Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • ווען Off The Derech גייט Off Track

קאווע שטיבל • ווען Off The Derech גייט Off Track

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 נאך געראטעוועטע פאסטס · לייענען די צוגעלייגטע הודעות · קוואלן און אריגינעלע דאטעס
144 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 309 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4150
דינסטאג יוני 25, 2013 2:34 pm#127775
ווען Off The Derech גייט Off Track
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
איך בין נישט קיין שופט; איך בין קיינעם נישט דן; צופיל פאקטן ווייסעך נישט; פסיכלאגיע האב איך נישט שטודירט, און איבער אלעם: קיינער האט מיר נישט געפרעגט.
אבער אז ס'טוט וויי, שריי(ב)ט מען.

היינטיגע צייטען פארעמען זיך גרופעס פאר יעדע מצב וואס א מענטש קען זיך נאר (אדער זאל זיך נישט) געפונען. ס'הייבט זיך אן מיט א meeting אין א שבע-ברכות-זאל ע"ד ותשועה ברוב יועץ, ביז מ'מאכט א logo און מ'פראוועט שבתונ'ס. ווען אט די מענשטען קומען זיך צוזאם, איז דא איין זאך וואס איז זיי מאחד. אלע פון זיי מוטשען זיך צו פרוכטבארן; אלע פון זיי האבן ליידער פארלוירען א קינד; אלע פון זיי האבן ליידער א געוויסע מחלה, וכדומה. אויסער די איין זאך וואס זיי זענען גלייך, זענען זיי אבער, און וועלן בלייבן, צוטיילט אין אלע אנדערע דברים העומדים על הפרק.
אויפן געדאנק קומט ארויף א תורה'לע אויף פרשת בשלח און יתרו. אויפן פסוק "והנה מצרים נוסע אחריהם", זאגט רש"י "בלב אחד כאיש אחד", צוליב דעם זאגט דער פסוק "נוסע" בלשון יחיד. אלע מצרים זענען געווען אין איין מיינונג אקעגן די אידן. אין פרשת יתרו אויפן פסוק "ויחן שם ישראל נגד ההר", זאגט רש"י "כאיש אחד בלב אחד", צוליב דעם זאגט דער פסוק "ויחן" בלשון יחיד, ווייל אלע אידן זענען געווען איינס. מ'קען אנמערקען אז אויף די מצריים לייגט רש"י אויס "בלב אחד" איידער "כאיש אחד". משא"כ ביי די אידן. האב איך געזעהן אין טללי אורות (הרב רובין ע"ה) בשם ממי_שאמרו (פארגעסען די מקור), אז אידן זענען בעצם "איש אחד" (פרעג מיך נישט וואס דאס מיינט), "לב אחד" איז פשוט א ממילא'דיגע תוצאה פון דעם. משא"כ די מצריים זענען בעצם צוטיילט (מעלמא דפירודא. לעיקוואד, איך זאג עס גוט?), ס'איז נאר די "לב אחד", די איין רצון, אנטקעגן אידן, וואס מאכט זיי כ"איש אחד".

צוריק צום ענין.
ס'איז געווארן אזא מנהג, אז מ'זעצט אראפ עטליכע OTD מיטגעלידער און זיי לאזען זיך וואויל גיין, זאגענדיג זייערע מיינונגען כחפץ לבם. פארשטייט זיך אז זיי פארפעלען נישט נעגעטיווע זאצן אויף דעם "סיסטעם", ווארום, אויב די סיסטעם איז האניג און צוקער, וועלען זיי מוזן ענטעפערן די שווערע שאלה "פארוואס האט איר געטוישט?". פארשטייט זיך אז ס'האט נישט קיין זינען זיך איינצוטענה'נען אויף יעדע פון זייערע טענות באזונדער. באופן כללי, די טענות שפייזען נישט גענוג אויף צו נישט גלייבן אין בורא עולם ותורתו.
די גוישע וועלט וועט אייביג זיין (און אוודאי אויסקוקען) בעסער און געשמאקער ווי די אידישע וועלט, ווי אפען און לינק מ'זאל נאר זיין. ס'איז אסאך מער גרינגער צו זיין א גוי, אוי ווי מ'האקט א לעבן (אויב איז מען נארמאל)! מ'איז מקיים שמח בחור בילדותך מיט אלע מפרשים. והראיה, לויט ווי כ'האב מברר געווען, זענען דא אפגעפארענע אפילו פון אזעלכע קרייזען ווי מ'צענזורט נישט קיין ביכער, שטודירען איז אנגענומען, ענגליש איז די מאמע שפראך, מ'שערט נישט די האר, און מ'date'ט א רויעך, מפלאנט די משפחה, מ'עסט כמעט אלעס, מ'טרינקט ממש אלעס, וכו'.

וואס מיר שטערט איז, אז בעצם יעדער אפגעפארענער האט זיך זיין פערזענדליכע פרשה. איינער איז נשפע געווארן פון א שלעכטע חבר, ביי איינעם האט די תאוה געברענט אזוי שטארק אז ס'האט זיך דערקייטעלט ביז מ'האט אים געמוזט ארויסווארפען פון שטוב וכו' וכו'. איינעם האט געפעלט ווארימקייט אינדערהיים. א צווייטער האט שלעכט חתונה געהאט, א דריטער האט מען גע'רודפ'ט פאר זיין אויפגעקלערטקייט. לא הרי שפרה לאווין כפרידא וויזעל, ולא הרי שאולי פייערוועקער כ[נאמען באהאלטן] וואס האט געטראפן א רלב"ג וואס זאגט - לויט ווי יענער האט פארשטאנען - אז מ'דארף נישט גלייבן אין גאט. הצד השוה שבהם?

וואס איז די "צד השוה"? basically גארנישט, ווען נישט די שם הכולל "OTD". האבן זיי עפעס אין common? ווען נישט Footsteps איז שטארק מעגליך אז זיי וואלטען זיך ניטמאל געקענט. - יעצט אז מ'זעצט זיי אראפ ארום א טיש, און זיי רעכענען אויס די שוואכקייטן פון אונזער סיסטעם, כאילו דאס האט זיי געברענגט צו ווי זיי זענען יעצט. יסכר פיהם! ס'רעגט מיך אויף. טייערע זיסע שיינע מיידעלע, נישט דו און נישט דיין חבר'תה זענען אפגעפארן ווייל מ'לערנט נישט קיין ענגליש אין חדר, אדער ווייל א גרויסע היימישע עולם האט 7-8 קינדער פון וועם זיי שעפען נחת.

אז ס'רעגט מיך מיינט דאס אז איך האלט אז די סיסטעם perfect? ניין, Absolutely נישט! ס'דא סאך וואס צו מתקן זיין. מ'דארף eliminate'ען דאס גאנצע רביסטעווע יחידי'שע authority ; בתי חינוך דארפן טוישן די סדר הלימודים; שידוכים סיסטעם דארף ווערן געטוישט אינגאנצען; creative מענטשען, נישט נאר חזנים, דארפן מעגן ארויסגעבען זייער talent; און בכלל דארף געטוישט ווערן די tolerance level אויף אסאך נידריגער.

אבער ענק טייערע ברידער און שוועסטער, וואס זענען זיך דוגל אונטערן OTD ראשי תיבות, ראו חיים עם הדרך אשר בחרתם, אז איר האט אן עצה וויאזוי צו פארעכטען אונזער סיסטעם, אדברה, מיר זענען גרייט צו הערן. אבער ביטע זאגט דעם אמת ווען מ'פרעגט אייך פארוואס איר האט פארלאזט אידישקייט, פארציילט אייערע שוועריקייטן און מיטמאכענישן, פארציילט וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן, פארצייל אז דו ביסט אפגעפארן ווייל דיין טאטע איז א משוגע'ער, נישט ווייל דו האסט נישט געזען גאט'ס שטרענגע האנט ווען דו האסט גערויכערט שבת. א.א.וו. - אדער plead the fifth. (די בעסטע Option)

'ך האף איר פארשטייט וואס 'ך רעדט (=סגולה צו באקומען א לייק פון דבילה)
דינסטאג יוני 25, 2013 2:45 pm#127778
פיינע פוינט.

