זונטאג יולי 7, 2013 10:53 pm#131291
ווייל ס'קען נישט זיין אז שלום דין רעדט צום זאך! אמת??
שלום דיןווען איך זאג זיי ווארפן אוועק שמירת המצוות, מיין איך בדרך כלל -- זיי ווארפן אוועק די חיוב דערפון, און די דקדוקים דערפון, וכו'. עס איז אבער גאנץ מצוי צווישן או-טי-דיס אזעלכע וואס האבן זייער אייגענעם באגריף פון כשרות, למשל. ער'ט עסן אן א הכשר, אבער נישט קיין פלייש. אדער וועט ער עסן פלייש, אבער נישט קיין חזיר. ער'ט נישט ארבייטן שבת, אבער דרייוון וועט ער יא, וכדו'.
טאמבל סאסווייל ס'קען נישט זיין אז שלום דין רעדט צום זאך! אמת??
berlbalagulehשלום דיןפשוט-קאמפליצירטפארוואס, אויב אזוי, ווארפן רוב-רובם א"ג "או-טי-דיס" אוועק ממש אלעס, אריינגערעכנט די עיקרים? און אויב פירט אזא שריט צו אליין זיך גרונטעווען אין די אייביגע פראגעס וואס רעליגיע פרעטענדירט צו אדרעסירן, פארוואס ענדיגט קיינער פון זיי נישט ביי אן אנדערן צווייג פון אידישקייט -- אדער אפילו אן אנדערער רעליגיע? (איך פרעג אויפריכטיג, נישט רעטאריש.)
גראדע האלט איך נישט אז רוב רובם או-טי-דיס ווארפן אוועק די עיקרים אינגאנצן. רוב רובם ווארפן אוועק שמירת המצוות, דאס יא, אבער אין עצם גלויבן איז דא א ברייטע ספעקטרום. ס'דא אטעיסטן (וואס פון זיי הערט מען די מערסטע) און ס'איז דא וואס בלייבן מיט עצם אמונה אין גאט, און צומאל אויך אין עפעס א שטיקל באגריף פון תורה מה"ש. דאס אלעס זאגט אבער גארנישט בנוגע זיך אנקניפן אין א ספעציפישן גלויבן. דער בחור אדער מיידל וואס האלט נאך אין א געוויסע זין פון די אידעע פון שמירת שבת אדער כשרות (לאמיר זאגן אויף א קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער אופן) האט נישט גענוג סיבה זיך אנצוקניפן אין דעם עצם קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער "ציבור." ס'איז אים נישט אינטערעסאנט זייערע ראבייס און זייערע טעמפלס. אויב וויל ער לייגן תפילין צו זאגן א תפילה, טוט ער עס ביי זיך אינדערהיים, ווייל דאס וואס איז אים פארבליבן פון זיין אידישקייט איז נישט קיין ציבור'ישע אידישקייט נאר א פריוואטע רעליגיעזע געפיל. איז וואס'ט ער האבן פון גיין אין ערגעץ א טעמפל זיך הערן ווי א ראביי דרשנ'ט וועגן איזראעל און 'געי רייטס' און א חזנ'טע וואס קעקעצט מיט די עברי?
ס'הייסט לדעתך (אפילו אויב דו ביסט נישט דער עכטער "שלום דיען", וואס אזא חשד גאנב'עט צעך אריין בא מיר אין הארצן.) די או.טי.די'ס זענען פראקטישע מענטשן. נאר איך האלט אז אויב א מענטש איז געקומען צו די מסקנא אז תורה איז נישט מן השמים און אז משה רבינו האט געטראפן מאנוסקריפטן (אויף טאבלעטן אדער פאפירוס איז נישט קיין נפקא מינה.) פון האמוראבי און ר'האט עס נאכקאפירט און פארקויפט אלס תורת אמת. און אז חז"ל האבן אונז פארקויפט שקרים און באבע מעשיות, אזא מענטש דארף שוין נישט מקיים זיין קיין שום מצוות, ווייל ס'איז נאר כמעשה קוף בעלמא.
berlbalagulehס'איז דא מענטשן וואס צו זייער מזל זענען זיי געבוירן און אויפגעוואקסן אין א פארמאכטע, נישט קלוגע סאסייעטי. דאס ברענגט זיי צו פראקטיצירן א מין אידישקייט וואס ווערט לעול ולמשא. ממילא לאזן זיי דאס איבער. די מענטשן קענמען נישט באשולדיגן.
