Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ס'האט מיר געברענגט טרערן

ס'האט מיר געברענגט טרערן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
199 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 500 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4134
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 4:57 am#412248
דאס איז שוין נאכן צוזאמפאל פונעם צווייטן בנין - ווען די ערשטע איז נאך געשטאנען. ער איז אריין אינעם ערשטן בנין און זיך געדרייט דארט געמיטליך מיינענדיג אז אלעס איז שוין אריבער.... ביז ער איז ארויס געציילטע מינוטן איידער ס'האט געטראסקעט.

איינער ווייסט ווער איז דער היימישער הצלה מעמבער וואס מ'זעט אין אנהייב?
מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 8:47 pm#413347
דער פיצל קינד'ס רעאקציע ביים הערן די מאמע'ס קול צום ערשטע מאל האט מיר געברענגט טרערן.

דא איז א קליפ צוזאמגענומען דאס קינד'ס רעאקציע ביים אנצונדען דעם hearing aid יעדע אינדערפרי.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 10:14 pm#417110
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
ר' דן סג"ל הערט ווי קינדער זינגען א ליד איבער די גאולה (טאטע'לע קום שוין אהיים) און ס'ברענגט איהם טרערן...
m https://twitter.com/shlomokook/status/1 ... 61280?s=19 m
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:24 pm#418315
יעצט איבערגעקוקט צוואנציג מאל, עס איז אויסטערליש הארציג, איינער ווייסט פרטים איבער די ניגון?
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 10:14 pm#418321
m https://www.youtube.com/watch?v=dnV0CvSrpjg m

בעזרת ה' דא נישט ווייט אויף די וועגן,
א טרעין פול מיט מענטשן עס פארט,
איין טרעין פארט גלייך און דער צווייטער אנקעגן,
איעדער צו זיך אויף זיין ארט.
פארן זיך אידן פערוקט אין א ווינקל,
אוי יעדער אהיים צו זיך פארט,
ס'יז צייט דאוונען מנחה עס איז שוין באלד טינקל,
און פרעמד אומבאקאנט איז דער ארט.
איינער גייט צו צום קאנדאקטער עם פרעגן,
און קומט גלייך צוריק מיט א גוואלד,
מיר האבן פארבלאנדשעט אויף אנדערע וועגן,
מיר מוזן זיך אומקערן באלד.

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך,
צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג,
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך,
צוריק צו אמאליגע טעג.
ווייל א מענטש איז נישט מיין, פון פלייש און פון ביין,
און ער קאן מאכן א פעלער,
און ווער עס האלט קאפ, שטעלט זיך גלייך אפ,
און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער.

ביי דעם בארג סיני האט מען אונז געגעבן,
א גלייכן און זיכערן וועג,
וואס פירט בשלום א דורך אונזער לעבן,
און פירט נאך אונז ווייטער אוועק.
עס האט זיך געטראפן עס האבן פיל יודן,
אביסל אין זייט זיך אוועק,
און האבן פארזען די סימנים צו היטן,
און זיינען אראפ פון דעם וועג.
מען טראגט פרעמדע נעמען מען עסט פרעמדן עסן,
מען האט נישט קיין אידישן בליק,
זיי האבן שוין נעבעך אינגאנצן פארגעסן,
אז ס'איז דא א וועג אויף צוריק.

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך......

עס איז היינט געווארן די וועלט פארגעשריטן,
מען לעבט אין א צייט פון אטאם,
אבער פארדארבן מען איז היינט אין זיטן,
פונקט ווי אין צייטן פון סדום.
מען וויל שוין היינט פליען אויך צו דער לבנה,
זיי ווילן נאך העכער שוין גיין,
און אלע ווייסן מיר דאך די כוונה,
צו קאנען פארניכטן וואס מיין.
מיר האבן די וואונדער געזען וואס זיי קאנען,
וואס די לעצטע טעכניק האט געמאכט,
אזוי שנעל און פונקטליך פארברענען מיליאנען,
וואס האבן עס גארנישט ערווארט.
עס האט די קולטור פאר די מענטשן געגעבן,
נאר צער מיט פערדרוס מיט געוויין,
מען זאגט צו א שענערן בעסערן לעבן,
און ס'קראכן א פלעין נאך א פלעין.

