Under maintenance
הויפט זייט » צימערמאן און לאוב קליקע

צימערמאן און לאוב קליקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3649
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:41 am#227027
מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 8:46 pm#227335
ערב יום כיפור ביי די קנאים!
זונטאג אקטאבער 05, 2014 9:49 am#227383
אתא קלילא האט געשריבן:ערב יום כיפור ביי די קנאים!


אזעלכע שיינע פארצייטישע נעמען, סלאנים, בלוי, שישא, פאפענהיים, ווי פאלט דארט אריין א קעסטענבוים?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:07 pm#227493
הפתרונים ללאוב ולצימרמן וכת דיליה המטורפים
זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:15 pm#227496
אליעזר קעסטענסוים איז א פעטער פאר ציממערמאן ( זיין אטע איז אן איידעם דארט ווי אליעזר איז אן איידעם) אלס קינד האט ער געוואינט אונטער איהם אויף 36 Ross ס'דא וואס זאגען אז אליעזר האלט איהם אויס
זונטאג אקטאבער 05, 2014 5:05 pm#227513
אין פון די געלט וואס זיין פעטער האלט עם אויס דריקט ער די פאשקוילען קעגען עם?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:07 pm#227612
אפשר דארף מען מאכן א פראטעסט קעגן צימרמאן פארן נעמען געלט פון א חופר קברים/זאמט?
איך בין זיכער אז פאר א דולער אדער צווי וועט צימערמאן האלטן א סיין קעגן זיך.
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 10:02 am#227665
צו אליעזר האלט איהם אויס ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז ער איז זיין פעטער און נישט סתם א פעטער וואס וואוינט אין די מרחקים און מען זעהט זיך איינמאל אוין דריי יאהר נאר א פעטער וואס וואוינט אין די זעלבע בילדינג פון זיינע עלטערען
מען דארף זיין טאטאל משוגע אזוי זיך אויף צןפירען צו אזא פעטער
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:09 pm#230142
עס וואלט מיר געווען גאנץ אינטערסאנט בעסער צי ארויסהאבן מה מהותו פין דעם ר׳ יואלישן

ווען איך זע אים אמאל אין גראסערי ווי ער וויגט א קינד אין א קערידזש מיט א ראויגקייט אין צי די זייט מיט זיין קליין בחנטע אינגעלע אין איך הער ווי ער רעד אפן סעל וויפל סעלערי וויפל סקוואש
איך וועל נישט איבערגיין די גאנצע ארדער (איך געדענק שוין במילא נישט אלעס)
איך קיק מיך צי פין די זייט אין איך פראביר עס פראפיילען מיט די מענטש וואס איך האב נארוואס געזען אויפן גאס ביי די עבודת הקודש
ווי אזוי שעלט מען דאס צאם?
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:21 pm#230144
ער איז בעצם א לב טוב (אדרבה פרוביר איהם צו בעהטן א טובה) נאר ער איז נעבעך משגע.
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 5:11 pm#230150
ער האט היינט געהאט א קאורט קעיס מיט וויטריאל דאס איז א המשך ווען ער האט נאך געשריגען דושינסקי
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:15 pm#230174
ריכטיג האט געשריבן:ער איז בעצם א לב טוב (אדרבה פרוביר איהם צו בעהטן א טובה) נאר ער איז נעבעך משגע.


א ריכטיגע משוגענער קען זיך מאכן נארמאל?
מיר זעט ענדערש אויס ווי ער מאכט זיך משוגע כדי צי האבן א היתר אויף זיין אויפירונג
[כאטשיג אויף למעשה איז א קנאפע חילוק..]
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:19 pm#230178
אויף דעם זאגט די וועלט ''יעדער שמויגער 'פאר זיך' טויג ער''.
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:28 pm#230229
איך האב נישט געוואוסט אז דער צימערמאן איז א גאנצע מציאות...
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:17 am#230301
קאסטנער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:ער איז בעצם א לב טוב (אדרבה פרוביר איהם צו בעהטן א טובה) נאר ער איז נעבעך משגע.


א ריכטיגע משוגענער קען זיך מאכן נארמאל?
מיר זעט ענדערש אויס ווי ער מאכט זיך משוגע כדי צי האבן א היתר אויף זיין אויפירונג
[כאטשיג אויף למעשה איז א קנאפע חילוק..]

ס'איז מיר שווער מסביר צו זיין מהות שגעונו... באטראכט איהם אביסל מער ס'איז נישט שווער צו פארשטיין...
און ניין, ער מאכט זיך נישט, ער מיינט עס נעבעך ערנסט.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:14 pm#232815
אקעגען איבער סאטמער מהרז״ל הויז.
אינטעראסאנט אז זיי האבען נישט מורא!
מערק אן ישראל קאפקע די צווייטע פון לינקס
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:32 pm#232825
נו גילוי!

