Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • ווען Off The Derech גייט Off Track

קאווע שטיבל • ווען Off The Derech גייט Off Track

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 נאך געראטעוועטע פאסטס · לייענען די צוגעלייגטע הודעות · קוואלן און אריגינעלע דאטעס
144 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 309 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4150
פרייטאג יולי 12, 2013 3:02 am#132918
דעת תורה האט געשריבן:מכח די סביבה און די אפברינגינג. איינמאל מען איז שוין געווארן א או טי די איז שוין די סביבה אנדערש, און דעמאלט איז שייך צוזאגן עולם כמנהגו נוהג. אבער די שאלה איז וואס זאל מאכן א או טי די טון אזא דראסטישער שריט? וויאזוי איז ער געווארן אן או טי די?

אין אנדערע ווערטער, גיין דאווענען, פירן א שבת טיש, שאקלען אתרוג ווערט אויס קום ועשה וויבאלד די סביבה טוט עס אויך?
אויב דיין שאלה איז פארוואס אן או טי די האט בכלל מחליט געווען אראפצוגיין פון וועג, פארוואס ס'איז אים געקומען אויפ'ן געדאנק, דאן איז דאס ביי יעדן אנדערש. ביי אויבערפלעכליכע מענטשן איז דאס אן אויבערפלעכליכע סיבה, און ביי טיפע מענטשן איז עס א טיפע סיבה. פונקט ווי דער אויבערפלעכליכע מאמין וואס האט באקומען א גוטע חינוך טראכט נישט צוויי מאל איידער ער שאקלט לולב, אזוי טראכט נישט דער זעלבער אויבערפלעכליכער מענטש וואס האט געהאט א שווערע יוגנט איידער ער עסט יום כיפור. דער ערשטער שאקלט לולב ווייל ער טראסט זיינע עלטערן, דער צווייטער עסט יום כיפור ווייל ער טראסט נישט זיינע עלטערן.
פרייטאג יולי 12, 2013 3:30 am#132922
אגב, איך וויל מעורר זיין אונזער טייערער ר' שרגא ער זאל נישט זיין אזוי פארנומען מיט דעם וויידל, ווייל דאס קען צוברענגען אן ערנסטער חשש צו דארפן גלייבן אין עוואלוציע און דעמאלט וועלן מיר דארפן זאגן אז נישט בלויז דער תלמוד דערציילט משלים, נאר זאגאר די תורה הקדושה אליין האט זיך אויך באשעפטיגט מיט אזוינע משלים און מיתוסים.
פרייטאג יולי 12, 2013 3:55 am#132925
ATUB @יאיר ATUB , איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון דיינע לעצטע פאר תגובות, געשריבן בהשכל ודעת.

יאיר האט געשריבן: דער דיפערענץ צווישן ריטשארד דאוקינס און דער רבי זכותו יגן עלינו (פיל אריין די בלענק) אדער צווישן שלום דין און דעת תורה איז אסאך קלענער ווי מען מיינט.


וואס הייסט?
פרייטאג יולי 12, 2013 4:02 am#132926
א דאנק פאר דעם קאמפלימענט און פאר די געלעגנהייט זיך צו מסביר זיין. לאמיר זען מיט וואס דאוקינס און, לדוגמא, סאטמאר רב זענען אייניג. ביידע גלייבן אז ס'איז דא א כח וואס פירט די וועלט. איינער רופט עס אן חוקי הטבע, דער צווייטער רופט עס אן גאט. איינער גלייבט אז מען קען האבן א פערזענליכע קשר מיט דעם כח, דער צווייטער גלייבט אז נישט. קיינער האט נישט קיין ראיה צו זיין זייט. ביידע האלטן אז א מענטש דארף זיין גוט און פארמערן גוטסקייט צווישן מענטשן. ביי איינעם איז די סיבה צוליב א מאראלישע פליכט, ביי א צווייטן איז עס וויבאלד דאס איז דער רצון פון דעם שורש הטוב וואס ער רופט גאט. לדעתי השפלה איז נישטא דא קיין חילוק אויסער קריאת שם.

איז וואס איז מען שוין מחולק? אויב פאר דריי טויזנט יאר צוריק האט זיך דער רויטער ים צוטיילט? אויב די וועלט איז אלט זעקס טויזנט יאר אדער זעקס ביליאן יאר? אויב מענטשן זענען באשאפן געווארן כמות שהם אדער זיך אנטוויקלט פון אנדערע באשעפענישן. לאמיר אייך מגלה זיין א סוד. מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האט "קיינער" נישט געהאלטן אז די וועלט איז ביליאנען יארן אלט אדער אז מענטשן האבן זיך עוואלווד, און די קלוגסטע געלערנטסטע מענטשן האבן געגלייבט אין גאט. בסך הכל איז דער סאטמאר רב א ריטשארד דאוקינד וואס איז צוריקגעשטאנען אין געציילטע מינדערוויכטיגע ענינים מיט צוויי הונדערט יאר.

נישט אז כ'בין מדמה דעם סאטמאר רב צו ריטשארד דאוקינס. דער סאטמאר רב האט דאך אודאי נישט געקענט אזוי גוט מסביר זיין סייענטיפישע מושגים ווי דאוקינס, און דאוקינס קען נישט וויינען קיין שלש סעודות תורה. אבער אויף דעם זאגט דאך שוין די גמרא, כשם שדי ען עיהם שונות, כך דעותיהן שונות.
פרייטאג יולי 12, 2013 4:49 am#132928
קאווע טרינקער האט געשריבן:כעין הפתיחה.
רעביצין רייך, איז אריין אין דיזיינען תכשיטי נשים ביזנעס. איך וואונטש איר הצלחה. אפשר וועל איך אפילו קויפן פאר מיינע סעקראטארן.
מיין שאלה איז נאר - קיינער זאל נישט באליידיגט ווערן - גייען יעצט אלע OTD מיטגעלידער מוזען האלטן אז אירע תכשיטים זענען טאקע אויסטערליש?
די שאלה קען גיין פארקערט אויך, וועלן די שיירי ON DERECH מוזען האלטן אז זי הייבט נישט אן צו פארשטיין...?

איך פערזענדליך בין נישט קיין מבין, איך פרעג סתם.

הרב טייטלבוים איז אריין אין אריזאנע מצות ביזנעס. איך וואונטש אים הצלחה. אפשר וועל איך אפילו קויפן פאר מיין משפחה.
מיין שאלה איז נאר - קיינער זאל נישט באליידיגט ווערן - גייען יעצט אלע סאטמארוני מיטגלידער מוזען האלטן אז די אריזאנע מצות זענען טאקע אויסטערליש?
די שאלה קען גיין פארקערט אויך, וועלן זיינע מתנגדים מוזען האלטן אז ער הייבט נישט אן צו פארשטיין...?
איך פערזענדליך בין נישט קיין מבין, איך פרעג סתם.
--
וויצן אין אזא זייט. אזעלכע חשבונות קען מען מאכן אויף יעדע געמיינדע אדער קהילה.
פרייטאג יולי 12, 2013 7:54 am#132938
מיט יאיר'ס לעצטערע תגובות, קען יעדער ערווארטן דער אשכול וועט דערגרייכן דאפעלט אזויפיל בלעטער ווי יעדער האט געטראכט בעפאר.
יאיר'ס רעטאריק וועט זיכער אויסגעטייטש ווערן ביי טייל אלס דברי טעם, און ביי די מערהייט אלס שטארק פראוועקאציש. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין וועט דאס ברענגן א פלייץ פון שטורימישע תגובות פון אלע סארטן.

דעת תורה, און דעת בעלי בתים; בדחנים, תרתי משמע. אייוועלטיסטן, עקסטרעמיסטן; שטיבעליסטן, און ראציאנאליסטן.
דער וועט שרייען עפרא לפומיה, און דער וועט פרעגן וואס איז דאס בכלל א מויל, וואס איז ערד, און וויאזוי קומען זיי זיך צוזאם.

יאיר וועט מסביר זיין, ענטפערן, און צוריקפרעגן, דערביי וועט ער אנפילן עטליכע שיינע תגובות. באזירט אויף היסטאריע, וועט זיך די אגרעסיווע דעבאטעס זיינע ענדיגן : " הרב ...... טייערער, דאס איז די לעצטע מאל איך גיי דיר ענטפערן, און איבער זאגן די זעלבע זאך שוין צום טויזנסטער מאל". (הגם מ'וועט אים נאך זעהן דא דארט עובר זיין אויף זיין צוזאג).

שרגא מיט זיין צענטער-רעכטן בליק, וועט פראבירן צו ראציאנאליזן די נושא, דערביי ארויפהייבן די צדדים פונעם דעבאטע אויף א העכערן לעוועל. יידל מיט זיין צענטער-לינקן בליק וועט דאס קאמפלימענטירן, און צושניידן. דערנאך וועט שרגא אריינפילן די לעכער, ביידע וועלן איינגיין אויף א מעסיגן קאמפראמיס, און ארויסקוקן אויף פרישע אמפערייען.

לעיקוואד האט נישט אין פלאן צו פארלעשן דעם גראז שניידער. ווער, און וויפיל מ'גייט אים שטעלן אויף דעפענסיווע וועט ער נאך אלץ שטיין אויף אפענסיווע, און קנאקן שטיקער רעכטס און לינקס.

איבריג צו באטוינען אז געוויסע גייען זיך ארויפכאפן אויף די אריזאנע ווייץ תגובה, און פריוון מיט גוטן אדער בייזן צו מאנעווירן דעם שמועס. פון איבעראל וועט זיך אנזעהן פריש געשפראצטע ניקס פראגראמירט מיט די נייעסטע צימעס סאפטווער, וכל אחד לבית אבותו, וועט פראבירן נופך צו זיין משלו.

פילע שפאגל נייע אשכולות—דירעקטע תולדות פון היציגע תגובות דא--זענען ערווארטעט ארויפשפראצן אויפן אויבערפלאך, ווי ס'גלייבט זיך ס'וועט זיין תולדותיהן כיוצא בהן.

ער וועט זיכער פארדינען אפאר פרישע חתימות, שלום דין האט שוין געבאקמארקט די אשכול, און קאווע טרינקער וועט אומסוקסעספול פראבירן צו שלעפן דעם שמועס 'כעין הפתיחה'.

יואליש הגם נאר אויף א טובל און ארויס, וועט נישט אנטוישן דעם ציבור, און ברענגן א שמייכל אויף די לעפצן נישט קיין חילוק וועלעכע ליניע ער באשליסט צו נעמען באשר הוא שם.

הוגה פלאנט נישט אפצוטרעטן פון זיין אראפגעשטעלטן הארטע לאגיק, טאמבל סאס וועט מאכן א ווילדן אומפאראויסגעזענע טאמבל סאס, און הקטן וועט שרייבן לאנגע תגובות, זה הקטן גדול יהיה.

פשוט קאמפליצירט וועט אויך אריינבלאנדזשנען איינמאל אין צוויי וואכן, און פראבירן פשוט-פשוט צו מאכן זאכן וואס קאמפלעצירטע ניקס האבן קאמפליצירט.

סמייליס אין אלע פארמאטן זענען אויך ערווארטערט אנטייל צו נעמען אינעם קריג, און דעמאנסטרירענדע לייקס וועלן זיך גיסן די והותר פון רעכטס ביז לינקס.

פילע קאמפלעצירטע נושאים פון פיליזאפיע, טעאלאגיע,מעטאפיזיקס, עוועלוציע, ביגבענג, תורה מסיני, אמת'ע אטיאיסטן, פאלשע אטיאיסטן, אגנאסטיק, און וואס ס'שטייט באמת אין מורה נבוכים. אלץ וועט זיך אריינ'גנב'נען צווישן די שפאלטנעס, און מאכן א קוגל פון אלצדינג.

