Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • ווען Off The Derech גייט Off Track

קאווע שטיבל • ווען Off The Derech גייט Off Track

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 נאך געראטעוועטע פאסטס · לייענען די צוגעלייגטע הודעות · קוואלן און אריגינעלע דאטעס
144 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 309 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4150
זונטאג יולי 14, 2013 1:43 pm#133358
שלום דין האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:איך האב נישט דא דעם לינק אןיפן סעקונדע...


אפשר ווייל עס עקזיסטירט נישט?

איך בין א באערד מעמבער אין פוטסטעפס, און כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון די נומבערס וואס דו שרייבסט דא.[/quote

איך געדענק גאנץ קלאר. איך בין דא אין קאנטרי אויף א כשר'ן סעל פאן שווער צו זוכן אי"ה מארגן.
זונטאג יולי 14, 2013 1:46 pm#133362
בקיצור א מעשה.
איז פארהאנען א זאכליכע סיבה פארוואס צו בלייבן דא?
זונטאג יולי 14, 2013 1:50 pm#133364
קאווע טרינקער האט געשריבן:בקיצור א מעשה.
איז פארהאנען א זאכליכע סיבה פארוואס צו בלייבן דא?


פארגעס נישט פון אונז אויפן אנדערע זייט... ;)
זונטאג יולי 14, 2013 2:02 pm#133370
בן תמליון האט געשריבן:איך געדענק גאנץ קלאר. איך בין דא אין קאנטרי אויף א כשר'ן סעל פאן שווער צו זוכן אי"ה מארגן.


נו גוט.

ווי לאנג דו זוכסט, גיב אויך צו ערקלערן אין איינוועגס וויאזוי פונקטליך דאס איז "שרעקליך פאלש און פארפירענד," ווי דו רופסט עס, און אויך וויאזוי דו האלטסט אז די פונקטליכע צאל נומערן פון פוטסטעפס מעמבערס בפרט ווי אויך או-טי-דיס בכלל כאפן א גרויס נפק"מ אויף דעם גאנצן ענין. איך האב אנגעגעבן נומערן ווייל ATUB @דעת תורה ATUB האט געפרעגט, איך האלט אבער אז אמת'ע נומערן זענען זייער שווער צו וויסן, און אויך אז זיי פארציילן ווייניג אויף דעם גאנצן ענין. יעדער עהרליכער איד שרייט דאך אז עז טוט זיך אפ חורבנות, ס'פאלן אוועק קרבנות פון אלע זייטן, צוליב דעם אינטערנעט, בלאגס, וכו'. ס'איז הכל מודים אז עס טוט זיך עפעס אפ היינט וואס איז נישט געווען פאר צען יאר צוריק.

(קען זיין ווייל אין סאטמאר איז מען אזויפיל פארנומען מיט נומערן מיינסטו עס מאכט אויס. מיר, למשל, גייט גאנץ ווייניג אן צו סאמאר ברענגט צען טויזנט צו הונדערט טויזנט אויף א פראטעסט. ווי אויך, למשל, ווער עס פארמאגט מער חסידים, מוהר"א צו מוהרי"י, צו אנדערע אזעלכע דעטאלן וועלכע א נומער ארויף צו א נומער אראפ ערפילט אפשר איינעם'ס נייגער, אבער איז גאנץ א קנאפער נפק"מ אויף למעשה.)
זונטאג יולי 14, 2013 2:07 pm#133372
berlbalaguleh האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:היינט איז טאקע מעגליך צו ווערן א דאקטער אדער לאיער און בלייבן אן ערליכער איד. אבער אמאל (50-60 יאר צוריק) איז עס געווען אן אוממעגליכקייט.


איך געדענק דאקטורים נאך פין פארן קריג וואס זענען געווען פרום אין ערליך, סיי אמעריקאנער אין סיי וואס האבן נאך שטאדירט אין יאראפ,

ס'איז אבער געוועין אחד בעיר ושנים במשפחה.

אפשר אין די מדינות וואו ווען איינער איז געגאנגען קאלעדזש האט די משפחה געריסן קריעה, אבער אין די מדינות וואו תורה ומדע איז געווען אנגענומען, זענען געווען אסאך פראפעסיאנאלן, לויערס, פראפעסארן, און דאקטוירים יראים ושלמים, געווען אפילו רבנים וואס דורכן טאג זענען זיי געווען דאקטוירים אדער פראפעסארן אין קאלעדזש, און ביינאכט האבן זיי פארגעלערענט דעם דף היומי שיעור און געפסקנט שאלות.
זונטאג יולי 14, 2013 2:21 pm#133384
ATUB @שלום דין ATUB , כ'ווייס נישט ווער ס'האט אייך אייגערעדט אז איר זענט אראפ פון וועג... איר זענט דא מיטן גאנצען קנאק...
זונטאג יולי 14, 2013 2:24 pm#133386
ATUB @שלום דין ATUB

האסטו מסביר געווען די סיבות וואס פירן נישט עמיצן אוועקצואווארפן די משפחה און לבוש. האסט אויך אויסגערעכנט עטליכע פאקטארן וואס שפילן יא א ראלע אין מאכן אזא החלטה. איך מיין אבער אז דו האסט נישט מסביר געווען די טיפיש-געווענליכע סיבה. דו דערמאנסט יא אז "פסיכאלאגיע" שפילט א ראלע. אבער וואס מיינסטו דערמיט: א פסיכישע פראבלעם -- פון דעם מין וואס ווערט געווענליך באהאנדלט דורך א פסיכאלאג אדער פסיכאטאר? ס'איז מעגליך (יתכן אז דאס האסטו געהאט אין זינען) אז דו מיינסט פשוט די פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער יעדער החלטה וואס יעדער מענטש מאכט כסדר אין לעבן. א פאסיגער משל-דוגמא: מרס קאמפליצירט האט געוואלט היינט גיין שאפינג, אבער מר. קאמפליצירט איז אויפגעשטאנען אין א מוצאי-שבת גיסטע. האב איך געזאגט מיין ווייב אז גיין שאפינג אין די ניין טעג שמעקט מיט ערנסטע שאלות. ווער רעדט נאך אין "שבוע שחל בו תשעה באב", איז עס גאר אן ערנסט ענין.

די אמת'ע סיבה פארוואס פשוט-קאמפליצירט'ס וויל נישט גיין שאפינג איז א געפערליכע אפוועזנהייט פון געדולד. געזאגט האט ער אבער, אז די מניעה האט מיט'ן שלחן ערוך. זיין פעולה, הייסט עס, האט מיט עפעס א מצב רוח; דער אנגעגעבענער אויסרייד איז אבער טעאלאגיש.