לגבי "טייערע זיסע שיינע מיידעלע" עס איז אפשר פאני אבער גראדע רוב פון די זעהען מיר אויס ווי אזעלכע וואס איך וואלט געהאט א קנאפע תאווה אויף זיי און אסאך פון זיי פון האבען זאגאר בעסער אויסגעזעהן (איך רעד פון א ריין גשמיות'דיגע פערפעקטיוו) זייענדיג פרום. בין איך דער איינציגסטער וואס האט עס באמערקט?
דינסטאג יוני 25, 2013 2:58 pm#127780
פיין און וואויל, אבער.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:00 pm#127781
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארצייל אז דו ביסט אפגעפארן ווייל דיין טאטע איז א משוגע'ער, נישט ווייל דו האסט נישט געזען גאט'ס שטרענגע האנט ווען דו האסט גערויכערט שבת. א.א.וו.

:like
אדער פארצייל אז דו האסט גע'גט'ע עלטערן א טאטע א צרה'לייט און א מאמע א צדיקת וואס האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר דיר. ביזט געבוירן מיט מדות משחתות באגלייט מיט טפשות און כפיית טובה, די אלע וואס האבן געטון פאר דיר האסטו שטענדיג בארעדט און קיינמאל נישט געווען צופרידן. א גאונות אין עין רעה און שטענדיג נאר געזען ווי יעדער וויל דיר באגראבן און קיינער פארגינט דיך נישט. ליידער צוליב דיין פארקאקטע פערזענליכקייט האט מען דיר צוויי מאל א כלה געמאכט מיט די נישט ריכטיגע. איינס איז געגאנגען פייפן צוליב דיין פערדישקייט און די צווייטע ווייל ביזט נעבעך אריינגעפאלן, און נישט צוליב דיינע אלע חלקלקות'ן אויף פעיסבוק און טוויטער.
ווייסט כעדער זאגן, יאשקע האט נישט אזויפיל פארדינט מיט דיר אפילו דיין האר איז פינק און גרין.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:01 pm#127783
.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:10 pm#127786
כ'האב געמיינט צו זאגן אז ווען כ'שטיי אינדערפרי, אין איך זעה "איר האב באקומען א לייק", ווייסעך אז איינער האט הנאה געהאט פון מיר בשעת כ'בין געשלאפען.
בד"וו, איך ווייס וואס דו האסט געטראכט בשעת'ן זאגן סליחות היינט....
צוריק צום ענין.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:15 pm#127790
מעראנצעןזאפט דו מיט קרעקער זענען געזונטע בהמות! פארקאקטע נאטארען! !!!!!!!!
וואס איז דאס, אז איינער גט זיך איז עס אנדערשט ווי איינער וואס האט נישט אזוי געטון???
פעראבלימאטישע קינדער קומען נישט פון שטיבער ווי מגט זיך
סקומט פון שטיבער וואס מרעדט אזוי ווי דיר און קרעקער, עקלדיג!
אדער ווי שטיבער וואס די עלטערן רייסען זיך ארום און מוויל זיך נישט גטן
דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm#127792
העי!
שפיל לסיפיה דקרא.. "....א טאטע א צרה לייט"...
ער מיינט נישט דיר.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:20 pm#127793
פארגעט איט, קאוועלע. האסט איין ברירה: הער אויף וואטשן טיווי.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:24 pm#127796
יידל האט געשריבן:פארגעט איט, קאוועלע. האסט איין ברירה: הער אויף וואטשן טיווי.

כ'האב עס געזעהן אויף קאווע שטיבל... אן אנדערע ברירה ?
דינסטאג יוני 25, 2013 3:26 pm#127797
קינות גירושין האט געשריבן:מעראנצעןזאפט דו מיט קרעקער זענען געזונטע בהמות! פארקאקטע נאטארען! !!!!!!!!
וואס איז דאס, אז איינער גט זיך איז עס אנדערשט ווי איינער וואס האט נישט אזוי געטון???
פעראבלימאטישע קינדער קומען נישט פון שטיבער ווי מגט זיך
סקומט פון שטיבער וואס מרעדט אזוי ווי דיר און קרעקער, עקלדיג!
אדער ווי שטיבער וואס די עלטערן רייסען זיך ארום און מוויל זיך נישט גטן


איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר. איך האב נישט בא'עוול'טט קיין איין גע'גט'ן דא, בלויז אויסגערעכנט פארשידענע פאקטארן וואס האבן געשפילט א ראלע אין איר צושטאנד.
יא, אז מ'האט א טאטן א צרה'לייט וואס וויל נישט געבן א גט פאר יארן אפעקטירט עס די חינוך פון א קינד לפעמים, און פיק יור נאוז עט יור און ביזנעס קיינער רעדט נישט דא פון קיין גרושים אדער גרושות.
נאטורן שרייבט מען אזוי, והצלחה מרובה, וברכתי מקירות לבי שתמצא זווגתך כאוות נפשך בקרוב ובניקל.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:31 pm#127799
אז מ'רעדט שוין, גם קבלתי ממו"ר באישי אז אשר שמואל'ס פארקריכן דארף מען צום קענטעניס נעמען אז זיינע עלטערן זענען גע'גט. ופשוט הוא, והיינו טעמא דדבורה פעלדמאן היינו טעמא דליבי פאלאק ועוד.
פארוואס ס'איז אזוי אז קינדער פון גע'גט'ע ליידן לפעמים, (ס'דא גענוג און נאך וואס נישט אפשר אפילו דער רוב, איך האב עטליכע חברים אזוינע און ס'פעלט זיי גארנישט ברוח וגשם), איך ווייס נישט, און איך רעד נישט, און זאל השי"ת היטן אלע אידישע קינדער, אבער א קשיא אויף א מעשה.
קינות יו או מי ען אפאלעדזשי.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:32 pm#127800
ווער זאגט אז גע'גט'ע עלטערן איז א סיבה? אפשר איז גע'גט'ע עלטערן בלויז עפעס וואס גיט מער מעגליכקייט? ווער ווייסט וויפיל מענטשן פון נישט גע'גט'ע עלטערן וואלטן אויך אראפ פון וועג, נאר ווילן נישט וויי טון די עלטערן?
דינסטאג יוני 25, 2013 3:36 pm#127802
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארצייל אז דו ביסט אפגעפארן ווייל דיין טאטע איז א משוגע'ער, נישט ווייל דו האסט נישט געזען גאט'ס שטרענגע האנט ווען דו האסט גערויכערט שבת. א.א.וו.

:like
אדער פארצייל אז דו האסט גע'גט'ע עלטערן א טאטע א צרה'לייט און א מאמע א צדיקת וואס האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר דיר. ביזט געבוירן מיט מדות משחתות באגלייט מיט טפשות און כפיית טובה, די אלע וואס האבן געטון פאר דיר האסטו שטענדיג בארעדט און קיינמאל נישט געווען צופרידן. א גאונות אין עין רעה און שטענדיג נאר געזען ווי יעדער וויל דיר באגראבן און קיינער פארגינט דיך נישט. ליידער צוליב דיין פארקאקטע פערזענליכקייט האט מען דיר צוויי מאל א כלה געמאכט מיט די נישט ריכטיגע. איינס איז געגאנגען פייפן צוליב דיין פערדישקייט און די צווייטע ווייל ביזט נעבעך אריינגעפאלן, און נישט צוליב דיינע אלע חלקלקות'ן אויף פעיסבוק און טוויטער.
ווייסט כעדער זאגן, יאשקע האט נישט אזויפיל פארדינט מיט דיר אפילו דיין האר איז פינק און גרין.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:36 pm#127804
יידל, גם כן יתכן, רוף עס סיבה רוף עס מעגליכקייט, או שאר שם וחניכא דאית ליה, ומעולם לא ירדתי לטעמא ועומקן של דברים, ומסתמא שניהם אמת לפעמים.
אויך קאווע זאגט אזוי: באמת וויל יעדער אראפגיין פון וועג נאר דער לאזער האט פשוט א משוגענעם טאטן האט ער זיך דאס געקענט ערלויבן...
אבער וואס קומט דא אריין די אויסברוך פון קינות פאר זיס לעכטיג יאר.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:38 pm#127805
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אויך קאווע זאגט אזוי: באמת וויל יעדער אראפגיין פון וועג נאר דער לאזער האט פשוט א משוגענעם טאטן האט ער זיך דאס געקענט ערלויבן...


