Under maintenance
הויפט זייט » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
109 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:42 am#4960
שאול שפיצער 7 יאר תפיסה
עס קומט אריין די נייעס אז דעם וואגאבונד פון סקווירא האט מען צוגעטיילט 7 יאר תפיסה.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:42 am#4961
זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
עס ווערט יעצט באריכטעט אז שאול שפיצער, דער סקווערער בחור וועלכער האט פרובירט אונטערצוצינדן דעם הויז פון מר. ראטענבערג פארגאנגענעם חודש אייר, איז פאראורטיילט געווארן צו זיבן יאר טורמע.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:44 am#4962
Re: שאול שפיצער 7 יאר תפיסה
קאשוי'ער רב שליט"א האט געבעטן צו רעדן אבער דער שופט האט אים נישט געגעבן רשות.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:46 am#4965
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
קאשויער רב פארטיידיגט דעם בחור?
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:56 am#4970
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ער גייט נישט זיצן גאנצע 7
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:56 am#4971
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
אז ער האט נישט גערעדט קען מען דאך נישט וויסן...
דינסטאג אפריל 17, 2012 12:01 pm#4974
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ווי אלט איז יעצט שפיצער?
דינסטאג אפריל 17, 2012 12:17 pm#4980
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
Where does kosho ruv come into this picture? Will skvere rebbe go visit him? :?:
דינסטאג אפריל 17, 2012 12:24 pm#4984
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
שמואל הלוי האט געשריבן:ווי אלט איז יעצט שפיצער?

ער איז לעגאל געווארן 18 א נאכט פארן שריפה.
דינסטאג אפריל 17, 2012 12:37 pm#4993
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
קאממענטס אויף די לאקאלע צייטונגס וועבסייט.

I don't know why this Judge allowed a max sentence of 10 years. This kid will get 5 years and serve 2. Mr. Rottenberg will suffer the rest of his life with the scars from his burns. It may not sound appropriate but this kid should be held as an example of what the Grand Rebbe has them do, let him serve the full 10 years. How many people in that house could have been killed because they chose another place of worship. Not even a different religion just a dirrferen building. These people need to stop this sense of Entitilement. They need to stop ignoring laws of the US Government or be forced to spend jail time for all the laws that they ignore because they think they are the chosen ones. Stop brain washing the kids to do only what the Grand Rebbe say. God is not living in New Square.
Reply · 1 · · about an hour ago

Wendy Mierbeth · Top commenter
Wow, must be something in the name "Spitzer". I think he should serve a minimum of 5 years but we know that won't happen. Will they have to serve him Kosher meals in prison?
Reply · · 50 minutes ago

William Hays · Top commenter · St. Lawrence University
Momser Spitzer should have gotten life. Of course, the judge is prob'ly afraid for his life. The Grand Rebbe Twersky runs a very powerful Mafia. Nu?
Reply · · 53 minutes ago

Michael Mcmanamon · One of the Bunch at THE SILVERSTING SUBMARINE ABND
Isn't there anyway that St. Lawrence can help this poor boy? I mean it was only 2/3 of his body. Wait, wait wait, the sentence will be a joke.
Reply · · 2 hours ago
דינסטאג אפריל 17, 2012 12:39 pm#4994
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
דער בחור איז א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז סקווערער רבי, ער וואלט ווען געדארפט גיין זיצען,

ס'האט זיך שוין געטוהן אין סקווירא אזאלכע מעשים ווי שיסען פענסטער אד"ג א לאנגע צייט פארדעם, אין דער סקווערער רבי האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש, אין געקענט באשטיין אז זיינע בהמות טוען די שמוציגע ארבעט,

ווען ער זאל ווען מוחה זיין אין ארויס קומען קלאר קעגען אזאלכע מעשים וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט,ס'איז הקולר תלוי בצווארו, אין ער איז עתיד ליתן את הדין,
דינסטאג אפריל 17, 2012 2:47 pm#5013
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מ׳זאגט אז דער סקווערער אין ב״פ זוכט א בחור וואס זאל מזיקן זייערס א שונה און גיין זיצן אכט יאר.
דינסטאג אפריל 17, 2012 3:26 pm#5018
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:דער בחור איז א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז סקווערער רבי, ער וואלט ווען געדארפט גיין זיצען,

