פארומס › ס'האט מיר געברענגט טרערן
ס'האט מיר געברענגט טרערן
605 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4134
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג מאי 19, 2020 4:46 am#448942
פארוואס דארפן אונז גלייבן אז עס וואלט געקענט געשען?
און אויב גלייבסטו באמת אז עס וואלט געקענט געשען, און אז עס איז דא במציאות, דאן פארוואס נישט גלייבן אז עס האט למעשה יא געשען? דערלייגסט עפעס?
מילא ס'הערט זיך שווער, און לייגט זיך נישט אויפן שכל, פיין איז נישטא וואס אריינצוגיין אין די גלייבן נושא, פשוט ווייל איך גלייב דעס נישט.
אבער אויב דארף מען (און פון דעם פארשטיי איך אז די קענסט) גלייבן אזא זאך, דאן וואס איז די חילוק אויב עס איז למעשה געשען צו נישט?
דינסטאג מאי 19, 2020 7:37 am#448948
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:די באטל וויין אין די שווארצע בעג :lol: #גירסא דינקותא
מן הסתם האט ער מורא אז די מחללי שבת זאלן נישט קןקן אויף די וויין...
וואס איז מיט'ן וויין אין די בעכער? ווייסטאך וואס מ'זאגט אויף איינער פון די רוז'ינע רביס (דאכצעכמער די לעצטע באיאנע רבי) אז ווען ער האט געמאכט קידוש האט די וויין אין בעכער געקאכט, מן הסתם האלט ער שוין אויך ביי יענעם מדריגה ממילא איז די וויין מבושל. :lol:
באהוש'ער רבי זצ"ל
דינסטאג מאי 19, 2020 7:49 am#448950
במדבר האט געשריבן:איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.
כאן מקשיבים | עברתי פגיעה מינית
די פיינפולע געשיכטע פון די אימבאשיצטע קינד שמולי דייטש, וואס האט מיטגעמאכט סעקסואלע אביוז פון די פינעף יאר טיילמאל מיט אלימות ביז צו די זעכצען יאר, שפעטער חתונה געהאט און די אינטימע באציאונג האט ארויף געברענגט פאסט-טראומע (ptsd),נאך דריי יאר זיך ג'גט איבערלאזענדיג א טאכטער.
האסט פארציילט פאר דיין מאמע? פרעגט זי... ניין! וויייל איך ווייס וואס זי גייט ענטפערן: אוי אוי אוי נעבעך שוין! וואס קען מען טון אזוי איז עס!!!
#יהודים אינם חרדים
א ווייטאג! כ'האב עם גוט געקענט פון דער נאענט, א געשמאק בחור בחור געווען. בלע המאלעסטעישן לנצח, ומחה ד' דמעה מעל כל ילדים ונאמר אמן
מיטוואך מאי 20, 2020 7:01 pm#449139
במדבר האט געשריבן:איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.
#יהודים אינם חרדים
ער קומט אריין היבש אומקלאר. כ'זאג נישט אז גארנישט איז געשעהן אבער כבדהו וחשדהו.
חוץ אויב ער האט באלאנג צום כת סרוח לב טמא אדער צום סוטה המין בערלאנד'ס מטורפים איז אינגאנצן עפעס אנדערש.
לוותר להוסיף אז די לעצטע זאך וואס די אנטיסעמיטן פון 'כאן' זארגן זיך איז פאר זיין וואוילזיין.
מיטוואך מאי 20, 2020 7:14 pm#449141
כאילו די אנסיטעמיטן פון בני ברק זארגן זיך יא פאר זיין וואוילזיין, יעדער זארגט זיך פאר זיין אייגן בענקל, ווילאנג ער איז געווען א טייל פון די אנטיסעמיטן פון בני ברק האבן זיי זיך געזארגט פאר איהם, יעצט אויפ'ן מינוט האבן די אנטיסעמיטן פון כאן א תועלת פון איהם זענען זיי זיינע פארזארגער, ווען ער וועט (האפענטליך?) צוריקגיין צו די אנטיסעמיטן אין בני ברק וועט אלס צוריקגיין צום אלטן בעז"ה.
