Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אלטע חסידישע פאליטיק

אלטע חסידישע פאליטיק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 177 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4585
זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:59 am#144851
אלטע חסידישע פאליטיק
מחלוקת קאצק ואיזביץ


אין יאר תקע"ה איז דער חוזה נפטר געווארן, און זיינע חסידים האבן זיך צוטיילט ביי זיינע ממשיכים, צווישען די חסידים איז געווען ר' מרדכי יוסף ליינער זצ"ל. ר' מרדכי יוסף איז געפארן צו ר' מנחם מענדל מארגענשטערן זצ"ל, דער קאצקער רבי, זיי זענען געווען נאנטע חברים נאך פון טאמאשאוו, כאטש ר' מרדכי יוסף איז געווען צוואנציג יאר יונגער ווי ר' מענדל. (ר' מרדכי יוסף איז געווען א טאמאשאווער, און ר' מענדל האט חתונה געהאט קיין טאמאשאוו). אבער יעצט איז ר' מרדכי יוסף געקומען ווערן א חסיד. ער פלעגט אפזיצען דארט פאר וואכן אין א ציה, און פארן אויף אלע ימים טובים, אע"פ וואס ער איז געווען א עני ואביון.

דער קאצקער רבי האט שטארק געהאלטן פון ר' מרדכי יוסף'ן, ער פלעגט שיקן יונגעלייט זיך לערנען חסידות ביי אים, ווען ער איז געווען פארנומען. ווי למשל ווען ר' לייבעלי אייגער (א זוהן פון ר' שלמה) איז געקומען קיין קאצק דאס ערשטע מאהל האט אים דער רבי געשיקט צו ר' מרדכי יוסף'ן. און ווי מער דער קאצקער האט זיך אנגעהויבן פירן מיט התבודדות און פרישות, אלץ מער האט זיך פארגרעסערט די השפעה פון ר' מרדכי יוסף. עס איז שוין אנגעקומען צום מצב אז חסידים האבן אים געגעבן קוויטלעך מיט פדיונות.

אט די התנהגות האט געבאדערט די הייסע חסידים, מ'האט שוין געזען בעשיינפערליך אז ר' מרדכי יוסף גרייט זיך צו פירן א רבי'סטעווע אליינס. אבער קיינער האט אים נישט גע'רודפ'ט אדער אפילו מעורר געווען איבער דעם. (די קאצקער פאליטיקאנטן האט געזאגט אז אויב מ'וועט אים רודפ'ן וועט ער ווערן גרעסער און שטערקער).

שמיני עצרת פון יאר ת"ר האט די פאליטיק דערגרייכט צום הויכפונקט. ס'האט זיך פארזאמעלט א גרופע חסידים אין די סטאנציע פון ר' מרדכי יוסף, וואו מ'האט געפראוועט הקפות, געפירט טיש און געזאגט תורות, ווי דער שטייגער איז ביי א רבי. דעמאלס האט מען קלאר געזעהן אז נפל דבר בישראל, עס איז געשעהן א מרידה, דער תלמיד האט מורד געווען אין רבי'ן. אין אסרו חג פון שמחת תורה האט ר' מרדכי יוסף פארלאזט קאצק און א היבשער עולם איז מיטגעפארן מיט אים. (די קאצקער פארציילן אז ר' מרדכי יוסף האט געשריגען "מי לד' אלי" (דור ישרים, בילגוריי תרפ"ח)). צוערשט האט ער געפירט רבי'סטעווע אין זיין היימשטאט, טאמאשאוו, און שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין איזיביצע (קאצקער חסידים האבן געגלייבט אז ער האט עס געטוען צו טשעפענען קאצק, ווייל איזביצע איז נאר 13 מייל פון קאצק)

אסאך פון די גאר גרויסע קאצקע חסידים האבן איבערגעלאזט קאצק און געפארן צום איזביצער. דער וואס האט געמאכט דאס גרעסטע רושם איז געווען טאקע ר' לייבעלע אייגער, און אסאך זענען אים נאכגעגאנגען.

די מרידה פונעם איזביצע האט גאר שטארק וויי געטוען דעם קאצקער, און די משפחה. (אויף אזוי ווייט אז ס'דא וואס טענה'ן אז דער קאצקער האט געכאפט א בראך, ואכמ"ל). אבער וואס איז זיכער, אז דער קאצקער איז געווארן גאנץ א אנדערע מענטש נאכדעם, ער איז געווען צוגעשפארט אין זיין שטוב פאר א סאך יאר ביזן פטירה, כמעט נישט ארויסגעקומען.

דאס איזביצע חסידות איז געוואקסן און געבליעט, און אסאך גרויסע קעפ זענען געווארן זיינע חסידים. למשל דער באוויסטער מתנגד, ר' צדוק הכהן פון לובלין איז געווארן א איזביצע חסיד. ר' צדוק אין זיינע ספרים שרייבט זייער גרויס אויפן איזביצער, סיי בנוגע צדקות סיי בעניני חסידות, פלפול און הלכה. אין זיין ספר תפארת צבי טיטול'ט ער אים, "הגאון הקדוש אשר כל רז לא אניס ליה".

13 יאר האט דער איזביצער געפירט רבנות, א' טבת תרי"ד איז ער נסתלק געווארן אין עלטער פון 54 יאר. דעמאלס האט זיך דער עולם צוטיילט, טייל זענען געגאנגען צום זוהן ר' יעקב, און טייל צו ר' לייבעלע אייגער. (דער קאצקער איז נפטר געווארן כ"ב שבט תרי"ט).



עס איז אמאל אריין א קאצקער חסיד צום איזביצ'ער זיך אפרעדן אז זיין זוהן איז געווארן א איזביצע חסיד, די רבי זאל אים צוריק שיקען קיין קאצק, ווייל דער רבי איז א בעל מחלוקת, און זיין זוהן באלאנגט נישט ביי א בעל מחלוקת. האט דער איזביצער געזאגט: את חג המצות תשמור, חג דאס איז א רבי, מצות דאס איז מחלוקת, מלשון מצה ומריבה, די פירוש איז, אז אזא רבי זאלסטו האלטן, וואס האט אויף זיך מחלוקת...