אינצווישן וועט שוין זיין א פרישע אוי טי די שאו, און מ'וועט קענען שיפטן די געירס אהין.
פרייטאג יולי 12, 2013 8:27 am#132941
ATUB @יאיר ATUB איי'ם טרילט יא'ער בעק.
צוזאמשטעלן רעביצין רייך'ס תכשיטים מיט'ן היינטוגען רב טייטלבוים איז פיין, אבער צוזאמשטעלן דער גוי, דער כופר, נו, וויאזוי הייסט ער נאר, ווייסט וועם איך מיין, מיט'ן אלטען רב טייטלבוים, איז עפעס מאדנע ביז גאר. בתוך הדברים זאגסטו אז ביז 200 יאר צוריק האט יעדער געגלייבט אז גאט האט באשאפען די וועלט, איז וויאזוי קענסטו זאגן תוכ"ד אז קיין איין צד - להבדיל - קען נישט "אויפווייזען" זייער גערעכטיקייט. דאס אז דער "גאנצע" וועלט האט געגלייבט אין בורא עולם איז די שטערקסטע אויפווייז (פאר ווער ס'שפילט די איני מאמין געים) אז דאס איז געבויט אויף א פאקט און מעשה שהיה.

כ'זוך א נדבן צו פארשפרייטן רב קורמאן'ס ספרים, כדי צו מחזק זיין דר'עולם מיט ריינע אמונה.
פרייטאג יולי 12, 2013 8:41 am#132943
קאווע'לע, איך וויל נישט אריינגיין אינעם גאנצע נושא פון סייענס, אבער אי משום הא לא ראיה. אפילו לויט די תורה האט אלצדינג געדינט פרעמדע געטער ביז אברהם אבינו היכר את בוראו. קענסטו אויך פרעגן 'יעדער' בעפאר האט געהאלטן.
פרייטאג יולי 12, 2013 8:47 am#132944
אוודאי געוויס אין דער "יעדער" איז פארהאנען א געמיש פון sub געטער וכדומה, אבער דאס אז "יעדער" האט געגלייבט אז (א) גאט האט באשאפען די וועלט, איז גענוג אויף נישט צו קענען צוזאמשטעלן די צוויי פיגורען.
פרייטאג יולי 12, 2013 8:53 am#132946
קאווע טרינקער האט געשריבן:

כ'זוך א נדבן צו פארשפרייטן רב קורמאן'ס ספרים, כדי צו מחזק זיין דר'עולם מיט ריינע אמונה.



האב איך געהערט פון אנדערע אז קורמן'ס ספרים זענען דווקא מחליש די אמונה, אלא מאי דו האלטסט אז דאס איז די ריכטיגע אמונה, נו, איז מעג יאיר האלטן אז דווקא קאווע שטיבל ותגובותיו זענען מחזק די ריינע אמונה.
פרייטאג יולי 12, 2013 8:57 am#132947
ATUB @קאווע טרינקער ATUB , איך ווייס נישט וויפיל הרה"ג ר' זאקס שליט"א איז ביי דיר מייצג דער אלטער הרב טייטלבוים, אבער פון דער פאלגענדער שמועס קען מען דאך זעהן גאנץ קלאר אז ער מיט דער יענער נו ווי הייסט ער זענען טאקע למעשה גאנץ נאנט אין זייעער דעות.

פרייטאג יולי 12, 2013 9:06 am#132948
מארק שפירא האט מיר אמאל געשריבן אויף ספרי קורמאן "מלאים יראת שמים"..!
פרייטאג יולי 12, 2013 9:11 am#132950
נו, ראו מאן דמסהיד עלייהו...
פרייטאג יולי 12, 2013 10:51 am#132970
קאווע טרינקער האט געשריבן:@יאיר איי'ם טרילט יא'ער בעק.
צוזאמשטעלן רעביצין רייך'ס תכשיטים מיט'ן היינטוגען רב טייטלבוים איז פיין, אבער צוזאמשטעלן דער גוי, דער כופר, נו, וויאזוי הייסט ער נאר, ווייסט וועם איך מיין, מיט'ן אלטען רב טייטלבוים, איז עפעס מאדנע ביז גאר. בתוך הדברים זאגסטו אז ביז 200 יאר צוריק האט יעדער געגלייבט אז גאט האט באשאפען די וועלט, איז וויאזוי קענסטו זאגן תוכ"ד אז קיין איין צד - להבדיל - קען נישט "אויפווייזען" זייער גערעכטיקייט. דאס אז דער "גאנצע" וועלט האט געגלייבט אין בורא עולם איז די שטערקסטע אויפווייז (פאר ווער ס'שפילט די איני מאמין געים) אז דאס איז געבויט אויף א פאקט און מעשה שהיה.

כ'זוך א נדבן צו פארשפרייטן רב קורמאן'ס ספרים, כדי צו מחזק זיין דר'עולם מיט ריינע אמונה.


קאווע, דו מאכסט איין טעות. אריזאנא ווייץ איז אויך עפעס אין וואס יעדער האט געגלייבט פאר 2000 יאר. פארשטייט זיך ס'איז נישט אראפגעשריבן, אבער ס'איז פארהאן א לאנגע ארעל טראדיציע. כ'מיין בהכרך מיזטו זאגן אז מ'מיז צוקומען צו אראל טראדיציע ווארום אויב ווילסטו זיין אן עקשן און זיך פארלאזן בלויז אויף די טעקסט פונעם פסוק 'בערב תאכלו מצוות' דאן וויאזוי וועסטו וויסן אז די מצות שאכטלעך ברויכן קומען מיט א שטריק פאר די פסח-געים? און די אינטערעסאנטע זאך איז איז אידן פון אלע עקן פון די וועלט, פון אשכנזים אין וויליאמסבורג ביז ספרדים אין דיעל און רוסן אין ברייטן ביעטש, יעקעס אין וואשינגטאן הייטס, אלע פארקניפן זיי די מצות אויפן זעלבן אופן. צו זאגן אז דאס איז א פערצופאל ברויך מען זיין א שוטה וגס רוח.

הזהרו בדבריכם.



(דאס איז אן ארומע פארזוך צו פארפילן יואב'ס צוטיילונג צו מיר די ראלע פון א בדחן. ובזה יצא ידי חובתי און העמיר היצט גיין איינקויפן די קעז פאר של"ס שבת חזון, כמנהג רבותינו.)
פרייטאג יולי 12, 2013 11:26 am#132978
ATUB @יואליש ATUB , איר האט ממש צו געטראפן... די מצה שטריק איז לכאורה א זכר פון צובינדען די ATUB @לעמיל ATUB צום בעט...
פרייטאג יולי 12, 2013 11:41 am#132986
און די שפיל מיט די שטריק איז א זכר פאר ווען די מצריים זענען ארומגעגיינגען זוכן כל הבן, און די היטערס האבן געשריגן "א מצרי קומט, א מצרי קומט," האבן די אינגעלעך אנגעטוהן און שעסלען און פארקעמטע האר שנעל ארוסגענומען די מיידעלישע געימס און זיך געמאכט טעמיש איבער ווי זייער ברודער זענען.
פרייטאג יולי 12, 2013 12:33 pm#133009
יואב האט געשריבן:שרגא מיט זיין צענטער-רעכטן בליק, וועט פראבירן צו ראציאנאליזן די נושא, דערביי ארויפהייבן די צדדים פונעם דעבאטע אויף א העכערן לעוועל. יידל מיט זיין צענטער-לינקן בליק וועט דאס קאמפלימענטירן, און צושניידן. דערנאך וועט שרגא אריינפילן די לעכער, ביידע וועלן איינגיין אויף א מעסיגן קאמפראמיס, און ארויסקוקן אויף פרישע אמפערייען.


ביסט צוקער זיס, אבער ליידער בין איך פארטיג דא פאר יעצט. איך האב געהאט אביסל אן אומגעווענליכע וואך, בין איך דא געקומען האבן אביסל פאן. אבער פון קומענדיגע וואך גיי איך צוריק צום הארטן סקעדזשועל און וועל אי"ה ווייטער ניצן דעם כוח המעצור צו קומען דא באזוכן ווי ווייניגער, מערסטנס איינמאל א חודש. טאקע באמת קלוגע און באטעמטע מענטשן צווישן וועמען עס איז א פלעזשור צו זיין, ממש יעדער איינער באזונדער (אפילו וועם איך האב נישט געטארט לייקן צוליב א שאלה פון לא תחנם), אבער מיין פרנסה און פאמיליע קומען ביי מיר ערשט.
מילא אמאל א בליק טון בגניבה איז איין זאך, אבער שרייבן וואלט מיר געברענגט נאך און נאך און נאך און נאך, און עס נעמט אוועק פון מיין פריוואטן לעבן. ביי מיר איז דער פאקט אז דאס טוט בע"כ שטערן פון מיין ארבעט, עס נעמט אוועק פון מיין קריטיש-וויכטיגע צייט וואס איך וויל שפענדן מיט מיין באליבטע אשת חיל אדער פון דאס ביסל קריטיש-וויכטיגע צייט וואס איך וויל שפענדן מיט מיינע קינדער (און פרובירן הייבן זייערע שאנסן צו אויסוואקסן מיט א געזונטן חן און שכל טוב בעיני אלוקים ואדם). איך זע כמעט נישט קיין מציאות וויאזוי די צוויי זאכן זאלן נישט אווערלעפן. און דאס איז שוין אויסער דעם וואס איך וויל נאך סעלפישע צייט פאר מיר אליין צו שטילן מיין אומבאגרעניצטע תאוה צו לערנען און ליינען, בצירוף פון נאך אנדערע גשמיות'ער. איך וויל נישט האבן קיין שום מין פארם פון עדיקשאן וואס קען שטערן מיין פריוואט לעבן. (און איך זאג עס דא יעצט כדי עס מיר זאל העלפן זיין נאך גרינגער, ווייל יעצט זאל יעדער וויסן אז אויב איך שרייב דא מער ווי איינמאל א חודש האט מיין לב גובר געווען אויפ'ן מוח. דאס איז מיר דעמאלט א בושה און עס קומט מיר א גרויסן דיסלייק.)
שוין, באלד גייט מען מיר דן זיין למיתה פאר'ן פארדרייען אן אשכול.
פרייטאג יולי 12, 2013 1:15 pm#133016
יאיר, האסט אין געוויסן זין אמת'ע פונקטן מיט וואס איך בין לאו דוקא מחולק, נאר עס איז ארומגענומען פון אן איבערגעטריבענעם סארקאסטישן טאן, וואס כ'האב שוין נישט קיין כח צו צענעמען ווייל איך וועל דאך מוזן צוריקקומען מסתמא עטליכע מאל מיט מגילות צו מסביר זיין מיין זייט פון די מטבע. נאר אין קורצן ביסטו למעשה אויך מודה אז די וואס גייען אוועק זענען לאו דוקא די איבערגעקלוגטע. און איך בין דיר מודה אז די וואס בלייבן זענען לאו דוקא צוליב חכמה.

דאס אז איינער וואס גלייבט זירא אין א העכערן כוח פארשטייסטו וואס קען אים טרייבן צו וועלן גיין, האב איך געזאגט פארשטיי איך אויך, נאר כ'האב צוגעלייגט אז עס מיינט נאך אויך נישט אז דאס גייט אים יעצט ברענגען א בעסער לעבן, ווייל אויסער די געווענליכע שוועריגקייטן וואס יעדע פרישע קולטור ברענגט גייט זיך געווענליך אנהייבן אן עמאציאנאלע דראמא מיט די ביאלאגיש-באליבסטע זאכן אין לעבן וואס דאס וועט אים רויבן אסאך מנוחה.