מיטוואך מאי 20, 2020 7:30 pm#449143
מה ענין בני ברק למאה שערים?
מיטוואך מאי 20, 2020 7:39 pm#449144
זאל זיין מאה שערים.. (רשעים?)
מיטוואך מאי 20, 2020 7:47 pm#449146
אגב, די מליצה איז עלטער פון דיר מיטן רבין אינאיינעם.
דינסטאג מאי 26, 2020 10:35 pm#449726
מאנטאג יולי 13, 2020 12:10 am#454403
לעילוי נשמת הבחור משה אריה ע"ה בן יבלחט"א שמואל בנימין
ווען איך האב געהערט אז ער איז אוועק האט עס מיר געברענגט טרערן, פון דאס האב איך באקומען טשילס, ס'מיר קאלט און ווארעם אין אלע ביינער...
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 7:21 pm#464993
די כוחות הנפש פונעם טאטן.
https://www.youtube.com/watch?v=wCbujSU ... Simchagram
פרייטאג מאי 7, 2021 12:48 am#472658
https://www.amazon.com/Street-South-Cen ... B07ZVLVX2Z
פרייטאג מאי 7, 2021 5:56 pm#472730
איך אויך
די כוחות הנפש פונעם טאטן.
https://www.youtube.com/watch?v=wCbujSU ... Simchagram
איך אויך: ייש"כ. מ'זעהט. ניין מ'שפירט די ליעבשאפט פון א טאטן צו זיין זון. נישט געקוקט אויף זיין חיצוניות...! דעם זיידן, ווייס איך שוין נישט. מסתמא איז ער אויך זייער שטארק נתרגש. און מיט ליפא בראש. קענמען נאר גוט פארן...! אפגעזעהן פון אלע שטותים...!
דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 3:10 pm#480112
https://youtu.be/oPXQhAUebr4
דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 3:11 pm#480113
מיר אויך.
עס איז א ווייטאגליכע נושא, און דער בחור׳ל איז מסתם א וויקטים און רעדט זיך אזוי אויס. אוי באשעפער!
דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:55 pm#480122
לבי ובשרי
https://youtu.be/oPXQhAUebr4
לבי ובשרי: ייש"כ. יא. ס'האט מיר טאקע געברעגט טרערן...!
אבער פארוואס זאלל דאס טאקע זיין דער מצב?!. די תורה שטייט איין ביי די מענטשן וועלכע זענען חכמתם קודמת ליראתם.זאלל טאקע מקויים ווערן וואס ס'שטייט אין פרקי אבות. כל שיראתו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת...! ומכלל הן אתה שומע לאוו...?
מאנטאג אקטאבער 4, 2021 12:24 pm#482500
ווען מען קוקט אויף עם ביי זיין חתונה זעהט מען גלייך אז ער ליידט פון א מצוקה נפשית.
https://www.youtube.com/watch?v=cvNyXdW ... hartknzrjh
מאנטאג אקטאבער 4, 2021 1:18 pm#482505
איך אויך: ייש"כ. נאר אלס חילוני איז ער אויך נאכנישט אינגאצן קיין מושלם. אמת. ער האטציך אפגעגאלט די פיאות. אבער ער האט נאכנישט קיין אויעררינגל/עך.
ס'איז מיר סתם א חידוש פון וואו ער ( א געוועזענער בטלנ'ישער יונגערמאן) רעדט אזא געשליפענעם עברית.
קודם. די חילונים באלעקן זיך מיט אזא פרשה. נעבעך א רחמנות אויף זיינע עלטערן. וויפיהל צער און עגמ"נ און בושות זיי גייען אדורך.
די גרעסטע דזשאוק וועט זיין אויב, בזמן מן הזמנים וועט ער זיך צוריק לאזן וואקסן א אידישע בארד און פיאות. און איבערנעמען די רבי'סטווע. און .."ער"... וועט זיין אונזער מוסר זאגער. און זיין אונטערגעשריבן אויף אלע נארישע קול קורא'ס וואס די ליידיגייערס טראכטן נישט אויס...!
מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:00 pm#482508
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
איך אויך
ווען מען קוקט אויף עם ביי זיין חתונה זעהט מען גלייך אז ער ליידט פון א מצוקה נפשית.
https://www.youtube.com/watch?v=cvNyXdW ... hartknzrjh
ס'האט מיר געברענגט צו לאכן
מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:08 pm#482509
יהודי פשוט
איך אויך
ווען מען קוקט אויף עם ביי זיין חתונה זעהט מען גלייך אז ער ליידט פון א מצוקה נפשית.
https://www.youtube.com/watch?v=cvNyXdW ... hartknzrjh
ס'האט מיר געברענגט צו לאכן
ס'איז פאני אז א איד איז פאר'צרה'ט?
מאנטאג אקטאבער 4, 2021 2:47 pm#482511
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
קהל'ס נער
ס'איז פאני אז א איד איז פאר'צרה'ט?
ניין, ס'נאר פאני אז ווען א איד רעדט צו די פרייע פרעסע, האלט ער זיך נישט צוריק פון זאגן ליגענט קבל תבל ומלואה, סיי ווייל ער ווייסט אז דער וואס רעדט מיט אים כאפט נישט אז ס'ליגענט, און סיי ווייל דער וואס רעדט מיט אים וויל נישט וויסן אז ס'איז ליגענט, ווייל ער גלייכט דעם געקעכטס ווי א ווארעמע טשאקאלאד-טראפענדע ראגעלע
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 4, 2021 5:47 pm#482521
וועלכע חלק איז ליגענט? אמת זיין טאטע האט כמעט נישט השפעה אין יוראפ (אדער סיי ווי) און ער/זיי איז היבש מגזים לגבי דעם. אבער חוץ פון דעם האב איך נישט געהערט עפעס עקסטערס ליגענט.
מאנטאג אקטאבער 4, 2021 8:16 pm#482532
איך אויך: דאס אז זיין טאטע און די קהילה האבן איהם פאריאגט און מדחה געווען בשתי ידיים. זיין טאטע האט פרובירט פארשידענע מעטאדן און טעראפיסטן. ער האט איהם געגעבן א סאך ברירות און פלעקסיביליטי. זיכער קען ער נישט האבן א יוצא ונכנס ביי זיך אין שטוב וואס איז מחלל שבת און עסט טריפות. און גייט אריין אין שול אן א קאפל.. דער טאטע זינקט דאך נעבעך איין פאר בושות...! איך בין זיכער אז זיין טאטע האט אין זיין (נעבעכדיגן) מצב איהם געלאזט האבן א ראדיא. מסתמא האט ער עס געלאזט לויפן אום שבת.
דאס איז די פארקערטע ווי די קלאסישע מעשה'לע וואס איך האב מיך דערמאנט. א ישיבה בחור איז ל"ע פארדארבן געווארן און געטון אלעס וואס א שייגעץ טוט. ווען מ'איז געקומען זאגן פאר'ן ראש ישיבה אז איינער פון זיינע בעסטע תלמידים, דער בחור דער מצוין איז משוגע געווארן. ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס...! האט דער ר"מ געענטפערט. ניין. ער איז נישט משוגע. ער איז א שייגעץ...! ווען ער עסט שיקסעס און טאנצט מיט חזירים וואלט איך געזאגט אז ער איז משוגע. אבער אז ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס איז ער א שייגעץ...!
אבער דער חתן דנן איז אויסער וואס ער איז א שייגעץ איז ער לא עלינו א ביסל (א ביסל מער ווי א ביסל) צודרייט. דאס גליק האט איהם געטראפן. ער איז א וועיטער אין עפעס א טריפה'נעם רעסטאראנט אדער קלאב. און ער מאכט מינימום וועידזש...!
