Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ס'האט מיר געברענגט טרערן

ס'האט מיר געברענגט טרערן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
199 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 500 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4134
פרייטאג יוני 21, 2013 1:57 pm#127077
ס'האט מיר געברענגט טרערן
אין דעם אשכול, ווערט דער עולם מכובד, צו פארצייכענען וואס האט זיי געברענגט לידי בכיה.

וזה החלי:


דער קליפ:
m http://www.gruntig.net/2013/06/the-mira ... -from.html m
פרייטאג יוני 21, 2013 2:03 pm#127081
פרייטאג יוני 21, 2013 2:04 pm#127083
פרייטאג יוני 21, 2013 7:17 pm#127151
ווען פארעסט גאמפ געזעגנט זיך פון איר דארט ביים קבר אונטערן בוים קען אפילו א שטיין וויינען, און ווען רויזעלע לאזט אויס יאנקל אין וואסער אריין פארפרוירן צום טויט נאך דער טיטאניק זינקונג איז אויך הארצרייסנד ביז טרערן.
מוצ"ש יוני 22, 2013 11:57 pm#127171
טאטע לעבן, איך וויל דיך פיר... טאטע, ווי ביסטו? (דער סדר נאכט ביי משפחת בערדיטשעווסקי).

אהר׳לע, מיין אהר׳לע! (משפחת בערדיטשעווסקי אין פרייליכערע מאמענטן).
זונטאג יוני 23, 2013 12:55 am#127183
א פרוי ווייזט פאר א רעפארטער ווי זי האט אלעס פארלוירן ביים לעצטיגן אקלעהאמא טארנעידא, אריינגערעכנט איר באליבט הינטל, ווען אינמיטן באווייזט זיך דאס הינטל לעבעדיגערהייט פון צווישן די ברוכווארג...
...
זונטאג יוני 23, 2013 12:19 pm#127267
דעת תורה האט געשריבן:טאטע לעבן, איך וויל דיך פיר... טאטע, ווי ביסטו? (דער סדר נאכט ביי משפחת בערדיטשעווסקי).

אהר׳לע, מיין אהר׳לע! (משפחת בערדיטשעווסקי אין פרייליכערע מאמענטן).

ילמדינו רבינו. א לינק, אן אוידיאו, א ווידיאו? כ'בין אן עם הארץ. כ'ווייסנישט ווער משפחת בערדיטשעווסקי,איז . כ'שעים מיך. אבער ס'איז א גרעסערע בושה צו בלייבן אן עם הארץ.
זונטאג יוני 23, 2013 12:26 pm#127271
מאראנצןזאפט האט געשריבן: און ווען רויזעלע לאזט אויס יאנקל אין וואסער אריין פארפרוירן צום טויט נאך דער טיטאניק זינקונג איז אויך הארצרייסנד ביז טרערן.

:) כ'האב נישט געוויסט זיי האבען געהייסען רויזעלע מיט יאנקל, יעצט כאפ איך שוין די גאנצע מעשה..
זונטאג יוני 23, 2013 11:42 pm#127393
ביטע נישט רעדן אין קיין רמזים
איר זעהט אז אפילו א בעל עגלה וויל נישט בלייבן קיין עם הארץ
ע״כ אז איר האט עפעס במחשבה אדער ברענגט גאס ארויס אינגאנצן אדער לאזט עס דארט
דינסטאג יוני 25, 2013 9:32 am#127658
בן 64 למצוות
קיינמאל נישט צו שפעט

m http://www.gruntig.net/2013/06/bar-mitz ... r-old.html m
דינסטאג יוני 25, 2013 10:50 am#127672
ייש"כ קאווע טרינקער פאר ברענגען דעם רירענדן קליפ. פאר מיר איז דאס די בעסטע הארץ מעדיצין. דער ראביי (אדער מר.) פרוינד, פון שבי ישראל טוט זייער אסאך אויף צוריקצוברענגען פארלוירענע אידן צו זייער אפשטאם. ער ארבעט אויך א סאך מיט די אפשטאמיגע פון די אנוסים אין שפאניע און פארטוגאל. זיי מגייר צו זיין און ארגאניזירן פאר זיי שיעורי תורה.
מיטוואך יוני 26, 2013 3:29 am#128066
נישטא וואס צו רעדן, איך ליין שוין בוכלעך פאר דעקעדס, און אזא הארץ פילענדיגע ביכעל ווי 'אתהלך' פון הרב אהרן מרגליות האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געליינט!!