וועגן דעם וויידל ווייסן מיר, אבער דא איז דאך בלויז געווען דער פוינט אז דאס וואס איינער האט עס גענוצט אלס משל פון "די" זאך וואס איז ממש א ראדיקאלע פאנאטישע זאך צו וועלן "איינרעדן" א קינד, האב איך אנגעוויזן אז צופעליג דאס איז למעשה א מציאות וואס יעדער קען נאך ביז היינט זען. און אפגעזען צי ווילסט דאס אויך ניצן אלס ראיה צו אן אנדערע ענין (וואס קודם מוז דאך עוואלוציע נישט זיין קיין סתירה, און צווייטנס קען מען זיך דינגען דערויף אויב נויטיג ווייל יענער אנגעבליכער "איבערגעבליבענער" חלק דינט פאקטיש א פונקציע צוזאמצוהאלטן די ארומיגע מוסקלען, און עס האט נישט קיין שום ביין אדער מוסקלען, ממילא ווען נישט די פון-פריער-געמאכטע הנחה פון עוואלוציע וואלט מען דאס בכל נישט געמוזט אנקוקן אזוי.) נעמט דאס אבער נישט אוועק און עס איז קאי וקיים אלס ביישפיל פון א זאך וואס מיט א קורצע צייט צוריק ווען די וועלט איז נאכנישט געווען אזוי טעכנאלאגיש קליין, איז דאס מסתמא געווען פון די בעסטע שפאט-פראגע צו אידישע ראציאנאליסטן. "נו, א וויידל. אויף ושתי. יא, אוודאי, דו משוגענער גלייבסט נאך בכלל אזא מציאות!" האב איך געוויזן אז דאס האט זיך יא ארויסגעשטעלט אלס מציאות.

אבער אוודאי זענען נאך דא גענוג אנדערע זאכן וואס מוזן בלייבן אויף ריינע אמונה. און דער גלויביגער גלייבט יא, און דער אומגלויביגער גלייבט נישט (נאר ער גלייבט אנשטאט מיט פונקט אזא בלינדע און פאנאטישע אמונה ווען ער הערט למשל אז עס איז דא איינער וואס זאגט אז ער האט א מאטעמאטישע חשבון און פענסי טערמינען צו מסביר זיין אז א יש מאין קען יא באשאפן ווערן אליין אן קיין שום דרויסנדיגער כוח. פלוצלינג גלייבט ער באמונה שלימה און טאקע מיט א תמימות אז אויב יענער זאגט, מסתמא פארשטייט ער. ממש ווי די העכערע פארשטאנד פון א רבי'ן, אפילו ער רעדט די מערסט אומפארשטענדליכע און פאראדאקסישע רייד וואס נאר שייך).
פרייטאג יולי 12, 2013 1:21 pm#133020
ATUB @שרגא ATUB , האסט נישט מורא פון גילוי? ווער האט מער צייט אין די ניין טעג אויסער א פלייש האקער?
אפשר ביסטו דער "ארי" וואס ראקלענד קושער האט אוועקגעכאפט פון פאמעגרענעט?
פרייטאג יולי 12, 2013 1:29 pm#133026
קאווע טרינקער האט געשריבן:@שרגא, האסט נישט מורא פון גילוי? ווער האט מער צייט אין די ניין טעג אויסער א פלייש האקער?
אפשר ביסטו דער "ארי" וואס ראקלענד קושער האט אוועקגעכאפט פון פאמעגרענעט?


איך האב זייער מורא פון גילוי, אין פרשת כי תצא. אבער אין ריעל לייף, פארוואס זאל איך דען מורא האבן? איך בין ב"ה א גאנצער מאמין. וואלסטו מיך נישט גענומען פאר אן איידעם אויב דו ווייסט מיין איידי?
סייווי האב איך נאר מגלה געווען טפח אבער דו ביסט מגלה טפחיים און אזוי ארויסגעשריבן דעם נאמען און אלעס? איך בעט דיך נעם שנעל אראפ. באלד פארליר איך דא מיין פאסטן.
פרייטאג יולי 12, 2013 1:31 pm#133029
ס'איז דערפרישענד צו זעהן אז ווען דו קומסט אהיים אונטער די שרגא ניק הערשט א שטארקע שלום בית אין שטוב. :D

ערענסט גערעדט, כ'האלט מיך איין אגאנצן וואך פון אריינשפרינגן אין די רינג וואס גייט ארום ענדלאז, אבער לקראת שבת קען מען זיך ערלויבן אנשטאט א שווים.

דאס מאכן די עצם ושתי וויידל אלס אן ענין וואס דער אריגינילער שרייבער האט אראפגעשטעלט אלס זיין פראבלעם איז א טעות עט בעסט, אויב נישט קיין שטרוי מאן. ווי - דאכט זיך - יידל האט קארעקטלי אנגעמערקט איז געווען זיין נקודה דאס פחד פון זיך פריי אויסדריקן צו קינדער אפילו אין ענינים וואס, ווי שרגא זאגט ריכטיג, קען ארבייטן האנט און האנט מיט אמונה און אפי' מסורה. דאס בארויבן די אפענע קאמיוניקאציע מיט א קינד און בארויבן דאס נאטורליכע דראנג צו קלערן, אויסשמועסן און פרובירן צו זיין אמת'דיג (פון זיין קוקווינקל) מיט די ארומיגע, און פארלאנגן מוח-ריאנרינטאציע און אנדערע דערשטיקענדע מיינד קאנטראל טעקניקס שמעקט פון א טאטליטעריען צוגאנג. געוואנדן לויט די מהות פון א מענטש קען עס מיינען גארנישט פאר איין מענטש און אלעס פאר א צווייטן. און וואס ארבייט פאר שרגא (גאנץ באשטימט א סאפיסטיקירטע קאפ) קען אדער יא פרעסקרייבט ווערן פאר א צווייטן אדער נישט. אבער זיכער איז עס נישט קיין רעצעפט פאר יעדן. צו אפרעגן די פראבלעם מיט די פאקט אז ס'איז דא מענטשן אינעם געזעלשאפט געניג ברייט אויפגעבויט וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז ושתי'ס זנב ווי איוב זעלבסט איז לא היה ולא נברא איז מיסינג די פאוינט. די רעדע איז איבער די מעינסטריעם געזעלשאפט. אפי' דא אין קאווע שטיבל קען מען זעהן עדיטוט פון אסך אז אזא זאך גרעניצט זיך מיט כפירה, און אין די דורכשניטליכע בית מדרש איז דאס די אלגעמיינע סענטימענט. און מיט דעם ברויך א אינגערמאן דיעלן ערב ובוקר וצהרים.

אן אנדערע ביישפיל קען איך געבן ווען איינער האט מיר פרובירט צו אפרעדן פון רעדן איבער די סאלאר סיסטעם אין העליאסעטריק טערמינען. ער האט מסביר געווען אז דאס קינד וועט זיין "קאנפויזד" און קען אריינלויפן אין פראבלעמען אין חדר. דערווייל האט ער נאכנישט געהאט קיין מלמד וואס ווייסט די חילוק פון א לבנה ביז א פלאנעט ביז א שטערן, אבער זיי האבן שטאקע מיינונגן איבער די מהלך הכוכבים און איך מיז געדענקן צו משנה זיין שטענדיג משום דרכי שלום צו אקאמאנדירן אפאר אנאלפעבעטניקעס וואס קענען נישט אסטראנאמיע און נישט יהדות. ס'איז אפשר א שטארקע און אין רוב פלעצער אן איבערגעטריבענע משל, אבער אין א טייל פלעצער איז עס וואר, און זיכער איז עס וואר מיט פיל אנדערע משלים. (און דאס איז אויך א נקודה. נישט יעדע מקום און יעדע מענטשן איז אייניג מיט די ענינים, און ס'איז נישט שייך צו זאגן, פאר מיר ארבייט עס פיין אדער ביי אונז איז נישט דא דעם פראבלעם. אשרי חלקך אבער וואס האט דאס מיט יענעם?)

ס'איז דא מענטשן וואס זענען בעצם די סטיל צו וועלן משפיע זיין און זענען מער אפען און וואקאל פון אנדערע. א טאטע בפרט האט א חיוב אויסצופארמען א קינד און האט די נאטריליכע דרייוו עס צו טוהן ווי ער שפירט איז קרוב לאמת שלו (דאס איז וויאזוי איך לערן אפ אין אדם מוריש שקר לבניו). צו הייסן פאר א פאטער צו כובש זיין עדותו און ארויס-סובען די חינוך צו א סיסטעם געוואנדן אין וואספארא ווינט ס'בלאזט יעצט אין חדר און עמי בבית ברויכן זיצן ביים שבת טיש און הערן אבער גארנישט אריינרעדן איז דערשטיקענד פאר מאנכע, און א רויב פון עלעמענטארע הומענטארישע רעכטן און געוויסן.
פרייטאג יולי 12, 2013 1:32 pm#133031
קאווע טרינקער האט געשריבן:@שרגא, האסט נישט מורא פון גילוי? ווער האט מער צייט אין די ניין טעג אויסער א פלייש האקער?
אפשר ביסטו דער "ארי" וואס ראקלענד קושער האט אוועקגעכאפט פון פאמעגרענעט?


די קליידער געשעפטן זענען אויך פארשפארט. און די בארבער גייען אויף ערלויב לחוגג שריפת בית אלוהינו.
פרייטאג יולי 12, 2013 2:14 pm#133041
ATUB @יואליש, ATUB אמחיה צו ליינען אזעלכע קלאר-ארויסגעקומענע דיבורים. אגב, למען האמת פארשטיי איך נישט געהעריג דיין ערשטע שורה.

צום פונקט, פארשטיי איך דיין פונקט איבער דעם גרעסערן פונקט פון יענעם ארטיקל, אבער איך האלט קלאר אז דער פונקט וואס איז ארויסגעקומען פון דעם וויידל (ווערטערשפיל נישט במכוון) איז א שטארקע פונקט פאר דעם מאמין. ס'איז נישט ער האט עס דערמאנט אין א שורה און איך האב זיך ארויפגעכאפט דערויף, נאר עס איז דעטאלירט אין זעקס-זיבן פאראגראפן. און יא, ווען איינער זאגט
But I could no longer lie to my son, pretend to believe a midrash so fanciful, and so I told my son that no, I did not believe that Vashti grew a tail.
איז זייער א לעגיטימער פונקט (אקעי, לאמיך טוישן ווארט...) צו אנמערקן און דאס נעמען אלס ביישפיל אז דער גלויביגער איז נישט אייביג משוגע מיט זיינע גלויבונגען און דער סקעפטיקער איז לאו דוקא קלוג און גערעכט מיט זיין סקעפטיציזם (ווי נאך א משל פון חידוש העולם וואס איז אמאל געווען ביי פילאזאפן א געוואלדיגער און אומגלויביכער חידוש). עפעס נאר דער כופר מעג אייביג ארויפטאנצן אויף יעדע קלייניגקייט וואס ער טרעפט אין רעליגיעזע טעקסטן און מאכן דערפון שפאט און חוזק עד נאזיום?
לגבי די זון און מחנך זיין קינדער, ווייס איך נישט ווער עס איז יענער קלוגער איד, אבער איך רעד יא צו מיינע קינדער און העליאסענטרישע טערמינען. און אויב דער ואוס פסק'נט די הארבע מניעת הריון שאלות רעדט אזוי אין זיינע דרשות, ווער קען קומען זאגן אנדערש? איך דערצייל אייביג פאר מיינע קינדער דברי חכמה, איבערהויפט די עלטערע, און די איינציגע צוויי אפציעס זענען נישט "באהאלטן" אדער "אויפקלערן". איך פרוביר אריינבאקן אמונה, אבער ווען עס קומט צו פארשידענע גרויע תחומים וועל איך זיי געבן אמביגועזע (סארי, ר' סענדער, כ'האב עס ערשט געכאפט...) ענטפערס. מ'קען ניצן ווערטער ווי "עס זענען דא וואס האלטן אזוי און דא וואס האלטן אנדערש", "עס קען זיין, אבער אפשר איז עס דא נאר א בחינה", און אזוי ווייטער לויט דעם ענין, ואוס לערנט זיי אויס דעם וויכטיגן כלל אז "גארנישט איז נישט אזוי פשוט." סתם זיך רעגן און בלעימען נאכאמאל און נאכאמאל דעם סיסטעם איז מען ווייטער שטעקן אין פינסטערניש און קיין פראגרעס ווערט געמאכט.
פרייטאג יולי 12, 2013 2:27 pm#133044
נאכאמאל א משל וואס אפי' דער דיין זאגט ברבים אבער פארט קענסטו באקומען בייזע בליקן (כ'מיין לאו דוקא דו). דאס מאכט די נקודה שטערקער. אז אפי' אין תחומים וואס איז שוין היינט עטוואס מעינסטריעם, האט די המון עם (וואס איז די שטערקסטע פארס אין סאסייעטי) נישט באקומען די מעמא. און טאקע אויף דעם נושא, כ'געדענק כ'האב געכאפט א פסק פון א איד וואס איז געזיצן פארענט פון מיר אין ביהמ"ד און האט זיך פערצופאל אינטערגעהערט א שמועס איבער דעם נושא. און ווילאנג כ'האב איך נישט געקענט ווייזן אז אן אפיציעלע רעדנער דורך די אפיציעלע קהלה האט אויך מסכים געווען דערצו, בין איך געווען א האלבער ערל. וואלט די קהלה פערצופאל נישט געהאט קיין ניטל דרשה דורך דעם רב, וואלט איך זיך קיינמאל געקענט ריינוואשן.

