איך טו זיך אנטשולדיג'ן פאר'ן נישט ארויפלייגן א דבר תורה פאר פרשת כי תצא. דער דבר תורה איז שוין געווען כמעט פארטיג אבער כ'בין געווען צו פארנומען פרייטאג דאס צוצוענדיגן.
א יישר כח פאר די אלע וואס האבן געלייקט, און ארויסגעוויזן אז זיי האבן הנאה פון דעם אשכול, עס געבט חשק און חיזוק.
צו אייך ר' הוגה, כ'האף נאכדעם וואס וועסט ליינען דעם פאלגענד'ם דבר תורה וועט דיר פארענטפערט ווערן וואס מ'פארפאסט ווען מען איגנארירט די היינטיגע אנטדעקונגען דאס צו נוצן אלץ רקחות וטבחות פאר אונזער תורה הק'.
ר' קינות, טעכנעלאגיע איז נאר איינס פון די צענדליגע מיטלען וואס די השגחה האט צוגעפירט אז זיי זאלן בדורינו געגעבן ווערן און ליידער נוצ'ן מיר = דאס נישט אויס פולקאם פאר די תורה
דבר תורה לפרשת כי תבוא
אין די וואכעדיגע פרשה, פרשת כי תבוא (דברים כו, יג-יד), ווערט אראפגעברענגט אין די תורה די נוסח פון וידוי מעשרות, וואס מ'האט געזאגט אין בית המקדש נאך'ן אויסגעבן אלע מעשרות וואס מען איז מחיוב צו געבן.
וְאָמַרְתָּ לִפְנֵי יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ בִּעַרְתִּי הַקֹּדֶשׁ מִן הַבַּיִת וְגַם נְתַתִּיו לַלֵּוִי וְלַגֵּר לַיָּתוֹם וְלָאַלְמָנָה כְּכָל מִצְוָתְךָ אֲשֶׁר צִוִּיתָנִי לֹא עָבַרְתִּי מִמִּצְוֹתֶיךָ וְלֹא שָׁכָחְתִּי: לֹא אָכַלְתִּי בְאֹנִי מִמֶּנּוּ וְלֹא בִעַרְתִּי מִמֶּנּוּ בְּטָמֵא וְלֹא נָתַתִּי מִמֶּנּוּ לְמֵת שָׁמַעְתִּי בְּקוֹל יְהֹוָה אֱלֹהָי עָשִׂיתִי כְּכֹל אֲשֶׁר צִוִּיתָנִי:
און דו זאלסט זאגן פאר הוי"ה דיין ג-ט: "איך האב אויסגערוימט די הייליגטומען פון שטוב און כ'האב עס געגעבן צו'ם לוי און צו'ם גר, צו'ם יתום און צו'ם אלמנה אזויווי אלע דיינע באפעלונגען וואס דו האסט מיך באפוילן, כ'האב נישט עובר געווען אויף דיינע באפעלונגען און כ'האב נישט פארגעסן פון זיי. איך האב נישט געגעסן דערפון אין מיין טרויער, און איך האב עס נישט אויסגערוימט ווען כ'בין געווען אומריין, און כ'האב נישט געגעבן דערפון פאר א טויטן, איך האב צוגעהערט צו די באפעל פון הוי"ה מיין ג-ט, כ'האב געטון ווי אלעס וואס ער האט מיר באפוילן."
פון אלעס וואס מ'רעכנט אויס אז מ'האט נישט געטון איז דא איין זאך וועלכע איז אביסל אומפארשטענדליך. וואס מיינט דאס "כ'האב נישט געגעבן דערפון פאר א טויטן"? ווען געבט מען דען עסן פאר א טויטן אז עס איז א חשיבות אז דער האט נישט געגעבן פון זיינע מעשרות פאר א טויטן?
אין ספרי (דברים פרשת כי תבוא פיסקא שג) ווערט געברענגט א מחלוקת תנאים איבער'ן פשט אין די ווערטער:
ולא נתתי ממנו למת, לא לקחתי ממנו ארון ותכריכים למת דברי רבי אליעזר אמר לו רבי עקיבה אם למת אף לחי אסור מה תלמוד לומר למת שלא החלפתיו אפילו בדבר טהור.
און כ'האב נישט געגעבן דערפון פאר א טויטן – איך האב נישט געקויפט דערמיט אן ארון און תכריכים פאר א טויטן, אזוי זאגט רבי אליעזר. האט רבי עקיבה געזאגט צו אים, אויב טאר מען נישט פאר א טויטן, איז דאך די זעלבע איסור דא פאר א לעבעדיגן, דאן צו וואס שטייט "למת"? נאר [פשט אין פסוק איז] כ'האב עס נישט אויפגעטוישט אפילו מיט א ריינע עסנווארג.