אין אונזער פאל: וואס מיינט דער פסוק?
זונטאג יולי 14, 2013 2:32 pm#133390
וואס איז די הגדרה פון OTD?
נאך א שאלה: ווער איז אלץ נכלל אין דעם "או-טי-די" טערמין? כ'מיין אז דו האסט געגעבן א הגדרה: עמיצער וואס האט באשלאסן איבערצולאזן די חרדישע געזעלשאפט און לעבן אין דער אלגעמיינער קהילה. זאל דאס זיין אזוי, איז אין דעם אריינגערעכנט עמיצער וואס בלייבט מיט'ן לבוש און אפילו אפשר פרום, אבער פירט א לעבן וואס שטימט מער-ווייניגער מיט די אנגענומענע סאסייעטי נארמעס (עדיוקעישאן, שפראך, באנעמונג מיט אנדערע, מאראלישע ווערטן)? און וואס איז מיט עמיצן וואס בדעת, האלבוועגס אדער כמעט-גאנצוועגס, "דארט", אבער למעשה איז זיין לעבן דא? (כ'קען אזא איינעם. ער האט א שטעלע אין YU.) און וואס טוט זיך מיט א מאדערנעם ארטאדאקס וואס אדאפטירט פארשידענע יסודות'דיגע אספעקטן פון דער חרדישער קולטור און אפילו לעבנסשטייגער (די וואס אין ארץ ישראל רופט מען "חרדלים")?
זונטאג יולי 14, 2013 2:44 pm#133395
קאווע טרינקער האט געשריבן:@שלום דין, כ'ווייס נישט ווער ס'האט אייך אייגערעדט אז איר זענט אראפ פון וועג... איר זענט דא מיטן גאנצען קנאק...


טשולנט און קוגל מיט הערינג און גאלע עס איך אויכעט. נעקסט טיים איך קום אין בית מדרש, קומט זיך מיר שישי, לכאורה...
זונטאג יולי 14, 2013 2:54 pm#133399
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:נאך א שאלה: ווער איז אלץ נכלל אין דעם "או-טי-די" טערמין? כ'מיין אז דו האסט געגעבן א הגדרה: עמיצער וואס האט באשלאסן איבערצולאזן די חרדישע געזעלשאפט און לעבן אין דער אלגעמיינער קהילה. זאל דאס זיין אזוי, איז אין דעם אריינגערעכנט עמיצער וואס בלייבט מיט'ן לבוש און אפילו אפשר פרום, אבער פירט א לעבן וואס שטימט מער-ווייניגער מיט די אנגענומענע סאסייעטי נארמעס (עדיוקעישאן, שפראך, באנעמונג מיט אנדערע, מאראלישע ווערטן)? און וואס איז מיט עמיצן וואס בדעת, האלבוועגס אדער כמעט-גאנצוועגס, "דארט", אבער למעשה איז זיין לעבן דא? (כ'קען אזא איינעם. ער האט א שטעלע אין YU.) און וואס טוט זיך מיט א מאדערנעם ארטאדאקס וואס אדאפטירט פארשידענע יסודות'דיגע אספעקטן פון דער חרדישער קולטור און אפילו לעבנסשטייגער (די וואס אין ארץ ישראל רופט מען "חרדלים")?


למאי נפקא מינה?
זונטאג יולי 14, 2013 3:07 pm#133406
כ'האב די זעלבע קשיא אויפ'ן אשכול. נאר היות דער עולם פרעגט און ענטפערט, טראכט איך אז מאיזה סיבה שהיא איז די טעמע גענוג אינטערעסאנט פאר גענוג שטיבל-חברים.
זונטאג יולי 14, 2013 3:14 pm#133409
שלום דין האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:@שלום דין, כ'ווייס נישט ווער ס'האט אייך אייגערעדט אז איר זענט אראפ פון וועג... איר זענט דא מיטן גאנצען קנאק...


טשולנט און קוגל מיט הערינג און גאלע עס איך אויכעט. נעקסט טיים איך קום אין בית מדרש, קומט זיך מיר שישי, לכאורה...


אפשר טוסטו די גבאים א טובה מיט פארמיידן קאפ וויי דורך וואלונטירן צו עולה זיין די תוכחה? פילייכט צושניידסטו די לאנגע כי תשא קריאה אין העלפט דורך וואלונטירן צו עולה זיין די מעשה העגל אלס ישראל. מיר הינגעריגע אינגעלייט מיט הערינג טובח לעינינו און ווארטן אויפן בין גברא לגברא ווי א מחלה המושכות וועלן אייך מכיר טובה זיין.
זונטאג יולי 14, 2013 3:21 pm#133411
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:[...] וואס מיינסטו דערמיט: א פסיכישע פראבלעם -- פון דעם מין וואס ווערט געווענליך באהאנדלט דורך א פסיכאלאג אדער פסיכאטאר? ס'איז מעגליך (יתכן אז דאס האסטו געהאט אין זינען) אז דו מיינסט פשוט די פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער יעדער החלטה וואס יעדער מענטש מאכט כסדר אין לעבן.


דאס לעצטע.

לאמיך עס מסביר זיין אביסל אנדערש. איך האב א חבר א חסיד'ישער אינגערמאן גאנץ אן אינטעליגענטער, אויך אביסל א וועלטליכער, ער ארבייט אין מאנהעטטען צווישן גוים, א.א.וו. פון צייט צו צייט מאכט זיך א שמועס צווישן אונז און עס פארפירט אריין אין פראבלעמען מיט דעם "סיסטעם." ער'ז א פארשטענדליכער מיט א אפענע קאפ, און פארשטייט וויאזוי צו אנאליזירן א מצב מיט שכל. די רגע די שמועס ווערט אבער פארקירעוועט אין עניני אמונה, שטעלט ער מיך אפ: "שלום, איך קען נישט רעדן פון די זאכן. איך וויל ווייטער בלייבן א איד, א חסיד, און איך וויל מיר נישט פארדרייען דעם קאפ מיט ספיקות." איך רעספעקטיר עס, איך פארשטיי עס, און מיר בלייבן ווייטער גוטע פריינט און דער שמועס פארדרייט מען אויף אנדערע ענינים.

דער אינגערמאן האט א פסיכאלאגישע אינטערעס (און איז מודה דערצו) צו בלייבן מיט זיין איצטיגן לעבנסשטייגער, און ממילא וויל ער נישט אריינגיין אין קיין חקירות. ער איז נישט פרום ווייל ער איז איבערצייגט מיט שכל אז אין דעם פרומקייט ליגט דעם אמת. ער איז פרום ווייל אזוי איז אים באקוועם, ווייל נאר פון דעם ווייסט ער, און אזוי וויל ער בלייבן. והא ראי', ער וויל ניטאמאל הערן א צווייטער צד.