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך......

דער רבונו של עולם עים בענטשן און לויבן,
האלט אפן דעם טויער פון גליק,
און יעדן טאג שרייט א בת קול פון אויבן,
קערט זיך אום קינדער צוריק.
און אט דער בת קול פארשטעלט זיך פארשיידן,
ווי ס'איז ביים בארג סיני געווען,
וכל העם רואים את הקולות די קולות דעם ריידן,
האט מען אפילו געזען.
דער בת קול טוט זיך אין דעם הארץ אריינקריגן,
און עס ווערט א בענקעניש דארט,
אמאל ווי א בילד און אמאל ווי א ניגון,
און אמאל ווי א פשוטער ווארט.

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך,
צום טאטן אין הימל צוריק,
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך,
פארזיכערט אייך אייביגן גליק.
לאמיר נאר זען, ווי שיין איז געווען,
די צורה פון אלטיטשקן באבען,
געלעבט אויף דער וועלט, ס'האט איר גארנישט געפעלט,
אצינד פרייט זי זיך אין גן עדן.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:05 am#418343
ליינענדיג די לעבנס געשיכטע פון דר. זעלענקא פון קרית יואל. זיינע עליות און ירידות. און אנדערע מיטמאכענישן. און זיין לעצטע גרויסע מיטמאכעניש פון זיין דיאגנאז און אפעראציע. און די נאכווייען פון נעמען קימא טעראפי. און פארלירן זיין בארד. און דאך האלט ער זיך שטארק. און איז פול מיט ביטחון אין השי"ת...!
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:10 am#418344
געליינט וואו?
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:14 am#418347
אין מאמענט מעגעזין פון די פארגאנגענע וואך...! דער דאקטאר האט אויך געשריבן א בוך. דו קענסט עס קויפן. און מחזק זיין א צובראכענעם, ערליכן איד...!
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 9:46 pm#419463
צו צוזעהן ווי די היינטיגע ליטוואקעס חסידים באלמוטשעהן זייערע אדמורי''ם. עפ'י רוב זענען די שאלות בסגנון אויב פסח געפאלט אינעם דריטן טאג ראש השנה און מען דערמאנט זיך אז מען האט נאכנישט געליינט די מגילה אין די סוכה, וואס קומט ערשט די כזית מצה קריאת המגילה אכילה בסוכה אדער תקיעת שופר?

פאר דעם אליינס אז ער ווארפט נישט ארויס דעם טרחן/צרחן בשן ועין איז ר' חיים מגדולי הדור.

מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 3:36 pm#419511
דער "טרחן/צרחן" ווי די רופסט איהם איז הרב מן פון ר' חיים'ס נענסטע מקורבים נאך פון פאר ער איז נתפרסם געווארן.

נו, א ברירה האט ער?
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 8:49 pm#419521
חכימא האט געשריבן:דער "טרחן/צרחן" ווי די רופסט איהם איז הרב מן פון ר' חיים'ס נענסטע מקורבים נאך פון פאר ער איז נתפרסם געווארן.

נו, א ברירה האט ער?

ס'מאכט עם נישט אויס צרכן/טרחן. אדרבה ער'ז א צרחן/טרחן מעודו. אפשר גאר דער מייסד המשוגעת...
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 9:44 pm#419527
ער ארבעט דא פאר געלט. וואס וויל מען פון אים? דאס איז א ווידיאו ווי מ'פרעגט צו מ'זאל געבן געלט פאר עפעס א צוועק.

