הייליגען קאמארנער.

זעהט אויס אז דער זייפען בלאז ליגט ביי א צווייטען.
זונטאג אפריל 28, 2013 5:34 pm#109474
לעיקוואד האט געשריבן:מילא, אבער פארוואס רופסטו ברעסלב ראדיקאל לינק?

בענין הזוהר דארף מען מאכען א באזונדערע אשכול.


עס פאדערט אן אריכות און איך האב מורא פון קאלעגע ׳ברסלבר׳ ידידינו.
זונטאג אפריל 28, 2013 5:40 pm#109478
איינגעמיירעט האט געשריבן:אפשר איז איינער מנדב זיין צייט און שרייבט א גרונטליכע תמצית און אנאליז בענין די ספר הזהר און איהר אלע חלקים, אלע שיטות און חקירות,ס׳איז דאך שוין געשריבען געווארען הונדרטע ספרים אויף דעם.
מיין מסקנה פון וואס איך האב צאמגעליינט.
סהאט זעכיר נישט די קראנטהייט פון משניות און גמרא וואס האבען געהאט א חתימת המשנה והתלמיד דאס איז לכאורה כו״ע מודי ,ס׳איז פארשידענע קונטרסים פון אזוי גערופענע ברייתות וואס זענען געשריבען געווארען דורך פארשידענע תלמידי ר׳ שמעון ,און פארשטייט זיך פון די געוואלגערנישט פון אלע יארען איז אריינגעפאלען געוויסע אומפארלעסליכע שטיקלעך.
למעשה זעעט מען אז הגם לכתחילה איז געווען פקפוקים צווישען פארשידענע גדולים און די זמן וואס ס׳איז נתגלה געווארען,זעעט מען אבער אז אביסעל שפעטער האבען גאנץ כלל ישראל אנגענומען בבחינת בני נביאים אז ס׳איז פון ר׳ שמעון ובראשם הארי החי
די גערעדעכטץ האט זיך צוריק אנגעפאנגען בא די משכילים.וואס די גרעסטע שטער און דארען און זייער אויגען איז געווען פנימיות התורה,וואס דאס קען מען נישט אויסרייסען מיט אביסעלע סייאנטיפשע חשבונות,זיי ובראשם גרץ האבען געפירט א שטארקע קאמף צו אוועקרייסען יודען פון ספר הזוהר.
פון דעמאלס האט עס אוכט אויסגעוועפט און ווערט יעצט צוריק אויפגעברענגט דורך די פרישע כת משכילים מוויליאמסבורג.
דאס איז מיין קיצור שבקיצורדיגע אנאליז איך וואלט ווען געוואלט שרייבען מער באריכות ווען איך האב וועין אפאר מעלאנעס און באנק.

דיין מסקנא איז מער איבער ווער האלט וואס און נישט וואס איז וואס, ע"ד המאמר מאת הרבנית רוזוועלט אודות גרעיט מיינדס, מידיאקער מיינדס און סימפל מיינדס.
זונטאג אפריל 28, 2013 5:51 pm#109485
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:מילא, אבער פארוואס רופסטו ברעסלב ראדיקאל לינק?

\.


עס פאדערט אן אריכות און איך האב מורא פון קאלעגע ׳ברסלבר׳ ידידינו.

וואס האסטו מורא? שרייב, ברסלבער וועט דיר אפווענדען, און סוועט זיין פרייליך..
זונטאג אפריל 28, 2013 5:52 pm#109486
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:מילא, אבער פארוואס רופסטו ברעסלב ראדיקאל לינק?

בענין הזוהר דארף מען מאכען א באזונדערע אשכול.


עס פאדערט אן אריכות און איך האב מורא פון קאלעגע ׳ברסלבר׳ ידידינו.


שרעק דיך נישט, ברסלבער פארדייט, כ'האב אים שוין עטליכע מאל גענומען אויפ'ן צימבל, ער איז אן איידל קינד.
אדרבה ער וועט אייך אויסהערן מיט אפענע אויערן, און פרובירן צו ענטפערן כיד ה' הטובה עליו.
שוין די העכסטע צייט צו פארוואנדלען א שמועס איבער ברסלב.
זונטאג אפריל 28, 2013 6:08 pm#109497
יידל האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:אפשר איז איינער מנדב זיין צייט און שרייבט א גרונטליכע תמצית און אנאליז בענין די ספר הזהר און איהר אלע חלקים, אלע שיטות און חקירות,ס׳איז דאך שוין געשריבען געווארען הונדרטע ספרים אויף דעם.
מיין מסקנה פון וואס איך האב צאמגעליינט.
סהאט זעכיר נישט די קראנטהייט פון משניות און גמרא וואס האבען געהאט א חתימת המשנה והתלמיד דאס איז לכאורה כו״ע מודי ,ס׳איז פארשידענע קונטרסים פון אזוי גערופענע ברייתות וואס זענען געשריבען געווארען דורך פארשידענע תלמידי ר׳ שמעון ,און פארשטייט זיך פון די געוואלגערנישט פון אלע יארען איז אריינגעפאלען געוויסע אומפארלעסליכע שטיקלעך.
למעשה זעעט מען אז הגם לכתחילה איז געווען פקפוקים צווישען פארשידענע גדולים און די זמן וואס ס׳איז נתגלה געווארען,זעעט מען אבער אז אביסעל שפעטער האבען גאנץ כלל ישראל אנגענומען בבחינת בני נביאים אז ס׳איז פון ר׳ שמעון ובראשם הארי החי
די גערעדעכטץ האט זיך צוריק אנגעפאנגען בא די משכילים.וואס די גרעסטע שטער און דארען און זייער אויגען איז געווען פנימיות התורה,וואס דאס קען מען נישט אויסרייסען מיט אביסעלע סייאנטיפשע חשבונות,זיי ובראשם גרץ האבען געפירט א שטארקע קאמף צו אוועקרייסען יודען פון ספר הזוהר.
פון דעמאלס האט עס אוכט אויסגעוועפט און ווערט יעצט צוריק אויפגעברענגט דורך די פרישע כת משכילים מוויליאמסבורג.
דאס איז מיין קיצור שבקיצורדיגע אנאליז איך וואלט ווען געוואלט שרייבען מער באריכות ווען איך האב וועין אפאר מעלאנעס און באנק.

דיין מסקנא איז מער איבער ווער האלט וואס און נישט וואס איז וואס, ע"ד המאמר מאת הרבנית רוזוועלט אודות גרעיט מיינדס, מידיאקער מיינדס און סימפל מיינדס.