דאס מיינט אז א מענטש ארבעט מיט בלויז פסיכאלאגישע מאטיוון.
זונטאג יולי 14, 2013 3:51 pm#133417
אזא ענטפער באדערט מיך אהן א שיעור.
דער שלום האט אלעס אזוי מעכטיג ארויס.... נאר ער פארשטייט...
פון דעם נעם איך ארויס אז ער האלט אז די ריזאן מען לאט אינז נישט חקר'ענען איז ווייל טאמער מען וואלט יא געלאזט וואלט מען געווארען אפיקורסים.
סאיז אמת אבער נאר וועגען עס איז א סכנה אז מען וועט נישט וויסען ווי אזוי צי זיין א חוקר.... ויכולין להאריך

אבער דער שלום וויל ארויסלאזען א ים מיט היסטאריא פין פיל גדולים אנגעהויבען ביזען היינטיגע גדולים וואס האבען גיט פארשטאנען חקירה אין זענען פרום געבליבען... זיי האבען געהאט דיבעטס מיט אפיקורסים. זיי הטבען ארויסגעהאט די זאך, גשריבען ספרים אויפן נושא וכו...

אבער איז גארנישט קיין ראיה אז דיין חבר וויל נישט רעדען מיט דיך חקירה. ווייל קיינער וואס איך קען וויל אויך נישט. מיר זענען נישט עקוויפט.

נישט יעדער ווערט נתפאל אבער רוב פין אינזער ציבור איז עס א סכנה.
אבער קלאר נישט די סיבה וואס די האסט געזאגק.
זונטאג יולי 14, 2013 3:56 pm#133419
כ'מה טובו' ועוד, איך ווייס נישט צי דאס האט מיט פסיכאלאגיע אדער ענדערש ברעינוואשינג פון אונזערע עלטערן און מלמדים אז מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט אן אפיקורס, כ"ש דפקר טפי, עס איז א סכנה, אויב וועסטו נישט האבן וואס צו ענטפערן קענסטו פארפאלן ווערן ח"ו, א.א.וו.

וויבאלד איינער ווייסט נישט אלע תירוצים אויף יעדע פראגע, איז שב ואל תעשה עדיף, בעסער און געזונטער. פארוואס מוז איך אויסהערן יעדנ'ס שאלה און בלייבן מיטן צונג אינדרויסן? אויף יעדע רעליגיע איז פאראן שאלות, און איך בין דא געבוירן און איך וויל דא בלייבן, און איך וויל נישט ווערן פארדרייעט א קאפ. דעריבער האט מען אונז אויסגעלערנט, רעד נישט מיט איינעם וואס איז א כופר. און דאס איז א געזונטער מיטל זיך צו האלטן אויפן דרך.

קענסט אפשר טענה'ן אז ניין, א מענטש דארף נישט האבן "אמונה פשוטה" און גלייבן ווי א קלאץ אלעס וואס מען באמבלט אריין אין איהם, נאר אליינס אדורכטון דעם ענין, אבער באמת לאו כל מוחא סביל דא, און אויף יעדע שאלה וואס מען פרעגט אקעגן אידישקייט זענען פאראן צענדליגער אקעגן אנדערע רעליגיעס, קיינער איז נישט קלאר און גלאט, ממילא איז עס פשוט נארמאל און פארשטענדליך וואס דער חבר דיינער ענטפערט דיר, און איך וואלט מסתמא דאס זעלבע געענטפערט. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט פאראן קיין תשובות דערויף, נאר אז איך ווייס עס נישט און ממילא איז נישט פאסיג פאר אונז אריינצוגיין אין א ויכוח דערוועגן, עס איז ציללאז. כנלע"ד.
זונטאג יולי 14, 2013 3:59 pm#133422
וויבאלד איינער ווייסט נישט אלע תירוצים אויף יעדע פראגע, איז שב ואל תעשה עדיף, בעסער און געזונטער. פארוואס מוז איך אויסהערן יעדנ'ס שאלה און בלייבן מיטן צונג אינדרויסן? אויף יעדער עליגיע איז פאראן שאלות, און איך בין דא געבוירן און איך וויל דא בלייבן, און איך וויל נישט ווערן פארדרייעט א קאפ. דעריבער האט מען אונז אויסגעלערנט, רעד נישט מיט איינעם וואס איז א כופר. און דאס איז א געזונטער מיטל זיך צו האלטן אויפן דרך.

דאס איז א פסיכאלאגישע סיבה. ריכטיג? פסיכאלאגיש מיינט נישט אז ס'איז נישט אמת.
זונטאג יולי 14, 2013 4:02 pm#133424
קאררעקט!

אין וועגען דעםסאיז נישט אמת צי זאגען אז דיין חבר איז נישט פרים וויל ער האט עס עכט נישט ארויס.

באשעפער כבעט דעך שוין וכל המינים כרגע יאבדו...
זונטאג יולי 14, 2013 4:03 pm#133425
ATUB @שלום דין ATUB

דאס הייסט, אז סיי די וואס גייען, סיי די וואס בלייבן, מאכן זייערע החלטות לויט ווי באקוועם דאס איז אים. אבער פארוואס איז דאס מער פסיכאלאגיש ווי דאס לעבן בכלל? דאס איז דאך דער אופן, מער ווייניגער, וויאזוי רוב-רובם מענטשן לעבן. אויב די החלטה פון גיין קעגן בלייבן אין דער חרדישער געזעלשאפט ליגט אין די פשוט'ע, אויבערפלעכליכע פאקטן פון לעבן, פארוואס טאקע זאל עמיצער באשליסן צו גיין? בלייבן איז פאר רוב מענטשן דער מושכל ראשון, דער "דיפאלט". אינעם אוועקגיין איז נכלל קאפווייטאג, הארצווייטאג, און א סך עגמת נפש. מוז דאך זיין א סיבה וואס זאל טרייבן א מענטש צו באגיין דעם שריט. "פסיכאלאגיע", לויט דיין דעפיניציע, איז נישט גענוגנד, ווייל ס'איז פונקט ווי זאגן אז עמיצער איז אוועק ווייל ער האט געוואלט עסן פרישטאג. (אוקעי, נישט פונקט אזוי -- אבער, דו פארשטייסט וואס כ'מיין.) והדרא קושיא לדוכתא.

קען זיין אז ס'איז שווער דאס מסביר צו זיין, אדער איז פארבינדן מיט עובר זיין אויף די תקנות פונעם שטיבל. אויב דאס זאל זיין די סיבה, ביזטו פטור ויה"ר ס'זאל זיין נחשב כאילו דו האסט יא געענטפערט.