קאצקע חסידים האבן געזאגט אז משיח האט געדארפט קומען אין יאר ת"ר, און די מחלוקת האט עס צוריקגעהאלטן. ווייל אין זוהר שטייט (פרשת וירא קכ"ט) אז אין יאר ת"ר וועלן זיך עפענען די קוואלען פון חכמה, וואס איז א רמז אויף די גאולה, אבער די מחלוקת האט עס געשטערט.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל... אמן
זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:14 am#144863
ער איז געוועהן פיפצען ווען דער חוזה איז אוועק לפי דער יארען וואס די שרייבסט. און זיי זענען געוועהן נאנטע חברים נאך פין פריער, ד.ה. א פערצען יעריגע בחור האט א חבר וואס איז פינף אין דרייסיג......

אופס כ'לאז שוין א מעסעדזש ביי נחום...
זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:22 am#144871
זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.
זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:04 am#144879
בן תמליון האט געשריבן:שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.

l viewtopic.php?p=2801#p2801 l

l viewtopic.php?p=81933#p81933 l
זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:43 pm#144987
בן תמליון האט געשריבן:זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.


די מרידה איז געווען פארן בראך (ער האט געפירט הקפות וכו' פאר שבת בראשית)
כ'האב טאקע געשריבן

big joe האט געשריבן:(אויף אזוי ווייט אז ס'דא וואס טענה'ן אז דער קאצקער האט געכאפט א בראך, ואכמ"ל). אבער וואס איז זיכער, אז דער קאצקער איז געווארן גאנץ א אנדערע מענטש נאכדעם, ער איז געווען צוגעשפארט אין זיין שטוב פאר א סאך יאר ביזן פטירה, כמעט נישט ארויסגעקומען.


לגבי די עצם בראך איז נישטא קיין objective היסטוריה נאר יעדע צד שרייבט ווי אזוי ס'איז אים בעסער.
זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:46 pm#144991
איחוד פעלד האט געשריבן:ער איז געוועהן פיפצען ווען דער חוזה איז אוועק לפי דער יארען וואס די שרייבסט. און זיי זענען געוועהן נאנטע חברים נאך פין פריער, ד.ה. א פערצען יעריגע בחור האט א חבר וואס איז פינף אין דרייסיג......

אופס כ'לאז שוין א מעסעדזש ביי נחום...


יא, די איזביצע האט געהייסן א עילו ביי די 8 יאר. און ווען די פאטער פלעגט אים נעמען קיין לובלין פלעגט די קאצקער זיך משתשע זיין מיט אים (דור ישרים, בילגוריי תרפ"ח)
זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:51 pm#144997
בן תמליון האט געשריבן:זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.


ווען מ'וועט האבן צייט דארף מען טאקע דורך טוען כמה וכמה קדושי עליון וואס האבן געטוען אזעלעכע זאכן, כל אחד לפי מדרגתו.
(כעין די קאצקער, ר' בערניו, די תניא'ס זון ועוד)
זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:02 pm#145005
big joe האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.


ווען מ'וועט האבן צייט דארף מען טאקע דורך טוען כמה וכמה קדושי עליון וואס האבן געטוען אזעלעכע זאכן, כל אחד לפי מדרגתו.
(כעין די קאצקער, ר' בערניו, די תניא'ס זון ועוד)


רבי אהרן קאזניצ׳ער.
זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:02 pm#145006
איך האב מורא ווען מען רעדט דעי זאכן
זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:11 pm#145013
בעל הבית האט געשריבן:איך האב מורא ווען מען רעדט דעי זאכן

לייען קריאת שמע !!!!!

Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:25 pm#145027
איך מיין אז איך זאל מיך פין דא אפטראגן, מען שפילט זוך מיט פייער או געוואלד
זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:27 pm#145028
בעל הבית האט געשריבן:איך מיין אז איך זאל מיך פין דא אפטראגן, מען שפילט זוך מיט פייער או געוואלד

פייער?
זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:50 pm#145032
וואס דען איז דאס
זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:00 pm#145036
100 יאר ארים וועט מען רעדען פון די גרויסע מחלוקת צווישען די הייליגע סאטמארע רבי׳ס און די איינעקלעך פון דעת בעל הבית וועלען מורא האבען צו רעדען פון דעם..

ווער קען פארשטיין צו די מחלוקת לשם שמים..

מע וועט נאך שרייבען אין די צייטונגען פון יענע צייטען אז די רבי׳ס אליינס האבען זיך זייער ליעב געהאט אבער א פאר חסידים האבען זעכער געמאכט אז זיי זאלען זיך קיין מאל נישט טרעפען..
זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:43 pm#145103
ידען האט געשריבן:100 יאר ארים וועט מען רעדען פון די גרויסע מחלוקת צווישען די הייליגע סאטמארע רבי׳ס און די איינעקלעך פון דעת בעל הבית וועלען מורא האבען צו רעדען פון דעם..

ווער קען פארשטיין צו די מחלוקת לשם שמים..

מע וועט נאך שרייבען אין די צייטונגען פון יענע צייטען אז די רבי׳ס אליינס האבען זיך זייער ליעב געהאט אבער א פאר חסידים האבען זעכער געמאכט אז זיי זאלען זיך קיין מאל נישט טרעפען..