און מיט אזוינע ברויך מען דיעלן אגאצן טאג.

אבער געניג מיט די דראמאטיזאציע. די נקודה איז אז ס'הערשט אן אומדעריקטע קאלעקטיווע קאנשיענס עדיטוד, אז פונקט ווי מ'מיז האבן א מקוה קארטל מיז מען האבן א טראכטן קארטל. און די קאלעקטיווע קאנשיענס איז לאו דוקא א סאפיסטיקירטע, און ס'איז זייער שווער צו נישט באנייען די חודש קארטל.

****


די עדיטוד אז דער גלויביגער איז אוטומאטיש א שוטה בין איך מודה איז אראגאנטיש און א טיפשות. כ'וואלט געוואלט גלייבן אז דאס איז פשוט לכל.
פרייטאג יולי 12, 2013 3:52 pm#133079
שרגא האט געשריבן:עצה אויף וואס? וואס גענוי באדערט דיך? אז דו קענסט נישט אפן רעדן די אנדערע שיטות ווייל יענער וועט זאגן ביסט אן אויבערחכם? אקעי, קודם האסטו אנערקענט דעם פאקט אז דו ביסט געבוירן א חסיד צווישן חסידים און דו ווייסט וואס עס איז אנגענומען צו קענען רעדן און פרעגן און וואס נישט.

איך זע דריי ברירות: 1) אוועקגיין פון דעם סיסטעם. 2) בלייבן, אבער אנפייפן יעדן און זאגן וואס דו האסט צו זאגן ווען דו האסט צו זאגן. 3) בלייבן, און זיך האלטן פארמאכט דאס מויל פאר ווער עס דארף נישט הערן.

יעצט, אויב איז די צער ביי דיר ממש געוואלדיג גרויס און ממש דו פילסט אז דו וועסט זיך דערשטיקן אויב וועסטו זיך נישט אנרופן נאך די מגילה אז דער וויידל חלק געפעלט דיר נישט וכדומה, דו פילסט אז וכל זה איננו שוה לי אויב קענסטו נישט משפיע זיין אדער ווייזן דיין חכמה פאר דיינע ארומיגע חברים, דעמאלט בלייבסטו מיט אפציע 1 אדער 2, וואס אויב ביסטו קלאר אווער אויף זייערע קאנסעקווענצן און עס לוינט זיך דיר, דעמאלט ווייסטו דאך וואס האסט צו טון. ווידער אויב נעמסטו אן דעם פאקט כמו שהוא און גייסט גלייך צום פיפטן שטאפל פון גריווענס, וואס איז "עקסעפטנס", דו נעמסט אן דעם פאקט אז דאס איז עס, און יעצט נעמסטו זיך טוישן דיין געדאנקענגאנג עס זאל זיך קענען צופאסן צו דיין ענווייראמענט, בשעת די אנדערע זאכן וואס קיינער האלט נישט מיט וועסטו זיך סייווי ווייטער אויסגעבן (רעדן מיט "יענע" חברים און קומען אין קאווע שטיבל, וכדו'), וועסטו דיך העכסטנס אביסל בארואיגן.

האסט זיכער גענוג אנדערע זאכן וואס דו קענסט נישט שעירן מיט רוב פון דיינע חברים אויסער דיין פאמיליע, ווידער האסטו מסתמא זאכן ואוס וואלסט יעדן געזאגט אויסער פאר דיין פאמיליע, און יעצט וועסטו העכסטנס האבן א דריטע קאטגעאריע. סך הכל קענעסטו עס אנקוקן ווי די פארשידענע קאטעגאריעס וואס יעדער מענטש האט מיט זיינע ארומיגע. איין חבר האט מען צו רעדן/הערן לשון הרע, א צווייטן פאר אלע זאפטיגע רכילות'ן אין שטאט, א דריטן זיך צו לופטערן און ליצנות'ן, א פערטן צו שפילן שאך, א פיפטן וואס שלעפט אמאל אוועק צו א פארברענג, און דו וועסט אויך האבן א זעקסטן, זיבעטן און אכטן חבר פאר וועם דו קענסט איבערגעבן אלע דיינע השערות, רעצענזיעס, ספיקות און סעמי-מסקנות. ואוס איז אזוי געפערליך? יעדער מענטש האט דאך זאכן וואס ער באהאלט, ווי דו זאגסט, "אונטער די דאכענע". נו, וועגן דעם זאל מען ארויסטאנצן פון די הויט און איבערלאזן ווייב און קינדער? דאס רוב טאג און רוב לעבן דארף נישט ווערן אפעקטירט דערפון, אויסער אויב מען איז אנגעגעסן מיט האס, מען טראכט דערפון א גאנצן טאג און מען האט נישט קיין שום כוח המעצור, וואס דעמאלט איז מען סייווי אויף צרות.

ועוד, פרוביר נאר זאגן דיין דריטער נקודה אין שול ביים ליינען. ווי איך דאווען, וועט מען מיר דאס ערשטע מאל איידל מעיר זיין אז מ'טאר נישט אזוי זאגן, קלו וקלו דברי אלוקים חיים און אז דער צאנזער רב שרייבט דאך שוין אז אפילו צווישן ראשונים טאר מען נישט מכריע זיין, און ביים פיפטן מאל וועל איך שוין באקומען א טיטל פון אן אויפגעקלערטער.

עגען, פארוואס זאל איך עס פרובירן זאגן. קודם איך דארף נישט צוקומען דערצו, ווייל איך האב קיין פראבלעם צו גלייבן אלעס וואס חז"ל האבן געשריבן. אבער אפילו אויב נישט, וואס האב איך פון עס זאגן פאר איינעם? עס אינטערעסירט מיך בכלל נישט אז יענער זאל מיך אנקוקן מיט "יענע" אויגן, איך וועל גארנישט פארדינען און יענער וועט גארנישט פארדינען. און איך קען נאר דערלייגן. און געווענליך איז מען בכלל נישט אינטערעסירט צו רעדן סיי וועלכע דברי חכמה מיט איינעם ואוס האט נישט די אויערן דערצו און איז נישט אינטערעסירט צו הערן. סאו, יא, הו קעירס?


די מערסטע עלעגאנטע ווערטער און עצות, קען נישט אווען נעמען די ווייטאג און פיין, פון זיך איינהאלטן טאג נאך טאג צוזאגן וואס מען גלייבט.
פרייטאג יולי 12, 2013 4:01 pm#133083
איך פארשטיי נישט די דעבאטע דא, די רבנים האבן שוין געזאגט זייער מיינוג. אויב די וואס זענען אפגעפארן צוליב פרעגן קשיות איז אזא קליינער צאל, פארוואס פארפירען זיי אזוי אנקעגען די אינטערנעט? עס איז די ערשטע מאל אין אמעריקע וואס מעט פראבירט איינצופירן אזעלכע עקסטרעמע קאנטראלען. פארוואס? פאר די פאר חכמים? זעט אויס אז די רבנים און עסקנים ווייסן עפעס מער ווי די שרייבער דא.
פרייטאג יולי 12, 2013 5:57 pm#133110
קאווע טרינקער האט געשריבן:@יאיר איי'ם טרילט יא'ער בעק.
צוזאמשטעלן רעביצין רייך'ס תכשיטים מיט'ן היינטוגען רב טייטלבוים איז פיין, אבער צוזאמשטעלן דער גוי, דער כופר, נו, וויאזוי הייסט ער נאר, ווייסט וועם איך מיין, מיט'ן אלטען רב טייטלבוים, איז עפעס מאדנע ביז גאר. בתוך הדברים זאגסטו אז ביז 200 יאר צוריק האט יעדער געגלייבט אז גאט האט באשאפען די וועלט, איז וויאזוי קענסטו זאגן תוכ"ד אז קיין איין צד - להבדיל - קען נישט "אויפווייזען" זייער גערעכטיקייט. דאס אז דער "גאנצע" וועלט האט געגלייבט אין בורא עולם איז די שטערקסטע אויפווייז (פאר ווער ס'שפילט די איני מאמין געים) אז דאס איז געבויט אויף א פאקט און מעשה שהיה.

כ'זוך א נדבן צו פארשפרייטן רב קורמאן'ס ספרים, כדי צו מחזק זיין דר'עולם מיט ריינע אמונה.

אוי, קאוועלע, האסט מיר שלעכט פארשטאנען. א קלוגער איד ווי דיר דארף ארויסנעמען א געוואלדיגע חיזוק אין אמונה פון מיינע ווערטער. טראכט אריין, פאר הונדערטער יארן האבן מיר ערליכע אידן געגלייבט אז ס'איז דא א גאט וואס ער איז דער מקור החכמה, ער איז חכמה אליין, ווי דער רמב"ם ערקלערט. די מקובלים האבן דאס גענומען נאך א שטאפל ווייטער אז די וועלט איז בעצם א מאניפעסטעישאן פון גאט, דא איז זיין התגלות. זענען שפעטער געקומען די סייענטיסטן צו גענוי די זעלבע מסקנות! עס איז דא א גרויסע כח וואס זיי רופן חוקי הטבע וואס דאס איז חכמה און דאס פירט די וועלט, פאקטיש איז לויט זיי די גאנצע וועלט א דירעקטע תוצאה פון די חוקי הטבע. דאס איז דאך ממש אות באות וואס מיר אידן האבן אלץ געוואוסט פון די תורה הקדושה. אמת, זיי זענען מחולק אין געוויסע טעאלאגישע פרטים איבער דעם "גאט". אבער צו דען זענען דער רמב"ם און רבי משה תקו נישט געווען ראדיקאל מחולק איבער די נאטור פון גאט? איך מיין אז דער חילוק צווישן הגשמה און אי הגשמה איז פיל גרעסער ווי דער חילוק צווישן א פערזענליכער גאט און נישט א פערזענליכער גאט.
אין אנדערע ווערטער, דער פאקט אז טראצדעם וואס די אטעאיסטן לאכן פון סיי וועלכע רעליגיעזע התגלות פונדעסטוועגן זענען זיי פעסט ביי די מיינונג אז ס'איז דא כוחות פון חכמה וואס פירן די וועלט און אז מיר מוזן זיך פירן מאראליש באפעסטיגט מיין אמונה אויף אן אומגלויבליכע פארנעם.
רבותי, איך זוך א נדבן צו פארשפרייט פראפעסאר דאוקינס ספרים.
פרייטאג יולי 12, 2013 6:20 pm#133113
סארי, נישט מיין לעוועל.
פרייטאג יולי 12, 2013 6:24 pm#133114
קאווע טרינקער האט געשריבן:סארי, נישט מיין לעוועל.

דעמאלט וועסטו זיך מוזן פארלאזן אויף מיר. ווען דו טענה'סט זיך מיט אן או טי די און יענער דערמאנט ריטשארד דאוקינס, זאג אים אז יאיר פון קאווע שטיבל האלט אז דאוקינס איז מחזק די אמונה, ער קען קומען אויסטשעקן דעם אשכול. ער קען מיר אפילו שיקן אן אישית און כ'וועל אים גערן ענטפערן. איך האב א שפראך מיט אטעאיסטן, קאוועלע.
פרייטאג יולי 12, 2013 6:33 pm#133115
יאיר האט געשריבן:ווען דו טענה'סט זיך מיט אן או טי די...

