Under maintenance
הויפט זייט » צימערמאן און לאוב קליקע

צימערמאן און לאוב קליקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3649
מיטוואך מאי 01, 2013 10:33 pm#110979
צימערמאן און לאוב קליקע
יעצט הערעך אז צימערמאן האט שוין ווייטער פארפירט און ווען זיינע פילס ווערט נישט גענומען דארף יעדער וויסן און ער איז ווייטער געגאנגען שרייען אין די גאס מיט זיינע צוויי פרענדס איינער לויב און די אנדערע ווייסעך נישט.

כאב געמיינט אז סע שבת ווען איך בין געפארען מיט איינעם אויף בעדפארד און מע האט געמאכט קולות ובהרקים נאך מער ווי שבת און זיי האבען געהאלטען עפעס א סיין.

פאליס איז אויך אנגעקומען דארט און זיי האבען געטרייט צו מאכען סדר, אבער סע שווער געגאנגען.

כאב געמוזט ווייטער פארען. ווער סע דארט געווען קען ווייטער איבער געבען.
מיטוואך מאי 01, 2013 10:35 pm#110980
וואס איז מיט אזא מענטש?

וואס שטיפט איהם צו זיין אזוי צידרייט?

מע קען איהם נישט שטיל מאכען?
מיטוואך מאי 01, 2013 11:01 pm#110996
ידען, דיין חתימה פארענטפערט דיין קשיא......
מיטוואך מאי 01, 2013 11:19 pm#111009
נאך אזעלכע "פריצה'דיגע" פרויען אין וומס"ב פליז :D
m http://db.tt/oZPLE6Uh m
דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:57 am#111142
צימערמאן שרייט ווי א מעני-יאק...

m http://youtu.be/2zjG8ReXAQk m
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:00 am#111145
איבער וואס איז געווען די פראטעסט?
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:02 am#111146
אז מען טאר נישט הערן דרשות פון ציוניסטישע רבנים
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:17 am#111152
ווי איז צימערמאן א תלמיד?

ווער האט עם רעדעקאלייזט?
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:45 am#111172
וואלפה האט געשריבן:נאך אזעלכע "פריצה'דיגע" פרויען אין וומס"ב פליז :D
http://db.tt/oZPLE6Uh

זי האט גאטס.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:47 am#111175
ווען זי האט גאטס זעצט זי אים איין אז ער האט איר געוואלט מאנס זיין
דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:51 am#111202
איך פארשטיי נישט וומסב, סתם ווייל ער האט היינט נישט גענומען די פילען דארף יעדער ליידן? איך האב נאך אזוינס נישט געזען, אלמלא לא ראיתיו לא האמנתיו, אז דאס קען פארקומען דארט
דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:54 am#111207
מאה שערים פארשטייסטו יא? בית שמש פארשטייסטו יא??
דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:57 am#111209
קיינער דארף נישט ליידן, משטעלט זיך אפ, מ'לאכט און מ'גייט ווייטער. אויב איינער ליידט איז צימערמאן גערעכט
דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:16 pm#111449
גנדי האט געשריבן:צימערמאן שרייט ווי א מעני-יאק...

http://youtu.be/2zjG8ReXAQk

ווייל ער איז.
פרייטאג מאי 03, 2013 9:41 am#111546
איבער וואס איז געווען די מאניפאסטאציע?
מאנטאג יוני 24, 2013 11:07 pm#127579
האט א סאך ארבעט פאר די נעקסטע יאר
מאנטאג יוני 24, 2013 11:08 pm#127581
ביי די נייע רעסטעראנט
מאנטאג יוני 24, 2013 11:10 pm#127583
ווי איז דאס?
זיי פראבירן קודם מיט שיינעם
איך וואלט עם עדווייזט צי מאכן א גוטע פייער אינשארענס פאלעסי
מאנטאג יוני 24, 2013 11:11 pm#127584
וואס איז? גרויל אן לי איז שוין א פארגאנגענהייט? עס קומט פאר א התבוללות צווישן שיכטן און קרייזן?
דינסטאג יוני 25, 2013 12:13 am#127620
נולד מאוחר האט געשריבן:ווי איז דאס?
זיי פראבירן קודם מיט שיינעם
איך וואלט עם עדווייזט צי מאכן א גוטע פייער אינשארענס פאלעסי

אדער קען ער דינגען סערוויסעס קא.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:39 am#127643
ידען האט געשריבן:האט א סאך ארבעט פאר די נעקסטע יאר

ווער פון די בילד איז הרב צימערמאן? און איינוועגס זייט שוין אויך מפרסם די אנדערע נעמען פין די מסירת נפש׳דיגע עסקנים פאנג אן פון רעכטס אויף לינקס שכח
דינסטאג יוני 25, 2013 8:48 am#127655
צימערמאן מוחה עד מסירת נפש, ולא עד בכלל...

