אימייל:
ובכן יתקדש שמך היום בערב במקהלות אלפי ישראל- העצרת הגדולה ברוכים הבאים להני גבורי כח הרבנים הגאונים שליט"א בהגיעם לארה"ב לרגל העצרת הגדולה שתתקיים בעז"ה הערב "ליל שישי" פרשת שמות במקהלות אלפי ישראל בבית המדרש הגדול ד'סאטמאר בראדני סטריטהבית המדרש הגדול ד'סאטמאר ב'ראדני יהיה פתוח בהרחבה הכי גדולה שאפשר, הכותלים של כל השטיבלעך בצדדי ומאחורי ההיכל הגדול יסתלקו, ויהיה פתוח לההיכל, וכמו כן גם העזרת נשים בקומה העליונה סביב ההיכל הגדול, לצד ימין ולשמאל ולצד מערבית יהיה פתוח בלי המחיצה לההיכל הגדול - לשבע רצון האלפים המשתתפים.********************************* תיעשה כל הגולה כמדורת אש:ריזיגע עצרת אדירה דעם דאָנערשטאָג אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאַטמאַר וועט אויסשרייען וויי-געשריי קעגן גזירת חיטוטי שכבי אין בית שמש און גזירת גיוס בארץ הקודשעל פי קריאת כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"אהרה"ג ר' משה זאָרגער שליט"א, דומ"ץ סאַטמאַר ירושלים, און הרה"ג ר' שאול סירוטה שליט"א, מגדולי משפיע ברעסלאָוו, קומען ספּעציעל צו פאָרן פון ארץ הקודש איבערצוגעבן פאַר יהדות הגולה וויי-געשריי קעגן הריסת הדת און גזירת שמד; גדולי הרבנים שליט"א וועלן אויפטרעטן אויפצופלאַמען דאָס האַרץ פון כלל ישראל צו באַקעמפן ביטערע גזירותבית המדרש הגדול, אַלע אַרומיגע שטיבלעך און גאַלעריען אויסגעליידיגט צו קענען אַקאַמאָדירן ריזן ציבור; אויסגעשטעלט ריזיגער בימת הכבוד פאַר חשוב'ע רבנים פון איבער ניו יאָרק; טראַנספּאָרטאַציע פון אַלע חרד'ישע געגנטן אין גרעיטער ניו יאָרקניו יאָרק - אלפי רבבות שלומי אמוני ישראל אין ניו יאָרק זענען איינגעהילט אין אַ וואַרימע התלהבות צו די עצרת אדירה וואָס איז פאַררופן געוואָרן דעם דאָנערשטאָג, אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאַטמאַר, אויסצושרייען די וויי-געשריי קעגן די לעצטע פירצה בחומת הדת אין ארץ הקודש, ווען מענטשן פונעם חרד'ישן לאַגער פאַרשוועכן מערות קבורה בשאט נפש קעגן דעם פסק פונעם בית הגדול שבירושלים, ווי אויך צו פּראָטעסטירן קעגן די שרעקליכע גזירות גיוס וואָס ווערט געפּלאַנט דורך די מלכות המינות.די עצרת אדירה איז פאַררופן געוואָרן דורך הגה"צ כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א, לאור דעם שרעקליכן מצב וואָס הערשט אין ארץ ישראל, וואו עס האָבן זיך ליידער פאַרמאָסטן מענטשן וואָס געבן זיך אָן אַלס שומרי תורה ומצוות, וועלכע שטעלן אויף די גלובונציץ דירות פּראָיעקטן - גבעת ירושלים און בנין שלם - פאַר שומרי תורה ומצוות און אפילו היימישע קונים, דורכצופירן אַ שענדליכן פּרעצענדענט פון פאַרשוועכן מערות קבורה, אויסלאַכנדיג זיך פונעם פסק פונעם בית דין הגדול שבירושלים ובראשם דעם שר צבא כ"ק הגה"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.