Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
125 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 425 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4371
זונטאג יולי 28, 2013 3:09 pm#136756
הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
היינט איז כ"א אב, די יארצייט פונעם לעצטן בעלזער רב ז"ל, הרה"ק ר' אהרן זי"ע.

דער רב ז"ל - ווי מ'רופט אים אין בעלזא, איז געבוירן אין יאר תר"מ צו זיין טאטן ר' ישכר דוב זצ"ל - דער פריערדיגער בעלזער רב, און איז געווארן רב אין שטאט בעלזא אין תרפ"ו נאך די פטירה פון זיין טאטן.

בעלזער רב - א נאמען וואס ווי אימער זי ווערט דערמאנט, ווערט זי באגלייט מיט וואונדערליכע דערציילונגען וואס מאכט שווער צו גלייבן אז אזא קדוש וטהור האט געלעבט מיט אונז אינעם לעצטן דור.

חוץ פון די וואונדער, ווערן אויך דערציילט אויפן רב ז"ל פילע געשיכטעס וועלכע הערן זיך צומאל אביסל קאמיש און קוריאז, וואס דאס איז אביסל פראסט ארויסגעברענגט דעם פאקט, אין דער צייט וואס א בעלזער חסיד וואלט עס געשילדערט: התפשטות הגשמיות און למעלה מן הזמן א.א.וו., דאס אבער ווערט כמעט אינגאנצן פארשלינגן ווען מ'הערט פיל מאל אזעלכע אפענע רוח הקודש וכו' וואס מ'הייבט אליין אן צו טראכטן אז דאס איז טאקע עפעס העכער ווי מיר פארשטייען.

ובזה וועל איך צו ברענגען א מעשה-צוויי, מ'זאל פארשטיין דעם רב'ס כאראקטער:

קודם א רוח הקודש סטיל מעשה:

האט פארציילט א חשוב'ער רב (ושם משפחתו סופר) וואס פלעגט גיין צום בעלזער רב'ס טיש מדי שבת בשבתו, אז איין פרייטאג צו נאכטס זיצנדיג ביים טיש האט ער באמערקט, ווי ביים צווייטן עק טיש קומט אן א איד - א פרעמדער, אן קיין שטריימל און א אומבאקאנט פנים, און דער יעניגער האט זיך גאר שטארק געשטופט אנצוקומען צו אן ארט ביים טיש ער זאל קענען מיטהאלטן, און פאר דעם רב סופר האט עס געצויגן די אויפמערקזאמקייט. למעשה האט ער געזעהן ווי דער פרעמדער איד דערשטופט זיך און כאפט א גוטן פלאץ אקעגן איבער דעם רב. דער רב סופר געזעצן צוויי זיצן אוועק פונעם בעלזער רב און האט צו געזעהן ווי ביים טיילן די וויין רופט זיך בעלזער רב אן צו זיין גבאי'ן 'שלמה פון ירושלים', ווי צו זאגן, אז דעם גלעזל זאל גיין פאר איינעם שלמה פון ירושלים, דער גבאי - נישט וואוסנדיג וועם דער רב מיינט האט אויסגערופן הויך: שלמה פון ירושלים.

פארשטענדליך איז דא מער ווי איין שלמה פון ירושלים און קיינער איז נישט געקומען דעם גלעזל נעמען, האט דער גבאי גערופן דעם נאמען נאך צוויי מאל, זעענדיג אז קיינער נעמט עס נישט האט זיך אהינגעריקט א איד אנגעבנדיג זיך אלס שלמה וואס וואוינט אין ירושלים און מ'האט געזאגט פארן רב דא איז שלמה פון ירושלים, פארציילט רב סופר אז ער האט געזעהן אויפן רב'ס פנים אז ער איז נישט צופרידן אבער ער האט יענעם אהינגעגעבן דאס גלאז. שפעטער אינעם טיש איז דער עולם אריבערגעגאנגען נעמען לחיים, און הרב סופר באמערקט ווי דער אומבאקאנטער שטופט זיך אויך אינעם רייע צו געבן דאס האנט פארן רב, אזוי אנקומענדיג האט דער רב ז"ל א כאפ געטון דעם איד'ס האנט און געמורמלט: דאס איז דאך שלמה פון ירושלים (רב סופר איז געזעצן נאנט האט ער דאס געהערט). נאכן טיש האט רב סופר זיך גענומען ארומזוכן דעם איד, ווייל אלס א שטארקער חסיד האט ער געוואלט דערגיין די עומק פון דעם מעשה, און ער האט אים נישט געקענט דערווישן אינעם גאנצן ביהמ"ד, איז ער געגאנגען זיך נאכפרעגן ביי אלע יונגעלייט וואס זענען דארט געשטאנען ארום ביים טיש, צו אפשר קען איינער דעם פרעמדן איד, אבער אף איש לא הכירוהו! פון פארדעם האט מען אים נישט געזעהן, נאכדעם איז ער אויך קיינמאל נישט געקומען, לפניו לא הי׳ ואחריו לא יהיה... והי' לפלא.