די משנה אין מסכת מעשר שני (פרק ה משנה יב) נעמט אן רבי אליעזר'ס פשט "ולא נתתי ממנו למת לא לקחתי ממנו ארון ותכריכים". רבי עקיבה'ס דעה ווערט נישט דערמאנט.
די גמרא אין יבמות (דף עד עמוד א) זאגט אבער גאר א צווייטער פשט, און פרעגט גאר אפ רבי אליעזר'ס פשט (די מפרשים זאגן תירוצים מסביר צו זיין די סתירה פון די גמרא מיט די ווערטער פון רבי אליעזר):
אמר ריש לקיש א"ר סמיא: מנין למעשר שני שנטמא שמותר לסוכו? שנאמר: +דברים כ"ו+ ולא נתתי ממנו למת, למת הוא דלא נתתי, הא לחי דומיא דמת נתתי, איזה דבר ששוה בחיים ובמתים? הוי אומר: זו סיכה. מתקיף לה מר זוטרא, ואימא: ליקח לו ארון ותכריכים! אמר רב הונא בריה דרב יהושע: ממנו - מגופו. רב אשי אמר: לא נתתי דומיא דלא אכלתי, מה להלן מגופו, אף כאן מגופו.
זאגט ריש לקיש אין די נאמען פון ר' סמיא: פון וואנעט ווייסן מיר אז מען קען זיך שמירן מיט [אויל פון] מעשר שני וואס איז טמא געווארן, ווייל עס שטייט "ולא נתתי ממנו למת", איז דאך משמע אז צו א טויטן דוקא טאר מען נישט עס געבן, אבער צו א לעבעדיגן – אויף'ן אופן וויאזוי מ'טאר נישט געבן פאר א טויטן -- מעג מען עס יא געבן. וואס איז די אופן וואס איז שייך סיי ביי לעבעדיגע און סיי ביי טויטע? דאס איז דאך זיך שמירן! האט מר זוטרא געפרעגט, און אפשר מיינט די פסוק צו קויפן פאר א מת אן ארון און תכריכים (וואס דאס איז דאך אויך שייך ביי א לעבעדיגן – צו קויפן דערמיט קליידער)? האט רב הונא דער זון פון רב יהושע געזאגט – [עס שטייט דאך אין פסוק] "ממנו" און דאס מיינט פון דעם מעשר שני פרוכט זעלבסט, [און נישט עפעס וואס מען קויפט דערמיט]. רב אשי ענטפערט, עס שטייט "לא נתתי" און עס דארף זיין גלייך מיט "לא אכלתי". פונקט ווי לא אכלתי מיינט דעם פרוכט זעלסט אזוי אויך מיינט לא נתתי דער פרוכט זעלבסט.
די זעלבער פשט ווערט אויך געברענגט אין ירושלמי (מסכת מעשר שני פרק ב הלכה א).
כאטש די תנאים און אמוראים האבן געזאגט פשט אין דעם פסוק, האבן די ראשונים כדרכם זיך נישט געשראקן צו זאגן אייגענע פשטים אין'ם פסוק. צום ביישפיל דער רמב"ם שרייבט אין הלכות מעשר שני (פרק ג הלכה י): "מעשר שני ... אסור להוציאו בשאר צרכיו כגון ליקח בו כלים ובגדים ועבדים שנאמר לא נתתי ממנו למת כלומר לא הוצאתי אותו בדבר שאינו מקיים את הגוף" – דאס הייסט אז לויט אים טייטשט "למת", אויסגעגעבן אויף לופט. (אגב, דער רמב"ן על התורה שרייבט אויף די ווערטער פון'ם רמב"ם אז דאס זענען דברי הבאי, און גלייכצייטיג ברענגט ער די אנדערע פשטים).
דער אברבנאל זאגט זיין אייגענע פשט ווי פאלגנד:
וההודעה השלישית היא ולא נתתי ממנו למת ואמר זה לפי שהיה מנהג הרמאים בימים ההם כדי שלא יתנו המעשר כלו לעניים שאומרים לשואלים אותם שכבר נתנוהו לעניים שכבר מתו כדי שלא יודע הדבר, ומפני זה יאמר המתודה שלא נתן המעשר הזה לאדם שכבר מת שיוכלו בני אדם לחשוב עליו שלא נתנו ושהוא מרמה בפיו כי חיים הם העניים שקבלו ממנו ויגידו צדקתו, וכל זה היה להיותו ירא את י"י במצותיו חפץ מאד.
