זאפטיג האט געשריבן:געהאקט אין קאפ
דער גאנצע ספר ''אלה דברי הברית'' געדריקט אין אלטונא איז פול מיט ערענסטע אויפוויזונגען קעגן ''הרב'' אהרן חורינער
דער גמרא איז פול מיט אמר ההוא מינא ל... מיט א תירוץ אויף צוריק
מורה נבוכים
כוזרי
ועעוד ועוד
די אלע מראה מקומות זענען כעין געפילטערטע דעות. א יעדע תקופה אדער א יעדע עטליכע דורות האט זיך געטוישט די מעג יא'ס און די מעג נישט'ס. ווייל די אויווען דערמאנטע ספרים וואס די ברענגסט, האט א יעדער איינער א רויטע ליניע וואס מ'גייט נישט אריבער, דאס איז חוץ פונדעם וואס זיי האבן שוין אפגעמאכט פון פארדעם אז למען השם גייט מען דא זיין גערעכט. אויב אזוי, ווי אזוי קענען זיי בכלל ברענגען יענעם'ס שיטה 100% נישט בייעסד, און נאך דערצו קוואוטען יענעם'ס ווערטער און געדאנקען, אן אריינרוקען מעיקרא די שוואכקייטן, און עס גאר נישט באשמירן מיט לצנות נאך אויך..
אלזא אונזער תורת אמת האט שוין אנגעהויבן מיט דעם, נאטינג פערסאנעל, תורה איז דאך נצחיות און בלייבט דאך אייביג גערעכט, ווי קען אזא תורה שיינערהייט ארויס ברענגען די טיפע און אינטעליגינטע געדאנקגאנג פון פרעמדע אפגעטער? מיינסט טאקע מיליאנען מענטשען וואס דינען א שטיין זענען טאטאל פארוקט? ס'לייגט זיך דען אויפ'ן שכל אז רובא דהאי עלמא, וואס גלייבן אין איינער וואס וואקט אויף וואסער, זענען אזעלעכע תמימים אזש זיי קענען נישט פארדינען א דאלער, ווייל זיי וואלטען פונקט אזוי ווי זייער גלויבונג, אויך אוועק געגעבן זייער סחורה אומזינסט פאר זייערע קונדען?
חוץ פון דעם, שטעל דיך פאר מען טוישט ארום די צוויי נעמען, משה און יאשקע, משה האט געהיילט די בלונדע, און יאשקע האט געשפאלטען די ים. דעמאלטס וואלסטו געלאכט פון משה פאנדריק, און געמאכט סוכות אושפיזין פאר יאשקע רבנו. ס'איז אלעס סוף מעשה במחשבה תחילה, מ'שרייבט נאר פאר וואס מ'וויל אריין צווינגען אלס די מסקנא. די פילטער ארבעט די זעלבע נאר ס'איז אן אנדערע ווערזשאן. ס'האט זיך אנגעהויבן אין די בראשית יארן און ס'דעוועלאפט זיך עד היום הזה.
נישט אזוי האט דער בעלזער געזאגט ביים פעימאס שטייעדיגע תורה, "מ'האט נאך געמאכט דערפון א פערצענטער אני מאמין, אדער דער ערשטע גאר אויך..."