Under maintenance
הויפט זייט » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
109 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
מאנטאג מערץ 21, 2016 3:53 pm#325907
ישראל גלויבער האט געשריבן:
ענדע צדיק האט געשריבן:מזל טוב!!!
הב' שאול יחזקאל שפיטצער איז א חתן, מיט רייצנשטיין פון שיכון סקווירא.

כ'וואלט געפארן צום חתונה אויב כ'האב א וועג

נו איינער פארט פון ברוקלין?
דינסטאג מערץ 22, 2016 12:28 pm#326048
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער


די חתונה נעכטן
מיטוואך מערץ 30, 2016 9:35 am#326935
די סקווערע זאגען אז די שבע שנים איז ווייל ער זאהל קענען האבן שבע ברכות
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:28 am#345688
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם

דא האב איך ערענסט, אויף א שוידער'ליכע פארנעם, שרעקליך שטארק אויסגעקראכט אין א הילכיגע געלעכטער!! ש'כח @מנשה שוין לאנג אזוי נישט געלאכט! יושש איז דאס גוט..
די ווענט האבן זיך געטרייסלט! דער דאס'ל איז געקומען צולויפן, זען צו אלעס איז בסדר.

און איך לאך אפט, אבער אזאנס?
פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:55 pm#491662
.
פרייטאג יאנואר 14, 2022 2:33 pm#491663
די לעצטע ווארט, ויר ווייס איך נישט וואס עס מיינט, אבער א"ש איז פארשטענדליך
מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:32 pm#491685
יין שרף האט געשריבן:די לעצטע ווארט, ויר ווייס איך נישט וואס עס מיינט, אבער א"ש איז פארשטענדליך
מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:01 pm#491686
דער איצטיגער שואל ומשיב איז דער ריכטיגער מענטש ווען ס'וועט אויפקומען די שאלה וויאזוי דער העיליגער רבי איז מקיים שריפת הפתילות. מיט א פע"י. נישט מיט א בעי"ת. וואסי מיט דיר. דו הערסט נישט ? אפשר די מיצוועה אויך. אבער נישט היינט. ער קען פונקטליך איבערגעבן וויפיהל אלקאהאל מ'דארף אריינגיסן כדי אנצוצינדן דעם פייער. אז ס'זאלל זיין הלהב עולה מאליה. ער רעדט פון אייגענע עקספיריענס...!
אויף דעים האט די רעבע שליט"ע געזאגט...דאער טאאטע פלעגט זאגן..."עין חאאכעם קעבאאל הא-ניסאייען"...!
מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:35 pm#491693
מען פלעגט זאגן, אז די חילוק פון א מלמד ביז א שוחט איז, אז די מלמד איז אן ארימאן, און דער שוחט איז א בלוטיגער ארימאן,
עכ''פ דער נייעם שו''מ וועט זיכער זיין א 'פייערדיגן' 'ברענענדיגן' 'קאכעדיגן' שו''מ,
אפשר איז שו''מ גאר ר''ת, ש'ריפות ו'גם מ'כות.

איך האב געהערט א מעשה שהיה פון א סקווירא חסיד, ומעשה שהיה כך היה,
דער הייליגע רבי שליט''א איז אמאל ארויס פון א בנין, און דארט איז געשטאנען איינער, און געכאפט א בילד ממש און פארנט פונעם רבינס נאז, אויף א חוצפה'דיגן אופן, ס'איז געווען 'קלאר' אז מען 'מוז' 'עפעס' טון אראפצונעמען דעם חרון אף פון כלל ישראל,
די רבי האט מרגיש געווען ברוב קדושתו אז די חסידים גרייטן זיך אויף עפעס, האט ער זיך אנגערופען, 'נישט מיט הענט'.

די חסידים האבן דאס געהערט, און אנגעפרעגט דעם רבין זון ר' אהרן מענדל וואס איז געשטאנען דערביי, וואס צו טון, פון איין זייט האט רבינו געזאגט נישט מיט הענט, אבער מצד שני מוז מען דאך עפעס טון, האט ער געזאגט, 'מען זאל גיין מיט פיס'!!

וכך הוה, איינער איז געגאנגען צו יענעם פון אינטן, און יענעם געטריפט, און ער איז געפאלן צו דר'ערד, און ספאנטאן האבן די חסידים זיך גענומען שטויסן און בריקעווען אזש ער איז געווארן גוט צוביילט, אבער אלעס בלויז מיט די פיס!!

נא, אנצוקומען צו אזא מאס דרגה פון חכמה אלוקית, און ירא''ש, מוז מען אויפנעמען די ריכטיגע שו''מ, און מחנכים, אויפצוציען א דור וואס וועט זיין נאמן לשם ולתורתו.