וואס איז וואס אויף גרונטליך ווייס נישט איך און נישט די,אונז קען מיר אריינקוקען און די ראיות לכאן ולכאן,נאך אלע ראיות האב מיר סך הכל ראיות אבער די מציאות ווייסען מיר נישט.
וואס בלייבט איבער צו חוקר זיין איז פארוואס איז איינער נוטה צו איין זייט און דער אנדערער צום אנדערען זייט וואס זענען די נגיעות און די מאטיווען פון דיע אלע חוקרים.וד״ל כי קיצרתי מאד
זונטאג אפריל 28, 2013 6:10 pm#109498
איחוד פעלד האט געשריבן:איין זאך זאגט דער קאמארנער אנדרעש ווי פארשידינע חוקרים גדולים וכו'. דאס איז אז איינשטאט איינגעבען אז עס איז א נייע זאך, און דער ער(?) וואס האט געשריבען דער רעיא מהימנא איז געוועהן א זייפן וואס האט געשריבען זאכען כאילו תנאים ואמוראים האבען עס געשריבען, זאגט דער קאמארנער א תירוץ, אז ער האט געשריבען זאכען כאילו ר' שמעון האט עס געזאגט, ווייל דער ראשון, האט עס געהערט פין ר' שמעון דורך זיין נשמה.


האסט עס נישט קלאר דורעך געקוקט, ער זאגט אז ס'געווען די כתבים פארדעם נאר רעיא מהינא האט עס מסדר געווען לויט די פרשיות, אין ער האט אויך ציגעלייגט אייגענע חדושים,

האט דא דער קאמארנער אונז געלאזט הערען א געוואלדיגע זאך, אז דער רעיא מהימנא און דער תיקונים זענען פין די ראשונים.

איחוד פעלד האט געשריבן:אצינדערט וועל איך דיך מגלה זיין עפעס וואס די ווייסט נישט. ווייסטו פארוואס דער קאמארנער האט געהאט א הכרח צו זאגען אז עס איז געשריבען געווארען בימי הראשונים?


נאכאמאל האסט עס נישט קלאר דורעך געליינט, ער זאגט אז ס'געווען בתחילת ימי הגאונים, אדער סוף ימי רבנן סבוראי,


איחוד פעלד האט געשריבן:יישר כח יישר כח חזקיה המלך פאר אונז ברענגען א ראי' לדברינו ולשיטתנו פין הייליגען קאמארנער.

זעהט אויס אז דער זייפען בלאז ליגט ביי א צווייטען.


וואס איז די ראיה, דער זוהר אין תיקונים איז ווייטער פין ר' שמעון וחביריו, מיט א פאר הוספות פין רעיא מהימנא, וואס איז די פראבלעם יעצט, דעי אלע קשיות מיינען נישט אז ס'נישט פין ר' שמעון,
זונטאג אפריל 28, 2013 6:14 pm#109502
אייגעמיירעט, דו זאגסט דאך קלאר אז דיינע נגיעות אנצונעמען די דעה אז זוהר איז א חיבור קדום איז וויבאלד "גאנץ כלל ישראל" האט עס אנגענומען "בבחינת בני נביאים". לענ"ד השפלה והבזויה איז דאס נישט קיין ראיה נאר א leap of faith. עס איז מעגליך א לעגעטימע leap of faith, אבער נאך אלץ איז עס נישט ראוי צו ווערן אנגערופן "ראיה" במקום ווי עס זענען דא שטארקע ראיות אז גאנצע שטיקער זענען נישט קדום. עכ"פ די מהלך פון shoot the messenger איז נישט קיין דרך חכמה.
זונטאג אפריל 28, 2013 6:19 pm#109507
חזקיהו המלך: לויט די מהלך אז יעדער שטיקל וואס סדא אויף דעם א קשיא מוז זיין סנישט פון ר' שמעון נאר שפעטער, וויפיל בלעטער בלייבט איבער פון גאנץ זוהר וואס איז פון ר' שמעון אריגענעל? (רמז: ר' משה סופר האט עפעס געזאגט וועגן דעם).
זונטאג אפריל 28, 2013 6:24 pm#109509
אגב, מ'רעדט פון יום פטירת רשב"י, הירשל ציג האט היינט געברענט א ליובאוויטשע ארטיקל וואס טוט לדעתו אויפווייזן סוף פסוק אז רשב"י איז יא נפטר געווארן אין ל"ג לעומר. m http://theantitzemach.blogspot.com/2013 ... -away.html m
זונטאג אפריל 28, 2013 6:25 pm#109511
לעיקוואד האט געשריבן:חזקיהו המלך: לויט די מהלך אז יעדער שטיקל וואס סדא אויף דעם א קשיא מוז זיין סנישט פון ר' שמעון נאר שפעטער, וויפיל בלעטער בלייבט איבער פון גאנץ זוהר וואס איז פון ר' שמעון אריגענעל? .


גענוג אסאך,

אין צווייטענס, נישט אז ס'מוז זיין אז ס'נישט פין ר' שמעון, נאר נישט אלס מוז זיין אז ס'יא, ס'קען זיין אז ס'דא א קשיא אין סדא א אנדערע תירוץ, רוב זוהר איז פין ר' שמעון וחביריו,
זונטאג אפריל 28, 2013 6:33 pm#109514
חזקיהו המלך האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:חזקיהו המלך: לויט די מהלך אז יעדער שטיקל וואס סדא אויף דעם א קשיא מוז זיין סנישט פון ר' שמעון נאר שפעטער, וויפיל בלעטער בלייבט איבער פון גאנץ זוהר וואס איז פון ר' שמעון אריגענעל? .


גענוג אסאך,

אין צווייטענס, נישט אז ס'מוז זיין אז ס'נישט פין ר' שמעון, נאר נישט אלס מוז זיין אז ס'יא, ס'קען זיין אז ס'דא א קשיא אין סדא א אנדערע תירוץ, רוב זוהר איז פין ר' שמעון וחביריו,


זאג איך דיר סוועט בלייבען בערך דרייסיג בלאט פון דער גאנצער ספר. און איך האב א חתם סופר וואס זאגט אזויווי מיר.
זונטאג אפריל 28, 2013 6:46 pm#109517
די קענסט עס מסביר זיין, לויט וויפעל כ'פארשטיי איז נישטא אזוי פיהל קשיות,

אין צווייטענס ווייז מיר דעם חת"ם סופר,
זונטאג אפריל 28, 2013 6:55 pm#109519
יא איך קען זייער גרינג מסביר זיין. כמעט יעדער שטיקל זוהר איז זיך מתייחס צו גמרות און מאמרי חז"ל וואס זענען אסאך שפעטער מימות ר' שמעון, אמאל בפירוש און אמאל ברמיזה, און נוצט מושגים און ווערטער וואס האבען נישט עקזעסטירט בימיו.

דער חת"ס איז בספרו של תלמידו, "מי מנוחות" דאכציך הייסט עס, שמעיד ששמע מפיו שהיה נשאר ספר דק מאד. עי' במאמרו של מרק שפירא בענין זה שמביא כל המקורות.

