Under maintenance
הויפט זייט » פרשנות המקרא

פרשנות המקרא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4516
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:18 pm#145519
יאיר האט געשריבן:
לבונה זכה האט געשריבן:אפגעזען פון מיין באמערקונג איבער וילך...ויכל, האט פילון שטארקע ראיות לשיטתו, נעמליך, די מגילות ים המלח און דער תרגום השבעים.

אבער דאס איז נאר בצירוף מיט דעם אז ויכל איז פיל מער מסתבר און געשמאקער ווי וילך. משום איזה סיבה הערט זיך שד"ל'ס מהלך (no pun intended) ווי א טיפישע אפאלאגעטיק.


דו ביסט גאנץ מעגליך גערעכט, נאר דער אבן עזרא וואלט אין אזא צייט געזאגט "וזה סוד."
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:27 pm#145521
קאווע טרינקער האט געשריבן:
פילון האט געשריבן:מיר זענען אלע באקאנט מיט דעם אכט'ן אני מאמין, מיסודו פון'ם הייליג'ן רמב"ם אין פירוש המשניות. אין'ם אכט'ן אני מאמין זאגן מיר: אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המצויה עתה בידינו היא הנתונה למשה רבינו ע"ה. ווי דאס מיינט בפשטות, האט משה באקומען אויף'ן בארג סיני אקוראט די זעלבע תורה וואס מיר האבן, אריינגערעכנט די ווערטער און אפילו די אותיות!

אבער אין אמת'ן איז דאס נישט ריכטיג.


לייג נישט אריין אינעם רמב"ם נייע אמונה'ס. כאילו "כל התורה המצויה בידינו" מיינט חסירות יתירות אדער עטליכע גירסאות פון פארשידענע כתבי יד.
דאס איז בכלל. און בפרט, מהיכי תיתי אז א "נייע געטראפענע" כתב יד האט מער כובד ווי די אור אלטע אנגענומענע כתב יד? אפשר האט יענער, מדעת עצמו, געטוישט טאקע צוליב דעם ווייל ס'איז אים שווער געווען דעם נוסח "וילך וידבר". איך האב גראדע הנאה פון די סארט שמוסען, אבער נאר ל"אמירן בעלמא", ס'איז אינטערסאנט צו הערן. אבער נישט אויף צו מערר זיין אויף די אמונה אין אונזער תורה.


דער אבן עזרא און אנדערע וועלכע פארטיידיגן אונזער נוסח המסורה האלטן טאקע ווי דו זאגסט, אז דער אנגעבליך-פארגרייזטער נוסח ווייזט ענדערש אויף אוטענטישקייט vs. דעם שענערן פארבעסערטער נוסח, וואס צייגט אויף א שפעטערן רעדאקטאר וועלכער האט געוואלט פאררעכטן.
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:35 pm#145544
לבונה זכה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
לבונה זכה האט געשריבן:אפגעזען פון מיין באמערקונג איבער וילך...ויכל, האט פילון שטארקע ראיות לשיטתו, נעמליך, די מגילות ים המלח און דער תרגום השבעים.

אבער דאס איז נאר בצירוף מיט דעם אז ויכל איז פיל מער מסתבר און געשמאקער ווי וילך. משום איזה סיבה הערט זיך שד"ל'ס מהלך (no pun intended) ווי א טיפישע אפאלאגעטיק.


דו ביסט גאנץ מעגליך גערעכט, נאר דער אבן עזרא וואלט אין אזא צייט געזאגט "וזה סוד."

אז מ'רעדט שוין, וואלט איך געוואלט בעטן איינער זאל מיר ארויסהעלפן מיט אזא "סוד" פון אבן עזרא די וואך:
אחרי אלהי נכר הארץ -
ידענו כי השם אחד והשנוי יבוא מהמקבלים והשם לא ישנה מעשיו, כי כולם בחכמה. ומעבודת השם לשמור כח הקבול כפי המקום, על כן כתוב: את משפט אלהי הארץ, על כן אמר יעקב: הסירו את אלהי הנכר והפך המקום הדבק בעריות, שהם שאר. והמשכיל יבין.
וואס איז פשט פון די לעצטע ווערטער?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:17 am#145569
יאיר האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, וואלט איך געוואלט בעטן איינער זאל מיר ארויסהעלפן מיט אזא "סוד" פון אבן עזרא די וואך:
אחרי אלהי נכר הארץ -
ידענו כי השם אחד והשנוי יבוא מהמקבלים והשם לא ישנה מעשיו, כי כולם בחכמה. ומעבודת השם לשמור כח הקבול כפי המקום, על כן כתוב: את משפט אלהי הארץ, על כן אמר יעקב: הסירו את אלהי הנכר והפך המקום הדבק בעריות, שהם שאר. והמשכיל יבין.
וואס איז פשט פון די לעצטע ווערטער?

לכאורה מיינט ער צוזאגן אז דער קדושת המקום און ארץ ישראל איז היפך פאר אזא איינעם וואס איז דבוק און איינע פון די עריות שהם שאר וואס איז אן ערוה מכח קירבות וואס און פאל פון יעקב איז דאס נעמן שתי אחיות
אבער ווי פארשטענדליך איז דא זאכן וואס דארף נאך דא אויסגעקלארט ווערן והמשכיל יבין
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:23 am#145579
ATUB @פילון ATUB , איר מאכט א הערליכע דזשאב, און מיר ליינען מיט דארשט א יעדעס ווארט. שרייבט ביטע פיל און אפט. איך האב פיר שאלות איבער די היינטיגע פאוסט.

1) איז דא א הכרח צו זאגן אז די רמב"ם האלט אז מען מוז גלייבן אין א יעדע אות? אפשר מיינט 'כל התורה' בכלליות, פונקט ווי ווען איינער זאגט אז ער האט געליינט די גאנצע בוך מיינט ער אויך נישט א יעדע אות? (דאכצעך אז ק"ט האט דאס שוין מעורר געווען.)

2) פאר נייגעריקייט, איר קענט ליינען גריכיש? ווי אזוי האט איר איבערגעטייטשט די גריכישע תורה?

3) עס שטערט מיר אז לויט דיין מסקנא שטייט צוויי מאל איז איין פרשה די זעלבע זאך, ויכל משה וגו', און מען געפונט עס דאכצעך נישט אין ערגעץ אין די רעשט פון די תורה.

4) וואס איז די ראיה פון די געפונענע ספר תורה וואו עס שטייט ויכל, אפשר איז יענע ספר תורה איבערגעשריבן געווארן פון א גרייזיגע תורה, אדער גאר פון די גריכישע תורה?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:55 am#145629
הואיל והתורה העתיקוה ללשון ארמית ולשון פרס ולשון יון ולשון לעז קודם שעמד הפסול כמה מאות מן השנים. ועוד שהיא מקובלת דור מפי דור ממזרח העולם ועד מערבו, ולא נמצא בכל זה שום חלוף כלל, ואפילו בדקדוקיה ואפילו בין קמץ חטף לשורק לא נמצא בה שום חלוף (אגרת תימן).
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:16 pm#145691
נהורא נפישא האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, וואלט איך געוואלט בעטן איינער זאל מיר ארויסהעלפן מיט אזא "סוד" פון אבן עזרא די וואך:
אחרי אלהי נכר הארץ -
ידענו כי השם אחד והשנוי יבוא מהמקבלים והשם לא ישנה מעשיו, כי כולם בחכמה. ומעבודת השם לשמור כח הקבול כפי המקום, על כן כתוב: את משפט אלהי הארץ, על כן אמר יעקב: הסירו את אלהי הנכר והפך המקום הדבק בעריות, שהם שאר. והמשכיל יבין.
וואס איז פשט פון די לעצטע ווערטער?

לכאורה מיינט ער צוזאגן אז דער קדושת המקום און ארץ ישראל איז היפך פאר אזא איינעם וואס איז דבוק און איינע פון די עריות שהם שאר וואס איז אן ערוה מכח קירבות וואס און פאל פון יעקב איז דאס נעמן שתי אחיות
אבער ווי פארשטענדליך איז דא זאכן וואס דארף נאך דא אויסגעקלארט ווערן והמשכיל יבין
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:23 pm#145695
המשך
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:08 pm#145708
קאווע טרינקער האט געשריבן:
לייג נישט אריין אינעם רמב"ם נייע אמונה'ס. כאילו "כל התורה המצויה בידינו" מיינט חסירות יתירות אדער עטליכע גירסאות פון פארשידענע כתבי יד.
דאס איז בכלל. און בפרט, מהיכי תיתי אז א "נייע געטראפענע" כתב יד האט מער כובד ווי די אור אלטע אנגענומענע כתב יד? אפשר האט יענער, מדעת עצמו, געטוישט טאקע צוליב דעם ווייל ס'איז אים שווער געווען דעם נוסח "וילך וידבר". איך האב גראדע הנאה פון די סארט שמוסען, אבער נאר ל"אמירן בעלמא", ס'איז אינטערסאנט צו הערן. אבער נישט אויף צו מערר זיין אויף די אמונה אין אונזער תורה.

