Under maintenance
הויפט זייט » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
109 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
מאנטאג אפריל 22, 2013 4:12 pm#107695
נעה מנשה איך זעה נישט קיין שום עם הארצות אין איחוד'ס ווערטער

תא שמע, הער מיר אויס וועל איך דיר מסביר זיין, אז אזוי ווי אין סקווירא טייטשט מען נישט אפ דאס ווארט "חסיד" אזוי ווי אין אבות און אין די גמרא בכלל.
אזוי אויך ווען מען ניצט די טערמין פון "חסיד שוטה" דארף עס אויך נישט זיין פונקט ווי די כונה פון מסכת אבות.
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm#108538
דער בחור האט זיכער נישט קיין איינטריט צום געוועב, איינעם האט מען זיכער געראטעוועט פון הורדה למטה.
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:30 pm#108542
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:נעה, זיי האבען ממילא געאסר'ט זיין ספר.
ממילא?

היות אפילו מיט דיין אננעמען זיך פאר דעם רעבין, האט מען נאך אלץ געאסר'ט דיין ספר, איז פארוואס ביסטו א חסיד?

אלא מאי ביסטו א חסיד שוטה.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:57 pm#108756
ווער האט עס גע'אסר'ט? מ'פארקויפט עס אין אלע געשעפטן אין סקווער
און זייט ווען איז מען א חסיד נאר אויב אלעס איז פונקט ווי איך וויל?
און א חסיד שוטה מיינט, איינער וואס פרום ווען מ'דארף גאר עובר זיין אויף א עיקר דין מן התורה, דהיינו, אויב איינער שטייט ביי א וואסער און א פרוי דערטרונקט זיך, מוז מען גיין ראטעווען און ווער ס'וויל נישט אלץ חסידות איז א 'חסיד שוטה', אבער איינער וואס האט אמונה אן קיין פניות, איז א חסיד שוטה? וואס דען מיינט א חסיד?
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:10 pm#108760
א צדיק איז איינער וואס פירט זיך לויט דער דין, א חסיד איז איינער וואס פירט זיך לפנים משורת הדין..

פארשטייט זיך אז דיין צדיק איז א חסיד דער אנדערע וועג, און פירט זיך פחות משורת הדין.....
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:51 pm#108777
א חסיד איז א סקווערע חסיד, א אפיקורס אז א סאטמארע באלעבוס.
ס'נישטא קיין ריינערע מסורה, הן אין חסידות, הן אין קולטור, ווי דאס חינוך אין סקווירא, נישטא אזא אויפגעבלאזענע איי ווי די מתנגדי דור ודור.

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו, והקב''ה מצילנו מידם
- דער אייבירשטער אלוקי האבות הקדושים, וואס דער סקווערע רבי איז ממשיך בדרכיהם ובמסורתם בעוז ותעצומות - איז מצליח אין גרויסן צו פירן א מיליטער פון אנשי חיל לפי וואס זיין טאטע האט געצילט און זיין לעבן געגעבן דערויף.
ממילא וואס די גרינע ווערים שפייען, און זאגן אויף זיס ס'זויער, זאגן אויף הייליג ס'ביליג. טוישט נישט די מציאות, סקווירא איז א מציאות און קיינער האט עס נישט געטוישט און קען עס נישט טוישען ווייל ס'איז קדושה וואס איז נצחיות.
אויב איז שייך אז מ'האט בושה דערויף, וואויל אזעלכע בושות אויב איז שייך אז מ'ווערט אנגערופן שוטה בחינם, מוטב שיהא שוטה בפני הבריות ואל תהי רשע לפני המקום אפילו שעה אחת.
ס'איז היינט נישטא ווער ס'קען זיך פארגלייכן מיט די הייליגע שטעטל סקווער אין איר ארגינעלע שיין און אויטענטישקייט, ממילא אז מ'רעדט און מ'פלאפערט אויף איר ביכער מיט לאזונגען, איז עס בלויז פון שנאה מחמת קנאה.
איז יצא עיניך, רעד ווילאנג ס'ציט זיך דיינע שפייעכטס פעדעמער.. ווייל טאמער איז עס נישט קנאה נאר עקל וואלסטו נישט אזוי געפאטשעקט און גערעדט דערפון. אלא מחוורתא, די קרענקסט פון קנאה איז קרענק אין פריידן ואחנו ניכנס לחיים ולשלום בדרך אבותינו נלך בדרך התורה המסורה נלך, חסידים ילכו בם ומתנגדים יכשלו בהם. אמן וקל להבין.
פרייטאג אפריל 26, 2013 9:04 am#108957
קיין שום קל להבין דא. שטיין אין האקן און שעלטן יעדעם וואס גייט נישט אין שפאן מיט סקווירא, אדער זעהט נישט איין די הערליכקייט פון דארט איז נאכנישט קיין אפיקורס.
כ'גיי נישט אריין צו מ'זאל זיצן און שטעטל און פייטן די סיסטעם, אבער איינער וואס זיצט אינדרויסן און איז נישט זעהט נישט איין די ניסים ונפלאות וואס געשעהט אין סקווירא איז נאכנישט קיין שוטה און קארץ-קעפיג
פרייטאג אפריל 26, 2013 2:30 pm#109056
דא קען מען הערן און זעהן אביסל וואס גייט פאהר אין סקווער
דא קען מען הערן און זעהן אביסל די רדופת וואס גייט פאהר אין סקווער