בכל אופן האלט איך וייטער מדארף א עקסטערע אשכול וועגן דעם.
זונטאג אפריל 28, 2013 7:02 pm#109520
לעיקוואד האט געשריבן:דער חת"ס איז בספרו של תלמידו, "מי מנוחות" דאכציך הייסט עס, שמעיד ששמע מפיו שהיה נשאר ספר דק מאד. עי' במאמרו של מרק שפירא בענין זה שמביא כל המקורות.



קודם האסטע נישט קיין חתם סופר אינווייניג, צווייטענס איז עס געווארען פין דרייסיג בלאט א ספר דק מאד, הייסטעס די האסט אפגעשאצט אז עס מיינט דרייסיג בלאט,
אין נאכדעם הייבסטע אן מיט דאכציך ס'הייסט אזוי אין א אזוי, בקיצור, ביי מיר איז עס נישט גענוג שטארק אז איך זאל גלייבען אז דער חת"ס האט אזוי געזאגט,

מסתם האט ער עס קיינמאל נישט געזאגט..... ס'שטייט אין א ספר אז ער האט געהערט ....... בלא בלא בלא, שוואכע מעשיות
זונטאג אפריל 28, 2013 7:12 pm#109521
יעצט ביסטו אויפגעקומען אז דו ווילסט נישט גלייבען און דו נעמסט זיך טענה'ן מיט מיר אויף דקדוקי עניות. איך האב נישט דער לשון פאר די אויגן וציינתי לך מראה מקום עיין שם ואח"כ תדבר. אם אינך מאמין לתלמידו הנה יש תשובה מפורשת בחת"ס שבו מסכים לדברי היעב"ץ במטפחת ומסביר שהיה מותר למחבר ספר הזוהר לתלות באילן גדול כי היכי דליקבלו מיניה. והכל דברים ידועים לעוסקים בענין אלא שהמנהג לא לדעת מזה ומנהג ישראל תורה הוא.
זונטאג אפריל 28, 2013 7:16 pm#109523
שוין, טרחתי והבאתי לך את הלינק. קודם תקרא את כל המאמר ואח"כ נדבר הלאה
m https://docs.google.com/viewer?a=v&pid= ... 2&hl=en_US m
זונטאג אפריל 28, 2013 7:17 pm#109524
נו דאס אז דער רעיה מהימנא האט ציגעלייגט צי די תיקונים, דאס איז דאך באקאנט, אבער דיינע דרייסיג בלאט דאס איז מיר נישט גוט געשטאנען,
זונטאג אפריל 28, 2013 7:21 pm#109525
יבואו המפצלים ויפצלו!
זונטאג אפריל 28, 2013 7:49 pm#109529
יידל האט געשריבן:אייגעמיירעט, דו זאגסט דאך קלאר אז דיינע נגיעות אנצונעמען די דעה אז זוהר איז א חיבור קדום איז וויבאלד "גאנץ כלל ישראל" האט עס אנגענומען "בבחינת בני נביאים". לענ"ד השפלה והבזויה איז דאס נישט קיין ראיה נאר א leap of faith. עס איז מעגליך א לעגעטימע leap of faith, אבער נאך אלץ איז עס נישט ראוי צו ווערן אנגערופן "ראיה" במקום ווי עס זענען דא שטארקע ראיות אז גאנצע שטיקער זענען נישט קדום. עכ"פ די מהלך פון shoot the messenger איז נישט קיין דרך חכמה.


איך האב גארנישט אנגענומען קיין דעה אינעם ענין,איך האב נאר ארומגערעדט ווער עס האט עס אנגענומען אז זוהר איז יא פון ר׳ שמעון און ווער נישט,און איך האב אוכט געזאגט אז סזעט אויס אז כו״ע מודי אז סנישט דא קיין ״חתימות הזוהר״ ממילא ווייס מיר נישט פונקטליך וואס דארט טוט זיך וואס איז ארגעניעל און וואס איז צוגעלייגט .
ווען איך האב גערעדט פון בני נביאים האב איך נישט געברענגט א ראיה לכאן או לכאן, איך האב נאר גערעדט פון א מאטיוו פון נאך מענטשען.
איך האלט מיך אפ פון זאגען דעות מיט א שטארקייט היות איך ווייס אז רוב דעות פון מענטשהייט איז געבויט אויף זייערע מאטיווען און אגענדאס,די אגענדאס פארומט אויס דער מענטשענס דעות און פארשטארקט די ראיות פון איין צד איבער די אנדערע.ממילא האלט איך מיך אפ צו אננעמען דעות מיט א פעסט קייט.
זונטאג אפריל 28, 2013 8:15 pm#109539
בענין מי היה מחבר ספר הזהר איז כדאי צוקיקן און הקדמה לספר הזוהר עם פירוש הסולם אות נ"ט - ס'.
m http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 61&hilite= m
ודפח"ח
זונטאג אפריל 28, 2013 9:10 pm#109571
חזקיהו המלך האט געשריבן:די קענסט עס מסביר זיין, לויט וויפעל כ'פארשטיי איז נישטא אזוי פיהל קשיות,

אין צווייטענס ווייז מיר דעם חת"ם סופר,


"וכאשר בפירוש שמעתי כן מפה קדוש אדומ"ו גאון ישראל קדוש ד' מכובד מוהר"ר משה סופר זצוק"ל אב"ד ור"מ דק"ק פרעשבורג, שאמר בפני רבים מתלמידיו, אלו היה יכולת ביד אדם להעמיד מדרשי רשב"י על טהרתן, לבררם מתוך מה שנתחבר אליהם מחכמי הדורות שאחריו, לא יהיה כולו רק ספר קטן הכמות מאוד מחזיק דפים מעוטים"
(מי מנוחות לרא"ל מנייזאטץ)
זונטאג אפריל 28, 2013 9:13 pm#109572
למעשה נעמט ער - און אויב בין איך זיך נישט טועה, דער יעב"ץ אויך - אן אז די גרעין היסוד פונעם זוהר קומט טאקע גראד אראפ צו אונז פון רשב"י. דאס איז אין שארפסטן קאנטראסט מיט די אקאדעמיש - אנגענומענע שטעלונג.

--איינר האט געברענגט פריער בשם דעם חת"ס אז ער האלט אויף דעם ענין אז דער מו"ל האט געמעגט שרייבן דעם חיבור און ארויסגעבן על שם ר' שמעון, קוקט אויס ער האט געהאלטן אנדערש. דארף מען זען דעם לשון אינעווייניג.
זונטאג אפריל 28, 2013 9:51 pm#109595
חזקיהו המלך האט געשריבן:
האסט עס נישט קלאר דורעך געקוקט, ער זאגט אז ס'געווען די כתבים פארדעם נאר רעיא מהינא האט עס מסדר געווען לויט די פרשיות, אין ער האט אויך ציגעלייגט אייגענע חדושים,

האט דא דער קאמארנער אונז געלאזט הערען א געוואלדיגע זאך, אז דער רעיא מהימנא און דער תיקונים זענען פין די ראשונים.