דינסטאג אקטאבער 5, 2021 10:58 pm#482639
איך האב יעצט געזעהן (אויף יו טוב) זייער אן אינטרעסאנטן קליפ פון א דיאלאג פון אן ערליכן איד (או.קעי., מזרחי) מיט זיין טאטע וואס איז געבליבן א חילוני. א פרייער.
כ'ווייס נישט צי מ'קען עס מגדיר זיין אז ס'ברענגט טרערן. אבער ס'איז א טראגעדיע ווי דער טאטע עקשנ'ט זיך צו האלטן צו זיינע דיעות כוזבות. און דער זון, א רב, טענה'ט זיך איין מיט איהם , פארשטייצעך מיט גרויס דרך ארץ איבער פארשידענע זאכן וואס די פרייע, נישט רעליגיעזע טוען. און דאס פלאגט די ערליכע אידן אין ארץ ישראל...!
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 4:56 pm#482695
קהל'ס נער
יהודי פשוט
איך אויך
ווען מען קוקט אויף עם ביי זיין חתונה זעהט מען גלייך אז ער ליידט פון א מצוקה נפשית.
https://www.youtube.com/watch?v=cvNyXdW ... hartknzrjh
ס'האט מיר געברענגט צו לאכן
ס'איז פאני אז א איד איז פאר'צרה'ט?
ניין: זאלל ער זיך אריינזעצן אין א משוגעים הויז. אזוי לויפט ער ארום און געט סחורה פאר די פרייע שונאי הדת.און זיין טאטע זינקט נעבעך איין פאר בושות...!
אויך. דער חסר דעה סמאוקט א ציגארעטל לעבן די געז טענקס... אבי צו זיין קאאל...!
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 5:56 pm#482701
berlbalaguleh
איך קען אים נישט פערזעינליך, אבער פון די דאקומענטרי זעיט ער בכלל נישט אויס משוגע, ווען ער רייכערט לעיבן די געז טענקס איז עס א אי-סיג, נישט קיין טראדעציאנאלע ציגרעטל.
אגב, וואס איז פשט אז זיין טאטע גייט א הויכע היט און ער גייט א פלאטשיגס?
לגבי אונז בארעדן, ווער זאגט אז עס איז נישט אמת, קען זיין דעיס איז זיין איינציגסטע וועג אז מען זאל אים אויפהערן רודפן, זיין טאטע איז איז א מודה במקצת ווען ער בעיט אים צי גיין צי א פרומע פסיכולוג.
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 6:11 pm#482703
די אייציגסטע פראבלעים וואס איך האב דא איז אז די ט"ו סטאנציע ברעינגט נאר איין זייט פון די מעשה.
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 8:48 pm#482711
קהל'ס נער: אט יעצט האסטו געכאפט די נקודה. אין ארץ ישראל איז דאס ליידער דער מצב. אז די פרייע פרעסס זוכט סענזאציעס צו פארקויפן פאר די ליינער און צוהערער. און די גרינגסטע גרופ צו באשמירן און באשמיצן זענען די ..."חרדים"...! זיי באלעקן זיך מיט אזא מעשה. זיי זוכן נישט ארויסצוברענגען דעם אמת...!
לגבי דעם פלאטשיגס וואס ער (האט) געטראגן. לעומת זיין טאטע וואס האט א הויכן הוט. איך האלט אז דארט ליגט דער שורש פונ'ם פראבלעם. זיין טאטע דער אדמו"ר האט געוואלט זיין פאליטיקלי קארעקט (מקובל ביי סאטמאר) האט ער איהם געשיקט לערנען אין סאטמאר'ע מוסדות. אבער מקורות'דיג זענען זיי בעלזער חסידים. דארט האטציך אנגעהויבן דער קאנפליקט בנפשו...!