(אגב: דיין חבר, ווי איך לערן אים אפ אויפ'ן סמך פון דיינע ווערטער, באלאנגט צום מיעוט וואס טראכט יא און פאר וועמען אמונות ודיעות טראגן א סך חשיבות. היות ס'איז אים גוט ווי ס'איז, זוכט ער זיך נישט קיין פראבלעמען און לאזט די טעמע אין א זייט. דאס הייסט, אפילו אזא איינער ווי ער, וויל ליבערשט לעבן באקוועם ווי אויפריכטיג. דו זאגסט דאך אויך אז פילאסאפיע און עמקות איז בדרך כלל נישט די אייגנטליכע סיבה אויף אוועקצוגיין.)

_____

מה-טובו און שמעקעדיג האקן.

און יא, איך בין גרייט צו רעדן וועגן אמונות ודיעות. איך וועל לכאורה דא בלייבן, אפילו אויב כ'וועל בלייבן מיט דער צונג אינדרויסן. ווייל, פונקט ווי רוב-רובם פון די וואס פארלאזן די משפחה און בייטן דעם לבוש, איז מיין "פסיכאלאגיע" מאטיווירט בעיקר פון באקוועמליכקייט :)
זונטאג יולי 14, 2013 4:10 pm#133428
matovu האט געשריבן:באשעפער כבעט דעך שוין וכל המינים כרגע יאבדו...


לאמיר ענדערש בעטן "והאר ענינו". קלארקייט פאר זיך איז מער ווירקזאם ווי א פארלוירן-געגאנגענער מין :)
זונטאג יולי 14, 2013 5:13 pm#133447
מיין מיינונג איבער דער נושא באופן כללי האב איך שוין געשריבען אויוון אין דער אשכול, תדרשנו משם. אבער נאך די שיינע שמועס וואס האט זיך דא פארצויגען, וואס איז בעצם א כללות'דיגער שמועס וועגן די מאטיווען פון מענטשען וואס איז די ראלע פון פסיכאלאגיע און וואס איז די ראלע פון פילאסאפיע, און מ'קען וועגן דעם רעדן אסאך. וויל איך נאר מעורר זיין איין הערה שנתחדשה לי. מ'קען אסאך מעיין זיין אויב איינער פארט אפ מער וועגן פסיכאלאגיע אדער מער וועגן מחשבה וכו'. דאס איז אבער איינמאל זיכער, אז די תגובות וואס מיר זעהן די אין דער אשכול צו דער פאנעמענעם פון אפפאראכץ, זה בכה וזה בכה, זענען קלאר א תולדה פון פסיכאלאגיע און נישט פון מחשבה. האלטס דאס נאר אין קאפ.
זונטאג יולי 14, 2013 5:22 pm#133449
צו וואס ווידמען מחשבה אויף עפעס וואס איז א תוצאה פון פסיכאלאגיע?

אגב: דו האסט היפש גערעדט וועגן דיין מיטגעפיל צו אנדערע מענטשן ווי א סיבה צו פרובירן פארשטיין זייערע מאטיווען :?
זונטאג יולי 14, 2013 5:31 pm#133452
דער מענטש האט אן אינטערעס זיך זעלבסט צו פארשטיין, ווי אויך צו פארשטיין דער וועלט אין וואס ער לעבט, אנדערע מענטשען, וכו'.
דער פארשטאנד מיינט פשוט פארשטיין דאס וואס איז די אמת'ע מאטיווען וואס פירען מענטשען. אויב איז דאס פסיכאלאגיע איז דאס גאר אינטרעסאנט און חשוב צו פארשטיין. עס איז בכלל נישט קיין זאך מזלזל צו זיין אין.

טאקע מיטגעפיל מיט אנדערע איז א פסיכאלאגישע געפיל, אבער בנוהג שבעולם רופט מען דאס א מצווה אדער מדה טובה אדער מאראל.
זונטאג יולי 14, 2013 5:46 pm#133454
איך בין נישט זיכער אז כ'פארשטיי. פסיכאלאגיע איז א צווייג פון מחשבה? א פועל יוצא פון מחשבה?

מיטגעפיל מיט א צווייטן מענטש, בכל אופן, איז א מצווה. אבער ווי ס'זאל נאר נישט זיין, מצווה, מדה טובה, אדער מאראל, איז עס לכאורה

לעיקוואד האט געשריבן:קלאר א תולדה פון פסיכאלאגיע און נישט פון מחשבה.


חוץ אויב מיט "מחשבה" מיינסטו פשוט די פעולה פון טראכטן. אויב אזוי, אבער, איז מיר נישט קלאר פארוואס ס'איז "איינמאל זיכער אז ...

לעיקוואד האט געשריבן:די תגובות וואס מיר זעהן די אין דער אשכול צו דער פאנעמענעם פון אפפאראכץ, זה בכה וזה בכה, זענען קלאר א תולדה פון פסיכאלאגיע און נישט פון מחשבה.
זונטאג יולי 14, 2013 9:01 pm#133517
ATUB @שלום דין ATUB , עס איז שוין איינמאל א נפקא מינה צו וויסן צי די או טי די'ס (לויט דיין שאצונג: 3 - 4 טויזנט) זענען אלע בעפארן אוועק גיין שוין געווען כופרים, און אוודאי איז עס. נישט מאדנע אדער קינדעריש.

דער וויכוח וואס ציט זיך שוין א לענגערע צייט דא על פני צענדליגע אשכולות, איז אין איין ווארט, די אפיציעלע חרדי'שע שטעלונג איז אז דאס איז צוליב פסיכאלאגישע מאטיוון, אוו נישט צוליב א שוואכקייט אין עצם חרדיות, לעומת זה טענה'ן אנדערע אז לעולם איז דא גאר אסאך וואס פייגערן אוועק צו גיין זיי זענען נאר משועבד צו די אומשטענדן, משא"כ די מיט א פראבלעמאטישן עבר, זענען נישט. דער פועל יוצא פון אזא צוגאנג איז, אז מען ברויך רי-עוואליועיטן און מאכן א ערנסטן בדק הבית פנימה.

מיט דיין לאנגע תגובה האסטו מער ווייניגער באשטעטיגט די ערשטע צוגאנג.
זונטאג יולי 14, 2013 9:04 pm#133518
איך האלט אז שלום דין איז גערעכט מיט זיין הגדרה.

מענטשען פארען אפ מער ווייל זיי ווילען נישט זיין א חלק פין דער "כלל" ווי ווייל זיי ווילען נישט זיין שותו"מצ.