קאוועלע, דו כאפסט אז דו ביסט דיך סותר מיניה וביה? קודם טענה'סטו אז פילון לייגט אריין אינעם רמב"ם נייע אמונה'ס, דאס הייסט אז לשיטתך איז נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אפילו לויטן רמב"ם אז אונזער נוסח איז לאו דוקא ריכטיג בכל פרטיה ודקדוקיה. אבער גלייך אינעם קומענדיגן פאראגראף טענה'סטו אז דו האסט טאקע הנאה פון די סארט שמועסן, אבער נאר דאמירן בעלמא נישט אויף עכט צו מערר זיין די אמונה - א רגע נאר, וועלכע אמונה רעדסטו פון? האסטו נישט יעצט געענדיגט זאגן אז עס איז בכלל נישט דא קיין פראבלעם צו האלטן אז אונזער נוסח איז נישט בשלימות?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:28 pm#145719
דער אבן עזרא איז געווען א גרויסער גלויביגער אין אסטראלאגיע און אין זיין פירוש צייכענט ער אסאך צו אסטראלאגישע קאנצעפסיעס,ווידעראום דער רמב"ם אין מערערע פלעצער ווארפט אפ אלע סארט איבערגלויבענישן ווי מזלות, מזיקין, עין הרע, סימן טוב ורע, כשוף, רפואות סגוליות, ניחוש, וכדומה אזוי אויך אין יד החזקה איגנארירט ער די אלע זאכן אפילו און צוזאמהאנג מיט הלכה
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:38 pm#145727
לבונה זכה האט געשריבן: אוריאל סימון אין זיין ווערק "אזן מלין תבחן" אויפן אבן עזרא, ווייזט אן אז דער אבן עזרא (יא, דער מבקר המקרא, אבן עזרא) איז געווען זייער הארב איבערן משנה זיין דעם נוסח. דער רד"ק און דער רשב"ם, און אפילו רש"י, זענען געווען מער אפן דערצו. ער געט אן א מעגליכע סיבה, ווייל דער אבן עזרא שטאמט פון די מוסעלמענער חלק פון שפאניע, און די מוסעלמענער האבן נישט אנגענומען די אידישע ווערסיע פון די תורה, איז ער געווען זייער עמפונדליך צו פארטיידיגן אונזער נוסח המסורה.

דאס איז נישט אוריאל סימון'ס חידוש, נאר עס ווערט שוין געברענגט דורך ר' יוסף טוב עלם אין צפנת פענח (לינק צו היברו בוקס), און ענליך שרייבט דער אוה"ח אין דברים לד, ו. דאס זענען נישט מיינע מראי מקומות נאר מארק שפירא ברענגט זיי אין זיין "גרעניצן פון ארטאדאקסישע טעאלאגיע" (עמ' 120). דארט זאגט ער אקוראט די זעלבע זאך לגבי דעם רמב"ם'ס עיקר אז כל התורה המצויה עתה בידינו הוא הנתונה למשה רבינו ע"ה. שפירא שרייבט אז וויבאלד די אראבישע טעאלאגן האבן געהאט מפרסם געווען דעם תחריף דאקטערינע, האט דער רמב"ם געזען פאר וויכטיג צו אריינלייגן אין די מאסן דעם גלויבן אז יעדעס ווארט און אות איז מסיני ממש. און ווי יאיר האט אויבן געברענגט פון אגרת תימן ווי דער רמב"ם שרייבט קלאר ארויס
יאיר האט געשריבן:
הואיל והתורה העתיקוה ללשון ארמית ולשון פרס ולשון יון ולשון לעז קודם שעמד הפסול כמה מאות מן השנים. ועוד שהיא מקובלת דור מפי דור ממזרח העולם ועד מערבו, ולא נמצא בכל זה שום חלוף כלל, ואפילו בדקדוקיה ואפילו בין קמץ חטף לשורק לא נמצא בה שום חלוף (אגרת תימן).

(ודלא כדברי קאווע טרינקער לעיל אז דער רמב"ם האט נאר געמיינט באופן כללי). אבער שפירא איז נישט צופרידן מיט דעם. דער רמב"ם האט דאך זיכער געוואוסט אז וואס ער שרייבט איז נישט אמת. דערפאר נוצט שפירא דעם רמב"ם'ס געדאנק פון אמונות הכרחיות (מורה ח"ג כ"ח) צו טענה'ן אז אויך דער עיקר פון תורה מסיני איז אויך אזא סארט אמונה און איז נישט וואס דער רמב"ם רופט "אמונות נכונות". וד"ל.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 5:31 pm#145775
יידל, כ'האב נאכגעקוקט די לינק וואס דו האסט צוגעברענט, און אויך דעם אוה"ח. הגם ביידע ר' יוסף טוב עלם און דער אוה"ח רעדן וועגן אבן עזרא, קען איך נישט טרעפען אין זייערע ווערטער קיין שום רמז אז דער אבן עזרא האט פרובירט צו פארטיידיגן אונזער נוסח המסורה צוליב זיין עמפונדליכקייט צו מוסעלמענער פאלעמיק איבער די אידישע ווערסיע פון די תורה. מארק שפירא'ס פאינט וועגען רמב"ם איז די זעלבע ווי אוריאל סימון'ס. מ'דארף טשעקען ווער האט גע'גנב'ט פון וועם.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 5:42 pm#145780
נהורא נפישא האט געשריבן:דער אבן עזרא איז געווען א גרויסער גלויביגער אין אסטראלאגיע און אין זיין פירוש צייכענט ער אסאך צו אסטראלאגישע קאנצעפסיעס,ווידעראום דער רמב"ם אין מערערע פלעצער ווארפט אפ אלע סארט איבערגלויבענישן ווי מזלות, מזיקין, עין הרע, סימן טוב ורע, כשוף, רפואות סגוליות, ניחוש, וכדומה אזוי אויך אין יד החזקה איגנארירט ער די אלע זאכן אפילו און צוזאמהאנג מיט הלכה

ריכטיג, דער אבן עזרא איז געווען א גרויסער גלייבער אין די occult. ס'שיינט אבער אז ער האט נישט באטראכט דאס אלס supernatural, נאר אלס א טבעיות'דיגע זאך. אגב, אינטערעסאנט איז אז ס'איז אנגענומען דאס דעם אבן עזרא'ס ווערק האט געהאט א שטארקע איינפלוס אויף די דעוועלאפמענט פון קבלה.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 6:33 pm#145798
לבונה זכה האט געשריבן:יידל, כ'האב נאכגעקוקט די לינק וואס דו האסט צוגעברענט, און אויך דעם אוה"ח. הגם ביידע ר' יוסף טוב עלם און דער אוה"ח רעדן וועגן אבן עזרא, קען איך נישט טרעפען אין זייערע ווערטער קיין שום רמז אז דער אבן עזרא האט פרובירט צו פארטיידיגן אונזער נוסח המסורה צוליב זיין עמפונדליכקייט צו מוסעלמענער פאלעמיק איבער די אידישע ווערסיע פון די תורה. מארק שפירא'ס פאינט וועגען רמב"ם איז די זעלבע ווי אוריאל סימון'ס. מ'דארף טשעקען ווער האט גע'גנב'ט פון וועם.

זיי שרייבן טאקע נישט ממש דאס. דער צפנת פענח שרייבט אז דעריבער זאגט דער אבן עזרא לגבי והכנעני "אז" בארץ אז "המשכיל ידום", וויבאלד די פתאים וועלן נאך מיינען אז די מוסלעמענער זענען גערעכט.
דער לינק וואס כ'האב געגעבן צו צפנת פענח איז נישט ריכטיג. די ווערטער צו וועלכע שפירא צייכנט צו איז איין בלאט נאכדעם. אט איז דער ריכטיגער לינק. ומפני חביבת הדברים וועל איך זיי ציטירן במלואם:

זה הסוד אין ראוי להודיעו לבני אדם בעבור שלא ילזלו בתורה, כי מי שאיננו משכיל לא ידע להפריש בין הפסוקים שנכתבו בהם מצות ובין הפסוקים שנכתב בהם ספור דברים. גם בעבור האומות שאומרים לנו תורתכם היתה אמת רק החלפתם אותה ושניתם בה, על כן אמר והמשכיל ידום, כי המשכיל יודע כי זה לא יזיק, רק הפתאים יאשימו על ככה.