100 יאר?!?! האהא, מיינע אייניקלעך וועלן שוין זאגן "די מחלוקת צווישען הרה''ק ר' אהרן מיט הרה''ק ר' יקתואל יהודא מעג מען אפי' נישט אריינטראכטען אין, ס'זיכער געווען כולו לשם שמים.
אבער אויף זייערע קינדער האב איך שוין יא געהערט פון א אלטע איד אז יכול להיות אז ס'אריין געמישט אביסל פניות"

די צאנזער און ריזשענער חסידים האבן אנגעקוקט זייער רבי'ס מחלוקת אויף אסאך נידעריגע אופן ווי אינז קוקן היינט אהן די סאטמארע מחלוקת.
(קיינער זאגט נישט אז ר' אהרן טאנצט מיט שיקסעס יו''כ ביינאכט, און אלע רבנים אין א''י קומען זיך נישט צאם ביי די כותל מאכן חרם אויף ר' זלמן לייב)
זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:59 pm#145111
מע האט געזאגט אזוי אויף די צאנזער רב?
זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:04 pm#145117
ידען האט געשריבן:מע האט געזאגט אזוי אויף די צאנזער רב?

אויף ר' בערעניו.


אויפן צאנזער האבן די 250 גרעסטע רבנים אין א''י געמאכט א חרם ביים כותל בראשות פרנס ירושלים הרב ניסן בק ז''ל
(מ'האט געווארט צוויי וואכן ווייל גדולים האבן געוואלט אריין קומען פון צפת און טבריה זיך משתתף זיין אין חרם)
זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:11 pm#145142
וועסט מיזען מאכען א אשכול וועגען די צאנזע רב חרם.

כאב קיין מאל נישט געהערט פון עס. נאר אז ער איז געוועהן פון די גרעסטע צדיקים.

איך גלייב נישט אז אויף אזא צדיק זאל מען קענען נעמען 250 רבנים צו מאכען א חרם.

אפי׳ נ״ר האט נישט געהאט מער ווי 33 רבנים צו שרייבען קעגען איהם.. (ער שרייט אז זיי האבען איהם געלייגט אין חרם אבער זיי האבען סתם געשריבען א צעטעל קעגען איהם)
זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:12 pm#145151
ש.jpg
ש.jpg (35.94 KiB) געזען געווארן 4931 מאל
זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:08 pm#145159
wow

וואס איז געוועהן זיין עבירה?
זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:19 pm#145161
געזאגט ליגענט ברבים (אפילו געשוואוירען ליגענט)
גערעדט אויף די גרעסטע צדיקי הדור (די רוזינער קינדער) רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האבן מיטגעהאלטן מיטן ריזשינער צד. אפילו זיין זון די שינאווע איז געפארן קיין טשארטקוב. (נאכדעם האט די טאטע אים געזאגט נישט אריבער צו טרעטן זיין שוועל)

הקיצור מ'האט אויף אים געקוקט אזו ווי א זקן ממרא אדער גאר ערגער.

אפי' די צאנזער רב אליין האט געציטערט פונעם רוזינער, הגם די צאנזער רב איז געווען היבש עלטער. מ'האט געהאלטן אז נאכן רוזינער איז אוועק האט ער געוואלט זיין די ממשיך פונעם דרך בעש''ט, אבער רוב רבי'ס האבן אים נישט געוואלט.

(די פראבלעם איז וויבאלד עס איז איבערגעבליבן אסאך מער צאנז ווי רוזין איז זייער שווער צו טרעפן די צווייטע צד, ממילא ווייסן רוב מענטשען, (אפילו די ברייטע) נאר די צאנזע צד)
זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:26 pm#145164
אזעלעכע אינטערעסאנטע זאכן לייען איך דא און קיינער שרייבט נישט אריין?

קיינער לייקט נישט big joe פאר דעם?

וואס גייט פאר?

איך בין די איינציגסטע וואס ווייסט נישט די אלע אינטערעסאנטע מעשיות?

מע האט שוין געשריבען וועגען דעם?

מיך זעהט אויס ווי פנים חדשות פון יענע צייטען..
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:26 am#145203
איך בין זיכער אז ATUB @big joe ATUB איז א גלגול פון איינער פון די בעלי מחלוקת פון דיזע מחלוקה.
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:37 am#145209
פאר מער איבער די צאנזע - סאדיגורע מחלוקה דארפט איר לייענען יהושע ראקער'ס בוך וואס באשרייבט דאס פינעם צאנזען פערספעקטיוו און דעם בוך פון יצחק אבן וואס שרייבט דאס פינעם ריזענער פערספעקטיוו.
מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:50 am#145215
נהורא נפישא האט געשריבן:פאר מער איבער די צאנזע - סאדיגורע מחלוקה דארפט איר לייענען יהושע ראקער'ס בוך וואס באשרייבט דאס פינעם צאנזען פערספעקטיוו און דעם בוך פון יצחק אבן וואס שרייבט דאס פינעם ריזענער פערספעקטיוו.

מע קען לייענען אנליין?
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:45 am#145951
big joe האט געשריבן:
big joe האט געשריבן:און לגבי באיאן, זיין פאטער האט געזאגט "כ'האב צוויי קינדער וואס פליען אין הימל, כ'מיין די עלטערע וועט אנקומען ערשט..."


די רבי'ס עלטערע ברודער ארבייט פאר NASA

כ'מיין אז די הקדמה אויף זיין ספר, אויף מהר"ל, שרייבט די טאטע, אז זיין עלטסטע זוהן איז עוסק בשבילין דרקיע.. אדער אן ענדליך לשון
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:51 pm#146001
big joe האט געשריבן:איך האב געהערט פון גאר אלטע רוזינע חסידים אז די ליאובה'ס ספרים זענען די העכסטע תורות זייט די רוזינע
וכן שמעתי מהסאדיגורא רבי ז''ל


פון דער לויאב'ער איז דא בלויז א קליין ספר'ל וואס קארליבאך האט מלקט געוועהן בשם "דובר מישרים", די תורות זענען אולי שיינע טייטשען אבער גארנישט ספעציעל. יתכן - אויב דאס זאל זיי אמת - איז די כוונה געוועהן אויף די תורות וואס ער האט געזאגט בשנים כתקינם.