מען דארף א בעל שם טוב זאל מאכען א נייע דרך לא דרך, אזוי אז יעדער זאל קענען זיין אוי טי די, און אראפ פין דעם דרך פין חרדים, און ווערען אנגעשלאסען אין א נייע "דרך".
זונטאג יולי 14, 2013 10:54 pm#133579
matovu האט געשריבן:אזא ענטפער באדערט מיך אהן א שיעור.
דער שלום האט אלעס אזוי מעכטיג ארויס.... נאר ער פארשטייט...
פון דעם נעם איך ארויס אז ער האלט אז די ריזאן מען לאט אינז נישט חקר'ענען איז ווייל טאמער מען וואלט יא געלאזט וואלט מען געווארען אפיקורסים.
סאיז אמת אבער נאר וועגען עס איז א סכנה אז מען וועט נישט וויסען ווי אזוי צי זיין א חוקר.... ויכולין להאריך

אבער דער שלום וויל ארויסלאזען א ים מיט היסטאריא פין פיל גדולים אנגעהויבען ביזען היינטיגע גדולים וואס האבען גיט פארשטאנען חקירה אין זענען פרום געבליבען... זיי האבען געהאט דיבעטס מיט אפיקורסים. זיי הטבען ארויסגעהאט די זאך, גשריבען ספרים אויפן נושא וכו...

אבער איז גארנישט קיין ראיה אז דיין חבר וויל נישט רעדען מיט דיך חקירה. ווייל קיינער וואס איך קען וויל אויך נישט. מיר זענען נישט עקוויפט.

נישט יעדער ווערט נתפאל אבער רוב פין אינזער ציבור איז עס א סכנה.
אבער קלאר נישט די סיבה וואס די האסט געזאגק.


ATUB @שלום דין ATUB מיינט נישט צוזאגן אז אויב זיין חבר וואלט זיך אריין געלאזט אין חקירה וואלט ער זיכער געווארן אן אפיקורס, עס קען זיין אז זיין אמונה וואלט גאר שטארקער געווארן, דער פונקט איז אז זיין חבר וויל נישט נעמען דעם טשאנס, ווייל אויב עס איז נאר איין פארצענט אז ער וועט ווערן א כופר איז אים נישט ווערט, צוליב וואס ער פלאנט סייווי צו בלייבן א חסיד, און דאס ריפט ער אן א ״פסיכאלאגישע אינטערעס״.
זונטאג יולי 14, 2013 11:28 pm#133600
דעת תורה האט געשריבן:@שלום דין, עס איז שוין איינמאל א נפקא מינה צו וויסן צי די או טי די'ס (לויט דיין שאצונג: 3 - 4 טויזנט) זענען אלע בעפארן אוועק גיין שוין געווען כופרים, און אוודאי איז עס. נישט מאדנע אדער קינדעריש.

דער וויכוח וואס ציט זיך שוין א לענגערע צייט דא על פני צענדליגע אשכולות, איז אין איין ווארט, די אפיציעלע חרדי'שע שטעלונג איז אז דאס איז צוליב פסיכאלאגישע מאטיוון, אוו נישט צוליב א שוואכקייט אין עצם חרדיות, לעומת זה טענה'ן אנדערע אז לעולם איז דא גאר אסאך וואס פייגערן אוועק צו גיין זיי זענען נאר משועבד צו די אומשטענדן, משא"כ די מיט א פראבלעמאטישן עבר, זענען נישט. דער פועל יוצא פון אזא צוגאנג איז, אז מען ברויך רי-עוואליועיטן און מאכן א ערנסטן בדק הבית פנימה.

מיט דיין לאנגע תגובה האסטו מער ווייניגער באשטעטיגט די ערשטע צוגאנג.

דו האסט נאר געליינט די ערשטע האלב פון די תגובה. זיין פוינט איז אז יעדער מאכט זיינע החלטות אין וועלכע קהילה יא אדער נישט באלאנגען באזירט אויף פסיכאלאגיע. סיי דער או טי די און סיי דער אן די די. בעצם האב איך דאס פריער געמיינט ארויסצוברענגען, אז דער חילוק צווישן דעם אויבערפלעכליכן או טי די און דעם חרדישן איד איז גארנישט מיט נישט, כאטש מיין עלאקוואנס איז א ווייטע געוויין פון ר' שלומ'ס.
מאנטאג יולי 15, 2013 12:21 am#133626
אגב:
פסיכאלאגיע האט גארנישט מיטן אמת
מאנטאג יולי 15, 2013 12:31 am#133631
איך וועל געבן צו פארשטיין ווען שלום דין וועט צוריק זיין

הגם ער בלייבט אזוי סייווי ווייל אים איז """""
מאנטאג יולי 15, 2013 5:29 am#133654
שלום עליכם מר. פיקל ,וועמענס ביסטו?
מיטוואך יולי 17, 2013 4:19 pm#134284
שלום דין האט געשריבן:דער אינגערמאן האט א פסיכאלאגישע אינטערעס (און איז מודה דערצו) צו בלייבן מיט זיין איצטיגן לעבנסשטייגער, און ממילא וויל ער נישט אריינגיין אין קיין חקירות. ער איז נישט פרום ווייל ער איז איבערצייגט מיט שכל אז אין דעם פרומקייט ליגט דעם אמת. ער איז פרום ווייל אזוי איז אים באקוועם, ווייל נאר פון דעם ווייסט ער, און אזוי וויל ער בלייבן. והא ראי', ער וויל ניטאמאל הערן א צווייטער צד.

דאס מיינט אז א מענטש ארבעט מיט בלויז פסיכאלאגישע מאטיוון.

ATUB @matovu ATUB און ATUB @שמעקעדיג ATUB האבען שוין מסביר געווען איז פארהאן א מענטאליטעט נישט צו דיסקוסירן אמונה מיט אן אפיקורס, די אמונה פשוטה און די נישט וועלן די קאפ פארדרייט. אבער עס איז פארהאן נאך א מענטאליטעט וואס איז נאך נישט אויפגעברענגט געווארן דא.

איך האב נישט מורא צו דעבאטירן עניני אמונה מיט "די אנדערע זייט" אזוי לאנג ווי מען רעדט אליבא דאמת, ס'הייסט קיינער פראבירט נישט איבערצורעדן דעם אנדערן, נאר "מען איז זיך מסביר". פארוואס האב איך נישט מורא? ווייל איך האב צוויי שיכטעס פון פארטיידיגונג:
1) איך שפיר זיך היפש באקוועם צו די פראגעס און טענות, ווייל איך האב זיך אנגעלייענט מיט פאזיטיווע ספרים און ביכער, גענוג צו זיין באקוועם-זיכער;
2) צו מיר איז אמונה נישט א טענה אדער באווייז נאר א פאקט וואס - כאטש מען קען טעאלאגעזירן פון נעכטן ביז מארגן - איז א נושא למעלה מהשגותינו, און ווען מען מיינט אז מען האט א קשיא, איז באמת נאר א שאלה. ס'איז אקעי נישט צו פארשטיין עפעס אזוי הויעכס.