דער אור החיים האט גאר טענות אויפן אבן עזרא פארן שרייבן אז די לעצטע 12 פסוקים זענען געשריבן געווארן דורך יהושע וויבאלד דאס וועט גענוצט ווערן דורך די מוסלעמענער צו פארשטערקערן זייערע טענות פון תחריף (און דאס איז לכאורה פונקט פארקערט ווי סימון'ס טעאריע אז דער אבן עזרא איז געווען עמפונדליך צו די מוסלעמענע טענות - חוץ אויב זיין עמפונדליכקייט דרוקט זיך אויס מיטן שרייבן והמשכיל ידום...) אט איז דער אוה"ח'ס לשון:

וראיתי להראב"ע שכתב שיהושע כתב כן, ואין ראוי לכתוב כדברים האלה בפשטי הכתובים שמשה לא השלים הספר תורה כשמסרו ללוים, שבאזני שמעתי מבני עמנו מסתבכים בדבר זה ומסתעפים מזה כפירה בתורה, וזו היא טענת העכו"ם שמבני ישראל תקנו המכתב ונמצא בה מה שלא היה ולא היה מה שהיה, וישתקע הדברים ודומיהם הסבי עיניך מנגדם, והעיקר שכל הספר תורה כתבו משה וכאומרם (ב"ב ט"ו א) השלימו בדמע.


אט איז א קאפיע פון די רעלעוואנטע בלעטער אין שפירא'ס בוך:

Shapiro1.jpg
Shapiro1.jpg (223.86 KiB) געזען געווארן 3422 מאל


Shapiro2.jpg
Shapiro2.jpg (230.81 KiB) געזען געווארן 3422 מאל
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 6:53 pm#145803
לבונה זכה האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:דער אבן עזרא איז געווען א גרויסער גלויביגער אין אסטראלאגיע און אין זיין פירוש צייכענט ער אסאך צו אסטראלאגישע קאנצעפסיעס,ווידעראום דער רמב"ם אין מערערע פלעצער ווארפט אפ אלע סארט איבערגלויבענישן ווי מזלות, מזיקין, עין הרע, סימן טוב ורע, כשוף, רפואות סגוליות, ניחוש, וכדומה אזוי אויך אין יד החזקה איגנארירט ער די אלע זאכן אפילו און צוזאמהאנג מיט הלכה

ריכטיג, דער אבן עזרא איז געווען א גרויסער גלייבער אין די occult. ס'שיינט אבער אז ער האט נישט באטראכט דאס אלס supernatural, נאר אלס א טבעיות'דיגע זאך. אגב, אינטערעסאנט איז אז ס'איז אנגענומען דאס דעם אבן עזרא'ס ווערק האט געהאט א שטארקע איינפלוס אויף די דעוועלאפמענט פון קבלה.

דאס איז מיר א חידוש. איך ווייס אז אסאך מקובלים זענען געווארן באאיינפלוסט דורך פילאזאפיע, אפילו א שטייגער ווי דער שטרענג ראציאנעלער מורה נבוכים, אבער אז אבן עזרא'ס אסטראלאגיע האט צוגעגעבן צו קבלה האב איך קיינמאל נישט געהערט.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 7:36 pm#145822
יידל, א גרויסן דאנק פאר די קלארע רעפרענסעס. אנטשולדיג מיר פארן עס פארזען.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 7:42 pm#145825
דרך אגב איז אפשר דא די פאסיגע פלאטץ אויסצושמועסן די טעמע פון גדולי האומה וחטאם דערמאנט אין תנ"ך דוכט זיך אז די שטעלונג היינט אין די ארטאדאקסישע קרייזן איז שולל צו זיין די מינדעסטע פגם ביי די תנ"ך העלדן מכל וכל און פארשטיין אין די אלע כמו חטאים עפעס העכערס
וכאן הבן שואל אמת אז מיר געפינען אין חז"ל א גאנצע רייע פון כל האומר......חטא אינו אלא טועה פון איין זייט פארשטייט זיך די דילעמא ווייל סאיז זייער אומבאקוועם דורכצולאזן אזעלעכע פלעקן אויף אינזערע העלדן ממילא איז ערווארטעט אז סזאל זיין ווער סזאל דאס אראפגעבן אין אן אנדערע ליכט
לעומת זה געפינען מיר גענוג מאמרי חז"ל וואס זענען דוקא באזירט אננעמענדיג די אלע חטאים כפשוטם נאכמער אויב זאלן מיר זיי אינגאנצן מפשיט זיין פון מענטשליכע נטיות דאן פארזעהן מיר די אלע נקודות וואס אינז דארפן פון דעם ארויסנעמן וויאזוי קען דוד זיין א מקים עולה של תשובה אז איך לאז נישט איבער קיין פלאטץ פאר חטא
מיין פראגע איז יעצט צו געפינט מען אין די קלאסישע מפרשי המקרא פון די ראשונים פעריאדע אזעלכע וואס זענען זיך מסתייג פון מפרש זיין על פי פשוטו, אט למשל וועל איך ציטירן פון רלב"ג וואס זאגט אויף דוד און צוזאמהאנג מיט דעם וואס שאול האט געקלערט איבער אים מקרה היא בלתי טהור ר"ל שלא נשמר מלשמש מטתו כי טבעו היה נוטה אל רבוי המשגל כמו שנתבאר מענינו.
איי וואס טוען מיר מיט דעם וואס קוקט לכאורה צוזיין גרויסע פלעקן אויף אינזערע העלדן דאס קען מען גראדע מסביר זיין מיט די קאנסעפציע פון כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 7:51 pm#145832
יאיר האט געשריבן:דאס איז מיר א חידוש. איך ווייס אז אסאך מקובלים זענען געווארן באאיינפלוסט דורך פילאזאפיע, אפילו א שטייגער ווי דער שטרענג ראציאנעלער מורה נבוכים, אבער אז אבן עזרא'ס אסטראלאגיע האט צוגעגעבן צו קבלה האב איך קיינמאל נישט געהערט.

לאו דוקא זיינע אסטרולאגישע תורות. דער אבן עזרא האט אויך באהאנדלט מושגים פון אלוקות.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:00 pm#145834
נהורא נפישא האט געשריבן:דרך אגב איז אפשר דא די פאסיגע פלאטץ אויסצושמועסן די טעמע פון גדולי האומה וחטאם דערמאנט אין תנ"ך דוכט זיך אז די שטעלונג היינט אין די ארטאדאקסישע קרייזן איז שולל צו זיין די מינדעסטע פגם ביי די תנ"ך העלדן מכל וכל און פארשטיין אין די אלע כמו חטאים עפעס העכערס
וכאן הבן שואל אמת אז מיר געפינען אין חז"ל א גאנצע רייע פון כל האומר......חטא אינו אלא טועה פון איין זייט פארשטייט זיך די דילעמא ווייל סאיז זייער אומבאקוועם דורכצולאזן אזעלעכע פלעקן אויף אינזערע העלדן ממילא איז ערווארטעט אז סזאל זיין ווער סזאל דאס אראפגעבן אין אן אנדערע ליכט
לעומת זה געפינען מיר גענוג מאמרי חז"ל וואס זענען דוקא באזירט אננעמענדיג די אלע חטאים כפשוטם נאכמער אויב זאלן מיר זיי אינגאנצן מפשיט זיין פון מענטשליכע נטיות דאן פארזעהן מיר די אלע נקודות וואס אינז דארפן פון דעם ארויסנעמן וויאזוי קען דוד זיין א מקים עולה של תשובה אז איך לאז נישט איבער קיין פלאטץ פאר חטא
מיין פראגע איז יעצט צו געפינט מען אין די קלאסישע מפרשי המקרא פון די ראשונים פעריאדע אזעלכע וואס זענען זיך מסתייג פון מפרש זיין על פי פשוטו, אט למשל וועל איך ציטירן פון רלב"ג וואס זאגט אויף דוד און צוזאמהאנג מיט דעם וואס שאול האט געקלערט איבער אים מקרה היא בלתי טהור ר"ל שלא נשמר מלשמש מטתו כי טבעו היה נוטה אל רבוי המשגל כמו שנתבאר מענינו.
איי וואס טוען מיר מיט דעם וואס קוקט לכאורה צוזיין גרויסע פלעקן אויף אינזערע העלדן דאס קען מען גראדע מסביר זיין מיט די קאנסעפציע פון כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו

די עניין איז א ערנסטע סעמאטוכע אין די מזרחיסטישע קרייזן אין די לעצטע פאר-צענדליג יאר. זע לדוגמא דא.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:51 pm#145869
צום ערשט וויל איך זיך באדאנקן' פאר אלע וואס האבן מגיב געווען און מעיר געווען און מאיר געווען אין דעם אשכול להגדיל תורה ולהאדירה.