שוין העכסטע צייט צו טוישן דעם קעפל צו "מחלוקות צאנז רוזין".
למעשה האט אפילו נישט דער לוחם מלחמת ה' רבי יהושע רוקח אב"ד בעלזא זיך צוגעשטעלט צום צאנז'ער רב, זיין שטיל שווייגענישט איז געוועהן א שטילע הסכמה לטובת סאדיגורא.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:29 pm#146047
מחלוקת פונעם רש״ב מיטן מלאך
מחלוקת ר׳ שלום דובער שניאורסון זצ״ל (רש״ב) מיט ר׳ חיים אברהם דובער הכהן לוין זצ״ל (מלאך)


אין ליובאוויטש איז געווען א נגיד, ר׳ מנחם מאניש מוניסזון און ער האט געברענגט א מלמד פאר זיין זון א גרויסע תלמיד חכם, ר׳ אברהם דובער לוין. אין ליובאוויטש איז ער געווארן זייער נאנט מיטן רבי רש״ב, אויף אזוי ווייט אז די רש״ב האט אים געמאכט א משפיע אין ישיבה און אים געבעטן צו לערנען מיט זיין זון ר׳ יוסף יצחק... עד כאן לית מאן דפליג

שיטת המלאכים
די רבי ריי״צ איז געווארן זייער נאנט מיטן מלאך, און זיך זייער אסאך דורך גערעדט מיט אים. אין תרס״ב ווען די ריי״צ איז געווען צוואנציג יאר אלט און געפירט תומכי תמימים שוין די פערטע יאר, איז די רש״ב געפארן צו ׳וואריסהאפן׳ פאר רפואה צוועקן, און ער האט געהייסן זיין זון מאכן א התוועדות אין ישיבה לכבוד י״ט כסליו, ר״ה לחסידות. דעמאלטס איז די מלאך פונקט אריינגעקומען אינעם הויז פונעם ריי״צ און געטראפן ספרי חיצונים האט ער מבטל געווען די התוועדות. ווען די רש״ב איז אהיים געקומען האט די מלאך אים פארציילט וועגן די ביכער האט די רש״ב אים ארויסגעווארפן.


שיטת חב״ד
די מלאך האט זיך אריינגעשטופט אין ישיבה ווייל ער האט געוואלט ארויסשטופן די רבי רש״ב און איבערנעמען די ראביסטיווע. ער האט גערעדט קעגן שיטת חב״ד און געזאגט אז ס׳נישטא קיין חידושים אין חסידות. און ער האט פראבירט צו ווערן א רבי דורך מאכן א פילוג, ער האט געהייסן זיינע חברה אין ישיבה נישט זיך צו חבר׳ן מיט אנדער חסידים, מאכן התבודדות אין זיי געשטופט צו מרה שחורה. ווען ער האט געזעהן אז ס׳גייט אים נישט האט ער געמאכט א בילבול אויפן ריי״צ, אז ער ליינט ספרי השכלה. און נאך א חקירה ודרישה ווען עס איז געווען ברור כשמש לכל אז ס׳נישט אמת, האט מען אים ארויס געווארפן פון שטאט באבל וחפוי ראש...






כ׳האב געפרעגט אמאל ר׳ יודל חיטריק ז״ל (א חבד׳סקע איד וואס האט געלעבט ביז 105) פארוואס ער האט זוכה געווען אויפ אזא אריכות ימים? האט ער מיר געזאגט אז ער האלט עס איז א שכר פאר זיין די לעצטע בחור וואס האט זוכה געווען צו ווארפן א שטיין אויפ די מלאך׳ס וואגען, ווען מ׳האט אים פאטריבען... (ער האט געהאט נאך אסאך נערישע שמוץ אויפן מלאך, אבער ער איז געווען א תמימות'דיגע בחור דעמאלטס אין געגלייבט אלעס וואס מ'האט פארקויפט אויפן מלאך.)



און דא איז א חלק פון ר׳ יואל כהן'ס בריעוו בנוגע די מלאכים היינט
"אברהם דער איילער (לוין) הנזכר בקונטרס "ומעין" בשם 'אד"ל דק"ן' אחרי שהלך מליובאוויטש, הי' לו נפילה גדולה, ומעט זמן הי' שיכור, ואח"כ נסע לאמריקה "בלוף מדינה", ואמר שהוא מקובל ועוסק בעניני קבלה, והוא איש אלוקי, הלך בבגדים לבנים וקראו אותו בשם "דער מלאך", הרי הי' משכיל בדא"ח כפי שאומרים, והי' אומר דא"ח בטוב, והצליח ללכוד תחתו כחמשה מנינים איש שהאמינו בו ואומרים שהוא ממלא מקומו של אדמו"ר הצ"צ נ"ע. 

המלאכים (כה קוראים פה לחסידי המלאך) האלטן ניט מנשיאי חב"ד, רק עד אדמו"ר הצ"צ נ"ע, כי אומרים שהוא (המלאך) הי' ממלא מקומו, ומכ"ק אדמו"ר מהר"ש האלטן זיי ניט, בכ"ז אין מנגדים אליו, משא"כ לכ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע וכ"ק אדמו"ר זי"ע – יש להם שנאה. יש להם תלמודי תורה וקונים ספרי לימוד עבור ילדיהם מספרי המל"ח, הם קורעים השער בלאט מהספר, כי נזכר שם שם המל"ח תחת נשיאותו של כ"ק אדמו"ר. 

בשנים אחרי שהתפשטו הפעולות של כ"ק אדמו"ר באמריקה, אעפ"כ הם מחזיקים עדיין בשטותם (כי רבם המלאך הכניס בהם ארס נגד ליובאוויטש), אבל לנגד בגלוי אינם יכולים, רק זה מחלוקת ישנה. 