איך? קיינמאל.
וואס געשעהט אויב ער טעיפ'ט אפ אלץ וואס כ'זאג אים, און ביום מן הימים דרייט זיך דער גלגל, ער נעמט איבער מיין קאפל און איך נעם איבער זיין גוישע הויזן, וואס פעילט מיר אויס ער זאל אויפשפילן מיינע דיבורים ?

א גוט שבת
זונטאג יולי 14, 2013 2:17 am#133244
צוריק צום אלטן טעמע...
איך ישוב מיר שוין עטליכע טעג צו איך זאל שרייבן דאס פאלגנדע, ווייל עס איז אביסל באריכות און די נושא איז שוין אפשר צופיל צוקייעט, און אמת'ע חידושים איז שוין נישטא. ATUB @שרגא ATUB 'ס לענגערע הודעה עטליכע בלעטער צוריק האט מיך אבער אנגערייצט, און איך פיל א פליכט צו אנערקענען וואו ער זאגט ריכטיג און אויך דארט וואו איך זעה עטליכע טעותים. אויך, היות עס קוקט אויס ווי עס ווערט דא אביסל סענסיטיוו איבער די נושא פון או-טי-דיס, עס ברויזט זיך אביסל צווישן אייניגע, עס בוזשעווען ווינטן, סיי איבער'ן טיש סיי אינטער'ן (און אויך פון אונזערע גוטע ברודער לוחמי מלחמות ה' אין איי-וועלט) האב איך אביסל מורא אז די רעגעלמעסיג 'פרידאם אוו ספיטש' וואס הערשט יעצט (און וואס איך טוה שטארק שעצן) וועט נחסם ווערן, ממילא איז אפשר כדאי יא אריינצוכאפן אפאר ווערטער.

צום ערשטן וויל איך איין זאך אנמערקן: עס זעהט מיר אויס אז שרגא און אנדערע האבן גערעדט צוממערסטנס נישט פון או-טי-דיס נאר פון "באמס." ווען איך רעד פון או-טי-די רעד איך נאר פון אזא איינער וואס האט אפגעמאכט א בפירוש'ע החלטה זיך אפצוטיילן אינגאנצן פון דעם ציבור שותו"מ און לעבן א פריי לעבן. איך רעד נישט פון דער וואס ווערט אפגעטיילט למחצה שליש ולרביע. איך רעד נישט פון דער וואס טרעפט זיך איין טאג אינדרויסן ווייל ער'ט זיך אזויפיל געדרייט מיט אנדערע קלים וריקים, און שוין אזויפיל טעג פארגעסן אדער נישט געהאט קיין געדולד צו לייגן תפילין אדער היטן שבת, אבער בעצם עגבערט אים נאך אין מוח אז ער'ז עתיד ליתן את הדין, און האפט נאך איין טאג זיך צוריקצוכאפן מיט א פעסטקייט, אויב נישט דאס יאר יום כיפור דעמאלס נעקסטע, אדער עכ"פ ווען מען הייבט אן רעדן שידוכים פאר זיין עלטסטע קינד. נישט פון אזא איינעם רעד איך. איך האלט די סארט זענען אן נושא וואס קומען בכלל נישט אהער, און זיי אנצורופן או-טי-די איז סתם א צומישעניש און א מיספארשטענדעניש.

יעצט צום עצם נושא...

שוין עטליכע חדשים וואס עס האלט אין איין ארויפקומען: וואס זענען די מאטיוון פון דעם או-טי-די? זה בכה, וזה בכה, דער האלט תאוות, און דער האלט שכל, דער האלט א צובראכענע שטוב, און דער האלט שלעכטע טאטע מאמע, שלעכטע מלמדים, אביוז, סתם פארביטערטקייט, וכו', וכו'. און עס קוקט מיר אלץ אויס אז מען היפט איבער דאס וואס קוקט מיר אויס א פשטות שבפשטות.

מענטשן פארלירן אמונה יעדן טאג צוליב קשיות און חקירה. דאס איז א דבר פשוט, און דער פאקט אז אידן יראים ושלמים ציטערן שוין הונדערטער יארן פון חקירה, און דאס אז היינט ציטערט מען פון אפיקרסישע בלאגס און מ'מאכט שטרענגע תקנות אין די פארומס אנטקעגן דברי מינות וכפירה יוכיח אז ס'איז נישט סתם עפעס געזאגט נאר ס'איז אן ערנסע פחד און מען זעהט די פירות דערפון. זענען די קשיות דווקא סאפיסטיקירטע? אפשר נישט. נאר אז דער פרעגער, דער היינטיגער או-טי-די, איז נישט קיין שפינאזע, איז דער משיב -- דער רב צו ראש ישיבה צו דער אש התורה קירובניק – אויך נישט קיין רמב"ם. יעדער גייט לויט די אייגענע כשרונות.

אין די זעלבע צייט (און דאס איז א פונקט וואס איך האלט גאר וויכטיג), מוז מען אויך מודה זיין אן אנדערן כלל גדול:

קיינער ווערט נישט "או-טי-די בפועל" ווייל דער שכל אליין איז אים מחייב. ס'איז פשוט נישט במציאות אזא זאך. נישט אז רוב ווערן נישט. קיינער ווערט נישט. אפילו א זעלטענער בעל מוח קען נישט זאגן אויף זיך אז ער האט זיך זיין גאנץ לעבן איבערגעטוישט בלויז אויף א שכליות'דיגע חשבון.

די סיבה דערפאר איז פשוט: שכל אליין נישט מחייב א מענטשליכע פעולה. נאר פסיכאלאגישע געפילן האבן א כח מחייב צו זיין א פעולה.

לאמיך עס מסביר זיין מיט א משל: א מענטש א בעל מוח זיצט אינמיטן גאס און ער זעט אז עס קומט אים אנטקעגן צו פארן אן קאר. זייענדיג א געבילדעטער און א קלוגער, גיט ער באלד א חשבון אויס, ניצנדיג די כללים פון פיזיקס און מאטעמאטיקע (לאמיר זאגן ער ווייסט פונקטליך די דעטאלן פון דעם קאר, אריינגערעכנט מאסע/ענערגיע/גיכקייט/ווייטקייט/א.א.וו.) אז דער קאר וועט אנקומען צו אים ביז פונקטליך צען סעקונדן, און אויב רוקט ער זיך נישט פון ארט, ווארט אים אפ א זיכערן טויט.

אויב איז דער מענטש בלויז שכל, אויב איז זיין מוח פשוט ווי א קאמפיוטער, האט ער זיך געמאכט א פיינעם חשבון, ס'איז אקוראט און עס שטימט פון אלע זייטן, און יעצט זיצט ער ווייטער מיט א שמייכל ביז דער קאר קומט אן און צעהארגעט אים. דער חשבון איז א פיינער, אבער אויב איז ער פשוט א ראבאט, וועט ער זיך נישט רירן פון ארט.

דער מענטש איז אבער נישט בלויז שכל. ער לעבט מיט א טיפן רצון צו לעבן און מיט פחד פאר'ן טויט, און אט זעהט ער דעם טויט פאר זיך, דאס הארץ נעמט זיך קלאפן און ממילא הייבט ער זיך זאפארט און גיט א שפרינג און רעטעט זיך דאס לעבן. דער שכל האט אים געמאכט א טריקענער חשבון, אבער ס'איז דער פסיכאלאגישער מאטיוו וועלכער האט מחייב געווען די פעולה.

די זעלבע ווען א מענטש קלערט אריין אין עניני אמונה און ער קומט צו שכליות'דיגע החלטות. ער קען מאכן א חשבון צו ער גלייבט אין גאט צו נישט, צו ער גלייבט אין תורה מן השמים, אין דברי נביאים, אין תחיית המתים, וואס אימער עס זאל נאר זיין. די החלטות וועלן אים נישט ברענגן צו טון עפעס אויף למעשה אויב עס איז נישטא אין צוגאב א פסיכאלאגישע מאטיוו, א געפיל וואס ווייזט אין ריכטונג פון א פעולה.

אויב, למשל, איז ביי דעם אינגערמאן אלעס גוט, ער וואוינט זיך גוט מיט די ווייב, די קינדער זענען אין פיינע מוסדות, ער שפירט זיך אלץ א יש און א חלק פון דעם ציבור, ער האט פיין פרנסה, ער ליידט נישט פון קיין יסורים נפשיים פון אלטע זכרונות פון חדר, פון פיזישע צו סעקסועלע אביוז, ער האט א רב צו א רבי מיט וועמען ער האט א קשר, ער האט זיינע חברים, ער איז פרייליך און צופרידן מיט אלעם, איז כמעט נישט מעגליך אז אזא מענטש זאל מאכן א החלטה אוועקצוגיין. ער איז נישט קיין מאמין, איז וואס? ס'איז נישט אז ער וועט זיך באגיין א נארישקייט מיט'ן אפפארן—ס'איז אסאך פשוט'ער דערפון: דער גוף גשמי, דער מוח מיט די הארץ מיט אלע פסיכאלאגישע געפילן ערלויבן נישט א שריט וואס גייט קעגן דער מענטש'ס גאנצע צופרידנהייט.

והא ראי', מע זעהט פאקטיש צווישן אחב"י צענדליגע צענדליגע אזעלכע (ביודעי ומכירי קא אמינא -- און איך שטעל מיך פאר אז רוב דא קענען אויך אזעלכע) וועלכע גלייבן בכלל נישט, זיי זענען כופרים ממש, אבער זיי זענען צופרידענע מענטשן -- און אז דאס לעבן איז גוט, וואס פעלט אויס אוועקצוגיין?

ווידער אנדערע איז דא וועמען דער שכל האט ביי זיי אוועקגענומען די אמונה און דאס אליין ברענגט א פסיכאלאגישע קריזיס. עס קען זיין א מענטש וואס איז שוין לאנג אומצופרידן פון זיין ווייב, פון זיין ארבייט, פון זיין סביבה, אבער ווילאנג ער האט געגלויבט האט ער עס אנגענומען מער ווייניגער באהבה, אזוי האט דער באשעפער געוואלט, און אזוי גייט דער סיסטעם, און וואס קען מען טון... יעצט אז ער גלויבט מער נישט, קומען ארויף די געפילן פון ביטערקייט ביתר שאת, ער הייבט אן קלאר צו זען זיין אומגליקליכקייט אין דעם חסיד'ישער/חרד'ישער לעבנסשטייגער, וכו' וכו'. צומאל זענען זיינע טענות ריכטיגע—מ'האט אים נישט געגעבן קיין עדזוקעישען, מ'האט אים אנגעזעקלט א שידוך מיט א פארביסענע ווייב, אין בית המדרש קוקט אים קיינער נישט אן, ער'ט זיך אלץ געפילט צוקלאפט וועגן די גע'גט'ע עלטערן, דער משוגענער ברודער, דער זיידע דער קבצן—אדער קען זיין זענען זיינע טענות גאר איינגערעדטע. וואס א נפק"מ, דער מציאות איז יעצט פילט ער זיך פארקלעמט, און זיין חוסר אמונה האט דאס אין א גרויסן טייל אנגעברענגט.

צומאל מאכט זיך אויך א צופרידענער אינגערמאן וואס בדרך כלל האט ער גראדע יא געהאט א פיינעם לעבן: א ווייב נישט קיין שלעכטע, א פיינעם פרנסה, א שטיקל בר אוריין אויכעט, גיט א דף יומי שיעור שוין יארן, אבער מחמת די פארלוירענע אמונה הייבט אן צו שפירן שטארק אומבאקוועם. דער עולם ווערט געוואור אז ער'ז אן "אויפגעקלערטער" און מען הויבט אים אן צו רודפ'ן. ס'גייט ארום שמועות, מ'זאגט ער'ז א שטיקל אפיקורס, אן אנדערער זאגט נישט א שטיקל נאר א גאנצער, מ'געט אים שוין נישט קיין עלי' אין בית מדרש, ווער רעדט נאך אויב מ'ווארפט אים ארויס, צו מ'ווארפט די קינדער פון די מוסדות, מ'שפייט אים אן, מ'שרייט אים נאך אין גאס, מ'הענגט אויף אים פאשקעווילן, די ווייב הויבט אים אן צו דערגיין די יארן, די שווער רופט אים אן און באזידלט אים, און דער אינגערמאן קוקט זיך אום און פרעגט מה לי ולצרה הזאת?