און יעצט א געשיכטע וואס איז שוין אינעם צווייטן קאטעגאריע וואס כ'האב דערמאנט:

אין ספר בקודש פנימה ברענגט יצחק לאנדא אז איינמאל האבן זיי געקויפט א עיר קאנדישן פארן רב'ס דירה, וויבאלד דער רב האט נישט ליב געהאט קיין אפענע פענסטערס, און עס איז געווען שרעקליכע היצן אויך דערצו. אבער דער רב פלעגט האבן ספעציעלן צייטן ווען מ'מעג מחנך זיין א נייע חפץ, למשל ס'האט נישט געטארט זיין א טאג וואס עני צדיק האט געפאסט וכו' אפשר האט געמוזט זיין א יארצייט אויך, ווי אויך האט עס געמוזט זיין נאכן דאווענען אבער אויך פאר די זמן מעריב, עניהאו, א צוויי דריי וואכן איז דער עיר קאנדישן געליגן אינסטאלירט און מ'האט עס נישט געקענט אנצינדן.

אהה! כמעט פארגעסן, אז ער האט אויך נישט געלאזט מ'זאל עס אינסטאלירן אין זיין חדר, נאר אין די רום פון די גבאים און דארט האט זיך אויך געשלעפט א חודש צייט ביז איין טאג איז אונטערגעקומען און מ'האט עס געקענט מחנך זיין. שוין, דער רב איז אריינגעקומען מיטן קאלפיק און זיך אראפ געזעצט ביים טיש, און ער האט געהייסן מ'זאל רופן פלוני אלמוני אז יענער זאל עס מחנך זיין (אנצינדן)! יענער איז געקומען און אנגעצינדן, אזוי איז דער רב געזעצן צען מינוט און זיך געשאקלט און דערנאך האט ער א מאך געטון מיט די האנט, מ'קען שוין אויסלעשן. און דאס איז עס געווען. מ'האט עס נישט געטארט אנצינדן נאר ווען ער גיבט רשות, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געשען זייט יענעם חינוך, אזוי ווייט אז איינמאל האט עס דער גבאי יצחק לאנדא עס אנגעצינדן (אין די פארצימער פון די גבאים) אין א שרעקליך הייסער טאג און נאך עטליכע מינוט האט ער געהערט ווי בעלזער רב שרייט, יצחק יצחק, קומענדיג צולויפן פרעגט אים בעלזער רב: האסט אנגעצינדן דעם קעסטעלע? האט ער זיך פארענפערט אז ס'איז אינדרויסן פונעם רב'ס שטוב און ס'איז זייער הייס, האט אים בעלזער רב געזאגט: לעש עס שוין אויס, ס'קומט דאך אריין א שרעקליכער צוג פונעם שליסל לאך, אזש איך האלט עס נישט אויס...