m http://inskver.blogspot.com m
פרייטאג אפריל 26, 2013 4:53 pm#109095
שעפטל האט געשריבן:קיין שום קל להבין דא. שטיין אין האקן און שעלטן יעדעם וואס גייט נישט אין שפאן מיט סקווירא, אדער זעהט נישט איין די הערליכקייט פון דארט איז נאכנישט קיין אפיקורס.
כ'גיי נישט אריין צו מ'זאל זיצן און שטעטל און פייטן די סיסטעם, אבער איינער וואס זיצט אינדרויסן און איז נישט זעהט נישט איין די ניסים ונפלאות וואס געשעהט אין סקווירא איז נאכנישט קיין שוטה און קארקעפיג
otr
פארוואס איז עס נישט קל להבין, אז דא איז פארהאנען איבער טויזענט תושבים, וואס לעבן א העכערע לעבן, מיט קדושה וטהרה אמונה וחסידות. און אט אפאר יונגאטשעס, וואס זענען ארויסגעפאלן, פונעם תיבת נח - כדברי דער אלטער רבי ז''ל, אז ווער ס'וועט נישט באלאנגען אין שיכון וועט ארויספאלן פונקט ווי ביים תיבת נח.
קיינער שעלט נישט קיין פרישע קללות, ס'איז די קללות און חרם פונעם חז''ל, אקעגן מהרסי הדת, און פורשי מן הציבור, הולכי רכיל און מבזה שם שמים, און קיינער האט ניט צוגעלייגט קיין פרישע שעלט ווארט מער ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה המסורה לנו מדור דור.
ווער ס'שמעקט נישט, ווי א ציבור יודען לעבן אויפן וועלט מיט א העכערע גייסט, און שפעט און קילט אפ אנדערע, האבן שוין געקריגן דעם מעסידטש פון גאר פריערדיגע רבנים, ווי צום ביישפיל הרב זלמן אונגאר - דומ''ץ סקווער לשעבר. ער האט געלאזט צוואה נישט איבערצולאזן דעם ראש הכת 'אהרן יודא סיגל' און זיינע נאכפאלגער ביי די נעמען, א טייל גרושים און א טייל אויפן וועג פון א גט.
זיינע משרתים ואשר משרתיו די אלט גערייכערטע בחורים ווי צום ביישפיל מוטי סורקיס וואס האט זיך אויסגעשנאצט דאס נעזל מיטן אויסקליידן זיך אין קורצן גרעיען סוט.
די מיידלעך לויפן עהם נאך אין די גאסן... אבער עפעס זענען זיי צוגענאגעלט צום שול הויף און קענען נישט דעם זיפער עפענען...
אינטערעסאנט אבער אמת, אז אין גארביטש קען טרעפן זיך אלע שרצים א אחדות זיץ, סיי די עלטערע מורדים און סיי די פרישע 'פארווייטאגטע'.. טינקן אינעם זעלבן שיסל הערינג און שעלטן דעם סיסטעם בלע''ז..
אבער פארפאלן, דאס רוב איז העפי און הייליג צופרידן, דאס מיטל פון פארשפרייטן שמוץ און בלעטער ווי אימער, וועט נישט אפשטעלן דעם רבין און זיינע חסידים זיך מוסר נפש זיין פארן וואוילזיין פונעם רוחניות'דיגער גייסט און הייליגע מסורה וואס ווערט אפגעהיטן ווי דאס שווארץ אפעל.
אמת טאקע אז מ'וואלט געדארפט מאכן א א ריכטיגע בירור, און אויסקלינען אסאך 'איינגעשטעלטע' וואס דינען שתי פנים, און רעדן זיך עפעס איין אז זיי נארן איינעם, אבער אונזער וועג איש נישט אלימות און נישט טעראריזם, אבער ההכרח לא יגונה, אז מ'מוז לעשן א פייער איז נישט דאס וועג צו קוקן דעמאלטס געזעצן, מ'לעשט שנעל ווען עס ברענט שטארק.
חסידי סקווירא פראבירן ווי ווייניגער צו פאטשקענען מיט די פסולת, אבער ווען עס הייבט אן אריינדרינגען צווישן אונזערע בחורים און קינדער, מיזן מיר טוהן נגד ההרגל, און קיין זאך וועט נישט גובר זיין די פאקל און ברען וואס דער אלטער רבי האט אנגעצינדן דא און ווערט מער צופלאמט דורכן הייליגן רבין זאל לעבן און מאריך ימים זיין על ממלכתו בנחת.
ווער עס רירט אן די אש קודש, ווערט נכלל אינעם עונש פון חז''ל המלעיג על דברי חכמים נידון 'ברותחין'.. יא ברותחין.
ס'קאסט אמאל אז עטליכע ליידן דערויף, פארן פרייז פון זייער אייגענע קנאות דקדושה, אבער די טיף איינגעווארצעלטע 'טיק' און זיינע אייטערדיגע לאפעס ווערט אבער אויסגעריסן מנחלת הקודש. ס'רייסט אמאל שטיקער פלייש מיט, אבער כאטש נאכן אפעראציע איז דער שרץ כאטש נעלם.
ממילא איז קל להבין ובגדול
זונטאג אפריל 28, 2013 3:39 am#109209
מנשה, זיי ממשיך. ווי מער דו שרייבסט אלס מער קל ווערט להבין.
זונטאג אפריל 28, 2013 4:13 am#109220
בקיצור לויט דיר מנשה'לע האב איך פשוט נישט געהאט די זכי' צו ווערן א סקווירא'ר. מיין זיידע אלס סאטמארער בעל בעתישער איז גאר אן אפיקורס ווייל ער האט מער איינגעזעהן אין די סאטמארע רבי'ס ווי אינעם סקווירא רבי. אונזער מסורה איז עפעס שטימפיג, אבער ענקער איז ריין ווי שמן זית.
וואס זאל איך דיר זאגן? יא די רבי מאכט גאנץ א גוטע דזשאב (כ'האלט נישט אז ס'איז א פרעזענדליכע אטאקע, ווייל דו ביזסט גאר שטאלץ דערמיט..). זאל ער נאר לעבן ביז משיח'ס טאג ווייל דערנאך גייט נאר איין זון ווייטער האבן די כתית למאור און ס'אנדערע וועט ליידער שוין נעמען פונעם צווייטן שטייסל..
זונטאג אפריל 28, 2013 3:26 pm#109381
סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם
זונטאג אפריל 28, 2013 3:28 pm#109385
OMG