כ'האב עס נישט געזאגט. אפשר געטראכט.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:38 pm#127806
יידל, ס'איז נישט קיין סתירה מיט מאראנצןזאפט. מה לי צו דאס שטיפט ומה לי צו דאס ערלויבט אים?
דינסטאג יוני 25, 2013 3:40 pm#127808
אויב דאס שטיפט אים, זאגן זיי דאך ליגנט אויף טיווי, אבער אויס דאס ערלויבט אים האקט קאווע טרינקער סתם אין קאפ.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:41 pm#127809
קאווע קומט זיך א לייק פארן ארויסברענגן דע כשם שפרצופיהן עקזעסטירט איבעראל, און מאכן זשענערעלייזעישאנס, גזירה שווה'ס און דונ מינה ומינהס העלפט פאר איינער וואס שפירט זיך דיפענסיוו אבער ס'העלפט נישט בעסער פארשטיין.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:42 pm#127810
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אויך קאווע זאגט אזוי: באמת וויל יעדער אראפגיין פון וועג נאר דער לאזער האט פשוט א משוגענעם טאטן האט ער זיך דאס געקענט ערלויבן...


כ'האב עס נישט געזאגט. אפשר געטראכט.


כ'האב סתם גענוצט דיינע ווערטער צו צייגן אז דער שמועס איז נישט צו ס'איז גורם אדער נאר א תירוץ.
די חברה געבן נישט אן קיין איינע פון די צוויי אפציעס נאר כאילו מיר זענען מענטשן פרעסער.

אין אנדערע נייעס, ס'לעבעדיג דא דער עולם פאסט, כ'האב געוויסט ס'קומט א וועלט מלחמה.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:48 pm#127812
כ'פארשטיי נישט די דראנג צו באצייכענען איינער מיט א "משוגענען" טאטע אלס א לאזער. אויב עפעס איז דער יעניגער א געווינער פארן זיך ארויסזעהן פון א געזעלשאפט וואס לוזער אדער סוקסעס איז געמאסטן לויט די עלטערען'ס קלאסס אין סאסייעטי.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:54 pm#127818
כ'האב נישט פארלאנגט פון יעדען וואס האט א משוגענע טאטע צו גיין אראפ פון וועג.
אבער אז מ'פרעגט דיר דיין עבר, ביטע פארציילט דאס גאנצע מעשה, וזהו.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:56 pm#127820
יואליש האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די דראנג צו באצייכענען איינער מיט א "משוגענען" טאטע אלס א לאזער. אויב עפעס איז דער יעניגער א געווינער פארן זיך ארויסזעהן פון א געזעלשאפט וואס לוזער אדער סוקסעס איז געמאסטן לויט די עלטערען'ס קלאסס אין סאסייעטי.


לאזער איז א נאמען.
דינסטאג יוני 25, 2013 3:58 pm#127822
סאיז דא סאסייעטי'ס וואס מעסטן אנדערש? איבעראל מאכט אויס וואסערע משפחה מען קומט פון, און אייביג איז דא מענטשן מיט אזויפיל אמביציע אז זיי וועלן איבערקומען זייערע סטיגמעס און לעיבלס און ווערן באקאנט פארוואס זיי זענען, נישט זייער משפחה. אבער דאס איז א אויסנאם, און קאסט אסאך כוח און נעמט אסאך צייט.
דינסטאג יוני 25, 2013 4:01 pm#127823
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב נישט פארלאנגט פון יעדען וואס האט א משוגענע טאטע צו גיין אראפ פון וועג.
אבער אז מ'פרעגט דיר דיין עבר, ביטע פארציילט דאס גאנצע מעשה, וזהו.

זאל ער אויך פארציילן פונקטליך ווי לאנג די הכנות פארן דאווענען פלעגט אים נעמען? כ'מיין, אויב לעשירות דעתו איז דאס גירושין פון זיינע עלטערן נישט געווען מער ווי א מיטל זיך ארויסצוזען, וואו קומט עס אריין אין די מעשה?
מאנטאג יולי 08, 2013 7:43 pm#131589
ATUB @מאראנצןזאפט ATUB צינד אן די עירקאנדישאן. בארוהיגט אייך.

דיין פראבלעם איז אז דו ווייסט ווער דער ניק איז, ס'איז פקיע שמיא. ווען די זעלבע ווערטער וואלטן געווען אונטער א צווייטער ניק, וואס קיינער ווייסט נישט ווער ס'איז, דאן וואלט די שקליא וטריא געפארן ווייטער על מי מנוחות. ווען מ'ווייסט ווער ס'שטייט אונטער די ווערטער, ווערט (כמעט) אלעס אויף מעסער שטעך.

אויב טרעפט איינער דברי לעג אויף תורתינו הקדושה, דארף ער דאס באריכטען פאר די מנהלים.
מאנטאג יולי 08, 2013 7:48 pm#131591
10952 האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:שרגא !!!!!!!

:like :like :like :like :like :like :like :like


וגם אני בחלומי, שפתים יושק!

איך האב מיין ק"ש קאנטע געעפענט ערשט א טאג-צוויי צוריק, אלעס צוליב דעם אשכול וואס האט מיר אזוי אינטערעסירט. איך האב ניטאמאל געוואוסט אז דער געהענגל טרויבען וועט פעטער ווערן מיט אזא זאפטיגע ארטיקל דורך @שרגא.

פארוואס דארפט איר, מר. 5953529221 א באזונדערע ניק פאר דעם אשכול?
מאנטאג יולי 08, 2013 7:48 pm#131593
טייערע אידן! א שאד זיך צו טענה'ן.

די קשיות און די נסיונות זענען גרויס, און ווייניג קענען קלאר אפענטפערן. אבער חז"ל האבן דאס שוין טויזענטער יארן צוריק פאראויסגעזאגט, אז בעפאר ביאת המשיח וועט זיין שווער זיך צו האלטן מיט די אמונה שלימה און עס וועט זיין אסאך נסיונות דערין. איך פארשטיי אויך נישט אלעס, אבער איך בין זיך מחזק אז גדולי וטובים ממני האבן בעסער געוואוסט און זיי האבן יא געהאט ענטפערס פאר די קשיות. א שאד זיך צו פארפאטשקען די וועלט און יענע וועלט נאר ווייל מען מיינט מען לעבט בספק, אויף יענע זייט וואנט איז אויך נישט אלעס אזוי פארשטענדליך, און מיר אלע ווייסן עס.