(וויבאלד איך בין נישט קיין בעלזער האב איך נישט קיין סאך מחדש געווען דא, נאר פון וואס כ'האב געהערט און געליינט איבער דעם איד, איך האף אז די חברים דא אין שטיבל וועלן העלפן ווייטער ציען דעם קייט, מיט מעשיות און אינטערעסאנטע ענינים.)
זונטאג יולי 28, 2013 3:10 pm#136757
זונטאג יולי 28, 2013 3:13 pm#136759
@לעיקוואד. מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ווילסט פלעין צו לינקן א פלא׳דיגע מעשה אדער דו פרעגסט אויף מיין פתיחת האשכול?
זונטאג יולי 28, 2013 3:18 pm#136760
איך פרעג נישט איך לייג נאר צו עפעס וואס איך האב געשריבען דארט באופן כללי מער איבער דער רב ז"ל.
זונטאג יולי 28, 2013 3:24 pm#136763
אה! אקעי טשולדיקט.
כ׳האב מיך פלעין דערשראקן, ווייל געווענליך אזא וויו טאפיק ביים צווייטן תגובה אין אן אשכול זאגט ניט אן קיין גוטס...
זונטאג יולי 28, 2013 3:53 pm#136774
איך בין נישט באקאנט איבערן בעלזער רבי'ן זצ"ל און פרטים איבער ימי חייו.דער אשכול איז גוט צו מברר זיין זאכן וואס איך פלעג הערן אבער ווייס נישט צו עס איז אמת בכלל. למשל איז אמת אז דאס שווארצע זאקן שבת האט זיך אנגעהויבן נאכן קריג מחמת אבילות? פלעגט ער זיך נישט שערן די נעגל מחמת טעם הנ"ל? צו האט געקענט געדויערן א שמונה עשרה ממש סעקונדן?
זונטאג יולי 28, 2013 4:57 pm#136799
געזען געווארן 55 מאל און... איין איינציגע לייק :cry: :oops:
זונטאג יולי 28, 2013 6:54 pm#136815
ער אליינס איז כמובן געגאנגן ווייסע זאקן אינדערוואכן און שבת ,נאר די חסידים האבן געטוישט אויף שווארצע זאקן אין שבת.
שמו"ע סתם אזוי נישט אבער מנחה האט גענומען א מינוט צוויי. אויך ביי קריאת שמע פלעגט מען צומאל הערן שמע-אמת בנשימה אחת.
זונטאג יולי 28, 2013 9:09 pm#136861
אין די זעלבע ספר בקודש פנימה שרייבט ער אז עס איז אמאל געווען א שבת וואס דער רב ז״ל איז געלעגן אין בעט מיט דעם שטריימיל גאנצע 17 שעה פון שבת צופרי ביז זונטאג פארטאג אין זיך נישט גערורט פון ארט די גאנצע צייט
זונטאג יולי 28, 2013 11:07 pm#136906
יא יא! דער יצחק לאנדא האט מגלה געווען מורא׳דיגע זאכן וואס בעלזער רב פלעגט זיך אלס אויסנעמען מיט משמשים וכדומה אז זיי זאלן זיך נישט וואגן צו רעדן, אבער לאנדא קלעימט אז ער פערזענליך האט קיינמאל אזא בקשה פונעם רב נישט באקומען, ממילא מעג ער דערציילן.
זונטאג יולי 28, 2013 11:19 pm#136914
געהערט דערציילן אז דער בעלזער רב האט געליטן פון עפילעפסיע וואס איז געווען איינע פון די גורמים צו די אומצאליגע עליית נשמה. ומי יעמוד בסוד קדושים אשר כגובה ארזים גובהו וכעצם השמים לטוהר.
זונטאג יולי 28, 2013 11:24 pm#136920
שמו יגער האט געשריבן:אין די זעלבע ספר בקודש פנימה שרייבט ער אז עס איז אמאל געווען א שבת וואס דער רב ז״ל איז געלעגן אין בעט מיט דעם שטריימיל גאנצע 17 שעה פון שבת צופרי ביז זונטאג פארטאג אין זיך נישט גערורט פון ארט די גאנצע צייט

כ'קאן אויך אזאלכע אידן. ליידער. מ'טרונקט אזא גלעזל משקה און מ'רירט זיך נישטפון בעט ביז זיבעצן שעה שפעטער, מיט די שמונה בגדים אויפ'ן אויסגעארבעטן גוף.
זונטאג יולי 28, 2013 11:28 pm#136924
יאיר פליז..
ס׳איז נישט די רעדע דא פון א זעלבסט באקרוינטן צוואנציג דרייצן רבי, מ׳רעדט פון בעלזער רב ז״ל, איך דארף דיך בעטן זיך צו האלטן בדרך כבוד?
זונטאג יולי 28, 2013 11:30 pm#136925
לאליפאפ האט געשריבן:יאיר פליז..
ס׳איז נישט די רעדע דא פון א זעלבסט באקרוינטן צוואנציג דרייצן רבי, מ׳רעדט פון בעלזער רב ז״ל, איך דארף דיך בעטן זיך צו האלטן בדרך כבוד?