קיינער ווייסט נאך נישט פארוואס מ'גייט נאך געלט פאר א ביזנעס, אבער דאס איז אן עקסטער שמועס
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:31 pm#421104
אמאל איז ר' חיים יא מקיים ענה כסיל.

מישהו מנג'ס לו עם קלוץ קאשעס מה זה "יבדוק באחיה", אז הגר"ח עונה לו "שהם נורמלים", ואז הוא שואל: "איך יודעים שהוא נורמלי"? ור' חיים ענה לו: "שהוא יודע ללמוד.." (זה היה יותר מרמז, מה הוא חושב על השואל..). הוא ממשיך ושואל: "אם אחד נורמלי ואחד לא, לעשות את השידוך או לא? והגר"ח עונה: "רק חצי"..
כשבסוף הנודניק מבקש ברכה, ר' חיים מברכו בחום "ברוך שפטרני"..

m https://www.youtube.com/watch?v=smCi4e8 ... e=youtu.be m
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 9:28 pm#421108
איך אויך: ער איז דאך יא צו דער זאך. וואס זאגן זיי אז ר' חיים איז א..."תמים"...!
פרייטאג יאנואר 04, 2019 3:19 pm#421178
און וואס מיינט באמת יבדוק באחיה?
זונטאג מערץ 03, 2019 10:47 pm#425596
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:42 pm#427901
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
פרייטאג מאי 31, 2019 10:42 am#431388
די עלטערן און שפיטאל שטאב געבן אפ די לעצטע כבוד פאר אן איין יעריג קינד וואס איז דערקלערט געווארן מח-טויט און ווערט געפירט אויף איר לעצטע וועג צו געבן די מתנה פון לעבן פאר אנדערע קראנקע מענטשען דורך מנדב זיין אירע איברים.

זעהט און שפירט מיט.
m https://youtu.be/RGl7i8KnxuE m
פרייטאג מאי 31, 2019 11:25 am#431392
א קינד מיט אוטיזם און איז אויך בלינד באקומט די גאלדנע באזער נאכן ערשטוינען די דזשאדזשעס אויף אמעריקא'ס גאט טאלאנט.

.
פרייטאג מאי 31, 2019 1:49 pm#431401
לעצטס בין איך געוואויר געווארן אז יד לאחים איז קיין סקעם בכלל.

m https://youtu.be/6ajenJl6agU m

m https://youtu.be/t7adOloAzLs m
מיטוואך יוני 05, 2019 10:53 pm#431674
כמעט געברענגט..

מאטעלע שטיינמעץ צעזינגט זיך מיט א יהא רעוא פון יצחק אונגאר'ן

m https://youtu.be/G5b9mVpk6UA m
פרייטאג יוני 28, 2019 6:24 pm#432440
20190628_181016.png
מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 9:24 pm#438551
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
די ארטיקל פון ר' אליהו יואל גליק אין מאמענט
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:40 am#438566
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
Please post.
מיטוואך מאי 13, 2020 11:22 pm#448579
אבישלום פון שילוח מאכט קידוש

ווער ס'פארשטייט קען טאפן די צומישעניש פון א פארבלאנזשעטע נשמה וועלכע פילט זיך אינגאנצן פארלוירן צווישן די ליגנס און רשעות פון די פרומע גאס פון איין זייט און די קאלטקייט און ליידיגקייט פון די סעקולארע גאס פון די אנדערע זייט, ער פרובירט מיט אלע כוחות צו מאכן סענס פון וואס מ'האט איהם אויסגעלערנט אבער ס'גייט איהם נעבעך נישט. זיין נשמה שרייט ארויס, איך וויל זיין הייליג! איך וויל זיין גוט! איך וויל זיין ערליך! ער ווייסט אבער נישט וויאזוי. ער זוכט ענטפערס אינדערהיים אבער ער שטויסט זיך נאר אן אין מער שטותים, ער זוכט אין די גאסן אבער די תירוצים זענען נאכאלץ נישט אינגאנצן צופרידענשטעלנד. די ווייטאג, די קשיות, די ספיקות, די קווענקלנישן, אוי, ס'רייסט ביים הארץ!
דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:40 am#448586
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אבישלום פון שילוח מאכט קידוש

ס'איז נישט אבישלום'ס קידוש, ס'איז דיינע ווייטאג-פולע שורות, וואס האט מיר געברענגט טרערען.