ס'האט זיך שוין געטוהן אין סקווירא אזאלכע מעשים ווי שיסען פענסטער אד"ג א לאנגע צייט פארדעם, אין דער סקווערער רבי האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש, אין געקענט באשטיין אז זיינע בהמות טוען די שמוציגע ארבעט,

ווען ער זאל ווען מוחה זיין אין ארויס קומען קלאר קעגען אזאלכע מעשים וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט,ס'איז הקולר תלוי בצווארו, אין ער איז עתיד ליתן את הדין,

אין שליח לדבר עבירה...
דינסטאג אפריל 17, 2012 4:22 pm#5029
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
סי-בי-עס באריכטעט:
m http://www.cbsnews.com/8301-504083_162- ... ontentBody m
דינסטאג אפריל 17, 2012 4:28 pm#5032
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
שמואל הלוי האט געשריבן:
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:דער בחור איז א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז סקווערער רבי, ער וואלט ווען געדארפט גיין זיצען,

ס'האט זיך שוין געטוהן אין סקווירא אזאלכע מעשים ווי שיסען פענסטער אד"ג א לאנגע צייט פארדעם, אין דער סקווערער רבי האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש, אין געקענט באשטיין אז זיינע בהמות טוען די שמוציגע ארבעט,

ווען ער זאל ווען מוחה זיין אין ארויס קומען קלאר קעגען אזאלכע מעשים וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט,ס'איז הקולר תלוי בצווארו, אין ער איז עתיד ליתן את הדין,

אין שליח לדבר עבירה...


זיי האלטען דאך אז ער האט געטוהן א מצוה............
דינסטאג אפריל 17, 2012 5:10 pm#5038
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
שמואל הלוי האט געשריבן:אין שליח לדבר עבירה...

די סיבה פארוואס אין שליח לדבר עבירה איז צוליב דברי הרב ודברי התלמוד דברי מי שומעין כמבואר במס' קידושין, ביי דעם פאל אין "סקווירא" דוכט זיך איז דער טעם נישט שייך, ודו"ק כי קצרתי...
דינסטאג אפריל 17, 2012 6:47 pm#5057
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
גרויס רחמנת אויף דעם בחיר ער איז שוין חרוב פאר זיין גאנץ לעבן, מען גייט אים רוידפן אין טורמע, א ווייטאג אז סקווירא רבי זיצ על מלכותו און זיין שווענצעל זיצט
דינסטאג אפריל 17, 2012 6:50 pm#5059
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
אפשר לומר בדרך רמז שסקווירא ינסח מחדש את ספירת העומר בלשון זה:
ושרפתם לכם ממחרת השבת..... (אז) שבע שנים תמימות תהיינה.
אבל באמת דער בחור איז א רחמנות, ווען מיין תפילה וואלט געהאלפען וואלט איך אינוועסטירט אינדעם
דינסטאג אפריל 17, 2012 8:27 pm#5085
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ער ווייסט נישט וואסע ערווארט עם דארט
מסתמ גייט ער זיצען מיט ערענסטע מערדער אין גראבע שווארצע גענגסטערס אוך בין עם נישט מקנח
ער האט אבער דו ברירה ארויסציגעבען זיינע משלחים אין יעדעס טאג וואס ער געבט נישט ארויס אין זיצט פאר זיי איז ער א אקס אף וועם מעטאר נישט רחמנות האבען
דינסטאג אפריל 17, 2012 8:28 pm#5088
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ס'רייסט דאס הארץ. איך ווייס נישט פארוואס די לויערס טענהן נישט אז מען האט אים געברעינוואשט.
דינסטאג אפריל 17, 2012 8:31 pm#5089
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איינער ווייסט וועלכע תפיסה ער גייט זיצן?
דינסטאג אפריל 17, 2012 9:08 pm#5097
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
(איך שרייב דאס לויט ווי די פרטי הפרשה קוקן אויס. עס איז אבער דאך מעגליך אז געוויסע פרטים זענען נישט באקאנט פארן פובליק, און וואלטן געגעבן אן אנדערן בליק.)