ווי אזוי קען מען זיך האלטן בכבוד נאכ'ן הערן דערציילן אזוינע מעשיות וואס וואלטן געפאסט אויף די גדולי הפויערן בדורינו און דערנאך כשר'ן מיט א "והוא פלאי"?
אויב וויל מען ארויסברענגען זיין גדלות זאל מען דערציילן עפעס צו די זאך, עפעס וואס צייגט אויף מידות טובות, קדושה, תורה, חכמה, בינה, וכו' וכו'. נישט יעדע מאל אן איבערגעקייטע שטות פון זיך ווארפן שעות ארוכות און דאווענען מנחה אין זיבן סעקונדעס.
זונטאג יולי 28, 2013 11:31 pm#136927
יאיר די שפילסט דיך מיט פייער ,
זונטאג יולי 28, 2013 11:36 pm#136929
ס׳הייסט אז דו מישט דיך פשוט אויס מיט עפעס א ליידיגייער פון שטאט בעלז. אהה! איך וועל דיר ארויס העלפן!
בעלזער רב אין די יונגע יארן איז געזעצן און געלערנט און ער האט געקענט א וועלט מיט לערנען, ווי באקאנט האט ער פאר יעדע פעולה וואס ער האט געוואלט טון דורכגעטראכט אומצאליגע מאל צו עס איז ארויסגעהאלטן ע״פ הלכה!
שעמסט דיך אפילו נישט צו שרייבן מיט אזא זלזול אויף א בעל רוח הקודש וואס האט ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן בגודל קדושתו? און ווייל איך האב נישט יעצט געשריבן יעדן דעטאל פון זיין ערליכקייט מוז איך דיר אויפווייזן אז ער איז נישט געווען א פראסטע פויער. שעים.
זונטאג יולי 28, 2013 11:42 pm#136935
יאיר, פארוואס לייגסטו ווען מען שרייט אויף דיר, די הערסט נישט?
זונטאג יולי 28, 2013 11:59 pm#136951
בעל הבית האט געשריבן:יאיר, פארוואס לייגסטו ווען מען שרייט אויף דיר, די הערסט נישט?

איך הער שוין איינמאל. איך האב קורת רוח צו זען ווי שטארק אידן זענען אדוק אין זייער רבי'ן.
מאנטאג יולי 29, 2013 12:03 am#136953
וועסט לכאורה האבן מער קורת רוח הערנדיג אז ער איז נישט מיין רבי. איך האב פשוט געזוכט דעם אשכול און נישט געפונען האב איך געמאכט ריסורטש און עס געעפנט, אבער איך האב נישט געקלערט צו אנטרעפן בני ישכר דוב הראשון (בני יואל סטיל) וואס האלטן נישט פונעם לעצטן בעלזער רב..
מאנטאג יולי 29, 2013 12:12 am#136958
יאיר איך מיין דיין טובה ,עס איז נישט די נושא מיין רבי אדער דיין רבי,אופן הייליגן צדיק רשכב"הג רעדט מען מיט יראה
מאנטאג יולי 29, 2013 12:18 am#136963
די האסט א מאדרנעם מהלך אין לייקין, איפכא מסתברה
מאנטאג יולי 29, 2013 12:34 am#136968
נו, דעת בעלי בתים היפך דעת תורה...
מאנטאג יולי 29, 2013 12:42 am#136971
בעל הבית האט געשריבן:די האסט א מאדרנעם מהלך אין לייקין, איפכא מסתברה

