א שוויצערכפי השמועה
דער אסיפה נעכטן ביי די רוכשים פון גאלאבענציץ=סלונים איז געווען א טאטאלער און מאסיווער דורכפאל ווען קיין שום געזעצליכער החלטה איז נישט געבליבען דערנאך וואס די רעקארדירונגען האבען אויפגעכאפט אלע טעראר שטיקלעך און מאפיאנערישע דריידלעך פון די אחראים
ווער עס ווייסט מער דעטאלען איבער דעם, אדרבה איך ווארט צו ווערן
♥♥♥♥♥♥♥♥♥♥♥♥♥♥♥
עס איז מיר א תמי' וויאזוי חסידי מרן רבינו שרייבען דא לטובת די זאלונישע אינוועסטער'ס פאר שנאה וואס זיי האבען אהן קלאר וויסען פארוואס, קעגן די וואס פרובירען מציל צו זיין די מערות קבורה
ווער עס האט א פתרון פאר'ן חידה ביטע איבערגעבן
שוויצער'ל איך ווייס ניש פון וואנעט דיין 'מפי השמועה' שטאמט אבער איך באגניג מיך מיטן כח הראי' טו א קוק די אלע קוים און אינטערנעט סייט'ס בראשות המנהיג הדור הק' הגר''ח שולזון ווי זיי שימפען אין שעלטן זינטן גרויסען סוקסעס זייערע מיט'ן אפהאלטען וואוט'ס זיי שפייען בליט טעגליך אויפען גאב''ד דער שר צבא ד' וואס האט ניש קיין פחד ומורא פאר די חברת השקצים
ווי גוט האט זיך הצדיק המקובל רבי יעקב מאיר זיך אויסגעדריקט אויפען רב פון ירושלים 'שוין פערציג יאר' וואס ירושלים האט ניש אזא דמות פון פעסקייט למען כבוד שמו יתברך
איר ברויכט ניש אזוי ווייט גיין אין נישטערן געב א קוק אינזער א.ג. סאטמארער ניק זאפיר'ל ושותפיו וואסערע פעך און שוועבל זיי גיסען אויף גאב''ד עיה''ק און די ערליכע יודען
קומט'ס דען בחינם?
על מה יצא קצפם??
די טאטאלער קלאפ וואס די חברת גבעת וואס האבען נאך זייערע פילע גימיק'ס
כלבים
ליידיגע בורות
בורות מים
בורות שמן
בורות תבואה
מפשר הרב פוזן
בריוולעך פון עסקנים'לך
אלעס האט זיך דעם פארגאנגענער וואך ביים פורים-שפיל אסיפה אויסגעלאזט מיט א זייפען בלאז ווען די קעמרע'ס פון די לעגאלע עקספערטן האבען גענוי רעקארדירט אלע מעשים טובים און זיופים פון די חברת הפשע פאלעי וחביריו און זייערע גבעת ואנשי הכשרות פריינט, וואס דאס האט געגעבען א שטארקער זעץ פאר'ן פלאן לחטט במאות מערות קבורה בבית עלמין הקדום בעיר בית שמש
א ווינדער זייערע חברים אויף די אינטערנעט און קווי ה'נייעס זענען צושפילט??
אשרינו אשרינו מיר פארמאגען א רב וואס באקומט די געוואלדיגע מתנות וואס די פריערדיגע ערליכע מנהיגים האבען זוכה געווען
די ווינדער בלייבט נאר אויף די א.ג. סאקמירע שרייבערליך דא ווי אהין בלינדע שנאה וקנאה המוציא את האדם מן העולם פירט
ענטשולדיגט פאר'ן שפעטיגען