עם כל זה, וועל איך זיך נישט באטייליגען אין א אפיקורס'ישע דרשה אדער פארום וואס די מטרה איז צו אויפקלערן, ווייל, אפגעזעהן ווי זיכער און קלאר א מענטש איז מיט א מציאות, קען מען אייביג פארדרייען די מענטש מיט די ריכטיגע מיטלען (לאו דוקא קאנווענציאנאלע). א מענטש קען זעהן די זון בחצות היום, אבער מיט היפנאסיס קען מען אים איבערצייגען אז ס׳איז צייט פאר תיקון חצות. די נקודה איז אז קיין שום בר נש איז נישט קאמפליטלי אימיונד צו פראפאגאנדע און ברעין-וואש, אשר על כן, דארף מען באשוצען זיך און זיינע פרינציפן פון משפיעי חוב (איז פארהאן אזא שפריכווארט?). דאס האט נישט צו טוהן אז דער מענטש האט נישט געטוען זיין היימארבייט, אדער פראקטיצירט עפעס וואס ער גלויבט נישט אדער פארשטייט נישט.
מיטוואך פעברואר 20, 2019 11:27 pm#424886
Re: ווען Off The Derech גייט Off Track
הגם איך בין מסכים צו שלומ׳ס הנחה אז די סיבה צו פארלאזן, אפילו פאר די קלוגע און דענקערס, איז מכח א פסיכאלאגישן/עמאציאנאלע באשלוס, איז אבער פארט גאר שווער צו צוטיילן א שכל׳דיגן חקירה׳שן באשלוס פון א מענשטנ׳ס פסיכאלאגיע און די ענדגילטיגע באשלוס וואס דאס וועט אים עווענטועל דערצו צוברענגן. דהיינו, אפילו מיר וועלן אננעמען אז אז פסיכאלאגיש איז אים שטארק באקוועם אין דאס געזעלשאפט וכו׳ וואו ער געפינט זיך, אבער פארט טאמער ער קומט צו צו א שכל׳דיגן לאגישע הכרה אזש אז ער גלייבט שוין נישט, ׳עט דאס אים אטאמאטיש פאראורזאכן פסיכאלאגישע סטרעס; cognitive dissonance. ווייל וויבאלד ער מוז, נאר צוליב געזעלשאפטליכע/סאציאלע סיבות, נאך אלס זיך פירן על פי די טענעטס פון די רעליגיע און דת אין וואס ער גלייבט שוין נישט אין, דאס דארף אויטאמאטיש פירן דערצו אז אלס קאנסעקווענס דערפון וועט זיין פסיכאלאגישע צופרידנהייט (שטארק) פאלן. דעריבער, אויפ׳ן חלק פון זיין (מייסטערהאפטן) תגובה וואס האט געמאכט אויסזען אז עס זענען דא ״צופרידענע״ כופרים וואס זענען נאך אינ׳ם געזעלשאפט, יש לחלוק עליו (חוץ אז מ׳עט זאגן אז ער׳ט נישט געמיינט אז זיי זענען ״צופרידן״, נאר אז זיי מאכן א חשבון פון יצא שכרה בהפסדה).


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 12:21 am#424889
Re: ווען Off The Derech גייט Off Track
boxcover האט געשריבן:
שלום דין האט געשריבן:דער אינגערמאן האט א פסיכאלאגישע אינטערעס (און איז מודה דערצו) צו בלייבן מיט זיין איצטיגן לעבנסשטייגער, און ממילא וויל ער נישט אריינגיין אין קיין חקירות. ער איז נישט פרום ווייל ער איז איבערצייגט מיט שכל אז אין דעם פרומקייט ליגט דעם אמת. ער איז פרום ווייל אזוי איז אים באקוועם, ווייל נאר פון דעם ווייסט ער, און אזוי וויל ער בלייבן. והא ראי', ער וויל ניטאמאל הערן א צווייטער צד.

דאס מיינט אז א מענטש ארבעט מיט בלויז פסיכאלאגישע מאטיוון.

@matovu און @שמעקעדיג האבען שוין מסביר געווען איז פארהאן א מענטאליטעט נישט צו דיסקוסירן אמונה מיט אן אפיקורס, די אמונה פשוטה און די נישט וועלן די קאפ פארדרייט. אבער עס איז פארהאן נאך א מענטאליטעט וואס איז נאך נישט אויפגעברענגט געווארן דא.

איך האב נישט מורא צו דעבאטירן עניני אמונה מיט "די אנדערע זייט" אזוי לאנג ווי מען רעדט אליבא דאמת, ס'הייסט קיינער פראבירט נישט איבערצורעדן דעם אנדערן, נאר "מען איז זיך מסביר". פארוואס האב איך נישט מורא? ווייל איך האב צוויי שיכטעס פון פארטיידיגונג:
1) איך שפיר זיך היפש באקוועם צו די פראגעס און טענות, ווייל איך האב זיך אנגעלייענט מיט פאזיטיווע ספרים און ביכער, גענוג צו זיין באקוועם-זיכער;
2) צו מיר איז אמונה נישט א טענה אדער באווייז נאר א פאקט וואס - כאטש מען קען טעאלאגעזירן פון נעכטן ביז מארגן - איז א נושא למעלה מהשגותינו, און ווען מען מיינט אז מען האט א קשיא, איז באמת נאר א שאלה. ס'איז אקעי נישט צו פארשטיין עפעס אזוי הויעכס.

עם כל זה, וועל איך זיך נישט באטייליגען אין א אפיקורס'ישע דרשה אדער פארום וואס די מטרה איז צו אויפקלערן, ווייל, אפגעזעהן ווי זיכער און קלאר א מענטש איז מיט א מציאות, קען מען אייביג פארדרייען די מענטש מיט די ריכטיגע מיטלען (לאו דוקא קאנווענציאנאלע). א מענטש קען זעהן די זון בחצות היום, אבער מיט היפנאסיס קען מען אים איבערצייגען אז ס׳איז צייט פאר תיקון חצות. די נקודה איז אז קיין שום בר נש איז נישט קאמפליטלי אימיונד צו פראפאגאנדע און ברעין-וואש, אשר על כן, דארף מען באשוצען זיך און זיינע פרינציפן פון משפיעי חוב (איז פארהאן אזא שפריכווארט?). דאס האט נישט צו טוהן אז דער מענטש האט נישט געטוען זיין היימארבייט, אדער פראקטיצירט עפעס וואס ער גלויבט נישט אדער פארשטייט נישט.
דיין נישט באטיילונגען זיך איז ווייל די האסט מורא אז דיין אמונה וועט ווערן אויפגעוויזען אז עס איז לייכטזוניג .

