אברך משי האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר אז כ'בין אנגעקומען אביסל שפעט אין די דוסקאסיע, אבער לדעתי איז @שש משזר אינגאנצן נישט גערעכט מיט זיינע הוכחות און קשיות, און איז במחילת כבוד תורתו אביסל געשלאגן געווארן אין די נושא מיט א "דיעה קדומה" קעגן א צדיק וקדוש מאיזה סיבה שיהי' און ער קען נישט פטור דערפון, נאר אנשטאט דעם זעט ער אלעס מיט די טונקעלע ברילן זיינע.
ועוד וואס כ'פארשטיי נישט, אז אן ערליכע איד ווערט אינגאנצן נישט געמאסטן לויט זיין 'אישיות' און זיין פערזענליכקייט. אפילו לטענת שש וכל הנלוים אליו,
זע איך אפילו נישט פאר וויכטיג צו רעאגירן.
איך הייב אן פון דארט וואו דו ביזט מסיים.
לגוף טענותיך ודברי סרק שלך, זע איך אפילו נישט פאר וויכטיג צו רעאגירן. דו זאגסט דיין הרהורי הלב, און איך זאג מיינע. א שאד די וויכוח און צייט. איך וויל יך יא באציען צו צוויי זייטיגע נקודות.
1. 'לטענת שש וכל הנלוים אליו'. איך האב נישט קיין טענות, און איך האב אוודאי נישט קיין 'נלוים אליו'. איך בין נישט קיין אגיטירער, און איך האב נישט אנגעהויבן די דיסקוסיע, און עד היום האב איך נישט קיין עמטליכע מהלך. איך בין פון די 'נלוים' פון מענטשן וואס האבן זיך געוואגט צו מאכן לעכער אין אן אפיציעל 'גאנצע' נקודה.
2. דאס וואס דו זאגסט אז כמדומה בין איך לקוי מיט דעות מוקדמות, איז א טיפיקל
JOKER קארטל, וואס זאגט גארנישט חוץ פון 'דו האסט תאוות ממילא ביזטו אן אפיקורס'. כי כי כי. גאונות ממש. פאקטיש אבער, האב איך נישט געהאט קיין שום דעה מוקדמה אויפן בעלזער רב, און אויב עפעס איז פארקערט - כ'האב אלץ געגלייבט אלע מופתים און צדקות און מלאך פערזענליכקייט זיינע, ביז כ'האב אנגעהויבן זיך ספיקא'נען אויף די 'דעה מוקדמה', און כ'בין שוין נישט אזוי זיכער דערין.
ווידער דו, ביזט זיכער געשלאגן אדאנק דיינע דעות מוקדמות, אז דו קענסט נישט פירן קיין דיסקוסיע ווי א מענטש, און אנשטאט אדורכטון די נושא ווי א מענטש, לויפסטו אוועק צו באקוועמע ווינקלען, וואו דו שלעפסט ארויס joker קארטלעך כאוות נפשך, אנשטאט דיעלן מיט די קשיות.
אבער לאז געמאך, ס'איז א שאד די וויכוח. כ'בין נאר געקומען אויסקלארן די צוויי נקודות.