פארומס › ס'האט מיר געברענגט טרערן

ס'האט מיר געברענגט טרערן

605 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4134
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג אפריל 15, 2022 7:32 am#498269
כ'האב נעכטן געוואטשט און געהערט דעם קליפ דריי מאל, און דריי מאל האב איך געלאזט פאלן אפאר טרערן.

דאס איז א masterpiece פון ארט. סיי די מעלאדיע סיי די ווערטער און סיי די visual production. דער זינגער'ס שטימע איז פערפעקט פאר דער ניגון. און די מעשה איז עפעס שלא מעלמא הדין. איך גלייב נישט אז א ילוד אשה קען אויפקומען מיט אזא מעשה, דאס קען נאר דער באשעפער אליין.

כהן לוי ישראל - יענקי אויש

.
פרייטאג אפריל 15, 2022 7:50 am#498270
הוגה
כ'האב נעכטן געוואטשט און געהערט דעם קליפ דריי מאל, און דריי מאל האב איך געלאזט פאלן אפאר טרערן.

דאס איז א masterpiece פון ארט. סיי די מעלאדיע סיי די ווערטער און סיי די visual production. דער זינגער'ס שטימע איז פערפעקט פאר דער ניגון. און די מעשה איז עפעס שלא מעלמא הדין. איך גלייב נישט אז א ילוד אשה קען אויפקומען מיט אזא מעשה, דאס קען נאר דער באשעפער אליין.

כהן לוי ישראל - יענקי אויש

.

דער מעשה איז אמת ויציב און האט פאסירט מיט ר' ישעי אונגאר ז"ל, גבאי פון סקווערע רב. מיכאל שניצלער זינגט עס אויף איינע פון זיינע סידיס.
דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:26 am#502813
An extremely powerful moment as Yahalem Tadasa emotionally recites the Shema Yisrael prayer after seeing his 2 children arrive after 20 years of waiting for them to make aliyah from Ethiopia. He last saw them when they were little kids.
https://twitter.com/eretzisrael/status/1539665113808084993?s=21&t=Z2Q35_uQGuWtCjWyzNit4w
זונטאג דעצעמבער 4, 2022 4:47 am#513311
ווי באקאנט, איז די ישראל'ישע זינגערין שרית חדד (באקאנט מיט איר כשהלב בוכה) לעצטנס ארויסגעקומען פונעם קלאזעט אלס לעסביען, נאך יארן פון שמועות און באהעלטעניש צוליב פחד פון איר אודיענץ וואס זענען מיינסטנס טראדיציאנאל געשטימט.

זי האט עס געטון דורך ארויסגעבן א ניגון צוזאמען מיט איר בת-זוג תמר יהלומי: 'אהבה כמו שלנו', וואס אינעם קליפ געט זי אנצודייטן אז זיי זענען צוזאמען.

די ווידיאו איז פון א לעצטיגער קאנצערט וואו זי זינגט דעם ניגון צוזאמען מיט איר בת-זוג וואס שפילט דערביי; די דערלייכטערונג און ליבע שפירט זיך פון יעדער סטרונע.

זהירות: קול אשת אשה
זונטאג דעצעמבער 4, 2022 10:32 am#513319
תוהו ובוהו
זהירות: קול אשת אשה
👍
מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:03 am#513355
ס'ברענגט לכאורה אויף א שאלה. אויב ביי א נארמאלע פרוי גייט אן דער איסור פון קול באשה (ערוה). צי ס'גייט אויך אן ביי אן אשת אישה. א לעסביען, ל"ע, רח"ל, דער אייבישטער זאלל אונז אפהיטן.

מ'דארף פרעגן ביי אונזער רעזידענט פילאזאף און פוסק הרב מי אני וואס די הלכה איז. ער'ט דיר ברענגען 20 פארשידענע קוואוטס פון א יעדן דייטשן (אידישן און נישט אידישן און געשמד'טן) פילאזאף איבער דעים נושא. אויך וועט ער ברענגען א יעדן פארווארפענעם שטיקל רמ"א און אנדערע נושאי כלים פון אבהע"ז הילכות---!

אבער ערנסט גערעדט. דער סאנג..."כשהלב בוכה"... איז מיט עטליכע יאר צוריק געזינגען געווארן דורך א תימנ'ער יונגל וועלכער האט (ל"ע) געהאט יענע מעשה און ער האטציך (ב"ה) ארויסגעדרייט דערפון. ביי זיין בר מצוה. און זיין מאמע, באבע און אנדערע קרובים זענען זיך פארגאנגען אין טרערן (של שמחה). אט דאס האט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן...!
מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:00 pm#513387
ביי די ליל שיש דרעזנער-שמעלצער שמועס פון פארגאנגענעם וואך פרשת ויצא, האבן זיי ארומגעשמועסט ביים הויפט נייעס איבער די טראגישע עקסידענטן וואס זענען ליידער פארגעקומען אין מאנסי. וועלוול האט דערמאנט אז ער איז געגאנגען מנחם אבל זיין משפחת סאסמאן, נישט ווייל ער קען זיי, נאר ווייל די טראגעדיע האט אים מורא'דיג איבערגענומען. האט ער פארציילט אז איינע פון די יתומים האט אים דערמאנט אז מיט צען יאר צוריק האט ער געזונגען אין די קווייער פון וועלוול אין בית דוד, און ער האט אפילו געדענקט וועלכע ניגון זיי האבן געזינגען, און ער האט עס אנגעהויבן צו זינגען דעם ניגון. אלוקים צבקות שוב נא...