בש"פ תולדות הלכתי אליהם לחזור דא"ח, כי הי' מעניין לי וואס איז דאס פארא סארט נפשות, וגם שמעתי שכ"ק שליט"א אמר כמה חדשים מקודם לא' האברכים הגר בסביבת ביהכ"נ של המלאכים: אז מען דארף זיי מקרב זיין, ס'איז פאראן צווישן זיי טייערע יונגע לייט, נאר זיי בלאנדזען. ועל סמך זה הלכתי לחזור שם דא"ח. זה לא היה לי כ"כ בנקל אבל מ"מ נתנו לי רשות לחזור. 

בכלל איני יודע מה זה "מלאכים", אבל אחת אפשר לומר עליהם בבירור, אז קיין מענטשן זיינען זיי זיכער ניט, הם הולכים כולם עם פיאות ארוכות מען ווארפט זיך אין דאווענען, באמרם שכן היו עושים חסידי רבינו הזקן, ועוד עניני פראות. סך הכל הייתי שם רק שעה וחצי, במילא לא אוכל לתאר היטב, אך את הרעל נגד ליובאוויטש אפשר להכיר ברגע הראשון. 

בכל שבת חוזר מישהו דא"ח, סדר החזרה: לוקח תניא, לקו"ת, או ספר מאדמו"ר האמצעי, או הצ"צ, ופותח את הספר ואומר בפנים, רק שהוא אומר זה באידיש, והחוזר מתחיל שאקלען זיך בהתלהבות עצומה, ופאותיו הארוכים שליידערן זיך ארום, ואינו יודע חצי תיבה ממה שהוא מדבר, אבל הוא אומר בקול ובחיות, לא חיות פנימי כ"א פשוט בצעקה גדולה, שלזה הם קוראים חיות. ובהרבה ענינים הם דומים להקנאים שבירושלים. אחרי שהחוזר שלהם גמר לחזור – חזרתי אני. 

מ"מ יש ביניהם גם מתונים, בעלי שכל, שגם הם מאמינים לכל מה שאמר להם המלאך, מ"מ להיותם בעלי שכל רוצים הם לשמוע לפעמים איזה הסבר בדא"ח, ומעיינים בגניבה בכתבי רבותינו הק', עד כדי כך שכשהייתי שם הכרתי כמה אנשים שראיתי שם בביהמד"ר של כ"ק אדמו"ר שליט"א שהם טייערער יונגעלייט, כן ראיתי באחדים שהתענינו והקשיבו היטב את המאמר שחזרתי.. זה הי' הביקור שלי אצלם. 

אח"כ סיפר לי א' שגם הוא ביקר אצלם, הוא אמנם לא חזר דא"ח אבל הוא ניגן שם כמה ניגונים, כי הם אין יודעים ניגונים. ואחרי תפלת ערבית הציע לו א' לתת לו כסף לנסוע והלך אתו לביתו וישב אתו כמה שעות, העיקר שסיפר לי הנ"ל בעצמו, שכמה מהם זה כבר משך זמן שאין להם מנוחה. הם היו כמה פעמים בזמן אמירת הדא"ח שכ"ק שליט"א אומר (כמובן בהחבא כי אינם רוצים שידעו מזה חבריהם) ואינם יכולים להחליט, כי אין רואים שום רע בכ"ק שליט"א, ואדרבה רואים הפעולות בליובאוויטש בכל אמריקה, ולאידך גיסא אינם יכולים להחליט שרבם המלאך טעה, כי צדיק ומלאך כזה אינו שייך לטעות..."
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:02 pm#146208
טייל טענה'ן אז די מלאך האט טאקע געטראפן השכלה ביכער ביי די רבי ריי''צ, אבער עס איז נישט געווען זיינס. סהאט באלאנגט פאר די מיידילעך און שטוב אין נישט פארן ריי''צ.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:11 am#146345
דא האט איר אביסל אינפארמאציע איבער דעם בריעף פון רבי יואל כַהַן

פאר נאך מעהר, געט א קיק דא
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:49 am#146356
דער וואס האט געקענט די ריי"ץ, ווייסט אז דער גאנצע ענין פון משכילישע ספרים אין א אויפגעבלאזענע איי, היות ער האט געזאמעלט יעדער אייניצגער געדריקטע ספר/בוך וואס ער האט נאר געקענט לייגן זיין האנט דערויף, ולא עוד ער האט זיך געלאזט קאסטן שווערע טויזענטערס, שוין אלץ יונגערמאן האט ער געהאט א פריוואטע זאמלונג פון איבער טויזענט ספרים, וואס בימים ההם איז דאס געוועהן א געוואלגיגע חידוש, אין די כרכי אגרות קודש זענען פארהאן הונדרעט בריעוון (נאך איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא) ווי ער שרייבט צו מחברים אין סיי ווער מ'זאל שיקן זייערע ספרים, אדער טוישן אין אויב נישט וועט ער צאלן, די סארט בריעוון האט ער געשיקט לכל קצוי תבל בארבע פינות הארץ. ער האט אויך אפגעקויפט צוויי לייברעריס. קומענדיק קיין אמעריקא בשנת תש"א האט שוין געהאט א זאמלונג פון איבער 700 קאלענדערס (לוח), אין איבער 200 הוצאות פון מחזורים.
אין אז עס אינטרעגעקומען צו באקומען סעקיולער ביכער האט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זיי אויך נישט.