דער שרעקליכער מצב ברענגט ליידער אַריין אַ רפיון און קאַלטקייט אין יהדות החרדית, און באַדראָעט די יהדות הצרופה, און עס באַדראָעט די הייפעלע שומרי משמרת הקודש וועלכע ווערן ליידער צושלאָגן און געפּייניגט דורך אייגענע מענטשן, מכם ובכם. דער בית דין הגדול, און די נקיי הדעת שבירושלים קוקן איצט גאָר שטאַרק אַרויס אויף די מאָראַלישע שטיצע פון יהדות הגולה צו קענען זיך האַלטן און די שווערע צייטן און באַקעמפן דעם שרעקליכן הירוס הדת, ווען די אמונה בהשארת הנפש ווערט צוטרעטן און אָפּגעקילט ה"י.כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האָט דעם פאַרלאָפענעם כ"א כסליו גאָר שאַרף מוחה געווען און מגנה געווען דעם הירוס הדת, אשר לא נשמע כזאת דורך פרומע אידן, און נאָך גדולי ישראל זענען שוין במשך די לעצטע חדשים אַרויסגעטרעטן מיט גאָר שאַרפע ווערטער קעגן די מהרסים ומחריבים און גערופן דעם כלל ישראל צו שטיין צו די האַנט פונעם בית דין הגדול און די געטרייע בעלי מסירות נפש בארץ הקדושה וועלכע ווערן צושלאָגן און צובלוטיגט דורך ערליכע אידן.איבער די וועלט, אין ירושלים עיר הקודש, לאָנדאָן און אין מאָנטרעאַל, זענען שוין פאָרגעקומען אַסיפות אינעם לעצטן חודש וואו מ'האָט געהערט פון גדולי הרבנים ומשפיעים איבער דעם ביטערן מצב, און דעם חוב פון אידן אין חוץ לארץ זיך אַרויסצושטעלן קעגן די עוקרי תורה, און מחזק זיין די טייערע עסקנים, מוחים במסירות נפש אין ארץ ישראל.דער וויי-געשריי איבער די וועלט איז קריטיש און איז דער איינציגסטער מיטל אָפּצושטעלן די מהרסים, וועלכע ווילן טראָגן אַ שיין פנים איבער די וועלט, און רעדן זיך איין אַז זיי פאַרמעסטן זיך בלויז מיט אַ גרופּע קנאים וועלכע זיי קענען דערשטיקן דורך זיי באַשמוצן איבער די וועלט. גלייכצייטיג איז עס זייער וויכטיג צו געבן חיזוק פאַר די טייערע אידן אויפ'ן פראָנט.אַלס קלימאַקס אויסצודרוקן די וויי געשריי פונעם יהדות החרדית, איז פאַררופן געוואָרן די מאַסן עצרת אדירה אויף דאָנערשטאָג אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאַטמאַר וויליאַמסבורג, אַרויסצושיקן דעם מעסעדזש קבל תבל ומלואה אַז דאָס יהדות החרדית איז מוחה בכל תוקף ועוז קעגן די מעשה נבלה, און אַז מ'וועט נישט פאַרשווייגן דאָס מחלל זיין די מערות קבורה און דאָס עובר זיין אויפ'ן שאַרפן פסק פונעם בית דין הגדול שבירושלים.די עצרת אדירה וועט אויך דינען אַרויסצוברענגן די שאַרפע קול מחאה קעגן די גזירת גיוס וואָס לויערט אויף אונזערע ברידער בארץ הקודש דורך די מלכות המינות, און וועט אויפפלאַמען דאָס האַרץ פון כלל ישראל צו די מלחמה לה' בעמלק, אין אַ צייט וואָס די ביטערע גזירות דורך די מלכות הרשע והנגררים אחריהם ווערן ערגער ווי קיינמאָל בעפאָר.