:lol: :lol: :lol: :lol: :דמיונות: :דמיונות: :דמיונות: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד:
זונטאג אפריל 28, 2013 4:42 pm#109441
זר זהב האט געשריבן:OMG

:lol: :lol: :lol: :lol: :דמיונות: :דמיונות: :דמיונות: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד:

:like :lol: 8-) :) :P :!: :מלאך :קלאטש :גוווט: :ביי :דאבללייק: :בארד: :האהא: :ברייטשמייכל: :בייביי: :עקסטאז: :לאךהויך: :געוואלדיג:
זונטאג אפריל 28, 2013 4:44 pm#109444
לכאורה איז מנשה גערעכט, ער האט געלייגט מער קערעקטאר'ס...
זונטאג אפריל 28, 2013 6:17 pm#109504
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס "אלע" רבנים לויפן קיין סקווירא, לדוגמא כ"ק רשכבה"ג רודף מן הכבוד אדמו"ר מלימנוב שליט"א, און פוסק הדור גאב"ד גאמב... (סליחה שכחתי שמו)
זונטאג אפריל 28, 2013 8:54 pm#109557
און ווער נישט..
זונטאג אפריל 28, 2013 10:51 pm#109641
עולם הפוך נעבעך. אנשטאט מנשה זאל זיך די נאז אפווישן מיט חרפה וואס דא איז געשען שטייט ער ווי א מאראן און קריגט זיך מיט די גאנצע וועלט. ווי טוויסטעד קען איין מיינד זיין?
זונטאג אפריל 28, 2013 11:09 pm#109652
אחד היה אברהם, אקעגן א גאנצע דור הפלגה אנוש ומבול. עבד אברהם אנוכי האבן זיינע חסידים געזאגט אן קיין בושה
מאנטאג אפריל 29, 2013 12:46 am#109685
אונז זעמער נאך ווייט פון פארטיג, ס'איז פונקט ווי איסלאם, די גאנצע וועלט אן קיין אויסנאם דארף פשוט קאנווערטן צו סקווירא...
וויאזוי שרייבט זר? אמג!!!
מאנטאג אפריל 29, 2013 1:13 am#109692
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם


אהבתי.
מאנטאג אפריל 29, 2013 3:17 pm#109883
סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם

אמג
מאנטאג אפריל 29, 2013 4:47 pm#109920
דעת יחידאה האט געשריבן:
סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם

אמג


סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט,אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם

אינטערסאנט, איך האב פראבירט דיין הודעה מיט די נערמאלע סייז אותיות, און מיט אנדערע קאלערס און עס ליינט זיך די זעלבע, וואס עפעס האסטע געמאכט אומנוטיג אזוינע גרויסע אותיות מיט די קאלער פערפויל??
מאנטאג אפריל 29, 2013 5:09 pm#109932
די פראז איז ווערט אלע געלטער. דזשיהאדן אין די דריטע וועלט מוסלעמענע לענדער קענען זיך לערנען.
אין סקווירא זאגט מען קלאר די בשביל הרבי נברא העולם. די גאנצע בריאה פון אריבער פינף טויזענט זיבן הונדערט יאר איז נאר אלעס געווען אז ס'זאל אראפקומען דער סקווירא'ר רבי אויף אונזער נידריגע וועלט.

נישטא ווער ס'זאל לאכן
מאנטאג אפריל 29, 2013 7:24 pm#109966
גראדע איז יא דא.
זונטאג אפריל 26, 2015 8:14 pm#269860
א בפירושער בחצר הקודש
מפי כ''ק אדמו''ר מראכמסיטריבקא זצ''ל מירושלים
לא מצאתי בדור הזה יהודי עם כל כך הרבה אהבת ישראל כמו הרבי מסקווירא...