די דריטער הודעה וואס דער מענטש דארף מאכן איז "איך האב נישט געגעבן דערפון פאר א טויטן" און דאס דארף מען זאגן וויבאלד די (רוימער) [פאפערס] אין יענע צייטן האבן זיך געוואלט ארויסדרייען פון געבן מעשר פאר ארימעלייט האבן זיי געזאגט פאר מענטשן אז זיי האבן עס געגעבן פאר ארימעלייט וועלכע זענען אינצווישן געשטארבן, אזוי אז מ'זאל נישט קענען נאכגיין די זאך. און דערפאר דארף דער מתודה זאגן אז ער האט נישט געגעבן די מעשר פאר אן ארימאן וואס לעבט שוין נישט וויבאלד דאן וועלן מענטשן טראכטן אוף אים אז ער האט אין אמת'ן נישט געגעבן און ער זאגט נאר אזוי וויבאלד ער וויל זיך ארויסדרייען.
און ער פירט אויס: "הנה התבארו הכתובים על פי פשוטם, ואמנם מה שדרשו בהם חכמינו ז"ל אם הוא קבלה נקבל בסבר פנים יפות".
עס איז אבער גאר אינטערעסאנט וויאזוי ארכעאלאגישע אנטדעקונגען פון די לעצטע פאר צענדליגע יארן ווארפן א נייער ליכט אויף די ווערטער פון די תורה און שלאגן פאר א מעגליכער פשט פאר די ווערטער "ולא נתתי ממנו למת". אלץ א זייטיגער באמערקונג איז להלכה נישט עכט קיין נפקא מינא וואס די ווערטער מיינען, ווייל די רוח הדברים איז זיכער אז מען טאר זיך נישט באנוצן מיט די עסן פאר קיין שום אנדערע באדערפענישן נאר בלויז פאר עסן און טרונקן, און אזוי זעט מען קלאר פון'ם רמב"ם. אבער אפילו ווען די מדרש הלכה – אין אונזער פאל, רבי אליעזר אין ספרי – לערנט אן אנדערער פשט איז אויך קלאר אז אין מקרא יוצא מדי פשוטו, והדברים עתיקים.
אין די אור-אלטע צייטן אין די צייטן פון די תורה, איז אין די נאענטע-מזרח (ANE) געווען איינגעפירט כל מיני צערמאניעס בנוגע צו טויטע. איינס פון די גאר שטארק דאקומענטירטע צערעמאניעס איז געווען דער קיספו צערעמאניע (kispu) אין וועלכער מען האט געגעסן און געטרינקן לכבודו פון דעם פארשטארבענעם און גלייכצייטיג אויך געגעבן עסן און טרינקן פאר דעם פארשטארבענעם, ווי צו ווייזן סימבאליש אויף די מאכלים וואס דער פארשטארבענער באקומט אויף יענער וועלט. פארשטייט זיך אז די פונקטליכע דעטאלן פון דעם צערעמאניע און די גלויבונגען ארום איר האבן זיך געוואנדן פון פלאץ צו פלאץ און פון צייט צו צייט, אבער די כלליות'דיגע נאטור איז געווען דער זעלבער, נעמליך, עסן און טרינקן מיט – און פאר – דעם פארשטארבענעם. אין פילע קברים אין אור אלט'ן מעסאפאטעמיע און אשור ווייזן סטאטוען וועלכע רעפרעזענטירן די טויטע, מיט טעלערס אין די הענט אדער ביי די פוס, און אין טייל פון זיי איז אויך דא סימנים פון עסן פארבלייבענישן. אויך אין מעלערייען און איינקריצונגען פון יענע תקופה ווערט דער קיספו ריטואל רעפרעזענטירט ווי די משפחה פון'ם טויטן זיצט ארום א טיש פיל מיט עסן, און דער טויטער זיצט אויבנאן, ווי ער וואלט ווען אנטייל גענומען אין'ם סעודה לכבודו. פאר אינטערעסאנטקייט איז כדאי צוצולייגן אז אין אשור איז אויך געווען א צערעמאניע וועלכע איז נאענט פארבינדן מיט'ן קיספו ריטואל, מיט'ן נאמען šuma zakāru – וואס איז ענליך צו'ם לשון הקודש'דיגן "שמו זכרו", און כשמו כן זכרו, מען האט בשעת'ן צערעמאניע דערמאנט דעם נאמען פון'ם פארשטארבענעם און אים געוואונטשן כל מיני ברכות, און דאס האט מען געטון ביים קיספו סעודה.אגב, אויך אין מצרים איז געווען אן ענליכער צערעמאניע אבער דארט איז עס בעיקר געמאכט געווארן פאר די קעניגן און די עסן איז געווען סערווירט פאר א גאט, און נישט פאר'ן טויטן.
