מיטוואך יוני 8, 2016 1:29 pm#337200
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
רבי אריה קפלן און אנדערע זענען מסביר אז די שוהים שעה לפני התפילה איז מעדיטציהשמעון וואלףאויף מר"א מבעלז דערציילט מען די אלע אויסטערלישע זאכן איבער זיין פרישות און שלא כדרך הטבע'דיגע געפירעכץ אבער אויף זיין טאטע, מרי"ד, הערט מען דאס נישט. מיינט דאס אז ער איז געווען גרעסער פון זיין טאטע?
איך פרעג דאס כסדר און נאכנישט באקומען קיין קלארע ענטפער
שמעון וואלףמעשה'לך אהער מעשה'לך אהין. איך וויל הערן קלאר, איז מר"א געווען גרעסער ווי מרי"ד אדער נישט?
דולה ומשקהתורה ומדעאין די ליטא און אין בודא פעסט זענען טאקע נישט ערשינען די מאדע צדיקים. וכבודם במקומם עומדת. אבער צווישען די תלמידי בעש"ט האט מען יא געזעהן הנהגות למעלה מן הטבע. ווען מען קוקט אהן דער גאנצע געשטאלט פונעם צדיק קען מען דערקענען אויב די מעשיות זענען איבערגעטריבן אדער נישט. קיינער זאגט נישט אויף ר' מאיר שמחה זצ"ל אדער אויף ר' חיים עוזר זצ"ל אז ער איז געשטאנען בדביקות פאר 17 שעה אין איין פלאץ, אדער נישט טועם געווען פאר 48 שעה וכדו'. ווען א איד דרוקט זיך אויס אןיף זיין אייגענעם קינד וואס איז אומגעקומען עקד"ה במיתת שריפה רח"ל "ב"ה, יעך האב אויך צו שטייער געגעבן א קרבן פאר'ן אייבערשטען", רעדט מען דא פון אן אנדער קאליבער איד, בבחינת ויבדל אהרן להקדישו, כידוע מפי זיין ברודער דער בילגרייער רב זצ"ל.
איך ווייס דער ברך משה האט געהאט בלויז איין זוהן, וואס בלויז יענעם האט ער אריינגעשריבן אין זיין צוואה...
מהר"א מבעלזא האט געהאט א ווייב מיט זיבן קינדער(!!!) און איבער פערציג אייניקלעך(!!!) וואס זענען אומגעקומען ביים קריג, הי"ד. דריי פון די זיבן זענען געוועהן זוהן!!!. זעהט אויס דו ביסט אנגעליינט פון דער היינטיגער בעלזער לייען מאנטריאל וועלעכע צוליב סיי וועלעכע סיבה פראפאגאנדירן זיי איבער און איבער דעם ר' משה'לע, ער איז געוועהן א פיינע יונגערמאן, אבער ער איז נישט געוועהן מיט אלעמען... (מילד גערעדט).
דולה ומשקהשמעון וואלףמעשה'לך אהער מעשה'לך אהין. איך וויל הערן קלאר, איז מר"א געווען גרעסער ווי מרי"ד אדער נישט?
בחייו פון מהרי"ד האבן די בעלזא פראפאגאנדיסטן געפויקט אז זייער רב(י) איז א פירער, א ריכטיגע מנהיג, קען לערנען, ער האלט דער דור זאל בלייבן ביי אידישקייט, וכו' וכו', ביי זיין זוהן מהר"א האט מען בכלל נישט געקענט אויסהילכערן די זעלביגע אויבערדערמאנטער ווערטער, אבער דער באן, דער בעלזא באן מוז דאך ווייטער פארען, זענען שרי החוץ געזעצן ביי א מיטונג ווען ביים הויפט בענקל זיצט דער קאפ מייסטער ר' אהרן יהושע, און זענען אויפגעקומען מיט א נייע סלאגאן, אוועק דער "מנהיג, תורה, וכו'", און מ'איז אוועק פון דעם מיטונג אז "דער רב איז א קדוש מרחם אמו, א מלאך ה' צבאות, אהרן קדוש ה'", מיט נאך אזעלעכע לופט טיטלען, אבער דאס האט געארבעט, עס האט געארבעט טאקע פאר די בעלזא חסידים, אבער דער אינדרויסענדיגער עולם האט עס מאיזה סיבה שהוא נישט אפגעקויפט, ביז ער איז אנגעקומען צו די אונגארישע תמימים און נאכדערצו בימי הזעם, און דאס האט אסאך צוגעהאלפען ביתר שאת וביתר אז אין ארץ ישראל, ודוק כי קצרתי מאד.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב פריער דערמאנט דער מהרש"א אויף מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה. כעלעמ'ער מגיד האט מיר מעורר געווען אין אישי אז ער זאגט באמת פארקערט. איך האב עס געשריבען פון זכרון און ביים נאכקוקען איז ער באמת גערעכט, ער זאגט אז ס'גייט נישט אויף די תפלה אז יצחק זאל געראטעוועט ווערען נאר אויף דאס טרעפען דער באק. מ"מ שטייט אז ער האט געדאווענט אז יצחק זאל געראטעוועט ווערען.