אין געציילטע פעלער איז אפשר דא איינער וועמען דאס געשעהט אויך נישט -- ער ליידט נישט צופיל פון דאס פרומע לעבן אויף אן עפענטליכן אופן, אבער זייענדיג א נישט-גלויביקער שפירט ער זיך יעצט טיף אין הארצן אז ער פארשווענדעט דאס לעבן אין א הילוך החיים וואס גיבט אים נישט קיין סיפוק. ער האט למשל כשרונות וואס ער קען נישט ארויסגעבן – ארטיסטישע צו אינטעלעקטועלע – און ער פילט א טיפער אינערליכער אומצופרידנהייט. ער קוקט זיך אום און מאכט א חשבון אז אויב טוישט ער דעם לעבן איז דא אויסזיכטן אז ער'ט האבן מעגליכקייטן אויף צו פארבעסערן זיין גייסטישן צושטאנד.

אויף די סארטן קען זיין עס האט זיך אנגעהויבן מיט שכליות'דיגע החלטות, אבער נישט די שכל האט מחייב געווען צו גיין, נאר ער איז געווען מחשב שכר מצווה נגד עבירה, און געזען אז ס'לוינט אים נישט; ער האט אפגעמאכט אז אויב גלויבן גלויבט ער נישט און צופרידן אין לעבן איז ער אויך נישט, איז וואס טויג אים דאס בלייבן? ער'ט זיך גיין זוכן א לעבן צווישן די גוים און אז עס ארבעט זיך אויס איז גוט און אז נישט, נו איז דאך פריער אויך נישט גוט געווען, איז וואס וועט ער האבן דערלייגט?

איז דער כלל, על כל פנים, אז – קשיות אהער, קשיות אהין – אויף זיך אפצוטיילן פון א גאנצע געמיינדע און א פאמיליע און א סביבה און א גאנצע לעבנסשטייגער, פארלאנגט זיך אז דער מענטש זאל ליידן אזויפיל יסורים נפשיים אז לויט זיין חשבון שטייגן זיי איבער די יסורים וועלכע וועלן קומען פון אוועקגיין. אמת, דער מענטש קען זיך נער'ן. ער האט אפשר נישט ארויס זיין אייגענעם מצב, און ער קען נישט גענוג די דרויסנדע וועלט צו וויסן צו ס'וועט זיך אויסארבייטן. זיין החלטה צו גיין קומט אבער ווייל ער שפירט אז די גייסטישע טובה פון אוועקגיין (ווי אומזיכער עס זאל נישט זיין) שטייגט איבער די גייסטישע טובה פון בלייבן. עס קען זיין אז מיט קשיות האט זיך עס אנגעהויבן, אבער דער סוף איז אז "קשיות" האבן ווייניג צו טון מיט דעם ענדגילטיגן באשלוס אויף צו טוישן א לעבנסשטייגער. צו טענה'ן אויף פארקערט איז, מיין איך, אביסל נאריש.

סאו פאר סאו גוד – אפשר פאר קיינעם דא נישט קיין חידוש.

וואס איז אבער יא וויכטיג צו אנערקענען איז דער פליפ-סייד פון דעם זעלבן מטבע. דער או-טי-די האט טאקע געהאט בעיקר א פסיכאלאגישע מאטיוו צו גיין, אבער פאר די זעלבע סיבה, דער וואס בלייבט, צו ער איז א מאמין צו נישט, האט אויך נאר א פסיכאלאגישער מאטיוו צו בלייבן. ס'איז נישט קיין צופאל אז רוב געבוירענע חסידים בלייבן חסידים, רוב געבוירענע קריסטן בלייבן קריסטן, רוב געבוירענע מוסלמענער בלייבן מוסלמענער. דער סאציעלער פרייז פון טוישן א לעבנסשטייגער איז אזוי גרויס אז פאר רוב מענטשן לוינט זיך עס פשוט נישט.

ממילא איז דער פרומער אויך נישט פרום מיט שכל. דער פרומער איז נישט פרום ווייל ער האט אן ענטפער אויף אלע קשיות, צו ווייל ער האט א שטערקערע כח המעצר אויף זיינע תאווות, צו ווייל ער איז א גרעסערער בעל אחריות. דער פרומער איז נישט פרום מיט פרינציפן און איז נישט פרום ווייל ער האט איינגעזען שכל'דיג אז ס'איז בעסער צו לעבן דווקא א אידיש לעבן.

דער פרומער מיט אביסל שכל ווייסט וויפיל קשיות ס'איז דא. ער בלייבט פרום נישט ווייל ער דורכגע'חקרנ'ט דעם מורה מיטן כוזרי, צו רב דעסלער מיט ר' אביגדור מילער, נאר ווייל צו זיין א נישט-פרומער איז פשוט נישט קיין אפציע. דער עצם געדאנק פון אפפארן ווארפט אים אין א פסיכאלאגישן אנגסט. נישט נאר אויף צו ווערן פריי ווייסט ער נישט וויאזוי, נאר אויב וויל ער זיך טוישן פון א כניאקישער חסיד אויף א מאדערנער איד פון פייוו טאונס ווייסט ער אויך נישט גענוי וויאזוי. נאך מער: דער פרומער כולל אינגערמאן, למשל, דער וואס איז אלץ געווען א איידעלער און אן ערליכער, ווייסט נישט גענוי וויאזוי פלוצלינג צו ווערן א "באם" אפילו אויב ער וויל – עס נעמט יארן זיך אנקניפן מיט די ריכטיגע חברים און פארשטיין פונקטליך די גאנצע הלוך-ילך פון "באמישקייט". דער בנש"ק וואס איז נישט צופרידן מיט זיין בנש"קשאפט ווייסט אויך נישט וויאזוי צו ווערן א געווענליכער בעלבתישער איד, ער ווייסט נישט פונקטליך וויאזי מען באגייט זיך אן שיך-און-זאקן און א ריבסענע בעקישע, ער ווייסט נישט וואס מענטשן וועלן זאגן, און צו זיין ווייב אדער שווער וועט עס צולאזן און ממילא צוממערסטנס לוינט זיך אים נישט אפילו צו פרובירן. אוודאי, אויב וויל איינער דווקא, קען מען זיך לערנען, אבער די נקודה איז, א מענטש'ס לעבנסשטייגער איז אזוי איינגעווארצלט אז שכל און פרינציפן האבן גאר א קליינער חלק אין דעם.

איז ממילא, סוכ"ס: דער פרומער און דער או-טי-די ביידע קענען זיין בעלי מוחות, בעלי תאוות, בעלי אחריות. זיי קענען ביידע האבן קשיות, און ביידע האבן תירוצים, און זיי קענען ביידע זיין הוילע קארפן-קעפ, עס האט ווייניג מיט דעם עצם החלטה צו בלייבן אדער צו גיין. דאס האט מיר אייביג אויסגעקוקט ווי א פשטות, און עס חידוש'ט מיר אויף די וואס טענה'ן זיך אויף דעם אפילו.

ממילא דאס וואס שרגא און אנדערע זאגן זיי האבן ראיות ברורות אז רובא דרובא וואס פארן אפ האבן נישט קיין קשיות קען זיין טאקע איז ריכטיג, עס איז אבער אויכט א 'רעד הערינג'. קען זיין אז די עצם סיבות פאר'ן אפפארן זענען נישט די קשיות, אבער ממילא איז וואס? קשיות אויף אמונה און טענות אויף די פרומע וועלט און סיבות אויף זיך צו בייזערן איז נאך אלץ דא, צו או-טי-דיס פרעגן עס צו נישט, צו פרומע פרעגן עס צו נישט, צו דאס איז סיבה פאר'ן אפפארן צו פאר'ן בלייבן.ערנסטע קשיות און טענות און פראבלעמען אין די חרד'ישע וועלט עקזיסטירן, און דא אין ק"ש אליין אנערקענט מען עס גענוג, צו במישרין צו בעקיפין, און ווייל או-טי-דיס פרעגן עס מער (אפשר טאקע ווייל זיי געפונען זיך יעצט אין א סביבה וואו קיינער קען נישט זיי נישט הייסט שווייגן) מיינט נישט אז די קשיות פארלאנגען נישט קיין דורכגעטראכטע תשובות.

עד כאן אויף די לענגערע נושא פון או-טי-דיס און די מאטיוון, און די גאנצע ענין פון קשיות.

נאך עטליכע נקודות פאר הר"ר שרגא'ן, וועלכע אנדערע האבן אין טייל אנגעמערקט אבער איך האב וואס צוצולייגן:

די מעשה מיט ושתי'ס וויידל האסטו זעהט אויס אביסל אויבערפלעכליך אפגעלייענט. מיין נקודה איז בכלל נישט געווען דאס וויידל. די נקודה איז געווען אז אויף די ערשטע צוויי פראגן, וועגן אחשוורוש און המן, האב איך געענטפערט אויף אן אופן וואס איך אליין האב נישט געגלויבט. איך וויל אויך באטאנען (און איך מיין אז רוב לייענער האבן פארשטאנען, אבער דזאסט אין קעיס...) אז איך האב דאס נישט אהערגעשטעלט ווי אן אייזן-פעסטע טענה אנטקעגן מסורה, נאר אלץ א רעטארישע/ליטערארישע מיטל, אנצוווייזן א פעלער אין דעם פתגם אין אדם מוריש שקר וכו', און נאך מער, מעורר צו זיין מיט דעם אויפ'ן ענין פון 'טראסט'. פארשטייט זיך אז אויב בויעט מען א בנין פון טעאלאגישע קשיות איז דאס פאר זיך גאנץ א שוואכער.

בנוגע דאס אז א וויידל קען וואקסן אויף א מענטש, דאס איז גוט אויף צו טענה'ן אז עס קען מעגליך זיין במציאות, אמת. איך בין גראדע גוט באקאנט מיט די פענאמענאן פון וויידלען אויף מענטשן. פאקטיש אבער רעדט זיך דא פון א חז"ל וואס אפילו א מאמין ווילט זיך אים זאגן אז עס איז געזאגט געווארן מעטאפאריש, ספעציעל ווען, ווי די גמרא זאגט, דער מלאך גבריאל האט זיך פונקט אונטערגערוקט מיט'ן וויידל און עס אנגעקלעבט. דאס אז מיין ענטפער איז געווען אז "ס'האט נישט פאסירט עכט" איז גראדע איינשטימיג מיט וואס פילע (אבער פארשטייט זיך נישט אלע) פרומע אידן וואלטן געזאגט. דער חלק איז פשוט געווען דעם אויספיר פון דעם מעשה שהיה, אבער, ווי געזאגט, נישט מיין מעין פוינט.

דאס וואס דו שרייבסט וועגן טשיטינג אין די אלגעמיינע וועלט ווערסוס די היימישע, איך גיב דיר גערעכט מיט די בערך'דיגע פראצענטן. די זיטן זענען אבער אנדערש, און כאטש בפירוש טשיטן איז אסאך אסאך העכער אין די אלגעמיינע וועלט, זיך צו ווענדן צו פראפעשינעלס (זונות, סטריפערס, מאסאזש, א.א.וו.) איז לכאורה אסאך א גרעסערע פראצענט צווישן די היימישע, פשוט ווייל פאר א היימישע זיך אנצוטרעפן מיט סתם איינעם מיט וועם צו זינדיגן איז נישט אזוי גרינג. בכל אופן, אז א איד זוכט זיך נאכצוגעבן א תאווה איז ער לובש שחורים ועוטף שחורים אבער או-טי-די ווערט ער נאך נישט, און והא ראי', אז ס'איז מעשים בכל יום. ממילא איז א דוחק צו זאגן אז מען ווערט או-טי-די ווייל אנדערש קען ער נישט נאכגעבן די תאווות.