איחוד פעלד האט געשריבן:אצינדערט וועל איך דיך מגלה זיין עפעס וואס די ווייסט נישט. ווייסטו פארוואס דער קאמארנער האט געהאט א הכרח צו זאגען אז עס איז געשריבען געווארען בימי הראשונים?


נאכאמאל האסט עס נישט קלאר דורעך געליינט, ער זאגט אז ס'געווען בתחילת ימי הגאונים, אדער סוף ימי רבנן סבוראי,


איחוד פעלד האט געשריבן:יישר כח יישר כח חזקיה המלך פאר אונז ברענגען א ראי' לדברינו ולשיטתנו פין הייליגען קאמארנער.

זעהט אויס אז דער זייפען בלאז ליגט ביי א צווייטען.


וואס איז די ראיה, דער זוהר אין תיקונים איז ווייטער פין ר' שמעון וחביריו, מיט א פאר הוספות פין רעיא מהימנא, וואס איז די פראבלעם יעצט, דעי אלע קשיות מיינען נישט אז ס'נישט פין ר' שמעון,



איך וואלט דיך מייעץ געוועהן אדוני המלך זאלסט עוסק זיין אין די ענינים וואס די פארשטייסט בעסט, למשל קאנספיריענצעס וכדומה, זוהר איז פשוט נישט פאר דיר, די הייבסט נישט אהן צו וויסען וואס דאס איז זוהר, זוהר איז פיר און צוואנציג אנדערע ספרים מסודר געווארען אין דריי בענדער על סדר התורה.

רעיא מהימנא גייט בכלל נישט על סדר התורה, עס גייט אויף מצות, פקודא דא פקודא דא, און סדר המצות זענען נישט פין חז"ל, נישט פין רבנן סבוראי, נישט פין אנהייב גאונים. סא גא פליי א קייט, און די הייבסט נישט אהן צו פארשטיין וואס דער קאמארנער וויל דא פארענטפערען, וואס עס האט אים געקוועטשט אז ער האט זיך גענומען דער פענע צו שרייבען די שורות וואס ער האט געשריבען.
זונטאג אפריל 28, 2013 10:06 pm#109607
עכ"פ ער שרייבט קלאר א רעיא מהימנא איז שפעטסטענס פין אנהייב גאונים נישט פין ראשונים אזוי ווי די ווילסט זאגען, פינטעל
דינסטאג אפריל 30, 2013 2:52 am#110126
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:די קענסט עס מסביר זיין, לויט וויפעל כ'פארשטיי איז נישטא אזוי פיהל קשיות,

אין צווייטענס ווייז מיר דעם חת"ם סופר,


"וכאשר בפירוש שמעתי כן מפה קדוש אדומ"ו גאון ישראל קדוש ד' מכובד מוהר"ר משה סופר זצוק"ל אב"ד ור"מ דק"ק פרעשבורג, שאמר בפני רבים מתלמידיו, אלו היה יכולת ביד אדם להעמיד מדרשי רשב"י על טהרתן, לבררם מתוך מה שנתחבר אליהם מחכמי הדורות שאחריו, לא יהיה כולו רק ספר קטן הכמות מאוד מחזיק דפים מעוטים"
(מי מנוחות לרא"ל מנייזאטץ)


אין די תשובה הידוע וועגן ביי האר בגלילותינו, טענה׳ט דער חתם סופר זייער שטארק הלכה׳ווייז אז מען נעמט אן דעם פסק פון זוהר וועגן די איסור פון אויף דעקן די האר (הגם על פי הגמרא איז עס קלאר מותר - וואס בכה״ג איז אפילו דער בית יוסף מודה אז מען נעמט אן ווי די גמרא קעגן דעם זוהר), און זיין טענה איז אז אויב האט מען זיך איינגעפירט נהגו להלכה ווי איינע פון די ספרים חיצונים - ד. ה. חיבורים פון חז״ל שלא נכללו בבבלי - אפילו קעגן די גמרא יש תוקף למנהג. מען זעט פון דעם אז ער האט מחשיב געווען דעם זוהר ווי א חיבור חז״לי, (ווייל כמובן א ראשון קען נישט קריגן אויף די גמרא) און אזוי אויך לאזט ער זיך בכלל נישט אריין אין א דיון צי דער שטיקל זוהר וואס רעדט פון דעם איז פון די ״טהרת מדרשי רשב״י״..
דינסטאג אפריל 30, 2013 8:59 am#110146
טאקע א סתירה אין תשובות חת"ס, נו האסט אפשר א תירוץ?
דינסטאג אפריל 30, 2013 11:31 pm#110540
שיטה, איך מוז מאיר זיין, פאר איך פארגעס, און נאך פאר איך טרינק ווייטער ח"י ראטל לעמאן זאפט (כך מנהגי, גוטע שטיקלען לייען איך צוויי מאל)
איז אזוי, בעיני, די שקלא וטריא פון דעם אשכול כאראקטערזירט אונזער אידישקייט נאך מער ווי ל"ג בעומר זעלבסט.
כלפי מה דברים אמורים?
קומט צו גיין די שיטה מקובצת אליינס, און זאגט עפעס אן הערה'לע, בנוגע די נייע יום-טוב "ל"ג בעומר", וואס איז די ערשטע ריאקציע? שגץ! אפיקורס! וכו' וכו'.
ר' איד? וואסי געשעהן? איר האט געהערט עפעס ניי? איר קענט דאס נישט פארדייען? אה?!
יא, איך ווייס פארוואס, מ'האט דיר פארמאכט, אויסגעזאט נאר איין מהלך, און ווען די פיקסט ארויס פון די לעכעריגע מחיצה ווערסטו צודרייט.
ביג-דיל! שטייט דען דיין אידישקייט אויף זוהר, אזוי ווייט אז מ'טוישט די מחבר צו ר' משה די ליאון פאלט צוזאם אלע אני מאמין'ס?
און וואס וועט געשהען אויב ס'שטעלט זיך ארויס קלאר, אז יום פטירתו איז טיף אינמיטן ווינטער, און אפילו ר"ר מענדלי רימונוב'ערס יארצייט איז אויך נישט ביום ל"ד בעומר, סאו וואט?

ועוד, אז דו ביסט יא אזא מאמין, דאן הער אויף חוזק צו מאכן פון די קריסטאן און די איסלאם נאכפאלגער. דו גלייבסט דאך פונקט אזוי אין פעלערהאפטיגע מסורות.