חז"ל האבן אויף אונז מכוון געווען! לאמיר זיך מחזק זיין די לעצטע צייט, משיח איז אראונד די קארנער, יעדער זאל תשובה טאן בעוד מועד, און אנהייבן גלייבן אמונת אומן אין וועמען אונזערע טאטעס און זיידעס און רבי'ס וחכמים האבן געגלייבט אן קיין קשיות, נאר וויסן אז הוא עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, ובמופלא ממך אל תדרוש, אז אשריך בעוה"ז ובעוה"ב.
מאנטאג יולי 08, 2013 7:49 pm#131594
מאראנצןזאפט

איך וויל נאר מסביר זיין איין נקודה. ווי רוב פארשטיין דא, איז די שאלה נישט צו די תורה"'ק איז ווילד פרעמד ווי א מארמאנישער רעליגע אדער נישט, אדער צו דאס איז די אמת אדער נישט. עכ"פ נישט ארום דעם דינגט מען זיך. די שמועס דא איז וועגן יודען, אחינו בשרינו, חברים מיט וועלעכע מיר זענען געגאנגען צוזאמען אין חדר, צוזאמען זיך געשאקלט ביים רבי'ן'ס טיש, די וואס מרופט מיט אזא שם המכונה "או טי די", זיי זענען נישט עפעס א ווילדע סעקטע וואס האט זיך ארויסגעשפראצט פון ערגעץ, דאס זענען א חלק פון אונז, וואס שעירען מיט אונז אלעס.

אויב איך האב אביסעל א מענטשליכע פילינג פאר אנדערע מענטשען, ובפרט פאר אזעלע וואס זענען ממש שייך צו מיין קהילה, מיין קרייז, מיין קלאס, וואס פאר דעם דארף מען נישט זיין עפעס אן עקסטער גרויסע הומעניטיריען, פשוט עס זאל זיין אביסעל מענשטליכע פילינג פאר א חבר, זעה איך נישט וויאזוי דסא זאל ארבעטן אז ברגע וואס איינער איז מכריז אויף זיך די מסוגל'דיגע ראשית תיבות OTD ווערט פליצלינג אלעס אויס, פליצלינג איז ער א פרעמדער ביי זיינע אייגענע ברודער, פליצלינג זאל מען אויף עם מכריז זיין אזוי אז ער האט נישט קיין חלק אין אונז און ער פארעקלט אונז די לופט פאר דער איין סיבה וואס ער גלייבט נישט אין וואס זיי גלייבען. יא, עס איז א טראגעדיע ווען איינער פארלירט זיין אמונה און זיין שמירת התורה והמצוות, אבער אויך וויפיל מיר קוקען דאס אן א טראגעדיע דארף דאס אונז נאר שטערקער מעורר זיין ברודערליכע געפילען כלפי אזעלכע וואס דאס איז געשעהן צו זיי.

פון מיין- אפשר קליינקעפיגע- בליק, איז נישט דא קיין ערגערע זאך וואס א מענטש קען הערן ווי דאס אז פליצלינג איז ער שוין אזא שרעקליכע זאך מטאר אפילו נישט רעדן פון עם, פלילצינג איז ער עפעס א חפץ טמא וואס מדארף מבער זיין און זיך מאכען כאילו ער עקזעסטירט נישט. און אז איך טראכט אויף איינער נישט אלץ עפעס א ראשי תיבות נאר אלץ א ברודער, א חבר, א אבר פון מיר, זעה איך נישט ווי עס קען ארויסקומען אזא מין טענה אז עס פאסט נישט אפילו צו רעדן פון עם און וואס גייט עם אריבער.

עס איז פארשטענדליך אז א מאמין האט נישט ליב צו הערן כאילו עס איז דא א צד אז דער כופר איז גאר גערעכט, און איך מיין מען דארף דא זייער קלאר מאכען, די שמועס איבער או טיד די איז איבערהויפט נישט קיין שמועס איבער די גערעכטיגקייט פון רעליגיע אדער פון די חרדישע געזעהלשאפט. וועגן דעם זענען פאראהן אנדערע אשכולות ווי מהאט צונומען די נקודות אסאך קלארער און בעסער. די גערעדע דא איז פון איין זאך. פון מענטשען. פון היימישע חסידישע יונגעלייט און מיידלעך, וואס מסיבתם הם האבען מחליט געווען אפצולאזען דער דרך החיים לטובת א צווייטער . די ווייניגסטע וואס מיר קענען טוהן איז אויסהערן, נישט זיי קורא זיין בשם חדש און שלום על ישראל, נאר הערן די מענשליכע געשיכטע, וואס איז א חלק פון אונזער געשיכטע, מיר קענען זיך נישט מתעלם זיין פון דעם וואס זייער געשיכטע איז א חלק פון אונזער געשיכטע. דאס איז אונז, א חלק פון אונז, אחינו בשרינו. בני איש אחד אנחנו.

לאמיר נישט לאזן די- פארשטענדליכע- צורך אונזערע מצדיק זיין אונזער אמונה און לעבנסשטייגער, כל חד לפום שיעורא דיליה, אונז בלינד מאכען כלפי די פשוטע מענטשליכע מציאות דא. לאמיר נישט לאזען אונזער פרעזענליכע צרכים צו זיין גערעכט און נישט ארויסקומען לאזער גורם זיין מיר זאלן וועגן דעם מפקיר זיין אונזערע ברודערס און שוועסטערס. יא, די נעמען וואס דו האסט אויסגערעכנט, זיי זענען נישט עפעס מאנסטערס, זיי זענען אונז, א חלק פון אונז.

איך רעד נישט דא פון טוישען אונזער סיסטעם לכבוד די טענות, אדער אנדערע ענינים מענינים שונים וואס פאר יעדער איינע פון זיי האט מען שוין מקדיש געווען אשכולות מאשכולות שונים. נאר פשוט די מענטשליכע געשריי. לאמיר נישט אוועקווארפען און הרגנ'ען א חלק פון אונז.

דאס איז אלץ בנפרד פון די משונה'דיגע עוולה וואס גייט דא פאר, במקרה הזה ובעוד מקרים אחרים, וואס מענטשען האבען נישט קיין פראבלעם אוועקכאפן עלטערן פון קינדער פאר קליינקעפיגע סיבות. ווען מען קען דען מתקן זיין די עוולה אליינס איז כדאי וועגן דעם די ערגסטע דיבורים און יא, זיך שמוציג מאכן די הענט אביסעל. נישט אלעס דארף זיין באקוועם. עס זענען דאס זאכען וואס זענען חשוב'ער ווי באקוועמליכקייט.
מאנטאג יולי 08, 2013 8:28 pm#131600
מורינו הרב האט געשריבן:
שלום דין האט געשריבן: (ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע".


שקר.


איך גלייך זייער נישט דעם הכחשה... נאך א גאנצע רייע באשולדיגונגען האסטו ארויסגעקליבן איין שורה און נאר דאס האלטסטו איז שקר?... זעמיר דאך אויף צרות.
נאר באמת, דארף מען אליין פארשטיין אז נאכדעם וואס איינער קומט מיט אזא לאנגע רייע פון עבירות, איז צום ערווארטן אז מען האט אריינגעבלענדט אויך אביסל זאלץ און צוקער צו באפעפערן דעם ענין. די קלאגע ליינט זיך פשוט שענער.
נאר לאמיר א רגע זיך אפגעבן מיט יענעם זאץ אליין:
דאס אז אטלאנטיק-סיטי און מאנהעטטענער סטריפ-קלאבס און די ראקעוועי ביטשעס זענען אנגעפילט מיט חרד'ישע אידן (וועלכע רעדן זיך נאך איין ווי טיפשים אז מיט באהאלטן די פיאות אונטער די בעיס-באל קעפס דערקענט מען נישט דעם בארא-פארקער צו וו"ב-ער אפשטאם) איז א דבר ידוע פאר יעדן גוי אין דעם גאנצן טריי-סטעיט געגנד. דאס אז די זונות איבער דעם גאנצן געגנט גיבן אן אז זייערע קליענטן זענען פראפארציאנאל א ריזיגן חלק חרד'ישע אידן, איז אויכט א זאך וואס יעדער ווייסט. דאס אז אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל (ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע". דאס אז יעדער איינציגע 'היפסטער' גוי'טע אויפ'ן גאס קען פארציילן פון אייגענע פאסירונגען ווי חסיד'ישע מענער האבן זיי פרובירט מפתה צו זיין, איז מעשים בכל יום אין יעדן באר און קלאב אין צפון וויליאמסבורג.