אינטערעסאנט דאס האט ער נאכנישט געלייקט...
מאנטאג יולי 29, 2013 1:05 am#136974
איין זאך, מען קען זאגן עס איז א כבוד פאר בעלזער רב אז יאיר מאכט ליצנות פון אים. ווייל דאס שטעלט אים אין איין קאטעגאריע מיט פיל פריערדיגע קדושי עליון שרפי מעלה תלמידי בעל שם זי"ע.
מאנטאג יולי 29, 2013 1:28 am#136982
מ׳דארף נישט יאיר אים צו שטעלן אהין..
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 8:27 pm#344467
איך ווארן נישט קיינעם און איך סטראשע נישט קיינעם און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קיינעם. איך האב דיר נאר געוואלט דערמאנען צו רעדן איידלער ווען דו רעדסט פון סאטמער רב אדער פון אנדערע צדיקים.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 8:33 pm#344470
נעבעך א רחמנות דער עולם איז אויף שטעך מעסער'ס ... דער איז א מלאך דער איז א גלח דער איז אזוי וכו' דער איז א מבין דער איז א גאון עולם וכו' נעבעך...
מען מעסט אין מעסט יעדער ווייסט אין פארשטייט פשששיהההאא!!!

קודם זעצט ענק אלע אראפ אין לערנט אביסלע מער אין ארבעט אויס ענקערע מידות וכו' וכו'
דעמאלס וועלן ענק אלע אנדערש אנקוקן וואס מיינט א רבי א צדיק א מלאך א קדוש וכו' וכו' מיט א נארמאלע בליק

בלייבסט מיר ענק אלע געזונט
בשו''ט ביזט נעקסט מאל
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 8:36 pm#344471
סמבטיון האט געשריבן:איך ווארן נישט קיינעם און איך סטראשע נישט קיינעם און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קיינעם. איך האב דיר נאר געוואלט דערמאנען צו רעדן איידלער ווען דו רעדסט פון סאטמער רב אדער פון אנדערע צדיקים.

היות אנדערע האבן מיר אויך אנגעפרעגט אין אישי, וויל איך קלארשטעלן אז איך רעד נישט אזוי אויף סאטמאר רב, אדרבה פערזענליך האב איך געשריבן אסאך פאזיטיווע שטריכן איבער אים, איך רעד אויסדרוקלעך פונעם קוק ווינקעל פונעם קלויזענבורגער חסיד.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:40 pm#344492
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:41 pm#344493
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:42 pm#344496
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:43 pm#344497
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:43 pm#344498
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:44 pm#344499
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:45 pm#344500
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:46 pm#344501
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:46 pm#344502
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:47 pm#344503
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:50 pm#344504
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:50 pm#344505
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:51 pm#344506
.
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:00 pm#344509
מחברתו הטהורה
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:02 pm#344510
ח"כ הרב אייכלר ווייזט די הייליגע בענקעל פאר די שרה און ח"כ 'גילה גמליאל'
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:40 pm#344516
ווייסט איינער צו בעלזא רב ז''ל האט זיך אמאל געטראפען מיטן אמרי אמת אין די דריי יאר וואס זיי האבען ביידע געוואוינט אין א''י


ר' שלומקה ?
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:47 pm#344519
ער האט אים נאך מסתם געקענט פונדערהיים
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:52 pm#344520
פרלוב שרייבט (איך געדענק נישט בשם וועמען) אז דער אמרי אמת האט געזאגט אויף אים אז אפילו אויב ער וואלט געווען אין די צייטן פון אפטא רב וואלט ער אויך געווען א חידוש.

אויך האט ער אמאל אינמיטן תורה זאגן, רעדענדיג פון א קרבן ( עפעס אן ענין פון א קרבן וואס ווערט אינגאנצען פארברענט פאר'ן באשעפער), האט דער אמרי אמת צוגעלייגט 'א שטייגער ווי בעלזער רב'..!
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 9:36 am#344546
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איינער קען ארויף לייגען דער בילד אן א בארד? איך ווייס אז ס'דרייט זיך

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 9:42 am#344547
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ביזט זיכער אז ס׳איז דא א בילד? איך מיין אז נישט. ווער האט גענומען בילדער אין באכניא גטו?

Sent from my LG-H525n using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 10:14 am#344550
פון ווען ער איז אנגעקומען אין א"י האט איינער גענומען א בילד. ס'איז דא א בריוו פון דער רבי ר' מרדכי בילגורייא'ער זי"ע וואס ער בעט די דזשורנאליסטען נישט צו דרוקען די בילדער נאר די אפיציעלע בילד פון בעלז בע"מ.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 10:16 am#344551