למעשה האט זיך דער אשכול געלוינט, מיר האבן דערגרייכט אז ידיד כל חי בדחן שליט"א האט געשריבןדאס פאלגענד:
דעתי נוטה אז יעדער מענטש האט די פולע רעכט ארויס צוזאגען זיין מיינוג וואס ער האלט באמת,

נאך אביסל האמיר א נייע משכיל אין שטיבל, צוביסעלעך.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:41 pm#111227
פון היינטיגער ynet
אלוהי החרדים מת, אבל אני ממשיך לחפש
הוא מעדיף לבוש חרדי על פני לב חרד, מקפח מזרחים כי הם לא חכמים מספיק כדי לעבוד אותו ויודע לזהות את אחוז הדנייר בגרביונים של תלמידת סמינר. את אלוהי החרדים הכרתי מצוין, עד שלפני שנה - קברתי אותו במקום לא ידוע. יהי זכרו ברוך
יצחק הלפרין



אני כותב אבל בעיקר מוחק, מסייג אינספור פעמים כל מילה שנכתבת, זאת למרות שהניסיון להלך בין הטיפות נועד להיכשל מראש. עדיין מקנן בי פחד, לא רוצה לתת לאף אחד את האפשרות לפרש את מילותיי באופן שגוי, פוחד לפגוע, לזרוק אבן לבאר ממנה שתיתי.



בין מחיקת טקסט לניסוחו בגרסה שונה, עולה בי שד כעוס הדוחק בי להטיל רפש, לבעוט באלוהי החרדים שבמצוותו הפכתי ללא רלוונטי. השד שחור וגדול ותשובותיי אינן מספקות אותו. הוא היה איתי בכל התהליך ויהיה קשה להוליך אותו שולל.

הוא התלווה אלי לפני יותר מעשור, מכיר כל הבזק ורעיון שעולה במחשבתי, היה מורה דרך ומרדן, אבל בעיקר הסנדק, זה שהביא אותי לחשוב על מהות החיים מחדש. הספיקו לו כמה משפטים וסיטואציה אחת בודדת כדי לבטל למעלה מעשור של עבודת אלילים. שנים בחרתי להתעלם ממנו, להתכחש לו, אך בהעדר טיעונים מוצקים, הוא ידו הייתה על העליונה.

האלוהים שמעדיף לבוש חרדי על לב חרד
כעת, אני נקרע בין כניעה לסנדק השחור לבין אלוהי החרדים, זה שמעניש קטועי יד על כך ששכניהם לא הניחו תפילין. זה שמעדיף לבוש חרדי על לב חרד. אותו אלוהים שמקפח מזרחיים - הוא ברא אותם אבל הם כנראה לא מספיק אינטליגנטים בשביל לעבוד אותו. זה שמתקשה לראות מבעד למגבעת לבד שחורה, אך בנקל מצליח לאבחן את אחוז הדנייר בגרביונים של תלמידת סמינר, ומיד שולח את עושי דברו להוקיע אותה אל מחוץ למחנה.

אלוהים הפוליטי-חברתי שמעדיף ראש ישיבה מושחת על אברך אומלל, שכל חטאו מסתכם בזה שגיסו החליף את חולצתו מלבן לתכלת. אותו האלוהים שיקרב חוזר בתשובה כל עוד הוא מעורר השראה לברואיו המיוחסים בעלי הדם הכחול, אבל חסידיו לעולם לא ישיאו לו את בתם, גם כשזנתה היא חשובה לעין ערוך מאלו חסרי הפז"מ.

עכשיו כבר אינני מוחק, מאפשר לאותו שד שחור וגואל להשתלט על קלידי המחשב, והוא בתורו לא עושה חשבון, האמת כפי שנראית בעיניו מניעה אותו. עכשיו הזמן לכנות, לבירור עמוק. הפצע כבר נעלם מזמן, אבל הותיר זיכרון.

למענם של שוחרי האמת
יחסו של הקולקטיב החרדי כבר אינו חשוב. דווקא הבודדים שוחרי האמת, אלו הכלואים במוטציה החרדית עולים על שיקול הקולקטיביות החברתית. הם אלו שבמקרים רבים אדבר מגרונם זה שנסגר בצווארון חונק, רק בשל דיל שנתפר מול מפעל לחולצות.

אז לכבודם. לכבוד אלפי שקי בשר שתקניים שעובדים אלוהים שאינם מכירים רק מכוח האינרציה. לכבוד אלו שחיפשו לעבוד את בורא העולם ומצאו עצמם עובדים את אלוהי החרדים. עבור אלפי חובשות שביס שהקריבו את שערן למולך ביום חתונתן. הן עשו זאת למען בעליהן שחפצו בכך, הן קיימו את מצוות אלוהי הקולקטיב החרדי, אך חטאו לאל שחרד מחילול כבוד האשה.

החרדים ואלוהים באריזה אחת
כבר חמש עשרה שנה אני תוהה האם חונכתי לעבוד את האלוהים הנכון. את ילדותי העברתי בשכונות החרדיות. ינקתי תורה והנהגות בתלמוד התורה מהטובים ביותר במגזר החרדי. אז, עבורי, החרדים והאלוהים היו בלתי נפרדים. אלו שלקחו את המונופל דאגו למכור לי את שניהם באריזה אחת.

בגיל שלוש ליקקתי את לוח הא'ב' בטקס הקבלה לתלמוד התורה. כמו כולם, גם אני נעטפתי בטלית גדולה בשל החשש שאראה מראות אסורים בדרכי לפגוש בפעם הראשונה את האותיות הקדושות. כשהתבגרתי אותם אותיות קדושות לא חששו להופיע שחור לבן על גבי פשקווילים הקוראים לחרמות. לא אחת, התנצחו באמצעותם חרדים ידועי שם רק בכדי להרוס ולהשפיל, לרמוס יהודים אחרים שלחטאם לא היה קשר לדת.

ההתבגרות הייתה תמיד לצד ספרי הלימוד. מחמישה חומשי תורה למשניות ומשם לתלמוד על שלל מפרשיו. העומק העצים אותי, סוגיות עלו ונותחו עד דק בהיגיון צרוף שאין שני לו. כעת, גם התפילה קיבלה משמעות נוספת, היות ותוכנה הובהר בתלמוד ומפרשיו.

השאיפה הייתה ברורה, חדה כתער, להמשיך את השושלת של עם ישראל, להיות עוד אבן בבניין העולם הרוחני, להוסיף דעת שאינה אלא תורה, לנצח את העולם החילוני מבחוץ שקורא עלינו תיגר.

כך לא מתלבש בחור ישיבה
אלא שעם הזמן הבנתי שהסייגים במגזר חשובים יותר מהדת עצמה. הבנתי שאני יכול לסחור באביזרי מין, אבל חלילה לא להסיר את המגבעת והחליפה. "תלמיד חכם" מוגדר לרוב על פי החזות. הבנתי שאורך הפאות הוא זה שהופך אותך לחרד יותר, לא משנה כמה היו כוונותיו טהורות בעולם, שלכאורה, מקדש רק טוהר.