קודם וואלט איך נישט ערווארטעט פון איינעם מיט אן אפענעם קאפ צו סטערעאטיפן א גאנצע געזעלשאפט. נאר איך פארשטיי אז ער האט פשוט געוואלט צוריקשלאגן א צווייטנס באשולדיגונג אויף זייער גרופע. צווייטנס גלייב איך נישט אז סיי ווער האט שוין געהערט פון מער ווי לאמיר זאגן צען-צוואנציג זונות. נו, וואספארא פיצעלער נומער איז דאס קעגן אזא הערליך-ריזיגן מספר חרדישע ברוקלינער אידן? כ'מיין דאס אז חרדים זענען אויך צוזאמגעשטעלט פון מענטשליכן רעסעפי לייקנט קיינער נישט, איז אוודאי פאראן א פראעצנט שקצים ואוס קענען זיך נישט גובר זיין דעם ריזיגן יצר.

און די ווערטער "יעדער איינציגע 'היפסטער' גוי'טע אויפ'ן גאס קען פארציילן פון אייגענע פאסירונגען ווי חסיד'ישע מענער האבן זיי פרובירט מפתה צו זיין", שרייט ווידער אליין ארויס די ראדיקאלקייט פון דעם סטעיטמענט. יא, מען האט שוין זיכער געהערט עטליכע שיינע מעשיות, און זיכער זענען דא, ווי אין יעדן קולטור, גרויסע בהמות אן קיין שום מענטשליכקייט, און ביי אונז קומט צו די פראבלעם פון נישט וויסן די סדר העולם און ווען און וויאזוי עס איז יא נארמאל און ווען און וויאזוי נישט. אבער צו ארויפשליידערן דעם נאסן ליילעך ווי גלייך יעדער חרדישער איד ווערט אפגעפסלט וועגן אפשר 0.1 פון א קהלה, איז היפש אבסורד.

און צו ארויסציען פון די אלע זאכן א מסקנא אז חרדים זענען אויף דעם זעלבן לעוול אין דעם ענין, אדער אנדערע תאוות, איז א שקר גמור. וויל דען איינער לייקענען אז צווישן חרדישע אידן וועלן לאמיר זאגן 85 פראצענט (פיין, רוק ארום דעם נומער אביסל ארויף אדער אראפ) זיך איינהאלטן מיט אלע כוחות און נישט וועלן עובר זיין , בשעת פון די אוועקגעפאלענע איז דאס א גיווען און יעדער זוכט כסדר געלעגנהייטן?

אגב, די ווערטער "וועלכע רעדן זיך נאך איין ווי טיפשים אז מיט באהאלטן די פיאות אונטער די בעיס-באל קעפס דערקענט מען נישט דעם בארא-פארקער צו וו"ב-ער אפשטאם" דערמאנט מיך פון די שנאה וואס איך האב שוין געהערט פון די אפגעפארענע וועלכע שעלטן ווען זיי זעען א חסידישן איד ערגעץ אין די מרחקים אדער למשל אין אטלאנטיק סיטי. איי געס אז אין א געוויסן זין באדערט אים אז יענער פרובירט אנכאפן דעם שטעקן פון ביידע זייטן, ער בלייבט אין חרדישן לעבנסשטייגער אבער גלייכצייטיג "מאכט ער א לעבן".
אבער למעשה דער זעלבער טענה'ער כאפט אויך אן דעם שטעקן פון ביידע זייטן, ווייל פון איין זייט טענה'ט ער "ענק זענען אזוי פארמאכט און צוגעבינדן און קענען נישט אינזשויען לייף", פון די אנדערע זייט שעלט ער ווען ער זעט איינער וויל טאקע יא זיך אביסל לופטערן און אינדזשויען לייף (און גלייכצייטיג נישט איבערלאזן דאס ווייב און קינדער).
מאנטאג יולי 08, 2013 8:36 pm#131604
קאווע טרינקער האט געשריבן:@שרגא וואלט געדארפט צוטיילן זיין תגובה אויף צוויי.
אויף א גרויס חלק קומט זיך א לייק. אבער אויף די חלק אז דארט איז פונקט אזוי שווער צו זיין פרייליך, בין איך מטיל ספק.


מען האט נישט די דאגות פון דא, סאו די זאכן וואס באדערן יעצט וועלן אוועקפאלן. אבער דארט אין יענעם סארט לעבן קומען צו פונקט אזוי א גאנצע רייע אנדערע פראכלעמען און עס פאלן אוועק אנדערע גוטע חלקים וואס אונזער לעבנסשטייגער שטעלט צו (ווי איך מיין כ'האב שוין אמאל אביסל ערגעץ אויסגעשמועסט דא אין שטיבל)
מאנטאג יולי 08, 2013 9:07 pm#131612
ATUB @שרגא ATUB : מיין ארגומענט איז בכלל נישט געווען אז חסידים זענען אלע אדער אפילו רוב אדער אפילו א גרויסן פראצענט בעלי תאווה און דרייען זיך אלע אויף מקומות מטונפים. נאר אז מ'זעט זיי אן בחוש אין די פלעצער (ווי א קליינער פראצענט עס זאל נישט זיין), ממילא קען קיינער נישט זאגן אז ס'געפונען זיך נישט קיין בעלי תאווה צווישן חסידים, און אז או-די-דיס זענען די וואס עס פעלט א כח המעצר. ס'דא וואס טענה'ן אז זיי געפונען זיך פראצענטיאל מער פון אנדערע, צוליב דעם וואס זייער לעבנסשטייגער איז מער רעסטריקטעד, ממילא שטופט זיך עס ערגעץ ארויס, ווייל א גוי צו א פרייער האט אנדערע פלעצער פאר די תאווות. די זונות און סטריפערס עכ"פ טענה'ן אזוי -- ס'שוין געווען באשריבן עטליכע מאל. דאס מיינט נישט אז מ'קומט באשולדיגן א גאנצע געמיינדע אידן. דאס מיינט נישט מער ווי אויף אנצוווייזן אז חסידים זענען פונקט ווי יעדן.

איך האב געמיינט אז דאס איז א דבר פשוט, אבער זעט אויס אז נישט יעדער האט פארשטאנען.

דרך אגב, איך ווייס נישט ווי עס נעמט זיך דא די סענסיטיווקייט. אויף או-טי-דיס איז מען פארנומען מיט באשמוצן אן קיין שום גרעניץ, נישט נאר אויף א כלל נאר אויך אויף יחידים וועמען מ'איז פורט בשמם ואין פוצה פה ומצפצף. פלוצלינג ווערט געזאגט אפאר ווערטער, נישט אויף צו קריטיקירן נאר אויף אנצוווענדן קריטיק וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף או-טי-דיס, און פלוצלינג הייבט זיך אן א רעש און א געטומל און מען פארנעמט עס ממש נישט. ווי איינער האט געזאגט אמאל דא (דאכט זיך ATUB @יואליש ATUB ): אז ס'איז נישט קיין שיר השירים מיינט נאכנישט אז ס'איז אן איכה.