ער האט געבעטן וועלוול זאל עפעס גראמען, אבער וועלוול האט זיך אנטשולדיגט אז ער קען נישט סתם אזוי אהן זיך צוגרייטן פון פריער, שפעטער ווען ער איז ארויס האט ער געשריבן גראמען אויף דעם ניגון און ער האט עס געזינגען ביים ליל שישי שמועס. עס איז גאר הארציג און עס האט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן.

איך ווייס נישט פונקטליך וואו אין די שמועס דאס איז, בערך ביי 50 מינוט אריין, רעדן זיי פון די מעשה. און ביי בערך 55 מינוט זינגט וועלוול די גראמען.
אויפן פאון איז עס 3- 6- 2 פון די מעין מעניו. דערנאך דריק די 9 קנעפל 10 מאל, דארט רעדן זיי וועגן די גאנצע מעשה. מען קען גראד דריקן 9 עלף מאל אנצוקומען גראד צו די גראמען.
דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:08 pm#513780
הארציגע גראמען דורך ליפא שמעלצער ביים חתונה פון זיין ברודער וועלוול'ס ערשטע קינד.

https://www.youtube.com/watch?v=5H5dtkOYvjc
זונטאג פעברואר 12, 2023 12:38 am#516850
גרייט אייך אן טישוס.
ספעציעל צום סוף

https://youtu.be/oSCpb5Wex48
זונטאג פעברואר 12, 2023 2:14 am#516861
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב נישט געוויסט אז דאס הייסט ראק, אבער כ'האב אויך אייביג געגליכן די ניגון, זייט כ'האב עס אנדעקט
מאנטאג מערץ 6, 2023 6:16 am#518096
באמת פארלאנגט זיך דאס אן עקסטערע אשכול,

דאס איז איינס אין א סעריע, פאר די איבריגע עיין בהיוטיוב טשענאל שם.
https://youtu.be/lOeQUwdAjE0
דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:23 pm#533561
גאר הארציגע און ווייטאגליכע ארטיקל דורך איצי פאזען, אן אפגעפארענע איד פון לאנדאן א זון פון מרס פאזען וואס איז אוועק אין א טראגישע עקסידענט עטליכע וואכן צוריק.

https://t.co/NR05G4tg8H
דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:23 pm#533562
.
דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:29 pm#533564
היכי דמי
גאר הארציגע און ווייטאגליכע ארטיקל דורך איצי פאזען, אן אפגעפארענע איד פון לאנדאן א זון פון מרב פאזען וואס איז אוועק אין א טראגישע עקסידענט עטליכע וואכן צוריק.

https://t.co/NR05G4tg8H
זייער ווייטאגליך, האפנטליך וועט קומען א טויש אין דעם ענין, ווייל מיר האלטן קוים ביים אנהייב פון די ארויסוואנדערונג, ה"י
דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:33 pm#533565
צקון לחש
היכי דמי
גאר הארציגע און ווייטאגליכע ארטיקל דורך איצי פאזען, אן אפגעפארענע איד פון לאנדאן א זון פון מרב פאזען וואס איז אוועק אין א טראגישע עקסידענט עטליכע וואכן צוריק.

https://t.co/NR05G4tg8H
זייער ווייטאגליך, האפנטליך וועט קומען א טויש אין דעם ענין, ווייל מיר האלטן קוים ביים אנהייב פון די ארויסוואנדערונג, ה"י
דאס קוקט אויס ווי א שטיקל טריט אינעם גוטן ריכטונג
דינסטאג אוגוסט 15, 2023 11:13 pm#533596
Living with Schizoaffective Disorder (Experiencing Psychosis, Paranoid Delusions and Hallucinations)
https://www.youtube.com/watch?v=GU8VmJsX6-s
https://www.youtube.com/watch?v=xc1tbETJpX4
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 8:23 pm#533774
היכי דמי
גאר הארציגע און ווייטאגליכע ארטיקל דורך איזי פאזען, אן אפגעפארענע איד פון לאנדאן א זון פון מרס פאזען וואס איז אוועק אין א טראגישע עקסידענט עטליכע וואכן צוריק.

https://t.co/NR05G4tg8H
דער שניידט ווידעראמאל שטיקער:
https://journeyerblog.wordpress.com/2023/08/17/1327/
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:52 pm#533777
צקון לחש
היכי דמי
גאר הארציגע און ווייטאגליכע ארטיקל דורך איזי פאזען, אן אפגעפארענע איד פון לאנדאן א זון פון מרס פאזען וואס איז אוועק אין א טראגישע עקסידענט עטליכע וואכן צוריק.

https://t.co/NR05G4tg8H
דער שניידט ווידעראמאל שטיקער:
https://journeyerblog.wordpress.com/2023/08/17/1327/
איך האב א ביסל געליינט פון זיינע "דברי חכמה". ער שפייט האס און פאראכטונג און שנאה צו גאט און זיין (איהר) תורה פון א יעדע שורה.. גארנישט בעסער פון די משומדים אין אלע דורות.