בישיבה הובהר לי כי צבע החליפה בעייתי ואצטרך להחליפה "כי כך לא מתלבש בחור ישיבה", ולאחר שהמדריך תפס אותי עושה כפיפות בטן - זומנתי לשיחה אצל ראש הישיבה שהסביר לי כי "אנחנו לא גויים" ומייד העיף אותי לכל הרוחות.

העובדה שהייתי התלמיד הטוב בשיעור לא עניינה לו את השסע בפראק. הוא פחד שמחר אחד התלמידים יספר להוריו שיש בחור בישיבה שעושה, לא עלינו, כושר.

הבנתי שהכי חשוב זה לעבוד את אלוהים בלב שלם. אבל בעיקר להתקבל לישיבה גבוהה בעלת שם, ואחר כך להתחתן עם בת של ראש כולל, או אם אפשר של ראש ישיבה מפורסמת. ולא נורא, אם אין לו בת אולי אפשר למצוא היתר להתחתן עם הבן, שהרי אילן היוחסין חשוב מחוקי התורה.

אלוהים כפף את עצמו והפסיד לתורתו שלו
במשך עשור חיפשתי את אלוהי, את זה שחיפש את הלבבות והמעשים ובחל בתחפושות פחדניות. ככל שהתרחקתי, הפך אלוהי החרדים בעיניי לרקוב ומאוס. תחילה הסכמתי עם התוספות שהוסיף האחרון על תורתו של אלוהים האותנטי, הבנתי כי הסייגים חשובים בשביל להגן על הדת שנרדפה, אלא שהסייגים הפכו חשובים מהדת עצמה, הזנב החל לכשכש בכלב וזה האחרון כמעט ומתנתק ממנו.

ועודני תוהה. לא מזמן שמעתי את "יחיד ורבים" של אברהם פריד. כנער השיר הזה הצליח להרטיט את נשמתי, הוא מספר על ויכוח שהתקיים בין אלוהים לכנסת ישראל- הטענות משני הצדדים נראו לי קטנוניות. כנסת ישראל אומרת: השיבנו ה' אליך ונשובה, ואלוהים משיב: שובו אלי ואשובה אליכם. לכאורה מאד ילדותי, אפילו מביך.

אלא שהוויכוח הוכרע לאחר שבדקו בתורה שם כתוב 'יחיד ורבים הלכה כרבים'. אלוהים, לפחות בשיר, קיבל את הטיעון. העובדה שכפף את עצמו והפסיד לתורתו שלו, למדה אותי שיעור על יושרו. שמעתי אותו הלוך ושוב כשדמעות יורדות מעניי. השיר יותר מהכל הצליח להאניש את האלוהים הבלתי מושג.

אני נזכר בנערותי. ילד שעף מהבית בשם אלוהי החרדים כמעט ונמס אל מול טיפות המים שחדרו מבעד לפרגולה בגינה מול בית הוריי. תהיתי שם איך אותו האלוהים שמוריד את הגשם יכול לשים תחתיו יציר כפיו רועד מקור. אפילו להתפלל שייפסק לא יכולתי.

הפסוק "אל תשעה לתפילת עוברי דרכים" ממסכת ברכות הדהד עם כל טיפה שהתנפצה על ראשי, אבל דווקא שם נאחזתי באמונה. הייתי לבדי וחששתי שלא אוכל לשרוד. כמה דקות לאחר מכן עבר שם חבר מהשכונה ואסף אותי אל ביתו. הודיתי לאל הרחום ותהיתי מי הוא.

אלוהים כתה מתוק בשלוש לפנות בוקר
אני מניח שבסופו של מסע אמצא את האלוהים, אני כמה לו ונכסף אליו. יהיו לא מעט התלבטויות. ברור לי שאומר דברים ולאחר מכן אחזור בי, אבל זו מהותו של חיפוש. יהיו גם קונפליקטים היות וחסיתי תחת כנפיו של אלוהי החרדים, זהו נוף ילדותי, אבל אין בי פחד להתעמת מולו.

וכן, עדיין אינני מכיר את האלוהים האמיתי, אבל אני חש כי הוא ישנו - פגשתי אותו פעמים רבות מידי. לא פעם מצאתי את עצמי מתפלל אליו בכל לבי, ולא אחת, הוא נענה. אין לי ספק בו, אבל שמישהו לעזאזל יאמר לי מיהו ומה הוא רוצה.

לפחות הקריטריונים בהם הוא צריך לעמוד ברורים לי. הוא יהיה חייב להיצמד לתורה שנתן. אסור יהיה לו להציץ לבנות סמינר מתחת לחצאיות, התירוץ "הייתה רוח" לא מקובל עליי במקרה הזה. הוא יהיה מסור לבני עמו לפחות כפי שהם מסורים לו. אני מבטיח להתיר לו שימוש באייפון, בתנאי שיקנה לי את הבלקברי החדש.

אלוהים, שאני פגשתי, זגזג בין טוב לרע, וקשה היה לדעת האם הוא האמיתי או זה של עובדי האלילים. אצל חלק מברואיו הוא התגלם כפוך חמים וארבעה קירות, ואצלי, כמחסה בתוך מגלשות לילדים, בכיכר ציון שבריר שניה לפני ששיכור תורן מצליח להטיח בי בקבוק הייניקן שבור. בגשמי זלעפות בגינות ציבוריות, וכמיחם מלא בתה מהביל ומתוק בבית כנסת שומם בשלוש לפנות בוקר.

קברתי אותו במקום לא ידוע
זכרוני מלא בהבלחות אלוהיות, תמיד הוא נכח שם, בסיפורים לפני השינה ובנעלים החדשות שאמא הכינה בארון למקרה שיבוא משיח. היא שכחה שחרדים פוחדים מהמשיח, כי הרי הוא הוא יבטל את המפלגות החרדיות, ועסקנים שהורגלו להיות מורמים מעם יאבדו את פרנסתם. אברכים שבימים רגילים בורחים מנביחות פינצ'ר, יאלצו להשתרך עם שוורים בדרך לבית המקדש. ובנות סמינר יבינו שאלוהים מעדיף ג'ינס על חצאית כפלים מסורתית.

את אלוהי החרדים הכרתי מצוין, הוא אהב במבה אסם ושנא את האפרופו עם ההכשר של חרל"פ. אבל לא לנצח,

כששינו את ההכשר לזה המהודר יותר, "רחום וחנון" האריך אפיים והחל לנגב את הקונוסים עם שמנת חמוצה.

