קאר גנב אין וויליאמסבורג ארעסטירט
סוף גנב לתליה..
תושבי וויליאמסבורג האבן זיך אויפגעוועקט די לעצטע וואך צייט ווען יעדן אינדערפרי האט מען נעבעך געהערט פון אנדערע אידן וואס מען האט אדער געגאנבעט זייער קאר, אדער ארויסגעגאנבעט טייערע חפצים פון די קאר, און ביי 1 פאל איז געווען ביידע ווען מען האט פארגעגאנגענעם שבת געגאנבעט פון הצלה וואלונטיר ר' זלמן גלויבער זיין מיני ווען מיט די טייערע הצלה חפצים וואס איז געליגען דערינען, סאיז שוין געווען אזא מצב ווי מען האט שוין נישט געפרעגט וואס איז געשען, נאר ביי וועם איז עס די נאכט געשען..
די געטרייע קארדינעטער'ס פון חברה שומרים זענען געווען אנטשלאסן צו כאפן דעם גנב און אפראטעווען אידישע נכסים, געטרייע שומרים וואולנטירן זענען יעדען טאג אראפ צו די געליטענע גענומען די קעמרע'ס פון די געגענט און פארשטייט זיך געמאכט זיכער אז יעדער מאכט א פאליס רעפארט אזוי ווען מען וועט אי"ה כאפן די פארברעכער, קענען די פאליס אים תכף ארעסטירען על שם דעם פאליס רעפארט.
פארשטייט זיך אז די עיקר ארבעט איז געווען זיך דרייען ביינאכט שטילערהייט און מיט א געניט אויג כאפן דעם גנב אן דעם וואס ער זאל באמערקן און אפיאגן, סא די לעצטע פאר נעכט און פארשטייט זיך די נאכט האבן די העלדישע קארדינעטער'ס פארריפן בערך 10 וואלונטירן און מען האט צוטיילט די גאסן, ווי יעדער האט זיך געהאלטן אין זיינע פאר גאסן און געהאלטן א געניט אויג צו כאפן דעם געזיכטן פארשוין.
און יגעתי מצאתי תאמין, בערך 2:45AM האט די מעמבער וואס זיין פאזיציע איז געווען ביי די פלאשינג X סקילמאן געגענט געזען והנה דער פארשוין איז צוריקגעקומען און תכף געלאפן ווייטער פון קאר צו קאר שלעפן די הענטלעך פון די טירן,און פון יעדע קאר וואס איז געווען אפען האט ער ארויסגענומען טייערע חפצים, און מען האט נאכגעקוקט האט מען געזען ווי ער טראגט די געגאנבעט חפצים צום נעקסטען גאס ווי א שותף לדבר מצוה ווארט אים אפ מיט נישט קיין אנדערע קאר נאר מיט די מיני ווען פון די הצלה וואולנטיר ר' זלמן גלויבער, די העלדישע וואלונטירען האבן תכף ארום גענומען יענע צוויי גאסן און אלאמירט די פאלציי ווי מען האט ביידע געכאפט רעד הענדעד "אין" די מיני ווען פון ר' זלמן ב"ה.
די פאליציי אויפן צענע האבן נישט געקענט גלייבען וואס זיי זעין ווי אזא שטארקע קעיס איז זיי געקומען אין הענט אריין ווי א מתנה, א דאנק די געטרייע ארבעט פון חברה שומרים די לעצטע טעג און נאכט, די 79 סארזעשנט אויפן צענע האט זיך אויסגעדריקט פאר די שומרים קארדינעיטער'ס אז ער זאל שיקן די וואולנטיר זיך לייגן ווייל ער קען ניצן מארגען הילף אין אנדערע געגענטער..
שומרים הפקד לעירך....
ק/פ
ביים גנב׳ען

ביים געכאפט - ארעסטירט