אז מ'רעדט שוין: פאר די וואס רעדן זיך אפ אז מ'רעדט דא צופיל פון דעם גאנצן או-טי-די ענין, איך קען גראדע פארשטיין אז ס'איז אומאנגענעם. גיט א קוק וויפיל האבן זיך בעלעקט (און באלייקט) שרגא'ס תגובה, כאילו דער עולם לעכצט נאך עפעס א גוטן פארטיידיגונג נאך די אלע אטאקעס פון די או-טי-דיס, עפעס וואס זאל קענען צוריקשמייסן פאר די מחריביך ומהרסיך. גראדע האלט איך אז שרגא האט געשריבן דברים של טעם אויף געוויסע ערטער (איך האב געוואלט מגיב זיין באריכות, כ'האב אבער נישט געהאט קיין צייט דערווייל). טראכטס אבער אריין, אויב מען שפירט זיך אזוי פארקלעמט פון אפאר איינצעלנע וואס שטעלן אהער אן אנדערן צד, אויב וועט מען פארטרייבן און שטיל מאכן, ווי שטארק ווייזט דאס אן אויף א ציבור'ישע שוואכקייט אין וויאזוי זיך צו באנעמען מיט די ענינים. ס'איז אפשר נישט מיין פלאץ זיך אנצורופן; אין א געוויסע זין בין איך אפשר א גאסט און נישט קיין תושב און ממילא קומט אפשר צו רעספעקטירן דעם רוב'ס געפילן און אוועקשטיין פון הייקעלע ענינים. אויב פארטרייבט מען אבער די מיינונגען וואס זענען אומאנגענעם איז עס אבער סוף כל סוף אייער אייגענער פארלוסט מער פון אלעמען. אז מען וויל נישט הערן, קען איך פארשטיין. אבער מיט דעם מוז מען אויך מכיר זיין אז מען פארמאכט זיך בידים די אויערן פון א קעגנזייטיגע מיינונג, און קיין אמת קען פון דעם נישט ארויסקומען.
מאנטאג יולי 08, 2013 9:16 pm#131614
שרגא האט באוויזען צו טיען וואס אנדערע האבן פראבירט אבער עס איז זיי נישט געלונגען, ער האט אראפגענימען דעם פאלטשן שלייער אינטער וואס אט"ד באהאלטן זיך, כאילו זיי זענענן מוח מענטשן, און עס קימט א געוויסע סארט ארקענוג ווייל ווי נישט ווי זענענן זיי טראכטער און זיי טיען וואס זיי טיען מכח מחשבה,

דאס האט ער - לדעתי - אויפגעוויזען און אראפגעשטעלט אז די מערסטע מיט וואס זיי קענענן זיך אויפטיען אז זיי זענענן גרעסערע בעלי תאווה וויא צווייטער און האבן א קלענערע כח המעצר.
מאנטאג יולי 08, 2013 9:33 pm#131617
שרגא האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:@שרגא וואלט געדארפט צוטיילן זיין תגובה אויף צוויי.
אויף א גרויס חלק קומט זיך א לייק. אבער אויף די חלק אז דארט איז פונקט אזוי שווער צו זיין פרייליך, בין איך מטיל ספק.


מען האט נישט די דאגות פון דא, סאו די זאכן וואס באדערן יעצט וועלן אוועקפאלן. אבער דארט אין יענעם סארט לעבן קומען צו פונקט אזוי א גאנצע רייע אנדערע פראכלעמען און עס פאלן אוועק אנדערע גוטע חלקים וואס אונזער לעבנסשטייגער שטעלט צו (ווי איך מיין כ'האב שוין אמאל אביסל ערגעץ אויסגעשמועסט דא אין שטיבל)


למשל?
דארט איז שכר לימוד מער טייער? זיי צאלן נישט נישט שכר לימוד פאר 14 קינדער.
ביי אונז איז דא סעקשאן 8? זיי קענען וואוינען וואו זיי ווילן, דארט ווי ס'איז ביליג.
קיופאנס פאר כפרות?
קליידער זענען סאך ביליגער ביי זיי.

און בכלל, ס'כדאי איבערצוחזר'ן (שוין ערגעץ געשריבן דא, כ'האב נישט קיין געדולד צו זוכן יעצט) א יסוד גדול.
ווען א מענטש איז נישט צופרידען מיט א זאך וואס ער האט אליינס אויף זיך געברענגט (א ווייב, א הויז, א ביזנעס, א מהלך החיים), פראבירט ער זיך צו מסדר זיין, אז ס'זאל יא קלאפן. ער וועט פארלייגן כוחות און צייט אויסצוגראדן אז די זאך זאל ווייטער פארן. סיי ווייל ער וויל נישט שפירען אז "ער" איז א דורכפאל, ממילא האט ער א טרייבקראפט וואס שטיפט אים צו מאכן דאס בעסטע דערפון. און סיי ווייל דאס איז באמת די ריכטיגע וועג צו טוהן. נישט צו אנטלויפן פון פראבלעמען, נאר צו זיי אויסבייגן צוריק אויף גראד. אויב ס'מעגליך.

משא"כ ווען מ'לעבט אין א בחינה פון "בספר נכתבים כל מעשיך", אלעס וואס דו דארפסט טוהן איז שוין פון פאראויס פארשריבן דורך דעם סיסטעם הכללי (הקללי), איז ווען ס'מאכט זיך א פראבלעם, ביסט נישט צופרידען מיט דיין מצב אין וואס אנדערע האבן דיר אריינגעשטעלט, איז אסאך שווערער צו משכנע זיין דעם געליטענער צו זיך ספראווענען מיט די פראבלעם וואס ער האט בכלל נישט אנגעדרייט. ממילא, אנשטאט גייען און זיך מוטשנען פיקסען יענעמ'ס פראבלעמען, וואס איז נישט אפילו זיכער אז ס'שייך צו פיקסען, ווערט דער מענטש מער אנגעגעסען אויף די סיסטעם וואס איז באמת שולדיג.

יעצט ווען דו ברענגסט א ראיה אז גוים מוטשענען זיך אויך מיט פראבלעמען, איז דאס נישט קיין צוזאמשטעל. זיי מוטשענען זיך אויף פראבלעמען וואס זיי אליינס האבן אנגעדרייט (גע'cheat אויף א חברתה; צוגעזאגט צופיל געלט פאר א חברתה; נישט געקומען צו פארטי; זיך פארעדט שיכור'ערהייט), אין אזא פאל פראבירט דער מענשט זיך אן עצה צו געבן, כדי נישט צו פילען שולדיג. און אז דער מענטש ווייסט אז ס'זיין פראבלעם, דאן איז דאס גרינגער צו דערהייבן.
מאנטאג יולי 08, 2013 9:40 pm#131621
שלום (אין אלע דריי אופנים),
גוט אז דו קלארסט אויס דיינע רייד, נאר זעט אויס דער עולם האט זיך ממש דערשראקן אז אלס OTD ווייסטו עפעס גרויסע סודות וועגן אונז און באמת זענען מיר אלע מושחתים.
אויף דיינע לעצטע ווערטער "דאס מיינט נישט מער ווי אויף אנצוווייזן אז חסידים זענען פונקט ווי יעדן." וואלט איך נאך גראדע ארגומענטירט אז מיר זענען 'נישט' ווי יעדן. צווישן חרדישע אידן זענען בלי שום ספק פארהאן א פיל פיל קלענערע פראצענט וואס גייען ארויס מיט פרעמדע פרויען. איך מיין וועסט אויך מודה זיין אז אויב ביים אלגעמיינעם אמעריקאנער פאלק איז די ראטע פון פארהייראטע מענער און פרויען וואס טשידן 50 פראצענט, איז די נומער ביי אונז אפשר צען פראצענט, און כ'וואלט געזאגט פרויען ניטאמאל צוויי פראצענט. קענסט טענה'ן אויף די נומערן אבער זיכער אסאך אסאך נידריגער ווי ביים אלגעמיינעם פאלק.