(און פארדעם קימט אייך: א דאנק! איך האב א פחד געהאט, אז מיין טרערן קוואל איז שוין אויסגעטריקנט.)
דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:13 am#448587
רביה"ק האט עס ארויסגעברענגט זייער גוט, און יא מען קען קייכען פונעם קידוש
אמאל האט מען ביי אינז אפגעסטעמפלט דע קינדער אלס שקצים כופרים, היינט ווייסט מען נעבעך וואס טוט זיך אין הארץ פון די נעבעכדיגע קינדער
יעדער פון זיי וועם דו זעהסט ביים טיש איז אדורך א שוידערליכע טראומע אלס קינד וואס האט צוריסען זייער אינערליכע נשמה, און וועגען דעם קוקען זיי נעבעך אזוי אויס, נישט ווייל זיי האבען איינגעזעהן נאך חקירה אז סנישטא קיין באשעפער, זייער התנהגות איז א סימפטעם פון די טיפע פעין וואס זיי ליידען, זיי ווילען אזוי שטארק זיין גוט אבער זיי קענען פשוט נישט
און כגיי נישט יעצט אריין אינעם פאקט אז אין רובא דרובא פעלער איז די טראומע געוועהן פון סעקשועל אביוז, טאקע דורך היימישע ערליכע יודען, וואס מאכט די פעין אסאאאך שטערקער, און נאכדעם האט מען זיי נאך ארויסגעווארפען פון חדר/סקול ווייל זיי זענען אויפגעקלערט, ווי א לעמאן אויסקוועטשט און אוועקגעווארפען, ווען זייערע מאלעסטערס זענען פון די חשובי העדה
נאר דורכן זיי מקרב זיין, און נישט מער אוועקשטופען ווי מיר האבען געטוהן אלע יארען, וועלען זיי אויסגעהיילט ווערען
דאנערשטאג מאי 14, 2020 7:19 am#448589
קרעקער האט געשריבן:יעדער פון זיי וועם דו זעהסט ביים טיש איז אדורך א שוידערליכע טראומע אלס קינד וואס האט צוריסען זייער אינערליכע נשמה, און וועגען דעם קוקען זיי נעבעך אזוי אויס, נישט ווייל זיי האבען איינגעזעהן נאך החקירה אז סנישטא קיין באשעפער, זייער התנהגות איז א סימפטעם פון די טיפע פעין וואס זיי ליידען, זיי ווילען אזוי שטארק זיין גוט אבער זיי קענען פשוט נישט
און כגיי נישט יעצט אריין אינעם פאקט אז אין רובא דרובא פעלער איז די טראומע געוועהן פון סעקשועל אביוז, טאקע דורך היימישע ערליכע יודען, וואס מאכט די פעין אסאאאך שטערקער, און נאכדעם האט מען זיי נאך ארויסגעווארפען פון חדר/סקול ווייל זיי זענען אויפגעקלערט, ווי א לעמאן אויסקוועטשט און אוועקגעווארפען
נאר דורכן זיי מקרב זיין, און נישט מער אוועקשטופען ווי מיר האבען געטוהן אלע יארען, וועלען זיי אויסגעהיילט ווערען

ס'איז א געפלאגטע געזעלשאפט אין אלע הינזיכטען, און ''סעקסואלע אביוז'' איז נישט די איינציגסטע אורזאך פארוואס מיר פארלירען אינזערע פיינסטע און איידלסטע. גערעכט! ס'איז א טראומע בפרט ''סעקסואלע'', וואס ברענגט דער מענטש צו באוויסזינענקייט, אבער ס'איז נישט באגרעניצט צו דעם, יעדער פארשטענדליכער מיטגליד, וואס קימט אמאל א'קעגן א ערנסטע שוועריקייט (און ווער דען נישט?!) וואס מאכט אים מער ''באוויסטזיניג'' קימט צי צו די זעלבע אדער ענדליכע ''מסקנות'', נאר אין די מערסטע פעלער צו שפעט (עכ''פ אזוי מיינט מען) אויף זיך צו באפרייען.