איך קען האבן סימפאטיע און פארשטענדעניש פאר א מענטש וואס פארלאזט די רעליגיעזע פראקטיצירונג אין טאג טעגליכן לעבן. נאר איינער וואס ווערט געטריבן פון האס האט ביי מיר נישט קיין פלאץ אין הארצן. זאלל זיין סיי וואס די אנגעבליכע סיבה (תירוץ) פון פארלאזן די אמונה אין באשעפער און שפייען אויף די תורה און מצוות.

צוויי באקאנטע פערזענליכקייטן וועלכע האבן אויך אין די לעצטע עטליכע יארן פארלאזט די רעליגיע. נאר זיי ווערן נישט געטריבן דורך האס און פאראכטונג. איך האב א שטארקע סימפאטיע און פארשטענדעניש פאר זייער אויסוואהל אין לעבן. שלום דיען. און פריעדא וויזעל. כאטש זיי אליין זענען (היינט) נישט רעליגיעז. זיי האבן אבער א געוויסע ליבשאפט צו אידישקייט.

ס'איז דא נאך איין פרוי וואס איז אין די זעלבע ליגע מיט איזזי פאזען. זי גייט מיט דעם נאמען דעברא פעלדמאן. נישט איהר עכטער נאמען. זי הייסט שרה'לע ברקוביק. אמת אז זי האט געהאט א שווערע ערציאונג. נישט געהאט א גוטע פאמיליע לעבן אין איהר היים. זי שפייט אויך אויף די אידישע רעליגיע און איז פול מיט האס און שנאה.

זי איז (נעבעך) זייער אומסטאביל. צוערשט (נאך דעם גט פון איהר מאן) האט זי געלעבט מיט א רוסישן גוי. נאכדעם איז זי מגולגל געווארן פון אלע פלעצער אויף די וועלט קיין דייטשלאנד. וואו זיי גייט ארום אויף טי.ווי. שאוס אן פארציילט פאר די דייטשע גויים איהר (טראגישע) ביאגראפיע.
מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:54 pm#533953
צקון לחש
היכי דמי
גאר הארציגע און ווייטאגליכע ארטיקל דורך איזי פאזען, אן אפגעפארענע איד פון לאנדאן א זון פון מרס פאזען וואס איז אוועק אין א טראגישע עקסידענט עטליכע וואכן צוריק.

https://t.co/NR05G4tg8H
דער שניידט ווידעראמאל שטיקער:
https://journeyerblog.wordpress.com/2023/08/17/1327/
זייער הארציג געשריבן. געשפירט א סקרוך אין הארץ

דא איז אין אידיש:

בין טרויעריג

.ס’איז זייער טרויעריג —

.מ’מעג זיין טרויעריג —

.מאמי, איך בענק זיך אזוי שטארק נאך דיך

.איך בענק זיך אויך, שעפעלע —

.דו האסט מיך געמאכט פאר א מאמע. איך האב אסאך געלערנט פון דיך —

.איך האב עס נישט גרינג געמאכט פאר דיך

.טאקע נישט —

.איך האב דיך אייביג אבער ליב געהאט —

.מאמי, איך בענק זיך שוין אכט לאנגע יארן

.און דו האסט מיר צוגעזאגט אז אט אט וועלן מיר שוין זיין אלע אינאיינעם

?פארוואס האסטו מיר יעצט פארלאזט

… —

?מאמי

.איך בין דא —

.מאמי, איך האב געהאט אזויפיל צער איבער די יארן

.איך ווייס —

.אונז אויך —

?האסטו נחת פון מיך

.אונז האבן אייביג געהאט נחת פון דיר —

.אונז האבן שטענדיג געזען אז דו ביסט א מענטש צווישן מענטשן און א בעל-מדות —

.דאס איז א דאנק דיר, מאמי. האסט אונז נישט געגעבן קיין אנדערע אויסוואל

.די אנדערע זאכן וואס איך האב דיך אויסגעלערנט האסטו נישט אייביג אויסגעפאלגט —

.טאקע נישט

.און דו האסט קיינמאל נישט שלום געמאכט דערמיט

.אוודאי נישט! דו האסט בועט געווען אין אלעס וואס איז ביי אונז הייליג און טייער —

איך האב אייביג געשטרעבט צו טון וואס איז ריכטיג. איך בין נאכגעגאנגען דעם אמת, אזויווי דו האסט מיך