דער מעמד וועט צוריק אויפפלאַמען דעם ברען אין שלומי אמוני ישראל, מ'זאָל שפּירן דעם צער ועלבון השכינה ווען די תורה הקדושה ווערט צוטרעטן בריש גלי, ווען עס וועבן זיך אַזעלכע ביטערע גזירות וועלכע ווילן חלילה אַז לא יזכר שם ישראל עוד. עס וועט צוריק אויפוועקן די פייערדיגע דיבורים וואָס מ'האָט געהערט פון רבינו הקוה"ט מסאַטמאַר זי"ע, באותו מקום אינעם בית המדרש הגדול דסאַטמאַר איבער'ן חיוב פון יעדן איד מיטצושטיין צו די מלחמה לה' בעמלק מדור דור קעגן די מלכות הרשעה.גאָר געהויבענע געסט קומען צו פאָרן צום מעמד, אַלס שליחים פון אחינו בני ישראל בארץ הקודש, איבערצוגעבן דעם הילכיגן וויי-געשריי פון אונזערע טייערע הנאחנים ונאנקים אונטער די מלכות הרשע און פון דעם שרעקליכן איצטיגן מצב וואָס זוכט צו דערשטיקן יעדעס ביסל ערליכקייט און התנגדות צו די ביטערע גזירות.עס וועלן אויפטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים די געסט פון ארץ הקודש הרה"ג ר' משה זאב זאָרגער שליט"א דומ"ץ סאַטמאַר ירושלים און מראשי המורי צדק אין די עדה החרדית, און הרה"ג ר' שאול סירוטה שליט"א, מגדולי משפיע ברעסלאָוו, וועלכע מלהיב זיין די לבבות פונעם ציבור לדעת את שלום אחיהם שבארץ ישראל, און צו קומען צו הילף אָפּצושטעלן דעם הירוס און גזירות, און זיך מחזק צו זיין באמונה הטהורה והצרופה און די התבדלות מרשעים - וואָס דאָס האָבן אַ שייכות מיט די מלכות המינות ברענגט ליידער אַז מ'זאָל דערגרייכן צו אַזעלכע מעשים קלקולים און צו שווייגן ווען עס קומען אַרויס אַזעלכע ביטערע גזירות קעגן די המשכה פון כלל ישראל ה"י.אויך קומט צו פאָרן צו די עצרת אדירה אַ גאָר-געהויבענער גאַסט פון קאַנאַדאַ, הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאַטמאַר מאָנטרעאַל שליט"א, וועלכער האָט אַריינגעלייגט אַסאַך כוחות אָפּצושטעלן דעם הירוס פון די מערות קבורה און האָט ליידער איינגעזען אַז די אונטערנעמער איגנאָרירן דעם דעת תורה און רעכענען זיך נישט מיט די הלכה און דעם שרעקליכן ענין פון טשעפּען קברים וואָס איז ביז היינט געווען גאָר האַרב אפילו ביי גאָר שוואַכע אידן. דער דולה ומשקה מתורת רבינו זי"ע וועט אויפפלאַמען דעם ציבור צו די מסורה וואָס מיר האָבן פונעם רבי'ן זי"ע, און דעם חיוב צו צושטיין צו אחינו שבארץ ישראל שומרי הגחלת, וועלכע באַקעמפן די גזירות במסירות נפש ממש.אויך וועט געהערט ווערן אַ פייערדיגע דרשה פון הרה"ג ר' טודרוס זילבער שליט"א, וועלכער איז באַרימט מיט זיינע דרשות נלהבות וועלכע זענען יורד לחדרי בטן און איז מעורר אידן לתשובה ותיקון המעשים. ער וועט אַרויסברענגן דעם חובת השעה וואָס ליגט אויף יעדן אידן זיך מחזק צו זיין במשנתו של רבינו זי"ע, און מ'זאָל מיטשפּורן און טאָן וואָס מ'קען אָפּצושטעלן דעם שרעקליכן הירוס הדת און צו באַשיצן די טייערע אידן וואָס ווערן נעבעך צושלאָגט און צובלוטיגט למען כבוד שמו יתברך.