די דאזיגע פרשה צעשוידערט מיין געוויסן, און שיינט מיר צו זיין א היינט-צייטיגער פאל פון ״מעביר זרעו למולך״. אנשטאט די משפחה זאל זיך תיכף אפשאקלען פון דער מלכות הרשע וועלכע האט דירעקט און אומדירעקט געשיקט זייער נאאיוון זון אויסצופירן אזא אומדערהערטן פארברעכן, און זאל מיט דער הילף פון די רעגירונג-אינסטאנצן דורכפירן א ברייטע אויספארשונג צו ברענגען די אמת׳ע שולדיגע צו גערעכטיגקייט, האבן זיי מחליט געווען צו שטעלן דעם רבי׳ן מיט זיינע מושחת׳דיגע אנדרייער פאר זייער אייגענעם זון, און האבן דורך זייער אדוואקאט תיכף דערקלערט פאר דער גאנצער וועלט אז דער בחור האט עס געטון אליינס, אן דעם וואס איינער זאל אים שיקן!
וואספארא מין נידערטרעכטיגקייט איז דאס פון עלטערן צו לאזן זייער נאאיוון בחור׳ל נעמען אויף זיך דעם גאנצן שולד כדי צו ראטעווען זייער מולך! האבן זיי גענומען זייער אייגן קינד, און מקריב געווען אויפ׳ן רבי׳נס מזבח.
דינסטאג אפריל 17, 2012 9:18 pm#5099
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
לאדיך אפ האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס די לויערס טענהן נישט אז מען האט אים געברעינוואשט.

ווער מיינסטו צאלט דעם לויער?
מיטוואך אפריל 18, 2012 12:40 am#5151
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ס׳וואלט געוועהן א שיינע זאך אז כל זמן שפיצער איז אינעם יושב בסתר זאל דער רבי נעמען אויף זיך אפאר קבלות כדי מיטצופילן מיט זיין געוועזענעם הויז בחור. למשל, דער רבי קען זיך אונטערנעמען מער נישט צו פארן מיט א פאליס/וויכטיגמאכער עסקארט פון צענדליגע קארס מיט בליטשקעדיגע טשערי לייטס. יא מיר ווייסן ס׳וועט זיין שווער ווייל דער רבי גלייכט עס זייער אבער בלית ברירה זאל דאס די הייליגע רבי אהנעמען באהבה.

נאך אן המצאה וואס דער רבי קען טוהן, ער זאל דאווענען אינדרויסן מיטן עולם. יא ס׳וועט זיין ביטער שווער צו מוזן טאקע דאווענען אנשטאט שפילן געים בוי, אבער מעריאו קארט קען ווארטן, יעצט איז אן עת לעשות. דער עולם וויל זעהן ווי ס׳באדערט כאטש דער רבי אביסל.

נאך איין זאך, יא, דער רבי מעג גיין באזוכן שאולי׳ן מפעם לפעם. יא מיר ווייסן אז דער טאטע איז נישט געגאנגען באזוכן זיינע הויז בחורים אין תפיסה, דאך דארף דער רבי זעהן צו גיין. דער עולם איז גענוג פול מיט ספיקות אזוי אויך, און איצט וועט דער עולם שוין נישט שלינגען ווי לעצטע מאל ווען דער רבי האט קיינמאל נישט באזוכט די לעצטע גרופע ארעסטאנטן וואס זענען געזעצן אנשטאט דעם רבין.
מיטוואך אפריל 18, 2012 12:47 am#5152
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נישטא קיין ווערטער,
דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:43 am#9530
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נאכאמאל עס איז נישט קיין תרוץ צו האגענען מענטשן
איך וויל נאר פארשטיין וואס יעטיגע מעשה איז ערגער פון סיי וועלכע פאליטיק און די פארגאנגענהייט
נ.ב. איך האלט אז די סיבה פארוואס דער סקווערער ארבייט פאר די כינוס כלל ישראל איז כדי דער עולם גולם זאת פארגעסן פון די שמיציגע מעשה 
זונטאג מאי 06, 2012 6:56 pm#10201
הדד בן בדד האט געשריבן:
איך לאך האט געשריבן:מען פאדרייט דא דעם שמועס
איך האלט נישט אז סקווער איז גערעכט, אבער ראטענבערג איז זיך ווערט דאס געלט ווער האט אים געבעטן זיך צו רייצן סקווער געפעלט דיר נישט פיץ ארויס
פארשטייט זיך אבער אז עס איז נאך נישט קיין תרוץ צי הארגונים מענטשן