@קרעקער: טיסט א פעלער מיט דעם וואס די מאלסט זיי אראפ ווי אטעאיסטן, ניין! זיי זענן ''סקעפטיקער'', און אין מאמענטען פון ''עקזיסטענציואלע-אמונה'', זענן זיי די גרעסטע גלויביקער.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 8:31 am#448590
ווי געשריבען איך וויל נישט די שמועס זאל יעצט אריין אין דעם טעמע פון סעקשועל אביוז אין אינזער סאסייעטי, סאיז א זייטיגע אנעקדאט פון וואס זייער טראומע קימט, וואס אלע גרויסע מומחים אגרעין שוין היינט אז איבער 90% קימט עס פון סעקשועל אביוז [אבי פישאף טענה'ט 93% !!]
די פוינט איז אז אונז [געוויסע פון אינז] האבען זיי געמאכט די טראומע, און אונז [ישיבות סקולס] ווארפען זיי ארויס וועגען דעם וואס זיי זענען אדורך, און זייער התנגות און לבוש איז א פועל יוצר און סימפטעם פון זייער טראומע, אפילו די דראגס וואס זיי נעמען איז צו שטילען אביסעלע דעם פעין וואס זיי האבען
רובא דרובא פון זענען נישט עיטיעסטן, און אפילו די קליינע פראצענט וואס טענה'ן אז זיי זענען יא עכטע עיטיעסטס, זיי שמד'ן זיך, איז עס אויך נאר א סימפטעם פון די טראומע וואס זיי זענען דורך
ווי מייקל סעוועטש שרייט אייביג, אין שפיטאל פארען שטארבען פארגעסט יעדער אז ער איז א עיטיעסט, מען שרייט צו גאט
דאנערשטאג מאי 14, 2020 11:52 am#448597
איך בין נישט פון די מענטשן וועלכע האבן ליב אפצומאכן וואס אנדערע מענטשן טראכטן און פילן אן נעמען אין חשבון וואס זיי זאגן אליינס, אויך בין איך נישט פון די מענטשן וועלכע האבן ליב אריינצושטעלן מענטשן אין קאטעגאריעס, איך באטראכט יעדעס מענטשן עקסטער.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:13 pm#448615
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
"@קרעקער: טיסט א פעלער מיט דעם וואס די מאלסט זיי אראפ ווי אטעאיסטן, ניין! זיי זענן ''סקעפטיקער'', און אין מאמענטען פון ''עקזיסטענציואלע-אמונה'', זענן זיי די גרעסטע גלויביקער"

הא ראי' זיי זענען א גאנצן טאג פארנומען מיטן אפפרעגן די עקזיסטענץ פון א גאט, און פון די תורה
מאנטאג מאי 18, 2020 6:54 pm#448914
איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.

כאן מקשיבים | עברתי פגיעה מינית

די פיינפולע געשיכטע פון די אימבאשיצטע קינד שמולי דייטש, וואס האט מיטגעמאכט סעקסואלע אביוז פון די פינעף יאר טיילמאל מיט אלימות ביז צו די זעכצען יאר, שפעטער חתונה געהאט און די אינטימע באציאונג האט ארויף געברענגט פאסט-טראומע (ptsd),נאך דריי יאר זיך ג'גט איבערלאזענדיג א טאכטער.