ייש"כ ר' ATUB @לבונה זכה ATUB פאר'ן אראפברענגן שד"ל'ס פשט. עס איז טאקע א הערליכע פשט.

ר' ATUB @קאווע טרינקער ATUB און ר' ATUB @הוגה ATUB -- שני נביאים שנתנבאו בסגנון דומה -- האבן ביידע געפרעגט די זעלבע פראגעס.

קאווע טרינקער האט געשריבן:לייג נישט אריין אינעם רמב"ם נייע אמונה'ס. כאילו "כל התורה המצויה בידינו" מיינט חסירות יתירות אדער עטליכע גירסאות פון פארשידענע כתבי יד.

הוגה האט געשריבן:איז דא א הכרח צו זאגן אז די רמב"ם האלט אז מען מוז גלייבן אין א יעדע אות? אפשר מיינט 'כל התורה' בכלליות, פונקט ווי ווען איינער זאגט אז ער האט געליינט די גאנצע בוך מיינט ער אויך נישט א יעדע אות? (דאכצעך אז ק"ט האט דאס שוין מעורר געווען.)


אין הכי נמי. איך האב טאקע נישט געשריבן אז דער רמב"ם האלט אזוי. איך האב דירעקט אכטונג געגעבן צו שרייבן אז "דאס מיינט בפשטות" אפילו יעד'ן אות, און איך האב אויסגעפירט אז די הבנה אין'ם רמב"ם איז נישט ריכטיג טאקע וויבאלד עס איז דא איבערוויגענדע ראיות אויף להיפוך. אין ר' יעקב וויינבערג'ס ספר Fundamentals and Faith שרייבט ער גענוי דאס וואס ענק טענה'ן, אז "שכל התורה המצויה" מיינט נישט פשוטו כמשמעו, נאר עס מיינט באופן כללי. כ'מיין אז מארק שפירא ברענגט עס אין זיין בוך (וואס יידל דערמאנט).

די צווייטע פראגע וואס ענק האבן גע'טענה'ט איז אז מהיכי תיתי אונזער נוסח איז א טעות, אפשר איז די נוסח מגילת ים המלח און תרגום השבעים א טעות.

קאווע טרינקער האט געשריבן:מהיכי תיתי אז א "נייע געטראפענע" כתב יד האט מער כובד ווי די אור אלטע אנגענומענע כתב יד? אפשר האט יענער, מדעת עצמו, געטוישט טאקע צוליב דעם ווייל ס'איז אים שווער געווען דעם נוסח "וילך וידבר". איך האב גראדע הנאה פון די סארט שמוסען, אבער נאר ל"אמירן בעלמא", ס'איז אינטערסאנט צו הערן. אבער נישט אויף צו מערר זיין אויף די אמונה אין אונזער תורה.

הוגה האט געשריבן:וואס איז די ראיה פון די געפונענע ספר תורה וואו עס שטייט ויכל, אפשר איז יענע ספר תורה איבערגעשריבן געווארן פון א גרייזיגע תורה, אדער גאר פון די גריכישע תורה?


די ראיה איז זייער פשוט. דאס וואס הוגה רופט "די גריכישע תורה" איז דאך באזירט אויף די תרגום השבעים וואס איז דאך באזירט לכאורה אויף א כשר'ע ספר תורה מימות בית שני! דעריבער, ווען אונז טרעפן אן אור אלטער תורה מימות בית שני וואס קאראבערירט די נוסח פון תרגום שבעים איז דא א שטארקע מקום צו טראכטן אז דאס איז לכאורה ריכטיגער ווי דער נוסח וואס די בעלי המסורה (וואס האבן געלעבט הונדערטע יארן שפעטער) האבן אויסגעארבעט.

אבער דער אמת איז אז ענק זענען גערעכט. עס איז נישט דא קיין ראיה מוכרחת צו זאגן אז יענע נוסח איז אמת און אונזער נישט. איך האב דערפאר קלאר געשריבן אז מען קען נישט וויסן וואס די אריגינעלע נוסח איז געווען, עס זענען דא ראיות צו ביידע צדדים:

פילון האט געשריבן:עס איז מעגליך אז די נוסח פון ויכל איז דער אריגינעלער נוסח און עס קען אויך זיין אז די אריגינעלע נוסח איז באמת ווי אונזער (בן אשר'ס) מסורה, נאר א סופר האט שפעטער מדעת עצמו געטוישט און די געטוישטע נוסח האט דער בעל תרגום השבעים געהאט.


יעצט צו פארענטפערן הוגה'ס צוויי אנדערע פראגעס.

יאיר האט געשריבן:פאר נייגעריקייט, איר קענט ליינען גריכיש? ווי אזוי האט איר איבערגעטייטשט די גריכישע תורה?

ניין איך קען נישט. נאר מיר לעבן געלויבט צו ג-ט אין א דור ווי אפילו איינער וואס קען נישט קיין גריכיש קען באזיצן די אריגינעלע גריכישע ווערטער און נוצן בחנם'דיגע פראגראמען עס איבערצוזעצן און אפילו זען א פראפעסיאנאלע איבערזעצונג פון די תרגום השבעים אויף'ן אינטערנעט, אלעס זיצנדיג באקוועם אין אפיס!

הוגה האט געשריבן:עס שטערט מיר אז לויט דיין מסקנא שטייט צוויי מאל איז איין פרשה די זעלבע זאך, ויכל משה וגו', און מען געפונט עס דאכצעך נישט אין ערגעץ אין די רעשט פון די תורה.


עס איז נישט די זעלבע פרשה, די צווייטע ויכל שטייט אינמיט'ן פרשת האזינו. צו שטייט דען נישט וידבר ה' אל משה לאמר צענדליגע מאל אין די תורה? איך געדענק אז עס זענען דא ענליכע פראזען וואס ווערן איבערגע'חזר'ט. אויף'ן מינוט געדענק איך נישט וואו, איך האף שפעטער עס אויפצוזיכן.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:57 pm#145871
פילון האט געשריבן:די ראיה איז זייער פשוט. דאס וואס הוגה רופט "די גריכישע תורה" איז דאך באזירט אויף די תרגום השבעים וואס איז דאך באזירט לכאורה אויף א כשר'ע ספר תורה מימות בית שני! דעריבער, ווען אונז טרעפן אן אור אלטער תורה מימות בית שני וואס קאראבערירט די נוסח פון תרגום שבעים איז דא א שטארקע מקום צו טראכטן אז דאס איז לכאורה ריכטיגער ווי דער נוסח וואס די בעלי המסורה (וואס האבן געלעבט הונדערטע יארן שפעטער) האבן אויסגעארבעט.

אפילו בזמן הבית גופא זענען געווען פארשידענע נסחאות!
עס איז דא א ספר מסורת תורה שבעל פה פון הרב הבלין, כ'מיין אז איין פרק איז מוקדש פאר דעם נושא.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 10:47 am#145955
איז קלאר אז די ווערטער "התורה הזאת" אין די לשון הרמב"ם גייט ארויף אויף די טעקסט פון חומש בכלל?
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:46 pm#146052
אדער?
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:50 pm#146053
די חוק פון די תורה באופן כללי. אזויווי איינער זאגט "גיין בדרך התורה", וואס ער מיינט נישט די טעקסט פון חומש נאר די סדר החוקים וואס קומט ארויס פון דעם. איינער האט מיר אמאל מדייק געווען פון די אראבישע מקור זעהט מען א חילוק וואסארא ווארט דער רמב"ם נוצט פאר די ווארט "תורה" אין פארשידענע פלעצער און געוואלט בויען אויף דעם אזא חילוק, אי"ה וועל איך עם איבערפרעגן פונקטליך.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:00 pm#146758
לעיקוואד האט געשריבן:די חוק פון די תורה באופן כללי. אזויווי איינער זאגט "גיין בדרך התורה", וואס ער מיינט נישט די טעקסט פון חומש נאר די סדר החוקים וואס קומט ארויס פון דעם. איינער האט מיר אמאל מדייק געווען פון די אראבישע מקור זעהט מען א חילוק וואסארא ווארט דער רמב"ם נוצט פאר די ווארט "תורה" אין פארשידענע פלעצער און געוואלט בויען אויף דעם אזא חילוק, אי"ה וועל איך עם איבערפרעגן פונקטליך.