עס איז אויב אזוי מערקבאר אז די תורה, וועלכע איז געגעבן געווארן אין הארץ פון די נאענטע מזרח, זאגט פאר אין נוסח פון וידוי מעשרות, עפעס וואס כפשוטו זעט אויס ווי ממש די קיספו ריטואל: ולא ננתי ממנו למת, כ'האב נישט געגעבן פון די מעשרות פאר'ן טויטן. עס איז שטארק מסתבר אז די אידן – פונקט ווי די פעלקער ארום זיי – האבן געפראוועט א סארט סעודה פארן מת, און אויך "געגעבן צו עסן" פאר דעם טויטן, און דערפאר האט די תורה געשריבן אז די מעשרות זאל מען נישט נוצן פאר דעם צוועק.
די קיספו ריטואל האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט, אין די צייטן פון בית ראשון איז געווען ברייט פארשפרייט א ריטואל מיט'ן נאמען מרזח. די היינטיגע פארשער טוען אידענטיפיצירן דעם שפעטער'ן מרזח ריטואל מיט'ן פריערדיג'ן קיספו ריטואל. טייל פארשער זאגן אז דאס איז ממש די זעלבע צערעמאניע נאר מיט א צווייט'ן נאמען אבער אנדערע האלט'ן אז דאס איז אביסל א פארענדערטע צערעמאניע ווי בלויז די לעבעדיגע האבן געגעסן לזכר די טויטע, אבער מען האט נישט געגעבן פאר די טויט אין די מרזח ריטואלען.
עס איז אינטערעסאנט אז די ארכעאלאגישע אנטדעקונג פון דעם מרזח ריטואל איז מחזק די פירוש פון חז"ל אין א פסוק אין ירמיה. אין ירמיה (פרק טז פסוק ה) ווערט געברענגט א נבואה וואו ג-ט טרייסט ירמיה אז אט אט וועט שוין כלל ישראל ווערן אויפגעראכטן:
כִּי כֹה אָמַר יְהֹוָה אַל תָּבוֹא בֵּית מַרְזֵחַ וְאַל תֵּלֵךְ לִסְפּוֹד וְאַל תָּנֹד לָהֶם כִּי אָסַפְתִּי אֶת שְׁלוֹמִי מֵאֵת הָעָם הַזֶּה נְאֻם יְקֹוָק אֶת הַחֶסֶד וְאֶת הָרַחֲמִים.
ווייל אזוי זאגט הוי"ה: דו וועסט מער נישט קומען אין מרזח הויז, און דו וועסט נישט דארפן גיין מספיד זיין אויף זיי און מער וועסטו נישט טרויערן איבער זיי, ווייל איך וועל צוריק איינזאמלן מיינע געטרייע פון'ם פאלק אין וועלכע כ'האב זיי פארטריבן.
רש"י אויף'ן פלאץ שרייבט "מרזח – משתה. בספרי בפרשת בית פעור ראיתי חזרו לעשות להם מרזיחין. אבל רבותינו פירשו מרזח אבל".
רש"י טייטש בית מרזח – א טרונק הויז, און רש"י ברענגט זיך א ראיה פון ספרי וואו די ווארט מרזיחין ווערט גענוצט פאר טרונקען (וויין, בפשטות). אויך פון די המשך אין ירמיה איז אזוי משמע, ווייל דארט שטייט (ירמיהו פרק טז פסוק ח) "וּבֵית מִשְׁתֶּה לֹא תָבוֹא לָשֶׁבֶת אוֹתָם לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת" און בית משתה איז לכאורה א סינאנים צו בית מרזח. אבער רש"י שרייבט אז חז"ל טייטשן מרזח אבל און רש"י מיינט די גמרא אין כתובות (דף סט עמוד ב) וואו עס ווערט געברענגט בשם רב הונא "מאי מרזיחא? אבל, דכתיב: כה אמר ה' אל תבא בית מרזח וגו'."
אנדערע פרשנים טייטשן מרזח אז דאס איז אזא סארט הספד און געוויין. אבער אז מען זעט דעם מיינונג פון מרזח אין יענע לענדער אין יענע צייטן ווערט שוין פארשטענדליך אז דאס איז טאקע איינס און די זעלבע – די מרזח איז געווען א סעודה וואו מען האט געגעסן אדער געטרינקן (אדער גאר ביידע) לכבודו פון'ם פארשטארבענעם, אויב אזוי איז פארשטענדליך פארוואס רב הונא האט געזאגט אז בית מרזח מיינט א בית אבל.