Under maintenance
הויפט זייט » צימערמאן און לאוב קליקע

צימערמאן און לאוב קליקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3649
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:59 pm#152338
///----///
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:45 pm#152391
וואס האט דאס מיט צימערמאן?
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am#152426
ס'האט קלאר נישט מיט אים, ער ווייסט קוים וויאזוי מען ספעלט ממזר אויף אידיש, אפגערעדט אויף ענליש.
מיטוואך אקטאבער 02, 2013 6:19 pm#153478
ליידער ליידער איז דא אסאך מער וואו אט דע דריי מטורפים. היפש חלק פון עיה"ק וומסב"ג האלטן אייניג מיט דער כת, און ווען נישט אביסעלע בושה אדער א זאך וואס רופט זיך 'ווייב' צי 'שידוכים' וואלטן צענדליגע אנדערע אנטייל גענומען. איטס הארד טו עדמיט, באט דעס זענען די פירות פון אונזער חינוך סיסטעם.
דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:26 pm#153906
פרייטאג אקטאבער 04, 2013 12:01 am#153936
וואט עי קידוש השם!
זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:13 am#157548
אגודה מאכט א סיום אין מאנסי אויף מסכתא פסחים
צימערמאן קליק פראטעסט
מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 8:40 pm#161724
יעצט מוצאי שבת קעגן תולדות אהרן רבי

מ'זעהט צוויי מלמדים פון נייטרא חדר איידליס און שווארץ
מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 9:22 pm#161729
איידליס אונטערן פאליס אין די קאר
מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 10:32 pm#161738
מען האט זיי ארעסטירט?
זונטאג נאוועמבער 10, 2013 4:26 am#161797
ניין די חברה האבן מורה געהאט פאר מכות האבן זיי געבעטן די פאליציי זאל זיי אהיים נעמען.
שווארץ האט יא אריינגעהויבן אביסל געבראטנס
זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:35 pm#161877
די מלמדים האבן נישט מורא פאר זייער דשאב???

זענען זיי משיעגע? מילא ציצערמאן דעס איז דאך זיין פרנסה ער גייט ארום נאך געלט פאר דעם. אבער וואס איז פשט פון די מלמדים..
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 2:02 pm#161995
smart האט געשריבן:די מלמדים האבן נישט מורא פאר זייער דשאב???

זענען זיי משיעגע? מילא ציצערמאן דעס איז דאך זיין פרנסה ער גייט ארום נאך געלט פאר דעם. אבער וואס איז פשט פון די מלמדים..


זיי מיינען עס ערנסט
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 2:10 pm#161998
היימישער: און מיט דעים וואס זיי וועלן מוחה זיין אקעיגן תולדות אהרן רבי, וועט שוין זיין דער תיקון העולם?! שוין, ב"ה די ליידיגייערס און משוגעים האבן שוין געטראפן א נייעם "שייגעץ". מארגן 'עט ער שוין ווערן א פשע ישראל, אן אפיקורס א ימ"ש, וכו' וכו' :roll: :oops: :evil:
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:16 pm#162086
ס'קומט נאך א פייערדיגע מחאה קעגן די אלע וואס זענען געווען אויף ראס סטריט און זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט מוחה צו זיין. קעגן זיי דארף מען אויך מוחה זיין. - וואס משוגעת קען אלץ ברענגען.
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:25 pm#162105
smart האט געשריבן:די מלמדים האבן נישט מורא פאר זייער דשאב???

זענען זיי משיעגע? מילא ציצערמאן דעס איז דאך זיין פרנסה ער גייט ארום נאך געלט פאר דעם. אבער וואס איז פשט פון די מלמדים..

איך פארשטיי עס אויך נישט. אויך , וואס איז פשט אז די עלטערען שטערט נישט אז אזעלעכע מענטשען זענען זייעערע קינדער'ס מלמדים
דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:47 am#162169
וודיאו פון די תו"א מחאה.

דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:59 pm#162263
למעשה איז ער א העלד
ער שעמט זיך נישט און שרייט אויף די גאס קעגען א באקאנטע אדמור
דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:14 pm#162286
א העלד ווי אמ"ג....
מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 1:00 am#162412
דער איר אלטער פראגע מהיכן ירק זה חי ? אז מ'איז פארנומען א גאנצן טאג מיט פראטעסטן וויאזוי לעבט מען ? דא האט איר דעם ענטפער... :D
און אגב דער וויץ פון הרב גאלדשטיין איז גאנץ גוט דארט
m http://youtu.be/eljGWA3e8lw?t=9m m
מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 7:15 pm#162561
בשורה טובא תדשן עצם

היות עס האבן זיך פארמערט לעצטענס געפעכצן צווישען פריינט, חסידות'ן, משפחות, לענדלארד'ס, און עס ווערט שווערער זיך צו א עצה געיבן מיטן צד שכנגד, ווילן מיר דא מודיע זיין דעים חשוב'ן ציבור, אז מיר זענען א גרופע ערליכע פירמטשיקע אינגעלייט, און מיר וועלן אייך שטיין צו די האנט, פאר א מינימאלע אפמאל.

אינזערע סערוויסעס זענען בעיקר געבויט אויף צי לייגען איבריגע געוויכט, אז דער צד שכנגד זאל זיך ברעכן, מיר זענען גרייט פיר און צוואנציג שעה און טאג זיבן טאג א וואך, מיר האבן אלע נויטיגע כלים, מיר האבן הויעך הילכער, און שרייבער, און אייגענע פרינטער'ס פאר כל ערליי כתבי פלאסטר וואס מען קען דרינגענד ברויכן, אויך האבן מיר נאנטע באציאינגען צי אלע רבנים און שענערע אידן.

מיר קענען אנצייגן אויף צעינליגע ציפרידענע קליענטען, ווי מערכות עירב, און האטעל, תולדות אהרן, גל פז, פרעס טראק, און נאך.

גלייכצייטיג ווילן מיר מעלדן אז מיר האבן עפענינגען פאר געוויסע פאזיציא'ס ווי מענער מיט באוואסע שטימעס, גרויסע צישטרויבלטע בערד פארגעצויגן, דרייווערס צו צישפרייטן פאשקעווילן, מיר צאלן גיט, אלעס מזומן מששת ימי בראשית.

מיר ווילן טאקע ביי די געלעיגענהייט מפייס זיין די אלע וואס מיר רודפן, מיר האבן גארנישט פערזעינלעך קעיגן אייך, מיר טיען דאס נאר ווייל מיר מיזן שפייזן אינזערע שעיפעלעך, מיר האבן קעיגן אייך גארנישט, מיר זענען ארבייטער, איר ברויכט אויסגעיבן אייער כעס אויף די וואס צאלן אינז, ואיתכם הסליחה.
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 4:56 pm#162714
עטס קענסט זאגען וואס עטס ווילסט.... איך הייב מיין הענט פאר דעים יואל צימערמאן ער האט געוויזען אז ווען ער שרייט שטעלט ער אלע רבנים אויף דע פיס אנגעהויבן פין ר' זלמן לייב גענדיגט ביי דע רבני עדה החרדית
ני פרעג איך ענק האט ער נישט קיין כח?
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:10 pm#162737
הבא ללמד האט געשריבן:עטס קענסט זאגען וואס עטס ווילסט.... איך הייב מיין הענט פאר דעים יואל צימערמאן ער האט געוויזען אז ווען ער שרייט שטעלט ער אלע רבנים אויף דע פיס אנגעהויבן פין ר' זלמן לייב גענדיגט ביי דע רבני עדה החרדית
ני פרעג איך ענק האט ער נישט קיין כח?

האלט דיין הענט זייער הויעך , און האב שוין אינזין דערביי בין לאדין , סאדאם כוסעין , און היטלער ,
זיי האבן אויך באוויזן צו שטעלן אויף די פיס אלע וועלטס פירער
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:21 pm#162738
@שישן דע אלע וואס די רעכענסט דא אויס זענען געווען וועלטס פירער כאטש זיי איך פארמינער נישט זייערע רשעות, דא רעד מען אבער פין א טראציגע אינגערמאן וואס דע איינציגסטע זאך וואס ער קען איז שרייען, קימט זיך נישט א האנט פאר אזא איינעם?
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:23 pm#162739
איך בין נישט זיכער עס קומט אים א גאנצע האנט, א פינגער דעזערווד ער זיכער.
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:31 pm#162741
בין לאדין איז געווען בערך אזא וועלט'ס פירער ווי להבדיל צימערמאן. ער'ט כאטש געהאט אפאר טאלער אין די זייט...
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:56 am#164086
א געוואלדיגע ווידיא פון צימערמאן, ביים עבודת הקודש, דאסמאל איז עס אין א שול ווי ער איז מבער אלע ספרים וואס געפעלען אים נישט,
ער קראצט, און מעקט, און שרייבט אן!!!
עס איז א מאסט צו זען!!