די סענסיטיווקייט דארפסטו אליין פארשטיין. כ'מיין קומסט דאך פון אונזער חדר און שכל האסטו, דארף מען דיר דען דאס מסביר זיין? כ'מיין דארפסט ענדערש זיין שאקירט אז מען פירט בכלל א שקלא וטריא מיט דיר (זאג דעם אמת: האסט נישט געקלערט מ'וועט דיר חוסם זיין באלד נאך דעם ערשטן תגובה וואס שרייבסט מיט דיין נאמען?)
מאנטאג יולי 08, 2013 9:49 pm#131623
און אז מ'רעדט שוין, לאמיך ענטפערן פאר דעם וואס פרעגט מיך אין אישי צי מען דארף זיין OTD צו נעמען דראגס. איך ווייס נישט פארוואס ער פרעגט מיך, אבער לאמיך דיר זאגן וואס איך האלט. עס איז בערך ווי די פריערדיגע נושא פון תאוות.
יא, אין די לעצטע יארן איז [ליידער] געווארן זייער אריינגעכאפט דער ענין פון דראגס אויך צווישן היימישע מענטשן. אבער ווען איך זאג "זייער", מיינט דאס רעלאטיוו צו 20 יאר צוריק ווען די פראצענט איז מסתמא געווען כמעט נישט עקזיסטירנד. די נומערן ווייס איך נישט ווייל קיינער אדווערטייזט נישט, אבער איך ווייס גענוג צו שאצן אז עס איז מער ווי עס דארף זיין.
אבער ווייטער איז די פראצענט קלאר כרחוק מזרח ממערב פון די אלגעמיינע גאס, און מן הסתם איז עס נאך העכער ביי די OTD חברה, וואס זענען אפט מער עלול זיך צו נעמען דערצו צוליב פארשידענע פארשטענדליכע סיבות.
און אפילו צווישן די דראג-נעמער אליין איז דא א ריזיגער חיילוק פון היימישע ביז די אלגעמיינע גאס און OTD. ווייל ביי אונז איז עס בעיקר רייכערן מאריוואנא און אפשר נעמען טאבלעטן, אבער ביי דעם שטעלט זיך עס אפ (מען האט דאך א ווייב און קינדער און די אנדערע זענען פשוט כמעט נישט מעגליך צו באהאלטן די סימפטאמען אויב מ'ווערט צוגעבינדן), ווידער ביי די אנדערע איז דא א גרעסערע פראצענט וואס טוען אלע אנדערע משוגענע און מסוכנ'דיגע דראגס.
א יאר צוריק האב איך אליין מיטגעהאלטן אן OTD וואס האט זיך אביסל געסעטלט דאס לעבן און האט זיך געטראפן מיט ציין וואס איז שרעקעדיג צו קוקן דערויף, א ריזיגע חלק איז ממש שווארץ און די איבריגע פעלט. אלעס פון שמעקן די ווייסע שטויב. עס דארף אים קאסטן צענדליגער טויזנטערס דאס צו פאררעכטן. באמת א רחמנות אויף דעם [סעמי-אומ]שולדיגן שעפעלע.
סאו איך האף פארשטייסט דעם חילוק.
מאנטאג יולי 08, 2013 9:58 pm#131626
@שרגא

"דאס גליק איז נישט דוקא דא - און זיכער נישט דוקא דארט. עס איז אין דעם מענטש."

The Right Kind of People

By: Edwin Markham

Gone the city, gone the day,
Yet still the story and the meaning stay:
Once where a prophet in the palm shade based,
A traveler chanced at noon to rest his mules.
“What sort of people may they be,” he asked,
“in this proud city on the plains o’erspread?”
“Well, friend, what sort of people whence you came?”
“What sort?” the packman scowled; “why, knaves and fools!”
“You’ll find the people here the same,” the wise man said.
Another stranger in the dusk drew near,
And pausing, cried, “What sort of people here
in your bright city where yon towers arise?”
“Well, friend, what sort of people whence you came?”
“What sort?” the pilgrim smiled, “Good, true, and wise.”
“You’ll find the people here the same,” the wise man said.
מאנטאג יולי 08, 2013 10:24 pm#131636
לעיקוואד, דברים ערבים ומתוקים לחיך און ישר כוח פאר דיין הודאה צו מיר אין אישי אז דער שמועס טראגט נישט די צורה עס ואלט ווען געדארפט און אז קאווע באקומט א צווייטע פנים מיט די סארטן נושאים און שמועסן.
מאנטאג יולי 08, 2013 11:27 pm#131654
לעיקוואד, ס'איז א דבר פשוט אז א כופר און אפיקורס ווערט אויטאמאטיש פאראכטעט און אראפגעקוקט ביי אלע זיינע ארומיגע, סיי מדין התורה און סיי פשוט. קיין גענצליכע "משומדים" איז נישטא היינט, אבער א אטעאיסט איז דער עקווילאנט דערפון. פונקט ווי איך גלייב אז דו פארשטייסט אז איינער זאל זיך גיין שמד'ן חלילה, וועלן זיינע אלע ארומיגע תיכף אפהאקן מיט אים מיט א עקל, אפשר זיך זעצן שבעה און מער נישט דערמאנען זיין נאמען.

אזא איינער האט פארברענט אלע בריקן מיט זיין עבר, און ס'איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז קיינער קוקט מער נישט אויף זיין זייט, ער איז ווי א פרעמדער געוויקס וואס זיינע עלטערן זענען זיך מצער יעדע רגע פארן אים געבוירן. (דער אייבישטער זאל אפהיטן, אבער אויב חלילה וחלילה אזא ערשיינונג זאל זיך מער פארשפרייטן, קען עס מאכן טאקע א טויש אין דעם אינסטינקטיוון געפיל, אבער לעת עתה איז דאס דער מציאות, דער אייבישטער זאל העלפן ס'זאל ווייטער אויך אנהאלטן).

לעומת זה, סתם א רעגולערער באם פון אמאל, אפילו ער ווערט נכשל מיט עבירות לתיאבון, און אפילו גראבע, איז דאך לא כפר בעיקר - לא הוציא עצמו מן הכלל, ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, וועט דער צוגאנג טאקע זיין אינגאנצן אנדערש.
מאנטאג יולי 08, 2013 11:49 pm#131661
הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט, תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי
דינסטאג יולי 09, 2013 12:01 am#131670
קאווע טרינקער האט געשריבן:
10952 האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:שרגא !!!!!!!

:like :like :like :like :like :like :like :like


וגם אני בחלומי, שפתים יושק!

איך האב מיין ק"ש קאנטע געעפענט ערשט א טאג-צוויי צוריק, אלעס צוליב דעם אשכול וואס האט מיר אזוי אינטערעסירט. איך האב ניטאמאל געוואוסט אז דער געהענגל טרויבען וועט פעטער ווערן מיט אזא זאפטיגע ארטיקל דורך @שרגא.

פארוואס דארפט איר, מר. 5953529221 א באזונדערע ניק פאר דעם אשכול?


איך האב פשוט נישט געהאט קיין קאנטע דא בכלל, אבער איך פלעג לייענען אביסל דא דארט. ליינענדיג דעם אשכול האב איך באשלאסן 'עד כאן. איך עפן זיך א קא"ש אקאונט...
דינסטאג יולי 09, 2013 12:31 am#131691
It seems that the otd problem is heavenly sent to us because we’ve gone too far. Once one in a family was a Chasid or Porush. But now that all communities live together, everybody must copy the other, there seems no end. And to top it we have no kehilla voting rights