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 9:34 pm#482719
זיין בעלזער נשמה מיט זיין סאטמארע לבוש האבן זיך געשלאגן, ונצחו אראלים את המצוקים. 😂
יעצט פארשטיי איך שוין אלעס פון אזא שעטנז/בשר בחלב/כלאים/אנדרוגינוס חינוך קומט ארויס א כוי. 😂
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 9:55 pm#482725
קהל'ס נער: איך האב הנאה פון דיר. דו קענסט נעמען א מצב און צו פאסן א פסוק. אזוי ווי דער בלאט. וועלכער פלעגט אייביג ענדיגן אלע זיינע מאמרים מיט עפעס א פסוק. נאר ס'האט אזוי געשטימט ווי ..."טענו בחיטים והודו לזכר קדשו"...!
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 10:01 pm#482727
קהל'ס נער. א כוי איז דאך ספק בהמה ספק חיה. אבער וודאי משוגע'נער...!
ווען הרב שולם לייזר שליט"א (ע"ש העתיד) וועט תשובה טון און איבערנעמען די פשעווארסק'ער רבי'סטווא. און איך וועלל מיך שטופן צו נעמען שיריים מידיו הקדושים ומפה קדשו. (ס'זעהט נישט אויס אין דעם יעצטיגן גילגול.) דאמאלס וועט מען פארמעקן די תגובה.. .!
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 10:04 pm#482730
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך האב הנאה פון דיר. דו קענסט נעמען א מצב און צו פאסן א פסוק. אזוי ווי דער בלאט. וועלכער פלעגט אייביג ענדיגן אלע זיינע מאמרים מיט עפעס א פסוק. נאר ס'האט אזוי געשטימט ווי ..."טענו בחיטים והודו לזכר קדשו"...!
די איידיע נעם איך גראדע פון דרעיזנער פון מקולות מים, נאר ביי עים האט עס א פנים ווי דער שור שנגח חלות הדבש בכלי הכרם.
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 10:10 pm#482731
berlbalaguleh
קהל'ס נער. א כוי איז דאך ספק בהמה ספק חיה. אבער וודאי משוגע'נער...!
ווען הרב שולם לייזר שליט"א (ע"ש העתיד) וועט תשובה טון און איבערנעמען די פשעווארסק'ער רבי'סטווא. און איך וועלל מיך שטופן צו נעמען שיריים מידיו הקדושים ומפה קדשו. (ס'זעהט נישט אויס אין דעם יעצטיגן גילגול.) דאמאלס וועט מען פארמעקן די תגובה.. .!
ער איז די ראשית אונו?! הייליגע לאקשן.
ווער זאגט אז ער איז עכט אפגעפארען, איך מיין אז דעיס איז זיין מהלך אין עבודת השם, זיין טאטע האט געטוישט פון בעלזא צי סאטמאר, ער טוישט פון סאטמאר אויף חילונוב.
ווארט א הינדרעט יאר מען וועט זעין ישועות ביים הייליגען חילונובער.
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 10:21 pm#482732
קהל'ס נער: אזוי ווי דער אנדערער כ"ק מיר אן אדמו"ר שליט"א, א זון פון א קדוש וטהור. (שוין עטליכע דורות נוטרי הברית והחסד) וועלכער איז געגאנגען יושב'ן פאר נישט וואשן זיך צו א בילקע און הערינג ביי שלוש סעודות. היינט פיהרט ער א גרויסע רבי'סטווא. און מ'שטופט זיך צו כאפן שיריים מידיו הקדושים ומפה קדשו...נאר פארוואס די רעבע שליט"ע הקדוש והטהור איז געגאנגען יושב'ן פארציילט ער נישט. אפילו ביי שלש"ס טוירעה.מסתמא די אנטיסעמיטן די רשעי הציונים האבן איהם איינגעזעצט פאר גארנישט. ער האט געוואלט מתקן זיין נשמות....!
מיטוואך אקטאבער 6, 2021 10:30 pm#482733
כ'האב נאכנישט געכאפט פון וועים די רעדסט ( געב עס אפאר טאג כ'וועל כאפן, מיין אונגערישער יחוס קען איך נישט באהאלטן).
עניוועיז, מען דארף טוישן די גרסה צי מסכן נשמות.
דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 9:40 am#482759
קהל'ס נער: איך רעד דא איבער דעם הייליגן בעל שומר אמונים. (איינער פון די אחים הקדושים). זייער טאאטע איז דאך געווען א קדוש וטהור. געפלויגן אין הימל ממש א יעדע נאכט ווען אונז זעמיר געשלאפן. און בייטאג האט ער עוסק געווען אין אויסלייזן שטחים פון די רשעי הציונים פון מדינת ישראל. און אויף די זייט אויך פארדינט א שיינע פאר מעלאנעס. ווען די פרייזן זענען ארויפגעפלויגן אין די'80גער און '90גער יארן...!
ער האט געלאזט צוואה. (מיט 2 וואווי"ן) אז אלע זיינע זין זאללן ווערן אדמורי"ם. איינער, וועלכער האט עוסק געווען אין מתקן זיין נשמות. (וואס ער האט געטון צו די גופים עמיר נישט רעדן). האט געיושב'ט ביי די רשעי הציונים. נאכדעים האבן איהם זיינע חסידים געברענגט קיין אמעריקע. אבער די אמעריקאנע רעגירונג האט איהם פאריאגט. ווייל ער האט נישט פארציילט אז ער איז אמאל געווען א יושב בסתר. די רשעים די אמעריקאנער. (כ'ווייס שוין נישט ווער ס'זענען גרעסערע רשעים די ציונים אדער די אמעריקאנער.). שוין. דער רעבע פיהרט רעביסטווא און טיילט שיריים. און דער עולם שטופט זיך צו נעמען שיריים מידיו הקדושים ומפה קדשו...! ספעציעל אום חנוכה, ווען ער טיילט סופגניות...!
פרייטאג אקטאבער 8, 2021 7:44 am#482826
מאך זיכער: ייש"כ. איך בין מסכים מיט דיר. נאר איך האב געהערט די מעשה/יות פון אנדערע מקורות.
דאס אז נחום איז א דעמאגאג און מ'קען זאגן אפילו א רשע. האביך מיך איבערצייגט ווען ער האט געזאגט אדער געשריבן אויף א גרויסן צדיק אמת וואס איז שוין אויפ'ן עולם האמת זייער א מיאוס'ן אויסדרוק פון ניבול פה. אמת. אויף די היינטיגע הנהגה אין דעם חצר הקודש איז דא א סאך צו קריטיקירן. אבער דער טאאטע איז זיכער געווען א צדיק אמת.
את חטאי אני מזכיר. איך פלעג א סאך הערן און ליינען זיינע בלאגס. אין אנהייב האביך געמיינט אז ער מיינט ארויסצוזאגן דעם אמת בלי פחד. אבער איך האב מיך איבערצייגט אז ער איז נישט מער ווי א שלעכטער מענטש (ס'איז דא נאך אן הגדרה אויף איהם. איך קען עס אבער נישט ארויסברענגען זייער קלאר..) וועלכער זוכט נאר סענזאציעס, לשון הרע און רכילות ביי א צווייטן. אפשר כדי צו פארדעקן זיינע אייגענע חרפות. פון וואס מ'קען עכט רעדן באריכות. ואכמ"ל.
זונטאג יאנואר 23, 2022 11:10 pm#492572
ליפא גראמט ביי א חופה פון א יתום:
https://m.youtube.com/watch?v=HBq75_V31Bg
דינסטאג פעברואר 15, 2022 5:31 pm#495085
דעם פרייטאג נאכמיטאג האבעך שפאצירט אויפן גאס, און געזעהן ווי א אידיש אינגעלע- בערך 12-15 חדשים אלט- ווערט באגלייט דורך א שטאטישע נורס ( ס'דא א געוויסע פראגראם וואס שטעלט עס צו), און דער ערלית שטייט און שפילט זיך מיט'ן סמארטפאון בו בזמן וואס דער אינגעלע וויינט בכיות נוראות.
