דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:33 pm#344255
ליטוואק פון בודאפעסטפרעגט'ס איהם אפ, טאמער איהר קענט. אטאקיר נישט דער מענטש
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
רב שך איז געווען א פראסטער שחצן און בעל גאוה און מלא תאוות.
יעצט פרעג מעך אפ...
ליטוואק פון בודאפעסטפרעגט'ס איהם אפ, טאמער איהר קענט. אטאקיר נישט דער מענטש
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטפרעגט'ס איהם אפ, טאמער איהר קענט. אטאקיר נישט דער מענטש
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נהורא נפישארבי אהרן מבעלזא, ווען ער וואלט ווען געווארן אינטערגעזוכט דורך א ספעציעליסט וואלט ער בלי ספק דיאגנאזירט געווארן מיט א געוויסע פארם פון אוטיזעם, וואוילער איד געווען, נישט געטשעפט פערזענליך קיין פליג אויף די וואנט, אבער וואס איז זיין דעה אזוי וויכטיג, זיין טאטע א גרויסע רבי, דער זון, אויסגעטאן פון די וועלט, די חסידים געווען סטאק מיט אים, אדער גאר האט די מיסטיריע גאר צוגעשפילט אלס א מעלה, פארפעלט בעיסיק סאציאלע און קומיוניקאציע סקילס, ניטאמאל געכאפט אז ער דאווענט נישט, ניטאמאל געכאפט אז ער איז נישט מקיים קיין איין מצוה כהלכה, נאר מקפיד געווען אויף צוואת רי"ח און אויף שדים ורוחות און מנהגי בעלזא.
בן אדםליטוואק פון בודאפעסטפרעגט'ס איהם אפ, טאמער איהר קענט. אטאקיר נישט דער מענטש
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
רב שך איז געווען א פראסטער שחצן און בעל גאוה און מלא תאוות.
יעצט פרעג מעך אפ...
נהורא נפישאא דאנק צו אלע מגיבים, ובפרט די וואס האבן געשריבן שטראף רייד.
צום ערשט וויל איך קלארשטעלן אז איך גיב זיך נישט אן אלס א מומחה אויף בעלזא אדער אויפן רב, איך בין ווייט פון דעם, איך שרייב נאר מפיהם ומפי כתבם און לויט מיין אויפפאסונג.
מיין נישט-ענדגילטיגע פסיכאנאליז האב איך נישט געשריבן בכוונה אז דאס זאל זיין די לעצטע ווארט, אדרבה כ'האב געוואלט מער קלארער ווערן דורכ'ן זען די פארשידענע ערליי אפענטפערונגען.
איך האב גאנץ גוט געוויסט אז די נושא איז זייער סענסעטייוו ביי א טייל, איך גלויב אז ס'איז גענוג רגיש אז מאנכע וועלן מיר אפילו חושד זיין אז איך וויל ציען אביסל אויפמערקזאמקייט דורכ'ן זיין מאדנע אויפגעקלערט, אבער דאס פארשטיין פארוואס דער ענין איז טאקע אזוי רגיש מאכט אוועק במחי יד די אלע סארט אפענטפערונגען וואס איז נישט באזירט אויף פרובירן נאך צוגיין די פאקטן, נאר מ'וויל זיך ליבערשט מבטל זיין אינגאנצען און זען די מיסטיריעס און העכערקייטן אין וואס דער געשטאלט פון רב איז איינגעהילט.
איז דאס וואס זיי שרייבן אליין די מאדנע סדר החיים פון רב אויסגעזויגן פון פינגער ?
לויט ווי איך געדענק, ואדרבה זייט מיר מעורר אויף מיינע טעותים, האט דער רב זיך געפירט מיט זייער א מאדנעם סדר החיים, לאמיר אראפברענגן טייל דערפין.
דער רב איז אין ארץ ישראל קיינמאל נישט געגאנגן אין מקוה אדער אין מרחץ, ווי אויך קיינמאל נישט געשניטן זיינע נעגל.
דאס דאווענען איז מפורסם אז ס'האט גענומען כמה רגעים
ער האט נישט מקפיד געווען אז די תפילין של ראש זאל ליגן במקום השערות
די תקיעת שופר איז נישט נאכגעקומען קיין ארטאדאקסישן סטאנדארט
ער האט נישט געמאכט קיין נענועים ביי נטילת לולב
ער האט נישט מקפיד געווען צו עסן שבת ג' סעודות
ער האט געקענט אפליגן אין בעט פאר גאנצעטע טעג און וואכן
ער האט געהאט מאדנע קפידות אויף יעדן ריר.