אין של"ה פרשת וירא איז ער מאריך דערין און ער זאגט אזוי פשט אין מי שענה, עיי"ש ותמצא נחת
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
כוחות ההגנה והאצ"ל והלח"י ערכו מגביות לצורך רכישת נשק, הם עברו מבית לבית וכמובן שלא פסחו על בית מרן זצ"ל, ומרן
זצ"ל צוה לתת להם תרומה הגונה. בכלל, ההתיחסות של מרן זצ"ל לפעולותיהם של
הציונים, כל מה שהיה קשור בפקוח נפש, קיבל את התמיכה של מרן זצ"ל. תמיד
היינו מזכירים לפניו את המקומות שבהם הערבים מתקיפים את היהודים.
בן אדםכ'האב שוין לאנג צירוק געהערט די מעשה (און כ'האב געמיינט אז נאר די הויז בחור האט עס באמערקט און ער האט אראפגעהאלטן דעם בענקל, און אז מ'ווייסט די מעשה פון די הויז בחור), אבער יעצט האט עס שוין עפעס א געדריקטע מקור...
ליטוואק פון בודאפעסטדער בוך איז עפעס מורא'דיג. איך האלט יעצט ביי די פלאץ ווי ער בארעדט די ליטווישע, אבער ער האט שוין אריינגעשטופט פארשידענע זאצען להפליא! איך ווייס נישט וואס זיי האבען קעגען הרב לאנדא אבער.....
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב אויך געשריבען 'זיי' נישט בעלזא. ער ברענגט א פאליטיק צווישען חסידי סאנקאוויץ און הרב לאנדא און ער האלט נאך חשבון.....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטדער בוך איז עפעס מורא'דיג. איך האלט יעצט ביי די פלאץ ווי ער בארעדט די ליטווישע,
קל וחומרגראדע איז ער געווען א סאציאלער מענטש כפי ידיעתי.
נהורא נפישאס'לאזט זיך מיר גלויבן אז סאטמארער רב האט טאקע פארשטאנען אז מהר"א איז נישט ביכולת צו פאסן באשלוסן אליין נאר גבאים מאכן דאס. ווי אויך איז סאטמארער רב געווען גענוג סופערסטישעס אז ס'זאל אים באדערען אז פון אזא נצר מטעי קודש קומט ארויס אזא מכשול.
נהורא נפישארבי אהרן מבעלזא, ווען ער וואלט ווען געווארן אינטערגעזוכט דורך א ספעציעליסט וואלט ער בלי ספק דיאגנאזירט געווארן מיט א געוויסע פארם פון אוטיזעם, וואוילער איד געווען, נישט געטשעפט פערזענליך קיין פליג אויף די וואנט, אבער וואס איז זיין דעה אזוי וויכטיג, זיין טאטע א גרויסע רבי, דער זון, אויסגעטאן פון די וועלט, די חסידים געווען סטאק מיט אים, אדער גאר האט די מיסטיריע גאר צוגעשפילט אלס א מעלה, פארפעלט בעיסיק סאציאלע און קומיוניקאציע סקילס, ניטאמאל געכאפט אז ער דאווענט נישט, ניטאמאל געכאפט אז ער איז נישט מקיים קיין איין מצוה כהלכה, נאר מקפיד געווען אויף צוואת רי"ח און אויף שדים ורוחות און מנהגי בעלזא.