.אויסגעלערנט

.יעצט זע איך דאס. איך בין אין עולם-האמת —

…אבער מאמי, דו ווייסט אז איך גלייב נישט

.אבער איך האב יא געגלייבט —

.און דו רעדסט צו מיר —

.מאמי, איך וויל דיך נישט אפלאזן

.דו מוזט נישט —

.קענסט אייביג רעדן צו מיר —

.מאמי, איך האב דיך אזוי ליב געהאט. און איך האב אזוי געדארפט דיין ליבשאפט

.ס’טוט מיר וויי אז איך האב נישט אויסגעפירט מיין צוזאג —

.אבער איך גיי זיכער מאכן אז ס’וועט באלד געשען —

.אבער דו וועסט נישט דארט זיין מיט אונז

.און דאס טוט מיר אזוי וויי

.יא, ס’טוט זייער וויי —

?מאמי

.יא, זיסעלע —

.איך גיי ווייטער אנגיין. איך גיי לעבן גוט

.אוודאי וועסטו —

.איך געב דיך נישט קיין אנדערן אויסוואל —

!און עס געזונט .gym פארגעס נישט צו גיין אין —

?מאמי

.יא, צדיקל —

.קענסט מיך זינגען המלאך? איך בין שלעפעריג

?ביסטו נישט אביסל צו אלט פאר דעם —

?ביסטו דען נישט געווען אביסל צו אינג פאר וואס דו האסט געטון

.ביסט גערעכט —

.לאמיר עס זינגען איינער פארן אנדערן —
דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:28 pm#534212
אין תל אביב בויט מען שוין יארן א גאנצע באן סיסטעם, רכבת הקלה אין אונזער הייליגן שפראך, פון צייט צו צייט דערמאן איך מיר דערפון און ס'כאפט מיר א נייגער וואו ס'האלט, פונקט פריער איז עס מיר אריין אין קאפ און נאך א שנעלן יוטיוב זוך (סתם טיפ לחיים צו טרעפן אינפארמאציע אויפ'ן געוועב, די ערשטע זוכט מען אויף יוטיוב, אויב טרעפט מען נישט זוכט מען אין רעדדיט, און אויב דאס גיבט אויך קיינע רעזולטאטן דאן זוכט מען אין גוגל) האב איך געטראפן אז לעצטע וואך אין דעם 18טן האט עס אנגעפאנגען אפערירן! (עכ"פ א חלק דערפון) אוי געדענק איך נאך ווי מ'פלעגט זיך מוטשען דארט, א האלבע שטאט איז געוועהן איין גרויסע קאנסטראקשען סייט, וואס זאל איך זאגן, ס'האט מיר געברענגט טרערן פון פרייד.
פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:35 am#534258
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
ברוך שפינוזה
סתם טיפ לחיים צו טרעפן אינפארמאציע אויפ'ן געוועב, די ערשטע זוכט מען אויף יוטיוב, אויב טרעפט מען נישט זוכט מען אין רעדדיט, און אויב דאס גיבט אויך קיינע רעזולטאטן דאן זוכט מען אין גוגל
Bing chatt
Google bard

פרוביר עס אויס, זעהט אויס דו ביסט נישט "אָפטוּדעיט"
מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 2:05 pm#535321
חלקים פון דעם דאקומענטור האט מיר בארירט ביז טרערן.

איך פלאן נאך צו מאכן אן אשכול פון א ליקוט פון ווידיאוס וואס זענען געמאכט געווארן וועגן חרדים, אבער לעת עתה לייג איך עס אהער. ס'האב מיר גענומען אויף אן אימאציאנאלער רייד ווי מען זעט דעם קוק ווינקל פון די קינדער יוצאים בשאלה און אזוי אויך די בליק פון זייער עלטערן.
זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:52 pm#539444
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
זונטאג יאנואר 14, 2024 4:12 pm#544693
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
כ'האב היינט זיך אנגעשטויסן אין א ווייטאגליכע פּאסט אויף פעיסבוק וואס האט געשריבן א מענטש ממש פאר ער האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן ליידן פון איינזאמקייט. ער לייגט עס דארט אראפ זיין שווערע איינזאמקייט און זיין פיינפולע עקספיריענס אין די געזעלשאפט וואס האט געפירט ביז צו א מצב ווי ער קען עס שוין נישט דערליידן ווייטאג און דערשטיקעניש. Loneliness kills ליטערלי.