דינסטאג יוני 25, 2013 9:22 am#127656
איז נישט דער מיט די הויכע היט צימערמאן?
איי נעבעך
וואס איז די פריצות פון די געשעפט
דינסטאג יוני 25, 2013 9:26 am#127657
דער ערשטער, מיטן פלאכן הוט, איז ער דער שד"ר פון מוסדות חמלה ואמונה?
דינסטאג יוני 25, 2013 9:38 am#127659
א הענטל פון די גלעזער פעלט אים, נישט געקענט זיין מער צוגעפאסט פאר דעם פראטעסט.
דינסטאג יוני 25, 2013 10:40 am#127668
זייער M ענדעלט און Mcdonalds M. Mikflieshieg האט אויך געהאט אזא סארט M און האט עס געדארפט אראפ נעמען.איבער פרינטען אלע מעניוס אן די M.
דינסטאג יוני 25, 2013 10:51 am#127673
זאל יעדער טוהן וואס ער וויל, אבער אין אידיש גערעדט, ליל שבעה עשר בתמוז איז עפעס נישט אזוי געאייניגט פאר אזא event.
דינסטאג יוני 25, 2013 11:41 am#127687
איך האב מיך געפריידט אז עס עפענט זיך די רעסטאראנט, אבער ווען איך בין דורך געגאנגען בערך 9:30 (נאך פאר די מוחים זענען אונגעקומען)עס האט אויסגעקוקט ווי א הענג אוט, האב איך געזען אז דאס איז נישט פאר מיר,

און ווען איך האב געזען ווי די מוחים שרייען אז עס איז י"ז בתמוז און מען טאר נישט עסן מיט מוזיק (עיין הלכות ט' באב, נאר ביי א שמחות חתן וכלה) האב איך פארשטאנען די מוחים
דינסטאג יוני 25, 2013 11:59 am#127700
נאך פונעם פראטעסט.
דינסטאג יוני 25, 2013 12:04 pm#127703
פון איין זייט שטייען ערליכע אידן, אלביאיט עטליכע פון זיי עקסטרעים. פון די אנדערע זייט זעה איך מגולחים וואס ווילן קייען סטעיק א גאנצן טאג און נאכט. ס'שווער נישט מיטצושטיין מיט די ערליכע
דינסטאג יוני 25, 2013 12:07 pm#127706
ס'דא א מיטל וועג.
דינסטאג יוני 25, 2013 12:58 pm#127738
קאווע טרינקער האט געשריבן:ליל שבעה עשר בתמוז איז עפעס נישט אזוי געאייניגט פאר אזא event.

צ"ל "געאייגענט".

קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'דא א מיטל וועג.

תם מה הוא אומר מה זאת, ביטע זיי מסביר, וואס וואלסטו געטון,
תורה הוא וללמוד אני צריך (נישט אז איך שטיי מיט צימערמאן, נאר סתם כ'וויל וויסן).
דינסטאג יוני 25, 2013 1:00 pm#127741
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'דא א מיטל וועג.

דא זעה איך 2 וועגן, לייג ארויף אויפן קליפ א מיטעל וועג העמיר זעהן דאן
דינסטאג יוני 25, 2013 1:03 pm#127746
מאך דיך נישט פאר א תם.
פארשטייס אליינס אז זיך אוועקשטעלן שרייען איז נישט קיין וועג.
און פרעסען בשר בחוצות עיר צוזאמען מיט ניקולשבורגע חסידים, מיט מוזיק, בליל שבעה עשר בתמוז, איז אויך עפעס נישט געאייגענט פאר אן אדם מן משורה.