דאס וואס דו זאגסט וועגן דראגס, לעט מי טעלל יו סאמטהינג: ווען מען גיבט ווען צו רייכערן אביסל מאריוואנא ביי א שבת אחים פון חסיד'ישע אינגעלייט צו ביי א רבי'ןס טיש, וואלט געהערשט א גדלות המוחין וואס מיט א גלעזל משקה קען מען נישט דערגרייכן, און אפשר וואלט געווען ווייניגער או-טי-דיס. מאריוואנא איז נישט עדיקטיוו, און עס האט נישט קיין לאנג-טערם עפעקטס אויפ'ן געזונט, ספעציעל אויב נעמט מען מיט א מאס. (ווידער אלקאהאל, קען זיין ממש א סם המוות, און אויך געפערליך עדיקטיוו, אבער אין די פרומע וועלט רעדן ווייניג דערגעגן.) מער צום פונקט, בנוגע די ווייסע פאודער וואס דו דערמאנסט: איך קען זיך פערזענליך מיט הונדערטער, הונדערטער או-טי-דיס, און צווישן מיינע ידידים קען איך נישט קיין איינציגער וואס שמעקט קאקעין (אדער אנדערע "הארטע" דראגס), זיכער נישט אויף א כסדר'דיגן אופן, און זיכער נישט קיינער וואס איז אדיקטעד. הוא אשר דיברתי, דו רעדסט פון "באמס" און סתם ליידיגגייערס, וועלכע זענען זייער נישט געסעטלט און דרייען זיך נאך צווישן די היימישע עולם (און האבן זיך קיינמאל נישט פולשטענדיג אפגעטיילט), און איך רעד פון או-טי-דיס וואס האבן געמאכט א בפירוש'ע החלטה צו לעבן א נישט-פרום אבער געסעטלט לעבן. די לעצטע זענען בכלל נישט אריינגעטון אין דראגס מער ווי א געווענליכער היימישער איד.

בנוגע די פראגע צו או-טי-דיס האבן א בעסערע לעבן: איך האב שוין אמאל געשריבן בקיצור וואס איך האלט, איך וויל אבער דא צולייגן, עס חידוש'ט מיר באמת אויף די פראגע אז עס האלט אין איין ארויפקומען. אז עס ציט זיך איינער פון אפגאניסטאן אדער פאקיסטאן קיין אמעריקע און ער ווערט א טעקסי דרייווער אדער ער פארקויפט האלאל סענדוויטשעס פון א וואגאן אויף זעקסטע עוועניו, פרעגט מען אים מיט וואונדער צו דאס איז דען א בעסערע לעבן ווי אין זיין היימלאנד? דער איד וואס איז געקומען פון רוסלאנד קיין אמעריקע אין די אנהייב 1900'ער יארן, און קוים געצויגן חיונה פון פארקויפן פירות און ירקות פון א וועגעלע אין די איסט סייד, האט ער דווקא געהאט א בעסערע לעבן ווי דער איד וואס איז געבליבן אין שטעטל? זינט די וועלט שטייט האבן זיך מענטשן אונטערגענומען צו טוישן זייער מצב מיט ריזיקאלישע שריטן מיט'ן האפענונג אז זייער גורל וועט זיך דורכדעם ענדערן. נישט אלץ זעט זיך אן א שינוי, און אפילו ווען יא, געשעהט עס נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן. מסתם טאקע האבן די רוסישע אידן אין די שטעטלעך זיך אויך תיכף גענומען אנאליזירן צו עס האט זיך טאקע געלוינט פאר יאסעל ביילעס אדער משה דער טרעגער צו פארן קיין אמעריקע, און עס איז זיכער געווען די וועלכע האבן אפגעלאכט און געטענה'ט: וואס האט עס אויסגעפעלט אויב יעצט וואוינט דער אמאליגע שטעטל איד מיט די זעלבע דחקות נאר אין א פארכמארעטער טענעמענט מיט די איירישער און די איטאליענע? גיב עס אבער א צוואנציג-דרייסיג יאר, און יאסעל ביילעס קינדער גייען אין קאלעדז און ווערן דאקטוירים און לויערס, אן משה דער טרעגער'ס אייניקלעך פירן אן האליוואד מואווי סטודיאס. איז ווער שעפט נחת צום סוף? דער שטעטל'ישער פיקח ווייסט ניטאמאל וואס מיינט א מואווי און פארשטייט בכלל נישט פארוואס מאכן מואוויס איז בעסער ווי צו זיין א פאקן טרעגער.

זאג איך אויך: דער פענאם האט זיך קוים אנגעהויבן אויף דעם היינטיגן פארנעם. גיב או-טי-דיס נאך א פינף-צען יאר און דערנאך עמער רעדן. איך גאראנטיר אז עס וועט זיין גאר אן אנדערער געשפרעך.
זונטאג יולי 14, 2013 2:45 am#133254
סאו בסך הכל, איז אמת מער ווייניגער אז או טי די'ס זענען כמעט אלע אנגעווייטאגטע מענטשן. דו טענה'סט נאר אז דו קענסט הונדערטער הונדערטער או טי די'ס, און יעדער איינער איז באמת א כופר. דער חילוק צווישן זיי און כופרים וואס בלייבן יא אינעם סיסטעם, איז ווי שטארק אנגעווייטאגט מען איז. איז דאס דיין טענה?

בעצם וואס דו זאגסט שטימט מיט די אנגענומענע מיינונג ביים חרדי'שן ציבור, אז צו זיין א או טי די מוז מען האבן עפעס א פראבלעם. דו לייגסט זייער גוט אראפ אז שכליות אליין ווירקט נישט אויפן מענטש, נאר געפילן. אלזא, פארוואס קען נישט זיין אז בלויזע געפילן זאלן פארשלעפן א מענטש וואס האט נישט קיין אנונג ווער שפינאזע איז, צו ווערן א או טי די און דערנאך זיך ערקלערן כופר (ווייל מען דארף דאך אריין פיטן אין די או טי די סאסייעטי)?
זונטאג יולי 14, 2013 2:51 am#133258
ס'האט מיר נישט אויסגעקוקט אז שרגא האט גערעדט פון די באמס וואס זענען נאך א חלק פון די חרדישע געזעלשאפט. מיר דאכט זיך אז ער האט דוקא יא געמיינט די אוי טי די, א חלק פון זיי וואס זענען באזעסן און א חלק וואס זענען גאר ליידיג.

לגבי די פראגע איבער "א בעסערע לעבן", מער typically געפרעגט: "Are you happy now", מיין איך אז דא איז א גוטע פלאץ צו נאכזאגן א ווארט פון פראן לעבאוויטש:
"Happiness is a sensation, not a condition."
זונטאג יולי 14, 2013 2:55 am#133259
דעת תורה האט געשריבן:דו טענה'סט נאר אז דו קענסט הונדערטער הונדערטער או טי די'ס, און יעדער איינער איז באמת א כופר.


איך האב דאס אין ערגעץ נישט געזאגט. לייען איבער.

דעת תורה האט געשריבן:דער חילוק ... איז ווי שטארק אנגעווייטאגט מען איז. איז דאס דיין טענה?


דער חילוק איז דער פסיכאלאגישער מאטיוו. דער או-טי-די האט א פסיכאלאגישער מאטיוו צו גיין, און דער וואס בלייבט האט א פסיכאלאגישער מאטיוו צו בלייבן.

עס אנצורופן "אנגעווייטאגט," כאטש צומאל ריכטיג, איז נישט אקוראט. גענוג פון די וואס בלייבן זענען אנגעווייטאגט, און גענוג פון די וואס גייען אוועק זענען נישט. די וואס בלייבן זענען אפט נאך מער אנגעווייטאגט פון די וואס גייען, ווייל דער סיסטעם האלט זיי אין דערינען. נאר דער פסיכאלאגישער מאטיוו צו בלייבן איז שטערקער פון צו גיין.
זונטאג יולי 14, 2013 3:00 am#133262
פידלער האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז ער האט דוקא יא געמיינט די אוי טי די, ...


דו ווילסט זיך טענה'ן סעמענטיקס? ער האט אין זיין הודעה אריינגערעכנט אזעלכע וועלכע האבן זיך נישט אפגעטיילט מיט א בפירוש'ע החלטה. איך רוף זיי נישט או-טי-די. דו ווילסט זיי יא אזוי רופן, בי מיי געסט.
זונטאג יולי 14, 2013 3:08 am#133263
דא זעסטו פון וועם שרגא האט גערעדט:

שרגא האט געשריבן:איך קען גענוג וואס האבן ביי די אכצן געצויגן אויף לינקס און נאכדעם האט די צייט געטון דאס זייניגע. מען זעט עטליכע חברים מיט קליינע קאפעלעך און טשופיקעס און דאס הייבט זיי אן אויסזען ציענד.... נאך עטליכע יאר האבן זיי אויסגעזען ווי יענע, אבער זייער אינהאלט איז גארנישט ווייניגער געווען, זיי האבן נאך היבש געציטערט פון אן עבירה נאר זייער סאשעל ענווייראנמענט האט זיך געטוישט און זיי האבן זיך צוביסלעך צוגעוואוינט.


און דא:

שרגא האט געשריבן:יעצט צי זיי האבן א בעסער לעבן ווי אונז? "בעסער" איז רעלאטיוו. אבער פון אונזער פערספעקטיוו, קוקנדיג ארויס צו זייער סארט לעבן, איז דאס פאר קיינעם פון "אונז" נישט געווינטשן. אוודאי אויב זעט א צוואנציג יעריגער בחור דעם באם אין א דאך-לאזע קאר, אדער ווי יענער פארברענט אין טרינק-הויז ביינאכט, קען ער מקנא זיין (כאטש אויב לעבט מען יענעם לעבן פאר איין גאנצע יאר שפירט עס נישט קיין צענטל פון וואס עס קוקט אויס;


איך קען באשטיין אז דו ווילסט זיי אנרופן וויאזוי דו ווילסט. מיינע אנמערקונגען זענען אבער נישט כולל די חברה.
זונטאג יולי 14, 2013 3:12 am#133264
דו זאגסט אז אן או טי די קוואליפיצירט מען צו זיין בלויז אויב מען פילט בכלל נישט קיין פחד אין הארץ פארן יום הדין. דאס הייסט אז די הונדערטער הונדערטער וואס דו קענסט זיי פערזענליך (אז זיי נעמען נישט קיין קאקעין) זענען אלע אין די הגדרה.

לאמיר זיין קלארער: וויפיל או טי די'ס - שאצטו - זענען היינט פארהאן? און וויפיל פראצענט פון די זענען כופרים מעיקרא בעפארן ווערן או טו די'ס?

און אגב, וואס און פארוואס טראכסטו גייט זיך טוישן צען יאר ארום?
זונטאג יולי 14, 2013 12:09 pm#133321
דעת תורה האט געשריבן:דו זאגסט אז אן או טי די קוואליפיצירט מען צו זיין בלויז אויב מען פילט בכלל נישט קיין פחד אין הארץ פארן יום הדין.


כ'ווייס נישט פארוואס ס'איז אזוי שווער צו פארשטיין, אבער כ'וועל זאגן נאכאמאל: אן או-טי-די איז דער וואס האט געמאכט א בפירוש'ע החלטה צו לעבן אן שמירת המצוות, און זיך אויסצוזוכן א לעבן צווישן דער אלגעמיינער נישט-פרומער וועלט. נישט אזא איינער וואס האט זיך געטראפן איין טאג אן אוועקגעפאלענער צווישן "באמס", אבער בעצם האלט ער זיך נאך א חלק פון ציבור שותו"מ. (איך בין אויך נישט אויסן צו זאגן אז ס'איז נישטא אזעלכע וואס זענען אין א "גרעי עריע." אוודאי איז יא דא. אבער אז מען קלאסיפיצירט, איז דאס דער קלאסיפיצירונג.)

דעת תורה האט געשריבן:ויפיל או טי די'ס - שאצטו - זענען היינט פארהאן? און וויפיל פראצענט פון די זענען כופרים מעיקרא בעפארן ווערן או טו די'ס?

און אגב, וואס און פארוואס טראכסטו גייט זיך טוישן צען יאר ארום?


ס'איז נישטא קיין שטודיעס אדער סורוועיס צו וויסן קלאר. פוטסטעפס האט 800 מעמבערס -- און איך שאץ אז דאס איז בערך 20-30% פון אלע או-טי-דיס.