אונז אלע זענען נהנה אויף א געוויסע אופן פון זיין זאמלונג פון ספרים אויף וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן דמים תרי משמע, היברו בוקס יוכיח, וכן עוד ועוד.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:57 pm#146389
ווער זענען געווען די רבי ריי''צ שוועסטער?
(כ'קען גארנישט טרעפן אויפ זיי, און טייל לייגן ארויף דאס שולד פון די ביכער אויף זיי)
זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:51 am#148170
מונקאטש רב/גער און אגודה מחלוקה
כבין נישט קיין היסטאריקער אין חסידישע פאליטיק האב איך זיך געריבן דאס אויג צי איך ליין גוט. אזוי אומשולדיג אין א לענגערע ארטיקל אין צייטונג פ' כי תצא א אינטערוויו מיט ר' שמואל גלייטמאן ז"ל א ראדאמסקער חסיד. איז דארט דא א קליינער צייטנג'ס אויסשניט (וואס ווען נישט פאר ליידיגיין וואלט איך עס זיכער פארפאסט) פון א באריכט אין א פרייער צייטונג איבער מונקאטשער רב'ס באזוך אין סאסנאווצע (וואו ראדאמסקער רבי ר' שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש זצ"ל הי"ד האט געוואוינט נאך די ערשטע וועלט מלחמה)

ס'ליינט זיך אזוי, ווערבעטים:
"דער מונקאטשער רבי אין סאסנאוויעץ
ער שעלט דעם גערער רבי און רופט ארויס געשלעגן צווישן חסידים
סאסנאוויץ, 7 (טעלעפאניש)
אין ראדאמסקער הויף איז פארגעקומען א גרויסע חסידישע שמחה: עס איז פארגעקומען דער ברית פון ראדאמסקער רבי'ס אנ'איינקעל, צו דער שמחה זענען געקומען א פאר טויזענד חסידים פון פוילען און פון אויסלאנד.
עס איז אויך געקומען דער מונקאטשער רבי מיט א סוויטע פון עטליכע צעהנדליג חסידים.
דער מונקאטשער האט אויך מזכה געווען מיט א וויזיט סאסנאוויץ, וואו ער האט נעכטן געפיהרט טיש און געזאגט תורה
ביי דער געלעגענהייט האט דער צדיק זיך אנגערעכענט מיט דער ''אגודה'' און אנגערופען דעם גערער רבי נישט אנדערש ווי: כופר. -- בעת'ן ''תורה זאגן'' האט דער מונקאטשער אויך נישט פארנעמען דעם אגודה פירער ר' אטשע מאיר לעווין, וועלכען ער האט ''געקרוינט'' אלס עוכר-ישראל און אים געשאלטן מיט טויטע קללות.

דערוויסענדיג זיך פון דעם מונקאטשער'ס נייעסטע תורות, האבן די גערער חסידים איינגעארדענט א דעמאנסטראציע און שארף פראטעסטירט געגען די קללות און זלזולים אויפן אדרעס פון די אגודה פירער, וואס זענען געווארפן געווארן דורכ'ן ''הייליגן צדיק'' פון מונקאטש. די ראדאמסקע חסידים זענען אויך נישט געבליבן קיין בעלי חובות און האבן זיך אנגענועמן די קושיוודע (?) פון זייער רבינ'ס גאסט. עס איז געקומען צו געגענזייטיגע געשלעגען , וועלכער זענען ליקווידירט געווארן דורן די פאליציי

דערווייל האט מען ביי מונקאטשער צדיק ארויסגע'גנב'עט פון קעשענע א טייערען גאלדענעם זייגער. דער רבי האט אפילו בעשטימט א בעהלוינונג פון 1500 זלאטעס פאר אויסגעפינען די גניבה, אבער דערוויל איז נאך דעם זייגער נישט געלונגען צו געפינען."


איך בין זיכער אז דער רעדאקטאר פון ''די צייטונג'' האט דאס נישט אפגעליינט פאר'ן אריינשטעלן... דאס איז דאך אזוי דזשוסי.. וואס איז דארט פארגעגאנגען? יענער צייטונג קוקט דאך אויס ווי שאלזאהן'ס זיידע. לאמיר הערן פון די אלעס-ווייסער איבער וואס דארט איז פארגעקומען. איז מונקאטשער רב אויך געווען א קנאי?

בין איך איין מונקאטשער? :lol:
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:35 pm#236755
בן תמליון האט געשריבן:זייער שיין ר זשאו. איר פארפעלט א וויכטיק דעטאל. עס הייסט אז יענעם פרייטאג נאכט שבת בראשית איז דער קאצקער רבי אריינגעקומען צום טיש און געהאט א אויסברוך. יש אומרים ער האט אויסגעלאשן די ליכט און געשריגן לית דין ולית דיין. דערויף איז געשען די מרידה און דער קאצקער איז אריין אין התבודדת פאר צוואנציק יאר.

שוין געווען דא א שמועס איבער דעם אויב איינער קען אפירזוכן.

איך האב עס געליינט פון א מתנגדי'ן/משכיליש'ן מקור. ביי חסידים לייקנט מען אפ בכל תוקף. אבער, אביעקטיוו גערעדט. לויט די התנהות פון ר' מנדלי מ'קאצק איז משמע אז ס'איז יא געשהן און ער האט ל"ע געכאפט א נערוון אטאקע... דער חילוק פון אמאל ביז היינט איז, אז אויב היינט פיהלט א רבי אז ער האט קאמפעטישן, שיקט מען עטליכע פון די געטרייע חסידים מ'זאל שניידן טייערס און אויסברעכן שויבן...!
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:42 pm#236757
ידען האט געשריבן:100 יאר ארים וועט מען רעדען פון די גרויסע מחלוקת צווישען די הייליגע סאטמארע רבי׳ס און די איינעקלעך פון דעת בעל הבית וועלען מורא האבען צו רעדען פון דעם..

ווער קען פארשטיין צו די מחלוקת לשם שמים..

מע וועט נאך שרייבען אין די צייטונגען פון יענע צייטען אז די רבי׳ס אליינס האבען זיך זייער ליעב געהאט אבער א פאר חסידים האבען זעכער געמאכט אז זיי זאלען זיך קיין מאל נישט טרעפען..