(צווייטע לינקס, וועלכע בילד, וואו? איך וואונדער זיך וויאזוי דו משלסט מיר אויס אין דיין קאפ. ;))
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 4:10 pm#232837
בעיקבתא דמשיחא (היינטיגע צייטן) וועט זיך דאס חסידות פון איין צד אויסדרוקן נאר מיט'ן התנגדות צום צד השני. אבער אז מ'איז מבזה דעם אייגענעם רעבי'ן שטערט קיינעם נישט. ווייל ווען יא וואלט שוין נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון דעם צודרייטן, פאררוקטן מטורף , יואלי צימערמאן וסייעתו. ס'איז שרעקליך שאקירנד די סיינס וואס די מטורפים האלטן אקעיגן מהרז"ל.("ימ"ש", וכדומה). ווען וועלט וואלט געוועין וועלט, וואלט מען זיי צוריסן צוזאמען מיט זייערע סיינס...!
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 4:22 pm#232838
דאס איז אזוי נישט גערעכט, דער ציממערמאן קומט קיינמאל נישט קיין בורו פארק אונטהאלטן די עולם.
די יעצטיגע וואלן קומען פאר אין בארא פארק, פליז טאמער איינער קען בעהטן ציממערמאן קומען אויף בארא פארק,
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 4:25 pm#232841
בארא פארק האט גענוג עקשאן היינט, מען דארף עפעס געבן פאר ווימ"ס אויך...
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 5:42 pm#232857
די סעקיוריטי איז מטעם וועם?
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 8:14 pm#232890
מטעם צימערמאן'ס געהענגל
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 8:43 pm#232895
לאליפאפ האט געשריבן:מטעם צימערמאן'ס געהענגל

ער האט געלט דאס צו פינאנצירן? דאס איז נישט ביליג...!
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:06 pm#232934
כ'בין היינט דורכגעפארן דעם פראטעסט און זיך אפגעשטעלט קוקען (מ'קען מיר גראדע זען אויף די אונטערשטע בילד ווייט לינקס מיט די ווייסע העמד און זון-ברילן). כ'מוז זאגן כ'האב ממש געקוועלט. כ'האב אינטערגעהערט ווי אפילו אזאנע וואס זעען אויס ווי טומן ידו בצלחתניקעס, פארפרומטע שבת שרייער, רעדן זיך אפ און שעלטן די סיקריקים און מחללי שם שמים. כ'בין געשטאנען און געקוואלן ווען מיין הארץ שרייט אין מיך "ראו בנים שגדלתם!" יא, עטס טערארזירטס דעם שטאט און לאזט נישט לעבן און דא איז עס צוריק אנגעקומען צו ענקער טיר! זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן אז אזעלכע הפגנות זאלן זיך מערן עד שלא יספר מרוב ונאמר אמן. אפשר וועט דאס זיי אביסל מאכן טראכטן. אפשר.
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:04 am#232967
ציממערמאן פארלוירן
תועבה געזיגט!!!
נא.... ווער לייגט זיך איבער?...
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:30 pm#245146
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 3:43 am#246841
וואס איז די מעשה מיט די סטאר? וואס פינטלעך איז די פראבלעם?
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 3:50 am#246843
זייער פראבלעם איז לויט ווי איך פארשטיי אז זיי האבן זיי נישט קיין אינטערנעט און זיי האבן צופיל ליידיגע צייט און אז מ׳האט נישט קיין סיפוק החיים און מ׳איז טויט דעפּרעיסט שרייט מען ווי א צודרייטער ל״ע , :נעבעך :cry: :?
וויפל קאווע קען מען דען טרונקען אין איין טאג ? :roll:
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 9:38 am#246852
שבת אחים האט געשריבן:וויפל קאווע קען מען דען טרונקען אין איין טאג ? :roll:

די ווילסט נישט וויסן... דאנקען גאט אז ער האט אינז געגעיבן אזא ארטיקל ווי קאווע,אזוי זענען זיי כאטש אמאל שטיל.
צי זיין באווארענט פין די חברה אז זיי זאלן נישט פראטעסטירן אקעגן דיין געשעפט וואלט לכאורה געווען די בעסטע צי עפענען טאקע א קאווע געשעפט (מיט א הכשר נישט פין בד"ץ- ציוינים אין נישט היתאחדות,)
זונטאג יאנואר 18, 2015 1:11 am#248579
א ווידיא וואס א פרוי האט אפגעכאפט בצינעה צייגט וויאזוי איינער פין די סוקריקים שטעלן איר אפ פארן חטא פין נישט גיין אינגאנצן ציגעדעקט,
מערקט ווי די דזערנאליסט ווינדערט זיךנאכן ריקארדירונג ווער עס ווערט אנגעצינדן פין א א טראפ אויפגעדעקט... , גיי לערן מיט א גוי רש"י...