געדענק, שקרא לא קאי, קושטא קאי. דער כור הברזל במצרים האט ענדגילטיג ארויסגעגעבן אן עם ישראל.
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 12:38 am#424891
קיינער פארט נישט אפ פון קשיות, יעדע קשיא קען מען פארענטפערן און יעדע ראיה קען מען אפפרעגן, איך האב קשיות פון ווען אן איך געדענק מיך און ביזדערוויל בין איך נאך דא. צו איך גלייב איז שוין א צווייטע שאלה, עכ"פ ווילאנג ס'מיר נישט געווען הונדערט פראצענט קלאר אז ס'נישט דא קיין שום מצוה צו גלייבן האבן די אלע קשיות מיך נישט גערירט, ווייל אפילו דו האסט טויזענט קשיות האסטו נאך אלץ א מצוה צו גלייבן.
דינסטאג מאי 07, 2019 10:03 pm#429894
די survey געט א גוטע (און, ווי נישט, די מערסטע overall objective) סיבות פאר זייער גיין OTD. (איך פארשטיי אז עס באלאנגט ענדערש דא, אבער יענע אשכול איז שוין פארשפארט.)

m http://nishmaresearch.com/assets/pdf/Re ... e_2016.pdf m
מיטוואך מאי 08, 2019 4:01 am#429919
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קיינער פארט נישט אפ פון קשיות, יעדע קשיא קען מען פארענטפערן און יעדע ראיה קען מען אפפרעגן, איך האב קשיות פון ווען אן איך געדענק מיך און ביזדערוויל בין איך נאך דא. צו איך גלייב איז שוין א צווייטע שאלה, עכ"פ ווילאנג ס'מיר נישט געווען הונדערט פראצענט קלאר אז ס'נישט דא קיין שום מצוה צו גלייבן האבן די אלע קשיות מיך נישט גערירט, ווייל אפילו דו האסט טויזענט קשיות האסטו נאך אלץ א מצוה צו גלייבן.


פון וואנעט ווייסטו? האסט אויסגפרעגט אלע מענטשען וואס זענען אפגעפארן???

יעדע קשיא כמעט קען מען טאקע מסתמא פארענטפערן מיט ״עפעס א א תירוץ״ אבער נישט אייביג איז עס א צופרידנגעשטעלטע ענטפער וואס זאל באפרידיגן דעם שואל אז ס׳זאל אים נישט דריקן מעהר און אסאך מאל ברענגען די תירוצים נאך מעהר קשיות פאר דער וואס טראכט באמת טיעף אן קיין בייעסט.

איך האב אסאך אומפארענטפערטע קשיות וואס קיינער האט מיר נישט געגעבן קיין שום תירוצים. אפילו אזוי גרויסע רב ווי דער ווינער רב האט מיר אליינס געזאגט אז ער האט אויך נישט קיין תירוצים און סאיז אים אויך שווער נאר מ׳גלייבט ווייל אזוי האבן אונז מקבל געוועהן פון די עלטערן...

חז״ל אליינס זענען גענוג און נאך שטעקן געבליבן מיט תיקו׳ס אן קיין שום תירוצים. ווי קען זיין תיקו כהאב געמיינט אז יעדע קשיא קען מען פארענטפערן?

ס׳קען זיין אסאך סיבות פארן אפלאזן דעם דרך אבער זאגן קלאר אז קיינער פארט נישט אפ פון קשיות איז לכאורה נישט ריכטיג!
מיטוואך מאי 08, 2019 4:10 am#429920
מי אני האט געשריבן:די survey געט א גוטע (און, ווי נישט, די מערסטע overall objective) סיבות פאר זייער גיין OTD. (איך פארשטיי אז עס באלאנגט ענדערש דא, אבער יענע אשכול איז שוין פארשפארט.)

http://nishmaresearch.com/assets/pdf/Re ... e_2016.pdf


כ'האב עס נאכנישט געליינט אבער כבין כמעט זיכער אז די אויסגעפרעגטע זענען נישט פון קיין היימישע חסידישע שטיבער. און די גאנצע סורוועי בכלל איז נישט אזוי פארלעסליך לדעתי מפני כמה סיבות. אבער כ׳גיי עס אביסל ליינען און שטודירן און דערנאך וועל איך האבן א קלארערע בילד, לכאורה.
זונטאג מאי 03, 2020 12:22 am#447446
Re: ווען Off The Derech גייט Off Track
‏דאס איז א(ן אביסל עלטערע, פון 1994) לאדנדזשיטוּדינעל שטודיע, פון די סאציאלאגיסטן דר. דזשאן ווילסאן און דר. דערען שׁעקראט, וואס זאגט אז א גרויס חלק פון זכרים וואס רעוואלטירן קעגן זייערע עלטערנ׳ס רעליגיע (אין די בחור׳ישע יארן), קומען שפעטער צוריק דערצו, בפרט אז זיי הייראטן פרי און האבן אייגענע פאמיליעס (עכ״פ טאמער איז דאס נושר זיין נישט געווען מעיקרא מחמת אינטעלעקטועליזם וכדומה). דאס גייט צוזאמען מיט׳ן באקאנטן שפריכווארט אז ״א מענטש זעהט איין אז זיין טאטע איז געווען גערעכט ווען ער אליין האט שוין א זוהן וואס האלט אז ער אליין איז אומגערעכט״.

זיי צייגן אז דאס אז די קינדער זאלן בלייבן בדרכי אבותיהם האט צו טוהן ווי נאנט די עלטערן זענען מיט׳ן קינד.
זונטאג מאי 03, 2020 4:21 am#447521
מי אני: אינטרעסאנט אז איך. אני הקטן. בערל בעל עגלה האב נישט קיין דאקטאראט אין סאציאלאגיע אדער פסיכאלאגיע. אויב מ'זאלל טיילן דאקטאראטן אין לינגוויסטיקס און שפראך אריגין, (עטימאלאגיע) וואלט איך געווען א קאנטענדער. אפשר פאר באסדרייווינג אויך...! אבער איך בין געקומען צו די זעלבע מסקנא.