בצעירותי היה בו עוד כוח, תמיד סחב איתו קלשון גדול, שבעזרתו היה רודף אברכי כולל ותלמידי ישיבה על שום שאיחרו לתפילה, וכשהיו מקדימים היה מעניש אותם מתוקף סעיף "בל תוסיף" שאותו אהב במיוחד.

הוא זקן מאוד אך קטנוני כמו נער מתבגר, ובכל זאת עדיין משפיע על עשרות אלפי עובדי אלילים בשכונות החרדיות. עבורי הוא כבר לא רלוונטי - זקנו הלבין עוד בהיותי ילד קטן, שפמו צהוב מטבק בננה שמחולק כל שישי בערב בבתי הכנסת.

אבל אל לי לפגוע בזכרו, אלוהי החרדים עשה שירות מצוין מפעם לפעם ועל כך אני מוקיר לו טובה. עכשיו הוא כבר מת, נרקב בתודעתם של אחרוני הפרטים בעדר הגדול. מצבתו מגולמת בכובעי קנייטש ליטאיים, מבצבצת מעוד כמה שטריימלים, לפני שנה קברתיו במקום לא ידוע. יהי זכרו ברוך
מאנטאג מאי 12, 2014 9:37 am#200112
סליפקין זאגט אז ל''ג בעומר ווייזט נאך עפעס. די חילוק צווישן חרדים און אנדערע אידען. חרדים קעירן נישט פאר אנדערע אידן'ס גשמיות אדער רוחניות אבער מער מאדערענע זעהען זיך ווי איין גרויסע כלל ישראל.
m http://www.rationalistjudaism.com/2014/ ... s.html?m=1 m
דינסטאג מאי 20, 2014 5:17 pm#201391
געשטאנען אין "דער איד" לכבוד ל"ג בעומר

.
מיטוואך מאי 06, 2015 6:10 pm#273012
דאס יאר שפילט אריין אין דעם ל"ג בעומר נאך א רינגעלע אין דעם ענין פון וואס מיר האבן שוין דא גערעדט. די חסידים שוטים פון הרה"צ ר' נפתלי צבי מבאבוב ז"ל ארבייטן שוין אסאך יארן אים אוועקצושטעלן ווי א "מופת הדור". צו דעם האבן זיי טאנען מיט מעשיות ווי אזוי מענטשן זענען "געהאלפן" געווארן מיט ישועות און רפואות וכו'.

זיי ווילן אוועקשטעלן א מנהג - און ס'וועט זיי מסתמא געלונגען - צו מאכן א מסורה'דיגע עליה לציון צו זיין קבר אום ל"ג בעומר, ווייל ער האט אנגעבליך זיך אמאל אויסגעדרוקט אז "ר' שמעון איז ביי מיר ל"ג בעומר".....

מיר האלטען דא מיט די ערשטע קערענדלעך ווי מענטשן - וואס טייל פון זיי זענען שוטים מיט טפשות'דיגע "גוטע" כוונות און טייל זענען "עקספערימענטירערס" מיט בייזע כוונות - פלאנצן איין א פרישע גלויבונג. א מזל אז ס'איז דא די אנדערע באבוב וואס ערלויבט זיך צו לאכן פון די מעשיות. ווען נישט, וואלטן נאר "מתנגדים" און "אויבער-חכמים" אפגעלאכט דערפון.

די "קינדליין" אויסגאבע ארבייט מיט מיט דעם וויץ און פיטערט די קליינע קינדער מיט די שטותים און נארישקייטן. מארגן וועט מען נאך קומען שרייען אז אין אדם מעיד שקר לבנו....
מיטוואך מאי 06, 2015 7:06 pm#273023
לכבוד ל"ג בעומר
לכבוד ל"ג בעומר חשבתי שכדאי להביא מאמרים על הזוהר,מסופר המפורסם ר' הילל צייטלין ז"ל הי"ד m http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=673 m
מיטוואך מאי 06, 2015 11:04 pm#273088
די באבובע שגעון איז סתם געטריבן פון א אגענגע פין בויען די נאמען ''באבוב'' דורך זייערע פריערדיגע רבי'ס ארויסגעגעבן און בעארבעט דורך באבוב45
וואס דאס איז א שטארקע מיטל צו מאכן באבוב 45 פאר א דירעקטע המשך פון באבוב
סא דא קומט נישט אריין מעיד זיין שקר, עס איז אמת אז די באבובע 45 זענען פונקט אזוי ממשיכים ווי די אנדערע
@שיטמ''ק די בלאזסט סתם אזוי אויף א מצב
זונטאג מאי 15, 2016 10:04 am#333018
עפעס פרישע סגולות פאר היי יאר ל"ג בעומר?
אפשר זינגען בר יוחאי מיט מנין אין א מערה?
זונטאג מאי 15, 2016 12:28 pm#333041
Re: ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון המון עם
איך האב יעצט איינגעשלינגען די אשכול און איך בין אביסל 'דיז"י'. מיינונגען פון אלע עקען זענען געקומען צו פליען, זיך צומאל אריינגעקלאפט איינעם אין צווייטען, און עפ"י רוב נישט צוגערירט.
שאלה א' - איינער לייקענט אז דער 'כל תפוצות ישראל' וואס פייערען ל"ג בעומר איז אן ערשיינונג פון אונטער דרייסיג יאר?
שאלה ב' - איינער האט א מקור פון חז"ל, ראשונים אחרונים צו אליהו הנביא אז צינדען א פייער איז עפעס אן ענין? (ווען מ'איז נישט קאלט, פארשטייט זיך)
שאלה ג' - מ'האבען אלע פארגעסען פון די רמ"א וואס דערמאנט 'קצת שמחה'?
שאלה ד' - פארוואס טאקע פארציילט מען פאר קינדער לעגענדעס אויף די טאג, און דער עיקר טעם המבואר ברמ"א באהאלט מען פון זיי?
שאלה ה' - פארוואס זאל א יארצייט זיין א יום שמחה?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:00 am#401298
די אלע צוגעקומענע מנהגים פון די לעצטע פאר יאהר – ווי קבר פון ר' נפתלטשע מבאבוב, איין רבי גייט שוין א שטריימל מיט ווייסע בעקישע – מאכט די משל נאך שארפער.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 3:58 am#401324
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שאלה א' - איינער לייקענט אז דער 'כל תפוצות ישראל' וואס פייערען ל"ג בעומר איז אן ערשיינונג פון אונטער דרייסיג יאר?
שאלה ב' - איינער האט א מקור פון חז"ל, ראשונים אחרונים צו אליהו הנביא אז צינדען א פייער איז עפעס אן ענין? (ווען מ'איז נישט קאלט, פארשטייט זיך)

יעדער ווייסט אז די גאנצע מצב גייט שוין אן פאר הונדערטער יארן, אין מירון והגלילות. ומשם נתפשט אז די אלע קהילות וואס זענען געבעיסט אין ארץ ישראל מאכן א מדורה. ומשם נתפשט אז יעדער שמויגער וואס זוכט א מצב מאכט זיך א הדלקה מיט א גריל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שאלה ג' - מ'האבען אלע פארגעסען פון די רמ"א וואס דערמאנט 'קצת שמחה'?
כנ"ל. ועוד, וואו באוואוסט ביי חסידים זוכט מען וואו מ'קען אריינצוברענגען א חיות אין אידישקייט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שאלה ד' - פארוואס טאקע פארציילט מען פאר קינדער לעגענדעס אויף די טאג, און דער עיקר טעם המבואר ברמ"א באהאלט מען פון זיי?
קיינער באהאלט נישט די טעם פון רמ"א, און קיינער פארציילט נישט קיין לעגענדעס. (אויסער אויב די געשיכטעס פון גמרא מיט די באקסער בוים און די הייל הייסן ביי דיר לעגענדעס)
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שאלה ה' - פארוואס זאל א יארצייט זיין א יום שמחה?