פארשטייט זיך אז די אקוראטקייט פון די דערמאנטע פאקטן דארף זיין מער באגרינדעט, אבער טאמער איך זאל למשל שרייבן אז די רב איז געווען א גאון הגאונים, געשריבן לומדישע הערות אויפן קצות, חכם מחוכם, איש השלם, מדקדק בהלכה, א כעריזמאטישער מענטש וכו' ברויך איך צו דעם נישט קיין שום ראיה, הלא דבר הוא.
דאס אז טשעבינער רב איז געווען א אויסטערלישער מעריץ פון רב איז א גוטע הערה (ולהעיר אז טשיבינער רב איז נישט געווארן א בעלזער חסיד ביי מהר"א) אבער ווייט פון גענוג צו פארענטפערן דעם מאדנעם סדר החיים פון רב.
קל וחומר
ער ברענגט דארט אויך פון הגאון ר' מאיר קרליץ האט געהערט פונעם טשובינער רב איבערן מהר"א "איך בין מעיד אז איך האב גערעדט מיט אים אין זיינע יונגע יארן אין לערנען, און ער איז געווען בקי אין גאנץ ש"ס וד' חלקי שו"ע און האט שולט געווען דערין".
נהורא נפישאאיך בין נישט אזוי באקאנט מיטן דמות פון רבי שלומ'קה, אבער איך ווייס נישט וויאזוי מאיז מוכיח גדלות פון איינער אויף צווייטן.
פון רבי שלומ'קה ווייס איך אז ער האט געלעבט אין גרויס דחקות און אעפ"כ געווען א שטארקע מכניס אורח במסירת נפש, זיין מדת הרחמנות געגעבן צו עסן פאר די קעץ, געקומען פון פולין וואס ער איז דארט געווען א רבי פון חסידים, קיין ארץ ישראל בהצנע לכת.
וואס זענען די אויסטערלישע מאדנע זאכן?
קל וחומרר' מאיר קרליץ איז אויך געווען א פאפא תלמיד?
חוץ מזה פארסטע זייער ווייט, מאכסט כאילו ס'האט געפעהלט גדולים אין אגודה עכ"כ אז מ'האט געדארפט באקן מעשיות בשם אנדערע גדולים פון אגודה...
מור וקציעה
מורינו הגרא''ח שטיינווארצל רב דקהל מטה אפרים העיד כמה וכמה פעמים ברבים על גיסו כ''ק האדמו''ר מסטולין שליט''א שהינו בקיא בכל מכמני התורה בנגלה ובנסתר
ער זאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט עפעס מחדש געווען פאר אים ווייל ער ווייסט שוין אלעס
ובלשונו: אפילו א קנייטש אין א סברא פון ר' ראובן קענסטו אים שוין נישט מחדש זיין ווייל ער האט שוין אלעס געטראכט
דון מינה ואוקי באתרה
ליטוואק פון בודאפעסטהרב איסר זלמן איז געווען א גרויסע פארגינער. אז ער האט געטראפען א תרגום אין קהלת צו באררעכטען דער רבי פון טויזענטער חסידים, האט ער עס אויסגעזאגט. דער חזו"א איז סתם א שקר. ער האט נישט געקענט בעלזער רב כלל וכלל. דער טשעבינער רב, זאגסט דאך, רעדט פון בצעירותו. נהורא נפישא רעדט בזקנותו. וואס איז דער קשיא?
איך טייל זיך פון נהורא נפישא אין איין זאך. ער האט געצויגען א מסקנא פון זיין טענות, איך ווייס נישט.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
קל וחומראז די וועלט טיילט זיך צווישן אגודיסטן און בעלי השיטה.
וואס טוט זיך מיט ר' מאיר קרליץ, איז ער אויך געווען א פראפאגאנדיסט?
נהורא נפישאקל וחומראז די וועלט טיילט זיך צווישן אגודיסטן און בעלי השיטה.
וואס טוט זיך מיט ר' מאיר קרליץ, איז ער אויך געווען א פראפאגאנדיסט?
מיש מיך נישט אויס מיט שיטה הקדושה וכו' ביי מיר איז אלעס אייניג. איבער ר' מאיר קרליץ בין איך נישט באקאנט וואס ער האט יא געזאגט אדער נישט, צו פרעגן קשיות דארף מען נישט אויסווארטן יעדע מימרא'לע וואס מ'זאגט נאך.
קל וחומרליטוואק פון בודאפעסטהרב איסר זלמן איז געווען א גרויסע פארגינער. אז ער האט געטראפען א תרגום אין קהלת צו באררעכטען דער רבי פון טויזענטער חסידים, האט ער עס אויסגעזאגט. דער חזו"א איז סתם א שקר. ער האט נישט געקענט בעלזער רב כלל וכלל. דער טשעבינער רב, זאגסט דאך, רעדט פון בצעירותו. נהורא נפישא רעדט בזקנותו. וואס איז דער קשיא?