מ'קען עס מסביר זיין מיט א ראציאנאלן ארגומענט. ס'ווענדט זיך די מערסטע אין די סיבות פארוואס זיי האבן אפגעלאזט די רעליגיע מלכתחילה. צי איז עס געווען פאר אינסייד סאציאלע סיבות. ווי דאס אז די עלטערן האבן זיך צוטיילט (גע'גט אדער סעפארעיטעד). אדער ווייל איינער פון די עלטערן האט ארויסגעוויזן היפאקריטישקייט. אדער גאר ווייל די רעליגיעזע פרעקטיסעס זענען געווען צו שווער אדער צו שטארק באשרענקענד...(Restrictive)...!

איך וועלל נאר ברענגען איין משל פון דעם פאקט אז אויב איינע פון די עלטערן איז היפאקריטיש, האט דאס א נעגאטיוון עפעקט אויף די קינדער...!

א געוויסע משפחה פון פיינע אשכנ'זישע אידן (דער טאטע גייט נישט קיין שטריימל) איז די מאמע געווארן אן ענגליש טיטשער אין א ..."הייליגע"...סקול. און זי האט געמוזט אנטון א היטעלע (היינט וואלט זי שוין געדארפט גיין א שפיצל, רח"ל) אויפ'ן שייטל.א זאך וואס זי האט נישט געהאלטן ביי טון. און איינע פון איהרע קינדער איז געווארן אפגעפארן. מסתמא צוליעב דעים...!
מאנטאג מאי 04, 2020 4:20 am#447607
איך ווילל נאר צו געבן אז ווען איינע/ר לאזט איבער די רעליגיע ווייל די צערעמאניעס זענען צו שטארק באשרענקענד (Restrictive) וועט ער/זי סוכ"ס צוריקקומען. נאר אן די אלע איבריגע שטותים און צוקוועטשונגען מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן. ווייל א יעדער דארף האבן אן עמאציאנאלע אויסדרוק. און א גלייבונג אין א העכער'ן כח. ספעציעל אויב מ'איז אויפגעוואסן מיט דעם...!

פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט קענמען מסביר זיין אז אפילו דערקלערטע אטעאיסטן גלייבן אויך אין א העכער'ן כח. נאר זיי טוען אונטערדריקן (Suppressing) זייערע רעליגיעזע און מעטא פיזישע פיהלינגס. אבער אין א שוואכע מאמענט זענען זיי אויך מודה אז ס'איז דא א העכערע כח...!
מיטוואך יולי 15, 2020 9:59 pm#454639
ווען Off The Derech גייט Off Track
d895327a-662f-4283-b15b-942b18d5f82a.jpg

פון די בוך.

דר. זלמן נוּפיִלד, אליין אן OTD, האט דא (אינעם ערשטן אישׁוּ) אויך געשריבן אן ארטיקל איבער ווי אזוי מ׳קען נישט געהעריג פונאנדערטיילן די אינטעלעקטואלע פון די עמאציאנאלע/פסיכאלאגישע באשלוס און סיבות איבער׳ן גיין OTD. ער האט געשריבן א(ן אקאדעמישע) בוך אין די נושא.
דאנערשטאג יולי 16, 2020 12:05 am#454642
מי אני האט געשריבן:
d895327a-662f-4283-b15b-942b18d5f82a.jpg

פון די בוך.

דר. זלמן נוּפיִלד, אליין אן OTD, האט דא (אינעם ערשטן אישׁוּ) אויך געשריבן אן ארטיקל איבער ווי אזוי מ׳קען נישט געהעריג פונאנדערטיילן די אינטעלעקטואלע פון די עמאציאנאלע/פסיכאלאגישע באשלוס און סיבות איבער׳ן גיין OTD. ער האט געשריבן א(ן אקאדעמישע) בוך אין די נושא.


מעגליך ער איז גערעכט אויב נעמט מען אן דעטערמיניזם. פאר'ן פליישיגן אויג איז עס נישט אזוי. ביודעי ומכירי קאמינא.
דאנערשטאג יולי 16, 2020 7:43 pm#454662
מי אני האט געשריבן:
d895327a-662f-4283-b15b-942b18d5f82a.jpg

פון די בוך.

דר. זלמן נוּפיִלד, אליין אן OTD, האט דא (אינעם ערשטן אישׁוּ) אויך געשריבן אן ארטיקל איבער ווי אזוי מ׳קען נישט געהעריג פונאנדערטיילן די אינטעלעקטואלע פון די עמאציאנאלע/פסיכאלאגישע באשלוס און סיבות איבער׳ן גיין OTD. ער האט געשריבן א(ן אקאדעמישע) בוך אין די נושא.

מעגליך ער איז גערעכט אויב קוקט מען אויף סטאטיסטיק'ס
דינסטאג יולי 21, 2020 2:57 pm#454834
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווילל נאר צו געבן אז ווען איינע/ר לאזט איבער די רעליגיע ווייל די צערעמאניעס זענען צו שטארק באשרענקענד (Restrictive) וועט ער/זי סוכ"ס צוריקקומען. נאר אן די אלע איבריגע שטותים און צוקוועטשונגען מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן. ווייל א יעדער דארף האבן אן עמאציאנאלע אויסדרוק. און א גלייבונג אין א העכער'ן כח. ספעציעל אויב מ'איז אויפגעוואסן מיט דעם...!

פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט קענמען מסביר זיין אז אפילו דערקלערטע אטעאיסטן גלייבן אויך אין א העכער'ן כח. נאר זיי טוען אונטערדריקן (Suppressing) זייערע רעליגיעזע און מעטא פיזישע פיהלינגס. אבער אין א שוואכע מאמענט זענען זיי אויך מודה אז ס'איז דא א העכערע כח...!



איה״נ די נישט גלייביגע האלטן געווענטליך אז די ״העכערע כח״ איז ״נאטור״ נישט קיין גאט וואס קוקט אראפ אויף די וועלט ווי א משגיח ווער סאיז וויואל נאר פשוטע energy... די גאט פון שפינוזה וכדומה.

ווען מ׳פרעגט איינעם ווער האט באשאפן די וועלט?

לויט אונז גלייביגע וועט די ענטפער זיין אז די אייבישטער דער כל יכול האט עס באשאפן. ווידער לויט די פרייע איז עס א תוצאה פון ענערדזשי פון ביליאנען יאהרן...

א מענטש האט אמאל געפרעגט א נישט גלייביגער וויאזוי קענסטו גלייבן אז אלעס וואס איז ארום דיר איז באשאפן געווארן פון זיך אליינס???

די תירוץ איז אז סהאט זיך נישט באשאפן פון זיך אליינס! דארט ווי די גלייביגער זאגט ״גאט״ זאגט די נישט גלייביגער ״נאטור״...