שוין לאנג ניש געהערט אזוינע דמיונות מפרי בית היוצר פון די נארוינישע ניק'לעך וואס מען האט דא געהערט אין די לעצטערע טעג
ב''ה דעי וואך איז אפגעהאלטען געווארען שטארקע צוזאמקומען דורך רבנים גאונים אדירים זקני ירושלים מנהיגי קהילות קדושות און גובה עדות געווען איבער די לעצטערע אנגייענדע פשעים ביים שטח הבית החיים בעיר בית שמש
גאר שטארקע החלטות זענען געפאסט געווארען ווי די אלע חשובע רבנים האבען דערנאך זיך צוזאמגענימען בביתו נאוה פינעם רב פון ירושלים איבערגעבנדיג די אלע גביית עדות
עס האט נאכגעפאלגט די רעזולטאטען פינעם שטארקער צוזאמקום ווען א טאג דערויף דינסטיג באשמורת הבוקר זענען דורך געפירט געווארען בארבארישע ארעסטן אויף גדולי עסקנים פאר'ן דורכפירן אזא געלוגענער אסיפת הרבנים, מיט גאר שטארקע החלטות איבער'ן עתיד פינעם מערכה להצלת בתי חיים
(עס ברויך ערווענט ווערן ווער ס'האט געזעהן די תגובות דעי וואך פון די נארוינישע אויכעט האב'ך ערהאלטען אישית דעריבער אז היתכן מען האט געמאכט אזא עסק פון אסיפת גביית עדות בו בזמן וואס די משמשים'לאך און גבאים'לאך פון הייליגע חצרות יורשים פון פריערדיגע גדולי ישראל האבען עפעס ניש ערשיינט דארטן, דר'אמת ס'מיר אויכעט א פלא וואס איז פשט פון אזא זאך נאר מ'העמיר עס לאזען פארן שין בית עס מאריך צו זיין בארוכה במאמריו ובדרשותיו געבנדיג פינקטליכע הוראות והדרכות ווער ס'איז יא בארעכטיגט מייצג צו זיין קנאות און ווער ניש
אגב ברויך מען אים דערמאנען צו מסביר זיין און מיישב זיין די פיייערדיגע רעדע און דרשה פינעם מקנא קנאת ד' צבקות מנהיג עדת ק''ק סאטמאר קר''י וואס האט געזאגט מיט יארען צוריק ביי אזא פאל ווען אויכעט עפעס א ליטווישער גדול מ'פארטיי דגל האט געגראבען בארה''ק מיט זיינע היתירם, זאל ביטע הנ''ל מיישב זיין פארוואס היינט ווען מען איז נהנה פון בנינים פינעם עריי' איז אויס מיט די אלע הוראות הערט די פייערדיגע רייד פינעם מנהיג בק''ק סאטמאר אויף די ליניע פון די קהילה ווי עס ווערט אלס געברענגט די פייערדיגע מלחמה ציטאטען פינעם רבי'ן זאל זיין געזינט)
א פייערדיג בריוו איז געשיקט געווארען צו די גבעת ירושלים פארוואלטונג איבער די אנגייענדע חפירות גע'חתמ'ט דורך פילע גדו''י
נאך פילע שטארקע פעולות זענען ערווארטעט אין די קומענדיגע טעג להצלת הבית עלמין
א שטארק פאזיטיווער אנטוויקלונג איז די וואך ערשינען דא בבית קאוועלינו ווען דער באקאנטער לוחם בעל ה'איש עברי האט זיך געלאזט הערן חוות דעת תורתו דא אין דעם איבער דרייצען הינדערט תגובה'דיגער אשכול
עס איז שיין צו זעהן ווער עס שטייט אלס בעד די זאפיר'לאך
א טשיקאווער אבער גאנץ שיינער בריוו איז אדרעסירט געווארען צו די שישאקא'לאך אין דושינסקי דורך אחד מבני הקהילה באמת וואלט מען עס אויך געקענט שיקען ל'עורך ה'מארש און נאך וואס פלאגען זיך לעצטענס זייער מיטן פראבלעים פון גיוס בני הישיבות קומט דער אחד מחסידי דושינסקיא אויף מיט א וואזשנער בייפאל אז מען קאן זייער גרינג צעטלען דעם פראבלעים מיט גיוס והכל על מקומו יבוא
דהיינו היות לאחרונה איז נהוג אזא הנהגה אז ווען אחד מחברי בי דינא זענען צום צד ההיתר דאן ווערט די הויפט קאנצעטראציע אז מ'ברויך אכטונג געבן און שוינען בכל מחיר אויפען הייליגען כח דהיתרא וואס איז שקול נגד כל התורה כולה
קאן מען דאך אריינעמען נאך א גדול אויכעט איינער וואס ווערט שטארק באשמיצט דורך קנאים ובפרט די אמעריקאנע חעברע זיין נאמען ערהאלט אויכעט דעם שין טית נון לגזי''ש און אז מען העט אים אפיר נעמען און באטיטלען מיט נשיאות אדער סגן נשיאות אדער גאר סגן ראב''ד העט מען דאך האבען דעם הייליגען כח דהיתירא והכל יבוא בשלום מען העט העכסטענס נעמען כשר'ע עסן מיטן הכשר און געגאנגען אין צבא
מ'הערט אז עס איז אויף די אגענדע ביי א קומענדיגער צוזאמקום ערנסט באטראכט צו נעמען אזא שריט בפרט דער עורך ה'מארש שטיפט שטארק דעם געדאנק זייענדיג בקשרי ידידות מיטן ועדת שקד וואס האט שוין עטליכע מאל אפגעהאלטען שמועסן מיט'ן צייטונג
.....
פון די אנדערע זייט גריייטען צו די מחטטי שכבי למיניהם נאך פרישע פאשקעווילען צו פארפלייצען אין אידישע הייזער, ווי ערליכע אידען זענען שוין געוואוינט פון לאנגע יארען אז די סארט מיאוס'ע צעטליך ווארפט מען ארויס סטרעיט צום מקום פון ווי זיי קומען אינעם קען בעפאר יעדעס אידיש הויז
לויט ווי עס שיינט אין די לעצטערע טעג הייב איך שוין אהן צו גלייבען די וואס האבען דא פרובירט צו פארקויפען פאר'ן ציבור אז מען האט שוין געלייגט די מצבה שטיין אויף אתר''ק
בערך אזוינע סארט פעולות פון די לעצטערע טעג זענען בערך די אויסקוק פון א מעמד הקמת המציבה