יא יא קלארע ווערטער דארף מען שוין נישט רעדן.............
זונטאג אפריל 26, 2015 9:03 pm#269867
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מנשה קודם אן אימראוומענט עס איז דיר פריש געלונגען צו נעמען אלע חברי השטיבל פון כעלעמער ביז באדאפעסטער אויף א צירקוס שפיל אז עס גייט א רויעך (אן פייער פארשטייט זיך... עכ"פ פאר דערווייל .. אויף שפעטער קען מען נישט וויסן ..)
וויסן זאלסטו אז איך האב אסאך אינפארמאציע איבער דעם פרשה (און אזוי אויך אנדערע היסטוריה פרשיות נאך פאר די ביסט געווען אין די וואונדלען תשל"ח . איך מיין די ביסט נאך אלץ אין די ווינדלען ... אבער שוין) אבער איך גיי נישט אלעס אראפ שרייבן.
און יעצט מיין קשיא צו דיר איז אזוי. וועלכע דעת תורה האט מתיר געווען די בלוט פון אים און זיין משפחה ביי דעם ספעציפישן פאל ???
* אמת אז ער האט פראבירט מיט אלע כוחות אנצוזייען כאאס און אנצודרייען א מרידה ביי יענעם אינדערהיים וואס איז א שרעקליכע חוצפה מצדו.
* אמת אז ער איז א פוסטע ליידיגגייער (פאר די וואס קענען אים ) אין ער האט מקריב געווען זיינע טעכטער פאר זיינע נארישע אינטערעסן.
* אמת אז אין צענדליגער מקומות אינדערהיים וואלט זיך אזא מעשה געענדיגט בערך אזוי.
* אמת אז א שיינע פאר ניקים דא רעדן צום טאכטער און מיינען די שנור. (ווייל איך זע נישט אז זיי זאלן ברויזן אזוי נאך אלע אנדערע (אומ)געלונגענע רציחות ליידער. און אפשר מיט דעם ווילן זיי זיך מוחל זיין אייגענע עבירות פון די קרית יואל'ער ישיבה יארן.
* אמת אז זייער שטארק מעגליך עס ווואלט זיך נישט אנגעצונדן א פארטש וואס איז קאנעקטעט מיט א דינעם שטריק פון צוויי הייזער ווייט.
* אמת אז דער רבי ווייסט גאר גוט וואס טוט זיך בכל קצווי תבל פון שיעורי תורה און רבנים וקהילות ביז ריעל עסטעיטס און סטאקס אבער ביי זיך אין בעק יארד ווייסט ער נאר וואס די יוצאי משרתיו ואשר משרתיו יד ימינים ורגל השמאלניים פיטערן אים (המיטינג בסוד בדיוק השנה קודם לכן עקב הנושרים ווען ער האט געשריגן על הדינים וראשי קהילה היתכן מען פיטערט אים מיט ליגיונות )

דאס אלעס אבער איז נישט קיין שום תירוץ היתכן די דיינים מיט די ראשי קהילה וגם (לרבות) ממשפחי המלוכה וואס האבן יא געוויסט וואס דא גייט פאר און זיי האבן געשוויגן פון אנפאנג שוין . ביים פראטעסט צוויי יאר פארדעם האבן זיי זיך נישט געלאזט הערן קיין פיפס ! און אז דער מנהל הישיבה גדולה ר' מאיר פאכטמאן האט יא געשטורעמט דערקעגן האט מען אים נישט געשאנקען קיין צו צעפרידענע בליקן שיין גערעדט ! און אז אביגדור אסטרייכער האט געשטורעמט רבותי עס גייט זיין ביטערע נאכפאלגן האט מען אים פארשוויגן !

והשאלות המיליון במקומה עומדת וועלכע דעת תורה האט מתיר געווען זיין און זיין משפחה'ס בלוט ???
אז די ווייסט נישט קענסטו גיין אנפרעגן ביים אייגן געקרוינטע דיין פון די טעראריסטן יי"ג ...

מנשה א פערזענליכע טובה הער אויף מיט דיינע אטאקעס אויף סקווירא !
הרה"ק מסקווירא זינקט איין פאר בושה ווי די הערסט נישט אויף מבזה זיין זיין שטעטל וואס ער האט געבויט און אוועק געגעבן זיין אינגען לעבן דערפאר ,

מנאשינקע די קענסט מיר ענטפערן ....????
זונטאג אפריל 26, 2015 9:21 pm#269871
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מנשה קודם אן אימראוומענט עס איז דיר פריש געלונגען צו נעמען אלע חברי השטיבל פון כעלעמער ביז באדאפעסטער אויף א צירקוס שפיל אז עס גייט א רויעך (אן פייער פארשטייט זיך... עכ"פ פאר דערווייל .. אויף שפעטער קען מען נישט וויסן ..)
וויסן זאלסטו אז איך האב אסאך אינפארמאציע איבער דעם פרשה (און אזוי אויך אנדערע היסטוריה פרשיות נאך פאר די ביסט געווען אין די וואונדלען תשל"ח . איך מיין די ביסט נאך אלץ אין די ווינדלען ... אבער שוין) אבער איך גיי נישט אלעס אראפ שרייבן.
און יעצט מיין קשיא צו דיר איז אזוי. וועלכע דעת תורה האט מתיר געווען די בלוט פון אים און זיין משפחה ביי דעם ספעציפישן פאל ???
* אמת אז ער האט פראבירט מיט אלע כוחות אנצוזייען כאאס און אנצודרייען א מרידה ביי יענעם אינדערהיים וואס איז א שרעקליכע חוצפה מצדו.
* אמת אז ער איז א פוסטע ליידיגגייער (פאר די וואס קענען אים ) אין ער האט מקריב געווען זיינע טעכטער פאר זיינע נארישע אינטערעסן.
* אמת אז אין צענדליגער מקומות אינדערהיים וואלט זיך אזא מעשה געענדיגט בערך אזוי.
* אמת אז א שיינע פאר ניקים דא רעדן צום טאכטער און מיינען די שנור. (ווייל איך זע נישט אז זיי זאלן ברויזן אזוי נאך אלע אנדערע (אומ)געלונגענע רציחות ליידער. און אפשר מיט דעם ווילן זיי זיך מוחל זיין אייגענע עבירות פון די קרית יואל'ער ישיבה יארן.
* אמת אז זייער שטארק מעגליך עס ווואלט זיך נישט אנגעצונדן א פארטש וואס איז קאנעקטעט מיט א דינעם שטריק פון צוויי הייזער ווייט.
* אמת אז דער רבי ווייסט גאר גוט וואס טוט זיך בכל קצווי תבל פון שיעורי תורה און רבנים וקהילות ביז ריעל עסטעיטס און סטאקס אבער ביי זיך אין בעק יארד ווייסט ער נאר וואס די יוצאי משרתיו ואשר משרתיו יד ימינים ורגל השמאלניים פיטערן אים (המיטינג בסוד בדיוק השנה קודם לכן עקב הנושרים ווען ער האט געשריגן על הדינים וראשי קהילה היתכן מען פיטערט אים מיט ליגיונות )