דעת תורה@שלום דין...אז די אמת'ע קובע איז צי מען פילט א עונג רוחני אין אידישקייט, ווער עס האט נישט דאס איז די סלייטעסט רעסטריקשאן וואס די תורה שטעלט נאר פאר אויך א עול.
דעת תורה@שלום דיןדי סיבה פארוואס איך האב דיר נישט געלייקט, איז ווייל מיין געפיל לאזט מיר נישט לייקן א כופר. מיר האט אויסגעזען אז דו ביזט, אויב ביסטו נישט קיין כופר שרייב עס וועסט מחיה זיין אסאך אידן.
דעת תורהבנוגע דיר מיט חמורבי, אני הקטן האב דאס אויף געברענגט, אזוי דוכט זיך מיר האסטו געשריבן אין א ארטיקל אויף א בלאג, וואס איינער דא האט אונז מזכה געווען מיט א אידישע איבערזעצונג. דער קעפל איז געווען עפעס אז דורך שטיין אויף א בענקל מיט עירפאונס צוגעטשעפעט צום גרויסן סטיריאו האט דער שרייבער געהערט די גע'אסר'טע ראדיא, און פון דארט ביז כפירה איז שוין א קאצן שפרונג... אין יענעם ארטיקל - דוכט זיך - איז געשטאנען אז דעם שרייבער'ס ערשטע דורכברוך אין אמונה איז געקומען פון ליינען וועגן חמורבי. אויב ביסטו נישט געווען דער שרייבער פון יענעם ארטיקל, אדער אויב אין יענעם ארטיקל שטייט נישט אזוי, בין איך מבטל מיינע ווערטער כעפרא דארעא.
פשוט-קאמפליצירט@לעיקוואוד
ס'איז מיר א חידוש אז איינער ווי דו, וואס איז ווי עס שיינט אויסגעקאכט אין פילאסאפיע און יהדות ליטעראטור, זאל סטאק ווערן אויף א פאר הנחות ("אין אדם מוריש שקר לבניו") און הנחות קדומות וואס מענטשן האבן כלפי אונז און כלפי די וואס פארלאזן זייערע משפחות. אונזער לעבן באשטייט אין גרויסן חלק פון געוויסע קולטורעלע ווערטן, בנוסף צו אידישקייט. עס איז פאראן א מספר מצומצים פון פאקטארס און סיבות (פסיכאלאגישע און אומשטענדן) וואס טרייבט ביידע צדדים, בלייבערס און אנטלויפערס. די מענטשן און געשעענישן קענען אויסזען גאר אנדערש; אבער ביסודם זענען די סיבות זייער ענליך. די וואס נעמען דעם שריט פון איבערלאזן די משפחה און בייטן דעם לבוש (אלע אריינגעקוועטשט אינעם כל-הנערים OTD), טוען עס בדרך כלל צוליב איינער פון גאר ווייניג סיבות. רוב פון וואס מען שמועסט דא, לכאן ולכאן, איז בבחינת פריטשינג טו דהי קווייער -- יעדער צו זיין מוזיקאלישער גרופע. כמעט קיינער דערציילט נישט דעם אמת פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין משפחה, פונקט ווי כמעט קיינער וואס פארטיידיגט אונז, דעם עולם חרדים, זאגט נישט דעם אמת וואס ער האלט באמת איבער דעם סיסטעם. (די אנטלויפערס פעקעדזשן זייערע שריט אין כל'ערליי פענסי פילאסאפישע אדער פסיכאלאגישע פשט'לעך, בעת די בלייבערס קריכן צו עיקרים אין יהדות, רוב פון וועלכע שפילן נישט קיין גרויסע ראלע אינעם חרדישן לעבן, ווי יעדער ווייסט.)