די צייטונגען פון 100 יאר ארום וועלן זיין טאבלעט'ס אויף איי-פאונ'ס וואס א יעדער וועט ארומטראגן אין טאש. מ'וועט קענען דאונלאודן די דברי תורה ומוסר וקנאות אויף די פ' השבוע מיט א לייוו ווידיא פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א...!
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:50 pm#236762
איך אויך האט געשריבן:אגב ,אין באבאב זעגט מען נישט ארויס אז מען געלייגט דעם הייליגן רב אין 'חרם' נאר מען זאגט אין 'ח'.

אויף דעים איז דא א באקאנט ווערטל. מ'האט איינעם געסטראשעט אז מ'עט עים אריינלייגן אין "ח". האט ער געזאגט. "דו קענסט מיך אריילייגן אין ח'. אפילו אין ט'. נאר נישט אין יוד...! :lol:
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:03 pm#236789
לעיקוואד האט געשריבן:די תורות זיינע זענען קיים, קענסט אריינבליקען און אליינס מחליט זיין צו עס איז בעסער פון די ברודערס זיינע אדער נישט.

בכל אופן איז נישט פון דעם איז די רעדע. קען זיין ער האט געזאגט מורא'דיגע תורות און איז געווען א בעל כשרון עצום. און עס איז טאקע דא פון עם עטליכע שיינע ווערטער. דאס איז אבער נישט סותר דאס וואס איז געשעהן שפעטער. איינס איז נישט סותר דער אנדערע. אפילו ווען עס וואלט געווען אין די זעלבע תקופה כל שכן אז די אלע תורות זענען פון פריער. אבער זיך מתייחס זיין צו עם ווי א קדוש וטהור נאך דאס וואס ער האט געטוהן איז אביסעלע פאני.

און דאס קומט ניאך פון א ליטוואק... :roll:
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:48 pm#236799
רויטע וואנצעס האט געשריבן:א בילד פון ליעווער צדיק.

דאס איז וען ער איז געווען אין העיליגן מצב, אדער אין אפגעפארענעם, אפיקורס'ישן מצב?...!
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:50 pm#236800
איחוד פעלד האט געשריבן:און דער שייגעץ האט זיך.אזוי געלאזט פאטאגריפירען?

ער איז געוועין פושט צורה ולובש צורה. עכ"פ אזוי האבן די פארגלייבטע קעלבלעך בשעתו געזאגט אויף איהם... :roll:
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:19 am#236844
זעט אויס ביזט שוין דעמאלסט געווען בעלעגלא. אפשר טאקע דער וואס ר מלך האט אלעס אויגערעכענט
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:58 am#237074
איך האב געטראפען אן אלטער יוד דעם שבת וואס איז א תלמוד פין מנחת אלעזר און פארציילט מיר וויאזוי די בעלזע חסידים פלעגן באשיסן זייער שול שבת ביי שלש סעודות מיט שטיינער, איז שוין דעמאלטץחסידות געווען אזא חצויוניותדיגע זאך?
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:11 pm#237148
big joe האט געשריבן:געזאגט ליגענט ברבים (אפילו געשוואוירען ליגענט)
גערעדט אויף די גרעסטע צדיקי הדור (די רוזינער קינדער) רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האבן מיטגעהאלטן מיטן ריזשינער צד. אפילו זיין זון די שינאווע איז געפארן קיין טשארטקוב. (נאכדעם האט די טאטע אים געזאגט נישט אריבער צו טרעטן זיין שוועל)

הקיצור מ'האט אויף אים געקוקט אזו ווי א זקן ממרא אדער גאר ערגער.

אפי' די צאנזער רב אליין האט געציטערט פונעם רוזינער, הגם די צאנזער רב איז געווען היבש עלטער. מ'האט געהאלטן אז נאכן רוזינער איז אוועק האט ער געוואלט זיין די ממשיך פונעם דרך בעש''ט, אבער רוב רבי'ס האבן אים נישט געוואלט.

(די פראבלעם איז וויבאלד עס איז איבערגעבליבן אסאך מער צאנז ווי רוזין איז זייער שווער צו טרעפן די צווייטע צד, ממילא ווייסן רוב מענטשען, (אפילו די ברייטע) נאר די צאנזע צד)

נישט ריכטיג אז הרה''ק משיניווא איז געפארן קיין טשארטקוב, דער שיניווער רב האט כידוע געמיזט ארויסשפרינגן פון פענסטער פון ניסן בק'ס ביהמ''ד, ווייל מ'האט אים שיעור נישט דער'הרג'עט!
ווי אויך איז ידוע די סיפור וואס הרה''ק מפשעווארסק פלעגט דערציילן און שטארק שמייכלען בשעת מעשה אז אן עגונה איז אמאל געקומען קיין שיניווא און ער האט איר געהייסן פארן קיין טשארטקוב, זי איז אהין אנגעקומען און א שענק און דערקענט צווישן א גרופע זעלנער איר מאן, נאכן מאכן א רעש האט מען גע'פועל'ט ביים קאמאנדיר פון די סאלדאטן אים צו צווינגען צו געבן א גט, ווען די מעשה איז אנגעקומען קיין שיניווא האט דער שטאט גע'רעש'ט פון די גרויסע מופת גלוי, האט דער שיניווער רב זיך פארענטפערט אז אזא אויסווארף האב איך פארשטאנען קען נאר זיין אין טשארטקוב.
ווי אויך איז ידוע די מעשה מיטן שיניוואר רב אין ארה''ק איבער זיין מבטל זיין די נסיעה קיין מירון, און איתגלאי מילתא אז אינשי דלא מעלי האבן אונטערגעשטעלט א מערדרער עלי דרך ואכהמ''ל
(אויף די חלוקי דעות פון הרה''ק מצאנז ושיניווא בנוגע תחנון הוד, היתר מכירה וכו' איז דאך באקאנט די חלום פון דעם שיניוואר רב וכו' על מה ראה לחלוק על אביו)
חלילה אז קליינע מענטשן ווי אונז קענען נישט אריינרעדן בסוד קדושים סאיז נאר געשריבן פאר די ווארהייט פון היסטאריע
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:12 pm#237150
ידען האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:פאר מער איבער די צאנזע - סאדיגורע מחלוקה דארפט איר לייענען יהושע ראקער'ס בוך וואס באשרייבט דאס פינעם צאנזען פערספעקטיוו און דעם בוך פון יצחק אבן וואס שרייבט דאס פינעם ריזענער פערספעקטיוו.