האסט פארציילט פאר דיין מאמע? פרעגט זי... ניין! וויייל איך ווייס וואס זי גייט ענטפערן: אוי אוי אוי נעבעך שוין! וואס קען מען טון אזוי איז עס!!!

#יהודים אינם חרדים
מאנטאג מאי 18, 2020 7:04 pm#448915
במדבר האט געשריבן:איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.

זייער טרויעריג, כהאב איהם געקענט נאך ווען ער איז געווען יונג. עס איז באמת טרויעריג.
מאנטאג מאי 18, 2020 7:36 pm#448917
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אבישלום פון שילוח מאכט קידוש

ווער ס'פארשטייט קען טאפן די צומישעניש פון א פארבלאנזשעטע נשמה וועלכע פילט זיך אינגאנצן פארלוירן צווישן די ליגנס און רשעות פון די פרומע גאס פון איין זייט און די קאלטקייט און ליידיגקייט פון די סעקולארע גאס פון די אנדערע זייט, ער פרובירט מיט אלע כוחות צו מאכן סענס פון וואס מ'האט איהם אויסגעלערנט אבער ס'גייט איהם נעבעך נישט. זיין נשמה שרייט ארויס, איך וויל זיין הייליג! איך וויל זיין גוט! איך וויל זיין ערליך! ער ווייסט אבער נישט וויאזוי. ער זוכט ענטפערס אינדערהיים אבער ער שטויסט זיך נאר אן אין מער שטותים, ער זוכט אין די גאסן אבער די תירוצים זענען נאכאלץ נישט אינגאנצן צופרידענשטעלנד. די ווייטאג, די קשיות, די ספיקות, די קווענקלנישן, אוי, ס'רייסט ביים הארץ!

די באטל וויין אין די שווארצע בעג :lol: #גירסא דינקותא
מאנטאג מאי 18, 2020 7:42 pm#448918
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
איז דער שמוליק דייטש וואס זיין טאטע און ער פלעגן וועקסלען געלט, דוכט זיך זיי פלעגן וואוינען אויף רחוב הושע צו איינער פון די גאסן צווישן רחוב יואל און רחב יחזקאל??
מאנטאג מאי 18, 2020 7:44 pm#448919
יין שרף האט געשריבן:די באטל וויין אין די שווארצע בעג :lol: #גירסא דינקותא

מן הסתם האט ער מורא אז די מחללי שבת זאלן נישט קןקן אויף די וויין...

וואס איז מיט'ן וויין אין די בעכער? ווייסטאך וואס מ'זאגט אויף איינער פון די רוז'ינע רביס (דאכצעכמער די לעצטע באיאנע רבי) אז ווען ער האט געמאכט קידוש האט די וויין אין בעכער געקאכט, מן הסתם האלט ער שוין אויך ביי יענעם מדריגה ממילא איז די וויין מבושל. :lol:
מאנטאג מאי 18, 2020 9:26 pm#448923
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

רביה"ק זי"ע: איך גלייב נישט אין די זאכן...ווען מ'האט אזוי שטארק ליעב דעם רבי'ן שפיעלט שוין די פאנטאזיע. נאר אונז דארפן גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעהן אז די וויין זאלל קאכן בשעת קידוש...!
דינסטאג מאי 19, 2020 4:46 am#448942
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
פארוואס דארפן אונז גלייבן אז עס וואלט געקענט געשען?

און אויב גלייבסטו באמת אז עס וואלט געקענט געשען, און אז עס איז דא במציאות, דאן פארוואס נישט גלייבן אז עס האט למעשה יא געשען? דערלייגסט עפעס?

מילא ס'הערט זיך שווער, און לייגט זיך נישט אויפן שכל, פיין איז נישטא וואס אריינצוגיין אין די גלייבן נושא, פשוט ווייל איך גלייב דעס נישט.
אבער אויב דארף מען (און פון דעם פארשטיי איך אז די קענסט) גלייבן אזא זאך, דאן וואס איז די חילוק אויב עס איז למעשה געשען צו נישט?
דינסטאג מאי 19, 2020 7:37 am#448948
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:די באטל וויין אין די שווארצע בעג :lol: #גירסא דינקותא

מן הסתם האט ער מורא אז די מחללי שבת זאלן נישט קןקן אויף די וויין...