בעיקר איין פוינט וואס וועל איך פיקען : ער דערציילט וויאזוי ס'איז אריבער דריי/פיר יאר פון זיין לעבן אין אן אינוואליד אנשטאלט, ער שילדערט פונקטליך וואספארא פראבלעמען ער האט אלץ געהאט (עס לוינט זיך צו ליינען). מיט פופציג יאר שפעטער - שוין שטייענדיג אויף זיינע צוויי פיס - איז ער געגאנגען באזוכען די אנשטאלט, ווען ער איז אנגעקומען דארט האט דער אויפזעער נישט געוואלט גלייבן אז ער איז דארט געווען, ער האט גע'טענה'ט אז נאר שטערבליך קראנקע זענען דארט געווען. הקיצור דערציילט ער, אז ער איז געווען אויפגעשוידערט צו זען אז מענטשען וואס זענען אריינגעפירט געווארן מיט אים אין דעם אנשטאלט זענען נאך דארט געווען!

ליינט וואס ער אליין שרייבט מיט זיין געשליפענעם פעדער: אבער דאס אומגלויבליכע האט זיך באוויזן פאר מיינע אויגן, איך בין געווען שאקירט, ווען כ'האב אנטדעקט צו מיין שרעק אז אויף דעם ארט געפונען זיך ז ע ק ס מענטשען פון מיין תקופה! זעקס מענטשליכע באשעפענישן, ווי איך און אייך, וואס ווערן געהאלטען אויף דעם שרעקליכן ארט נאנט צו זעכציג יאר. איך קען נישט שילדערן די ערשיטערונג וואס האט מיך ארומגענומען, דעם שאק וואס האט מיך אינגאנצען באהערשט. זעכציג יאר?! דא?! אינ׳ם אנשטאלט פאר שווערע אינוואלידן אין סאן-סימון?! ד - א ?! - - -

גלייבטס מיר, די פאראגראף האט מיר צוגענומען אפאר שעה שלאף!
מיטוואך יוני 26, 2013 7:50 am#128075
'ער שרייבט עס נישט אליינס מיט זיין געשליפענעם פעדער' נאר א געדונגענע שרייבער מיט א געשליפענעם פעדער.
מיטוואך יוני 26, 2013 7:59 am#128078
אריין אין אתהלך אשכול
מיטוואך יוני 26, 2013 12:41 pm#128133
און די עגונה'ס יאמערליך געוויין אויף לעיקוואד'ס שטיסל 2 קען אויך קאסטן א טרער.
מיטוואך יוני 26, 2013 12:43 pm#128134
איך אויך האט געשריבן:'ער שרייבט עס נישט אליינס מיט זיין געשליפענעם פעדער' נאר א געדונגענע שרייבער מיט א געשליפענעם פעדער.

ווער איז דער געדונגענער שרייבער?
און ווי איז די אתהלך אשכול?
מיטוואך יוני 26, 2013 12:48 pm#128135
קאמענטירער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:'ער שרייבט עס נישט אליינס מיט זיין געשליפענעם פעדער' נאר א געדונגענע שרייבער מיט א געשליפענעם פעדער.

און ווי איז די אתהלך אשכול?