ס'כאפט א ציטער וויפיל מענטשן ליידן היינט פון דעם, דרייען זיך ארום איינזאם ביי די זייט פון די ראוד און חלש'ן נאך אביסל חברה, נאך אביסל אטענשען אין א עגאיסטישע וועלט וואס איז פארנומען מיט זיך. כ'מיין אז מ'רעדט נישט גענוג וועגן דעם.
'לא טוב היות האדם לבדו
הבדידות. אחחחחחח, הבדידות… 😞
אז כן - היא הורגת.
עוד יום. שבוע. חודש. שנה חלפו שאני לבדי.�בארוחות צהריים בעבודה, בערבים, בימי שישי ושבת, בחגים, בימי הולדת שאף אחד לא זוכר או חוגג. ועכשיו גם בימים.�מעט החברים הלכו ונעלמו עם הזמן. למעשה, התחושה היא שחברתי אינה רצויה או רלוונטית, והטלפון נודם רוב הזמן.
תחילה אתה עוד אדם שמח וחברותי. אחר כך הנפש מתחילה להיסדק והחיוּת וההתלהבות לאט הולכות ונעלמות.
החיוך מהלב וההתרגשות מתחלפים עם הזמן בחיוך כפוי בכוח, אהבת-הכלל מתמתנת ואתה הופך מעט חשדן במי שמבקש את קירבתך.
והזמן מתקתק, וסביבך תמיד אנשים בחברויות, קבוצות או זוגות. אתה פחות בר מזל.
ואז גם החיוך הכפוי נעלם ונותר לו רק העצב בעיניים, אותו אי אפשר להסתיר. בכל זאת - עיניים הן החלון אל הנשמה.
ואיזו תחושת כאב ומחנק יש בנשמה, כמה עוד אפשר לבכות בלב בעיניים יבשות? וכמה לילות עם מחשבות וללא שינה?
רק רציתי להיות סביב חֶברה, כמו כולם. נפש בודדה לא נשארת בריאה לעד.
כמה סירובים וכמה דלתות נסגרו בפני במהלך השנה האחרונה, אאחחחחח.
חברויות, מקומות עבודה, היכרויות, מכרים וקולגות מהעבר שלרוב התעלמו או נפנפו. גם כשפניתי בבקשה לעזרה, ומי שמכיר אותי יודע שאני מתקשה להיות בצד המבקש.
כל פיסת כבוד, הערכה עצמית וחיוניות נרמסו השנה, ותחושת השפלה נוראית נותרה.
נכון, החזרה להוראה באמת ממלאת לי את הלב באוויר וגאווה. אבל גדול - איך מחנך כיתה+מורה מקצועי מרוויח 6,000 ש״ח? אני לא מצליח לשחרר מהחרדה שבכך - כיצד מתקיימים???
ואהבה - כמה היא חסרה.
עברו שנתיים מאז שנכנסה מישהי עמוק לליבי ונותרו שם ניצנים וגעגועים. בן אדם זהב ובאמת כל מה שאתה מחפש בבת זוג. ולמרות שזה נגמר, היא אחת למיליון.
המערכות המעטות שבאו אחרי רק הוכיחו זאת יותר.
אז זמן לא מרפא את הכל, חוויה אלטרנטיבית כנראה שכן. אך אלו חיזקו את תחושת ההחמצה.
אחחחח, כמה הייתי נותן עבור אהבה כמו זו שדמיינו כשהיינו ילדים. חיבור אמיתי ומלא רגש והתרגשות. הדדיות אך גם הזכות לתת את כל ליבי ומעבר לצד השני.
ה-ל-ו-ו-א-י
אבא ואסף האהובים שלי - אתם הדבר היקר לי ביקום כולו. למענכם חייתי ולעד תשארו האנשים הטהורים ביותר שזכיתי להכיר.
בגן העדן עוד עמלים על החלקות המיוחדות עבור נשמות זכות שכמותכם.
בבקשה מצאו בלבכם מקום לסלוח לי, לא יכולתי לשאת עוד את הכאב ותחושת המחנק שבבדידות.
כמו בשיר - ״במקור שלי אני טוב גמור, אבא, ושם אני מאמין בעצמי״‪.‬
השתדלתי ל״ואהבת לרעך כמוך״ אבא, בדיוק כמותך. לעשות באמת מהלב כדי שלאחרים יהיה טוב, בלי ציפיה לקבל.
מקווה שהייתי משמעותי בחיי מישהו, ולו לזמן מה.
זמן ללכת.
זונטאג יאנואר 14, 2024 4:29 pm#544695
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
שאלתיאל #
כ'האב היינט זיך אנגעשטויסן אין א טרויעריגע פּאסט אויף פעיסבוק וואס האט געשריבן א מענטש ממש פאר ער האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן ליידן פון איינזאמקייט. ער לייגט עס דארט אראפ זיין שווערע איינזאמקייט און זיין פיינפולע עקספיריענס אין די געזעלשאפט וואס האט געפירט ביז צו א מצב ווי ער קען עס שוין נישט דערליידן ווייטאג און דערשטיקעניש. Loneliness kills ליטערלי.
ס'כאפט א ציטער וויפיל מענטשן ליידן היינט פון דעם, דרייען זיך ארום איינזאם ביי די זייט פון די ראוד און חלש'ן נאך אביסל חברה, נאך אביסל אטענשען אין א עגאיסטישע וועלט וואס איז פארנומען מיט זיך. כ'מיין אז מ'רעדט נישט גענוג וועגן דעם.