דאס אלעס אבער איז נישט קיין שום תירוץ היתכן די דיינים מיט די ראשי קהילה וגם (לרבות) ממשפחי המלוכה וואס האבן יא געוויסט וואס דא גייט פאר און זיי האבן געשוויגן פון אנפאנג שוין . ביים פראטעסט צוויי יאר פארדעם האבן זיי זיך נישט געלאזט הערן קיין פיפס ! און אז דער מנהל הישיבה גדולה ר' מאיר פאכטמאן האט יא געשטורעמט דערקעגן האט מען אים נישט געשאנקען קיין צו צעפרידענע בליקן שיין גערעדט ! און אז אביגדור אסטרייכער האט געשטורעמט רבותי עס גייט זיין ביטערע נאכפאלגן האט מען אים פארשוויגן !

והשאלות המיליון במקומה עומדת וועלכע דעת תורה האט מתיר געווען זיין און זיין משפחה'ס בלוט ???
אז די ווייסט נישט קענסטו גיין אנפרעגן ביים אייגן געקרוינטע דיין פון די טעראריסטן יי"ג ...

מנשה א פערזענליכע טובה הער אויף מיט דיינע אטאקעס אויף סקווירא !
הרה"ק מסקווירא זינקט איין פאר בושה ווי די הערסט נישט אויף מבזה זיין זיין שטעטל וואס ער האט געבויט און אוועק געגעבן זיין אינגען לעבן דערפאר ,

מנאשינקע די קענסט מיר ענטפערן ....????

איך קען דיר ענטפערן אלעס, איך דארף צוענדיגן קודם וויכטיגערע זאכן. און בכלל, קענסטו - און ווער ס'וויל, איבערלאזן א פריוואטע הודעה, אויב איר ווילט נישט אין פאבליק, און כ'וועל ענטפערן ווען ס'וועט אביסל פריי ווערן צייט. איך דארף כאפן דעם אטעם פון אסאך האום ווארק
זונטאג אפריל 26, 2015 9:52 pm#269885
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך דארף כאפן דעם אטעם פון אסאך האום ווארק

:lol:
זונטאג אפריל 26, 2015 10:27 pm#269892
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אבער מנשה איז דאך נישט קיין פרעמדער אין די ריקארדען וועלט