l viewtopic.php?f=5&t=1090 l
מיטוואך יוני 26, 2013 4:59 pm#128290
משה גוטמאן ,דאכט זיך א שרייבער אינעם המודיע.
דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:32 pm#128628
דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:34 pm#128629
ווען ATUB @זר זהב ATUB האט געפראוועט מיין בר מצוה.
איך האב געקייכט פאר געלעכטער.
מען, יו גאט עי טעלענט!
דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:31 pm#128733
ווער געדענקט פון פארגאנגענע מיטוואך פרשת פנחס צוויי יאר צוריק. קול מבשר מעלט פינף אזייגער פארטאגס מיר טוען מעלדן מיט צער אז די זיסע לייבי קלעצקי איז מער נישטא אוי אוי אוי....
דאנערשטאג יולי 04, 2013 8:01 am#130662
דאנערשטאג יולי 04, 2013 8:38 am#130664
ATUB @לעקוואד ATUB איך טראכט אז די ביזט א מיסת ומדיח ער האלט דאך אין איין רעדן פון יאשקע וואס איז דאס?
דאנערשטאג יולי 04, 2013 8:40 am#130665
Dont cry Lake. He surely went to heaven. As them all
J forgives because he needs believers
דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:03 am#130666
קינות גירושין האט געשריבן:לעקוואד איך טראכט אז די ביזט א מיסת ומדיח ער האלט דאך אין איין רעדן פון יאשקע וואס איז דאס?

נו אוודאי, איך בין אינטערגעשטעלט פון די וואטיקאן אריינצוכאפען אידישע נשמות פון קאווע שטיבל צו שמד.

דאס איז בשילוב מיט מיין געהיימע ארבעט פאר די לגבט"ק געמיינדע אריינצכאפען טייערע נשמות אין זייער נעץ.
זונטאג אפריל 12, 2015 3:57 am#265326
קינד געזעגנט זיך פון זיין באליבטע געשטארבענע גאלד פיש

זונטאג אפריל 12, 2015 4:20 am#265328
זונטאג אפריל 12, 2015 4:39 am#265329
אמעריקאנע סאלדאט סורפרייזט זיין טאכטער ביים אהיימקומען פון די מלחמה אין איראק, זי מיינט ער איז נאך דארט
m https://m.youtube.com/watch?v=CWRag1QKwTA m
זונטאג אפריל 12, 2015 4:47 am#265330
זונטאג אפריל 12, 2015 10:21 pm#265503
שוין ווידער מיט ארץ ישראל און חלומות, אבער דאס אינגאלע... אוי!' ס'רייסט דאס הארץ.
m http://www.kikar.co.il/168310.html m
מאנטאג אפריל 13, 2015 3:55 pm#265671
פיינפול? אזוי פילען די אמיגא'ס... אין לך אדם שאין לו שעה!
מאנטאג אפריל 13, 2015 5:06 pm#265693
פיש'לע הערינג: ייש"כ. ס'איז געווען זייער דראמאטיש. איך האב עס געפילט אין מיין גוף ונפש. נישט אומזיסט האט די תורה אונז אנגעזאגט..."ואהבתם את הגר"... :o
מאנטאג אפריל 13, 2015 11:33 pm#265813
דינסטאג אפריל 14, 2015 11:35 am#265911
בילד
זונטאג אפריל 19, 2015 2:59 am#267275
מה זה?
זונטאג אפריל 19, 2015 9:38 pm#267595
אפטעמיסט האט געשריבן:מה זה?

אפשר
m http://en.wikipedia.org/wiki/Fill_the_Void m
דינסטאג אפריל 21, 2015 1:20 am#268072
א בריוו וואס א סאלדאט האט געשריבן צו זיין פרוי, איין וואך פאר ער איז גע'הרג'עט געווארן אין די ציווילע קריג.

July the 14th, 1861

Washington D.C.

My very dear Sarah:

The indications are very strong that we shall move in a few days—perhaps tomorrow. Lest I should not be able to write you again, I feel impelled to write lines that may fall under your eye when I shall be no more.

Our movement may be one of a few days duration and full of pleasure—and it may be one of severe conflict and death to me. Not my will, but thine O God, be done. If it is necessary that I should fall on the battlefield for my country, I am ready. I have no misgivings about, or lack of confidence in, the cause in which I am engaged, and my courage does not halt or falter. I know how strongly American Civilization now leans upon the triumph of the Government, and how great a debt we owe to those who went before us through the blood and suffering of the Revolution. And I am willing—perfectly willing—to lay down all my joys in this life, to help maintain this Government, and to pay that debt.

