סאדיגורא היסטאריע פון שיקן אין גלות די בכור. 😰
איך בין בעצם נישט גוט אין שרייבן, אבער אז מען מוז כדי צו קענען לעזן אביסעל היימישע קרעמפן דא, שטרענג איך מיך איבער. בנוסף בין איך זייער פארווייטאגט אויף די פאלגענדע עפיזאד, דאן:
דַאגָה בְּלֵב אִיש יִכְתְּבֶנָה בְּחֵדָרִים.
איך האב מיר באגעגנט מיט אן אינטערעסאנטע
פארהוילענע שטיקל היסטאריע פון די מלוכישע סאדיגורער גזע. איך בין אזוי צושאקלט, אז איך מוז עס שערן.
איז אזוי בקיצור נמרץ, וויאזוי איך האב עס געהערט.
תשע"ג איז אוועק די סאדיגורער רבי אברהם יעקב, דער דריטער, און דערנאך האט איבערגענומען דער לעצט פארשטארבענער רבי, דער טאטע פון די היינטיגע רבי'ס ווי מען האט
צובלוטיגט דעם מש"י אויף אייביג, אן קיין פאבליק הסבר, ער האט אלץ געפירט נאך בחייו פונעם טאטן, און א וואוילער. שוין לאמיך נישט ארויף ברענגן מיינע בלוט דרוק. שוין.
די יוחוס שטימט? לכאורה יא, אבער ניין. דער
רבי אברהם יעקב האט געהאט אן עלטערע ברודער: רבי ישראל אהרן, א הויכער געלונגענער כאריזמאטישער פערזאן, ער איז געווען דער יורש מיט אלע טעמים. אבער אין די כ' יארן האט זיך אלעס איבערגעדרייט.
נאך דעם וואס ישראל אהרן'ס ווייב איז געווארן נישט געזונט, און עס האט איר גענאגעלט מענטלי, האט ער זיך ג'גט, און די קינדער, יואל, אביגיל, זענען געבליבן מיט אים, (דער עלסטער, דניאל, איז געוועהן מילא אינדרויסן) ביז איין טאג האט מען באפאלן די צוויי קליינע,
יואל האט מען צושלאגן און אביגיל פארכאפט, און נישט געוועהן צו געפינען מער.
נאכן זיצן און אויסגעבן אסאך געלד פאר לויערס, איז אים נאכאלץ גארנישט געלונגען צו לייגן א האנט אויף איר. ווען ער האט געהערט אז זיין X איז אין ישראל מיט די קינדער ביים טאטן, איז ער געקומען צו פליען, אבער זיי זענען שוין נישט געוועהן אין ישראל. מיואש האט ער געבעטן דעם פאטער פאר געלד. און דער טאטע האט געגעבן $30,000.
איין טאג האט דער טאטע אריינגעגעבן א צו הרחקה אנטקעגן זיין זוהן און אייניקל יואל. אזוי איז געוואָרן א
ריס צווישן די טאטע און זוהן פאר אייביג. ער פלעגט טענה'נען אז די
טאטע און מאמע זענען געוועהן אויף איר זייט, און געשטאנען אונטער אלע זיינע צרות. און ער איז אוועק ביי די 70 בערך, צובראכן און צושאסן.
דאס איז אויף שפיץ לעפל, מיינע אויגן איז נאס פון טרערן וויפיל רשעות עס קען זיין פארשלייערט אין רעבישע העמדער:
מַלְכוּת סַאדִיגוֹרָא. קען זיין אז רבי חיים האלבערשטאם האט געשמעקט דאן, וואס עס ליגט באהאלטן אין די גזע?
מיין הארץ איז צופשאלטן. 💘
איז איינער באקאנט מיט די מעשה?
📎 a650e0ccf7eef0e2580ecc6fc789a038d56da912-900x1600.jpg