וואס איז מיט'ן וויין אין די בעכער? ווייסטאך וואס מ'זאגט אויף איינער פון די רוז'ינע רביס (דאכצעכמער די לעצטע באיאנע רבי) אז ווען ער האט געמאכט קידוש האט די וויין אין בעכער געקאכט, מן הסתם האלט ער שוין אויך ביי יענעם מדריגה ממילא איז די וויין מבושל. :lol:

באהוש'ער רבי זצ"ל
דינסטאג מאי 19, 2020 7:49 am#448950
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
במדבר האט געשריבן:איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.

כאן מקשיבים | עברתי פגיעה מינית

די פיינפולע געשיכטע פון די אימבאשיצטע קינד שמולי דייטש, וואס האט מיטגעמאכט סעקסואלע אביוז פון די פינעף יאר טיילמאל מיט אלימות ביז צו די זעכצען יאר, שפעטער חתונה געהאט און די אינטימע באציאונג האט ארויף געברענגט פאסט-טראומע (ptsd),נאך דריי יאר זיך ג'גט איבערלאזענדיג א טאכטער.

האסט פארציילט פאר דיין מאמע? פרעגט זי... ניין! וויייל איך ווייס וואס זי גייט ענטפערן: אוי אוי אוי נעבעך שוין! וואס קען מען טון אזוי איז עס!!!

#יהודים אינם חרדים
א ווייטאג! כ'האב עם גוט געקענט פון דער נאענט, א געשמאק בחור בחור געווען. בלע המאלעסטעישן לנצח, ומחה ד' דמעה מעל כל ילדים ונאמר אמן
מיטוואך מאי 20, 2020 7:01 pm#449139
במדבר האט געשריבן:איך האב מיך געוועט ווען איך האב געזעהן די קעפל ''עברתי פגיעה מינית'' אז עס איז א ''אינזעריגע''.
#יהודים אינם חרדים

ער קומט אריין היבש אומקלאר. כ'זאג נישט אז גארנישט איז געשעהן אבער כבדהו וחשדהו.

חוץ אויב ער האט באלאנג צום כת סרוח לב טמא אדער צום סוטה המין בערלאנד'ס מטורפים איז אינגאנצן עפעס אנדערש.

לוותר להוסיף אז די לעצטע זאך וואס די אנטיסעמיטן פון 'כאן' זארגן זיך איז פאר זיין וואוילזיין.
מיטוואך מאי 20, 2020 7:14 pm#449141
כאילו די אנסיטעמיטן פון בני ברק זארגן זיך יא פאר זיין וואוילזיין, יעדער זארגט זיך פאר זיין אייגן בענקל, ווילאנג ער איז געווען א טייל פון די אנטיסעמיטן פון בני ברק האבן זיי זיך געזארגט פאר איהם, יעצט אויפ'ן מינוט האבן די אנטיסעמיטן פון כאן א תועלת פון איהם זענען זיי זיינע פארזארגער, ווען ער וועט (האפענטליך?) צוריקגיין צו די אנטיסעמיטן אין בני ברק וועט אלס צוריקגיין צום אלטן בעז"ה.
מיטוואך מאי 20, 2020 7:30 pm#449143
מה ענין בני ברק למאה שערים?
מיטוואך מאי 20, 2020 7:39 pm#449144
זאל זיין מאה שערים.. (רשעים?)
מיטוואך מאי 20, 2020 7:47 pm#449146
אגב, די מליצה איז עלטער פון דיר מיטן רבין אינאיינעם.
דינסטאג מאי 26, 2020 10:35 pm#449726