א. דער אגרת תימן שרייבט ער סייווי קלאר אז יעדן אות און דקדוק איז מסיני. ב. ס'איז סייווי מוכרח אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אז די י"ג עקרים זענען באמת די עיקר יהדות, ס'איז פשוט געווען א גרינגע וועג צו צוזאמנעמען אלע שוועריקייטן וואס די אידן האבן געהאט מיט די תורה אונטער איין דאך, כעין די דרשות אויפ'ן אינטערנעט. ממילא איז נישט ממש מעלה ומוריד וואס דער רמב"ם האט גענוי געמיינט אויב ס'איז סתם א פורים שפיל. מעגליך אז ער האט דירעקט געשריבן א לישנא דמשתמע לתרי אנפי כדי יעדער זאל עס קענען אויסטייטשן ווי אזוי מ'וויל. וכן נוהגין.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:34 pm#146772
אוודאי איז יעדער אות און דקדוק מסיני. די שאלה איז נאר צו זינט סיני איז נישט אנטשטאנען עפעס חילוקים און נוסחאות, וואס אויב איז טאקע אזוי איז עס א נס נגלה, און וואלטגעדאפט ווערן אויסגערעכנט אין פרק צווישן די נסים.

נאר אוודאי איז דער מציאות נישט אזוי. כמבואר בחז"ל ובקורות הדורות.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:38 pm#146775
דאס מיינט אז אין אונזער היינטיגע תורה איז נישט יעדער אות - און לכאורה אפילו נישט יעדער ווארט - מסיני. אין אנדערע ווערטער, אפילו אויב מ'האט שפעטער צוגעלייגט אדער אראפגענומען ווערטער, שוין נאך מתן תורה, בכונה אדער שלא בכונה, איז דאס פאר אונז נישט מעלה ומוריד. דער עיקר איז דער תוכן שבו.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:42 pm#146776
לויט בן אשר איז אונזער היינטיגער נוסח, על כל קוץ ותג שבו, אות באות סטרעיט פון סיני. דאס אז סאיז דא אנדערע העתקות אויך, מיינט נישט אז סאיז נישט מעגליך צו האבן די ריכטיגע אויך.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:44 pm#146778
דעת תורה האט געשריבן:לויט בן אשר איז אונזער היינטיגער נוסח, על כל קוץ ותג שבו, אות באות סטרעיט פון סיני. דאס אז סאיז דא אנדערע העתקות אויך, מיינט נישט אז סאיז נישט מעגליך צו האבן די ריכטיגע אויך.

האסט דאך יעצט געזאגט אז דאס וואלט געווען פון די עשרה ניסים?
נאכמער, בן אשר אליין האט אודאי גאנץ גוט געוואוסט אז ס'איז נישט מעגליך צוריקצוגיין ביז סיני, ער האט נאר פרובירט די בעסטע וואס שייך. פונקט ווי מכון עוז והדר רעדט זיך נישט איין אז זיי האבן די גענויע נוסח הש"ס וואס איז געשריבן געווארן דורך רבינא און רב אשי על כל אות ותג.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:52 pm#146779
א נס וואלט געווען ווען יעדער סופר ומעתיק וואלט געהאט די זעלבע העתקה אן קיין טעותים. דאס אז איינצלנע - אדער אפילו רוב - ספרים זאלן בלייבן אריגינעל איז בכלל נישט קיין חידוש ווען מען רעדט פון אזא מין ספר ווי די תורה.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:04 pm#146783
אבער בן אשר האט נישט געהאט א נוסח מקובל מסיני וואס ער האט איבערגעשריבן, ער האט פשוט צוזאמגענומען די מערסט מוסמך'דיגע נוסחאות און פרובירט צו צוזאמשטעלן די בעסטע נוסח לויט זיין פארשטאנד. ער האט געטון אקוראט דאס וואס עוז והדר טוט. און בכלל לייגט זיך פשוט נישט אויפ'ן שכל אז אנדערש ווי די תנאים ואמוראים, רש"י און בעלי התוספות (וועלכע האבן אנדערע נוסחאות ווי אונז) זענען מיר די איינציגסטע וואס האבן אקוראט דעם ריכטיגן נוסח.
אגב, וואס מיינסטו מיט דעם כל קוץ ותג, איז דאס בלויז א מליצה? די נקודות וטעמים האבן די בעלי מסורה אליין מחדש געווען.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:19 pm#146789
עס וואלט געווען אינטערעסאנט אנצומערקן אז די אריגינעלע סיבה פארוואס געוויסע ווערטער אין די תורה זענען מנוקד (ווי למשל די וואך ביי והנגלות לנו ולבנינו) איז געווען וויבאלד ס'איז געווען א ספק וועלכע נוסח צו שרייבן. אזוי שטייט אין אדר"נ פרק ל"ד:
אמר עזרא: אם יבא אליהו ויאמר לי "מפני מה כתבת כך?", אומר אני לו "כבר נקדתי עליהן". ואם יאמר לי "יפה כתבת", אעבור נקודה מעליהן.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:27 pm#146793
דער חשבון איז פשוט. ביז יאשיה המלך האט גונז געווען דעם ארון, האט מען דאך געהאט משה'ס אייגענער כתב יד, און פון עזרא הסופר'ס צייטן ווען מען האט מתקן געווען כתב אשורית, און חילוקי פרשיות, דיני סופרות, און דער עיקר א תורה'דיגע אויטאריטעט און סיסטעם, איז גאנץ מסתבר אז לפחות ביי די חכמים און סנהדרין איז געווארן פרעזערווירט דער אויטענטישער נוסח.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:31 pm#146794
אבער, דעת תורה, ענטפערסט דאך נישט אויף דער עיקר קושיא פון יאיר: איז מסתבר אז חז"ל און די ראשונים האבן נישט געהאט די ריכטיגע נוסח בעת מיר האבן יא? חז"ל און טייל פון די ראשונים האבן אנדערע נוסחאות ווי בן אשר.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:33 pm#146795
א. אין די צייטן פון עזרא איז שוין געווען מערערע נוסחאות, ווי מען זעט פון די מאמרים הנ"ל אין אבות דר"נ און מסכת סופרים, און ס'איז נישטא קיין שום וועג צו וויסן וועלכע איז אויטענטיש.
ב. בן אשר האט כפי מיטב ידיעתי נישט געהאט קיין ספר תורה וואס איז געווען מקובל פון די סנהדרין, ער האט פארראכטן און מגיה געווען פון צענדליגער נוסחאות.
ג. עס איז קלאר אז די חכמי הש"ס און טייל ראשונים האבן געהאט אן אנדערע נוסח ווי אונז, ממילא מוז מען על כרחך זאגן אז דער גענויער נוסח איז נישט מעלה ומוריד, ווייל אויב יא, האט איינער פון אונז נישט געהאט די ריכטיגע תורה.
---
יידל זעצט
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:42 pm#146796
יאיר האט געשריבן:אגב, וואס מיינסטו מיט דעם כל קוץ ותג, איז דאס בלויז א מליצה? די נקודות וטעמים האבן די בעלי מסורה אליין מחדש געווען.


חלילה, עס איז דאך א בפירוש'ער גמרא אין מגילה אז דאס האט מען מקובל מסיני. אפשר מיינסטו על דרך שכחום וחזרו ויסדום ווי ביי אונקלס?
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:55 pm#146799
יאיר האט געשריבן:אגב, וואס מיינסטו מיט דעם כל קוץ ותג, איז דאס בלויז א מליצה? די נקודות וטעמים האבן די בעלי מסורה אליין מחדש געווען.

די נקודות וטעמים ווערן שוין דערמאנט אין חז"ל עכ"פ לויט ווי רש"י און אנדערע לערנען פשט (עיין נדרים לז ברכות סב מגילה ג)
ר'אליהו הבחור שרייבט אבער אז די בעלי המסורה האבן דאס איינגעשטעלט
חז"ל זאגן שוין אויף ר''ע שהיה דורש על כל קוץ ותג תלין תלין של הלכות
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:00 pm#146804
קוץ ותגין מיינט נישט נקודות ס'מיינט די אותיות כתב אשורי וואס האבן קוצים ותגים.
מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 9:47 pm#146886
איבער די נקודות וטעמים טוט זיך א ריזן מבוכה, גאנצע ספרים זענען געשריבן געווארן דערוועגן (אשתדלות עם שד"ל, ועוד הרבה, דוכט זיך אמאל האט הרב ב' הלוי געשריבן אין מעלות דערוועגן). מיט די גמרא קען מען זיך לכאורה אן עצה געבן אז ס'מיינט נישט אז די נעמען און צורות פון די נקודות וטעמים כמו שהם בידינו זענען געגעבן געווארן מסיני, נאר אז מ'האט מקובל מסיני וויאזוי צו ליינען (יש אם למסורת) און וויאזוי צו זינגען, און שפעטער האט מען געמאכט די סימנים להקל. אבער אין זוה"ק ווערט יא דערמאנט די נעמען און צורות פון די נקודות וטעמים, איז דאס געווען איינס פון די טענות קעגן קדמות הזוהר (הגם ס'איז נישט אזוי שווער ווייל בלא"ה זענען דא צוגעלייגטע שטיקלעך). ווידער זענען דא אנדערע וואס טענה'ן אז גם בלי דברי הזוהר איז מוכרח אז די נקודות וטעמים כפי שהם בידינו זענען מסיני (ובכללם ספר הנ"ל).