די אנדערע פראגן הערן זיך עפעס מאדנע און קינדעריש. וויפיל זענען כופרים איז נישט מעלה און נישט מוריד אויף קיין שום חלק פון דעם געשפרעך.
זונטאג יולי 14, 2013 12:37 pm#133327
שלום דין, שרייבט!
זאג איך אויך: דער פענאם האט זיך קוים אנגעהויבן אויף דעם היינטיגן פארנעם. גיב או-טי-דיס נאך א פינף-צען יאר און דערנאך עמער רעדן. איך גאראנטיר אז עס וועט זיין גאר אן אנדערער געשפרעך.

מיט נביאות בין איך נישט מחולק ווייל איך בין נישט קיין נביא, אבער וואס דער עבר האט געוויזען איז עס גאר אנדערש, נעם למשל דע אידן וואס זענען געקימען נאך פין פאר דע קריג וואס זענען כמעט גאר ווייניג געבליבן פרום, אין זייערע קינדער שוין נאך 30 40 יאר זענען געווען אזעלעכע וואס זענען געווען גיט עבטעבלישט טייל דעקטוירם לאיערס אא"וו, זענען אבער פין דע פרומע געווען מער מאלטי מיליאנערען אווי פין דע פרייע, איך רעד פראצענטאל, אין צי ווערן א דאקטער אדער לאיער זעטמען היינט אז מ'מיז נישט זיין א.ד.ד.

ב.ד.וו. פין צווישען דיינע שורות ליין איך אז די ביסט דא צווישען אינץ,
זונטאג יולי 14, 2013 12:48 pm#133331
שלום דין האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:דו זאגסט אז אן או טי די קוואליפיצירט מען צו זיין בלויז אויב מען פילט בכלל נישט קיין פחד אין הארץ פארן יום הדין.


כ'ווייס נישט פארוואס ס'איז אזוי שווער צו פארשטיין, אבער כ'וועל זאגן נאכאמאל: אן או-טי-די איז דער וואס האט געמאכט א בפירוש'ע החלטה צו לעבן אן שמירת המצוות, און זיך אויסצוזוכן א לעבן צווישן דער אלגעמיינער נישט-פרומער וועלט. נישט אזא איינער וואס האט זיך געטראפן איין טאג אן אוועקגעפאלענער צווישן "באמס", אבער בעצם האלט ער זיך נאך א חלק פון ציבור שותו"מ. (איך בין אויך נישט אויסן צו זאגן אז ס'איז נישטא אזעלכע וואס זענען אין א "גרעי עריע." אוודאי איז יא דא. אבער אז מען קלאסיפיצירט, איז דאס דער קלאסיפיצירונג.)

דעת תורה האט געשריבן:ויפיל או טי די'ס - שאצטו - זענען היינט פארהאן? און וויפיל פראצענט פון די זענען כופרים מעיקרא בעפארן ווערן או טו די'ס?

און אגב, וואס און פארוואס טראכסטו גייט זיך טוישן צען יאר ארום?


ס'איז נישטא קיין שטודיעס אדער סורוועיס צו וויסן קלאר. פוטסטעפס האט 800 מעמבערס -- און איך שאץ אז דאס איז בערך 20-30% פון אלע או-טי-דיס.

די אנדערע פראגן הערן זיך עפעס מאדנע און קינדעריש. וויפיל זענען כופרים איז נישט מעלה און נישט מוריד אויף קיין שום חלק פון דעם געשפרעך.

דו מאכסט זייער א גוטע הגדרה. (דיסטינקש'ן). אבער, ווי מ'האמיר שוין אזויפיל מאל איבערגעקייעט ('עט נישט שאטן נאכאיינמאל.) אז א געוויסער פראצענט פון די אזויגערופענע או.טי. די.'ס -- וועלכע זענען אוועקגעגאנגען ווייל דאס אידישקייט וואס זיי (אדער זייערע עלטערן ) האבן פראקטיצירט איז געווען צו שווער פאר זיי -- זענען בדיעבד (לאחר המעשה) געווארן פילאזאפן און האבן דערקלערט אז זיי זענען בשיטה אפיקורסים און זיי זענען אוועק ווייל זיי גלייבן נישט אין באשעפער. נאר ס'איז אינטרעסאנט אז זיי זענען קיינמאל פארדעם נישט געווען באוואוסט אלס אזעלכע חכמים און חקרנים. איין משל, איז שאולי גראסמאן, וועלכער האט איבערגעלאזט דעם באשעפער פאר באקוועמליכקייט און אנדערע סאציאלע טעמים, איז פלוצלינג געווארן א חקרן און פילאזאף, קומענדיג צו די מסקנא אז ס'איז נישט דא קיין באשעפער, ח"ו.
זונטאג יולי 14, 2013 12:53 pm#133333
elter-zeide האט געשריבן:שלום דין, שרייבט!
זאג איך אויך: דער פענאם האט זיך קוים אנגעהויבן אויף דעם היינטיגן פארנעם. גיב או-טי-דיס נאך א פינף-צען יאר און דערנאך עמער רעדן. איך גאראנטיר אז עס וועט זיין גאר אן אנדערער געשפרעך.

מיט נביאות בין איך נישט מחולק ווייל איך בין נישט קיין נביא, אבער וואס דער עבר האט געוויזען איז עס גאר אנדערש, נעם למשל דע אידן וואס זענען געקימען נאך פין פאר דע קריג וואס זענען כמעט גאר ווייניג געבליבן פרום, אין זייערע קינדער שוין נאך 30 40 יאר זענען געווען אזעלעכע וואס זענען געווען גיט עבטעבלישט טייל דעקטוירם לאיערס אא"וו, זענען אבער פין דע פרומע געווען מער מאלטי מיליאנערען אווי פין דע פרייע, איך רעד פראצענטאל, אין צי ווערן א דאקטער אדער לאיער זעטמען היינט אז מ'מיז נישט זיין א.ד.ד.

ב.ד.וו. פין צווישען דיינע שורות ליין איך אז די ביסט דא צווישען אינץ,

היינט איז טאקע מעגליך צו ווערן א דאקטער אדער לאיער און בלייבן אן ערליכער איד. אבער אמאל (50-60 יאר צוריק) איז עס געווען אן אוממעגליכקייט.
זונטאג יולי 14, 2013 12:53 pm#133334
ATUB @שלום דין ATUB , כ'מיין אז דיין נעכטיגע תגובה איז זייער קלאר אין פארשטענדליך. דער וואס האט נישט פארשטאנען ביז יעצט פארשטייט יעצט זיכער. און דער וואס וויל נישט פארשטיין וועט קיינמאל נישט פארשטיין.

אגב, איך בין מפליא דיין כח הכתיבה סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש.
זונטאג יולי 14, 2013 1:05 pm#133336
שלום למען האמת דיין 800 פוטסטעפס מעמבער נומער איז שרעקליך פאלש און פארפירענד. איך האב געזען פ.ס אליינס געבן די נומבערס, איך האב נישט דא דעם לינק אןיפן סעקונדע, זיי שרייבן אז זייטן גרינדונג פון פוטסעפס בערך צען יאר צוריק איז געווען 600 מעמבערס. פון די זענען 200 צוריק צו די ארטאדאקסי, 200 זענען לגמרי פארפאלן צו סעקולאריזם אדער אנדערע מרעין בישין. בלייבט איבער 200 וואס זענען אקטיווע מעמבערס שרייבן זיי און דאס רעכנט אריין חסידים ליטווישע רוסישע און סתם בני בלי שם. אגב אויף די כסדרדיקע קליפס פון פוט סטעפס זעט מען די זעלבע 5-10 פנימער איינמאל און אודך. דאס שיסן נומבערס איז ווי די 35 טויזנט ביים סאטמארן כ"א כסלו און 100 טויזנט ביי פראטעסטן.
זונטאג יולי 14, 2013 1:09 pm#133339
היינט איז טאקע מעגליך צו ווערן א דאקטער אדער לאיער און בלייבן אן ערליכער איד. אבער אמאל (50-60 יאר צוריק) איז עס געווען אן אוממעגליכקייט.


איך געדענק דאקטורים נאך פין פארן קריג וואס זענען געווען פרום אין ערליך, סיי אמעריקאנער אין סיי וואס האבן נאך שטאדירט אין יאראפ,
זונטאג יולי 14, 2013 1:10 pm#133340
elter-zeide האט געשריבן:היינט איז טאקע מעגליך צו ווערן א דאקטער אדער לאיער און בלייבן אן ערליכער איד. אבער אמאל (50-60 יאר צוריק) איז עס געווען אן אוממעגליכקייט.


איך געדענק דאקטורים נאך פין פארן קריג וואס זענען געווען פרום אין ערליך, סיי אמעריקאנער אין סיי וואס האבן נאך שטאדירט אין יאראפ,

ס'איז אבער געוועין אחד בעיר ושנים במשפחה.
זונטאג יולי 14, 2013 1:17 pm#133342
הוגה האט געשריבן:אגב, איך בין מפליא דיין כח הכתיבה סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש.

חכמה בגויים תאמין!! :)
זונטאג יולי 14, 2013 1:18 pm#133343
אין קרית יואל איז דא א גארבידש קאמפעני וואס רופט זיך OTD, ליידער שטימט עס אביסל מיט'ן אמת, די OTD מאוועמענט איז די גארבידזש קאללעקטער פונעם עם ישראל חי.
זונטאג יולי 14, 2013 1:28 pm#133350
berlbalaguleh האט געשריבן:[...] א געוויסער פראצענט פון די אזויגערופענע או.טי. די.'ס ... זענען בדיעבד (לאחר המעשה) געווארן פילאזאפן.... איין משל, איז שאולי גראסמאן, וועלכער האט איבערגעלאזט דעם באשעפער פאר באקוועמליכקייט און אנדערע סאציאלע טעמים, איז פלוצלינג געווארן א חקרן און פילאזאף...


לאמיר זאגן אז ס'איז אמת, דאס באדערט דיר זייער שטארק? עס שטערט דיר פשוט אז מענטשן זענען נישט וואס זיי געבן זיך אן? ווי מען זאגט: וואס האט דאס צו טון מיט'ן פרייז פון ווייץ אין כינע?
זונטאג יולי 14, 2013 1:34 pm#133353
elter-zeide האט געשריבן:מיט נביאות בין איך נישט מחולק ווייל איך בין נישט קיין נביא, אבער וואס דער עבר האט געוויזען איז עס גאר אנדערש, נעם למשל דע אידן וואס זענען געקימען נאך פין פאר דע קריג וואס זענען כמעט גאר ווייניג געבליבן פרום, אין זייערע קינדער שוין נאך 30 40 יאר זענען געווען אזעלעכע וואס זענען געווען גיט עבטעבלישט טייל דעקטוירם לאיערס אא"וו, זענען אבער פין דע פרומע געווען מער מאלטי מיליאנערען אווי פין דע פרייע, איך רעד פראצענטאל, אין צי ווערן א דאקטער אדער לאיער זעטמען היינט אז מ'מיז נישט זיין א.ד.ד.


וואס דער עבר האט געוויזן איז דאס אז פון א הייפעלע ווערט א בערגל און דערנאך א ריזן בארג. פון מיליאנען אידן אין די שטעט און שטעטלעך איבער דער וועלט זענען געבליבן נאר 5-10% שותו"מ. וואס אפאר נארישע משכילים האבן אלץ אנגעמאכט, פשוט ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט זיי זענען קלוגער פון רמב"ם, און זיך גענומען שפילן מעשה פילאזאף.

elter-zeide האט געשריבן:ב.ד.וו. פין צווישען דיינע שורות ליין איך אז די ביסט דא צווישען אינץ,


איך ווייס נישט וואס דו מיינסט. אויב פיזיש, איך וואוין אין ברוקלין, נישט אין א היימישער געגנד.
זונטאג יולי 14, 2013 1:37 pm#133356
בן תמליון האט געשריבן:איך האב נישט דא דעם לינק אןיפן סעקונדע...


אפשר ווייל עס עקזיסטירט נישט?

איך בין א באערד מעמבער אין פוטסטעפס, און כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון די נומבערס וואס דו שרייבסט דא.