איז דא נאך איינער וואס כאפט די איראניע?
זונטאג אפריל 26, 2015 11:18 pm#269904
בעזרת השם יתברך, וויל איך דא פארציילן די אמת'ע געשעעניש, וואס האט פאסירט יענע מוצאי שבת, ל''ג בעומר תשע''א, אינעם שטעטל סקווירא עיר הקודש.
וויבאלד ס'דא זייער אסאך צו שרייבן, אויב מ'וויל ארויסשרייבן יעדע חלק פונעם השתלשלות, וויאזוי אלעס איז אנגעקומען ביז צו יענע אינצידענט, און די נאכפאלגן אינערהאלב דעם שטעטל גופא, וועל איך צו ערשט נאר פארציילן די עצם געשעעניש, במציאות וואס עס איז געשען, און קען זיין שפעטער וועל איך ממשיך זיין מיט די ארומיגע פאקטן, וויפיל כ'וועל קענען פארציילן, און נישט גורם זיין קיין גילוי שמות, אדער סתם לשון הרע אדער רכילות.
ובזה החלי.
מוצאי שבת קודש, ס'איז ל''ג בעומר, און ס'קומען פאר אומאפציעל, עטליכע בחורישע פייערלעך דא און דארט, אינעם שטעטל.
ס'געווען א שמועס דורכן שבת, אז אום ל''ג בעומר ווען בחורים מאכן אלץ אן רשות פייערלעך, זאל איינער אויך מאכן א פייער אויף ראטנבערגס פארטש. אבער קיינער האט עס נישט געוואלט אויספירן למעשה, און וואס א שעה שפעטער איז געווארן שטיל.
איז געווען א בחור שאול יחזקאל שפיטצער – וואס פלעגט דעמאלט שלאפן אין א שטוב אונטן, נעבן די קאווע צימער אינעם רבינס הויף. ער איז גראדע געווען א מתמיד, וואס איז דאן געווארן אכצן יאר, און האט איבערגענומען די שלאף שטוב אוואו בחורים פלעגן אלץ שלאפן, אלץ עפעס א ענין, נאך פונעם אלטן רבי'ן, ס'זאל שלאפן נאך מענטשן אינעם זעלבן בנין.
דער בחור איז געווען פונקט אויפן גאס, און באמערקט דעם ראטענבערג אהיימגיין מיט זיין משפחה, פון זיין שוואגערס הויז, שמח וטוב לב.
האט עס עהם זייער געשטערט, אז קיינער דערוואגט זיך נישט עהם צו דערלאנגן א פארציע, און אפילו די איינגערעדטע שמועס אז מ'גייט מאכן א פייער אויף זיין פארטש איז געבליבן א חלום, האט ער אפגעמאכט אז ער גייט עס טון.
אבער ער האט דאך קיינמאל נישט געפאטשקעט מיט די קנאות מעשיות ביז דאן, האט ער געבעטן א חבר פון דארמעטארי זאל עס טון, אבער דער חבר האט געזאגט, קודם לייג דו אהין אויפן פארטש א נאסע שמאטע מיט געז, און איך וועל עס אנצינדן.
שאולי איז פון נאטור אויס, זייער א פלינקער, און אומר ועושה, שאולי טראכט נישט לאנג, און הייבט אן זוכן א שמאטע, ער גייט אראפ אין רבי'נס קאך, און זוכט אויף די גענעראטאר וואס ארבעט אויף געז, און גיסט אריין א פלעסטיג בעג וויפיל ס'גייט, און טונקט איין א האנטוך דערין, און געגאנגען.
דאס האט ער נישט געוואוסט, אז ראטענבערג האט געשמעקט אז מ'קוקט עהם נאך ווי ער גייט אהיים, און האט פארדעכטיגט אז עפעס גייט געשען.
אבער מעשה שהיה האט דער בחור זיך אריינגעשלייכט אינעם קליינעם וועלדעלע וואס טיילט אפ צווישן דעם שוהל הויף, און אונטער די הויז פון ר' הערש מיילעך האלבערשטאם שליט''א, וואס א הויז נאכדעם איז ראטענבערגס הויז.
ווי נאר ער איז אריין אינעם טונקעלע וואלד, איז עהם באפאלן איינער, און עהם אראפגעשליידערט אויפן ערד.
ער שפירט ווי יענער זעצט זיך ארויף אויף עהם, און צינד אן א ציגארעט לייטער, און פראבירט עהם אפברענען די פינגער, ער זאל ריליסען זיין הענט פון די בעקיטשע איבערן פנים.
ער האט נישט געקענט אנטלויפן, האט ער איבערגעדעקט זיין פנים מיטן בעקיטשע זיינע, אבער יענער הייבט עהם אן דערווערגן ביים האלדז, און ער ראנגעלט זיך מיט יענעם – וואס איז אסאך שטערקער פון עהם.
יענער כאפט עהם אן ביים גענאק, און הייבט אן שטויסן אין בויך, האט שאולי זיך אנגעהויבן ראנגלען מיט עהם, און אזוי האט זיך אויסגעגאסן די געז אויף ביידע,
שאולי האט מיר פארציילט, אז דעמאלטס האט ער געכאפט אז ס'איז ראטענבערג אליינס, ווי ער שטייט דארט מיט זיין בלויזע נאכט העמד, און צינד אן נאכאמאל און נאכאמאל דעם ציגארעט לייטער.
האט שאולי געגעבן א שריי, איך האב דא א בעג מיט געז, ס'קען אויפ'פלאמען אויף אונז ביידע!
און כרגע כמימרא, זענען ביידע געווען אין פלאמען!
ראטענבערג האט אנגעהויבן אנטלויפן אהיים, און שאולי האט זיך אנגעהויבן קוילערן אויפן ערד, ביז ער איז פארלאשן געווארן.
ער איז אריינגעלאפן אין שול, איבערגעטאנצן א וואנט וואס איז ביים בור השקה פונעם מקוה, און אריינגעטאנצן אין וואסער.
אבער ס'געווען אויסגעמישט מיט בליטש, האבן זיך זיינע בראנד וואונדן אנגעהויבן שיילן, איז ער פלינק ארויפגעלאפן, און זיך גענומען לויפן צו משפחת פאל, וואס געבט זיך אפ מיט בראנד וואונדן, ער האט שטארק געהאקט אויפן טיר, יענער האט געעפענט און שנעל אנגעהויבן באהאנדלען די וואונדן, אבער ס'געווען צו שטארקע וואונדן, האט מען גערופן הצלה.
די הצלה איז שוין דעמאלס געווען ביי ראטנבערגס הויז, וואס איז געזעצן אויף זיינע טרעפן אינדרויסן, און זיין ווייב און קינדער, וואס זענען געשטאנען א גאנצע צייט ביים פענסטער, און מיטגעהאלטן די גאנצע געפעכט, האט זיך גענומען שרייען, כ'דארף נישט די סקווערע הצלה'ס טובות.
נישט גענוג, ער האט זיך נישט אראפגעווארפן אויפן ערד, צו פארלעשן די פייער פון זיינע קאטענע נאכט בגדים, ביז זיין זון דער בחור האט עהם געבעטן לייג דיך אראפ אויפן ערד, האט ער אפילו נישט פארלאשן די פונקן פון זיין בארד, וואס איז געווען א חידוש אויף עהם זיך אויפצופירן אזוי, ווען ער איז געווען באקאנט אלץ נישט אזא טיפש, צו פארנאכלעסיגן וואס איז וויכטיג.
למעשה איז איינער פון די הצלה מעמבערס צוגעלאפן צו עהם, און אנגעהויבן שרייען, זיי נישט קיין נער יעצט, די וואונדן קענען ווערן א סכנה, דו מוזט גיין אין שפיטאל.
האט ראטנבערג געזאגט, לויף צו דעם שפיצער בחור, איך מיין אז ער פלאקערט דארט ערגעץ אין וואלד – מער ווי מיר.
ווען מ'האט אין שפיטאל עהם אנגעהויבן באהאנדלען, האט מען ארויפגעלייגט א ספעציעלע דעקע פון לעדער, וואס האלט קיל די קערפער, אז די פיבער וואס די וואונדען זענען גורם זאלן זיך האלטן סטאביל, אבער סך הכל איז ער געווען נאר אפגעבריעט אויפן טשעסט, קליינע וואונדן אויפן האנט, און א חלק בארד.
ווען שאולי איז געווען אפגעברענט די גאנצע רעכטע האנט, און איז פארבליבן ביז צוויי וואכן אין שפיטאל.
אינעם פרימארגן, האבן זיך אויפגעוועקט די גאנצע קליקע, און אנגעהויבן אויסקאכן דעם סקאנדאל. קודם זענען זיי געגאנגען אין שפיטאל, און געמאכט בילדער פון ראטנבערג מיט די לעדער דעקע איבער זיין קערפער, וואס קוקט אויס ווי ער איז אפגעברענט א האלבע קערפער, אבער דאס איז דאך געווען א שקר.
אמת, אז יעדע קליינע בראנד וואונד קען ארויפהייבן די פיבער, אבער על פי דרך הטבע, איינער וואס איז אפגעברענט אזויווי מ'האט עהם געזען אויף די בילדער, וואס זיי האבן פארשפרייט, איז נישט מעגליך יענער זאל נאך גיין אויף די פוס אמאל, און ראטנבערג איז שוין געווען אויפן מידיע עטליכע טעג נאך דעם, מיט א פולע מוסר דרשה..
דאס איז די עצם מעשה, וואס איך האב שוין געוואוסט גאנץ אנהייב, אבער אלץ גוטע ידיד פאר שאולי, וואס האט מיר געבעטן זייער שטארק אנהייב שוין, כ'זאל נישט זאגן די אמת'ע פאקטן פאר קיינעם, ווייל זיין משפחה האט געבעטן, ער זאל נישט עפענען די מויל.
איך בין נבהל ונשתומם געווארן, אז א בחור, וואס האט געהאט די מעגליכקייט צו עפענען א מויל, און פארציילן זאכן אויף ראטנבערג, פון יארן פארדעם מיט עהם, וואלט ער בלי ספק עהם געלייגט אין חד גדיא, האט פארמאכט די מויל, און געזאגט, איך בין נישט קיין מסור!
זונטאג אפריל 26, 2015 11:27 pm#269908
שאולי איז געווען אין שפיטאל צוויי וואכן... וועמען ווילסטו איינרעדן די באבקעס?
זונטאג אפריל 26, 2015 11:34 pm#269911
מנשה איך הער איך קען גארנישט אפפרעגן איך בין דאך נישט געוועהן דארט
אבער איין זאך יא פארוואס זאל איך גלייבן דיין ווערסיע אין די מעשה ווען יעדע ווייסט דער אנדערע ווערסיע..