m https://www.dropbox.com/sh/3tp0fqlht9t08yn/zYvNSIsPGU m
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 10:20 am#164100
מ'דארף עפענען א קעיס קעגען אים, וואס וועט פארלאנגען אז א שומר זאל אים באגלייטן 24/7 ביז דעם אפעטיט וועט אים דערגיין.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 11:56 am#164118
ער איז געוועין דער יעניגער וואס פלעיגט אנשרייבן אלע בעסקיסעס, אז דער עולם זאל נישט פארקויפן דעים נשמה פארן שטן, ווער עס געדעינקט, מען האט אים דאן געכאפט שווארץ האנטיג, און מען האט אים געסטראשעט מיטן לעיבן, אזוי האט זיך עס דאן אויפגעהערט, היינט ציטאגס ברשות הרבנים האט ער א פרייע האנט, ער ווערט ניטאמאל ציטאמעלט ווען מען כאפט אים, ער גייט ווייטער אן כלו היה.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:22 pm#164132
די פראבלעם איז אז אין ווילאמסבורג איז ער דער חשובער יונגעמאן און הרב לאבין וואס האט געגעבען א ניר פאר א אנדערען יוד איז א אויפגעקלערטער און משכיל
מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 3:47 pm#167186
פחד!!
כינוס לרשעים רע להם ורע לעולם!!!
צימערמאן טרעפט זיך מיט הערשל קלאר!!! מען שמועסט אדורך די פירצות אין וויליאמסבורג!! און וואו מען גייט פראטעסטירען!!
מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 3:48 pm#167187
האסט זיך אונטערגעהערט אז דו זאגסט עס מיט אזא זיכערקייט? איך פארשטיי אז ס'איז א גוטע בילד אבער דיינע הגה"ס מאכן נישט קיין סענס, בעסער עס ווייטער סושי.
מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 5:15 pm#167200
סאשי פיש האט געשריבן:כינוס לרשעים רע להםורע לעולם!!!
צימערמאן טרעפט זיך מיט הערשל קלאר!!! מען שמוסט אדורך די פירצות אין וויליאמסבורג!! און ווי מען גייט פראטיסטירען!!


ב"ה ענדליך שוין זוכה געווען צו זעהן ווער עס איז הערשל קלאר!!!
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:15 pm#169720
סיז דא א פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגען קאנטינענטעל האל ווייל אברהם סלאנים איז דארט.

מן הסתם אז סיז דא א פראטעסט איז צימערמאן די טשעירמען..

ווער האט בילדער?
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:10 am#169733
איך דארף א ליסטע פון די משתתפי העצרת.

ציממערמאן זעה איך אויפן קליפ, ער שרייט צו זיין געטשקע (נישט דער זעלבער גאט וואס האט געגעבן די תורה פארציילט מיר)
ווער נאך?
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:42 am#169747
איך פארשטיי נישט די פראבלעם מיט צימערמאן וועם שטערט ער אדרבא איך האב הנאה ער קופט מיך ביזי אין די לאנגע זומער שבת נאכמיטאגס אין אינמיטען די וואך ווען איך בין דאון אין ער לעבט מיך אויף שטעלטס ענק פאר וויאזוי וויליאמסבורג וואלט אויסגעקוקט אן דע חברה קודם וואלט געווען זייער זייער זייער אסאך קדושה פראבלעמס עס וואלט געווען א טמא׳נה שטאט אין נאכדעם וואלט עס געווען א דיפרעסטע שטאט אן קיין עקשען בקיצור מען דארף קוקען אויף יעדע זאך פאזעטיוו ער איז די בריח התיכון פון אינזער שטאט :
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:39 am#169767
ATUB @ידען ATUB דא האסטו בילדער, און ווי אזוי דו האסט פאראויס געזאגט איז צימערמאן די אנפירער.
מערק אן אויף די רעכטע זייט ווי איינער שרייט און ווארענט אן א בחור!
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:48 am#169769
קרעקער האט געשריבן:די פראבלעם איז אז אין ווילאמסבורג איז ער דער חשובער יונגעמאן און הרב לאבין וואס האט געגעבען א ניר פאר א אנדערען יוד איז א אויפגעקלערטער און משכיל