די מעשה איז געווען.... אז עפעס איז איר אריין אין קאפ אז זי ברויך אויסלערנען דאס קינד וויאזוי צו וואקן, האט זי גענומען דעם קערידזש און געשטעלט אין פראנט פונעם קינד, אזוי, אז דאס קינד זאל וועלן צולויפן דערצו און אזוי וועט ער זיך אויסלערנען צו שטעלן טריט... עכ''פ... אינדערצווישן איז יענער שחורה פארנומען געווארן מיט'ן סמארטפאון, און אינגאנצן פארגעסן פונעם קינד.... אבער אזויפיל האט זי יא געדענקט, אז יעדעס מאל דאס קינד האט כמעט דערגרייכט דעם קערידזש, האט זי געגעבן א רוק אוועק דעם קערידזש פון די קליינע הענטעלעך וואס האבן זיך שוין אט אט געגרייט פאר אביסעלע מנוחה... אמער... זי מוז דאך איהם אויסלערנען וואקן....
און אזוי איז דער קליין אינגעלע געשטאנען און געוויינט בכיות נוראות, און עטליכע מאל איז ער אפי' אנידערגעפאלן אויף דער ערד נישט קענענדיג סובל זיין צו וואקן אזעלכע לאנגע שטרעקע'ס.... אבער יענע ערלית איז געשטאנען ווייטער און זיך מתענג געווען מיט'ן סמארטפאון.
דאס הארץ איז מיר ממש צוגאנגען.
דינסטאג פעברואר 15, 2022 7:17 pm#495102
קידוש
א ריכטיגע ווייטאג, מיט דעם פרט זענען די רבנים 100 פראמענט גערעכטת די סמארטפון נעמט איבער א מענטש.
מיטגעהאלטן לעצטענס אן הץערוות בעניני טעכנעלאיגיע ביי א געוויסע קהילה, און א גרויס חלק פון די נושא איז נישט געוועהן אז ז א סמארטפון איז טרייף, נאר אז עס נעמט איבער דעם מענטש, און מען געבט נישט נארמאל אטענשען פאר די ווייב און קינדער ועוד ועוד.
(בעצם דארף מען נישט קיין רבנים זאלן דאס מעורר זיין, מען קען עס אליינס בייגעוואיוינען מיט אסאך חברים)
דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:00 pm#495105
קלוגע יודל
אויב זייער פראבלעים איז נאר אז ס'נעמט איבער די מענטש און ס'מאכט שלום בית פראבלעימען (וואס איז טיילווייז ריכטיג),
פארוואס דארף מען חרוב מאכן א מענטש און עים רודפן און ארויסווארפן זיינע קינדער פון מוסדות פארדעים, איז ער נישט קיין מענטש!! האט ער נישט קיין שלום בית!! אז מה?!
פארוואס מאכן זיי נישט סאך א פשוטערע תקנה, אז ווער ס'איז נישט קיין מענטש, אדער ער האט נישט קיין שלום בית, פליט פון מוסדות.
די תירוץ פארשטייט יעדער אליין אז ס'איז סתם א אמתלה, מ'זיכט סתם צי פייניגען די מענטשהייט אין נאמען פון אללא, און נישט צילאזן די עולם זיך עפענען די קאפ, ווייל אויב יא קען מען ווידערשפעיניגן אינעם "רעבישע קעניגרייך", (פינקט ווי צפון קוריאה).
#דער_עולם_איז_נישט_משוגע
דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:07 pm#495107
קלוגע יידל:ס'איז נישט דוקא דער סמארטפאון.נאר יעצט איז אין סטייל צו האקן אויפ'ן סמארטפאון. א יעדע זאך צו וואס א מענטש איז אדיקטעד נעמט איהם איבער.