דארפסט ברענגן קלארע הוכחות אויף דעם דאן וועל איך קענען גלייבן ..
זונטאג אפריל 26, 2015 11:46 pm#269917
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ווילסט נאך הוכחות? דער מקדש שם שמים האט אזוי געזאגט, נישט פאר'ן ריכטער וואס קען איהם אוועקלייגען, נאר פאר לוסטיג'ן!
און מאכען א פייער אויף זיין פארטש מיינט פארברענען זיין הויז, make no mistake אפילו לפי הודאתו איז ער א חשוד אויף רציחה, דער מתמיד דיינער.
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:43 am#269944
אויפקלערונג, איך בין נישטא געקומען מיטן שרייבן דעם אמת'ע ווערסיע, צו איבערצייגן מיינע ווערטער, נאר צו זאגן איינמאל פאר אלעמאל די אמת אין קורצן.
ווער ס'וויל באמת פארשטיין זאכן, קען מיר פרעגן אין פריוואט, צו אפילו דא. וועל איך ענטפערן נארמאל, אבער אויף זיך צו שטעכן און פייטן, האב איך עס נישט געשריבן, ווייל דאס טוה איך שוין א גאנצע צייט, און כ'קען ווייטער..
אויף א ערנסטע פראגע און ענטפער, איז א אנדערע וועג פון רעדן, סיי פונעם שואל סיי פונעם משיב. פארשטאנען? איך ווער נישט נתפעל פון סתם פראקערס דא. I'm used to it
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:46 am#269947
צדיק נסתר האט געשריבן:שאולי איז געווען אין שפיטאל צוויי וואכן... וועמען ווילסטו איינרעדן די באבקעס?

דאס איז א מציאות, ער איז געווען צוויי א האלב וואכן אין שפיטאל, און ווען ער איז אהיימגעקומען פון שפיטאל האט ער אנגעהויבן הערשט הערן וואס א וועלט דרייעט זיך אלץ איבער.
און אז איר וועט עהם גיין באזוכן אין טורמע, וועט איר זען זיינע בראנד וואונדן אויף די האנט, אז ס'וועט אייך ווערן קאלט און הייס, אויב איר עקלט זיך פון וואונדן..
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:56 am#269949
מנשה, נאך ווי לאנג האט ער צו זיצן?
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:01 am#269953
צוויי א האלב יאר
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:00 am#270029
מנשה. איז דא (אדער געווען) CCTV פון סיי וועלכע חלק געשעניש וואו מ׳קען זעהן האמת עם מי?