ס'איז ערוואַרטעט נאָך דרשות פון גדולי הרבנים שליט"א, וואָס וועט באַזונדער געמאָלדן ווערן, קעגן דעם גזירות הגיוס וואָס איז ליידער אויך אַ תוצאה פון דעם וואָס מ'איז זיך מתחבר צו די כופרים, און די חילול הקברים.דער מעמד וועט זיין אַ היסטאָרישע עצרת וואו עס וועט צוריק ערוועקט ווערן דער פייער פון כלל ישראל צו באַקעמפן די מלכות המינות, און פילע טויזנטער אידן איבער גרעיטער ניו יאָרק קוקן אַרויס מיט שפּאַנונג מיטצוהאַלטן די כנסיה לשם שמים. עס וועט צוגעשטעלט ווערן טראַנספּאָרטאַציע פון אַלע חרד'ישע געגנטן פאַר צוגענגליכע פּרייזן. עס וועלן זיין ספּעציעלע מודעות אין יעדע געגנט מיט די גענויע סקעדזושעל און ערטער פון וואו די באָסעס פאָרן אַרויס.מטעם די עסקנים ווערט איבערגעגעבן אַז דער בית המדרש הגדול ווערט אויסגעשטעלט צו קענען אַרייננעמען דעם גרעסטן ציבור וואָס נאָר מעגליך. אַלע אַרומיגע שטיבלעך ווערן געעפנט און אויסגעליידיגט, אויסגעשטאַט מיט הויכ-הילכערס כדי צו מאַכן פּלאַץ פאַר ריזן ערוואַרטעטן דעם ציבור צו קענען מיטהאַלטן די כנסיה לשם שמים. די גאַלעריען פון די ווייבער שול ווערן אויך ספּעציעל אויסגעשטעלט פאַר די בחורי הישיבות, וועלכע בלויז קענען זיין אין די גאַלעריען כדי צו לאָזן פּלאַץ פאַר די בעלי בתים.ס'ווערט אויסגעשטעלט אַן ערהאַבענעם פול-שטאָקיגן בימת הכבוד פאַר די ריזיגע צאָל רבנים, ראשי ישיבה, דיינים ומרביצי תורה שליט"א, וואָס וועלן קומען מיטהאַלטן דעם מעמד אדיר למען כבוד שמו יתברך. באַזונדער ווערט צוגעשטעלט פּלעצער פאַר עלטערע אידן און אנשים מכובדים. אַ ספּעציעלע גרופּע עסקנים זענען געשטעלט צו האַלטן אָרדענונג ביי די אַריינגענג און צו פּלאַצירן די רבנים ואנשים מכובדים איש על מחנהו ואיש על דגלו.די עצרת אדירה וועט זיך אָנהייבן זיבן אַזייגער פּונקטליך, און די עסקנים רופן פאַר יעדן איינעם'ס באַטייליגונג צום באַשטימטן צייט, וויבאַלד מ'וועט זיך האַלטן זייער שטרענג צום סדר המעמד כדי אידן וואָס קומען פון די ווייטע מקומות זאָלן קענען צייטליך אַהיימפאָרן.די עצרת אדירה וועט אַרויסשיקן אַ הילכיגע פאַרדאַמונג קעגן דעם חילול הקברים, און וועט שיקן אַ הילכיגן מעסעדזש אַז דאָס יהדות הגולה וועט נישט זיצן שטיל און וועט נישט פאַרשווייגן דעם חילול הקברים.דער מעמד וועט אויפפלאַמען כל הגולה כמדורת אש קעגן די שרעקליכע גזירת שמד וואָס די מלכות הרשעה פאַרמעסט זיך און האָט שוין ליידער אָנגעהויבן אויסצופירן מיט די אַרעסטן פון בחורים פאַר זיך נישט שטעלן צום מיליטער.די אסיפה לשם שמים וועט אויפוועקן די רשפי אש קודש פון די אמונה בביאת המשיח, און מלחמה לה' בעמלק, וואָס מ'פּרובירט ליידער אָפּצוקילן און צו צוברעכן.כולנו, ברבבותינו, למען כבוד שמו יתברך!