שלום דין(ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע".
מורינו הרבשלום דין(ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע".
שקר.
זר זהבשרגא !!!!!!!
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍
מאראנצןזאפטאנשטאט א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען איז אונזער קאווע שטיבל פארוואנדלט געווארן אין ענדלאזע וויכוחים איבער פארשידענע סארטן פרטיות'דיגע לעבנסשטייגערן.
די געפעכטן זענען זינלאז. יעדער איז געבינדן צו זיין ספעציפישן מהלך החיים מיט הונדערט טעמים און 200 לשיטתות.
עס איז ביי מיר פונקט ווי א ויכוח פון קליינע קינדער ווער האט א בעסערן טאטע, ווען א טאטע איז א טאטע, און יעדער איז סטאק מיט זיין טאטן.
ובכלל איז דאס נישט ניתן להתוכח' און פונקט ווי ר' שלום ארי' קען מיך נישט אויפווייזן אז עס איז נישטא קיין באשעפער ח"ו וכו' קען איך אים נישט אויפווייזן אז ס'איז יא דא, וידועים דברי החזו"א דבזמינינו לא נאמרה הך דינא דמורידין ולא מעלין כל שאין ניסים גילויים ורוח הקודש ונבואה.
ההחרש לא אוכל, איך בין טאקע נישט בדחן, אבער יעדער זאך האט זיך זיין גבול.
קוקט וויפיל ניקים האבן זיך מחי' געווען מיט ר' שרגא'ס ווארעמע דיבורים, נאר נישט יעדער האט די גאטס צו עפענען א פיסק, ווי אויך לאזט אמאל די עדינות נישט, הגם ס'דא צו זינגען און צו זאגן.
שרגאדורכלויפנדיג וואס מען שרייבט דא, לאמיך אריינווארפן מיינע דריי צענט, נישט דוקא אפצופרעגן אדער ענטפערן, נאר סתם מיין אבזערוואציע .
לויט מיין ערפארונג איז פשוט נישט אמת דאס פרובירן אראפמאלן כאילו די חרדישע OTD גייען געווענליך אראפ פון וועג צוליב "קשיות".
שרגא
כ'מיין, עס זענען דא גענוג חכמים וואס האבן געליינט, געלערנט און שטודירט סיי אידישע און סיי סעקולערע לימודים הונדערט מאל מער פון זיי , סיי ביי חרדישע און זיכער ביי מאדערנע ארטאדאקסן, און זיי זענען געקומען צו אנדערע מסקנות (אדער השערות)
שרגא
און דזשאסט פאר די פאן, לאמיר נעמען די דוגמא וואס מען האט דא דערמאנט וועגן ושתי'ס וויידל. אויב איינער זאגט ער איז ממש אלערגיש צו הערן וועגן אן אמאליגע מעשה מיט א וויידל, איז אויסער דעם וואס מען האט שוין אנגעוויזן אז ווער ס'איז אומבאקוועם דערמיט מוז עס נישט אננעמען עפ"י פשטות, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב ווען ער וועט הערן די אידענע דערציילן די קינדערלעך וועגן א נאז וואס האט זיך פארלענגערט, צי איבער איין-אויגיקע מאנסטערס, אדער די אנדערע טויזנט מאדנע געשיכטעלעך, וועט ער אויך אויפטאנצן און זיך פשוט נישט קענען איינהאלטן פון שרייען "געוואלד! אזוינע שטותים!"?
שרגא
אה, און ביי דע וועי, לגבי דעם וויידל. פאר די יעניגע וואס האלטן זיך מוראדיג איינגעטונקען אין רעאליטעט און גלייבן נישט אז עס איז מעגליך געווען אזא מציאות און קלערן אז מען דארף זיין העכסט פאנאטיש און אומראציאנאל דאס צו קענען גלייבן? אט געב א קוק אויף דעם אינדיאנער מאן. און גוגל וועט דיר גערן צואווייזן נאך אזעלכע וויידלדיגע חברה, און טאקע מיט לעבעדיגע בילדער.