https://www.facebook.com/ofir.inbar/posts/pfbid06aSZyGmMAWL8XGy5TLh4PTPgoaFNMPXngpppqFCcSixWa9D97C82DzRxhzpKrpc4l
איך האב עס נישט דארעך געליינט, אבער איך פארשטיי דיך זייער גוט...

פאר אונז איז דא אזאך וואס מיר קענען זיי העלפן, ווען די זעהסט איינער, אדער די ווייסט פון איינער וואס איז לאנלי, האט נישט קיינעם וכו', רעדט צו אים, וואס אימער, נישט קיין חילוק וואס, מאך דיך וויסענדיג

איך דערמאנזיך פון ישיבה, ס'איז געווען א בחור, א עכטע נעב, ממש געקראכן אויף די נערווען, אז קיינער האט נישט געוואלט האבן מיט אים קיין שייכות,
איין טאג האט זיך איינער געכאפט וואס דא גייט פאר, די בחור האט אנגעהויבן צו ווערן דיפרעסט , און אפאר קלוגע חברה האבן אנגעהויבן טוהן צו די זאך, מ'האט זיך א גאנצן טאג וויסענדיג געמאכט פון אים, אויף יעדע אופן, זיי האבן נישט קיין אנונג וויפיל זיי האבן אויפגעטוהן, די בחור האט אויפגעלעבט,
זונטאג יאנואר 14, 2024 9:21 pm#544721
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
שאלתיאל #
כ'האב היינט זיך אנגעשטויסן אין א ווייטאגליכע פּאסט אויף פעיסבוק וואס האט געשריבן א מענטש ממש פאר ער האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן ליידן פון איינזאמקייט. ער לייגט עס דארט אראפ זיין שווערע איינזאמקייט און זיין פיינפולע עקספיריענס אין די געזעלשאפט וואס האט געפירט ביז צו א מצב ווי ער קען עס שוין נישט דערליידן ווייטאג און דערשטיקעניש. Loneliness kills ליטערלי.
ס'כאפט א ציטער וויפיל מענטשן ליידן היינט פון דעם, דרייען זיך ארום איינזאם ביי די זייט פון די ראוד און חלש'ן נאך אביסל חברה, נאך אביסל אטענשען אין א עגאיסטישע וועלט וואס איז פארנומען מיט זיך. כ'מיין אז מ'רעדט נישט גענוג וועגן דעם.
'לא טוב היות האדם לבדו
הבדידות. אחחחחחח, הבדידות… 😞
אז כן - היא הורגת.
עוד יום. שבוע. חודש. שנה חלפו שאני לבדי.�בארוחות צהריים בעבודה, בערבים, בימי שישי ושבת, בחגים, בימי הולדת שאף אחד לא זוכר או חוגג. ועכשיו גם בימים.�מעט החברים הלכו ונעלמו עם הזמן. למעשה, התחושה היא שחברתי אינה רצויה או רלוונטית, והטלפון נודם רוב הזמן.
תחילה אתה עוד אדם שמח וחברותי. אחר כך הנפש מתחילה להיסדק והחיוּת וההתלהבות לאט הולכות ונעלמות.
החיוך מהלב וההתרגשות מתחלפים עם הזמן בחיוך כפוי בכוח, אהבת-הכלל מתמתנת ואתה הופך מעט חשדן במי שמבקש את קירבתך.
והזמן מתקתק, וסביבך תמיד אנשים בחברויות, קבוצות או זוגות. אתה פחות בר מזל.
ואז גם החיוך הכפוי נעלם ונותר לו רק העצב בעיניים, אותו אי אפשר להסתיר. בכל זאת - עיניים הן החלון אל הנשמה.
ואיזו תחושת כאב ומחנק יש בנשמה, כמה עוד אפשר לבכות בלב בעיניים יבשות? וכמה לילות עם מחשבות וללא שינה?
רק רציתי להיות סביב חֶברה, כמו כולם. נפש בודדה לא נשארת בריאה לעד.
כמה סירובים וכמה דלתות נסגרו בפני במהלך השנה האחרונה, אאחחחחח.
חברויות, מקומות עבודה, היכרויות, מכרים וקולגות מהעבר שלרוב התעלמו או נפנפו. גם כשפניתי בבקשה לעזרה, ומי שמכיר אותי יודע שאני מתקשה להיות בצד המבקש.
כל פיסת כבוד, הערכה עצמית וחיוניות נרמסו השנה, ותחושת השפלה נוראית נותרה.
נכון, החזרה להוראה באמת ממלאת לי את הלב באוויר וגאווה. אבל גדול - איך מחנך כיתה+מורה מקצועי מרוויח 6,000 ש״ח? אני לא מצליח לשחרר מהחרדה שבכך - כיצד מתקיימים???
ואהבה - כמה היא חסרה.
עברו שנתיים מאז שנכנסה מישהי עמוק לליבי ונותרו שם ניצנים וגעגועים. בן אדם זהב ובאמת כל מה שאתה מחפש בבת זוג. ולמרות שזה נגמר, היא אחת למיליון.
המערכות המעטות שבאו אחרי רק הוכיחו זאת יותר.
אז זמן לא מרפא את הכל, חוויה אלטרנטיבית כנראה שכן. אך אלו חיזקו את תחושת ההחמצה.
אחחחח, כמה הייתי נותן עבור אהבה כמו זו שדמיינו כשהיינו ילדים. חיבור אמיתי ומלא רגש והתרגשות. הדדיות אך גם הזכות לתת את כל ליבי ומעבר לצד השני.
ה-ל-ו-ו-א-י
אבא ואסף האהובים שלי - אתם הדבר היקר לי ביקום כולו. למענכם חייתי ולעד תשארו האנשים הטהורים ביותר שזכיתי להכיר.
בגן העדן עוד עמלים על החלקות המיוחדות עבור נשמות זכות שכמותכם.
בבקשה מצאו בלבכם מקום לסלוח לי, לא יכולתי לשאת עוד את הכאב ותחושת המחנק שבבדידות.
כמו בשיר - ״במקור שלי אני טוב גמור, אבא, ושם אני מאמין בעצמי״‪.‬
השתדלתי ל״ואהבת לרעך כמוך״ אבא, בדיוק כמותך. לעשות באמת מהלב כדי שלאחרים יהיה טוב, בלי ציפיה לקבל.
מקווה שהייתי משמעותי בחיי מישהו, ולו לזמן מה.
זמן ללכת.
עמרם #
איך האב עס נישט דארעך געליינט, אבער איך פארשטיי דיך זייער גוט...

פאר אונז איז דא אזאך וואס מיר קענען זיי העלפן, ווען די זעהסט איינער, אדער די ווייסט פון איינער וואס איז לאנלי, האט נישט קיינעם וכו', רעדט צו אים, וואס אימער, נישט קיין חילוק וואס, מאך דיך וויסענדיג