But, my dear wife, when I know that with my own joys I lay down nearly all of yours, and replace them in this life with cares and sorrows—when, after having eaten for long years the bitter fruit of orphanage myself, I must offer it as their only sustenance to my dear little children—is it weak or dishonorable, while the banner of my purpose floats calmly and proudly in the breeze, that my unbounded love for you, my darling wife and children, should struggle in fierce, though useless, contest with my love of country.

Sarah, my love for you is deathless, it seems to bind me to you with mighty cables that nothing but Omnipotence could break; and yet my love of Country comes over me like a strong wind and bears me irresistibly on with all these chains to the battlefield.

The memories of the blissful moments I have spent with you come creeping over me, and I feel most gratified to God and to you that I have enjoyed them so long. And hard it is for me to give them up and burn to ashes the hopes of future years, when God willing, we might still have lived and loved together and seen our sons grow up to honorable manhood around us. I have, I know, but few and small claims upon Divine Providence, but something whispers to me—perhaps it is the wafted prayer of my little Edgar—that I shall return to my loved ones unharmed. If I do not, my dear Sarah, never forget how much I love you, and when my last breath escapes me on the battlefield, it will whisper your name.

Forgive my many faults, and the many pains I have caused you. How thoughtless and foolish I have often been! How gladly would I wash out with my tears every little spot upon your happiness, and struggle with all the misfortune of this world, to shield you and my children from harm. But I cannot. I must watch you from the spirit land and hover near you, while you buffet the storms with your precious little freight, and wait with sad patience till we meet to part no more.

But, O Sarah! If the dead can come back to this earth and flit unseen around those they loved, I shall always be near you; in the brightest day and in the darkest night—amidst your happiest scenes and gloomiest hours—always, always; and if there be a soft breeze upon your cheek, it shall be my breath; or the cool air fans your throbbing temple, it shall be my spirit passing by.

Sarah, do not mourn me dead; think I am gone and wait for me, for we shall meet again.

As for my little boys, they will grow as I have done, and never know a father's love and care. Little Willie is too young to remember me long, and my blue-eyed Edgar will keep my frolics with him among the dimmest memories of his childhood. Sarah, I have unlimited confidence in your maternal care and your development of their characters. Tell my two mothers his and hers I call God's blessing upon them. O Sarah, I wait for you there! Come to me, and lead thither my children.

Sullivan
דינסטאג אפריל 21, 2015 7:43 am#268097
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
Wow! הערליך געשריבן! א פלעינע מענטש /סאלדאט היינטיגע צייטן קען נישט דאס.

I feel impelled to write lines that may fall under your eye when I shall be no more.

My love for you is deathless
דינסטאג אפריל 21, 2015 2:33 pm#268194
געוואלט האב איך שרייבן א דעסקריפשאן אבער ס'איז העכער פון ווערטער.
m https://youtu.be/yVzAC7mLxJw m
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:42 am#268905
די אינטערוואו אויף קול מבשר 114
פון ר' גבריאל ששון
פרייטאג אפריל 24, 2015 4:48 pm#269470
m http://m.ch10.co.il/news/160737/#.VTqrh_nD_qA m
פארוואס זענען זיי אויסגעלייזט און אונז זענען נאך אין גלות?
פרייטאג אפריל 24, 2015 5:03 pm#269476
מיט אזא גאולה ביסטו אויך געבענטשט דא.
זונטאג אפריל 26, 2015 5:20 pm#269787
נישטא וואס צו רעדן, הלוואי מיר זאלן אזוי דאווענען
#סקרוך אין די ביינער
זונטאג אפריל 26, 2015 9:38 pm#269878
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
אה! דער געפיל פון עם אחד. עם ישראל חי. די ריקודים ביים סוף האבן מיר געברענגט טרערן.
זונטאג אפריל 26, 2015 9:39 pm#269879
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
קאווע טרינקער האט געשריבן:http://m.ch10.co.il/news/160737/#.VTqrh_nD_qA
פארוואס זענען זיי אויסגעלייזט און אונז זענען נאך אין גלות?

די בת היענה וואוינט נישט ביי זיי.
מאנטאג אפריל 27, 2015 6:13 pm#270170
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:55 pm#270772
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:35 pm#271238
ס'וויל זיך וויינען!