m http://m.youtube.com/watch?v=v6Z3wRBqPCU m
מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:13 am#248792
יעצט דרייט זיך ארים א קליפ ווי די משוגאים רעדן אויפן לײַבאוויטשען רבין כל דבר אסור ר"ל
מאנטאג יאנואר 19, 2015 9:01 pm#248950
ווער איז די זכר וואס שרייט דארט?
מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:18 am#250115
m https://www.facebook.com/video.php?v=42 ... =2&theater m

נאך א מחזה הוד ואס איז ווערט צו קיקען....
מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:35 am#250137
"טויטע פייגער משיח שקר ימח שמו וזכרו..."

"דער כופר בעיקר משה... שם רשעים ירקב שרבייט אין זיין ביכל מועדים וזמנים... עפרא לפומיה"

די לשונות דארט גייען בטעם העליון. דאס זענען לשונות פון הסברה אדער מחאה?

ג ע ו ו א ל ד ! ! !
מאנטאג יאנואר 26, 2015 12:22 pm#250153
איינער האט שוין אמאל אויסגעפינען צו וועם דער שפעטיווקער 'רעדט' אויפן טעלעפאן ביי יעדע מחאה? אפשר צו דער ישיב''ק בחור אינעם בלאט אפיס וואס שרייבט די בריוון?
מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:25 pm#250162
דער צימער-קלאטץ האט שוין אמאהל געכאפט פון עמיצן א זאפטיגס אויפן באק אד שווארצע ברילן זיינע זענן געפלויגען?
דער איז נעבאך אזוי נישט אין דער ארדענונג, מען דארף פשוט געבן אביסל אויפן אינטישטען.... און די נערן זיינע וועלן זיך א ביסל שטילן......
דינסטאג יאנואר 27, 2015 4:49 pm#250477
פון די היינטיגע דבר יום ביומו
ווער באצאלט די אלע זאכן? איז עס די זעלבע צימערמאן קליקע?
דינסטאג יאנואר 27, 2015 4:51 pm#250478
סא מען טאר נישט זאגן די "אייבישטער"!
דינסטאג יאנואר 27, 2015 5:06 pm#250483
מיינסט אודאי צו זאגן "אויבישטער"
דינסטאג יאנואר 27, 2015 5:08 pm#250484
קאך_לעפל האט געשריבן:דער צימער-קלאטץ האט שוין אמאהל געכאפט פון עמיצן א זאפטיגס אויפן באק אד שווארצע ברילן זיינע זענן געפלויגען?
דער איז נעבאך אזוי נישט אין דער ארדענונג, מען דארף פשוט געבן אביסל אויפן אינטישטען.... און די נערן זיינע וועלן זיך א ביסל שטילן......


זעהט אויס אז יא ווייל א שטיק צייט האט געפעלט א הענטל פון זיינע ברילן
דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:53 pm#250540
וואָס איך וואלט געגעבן צו זיצן אין זייער מיטינג ווי זיי באשליסן וואס\ווער דער נעקסטער ציל פון א "ציממערמאן" באהאנדלונג איז.
דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:57 pm#250542
וויליאמסבורגער האט געשריבן:פון די היינטיגע דבר יום ביומו
ווער באצאלט די אלע זאכן? איז עס די זעלבע צימערמאן קליקע?

פאלש. נישט געווען אין דבר יום
זונטאג פעברואר 01, 2015 12:00 pm#251082
קעגן UPK
זונטאג פעברואר 01, 2015 3:24 pm#251102
ווער איז דער וואס זיצט אין קאר? איז ער איינע פון די "קליקע" אדער טוט ער דאס פאר פרנסה?
זונטאג פעברואר 01, 2015 4:02 pm#251106
עס איז דא א וידיאו ווי איינער ווילן צוכאפן די סיין און ער סטראשעט מיט מעיס
זונטאג פעברואר 01, 2015 7:55 pm#251146
ראשעקאל האט געשריבן:עס איז דא א וידיאו ווי איינער ווילן צוכאפן די סיין און ער סטראשעט מיט מעיס

https://www.facebook.com/video.php?v=1404275456540377&set=vb.100008738085229&type=3&theater
מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:10 pm#251295
מה שמו?
מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:26 pm#251301
Hershkowitz