איך בין געווען אמאל ביי א דענטיסט. וואס איך האב אים געניצט צוליעב די שפעטע שעות און וויקענדס וואס ער האט געארבעט. ביניך געווען ביי איהם אמאל אין א זונטאג. ווען ס'איז געווען א פוטבאלל געים. האט ער געהאט א טי.ווי. סעט נעקסט צום דענטיסט טשעיר. מיט איין אויג האט ער געקוקט אין מיין מויל. און געארבעט צו פאררעכטן מיינע לעכעריגע ציין. און בין שטעך ל'שטעך. און בין דרילל ל'דרילל האט ער מיטגעהאלטן דעם געים. ס'איז טאקע א וואונדער אז ער האט נישט געלייגט בטעות די נידל אין מיין נאז אריין שטאטס די לעכעריגע ציין.
דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:04 pm#495124
מ'האט עס שוין געברענגט דא אין דעם אשכול. נאר איך האבמיך דערמאנט ווייל איך האב פונקט געזעהן דעם קליפ פון דעם (תימנ'ער) יונגל וואס האט (ל"ע) געהאט יענע מעשה. און ער איז (ב"ה) אויסגעהיילט געווארן. און לכבוד זיין בר מצוה פארשטייצעך אז מ'האט געמאכט א גרויסע פייערונג. אויך האט ער געזינגען דעם הארציגן ניגון/שיר...."אלוקים, נתת לי חיי, נתת לי הכול"... ס'איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן ווען איך האב געזעהן ווי זיין מאמע און באבע האבן איהם ארומגענימען און געפריידט זיך מיט איהם נאכ'ן ענדיגן זינגען...! ה' יאריך ימיו ושנותיו...!
דינסטאג פעברואר 15, 2022 10:44 pm#495150
כ'האב פריער געשניטן א צוויבל,
עס האט מיר געברענגט טרערן... 😂
מיטוואך פעברואר 16, 2022 2:14 am#495163
עצי שיטים: ברוך שכיוונת. דו האסט צוגעטראפן צו דעם פאטענט וואס א וויכטיגער מנהיג בישראל האט געטון. הרב אריה דרעי האט פארציילט אז אין זיינע יונגערע יארן ווען ער האט געדארפט ארויסווייזן התעוררות און טרערן, האט ער געשניטן א צוויבל. דאס האט איהם געברענגט טרערן אין די אויגן. און וואוטס אין כנסת...!
מוצ"ש פעברואר 19, 2022 11:20 pm#495412
עצי שטים
כ'האב פריער געשניטן א צוויבל,
עס האט מיר געברענגט טרערן... 😂
דינסטאג פעברואר 22, 2022 12:11 pm#495548
צ/ק
ווי א עלטערע אינגערמאן א טאטע פון אפאר קינדער, א יתום פון זיין טאטע, וואס איז ל"ע ג'גט, שפאצירט אהיים נאך מעריב צו זיין מאמע'ס הויז מיט אן איינגעבוינגענעם ריקן, און מיט א שטיקל מויל אין זיין שיך, מיט די אויגן ארויף צום הימל כאילו ער ווייסט נישט פארוואס ער איז דא, און ביני לביני נעמט ער ארויס זיין פליפ-פאון און קוקט אויב איינער האט איהם בכלל געזוכט אדער געקאלט, זעהנ'דיג אז סאיז גארנישט דא קיין נייעס, נעמט ער ארויס זיין לעקטריק צוגרעטל, גיבט א ציה אריין, -גלייך נעמט ער זיך היסען, ..דעס איז איהם אויכעט נישט באשערט
דינסטאג פעברואר 22, 2022 12:59 pm#495551
סאו רוף/טעקסט עם דו.
מיטוואך פעברואר 23, 2022 8:13 pm#495608
אנאנים: ס'איז דא פארשידענע מיני כאראקטערס און מענטשן אויף די וועלט. איך קען איינעם. אן עלטערן יונגערמאן (אין די הויכע 40'ער יארן). וואס ער איז אייביג געגאנגען איינגעבויגן. אן א שמייכל אויף זיינע ליפן. איין טאג זאגט ער מיר אז ער האט זיך גע'גט. זייט דאמאלס (שוין אריבער א יאר.) האט ער אויפגעלעבט. אייביג מיט א שמייכל. ער האט אויך צוגענימען וואג...!