נולד מאוחרבונעס איירעס, זייער שיין געשריבן. נאך דיין נישט וואסער געמאלאכטס, פליעז ענטפער מיר.
דארף די מאלעסטעשן נושא א שטארקן תיקון?
אויב יא, קענסטו א מענטש וואס וואלט געווען א ריכטיגער קאנדידאט דערפאר?
איז א ספק בכלל צי נחום טוט אויף געוואלט?
מען האלט שוין דא אויפן אכצנט'ן בלאט פונעם אשכול. לאמיך מעתיק וואס איך האב געשריבן אויפן ערשטן בלאט:
שמעקעדיגמיין שיטה איז פונקט פארקערט - ענדערש זאלן די שולדיגע אפקומען מיט גארנישט (און לאזן דעם בעל הכרם טון דאס זייניגע ויכלה את קוציו) ווי איידער איין אומשולדיגער זאל ליידן פאר גארנישט!!!
אונז קענען נישט מתקן זיין די וועלט. אויב קען מען נישט טון די ארבעט אן סייד עפעקטס, זאל מען ליבערשט נישט טון. גענוי ווי דער איד וואס איז געלאפן פארטאגס צו סליחות און לויפענדיג האט ער אומגעווארפן עטליכע אלטע אידן אויפן וועג... און הרה"צ ר' ישראל סאלאנטער האט געזאגט אז זיין סליחות איז גארנישט ווערד.
נחום שגץ, נעם אראפ דיינע לאפעס פון אומשולדיגע ערליכע אידן.
איך געדענק נישט אויב איך האב שוין דערמאנט די ענין פון א "בערישע טובה". און אויב יא, איז חזרה נישט שלעכט.
א באלעבאס האט געהאט מיט זיך א געטרייען בער. וואס האט אים פרובירט אפצוהיטן פון אלדאס בייזן. איין טאג האט דער באלעבאס געכאפט א דרימל אויף זיין בעט, און א פליגעלע איז ארומגעפלויגן אויף זיין נאז און געשטערט דעם רואיגן שלאף. דער בער האט נישט געקענט דאס צוקוקן, האט ער באשלאסן צו הרג'ענען דעם פליג. ער איז צוגעגאנגען מיט א רציחה, און געגעבן מיט זיינע לאפעס אזא מעכטיגן זעץ, אז דער באלבוס זיינער איז נסתלק געווארן אויף דער סעקונדע, ויצאה נשמתו בבום, אבער דער בער האט זיך נאכנישט בארואיגט, ער האט ווייטער געהאקט מיט אלע כוחות, זיכער צו מאכן מיט זיין "געטריישאפט" און מיט זיין "שכל" אז עס בלייבט נישט קיין שריד ופליט פון דעם פליג, תמחה את זכר הפליגעלע, אלזא האט ער געהאקט און געזעצט ווייטער אן רחמנות, און דער באלעבאס איז שוין געווען איין שטיק קאלוזשע בלוט מיט א געשפאלטענעם מח רח"ל, דער בעט אין וואס ער איז געשלאפן איז שוין געווען חרוב ונחרב, און אפילו דער ערד אונטער דעם בעט האט זיך שוין געוואקלט, די גאנצע שטאק האט זיך געשאקלט, די יסודות הבנין איינגעבראכן, וינועו אמות הסיפים, אבער דער בער - והוא בשלו. ער האקט ווייטער. און אך ורק "בלויז פארן טובה" פון זיין באלעבאס.
אין די מיען-טיים איז זיך צוזאמענגעלאפן א גרויסער עולם, וואס האבן געטראכט אפשר קען מען נאך עפעס העלפן, זיי קוקן צו מיט אנגסט, שאק און שוידער ווי עס ווערט א חורבן, אבער קיינער וואגט נישט צו גיין נאנט צו דעם צעווילדעוועטן בער, ס'איז דאך א סכנה פארן אייגן לעבן. האבן אלע פארבראכן מיט די הענט, און געשאלטן דעם בער, און געהאפט ער זאל אייננעמען א מפלה במהרה.
איז דארט געווען איין איד, א "נולד מאוחר", וואס האט זיך געדרייעט צווישן דעם עולם, וואס זענען געווען נולדי מקודמים, (אדער מלפניהם, יור טשויס...) און רופט זיך אן מיט א חכמה: איך פארשטיי נישט וואס ענק רעגן זיך אזוי? זענט עטץ מודה אז דא איז געווען א פליג? דארף מען פראטעקטן א בעה"ב מיט א געטריישאפט? ער מיינט דאך נאר דעם טובה אז פליגן זאלן זיך נישט דרייען דא!!
והנמשל מובן. אנשטאט בער, לייגט אריין א שלאנג, נח"ש. והמבין יבין.