די מיטל וועג? קיין מיטל.
געפעלט דיך נישט דעם געשעפט, טרעט נישט איבער איר שוועל.
געפעלט דיך יא, קויף דיר איין בשר כאות נפשך.
דינסטאג יוני 25, 2013 1:13 pm#127749
איך האב נישט ארויס די מציאות פון די נעכטיגע נייע רעסטוראנט און פון די מעכטיגע מאסן דעמאנסטראציע ברחובה של עיר גדולה לאלקים

אבער באופן כללי, ווער זאגט אז די סיבה פארוואס די פלעצער ווערן פארוואנדלט אין א ארט פאר מגולחים איז נישט צו פארדאנקן די סארט מוחים-סיקריקים.
ווייל זיי זענען מוחה אויף די פלעצער, שפירן די מגולחים פאר וויכטיג אהין צו קומען און זיך אננעמן פאר די געשעפט, און אויטאמאטיש הוליעט מען און מפרעסט על אפם וחמתם פון די מוחים.

די פאקט ווייזט אז די מוחים קומען אן שרייען אפילו אין אזעלכע מקומות ווי די מגולחים דרייען זיך נישט. אחוץ אויב דו ווילסט מיר זאגן אז די אלע פרויען אין די קליידער געשעפטן ווי מאיז מוחה, זענען באמת מענער, נאר זיי האבן זיך אפגעשוירן די בערד.
דינסטאג יוני 25, 2013 1:27 pm#127752
שלשלת :like זייער גוט געזאגט
דינסטאג יוני 25, 2013 1:44 pm#127758
זר זהב האט געשריבן:פון איין זייט שטייען ערליכע אידן, אלביאיט עטליכע פון זיי עקסטרעים. פון די אנדערע זייט זעה איך מגולחים וואס ווילן קייען סטעיק א גאנצן טאג און נאכט. ס'שווער נישט מיטצושטיין מיט די ערליכע

מ'דארף ארבעטן שווער צו זיין א נארמאלער מענטש.
דינסטאג יוני 25, 2013 2:03 pm#127764
פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?
דינסטאג יוני 25, 2013 2:04 pm#127765
מ'האט זיי נישט פארטריבן, זיי זענען אליינס אוועק
דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:17 pm#128616
נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?

ניין
דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:37 pm#128631
boxcover האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס פארטרייב זיי די פאליס? מ'דארף א פערמיט צי שרייען געוואלד?

ניין

ביינאכט טאר מען נישט מאכן קיין נויז.
זונטאג יולי 14, 2013 1:55 am#133236
ער איז נישט שולדיג!!
זונטאג יולי 14, 2013 2:01 am#133237
זעט אויס טרעיוואן מארטין האט אפגעבראכן דעם הענטל פון זיינע ברילן.
זונטאג יולי 14, 2013 2:04 am#133239
א פארעלעל צווישן צימערמאן-צימערמאן; ביידע שפירן פאר וויכטיג צו פאטראלירן מינאראטעטן אינערהאלב א פארמאכטע גרופע...
זונטאג יולי 14, 2013 2:14 am#133242
אפשר דארף מען מוחה זיין אויף דעם פארגויאישטן נאמען George
זונטאג יולי 14, 2013 2:15 am#133243
משה געציל האט געשריבן:א פארעלעל צווישן צימערמאן-צימערמאן; ביידע שפירן פאר וויכטיג צו פאטראלירן מינאראטעטן אינערהאלב א פארמאכטע גרופע...


ביידע וואלטן געהרגט וועם ס'לאזט זיך, ווען זיי קענען נאר.
זונטאג יולי 14, 2013 3:25 am#133267
אודאי איז ער נאט גילטי. שולדיג זענען די עלטערן און מחנכים וכו',
זונטאג יולי 14, 2013 9:32 am#133277
סאשי פיש האט געשריבן:ער איז נישט שולדיג!!

קודם איז ATUB @סאשי פיש ATUB געווארן ק״ש׳ס אפיציעלע דזשורנאליסט, און יעצט א גראפיקער. איך גיי אריינלייגן א מזל טוב אין די דבר יום ביומו.

אגב, איך מיין אז די אשכול קומט אין די שמייכל אפטיילונג.
זונטאג יולי 14, 2013 1:58 pm#133368
boxcover האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:ער איז נישט שולדיג!!


אגב, איך מיין אז די אשכול קומט אין די שמייכל אפטיילונג.


....וירא שמים יוצא ידי שניהם..
מיטוואך יולי 31, 2013 3:47 pm#137517
ב'ה מען לויפט נישט אויס פון איידיעס.. אז עס עפענען זיך נישט קיין נייע געשעפטן טרעפט מען עפעס אנדערש וואס צו טוהן. נאר אזוי!