איך דערמאנזיך פון ישיבה, ס'איז געווען א בחור, א עכטע נעב, ממש געקראכן אויף די נערווען, אז קיינער האט נישט געוואלט האבן מיט אים קיין שייכות,
איין טאג האט זיך איינער געכאפט וואס דא גייט פאר, די בחור האט אנגעהויבן צו ווערן דיפרעסט , און אפאר קלוגע חברה האבן אנגעהויבן טוהן צו די זאך, מ'האט זיך א גאנצן טאג וויסענדיג געמאכט פון אים, אויף יעדע אופן, זיי האבן נישט קיין אנונג וויפיל זיי האבן אויפגעטוהן, די בחור האט אויפגעלעבט,
איך האב לעצטענס אויסגעהערט א שמועס, צווישען Jordan Peterson מיט איינער וועלכער איז "כמעט" געווען א school shooter, און האט אויך כמעט זיך גענומען דאס לעבן אין אן אנדערע תקופה. די עיקר שמועס איז ארום די שווערע childhood וואס ער איז אריבערגעגאנגען, און וויאזוי ער איז איבערגעקומען די dysfunction וועלכע האט געשלאגן זיין פאמיליע פאר דורות פריער, און באוויזן זיך אוועקצושטעלן און בויען א געונטע פאמיליע וכו'.
אבער וואס האט מיר בעיקר געכאפט פון די גאנצע געשיכטע איז די גורם וואס האט אים למעשה צוגעברענגט צו אויפגעבן זיינע פלענער - אז דאס איז געווען בלויז די שימת לב פון איין חבר און זיין פאמיליע, און אז זייערע פעולות זענען נישט געווען עפעס אויסערארנטליך נאר געווענליכע פריינטשאפט און מענטשליכע פארבינדונג.
אין קורצן: די עיקר אספעקט וואס האט אים צוגעברענגט צו א מצב פון טון אזא מעשה, איז געווען די (אמת'ע...) הרגשה אז קיינער קומערט זיך נישט מיט זיין וואוילזיין - נישט זיינע אייגענע עלטערן און נישט קיין איין נאנטער, קיינעם גייט נישט אהן אז ער עקזיסטירט. ממילא איז נישט דא קיינער וואס עס שטערט אים צו ווערן אוועקגעשטעלט ביי יענעם אלס רוצח, קיינער ערווארט נישט פון אים ער זאל נישט טון שלעכטס אדער אז ער זאל טון גוט. אין יענע תקופה האט ער באקומען איין classmate וועלכע האט אים באהאנדעלט ווי א נארמאלער חבר, אים גערופן שפילן ביי זיי אינדערהיים - זיך קעגנגעשטעלט די חרמים פון אנדערע חברים וכדו', דאס איז נישט געווען מובן מאליו נעמנדיג אין באטראכט אז ער איז געווען גאר נאכגעלאזט און זיך נישט אויפגעפירט דאס בעסטע - און יענער איז געווען פון א בעסערע רייכע שטיב. עס איז קלאר אז יענע פאמיליע איז געווען באוויסטזיניג אז זיי טוען דאס אים צו העלפן אין זיין מצב, מיט דעם אלעם האבן זיי דאס נישט געמאכט קענטיג - זיי האבן אים נישט באהאנדעלט ווי א case... בלויז ווי געטרייע חבר , ווי יעדע אנדערע חבר.
גארנישט אויסערארענלעך האט פאסירט וואס האט אים אויפגעשאקלט און איבערגעדרייט זיינע פלענער. אין פאקט איז דאס נישט געווען די געשיכטע. אנשטאט איז עס געשען צוביסלעך, ער האט פשוט געשפירט אז ער קען דאס נישט טון ווייל וואס וועט מייק טראכטן! וויאזוי וועט דאס אפעקטירן מייק? און דאס האט אים צוביסלעך ארויסגענומען פון זיין מצב.
דאס ווייזט אויך ווי ווייט מענטשן ווערן אפעקטירט פון די פריינטשאפט וואס אנדערע גיבן זיי. און אפילו אויף א minor level טוט דאס אפעקטירן subconsciously די בחירות פון א מענטש. ווען די גיבסט א שמייכל פאר א צווייטען און אביסל שימת לב, העלפט דאס אים זיין א בעסערע מענטש און האבן א בעסערע לעבן פיל מער ווי עס זעהט אויס פון אויבן אויף. און פאר איינער וואס איז אין א קלעם קען דאס אים ממש ראטעווען. יא, מיט בלויז זיין דא פאר אים ווי א געווענליכע חבר.

מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:28 pm#544799
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
פונדאמענטאל ייש"כ פאר צוברענגען. ס'איז דא זייער א סאך וואס אונז קען מיר זיך אפלערנען. מכל מלמדי השכלתי. אין לך דבר העומד בפני הרצון. לעולם אל יתיאש אדם מן הרחמים. רבי נחמן האט געהייסן ניט מייאש זיין. אויך. דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים. ועוד...!

דער איז זייער א קלוגער מענטש...!

אויך. ס'נישט קיין חילוק פון וואו מ'קומט. דער עיקר איז וואו (אהין) מ'גייט...!
דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:32 pm#545206
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
הק' יהודה בכר ז"ל הי"ד אויפן וועג צום מסיבה ברעים:

דא קען מען הערן מער איבער אים:
דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:45 pm#545208
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
ר’ מאניס טאנצט ארויף אויפ’ן וואגן...
זע אין די קאמענטס אז די קליפ איז נישט געווען אויפ’ן וועג אהין און ער האט יא געהאט א חרדישע אפברינגונג.
דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:26 pm#550757
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
קול באשה

https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=535204#p535204
מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:43 pm#551483
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:56 am#551603
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
שפילער: ייש"כ פאר צו לינקן. ס'האט מיר באמת געברענגט טרערן אין די אויגן.