#שלא_לשם_פראקעניש
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:01 am#270031
מנשה, ביסט אים שוין אמאל געווען באזוכן אין תפיסה?
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:16 am#270035
פארוואס איז ליטואק שטיל ווען מהארגעט זיך און פאנעועש

m http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=49123 m
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:17 pm#270071
אז דו מיינסט מיר, ווער זאגט דיר איך בין שטיל? אין דער שטיבעל רעדט מען ווייניג דערפון, ווייל ס'איז א חסידיש'ע קרעטשמע, אבער צווישען מיין חברים וועסטו נאך הערען.
ס'קרענקט טאקע אז אן איידעלע פאלק, וואס זוכט צו לעבען שטיל און זיך צו בא,ארבעטען, איז פארוואנדעלט געווארען אין א באנדע נצחנים און שלעגער'ס. ביזדערווייל האט עס נאך נישט קיין גרויסע שטיצונג פון די מנהיגים, וואס איז א הצלה פורתא, אבער טויגען טויג עס נישט. דער פראבלעם פון דער שלעגעריי איז נישט אזוי פיל דער פיין וואס דער געשלאגטע באקומט, נאר דער נידריגקייט וואס ווערט ערוועקט ביים שלאגער. דער מנהיג פונ'ם שלעגער'ס דארף זיין מער פארזארגט ווי דער פון די געשלאגענע.
און איך ווייס פארוואס דו ברענגסט נאר די שלעגעריי פון איין צד. ביידע צדדים שלאגען און שמייסען יעדער פאר מאנאטען, און אמאל געווינט דער און אמאל יענער.
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:55 pm#270083
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'קרענקט טאקע אז אן איידעלע פאלק, וואס זוכט צו לעבען שטיל און זיך צו בא,ארבעטען, איז פארוואנדעלט געווארען אין א באנדע נצחנים און שלעגער'ס. ביזדערווייל האט עס נאך נישט קיין גרויסע שטיצונג פון די מנהיגים, וואס איז א הצלה פורתא,

דער פאפיר פארנעמט שקר איך פארנעם אבער נישט !
די גאנצע מחלוקת שוין בערך פאר 30 יאר צירוק (!) האט זיך אנגעהויבן דירעקט דורך די מנהיגים (רב שך זצ"ל) און אין א גרויס חלק פון די ביזיון ועלבן התורה (וואס פון דעם באגריף ישיבה איז פארהאן אויפן מאפע איז נאך נישט געווען אזא חילל השם ! ואין פוצה פה..)ווערט געפירט ווייטער דורך די ראשי ישיבות בעקיפין ובמישרין ווי איך האב שוין געשריבן א חלק דערפון באריכות אין א באזונדערע אשכול
מאנטאג אפריל 27, 2015 3:58 pm#270138
לינק צו דיינע ווערטער, א דאנק.
מאנטאג אפריל 27, 2015 4:56 pm#270145
דו רעדסט פון דע רמחלוקת, איך רעד פון די שלעגעריי. בחיי הרב שך איז ווייניג געווען שלעגעריי. מ'האט געוואוסט אז ס'מג נישט זיין, און דער צד וואס האט עס געטוהן וואלט זיך געשעמ'ט דערפון. היינט איז געווארען אסאך ערגער, ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם און מ'פיהרט זיך אויף ווי אראבער רח"ל.
מאנטאג אפריל 27, 2015 6:40 pm#270177
יין שרף האט געשריבן:מנשה. איז דא (אדער געווען) CCTV פון סיי וועלכע חלק געשעניש וואו מ׳קען זעהן האמת עם מי?

#שלא_לשם_פראקעניש

ס'נישטא קיין CCTV פונעם געראנגעל, אבער ס'דא לעבעדיגע עדות, ר' הערש מיילעך האלבערשטאם האט עס געזען פאסירן נעבן דעם טישן זאל און זיין הויז, בכלל נישט ביי ראטנבערגס הויז, און והא ראיה, אז ראטנבערג האט געהאט אריינגעלייגט CCTV ביי זיין הויז, און מ'זעט דארט נאר ווי ראטנבערג לויפט צום וועלדל, און נאכדעם צוריק, ווייל נעבן זיין הויז, איז גארנישט געווען.
נאכמער, די פארברענטע שמאטע איז נאך דארט געליגן נעבן די טישן זאל, ביז דריי וואכן, ווען שאולי איז אהיימגעקומען פון שפיטאל, און זיין לויער האט געוואלט זען ווי עס האט פאסירט, האט שאולי עהם געשלעפט צום טישן זאל, און פלוצלינג געטראפן דעם שמאטע נאך ליגן דארט, אין די צייט וואס די פאליס האט געמאכט די אינוועסטיגעישען די לעצטע וואכן ארום און ארום און ארום ראטנבערגס הויז, און פארשטייט זיך גארנישט דערטאפט.
מאנטאג אפריל 27, 2015 7:47 pm#270195
סאו זאגסטו אז דער ריכטער איז סתם א ברעסלעווער?
מאנטאג אפריל 27, 2015 8:20 pm#270209
און איך בין דיזי
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:26 pm#270265
למעשה עפעס איז טאקע אביסל ראנג מיט די סטארי ווי סיי ווער דערציילט עס. מיר איז אלץ שווער געווען וויאזוי פון א שמאטע געווייקט אין געזאלין האט אויסגעבראכן א פייער. חיים אהרן האט שוין דאן געקעקעצט איבער דעם און געזאגט פאר די מידיאו אז "ער האט עס פארלוירענעהייט געווארפן און פנים און עס האט אויפגעפלאקערט"... איך האב דעמאלס נאך געפרעגט א ריפארטער פון LOHUD.COM וויזאוי עס האט אויפגעפלאמט האט ער גענפערט כ'ווייס נישט און געווען זייער פארנעפעלט.
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:37 pm#270559
בקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?