איבער תורה מסיני, אפשר איז מעגליך צו זאגן אז דער חיוב צו גלייבן איז נאר נאכדעם וואס ס'איז אנגענומען געווארן איין נוסח ביי כלל ישראל, אז דער נוסח איז זיכער דאס וואס איז געגעבן געווארן מסיני, וויבאלד מ'האט אזוי מכריע געווען (כעין דברי הרמב"ן גבי כאשר זמם). ואה"נ עזרא הסופר האט טאקע נישט געוואוסט, אבער איינמאל ער האט מכריע געווען ונתקבלה הכרעתו בכל ישראל ווייסן מיר שוין. וממילא איז בכלל נישט קיין קושיא פון די תנאים ואמוראים, פונקט ווי ס'איז נישט שווער וויאזוי איז מעגליך אז ר' יוסי הגלילי האט געגעסן בשר עוף בחלב, ובמקומו של ר' אליעזר הגדול האט מען מחלל שבת געווען אויף מכשירי מילה.
לישנא אחרינא, אויב איז די שאלה פשוט היסטאריש-סייענטיפיש, צו די תורה איז אות באות די זעלבע ווי די וואס איז געגעבן געווארן על הר סיני, ווייסן מיר טאקע נישט. אבער מיר דארפן גלייבן אז די תורה וואס מיר האבן איז די תורה וואס השי"ת האט אונז געגעבן, דהיינו, דאס איז תורה און עפעס אנדערש נישט. ווייל איינמאל ס'איז אזוי מוכרע וויל דאס גאט פון אונז (וידועים ד' דרשות הר"ן), וממילא איז דאס די תורה און ס'איז נישט שייך גארנישט צו טוישן.
(ס'וועט נאך שווער זיין אזעלכע שינויים וואס זענען נישט מוכרע, ווי פצוע דכא/דכה, ואולי יש לדחוק אז אזא שינוי פון איין אות וואס איז נישט משנה המשמעות כמ"ש הפוסקים איז נישט קיין סתירה. גם דברי הרמב"ם באגרתו אינם מיושבים, ווייל אויב איז אלעס נאר מכוח די אמונה איז דאס דאך הנחת המבוקש, ולכאו' עכצ"ל אז ער מיינט לאו דוקא, נאר באופן יחסי קעגן וויפיל שינויים ס'דארפן ווען זיין ווען מ'פאטשקעט ווען).
הרב בעל ATUB @דעת תורה ATUB , מיינט איר דאס צוזאגן?
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 12:40 am#146947
איך זעה אז דער עולם מוטשעט זיך דא איבער וועלכע נוסח התורה איז מסיני. אויב קענט איר פארשטיין ביי די מחלוקת אביי ורבא אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים, און די זעלבע מיט די מחלוקת רש"י ור"ת איבער די סדר הפרשיות בתפילין, און אזוי אויך מיט די מחלוקת האחרונים איבער דיני רהר"ר בנוגע עירובין וכדומה. דאן פארוואס קען מען נישט זאגן איבער די מחלוקת על נוסחי התורה אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים?
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:19 am#146951
הרב ATUB @הוגה ATUB , לויט ווי כ'פארשטיי זענען אונזערע ווערטער געקניפט און געבינדן. אלו ואלו דברי אלקים חיים פאסט נישט ביי א שאלה אינעם מציאות אויפן עולם הגשמי (כמבואר בכתובות נז. רש"י ד"ה הא קמ"ל), ממילא קען מען עס נאר זאגן בהנחה אז די דיון איז איבער וואס הייסט תורה כנ"ל, (חוץ אויב מיינט איר אז אלע נוסחאות זענען באמת געגעבן געווארן, כענין כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש, אבער דאס שמעקט שוין פויליש, און ס'האט לכאורה נישט מיט אלו ואלו). און אויך אויב זאגט מען אואדא"ח מיינט דאס נאר אז ביידע האבן א צד ברצונו יתברך (כד' הריטב"א בשם חכמי צרפת), אבער למעשה אחר הכרעה אויב וועט איינער מאכן א מוהל מעסער בשבת וועט ער זיין חייב סקילה, והכ"נ לאחר הכרעה איז א ס"ת נאר כשר למעשה אויב איז עס בנוסח בן אשר.
דאס פארדינט מען יא אז דכא/דכה איז בכלל נישט קיין פראבלעם, טאקע וויבאלד ס'איז נישט מוכרע, ואלו ואלו. (ודברי הרמב"ם וועט מען נאכאלץ דארפן מדחיק זיין כנ"ל).
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:10 am#146975
ס׳איז א אלטע ליטווישע חקירה צי ״חזקה״ איז א הכרעה, צי א הנהגה. איך זע אבער נישט וויאזוי הכרעה אז מען דארף שרייבן ווי בן אשר זאל מחייב זיין א אמונה אין בן אשר׳ס נוסח אז דאס איז מקובל מסיני. אמונה מעצם טבעה דארף זיין געבויט אויף אמת, בפשטות. מען קען נישט הייסן א מענטש גלייבן אין א זאך וואס איז גאנץ מעגליך נישט אמת.

דער אמת איז, אז שמעתי אומרים בשם צדיקים אז כהיום אז ס׳איז הוכרע מיט אסאך פילאזאפישע ענינים דלא כהרמב״ם, איז מען שוין א אפיקורס אויב גלייבט מען אזוי. ולי צ״ע, ווייל קען דען א הכרעת אחרונים פסק׳נען א הלכה אין א מציאות? וצ״ל התירוץ שהכרעתם מחייבת להאמין בדרך זה. אך כאמור, זה לא מתיישב על הלב, איז דען שייך צו זאגן אז דער מציאות האט זיך געטוישט למפרע? ביי דיני תורה איז אזוי, די תורה איז אזוי געגעבן געווארן אז יעדער דיין זאל פסק׳נען לפי ראות עיניו, ואחרי רבים להטות, און דער דין ווערט לויט ווי זיי פסק׳נען (ובאמת הכרעה גמורה כזו נראה דלא שייכא רק בסנהדרי גדולה). אבער ביי אמונה, בשלמא א זאך וואס איז עתיד לבוא, ניחא, הקב״ה שומר משמרתו של תורה ויעשה כפי שפסקו והכריעו בבי״ד של מטה. אבער אמונה אין א דבר ההוה תמיד אדער א זאך וואס איז שוין געווען, איז שווער צו זאגן -אפילו מיטן ירושלמי׳ס לקל גומר עלי - אז די מציאות זאל זיך טוישן למפרע. און אויב דער מציאות איז טאקע אנדערש, ווי איז שייך צו הייסן גלייבן אין הכרעת הרוב?
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:31 am#146982
כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר פרעגט. אוודאי קען נישט קיין הכרעה טוישן די מציאות למפרע, אבער די הכרעה איז דאך נישט סתם אז מ'האט געווארפן גורל, די הכרעה איז דאך ווייל דאס האלטן מיר פאר די אמת, און דאס איז געווען די אמת אלעמאל.
למשל, ס'איז דא א מחלוקת תנאים וויפיל מכות ס'זענען געווען אויפן ים, ובפשטות איז עס א מחלוקת אין מציאות (הגם מ'קען זיך ארויסדרייען אז ס'איז א מחלוקת אין הגדרה), וואס כדברי רש"י כתובות הנ"ל איז נישט שייך ביי דעם אלו ואלו, אין די אמת איז נאר ווי איינעם. נניח ס'וואלט געווען איינס פון די עיקרי אמונה, און מ'וואלט לכאורה מכריע געווען עפ"י גדרי ההלכה ווי ר' עקיבא אז ס'איז געווען מאתיים וחמשים, און ווער ס'גלייבט נישט אזוי וואלט געווען אן אפיקורס. אבער פארשטייט זיך אז די תנאים החולקים האבן זיך געמעגט קריגן, גארנישט אנדערש ווי יעדע הלכה'דיגע שאלה קודם הכרעה. וואלט איר אויך גע'טענה'ט אז ס'שטימט נישט, וויאזוי קען אונזער הכרעה טוישן די מציאות? אוודאי טוישט דאס נישט די מציאות, אבער די מציאות איז אלעמאל געווען אז ס'זענען געווען 250 מכות, ס'איז נאר נתגלה געווארן אחר הכרעה (דאס מיינט דאך הכרעה, אז די אמת איז ווי יענעם, נישט סתם מיר נעמען אזוי אן ווייל מיר ווייסן נישט), און ווילאנג ס'איז נישט נתגלה געווארן איז מען נישט געווען קיין אפיקורס פארן זיך קריגן.
לענינינו, איז מבואר אין ראשונים אזא סברא אז וויאזוי ס'ווערט אנגענומען ביי כלל ישראל אזוי איז עכ"ח די אמת, ווייל דער רבוש"ע וואלט נישט צוגעלאזט מ'זאל זיך טועה זיין, (כ'האב צוגעברענגט די רמב"ן, אבער דוכט זיך ס'שטייט ערגעץ קלארער). אויב האט גאנץ כלל ישראל אנגענומען נוסח המסורה, איז עס אוודאי נישט קיין סיבה צו מאכן דאס די אמת (די אמת קען מען נישט "מאכן", כדבריך), אבער אפשר איז עס א סימן אז דאס איז טאקע די אמת, און דאס איז געווען די אמת מעולם. אבער די תנאים ואמוראים וואס האבן געהאלטן אנדערע נוסחאות זענען חלילה נישט נכשל געווארן, וויבאלד ס'איז נאך געווען דאן א שאלה אין הלכה. (ודברי הגר"ח "נעבעך אפיקורס אויך אפיקורס" קען בלא"ה נאר שטימען ביי עיקרי אמונה, נישט ביי פרטים).
וה"ה לגבי די פילאזאפישע שאלות וואס איר שרייבט, פארשטייט זיך אז די חולקים על הרמב"ם האלטן אז די אמת איז אלעמאל געווען ווי זיי, נישט זיי האבן עס געטוישט. (כמדומה אז אין ישועות משיחו לאברבנאל שטייט דער יסוד, אז שאלות אין אמונה זענען פונקט ווי אנדערע הלכה'דיגע שאלות שיש בזה חילוק בין קודם הכרעה לאחרי', און מיט דעם פארענטפערט ער דברי ר' הלל אין להם משיח לישראל).
(אגב וואלט איך נייגעריג געווען צו וויסן וועלכע צדיקים און וועלכע ענינים איר מיינט).