איך טייל זיך פון נהורא נפישא אין איין זאך. ער האט געצויגען א מסקנא פון זיין טענות, איך ווייס נישט.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
אויף דעם האסטע די צווייטע מימרא אז ער האט באהאלטן זיין תורה אין זיין קדושה.
וואס טוט זיך מיטן מאמר חז"ל מתוך שחסידים הם תורתן משתמרת?
כל זמן שמזקינים וכו'.
נהורא נפישאדאס הייסט אז מהרי"ד האט נישט באהאלטן זיין תורה, טאקע געווען א ת"ח, אבער נישט געווען מפורסם אלס אויסטערלישע גאון, אזא פנים האט די מימרא.
בן אדםאיז פארוואס איז פאר'ן רבי'ן זי"ע געגיינגען אזוי בנפשו אז דער קראנקער תם האלט נישט אזוי ווי עם??
תורה ומדעשלשה תשובות בדבר
ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל האט שטארק געהאלטען פועם בעלזער רב ז"ל כידוע.
איך ווייס נישט, נו לאמיר הערן
לויט די יודעי דבר איז דער בילגרייער רב, א גרויסער חכם און נבון אין זיין אייגענער רעכט, געווען בהתבטלות פאר'ן ברודער. אויב עס איז אמת ווי איהר זאגט וואלט ער געקענט פארמאכען די ברודער'ס געשעפט און עפענען אן אייגענער ביזנעס מיטן נאמען בילגוריי.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ר' אהרן גרינוואלד איז געבליבען אין פאפא ביי זיין עלטערע ברודער ר' חזקי' און האט נישט גע'עפענט אן אייגענע שול אזוי ווי דער בארא פארקער ברודער, וואס האט זיך גראדע נישט ווייניג אנגעליטען צוליב דעם חוצפה פון עפענען א שול
הרב ר' מרדכי הי''ד האט זיך אפילו אזוי צאמגעליטען יסורי איוב פון די טעראריסטען
די מופתים פונעם בעלזער רב ז"ל און די אפענע רוח הקודש זענען פעסטגעשטעלט פון הונדערטער מקורות און זענען אום-פארעלעלד בימינו. דאס פארשטייט זיך טרעפט זיך נישט ביי חולי נפש ל"ע
נהורא נפישא
איז דאס וואס זיי שרייבן אליין די מאדנע סדר החיים פון רב אויסגעזויגן פון פינגער ?
לויט ווי איך געדענק, ואדרבה זייט מיר מעורר אויף מיינע טעותים, האט דער רב זיך געפירט מיט זייער א מאדנעם סדר החיים, לאמיר אראפברענגן טייל דערפין.
דער רב איז אין ארץ ישראל קיינמאל נישט געגאנגן אין מקוה אדער אין מרחץ, ווי אויך קיינמאל נישט געשניטן זיינע נעגל.
נהורא נפישאדאס דאווענען איז מפורסם אז ס'האט גענומען כמה רגעים
נהורא נפישאער האט נישט מקפיד געווען אז די תפילין של ראש זאל ליגן במקום השערות
נהורא נפישאדי תקיעת שופר איז נישט נאכגעקומען קיין ארטאדאקסישן סטאנדארט
ער האט נישט געמאכט קיין נענועים ביי נטילת לולב
נהורא נפישאער האט נישט מקפיד געווען צו עסן שבת ג' סעודות
נהורא נפישאער האט געקענט אפליגן אין בעט פאר גאנצעטע טעג און וואכן
נהורא נפישאער האט געהאט מאדנע קפידות אויף יעדן ריר.
נהורא נפישאפארשטייט זיך אז די אקוראטקייט פון די דערמאנטע פאקטן דארף זיין מער באגרינדעט, אבער טאמער איך זאל למשל שרייבן אז די רב איז געווען א גאון הגאונים, געשריבן לומדישע הערות אויפן קצות, חכם מחוכם, איש השלם, מדקדק בהלכה, א כעריזמאטישער מענטש וכו' ברויך איך צו דעם נישט קיין שום ראיה, הלא דבר הוא.
דאס אז טשעבינער רב איז געווען א אויסטערלישער מעריץ פון רב איז א גוטע הערה (ולהעיר אז טשיבינער רב איז נישט געווארן א בעלזער חסיד ביי מהר"א) אבער ווייט פון גענוג צו פארענטפערן דעם מאדנעם סדר החיים פון רב.