ער האט איינגעפאקט, ער האט זיך נישט באוויזן דאס פנים ער האט געדאווענט ערגעץ אנדערש שטילערהייט, אלל ער האט געוואלט איז אז מען זאל אים לאזן לעבן. דו ווילסט אים נישט דא, קויף אפ זיין דירה פארוויפיל עס איז ווערט, און העלף אים גיין, נישט לייג אים אונטער פיסלעך אויף רעכטס און לינקס.

Feeslech is 1thing. But we are talking about burning down a house with a whole family rch"lzln.
זונטאג מאי 06, 2012 8:03 pm#10230
לכבוד די שלשים פון שאול שפיצער שמאכטען אין תפיסה איז מורו ורבו געפארען קיין מאנטריאל.

געהערט בדרך צחותף סקווירא רבי געהאט באזוכען שפיצער אין תפיסה, זאגט איהם דער רבי: "זארג נישט דער באשעפער איז דא מיט דיך. שפיצער ווי א חסיד ענפערט שפיצער ווי א סקווירא חסיד: "איך וויל דער רבי דא מיט מיר אין תפיסה.
מיטוואך מאי 09, 2012 6:18 pm#10979
The New Square arsonist who tried to burn down religious dissident Aron Rottenberg's house while the entire Rotenberg family was sleeping in it, has been transferred to NY State's Sullivan County maximum security prison where he will join the Son of Sam serial killer David Berkowitz and mob hitman Joe "Mad Dog" Sullivan, among other notorious prisoners.

:( :(
דינסטאג מאי 15, 2012 3:09 pm#12324
ער זיצט שוין אין תפיסה איבער א חודש צייט,
ווייסט איינער ווי אזוי ער האט זיך צוגעוואוינט דארט? אויב מ'קען...
די עלטערן גייען איהם באזוכען? דער רבי? עסקנים?
וואס איטז בכלל דער אפדעיט?
דינסטאג מאי 15, 2012 3:24 pm#12330
וואס איז? וילסט אים גיין באזיכען? מחזק זיין?
דינסטאג מאי 15, 2012 3:28 pm#12334
אפשר וויל ער אויסטרייען צו ס'לוינט זיך (דזשאסט קידינג)
דינסטאג מאי 15, 2012 3:34 pm#12338
מ'קען נישט ויסען היינטיגע טעיג
דינסטאג מאי 15, 2012 4:27 pm#12366
איך האב אלע אפדעיטס. ער האט אליינס א שטוב, מ'קען עהם יעדן טאג באזוכן זעקס שעה, ער מעג האבן זיבן ביכער. דערווייל איז איינגעטיילט זיין כיתה, יעדן טאג אנדערע צוויי וואס גייען צו עהם, חברותות צו לערנען און אנדערע 'היימישע'.. שמועסן..
דינסטאג מאי 15, 2012 5:33 pm#12383
יישר כח מנשה פאר די אפדעיטס
ממש מ'פארט א יעדין טאג פין סקוירא??? ממש וי א רבי
דינסטאג מאי 15, 2012 6:22 pm#12406
יישר כח מנשה.
דינסטאג מאי 15, 2012 8:50 pm#12449
זייער שיין פין זיי...
דינסטאג מאי 15, 2012 9:09 pm#12453
מנשה, מ'קען שוין ערגעץ סיינען א פעטיציע פאר זיינעטוועגן? אויב נישט אויף ארויסגיין פריי כאטש אז ער זאל באקומען cable TV אין זיין צעל.
מיטוואך מאי 16, 2012 8:00 am#12548
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך האב אלע אפדעיטס. ער האט אליינס א שטוב, מ'קען עהם יעדן טאג באזוכן זעקס שעה, ער מעג האבן זיבן ביכער. דערווייל איז איינגעטיילט זיין כיתה, יעדן טאג אנדערע צוויי וואס גייען צו עהם, חברותות צו לערנען און אנדערע 'היימישע'.. שמועסן..