Feel pity that they were chosen and hope they’ll come back when mission accomplished
דינסטאג יולי 09, 2013 4:29 am#131753
@דעת תורה
ניין, איך פארשטיי נישט אזוי. איך גיי זיך נישט יעצט דינגען מיט פרטי הלכות, איך און דו ווייסען אז מיט אביסעל לערנען מעיין זיין און מפלפל זיין קען מען גאנץ גרינג ווייזען אז די הלכות פון 'כופרים' און 'משומדים' פון וואס איר רעדט זענען נישט רעלעווענט דא, אבער דאס איז אן עקסטערע הלכה'דיגער שמועס און איך רעד נישט דערפון דא. נאר פון די פראסטע פשוטע מענטשליכע געפיל. דאס וואס דו שרייבסט איז בכלל נישט א דבר פשוט עס איז פונקט פארקערט פון א דבר פשוט. דבר פשוט איז פארקערט. אז אזא איינער פון וועם מיר רעדן דא איז א חלק פון אונז און בלייבט א חלק פון אונז. ווער עס איז טאקע אזא 'צדיק' און האט זיך אינגאנצען מצליח געווען אויסצורייסען פון זיך יעדער מענטשליכער געפיל עס איז ביי עם פשוט מח שליט על הלב מיט עם דארף מען טאקע נאר רעדן הלכה'דיג ווייזען די צדדים וכו'. אבער איך בין אייך נישט חושד אויף אזוינע רשעות. איך גלייב אז אויך אין אייך ארבעטן נאך די פשוטע מענטשליכע געפילען. אלזא, שטעל זיך פאר מ'רעדט טאקע פון דיין ברודער, אדער פון דיין בעסטער חבר פון ישיבה, אדער בכלל איינער מיט וועם דו האסט אן אמתער גוטע קשר, וועסטו שוין זעהן אז דאס איז די פשוטע געפיל און מאראל.
דינסטאג יולי 09, 2013 11:05 am#131791
נעם עני משל. א משומד פארשטייסטו? א רוצח? אויב פארט מען אויף איראן זיך האלזן מיט אכמעדינעזשאד? פון עני משל איז דאס די נמשל.

פוינט איז, אז לכאורה האסטו אויך דיינע גדרים ביי וועלכע פאל דו וואלסט פארשטאנען א פלוצלונגדיגע גענצליכע התנכרות צו א בעסטן חבר, אויב נישט טאטאלע שנאה.

און לו יצוייר אז דו אלס פילאזאף און טראכטער, מענטשן ליבהאבער און איך ווייס וואס נאך, וואלסט טאקע נישט געהאט קיין שום מצב וואס דו וואלסט אזוי גע'עקט, פארשטייסטו אבער - אלס מענטשן קענער - אז 99.99 מענטשן זענען אנדערש, ווייל למעשה האבן זיי נישט יורד געווען צו אזא עמקות. אויב ווילסטו טוישן די אינסטינקט פון מענטשן דורך שכל, איז דא אסאך פלעצער ווי דו קענסט עס טאן. די פעלער זענען א חלק פונעם פעקעזש דיעל וואס הייסט מענטש.

בנוגע וויאזוי א היימישער חרדי'שער איד פילט אין באצוג צו אזא עקלדיגע זאך ווי כפירה, גלייב איך אז דו ביסט מסכים מיט מיר אז דו ביסט נישט אין א פאזיציע צו קענען דאס פילן. א סוער ארבעטער ווערט נישט אויס מענטש ביים דערפילן א סוער גערוך. ודו"ק.
דינסטאג יולי 09, 2013 11:29 am#131798
אין איין שורה:
לא כפירה הוא דחמירא להו לדעת תורה וחבריו, אלא שפיכות דמים הוא דקיל להו.
דינסטאג יולי 09, 2013 11:38 am#131800
דריי דיך נישט ארויס. ענטפער מיר: איז דא א פאל ווי דו וואלסט פונקט אזוי זיך אויפגעפירט?

לו יצוייר אז נישט, פארשטייסטו אבער אז דאס איז א טבעיות ביי כמעט אלע מענטשן, א אינסטינקטיווע רעאקציע אין געוויסע גאר עקסטרעמע פעלער?
דינסטאג יולי 09, 2013 11:43 am#131805
איך דריי מיך נישט ארויס, איך פראביר ארויסברענגען א פשוטער זאך.

אויב האסטו נאכנישט געכאפט, בין איך גראדע דא דער וואס רעדט פון פשוטע טבעית'דיגע אינסטיקטיווע געפילען, און דו קומסט דווקא בשם שטרענגע פילאסאפיעס און אמונות. די טבעית'דיגער געפיל פון א מענטש איז אז ער פילט מיט מיט זיינס א חבר א משפחה וכו', גראדע אפילו ווען ער איז א רוצח א נואף אדער א מאלעסטער, וכותלי האשכול הארוך ביותר בתולדות השטיבל יוכיחו. דו קומסט דא בשם אומ-מענטשליכע שיטות און אמונות און פסוקים און הלכות, און פארדעם האב איך דיר פאראפראזירט דאס וואס די גמרא קומט אויס ביי אזא סארט פאל ווען די 'אינסטינקטיווע' קנאות לדבר ה' ואמונתו איז גורם צו שפיכות דמים, אז די פראבלעם דא איז נישט די קנאות, די פראבלעם איז אז עס פעלט פשוטע מענטשליכקייט.
דינסטאג יולי 09, 2013 11:48 am#131808
אקעי, איך כאפ שוין ווי אונז זעמיר מחולק. דו האלטסט אז נישט נאר דו, נאר אלע אנדערע מענטשן וועלן קיינמאל קיינמאל קיינמאל יהיה מה שיהיה זיך נישט אזוי אויף פירן, בשום אופן, נאר א רעליגיע קען מאכן מענטשן אזוי עקטן. איך האלט גראדע אז אין פילע פעלער - נישט צופיל - וועט יעדער מענטש מעצם טבעו זיך אויפפירן אזוי.

גוט, לאמיר עס לאזן ביי דעם דעמאלט.
דינסטאג יולי 09, 2013 11:52 am#131809
איך האב אבער עמפירישע עווידענס פאר מיין פאזיציע. און איך האב דיר געטשעלענדזשט צו טראכטען כאילו אז מר'עדט דא טאקע פון דיין זוהן אדער בעסטער חבר. איך מיין וועסט מיר לפחות מודה זיין אז אויך לו יצוייר דו וועסט אפהאקען מיט דיין בעסטער חבר אויך אז ער ווערט ל"ע א כופר, וועט דאס נישט זיין פון 'אינסטינקט' נאר אדרבה מתוך התגברות און אזא אמונה שליט על הלב.

איך האלט גראדע נישט אז "רעליגיע" איז דאס וואס איז די פראבלעם איז דא. די פראבלעם איז די צומישעניש וואס מענטשען צומישען דא די -פארשטענדליכע- צורך מגין זיין אויף זייער אמונה און לעבנסשטייגער, און וויאזוי זיך מתייחס זיין צו איינער וואס איז בוחר אין א צווייטער וועג. מענטשען ווערן שטארק פארלוירען ווען זיי באגעגענען זיך מיט עפעס וואס שטעלט א פראגע צייכען איבער זייער סעקטע, זייער וועג, אדער זייער אמונה. און, ווי חכמי הנפש האבען אונז געלערנט, ווען איינער האט נישט קיין צופרידענשטעלנדע רוהיגער ענטפער, פראבירט ער מנצח זיין מיט כעס און אלימות. עס איז אבער, ווי שוין פריער געשריבען, פשוט א צומישעניש. דאס וואס איינער איז זיך מחליט צו גיין אויף אן אנדערע וועג איז זיין בחירה און זיין רעכט, עס מיינט נישט אז ער קומט יעצט אונז אונטערצוברענגען אדער עפעס. די גאנצע פחד וואס איז גורם צו די סארט התנהגות איז פשוט א צומישעניש.
דינסטאג יולי 09, 2013 12:01 pm#131812
דאס איז התינח אויב די זעלבע רעאקציע ווערט אפלייד צו א כופר בפרהסיא ווי צו סתם א בעל עבירה, א באם, צו א אפגעפארענער, איינער וואס ווערט א 'באדערענער"... (יארן צוריק איז דאס געווען אין סטייל). אבער לויט מיין אבזערוואציע איז די צוגאנג גענצליך אנדערש. פארט בין איך נישט גענוג באקאנט מיט אלע פעלער איך זאל קענען קובע זיין מסמרות.