דאס אלעס אויב איז טאקע די שאלה אין מציאות. אויב איז די שאלה נאר אין דינים (כאשר צידדתי לעיל) איז דאך פשוט אז הכרעה קען באשאפן נייע דינים אויך (כמ"ש הר"ן שציינתי, ומבואר בדבריו אז נישט נאר בבי"ד הגדול).

למעשה וויאזוי לערנט איר? איז דער חיוב צו גלייבן אין מציאות, אז היסטאריש גערעדט איז אזוי געשטאנען אין די תורה אות באות, אדער אין דין, אז דאס איז למעשה אונזער תורה? אויב אין מציאות, וועלכע נוסח דארף מען גלייבן און פארוואס?
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 12:00 pm#146989
איך האב אמאל געהערט אז ווען מען פלעגט קומען דערציילן פאר רבי אביגדור מילער סיי וועלכע סארט מופת, פלעגט ער זיך אנטזאגן צו גלייבן, זאגנדיג, "צו גלייבן אין די עקרי יהדות פאדערט אסאך כוח, און איך זוך נישט קיין איבריגע שוועריקייטן אויב עס פעלט נישט אויס." לענינינו, עס זענען פארהאן גענוג קשיות אויף די אמונה אזוי אויך, וואס פעלט אויס אריינצולייגן נאך אן עיקר יהדות אז יעדער אות פון די היינטיגע חומשים איז מסיני? לויט ווי @שליח לייגט עס אראפ קומט אויס אז וויבאלד עס איז דא אזא חיוב צו גלייבן ממילא קענען מיר שוין מאכן א הכרעה להלכה, און איינמאל מיר האבן די הכרעה להלכה ווערט עס שוין פאררעכנט ווי א מציאות (פאר אונז) אבער כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין מקור פאר אזא חיוב. מיין שאלה איז, וואס פעלט זיך אויס זיך אריינצולייגן מיט א געזונטער קאפ אין א קראנקער בעט, אין די זעלבע צייט וואס די גמרא אנערקענט שוין אז אנן לא בקיאינן בחסירות ויתירות, און דערפאר פסק'נט מען אין שולחן ערוך אז מען קען נישט פסל'ען א תורה באזירט אויף חסירות און יתירות?
נאך א נקודה, די סיבה פארוואס כלל ישראל האט "מכריע" געווען להלכה ווי אונזער היינטיגער נוסח, איז פשוט צוליב דעם דרוק, וואס איין נוסח איז געווארן פארשפרייט איבעראל. ווען מיר שרייבן נאך היינט אין כתבי ידות וואלט ביז היינט געווען צענדליגער נוסחאות. ממילא האט נישט עכט קיין פשט צו זאגן אז דאס איז סיי וועלכע סיבה אדער סימן.
דער איינציגער אויסוועג וואס איך קען זען איז אז יעדער איד דארף באטראכטן זיין ספר תורה מיט קדושת ספר תורה, אריינגערעכנט יעדער אות, אפילו אויב ער ווייסט קלאר אז ס'איז דא טעותים, ווייל אויב נישט וועט מען דאך זאגן אויף יעדער אות אז ס'איז נישט מסיני. דאס איז גאר א שטארקער יסוד, אז דאס באטראכטן אן אות אדער א ווארט מיט קדושת ספר תורה מיינט נאכנישט אז דאס איז טאקע געגעבן געווארן מסיני, און אודאי איז דאס נישט א חיוב אין "אמונה" עס איז נאר א חיוב אין הנהגה. מעגליך אז דאס מיינט שליח צו זאגן.
(כמדומה אז אין ישועות משיחו לאברבנאל שטייט דער יסוד, אז שאלות אין אמונה זענען פונקט ווי אנדערע הלכה'דיגע שאלות שיש בזה חילוק בין קודם הכרעה לאחרי', און מיט דעם פארענטפערט ער דברי ר' הלל אין להם משיח לישראל).

דער חתם סופר זאגט עס אין די תשובות, מעגליך אברבנאל זאגט עס פריער. אבער עס איז ידוע שיטת הרמב"ם אז בעניני אמונה איז נישט שייך קיין הכרעה בדרך הלכה, וכן מסתבר.
בנוגע דעם רמב"ם, כ'האב אמאל געהאט נאך ראיות אז אגרת תימן איז פיל מיט אמונות הכרחיות. ממילא פעלט נישט אויס צו מדחיק זיין דעם רמב"ם, היות ער האט קלאר נישט געהאט קיין פראבלעם מיט'ן שרייבן ליגנט ווי לאנג עס פעלט זיך אויס פאר די אמונה, כמש"כ בספר המורה.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:48 pm#147034
דוכט זיך אז דער עולם פארזעהט דא זייער א וויכטיגער אינטערשיד צעווישן די סאמע עיקרי אמונה וואס דער רמב"ם סומירט אין דרייצן און צעווישן דעות כוזבות וואס דאס ווערטאינגאנצען נישט גערעכנט ווי כפירה (הגם מקען די מושג אויך טרעפן interchangeably מיט כפירה) ווייל סאיז נאר אן ענף און א געוויסע עיקר אדער ווייל סאיז גלאט אזוי א סארט דעה וואס נעמט ארום זייער אסאך כאטש ס'רירט אינגאנצען נישט צו די עיקרי אמונה ס'ווערט באטראכט נישט מער ווי שעדליכע דעות אבער ס'האט נישט קיין שום קאנסעקווענצן וויאזוי צו באטראכטן דער מענטש ס'איז נישט מער ווי unfortunate אז יענער האט אזעלעכע מוטעותדיגע דעות
צום ביישפיל דער גאון פון ווילנע באצייכנט דעם רמב"ם אלטץ איינער וואס באזיצט גאר שעדליכע מוטעותדיגע דעות צוליב זיין נישט גלייבן אין די מציאת השדים און אין אנדערע אמונות תפלות וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל צוליב זיין נאכגעשלעפקייט אין פיליזאפיע פונדעסטוועגן האלט איר אים פין די גרעסטע ריזן וואס כלל ישראל האט פארמאגט
די חשמונאים וואס האבן געקעניגט און ארץ ישראל ווערן נישט באשולדיגט און כפירה צוליבן האבן א גרויסן טעות אין דעם אז לא יסור שבט מיהודה אדרבה זיי ווערן באטראכט אלטץ גרויסע צדיקים
אין פריערדיגע תקופות זענען געווען גענוג וואס האבן געהאט היבש פראוויצירנדע דעות קיינמאל האבו אמתע גדולי ישראל דאס נישט פארריפן אלטץ כפירה סיידן אז ס'איז ממש געווען איינע פון די עיקרים אדער אפשר אמאל למיגדר מילתא
ווידעראום היינט צוטאגס באשולדיגט מען שוין מענטשען וואס האבן אנדערע דעות אין הלכה מיט כפירה ווי צום ביישפיל ביי פינוי מתים וואס איז דא באמת שטארקע היתרים און הלכה דערביי
תבנא לדינא פונעם פערספעקטיוו פון אן אנטי-אתחלתא דגאולהניק האט נישט קיין זין אנצוריפען א מזרחיניק אלטץ א כופר חלילה און נישט נאר דאס טאמער די מזרחיניק איז א גרעסערע ירא שמים און איז מקיים די מצות מיט ווייניגער מצות אנשים מלומדה שטייט ער אין פיל א העכערן מדריגה פונעם צוויטן כאטש יענער באזיצט נישט די דעות כוזבות צבש"פ סאיז גלייכער צו ניצן אים אלטץ א שוחט אדער סופר.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:04 pm#147038
יאיר האט געשריבן:לויט ווי @שליח לייגט עס אראפ קומט אויס אז וויבאלד עס איז דא אזא חיוב צו גלייבן ממילא קענען מיר שוין מאכן א הכרעה להלכה, און איינמאל מיר האבן די הכרעה להלכה ווערט עס שוין פאררעכנט ווי א מציאות (פאר אונז) אבער כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין מקור פאר אזא חיוב. מיין שאלה איז, וואס פעלט זיך אויס זיך אריינצולייגן מיט א געזונטער קאפ אין א קראנקער בעט, אין די זעלבע צייט וואס די גמרא אנערקענט שוין אז אנן לא בקיאינן בחסירות ויתירות, און דערפאר פסק'נט מען אין שולחן ערוך אז מען קען נישט פסל'ען א תורה באזירט אויף חסירות און יתירות?