הייסט דאס ער איז פארנומען יעדען טאג 6 שעה רצופות, פון א 24 שעה, בלייבט איהם איבער צו שטיפען די אנדערע 18 שעה וואס דאס איז כולל א גוטע 8 שעה שלאף.

וואס איז מיט שבת קודש?
מיטוואך מאי 16, 2012 8:44 pm#12780
שבת ליינט ער דער בחצר הקודש מיט א תשיקה כמה וכמה פעמים
דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:14 am#12830
יא כ'מיין אז שבת איז נישט שייך צו וויזיטן. כ'דארף געוואויר ווערן.
אז מ'רעדט שוין, ראטנבערג האט א גוטע חבר וואס זיצט אין יענע תפיסה, און ער האט פארציילט מיט זאפט אפאר וואכן צוריק פאר זיין חבר, אז ער גייט באקומען א גאסט. למעשה האט ער לעצטע מאל ווען ראטנבערג איז עהם געקומען וויזיטען, געבעטן אז ער זאל מער נישט קומען צו עהם.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:57 am#12884
שקר. שקר. שקר.

איך בין שוין געווען וויזיטן עטליכע מאל די פאר פארשטויסענע אידן וואס זיצן אין יענע תפיסה.

פון די פאר אידן וואס זיצן דארט איז נישט דא קיינער וואס זאל האבן פון ווי צו קענען ראטענבערג.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:48 am#12895
עס איז דא דארט נאך היימישע אידען?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:14 am#12934
עכט היימישע איז נישט דא. נאך אלעם איז עס א מאקסימום סעקיוריטי סטעיט תפיסה. רוב חברה דארט זענען באשולדיגט אין רציחה.

עס איז דא אבער עטליכע אידן וואס זענען געווארן פרום אין תפיסה, למחצה לשליש ולרביע.

איינער למשל זיצט דארט ווייל מען באשולדיגט אים אז ער האט געדרייווט די אנטלויף קאר ביי א געוויסע רציחה. אבער עכט היימישע איז נישט דא דארט.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:15 pm#13062
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:שקר. שקר. שקר.

איך בין שוין געווען וויזיטן עטליכע מאל די פאר פארשטויסענע אידן וואס זיצן אין יענע תפיסה.

פון די פאר אידן וואס זיצן דארט איז נישט דא קיינער וואס זאל האבן פון ווי צו קענען ראטענבערג.

קודם, שלום עליכם משולם. וועלקאם אבארד.

ווי איז שייך צו וויסן אז ראטנבערג קען נישט קיינעם דארט. קען ער דען נישט האבן נישט-היימישע חברים, אדער חברים וועלכע זענען בכלל נישט קיין אידן?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:31 pm#13079
עליכם שלום ר' יאנקל.

איך בין שוין אן באורד כמעט מיום הווסדה פונעם קאווע שטיבל. קענסט קוקן אויף די דאטום ווען איך האב מיר רעגיסטרירט. אזוי אויך קענסטו זעהן וויאזוי איך שרייב דיין נאמען... איך האב ביז יעצט בלויז געליינט, איך האב אין ערגעץ נישט מגיב געווען.

מנשה דילן, האט מיר שוין עטליכע מאל כמעט גורם געווען אז איך זאל אראפנעמען דעם דעקל פון פעדער און אנפאנגן שרייבן און רעאגירן, אבער איך האב מיר יעדעס מאל איינגעהאלטן.

אבער דאס וואס ער שרייבט שטותים והבלים, פאנטאזיעס וואס האט נישט קיין שום האפט, בלויז ווייל אזוי וויל ער, דאס קען איך נישט סובל זיין.

מנשה לוסטיג האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, ראטנבערג האט א גוטע חבר וואס זיצט אין יענע תפיסה, און ער האט פארציילט מיט זאפט אפאר וואכן צוריק פאר זיין חבר, אז ער גייט באקומען א גאסט. למעשה האט ער לעצטע מאל ווען ראטנבערג איז עהם געקומען וויזיטען, געבעטן אז ער זאל מער נישט קומען צו עהם.