נאר ס'איז ליידער א טרויעריגער פאקט אז ס'זענען נאך היינט צוטאגס דא רבנים און בעלי בתים, ספעציעל אין געוויסע געגנטער פון ברוקלין וועלכע זענען אזוי שטארק פארשטאפט און שמאלקעפיג אז ווען א צובראכענער איד א טאטע גייט מיט זיין טאכטער אויף די גאס האבן זיי נישט אזויפיהל פארשטענדעניש און מיטגעפיהל נישט צו באליידיגן און טשעפען יענעם צובראכענם איד. וואס זיין הארץ איז צובראכן אויף שברי שברים.

איך האב גארנישט מער צו צו לייגן. נאר א יעדער קען הערן ווי הרב מייזלס שליט"א פארציילט זיין געשיכטע ביי19:12 מינוט.
דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:17 am#551615
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
berlbalaguleh #

די אנעקדאט איז על הכלל כולו יצא, למחצה לשליש ולרביע, וואס דאס איז "שאריע" חינוך און קולטור, וואס רייסט שטיקער ביי אונז אויף א טעגליכע פארנעם.
דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:46 pm#551702
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
ניין: דאס איז סתם שלעכטקייט און אומ-פארגינערישקייט. מיט א צוגאב פון נישט האבן עמפאטיע פאר א צווייטן איד .
דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:18 pm#551710
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן

דאס איז די זוהן פון די באקאנטער זינגער דעדי ז"ל

אנבליבעבל חסד און אונזערע טעג און ס'קוקט אויס ווי ער מיינט עס אמת'דיג!
דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:44 pm#551744
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
פריייליכע איד: ייש"כ. נאר גיי פארצייל עס פאר די בהמות (אן הערנער) וועלכע זיצן אין זייערע פאלאצן אין ווילי-טאון אדער קר"י (הרב ש..ב. מרגליות) אדער דעם אנדערן קריכעדיגן אין מאנסי (הרב חיים שלמה בערגער). אז ס'זענן דא אידן מיט הארץ און געפיהל אין ארץ ישראל...!
זונטאג מערץ 3, 2024 6:16 pm#552549
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
מאנטאג מאי 6, 2024 10:04 am#560897
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
הארציגע דרשה פון רבי יעקב יוסף טווערסקי בן האדמור מסקווירא ביי קשר נפשי.

מאנטאג מאי 6, 2024 4:51 pm#560981
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
ייש"כ: דאס איז געווען אמת'ע דברים היוצאים מן הלב. ביים סוף פון די דרשה איז הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א אליין געווארן איבערגענימען. עמאשיאנעל.

די אלע דרשנים האבן גערעדט זייער שטארק פון הארץ. און נאר די פארשטאפטע קעפ און אכזרים קענען נישט און ווילן נישט פארשטיין וואס די טייערע אידן גייען אדורך.

אונז ווייס מיר ווער זיי זענען.
מאנטאג מאי 13, 2024 3:23 pm#561926
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן

דקה 3:30

האט מיר געברענגט טרערן
מאנטאג מאי 13, 2024 3:35 pm#561929
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
ברענג נישט קיין רמזים: פארציייל פונקטליך ווער, וואס און ווען...!
מאנטאג מאי 13, 2024 4:33 pm#561944
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
berlbalaguleh #
ברענג נישט קיין רמזים: פארציייל פונקטליך ווער, וואס און ווען...!
ער זאגט דאך דקה 3:30
די קיש
מאנטאג מאי 13, 2024 5:38 pm#561961
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
היימלינד #
berlbalaguleh #
ברענג נישט קיין רמזים: פארציייל פונקטליך ווער, וואס און ווען...!
ער זאגט דאך דקה 3:30
די קיש
יא: אבער ווער איז דער רב, ר"י וואס זיצט שבעה נאך זיין טאכטער? ווער איז די משפחה?...!
מאנטאג מאי 13, 2024 5:40 pm#561962
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
ספינקא דונולו זיצט נאך זיין טאכטער דייטש
באיאנער רבי האט געקישט די אייניקל/יתום
מאנטאג מאי 13, 2024 5:44 pm#561963
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
היימלינד: ייש"כ. איך קען ספינקא דונולו. נאר איך האב איהם נישט דערקענט אויף די פיקטשער. איך האב אויך געהערט פון די טראגעדיע...ייש"כ. בשורות טובות.
דינסטאג מאי 14, 2024 12:54 pm#562137
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
berlbalaguleh #
ייש"כ: דאס איז געווען אמת'ע דברים היוצאים מן הלב. ביים סוף פון די דרשה איז הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א אליין געווארן איבערגענימען. עמאשיאנעל.

די אלע דרשנים האבן גערעדט זייער שטארק פון הארץ. און נאר די פארשטאפטע קעפ און אכזרים קענען נישט און ווילן נישט פארשטיין וואס די טייערע אידן גייען אדורך.

אונז ווייס מיר ווער זיי זענען.
פארוואס איז ער דארט געווען

האט ער א קינד וואס איז נישט פרום
דינסטאג מאי 14, 2024 1:34 pm#562146
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
משה זעקעל #

ער האט אסאך מער פון דעם ה'י.

ער איז א שרעקליכע בעל יסורים און ער איז א אויסערגעווענטליכע מענטש וואס העלפט גאר אסאך עלטערן וואס גייען דארך די יסורי איוב.
דינסטאג מאי 14, 2024 1:35 pm#562148
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
די קעפעלע #

זיי מסביר