אבי גערעדט, אין גם אחד וואס איז אים מחשיב, און פאקט איז ער דער משוגענער פון שטאט. ר׳ אשר לאבין, מיין איך אז רוב וויליאמסבורג ווייסט ניטאמאל פון אים צו זאגען, (חוץ אפשר זייט ער האט געהאט לעצטנס א סעריע פון אינטערוויאס אויף קול מבשר, אבער אויב איך גרייז נישט כאפט כמעט קיינער נישט ווער ער איז און וואס עס איז זיין ראלע). אגב, ווען איינער איז באמת א משכיל (לאפוקי ר׳ יואל אשר וואס איז בכלל נישט דאס) און ער גיט אוועק א ניר פאר א צווייטן, הגם סאיז זייער א שיינע זאך, ווערט ער אבער נאכנישט געכשרט מיט דעם.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:40 pm#169820
היינט
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:40 pm#169838
ראשעקאל האט געשריבן:היינט

פראטאסטירט אקעגן??
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:42 pm#169839
אוטש! איך קוק אן די קליין אומשולדיג בעבי און מיין הארץ גייט אויס פאר אים\איר. וואס איז עס נעבעך שולדיג?
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:25 pm#169885
דאס קינד איז זיכער א העכערע נשמה וואס האט געהאט די זכי׳געבוירען צי ווערן צי אזא הייליגע טאטע
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:51 pm#169904
טעפל האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:היינט

פראטאסטירט אקעגן??

איינעם סלאנים
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:00 pm#169905
אוי וויי טראכט וויזוי דער פראטעסטירט אויפן בעיבי אויב סצו-וויינט זיך אים נאך א פראטעסט און סשטערט אים דאס שלאף.

געווווואאאאלד. א פירצצצצה. הער אויף צו וווווייייינען. גיווואאללדד.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:52 pm#169952
ער איז פארהייראט? פשיהא! זיין פרוי איז דאך א צדיקת! (אדער איז ער גאר דער צדיק?...)
כ'האב אפילו נישט ליב צו זאגן, איבערהויפט ווען דער בר נש איז נישט דאהי און קען זיך נישט פארטיידיגן (אדער דרייט ער זיך יא דא?), אבער מר. צימערמאן האט אלע סימנים פון א גייסטיש קראנקער. :shock:
ניין, איך קען אים נישט פערזענליך. מען קען דאס בולט ארויסזעהן בלויז פון די פאר קליפס אין דעם אשכול. (איך האב ליידער אנגעזאמלט אביסל עקספיריענס מיט גייסטיש-קראנקע לייט.)
נאכאמאל, איך זאג נישט אז ער איז א טיפש, נאר גוט, גוט צודרייט.
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:38 pm#170226
איציק האט געשריבן:ער איז פארהייראט? פשיהא! זיין פרוי איז דאך א צדיקת! (אדער איז ער גאר דער צדיק?...)

יא יא אפשר אינדערהיים לאזט מען אים זיך נישט עפענען דאס מויל, גיט ער זיך אויס אין גאס (נאך אלס נישט קיין תירוץ, זאל ער זיך גיין באהאנדלען...)
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:48 pm#170378
למעשה ווערט ער נישט נאכגעשלעפט נאך די מאדע'ס, ער האט נישט קיין באגאבא
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:08 am#170382
איך ווינטש אים אן קינדער רשעים אפיקורסים נואפים גנבים, פונקט ווי ר' אברהם סלאנים.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:09 am#170383
און ער וואונטשטיר קינדער מיט לאנגע צושטרויבעלטע בערד און צוקראכענע פלאטשיקע ביבער היטן מיט נאסע פיאות א גאנצן טאג, פונקט ווי אסאך ערליכע אידן.
מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:03 am#170412
האלא, קאם דאון, וואס זענען די קינדער שולדיג
לא ימיתו בנים על אבותם