וואס האט ער אים פארציילט אפאר וואכן צוריק? אפאר וואכן צוריק האט דען איינער געוואוסט אז ער גייט זיך געפינען אין סאליווען קאונטי קארעקשענעל פעסיליטי? דאס איז דאך געווען א טרענספער וואס איז געווען צוויי וואכן נאכן אורטייל.

זינט ווען גייט ראטענבערג באזוכן אידן אין תפיסה? פארוואס האט ער געבעטן אז ער זאל מער נישט קומען צו אים ?

דארט זיצן נישט קיין היימישע אידן, אפילו נישט קיין אידן וואס זענען געבוירן היימיש. די אידן וואס זיצן דארט זענען געווארן פרום זיצנדיג אין תפיסה.

די מעשה וואס מנשה AKA משה חסיד פארציילט דא איז א ריינע פאנטאזיע אויסגעזויגן פון פינגער.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:43 pm#13088
באמת וויל איך זיך בכלל נישט מתווכח זיין, און ס'קימערט נישט אז דו גלייבסט מיר נישט. אבער פשוט אז איך האב די קראנטע נייעס, וועל איך עס זאגן, און ווידער אמאל, איך גיי זיך ניט מיט דיר - שטיינפעלד - אין דעבאטע שטעלן.
ראטנבערג איז איינגעשריבן אין 'לאסורים' ממילא גייט ער יא אהין, און אפאר וואכן צוריק האט מען יא געוואויסט אז ער גייט דארט אנקומען, אבער מ'האט נישט געקענט וויסן ווילאנג ס'וועט געדויערן, ס'איז א פאקט אז מ'האט דאס אויסגע'פועל'ט, און אז ביים קארט האט מען דאס אויסגערופן. די חלק פון זעקס שעה וויזיטן און יענע פרטים האט מען נישט אנאנסירט.
ווי יענער האט פארשטאנען אז ראטענבערג איז גאר דער באשולדיגער, האט ער עהם אפען און גראב דאס געזאגט, און טאמער איז אמת אז דו שטיינפעלד ביסט א לאסורים מעמבער, דעמאלטס גיי זיי עס אליינס מברר.
אמת טאקע אז שפיצער האט אליינס א שטוב, אבער אין יענעם אפטיילונג איז דא נאך א יידיש קינד וואס ווייסט גוט וואס גייט פאר ביי אונז. לפי מירב ידיעתי. [איך שרייב מיך מיט שפיצער, און עהם גלייב איך מער ווי דו]
דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:47 pm#13090
מנשה לוסטיג האט געשריבן:[איך שרייב מיך מיט שפיצער, און עהם גלייב איך מער ווי דו]

שרייבסט [שיקסט] אים כאטש אויסצוגן פון דעם אשכול?
דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:51 pm#13092
יא, ער לאכט..
צו ער וועט לאכן אפאר יאר ארום? ווער ווייסט, אבער די אויסטעלישע גבורה וואס ער פארמאגט 'יעצט' על כל פנים, גייסטיש, איז אפילו צויבערענד.
איינער פון די אויבער חכמים אין סקווער נישט די בעסטע פריינד אונזערע, געבט ארויס וועכענטליך צעטליך אויפן פרשה. ער האט עהם געשיקט אין תפיסה אויכעט פון די לעצטע צוויי וואכן, שפיצער שרייבט מיר, כ'האב עס אפילו נישט אנגעקוקט, ס'ליגט אין די רעליגיע שטוב אין גארביטש, צעריסן
דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:01 pm#13094
מנשה לוסטיג האט געשריבן: ס'איז א פאקט אז מ'האט דאס אויסגע'פועל'ט, און אז ביים קארט האט מען דאס אויסגערופן. די חלק פון זעקס שעה וויזיטן און יענע פרטים האט מען נישט אנאנסירט.


דא קען מען זעהן די קאורט פראסידינגס מהחל עד כלה.

זיי מוחל ווייז מיר ביטע ווען מען האט גערעדט בנוגע וועלכע תפיסה ער וועט גיין ?