א. אין זוהר הקדוש שטייט אז ווען ר' שמען איז אוועק האט מען אויסגערופן אין הימל "אתכנשו להילולא דרבי שמעון", רמד"ל האט פארשטאנען אז ס'איז א שמחה.
ב. די שמחה האט גארנישט מיט א יארצייט, די אר"י האט געזאגט אז ל"ג בעומר איז יום שמחת רשב"י, ס'שטייט נישט פארוואס. ס'קען זיין אז ס'איין טעם מיט די רמ"אס. ווייל די טאג האט זיך אנגעהויבן פונדאסניי מסורת התורה, ווייל די תלמידים פון ר' עקיבא האבן אויפגעהערט צו שטארבן, און ער איז געגאנגען לערנען תורה מיט רבותינו שבדרום וביניהם רבי שמעון, וק"ל.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 4:20 am#401325
איינגעמיירעט האט געשריבן:זעעט מען אבער אז אביסעל שפעטער האבען גאנץ כלל ישראל אנגענומען בבחינת בני נביאים אז ס׳איז פון ר׳ שמעון
אוודאי אזוי, ווייל יעדער וואס האלט אנדערש ווערט אויטאמאטיש אויסגעריסן פון כלל ישראל
איינגעמיירעט האט געשריבן:ובראשם הארי החי
לאו דוקא. איך האב אביסל געלערנט כתבי אר"י און איך האב באמערקט אז די אריז"ל האט נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אנדערש ווי אן אפענע זוהר. ועוד, ביי חסידים טוט מען אסאך זאכן וואס זענען קעגן די זוה"ק. ס'מיר אלץ געווען א פלא, ביז איך האב אויסגעפונען אז ס'דא וואס האלטן אז די זוהר איז נישט פון קיין תנאים, איז מיר אלץ פארענטפערט געווארן.
איינגעמיירעט האט געשריבן:פון דעמאלס האט עס אוכט אויסגעוועפט און ווערט יעצט צוריק אויפגעברענגט דורך די פרישע כת משכילים מוויליאמסבורג.
ס'האט אויסגעוועפט, ווייל ס'איז שוין א באשטעטיגטע פאקט, פונקט אזויווי אסאך זאכן וואס מ'האט זיך גע'טענה'ט פאר הונדערט יאר צוריק, און היינט איז עס שוין אזוי פשוט אז מ'רעדט שוין נישט פונדעם.
זונטאג מאי 19, 2019 4:47 pm#430771
איש את רעהו האט געשריבן:די באבובע שגעון איז סתם געטריבן פון א אגענגע פין בויען די נאמען ''באבוב'' דורך זייערע פריערדיגע רבי'ס ארויסגעגעבן און בעארבעט דורך באבוב45
וואס דאס איז א שטארקע מיטל צו מאכן באבוב 45 פאר א דירעקטע המשך פון באבוב
סא דא קומט נישט אריין מעיד זיין שקר, עס איז אמת אז די באבובע 45 זענען פונקט אזוי ממשיכים ווי די אנדערע
@שיטמ''ק די בלאזסט סתם אזוי אויף א מצב

גערעכט, אבער אזוי פאנגט זיך עס אן. עס פאנגט זיך אהן מיט משוגעים מיט א אגענדע, שוטים גלייבן דערין, און מער און מער פרעמדע מענטשען פאנגען אהן צו גלייבן, ביז יעדער מוז גלייבן און ווער ס'גלייבט נישט איז א כופר.....
זונטאג מאי 19, 2019 5:21 pm#430778
הקטן האט געשריבן:שיטה, פין דיין שמאלען קיק ווינקעל ביסטו 100 % גערעכט

איינער וואס איז אבער אביסל מער אויפגעקלערט פארשטייט אין זעט אז "ישראל.. בני נביאים הם" אין כלל ישראל ווערט געפירט מיט א העכרן כח, אין נישט במיקרה
(ר' צדוק על שמחת שושן פירום בגולה)

הקנאה, התאווה והכבוד – מוציאים את האדם מן העולם.
קיק אריין אין דיין קנאה תאווה הכבוד אין באמערק די נאן סענס אין די לעכערלעכקייט דערפין אין ווי אזוי די פירסט דיך אפשר דאס וועט דאס דיך העלפן אויפהייבן דיין בליק העכער פין אינזער קליינע וועלטעלע

שיין ווארט. אייגענס?
מאנטאג מאי 11, 2020 11:23 pm#448427
בן תמליון האט געשריבן:כברסלבר שמעקי ועוד. שיטה די נושא איבערן מקור הזוהר איז אן ערנסטער צו רעדן אין תורה ומחשבה, עס דארף אבער קומען מיט איידלקייט און לשון נקיה. וויי טוהן א מאמין ביזן גרונד איז נישט עטיש. לערנט אייך פונעם רבן של ישראל מרן החת"ס ווי קורץ און שארף ער ברענגט עס ארויס ברמז "הלא יש בביתך ספר מטפחת ספרים עיין שם דבר גדול דבר הנביא יזדעזע כל שומעיו".

דער חתם סופר וויל דארט ברענגען א ראי'אז מען מעג תולה זיין באילן גדול זאכן וואס מ'האט אליין מחדש געווען אזוי ווי דער יעב"ץ זאגט וועגן ר' משה די ליאון שתלה א"ע ברשב"י.
אבער ס'מיר שווער צו זאגן אז דער חת"ס האט אזוי געהאלטען בנוגע הזוהר.
מאנטאג מאי 11, 2020 11:41 pm#448431
מצפצף האט געשריבן:אבער ס'מיר שווער צו זאגן אז דער חת"ס האט אזוי געהאלטען בנוגע הזוהר.

l viewtopic.php?p=419109#p419109 l

און אויף דעם זאגט שוין דער חת"ס שרוב דוחקים אמת...