טאקע נישט ריכטיג, ותפוס לשון אחרון:

יאיר האט געשריבן:דער איינציגער אויסוועג וואס איך קען זען איז אז יעדער איד דארף באטראכטן זיין ספר תורה מיט קדושת ספר תורה, אריינגערעכנט יעדער אות, אפילו אויב ער ווייסט קלאר אז ס'איז דא טעותים, ווייל אויב נישט וועט מען דאך זאגן אויף יעדער אות אז ס'איז נישט מסיני. דאס איז גאר א שטארקער יסוד, אז דאס באטראכטן אן אות אדער א ווארט מיט קדושת ספר תורה מיינט נאכנישט אז דאס איז טאקע געגעבן געווארן מסיני, און אודאי איז דאס נישט א חיוב אין "אמונה" עס איז נאר א חיוב אין הנהגה. מעגליך אז דאס מיינט שליח צו זאגן.


בערך דאס האב איך געמיינט מיטן צווייטן וועג, איר שרייבט עס אבער פיל בעסער. איין זאך וויל איך אבער פארשטיין, איר שרייבט:

יאיר האט געשריבן:נאך א נקודה, די סיבה פארוואס כלל ישראל האט "מכריע" געווען להלכה ווי אונזער היינטיגער נוסח, איז פשוט צוליב דעם דרוק, וואס איין נוסח איז געווארן פארשפרייט איבעראל. ווען מיר שרייבן נאך היינט אין כתבי ידות וואלט ביז היינט געווען צענדליגער נוסחאות. ממילא האט נישט עכט קיין פשט צו זאגן אז דאס איז סיי וועלכע סיבה אדער סימן.


איז דען נישט אונזער נוסח באזירט אויף די הכרעות פונעם רמב"ם, רמ"ה, און שפעטער דער מנחת שי (און אנדערע)? מעגליך אז ווען נישט דפוס וואלט ווייטער געווארן נוסחאות במשך די יארן, אבער למעשה יעצט איז עס מיוסד אויף זייערע הכרעות, ניין?

יאיר האט געשריבן:אבער עס איז ידוע שיטת הרמב"ם אז בעניני אמונה איז נישט שייך קיין הכרעה בדרך הלכה, וכן מסתבר.


וועלכער רמב"ם מיינט איר (בענין ימות המשיח קומט נישט אריין כמובן)? און פארוואס איז מסתבר אזוי? ביטע זייט מרחיב.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:33 pm#147206
שליח האט געשריבן: חוץ אויב מיינט איר אז אלע נוסחאות זענען באמת געגעבן געווארן, כענין כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש, אבער דאס שמעקט שוין פויליש, און ס'האט לכאורה נישט מיט אלו ואלו. און אויך אויב זאגט מען אואדא"ח מיינט דאס נאר אז ביידע האבן א צד ברצונו יתברך (כד' הריטב"א בשם חכמי צרפת), אבער למעשה אחר הכרעה אויב וועט איינער מאכן א מוהל מעסער בשבת וועט ער זיין חייב סקילה, והכ"נ לאחר הכרעה איז א ס"ת נאר כשר למעשה אויב איז עס בנוסח בן אשר.


וואס איז שלעכט צו זאגן אז ס'איז תורה מסיני אלץ כל מה שתלמיד עתיד לחדש? לגבי דיין טענה אז לאחר הכרעה איז צוריק צו איין שיטה, דא איז קיינמאל קיין הכרעה געווען, עס האט נאר אויסגעזעהן בעסער איין נוסח האט מען עס אנגענומען, נישט ווייל מען האט געהאט proof אז דער נוסח דוקא איז מסיני און נישט אנדערע.

אגב, כ'וויל צוריק גיין צו וואס מען האט געשמועסט בתחילת המדובר בנוגע די ספרי תורה וואס זענען איבער געטייטשט געווארן צו גריכיש. לדעתי וואלט יענע נוסח געדארפט זיין די ווייניגסטע קראנט, היות מיר האבן א קבלה אז די שרייבער האבן בכוונה געטוישט, כידוע.

יאיר האט געשריבן:בנוגע דעם רמב"ם, כ'האב אמאל געהאט נאך ראיות אז אגרת תימן איז פיל מיט אמונות הכרחיות. ממילא פעלט נישט אויס צו מדחיק זיין דעם רמב"ם, היות ער האט קלאר נישט געהאט קיין פראבלעם מיט'ן שרייבן ליגנט ווי לאנג עס פעלט זיך אויס פאר די אמונה, כמש"כ בספר המורה.


@יאיר, אפשר שרייבסטו א מאמר איבער דיין בליק און פארשטאנד פון די אגרת תימן? בנוגע לענינינו, וואו אין מורה זאגט די רמב"ם אז מען מעג משקר זיין לצורך אמונה? ביטע מצטט זיין מיט א מראה מקום. יישר כח.

@נהורא נפישא, דיין לעצטע תגובה איז א breath of fresh air. מיר לעבן אין א צייט ווען דאס טיטל כופר אדער אפיקורס ווערט ארום געווארפן אזוי פיל אזש עס פילט זיך ווי מען לעבט אין א דור שכולו כופרים. איך האב אלץ געזוכט א ריכטיגערע טערמין, און דעות כוזבות איז גוט אבער מען מוז געדענקן אז אנדערש ווי "כופר" איז דער טערמין up for interpretation.


.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:38 pm#147210
הוגה האט געשריבן:
לדעתי וואלט יענע נוסח געדארפט זיין די ווייניגסטע קראנט, היות מיר האבן א קבלה אז די שרייבער האבן בכוונה געטוישט, כידוע.


.


אפשר איז די 'קבלה' מער א הסבר לאחר המעשה אויף די שינויים וואס מ'האט געטראפען אין די טייטש ווי א קבלה אויף וואס איז געשעהן בשעת מעשה? (למעשה איז נישט קלאר די גאנצע זאך ווייל נישט אלע שינויים וואס די גמרא גיבט איבער זענען דא אין די תרגום השבעים שבידינו און ווידער זענען דא פיל אנדערע שינויים ממילא איז שווער צו וויסען פונקט וואס די גמרא מיינט).
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:51 pm#147212
הוגה האט געשריבן:וואו אין מורה זאגט די רמב"ם אז מען מעג משקר זיין לצורך אמונה? ביטע מצטט זיין מיט א מראה מקום. יישר כח.

עיין כאן l viewtopic.php?p=145727#p145727 l בסוף התגובה.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:01 pm#147217
לעיקוואד האט געשריבן:אפשר איז די 'קבלה' מער א הסבר לאחר המעשה אויף די שינויים וואס מ'האט געטראפען אין די טייטש ווי א קבלה אויף וואס איז געשעהן בשעת מעשה? (למעשה איז נישט קלאר די גאנצע זאך ווייל נישט אלע שינויים וואס די גמרא גיבט איבער זענען דא אין די תרגום השבעים שבידינו און ווידער זענען דא פיל אנדערע שינויים ממילא איז שווער צו וויסען פונקט וואס די גמרא מיינט).


עס איז ריכטיג צו טראכטן אז אפשר צוליב די שינויים האט מען פארציילט די מעשה. אבער לשיטתם פון די וואס פארציילן די מעשה זענען יענע ספרי תורה מער נישט באגלייבט.