שרגא
דאס גליק איז נישט דוקא דא - און זיכער נישט דוקא דארט. עס איז אין דעם מענטש.
10952 האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:שרגא !!!!!!!
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
וגם אני בחלומי, שפתים יושק!
איך האב מיין ק"ש קאנטע געעפענט ערשט א טאג-צוויי צוריק, אלעס צוליב דעם אשכול וואס האט מיר אזוי אינטערעסירט. איך האב ניטאמאל געוואוסט אז דער געהענגל טרויבען וועט פעטער ווערן מיט אזא זאפטיגע ארטיקל דורך @שרגא.
מורינו הרב האט געשריבן:שלום דין האט געשריבן: (ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע".
שקר.
דאס אז אטלאנטיק-סיטי און מאנהעטטענער סטריפ-קלאבס און די ראקעוועי ביטשעס זענען אנגעפילט מיט חרד'ישע אידן (וועלכע רעדן זיך נאך איין ווי טיפשים אז מיט באהאלטן די פיאות אונטער די בעיס-באל קעפס דערקענט מען נישט דעם בארא-פארקער צו וו"ב-ער אפשטאם) איז א דבר ידוע פאר יעדן גוי אין דעם גאנצן טריי-סטעיט געגנד. דאס אז די זונות איבער דעם גאנצן געגנט גיבן אן אז זייערע קליענטן זענען פראפארציאנאל א ריזיגן חלק חרד'ישע אידן, איז אויכט א זאך וואס יעדער ווייסט. דאס אז אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל (ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע". דאס אז יעדער איינציגע 'היפסטער' גוי'טע אויפ'ן גאס קען פארציילן פון אייגענע פאסירונגען ווי חסיד'ישע מענער האבן זיי פרובירט מפתה צו זיין, איז מעשים בכל יום אין יעדן באר און קלאב אין צפון וויליאמסבורג.
קאווע טרינקער האט געשריבן:@שרגא וואלט געדארפט צוטיילן זיין תגובה אויף צוויי.
אויף א גרויס חלק קומט זיך א לייק. אבער אויף די חלק אז דארט איז פונקט אזוי שווער צו זיין פרייליך, בין איך מטיל ספק.
שרגא האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:@שרגא וואלט געדארפט צוטיילן זיין תגובה אויף צוויי.
אויף א גרויס חלק קומט זיך א לייק. אבער אויף די חלק אז דארט איז פונקט אזוי שווער צו זיין פרייליך, בין איך מטיל ספק.
מען האט נישט די דאגות פון דא, סאו די זאכן וואס באדערן יעצט וועלן אוועקפאלן. אבער דארט אין יענעם סארט לעבן קומען צו פונקט אזוי א גאנצע רייע אנדערע פראכלעמען און עס פאלן אוועק אנדערע גוטע חלקים וואס אונזער לעבנסשטייגער שטעלט צו (ווי איך מיין כ'האב שוין אמאל אביסל ערגעץ אויסגעשמועסט דא אין שטיבל)
קאווע טרינקער האט געשריבן:10952 האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:שרגא !!!!!!!
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
וגם אני בחלומי, שפתים יושק!
איך האב מיין ק"ש קאנטע געעפענט ערשט א טאג-צוויי צוריק, אלעס צוליב דעם אשכול וואס האט מיר אזוי אינטערעסירט. איך האב ניטאמאל געוואוסט אז דער געהענגל טרויבען וועט פעטער ווערן מיט אזא זאפטיגע ארטיקל דורך @שרגא.
פארוואס דארפט איר, מר. 5953529221 א באזונדערע ניק פאר דעם אשכול?
לעיקוואדאין איין שורה:
לא כפירה הוא דחמירא להו לדעת תורה וחבריו, אלא שפיכות דמים הוא דקיל להו.