מע קען לייענען אנליין?

כידוע אז ערליכע אידן האבן יהושע ראקער'ס ספר נישט אריינגענומען אין שטוב (ויש הי' אומרים שיש להוסיף שטריך תחת האות ר' ראשון של ראקער!)
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:16 pm#237153
על המחיה האט געשריבן:@big joe

אז די ווייסט יא אז דער צאנז'ער רב איז געפארען צום רוזשינ'ער רבי

איז אפשר ווייסטו אויך וואס די הייליגע רוזשינ'ער האט דעמאלטס געזאגט אויף אים ביים טיש?
(און דאס איז געווען דער אורזאך וואס די צמח צדיק מוויזניץ האט זיך בשום אופן נישט געוואלט אריינמישען לטובת זיינע שוואגערס די רוזשינ'ער קינדער, אקעגן די צאנזער רב..)

כ''ק מרן אדמו''ר מבאבוב שליט''א סיפר שאמר הרה'''ק מריזון להרה''ק מצאנז אז ער וויל זיין הסכמה אויף אן ענין ווייל דער צאנזער רב איז פון די בית דין של מעלה
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:17 pm#237155
big joe האט געשריבן:
על המחיה האט געשריבן:מיינסט טאקע אז דאס איז געווען די איינציגסטע מחלוקת וואס דע הייליגע צאנז'ער רב איז געווען אריינגעמישט??

שנית, דער מחלוקת מיט סאדיגורא האט גארנישט געהאט מיט'ן שינאווע רב, איז דאך על כרחך אז ער רעדט (לפחות לגבי אביו) פון א אנדערע מחלוקת


די מחלוקת האט צוטיילט די שינאווע פונעם טאטן, און עס איז זיכער אז מ'האט געפיטערט שקרים צו ביידע צדדים.

כידוע איז די חלוקה דעות געוועהן איבער תחנון הוד און נאך מער די שערורי' בנוגע היתר מכירה בשבת
דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:20 pm#289703
Re: אלטע חסידישע פאליטיק
על המחיה האט געשריבן:@big joe

עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכען

דיינע שרייבעריי'ען אין דעם אשכול בנוגע צאנז - סאדיגורא זענען מלא פאנטאזי'עס
אין די שרייבסט עס נאך מיט אזא זיכערקייט. אתה מתוק מדבש

עס איז נישט קיין שום תועלת דא אנציהייבען דן זיין אויב רוב גדולים זענען געווען בצד צאנז אדער סאדיגורא
ווייל אזוי צי אזוי קען מען ברענגען מקורות לרחצה, ממש דבר והיפוכו

וואס'זשע יא

די שרייבסט מיט אזא פעסטקייט

big joe האט געשריבן:
אפי' די צאנזער רב אליין האט געציטערט פונעם רוזינער, הגם די צאנזער רב איז געווען היבש עלטער.


אך האב נייעס פאר דיר די צוויי מאורות הגדולים זענען ביידע געבוירען בשנת תקנ"ז, דער הייליגע רוזשינער איז געבוירען ג' תשרי
ממילא איז בפשטות ער געווען עלטער פונ'ם הייליגע צאנזע רב

שנית, שרייבסטו

big joe האט געשריבן:
ווען באבוב האט זיך משדך געווען מיט וויזשניץ (תשנ''ה) האט די וועלט ג'רעש'ט א צאנז-רוזינע שידוך. האבן די לצני הדור געזאגט אז באבוב איז צאנז אזוי ווי וויזשניץ איז רוזין...


צאנז רוזינ'ער שידוכים זענען שוין געווען לפחות 50 יאהר פאר תשנ"ה, אין אפי' אין וויזניץ אליין.. (ביידע היינטיגע וויזני'צע רבי'ס פון אר"י זענען מצד אביהם נכדי רוזשין ומצד אמם נכדי צאנז)

ועל הכלל כולה יצאת,
אך האב אמאהל געהערט א טייטש, סיג לחכמה שתיקה, וועט מען לפחות מיינען ביזט א חכם, אז די הייבסט אן צי רעדען איז די מצב ביטער

בלייב מיר געזונט קינד לעבען
האשכול שוב לרשותך

דער ערשטער שידוך צווישן צאנז און רוזין איז געווען בחייו פון הרה"ק מ'טשארטקוב (נפ' הוש"ר תרס"ד) ווען ר' ברוך דוד טווערסקי מ'קאלינקוביץ (בהרה"ק רמ"ד מ'הארנאסטייפל איידעם פון צאנזער רב) איז געווארן א איידעם ביי ר' שלמה זלמינא צוקערמאן מ'ראשקוב א איידעם ביי ר' אי"ה מ'מעזבוז איידעם פון רש"י עלטסטער זון פון רוזינער
דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:25 pm#289721
big joe האט געשריבן:ווער זענען געווען די רבי ריי''צ שוועסטער?
(כ'קען גארנישט טרעפן אויפ זיי, און טייל לייגן ארויף דאס שולד פון די ביכער אויף זיי)

ער איז געווען אן איינציקן זון.
אפשר מיינסטו די טעכטער ?
ער האט געהאט דריי טעכטער די עלטסטעע מרת חנה געהייראטן צום רש"ג איר זון איז בער גוראריה פון די באוויסטע ספרים פרשה אין ליובאוויטש.
די צווייטע מרת חיה מושקא א"ח פון דער ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל.
די דריטע מרת שיינא געהייראטן צו רמ"מ הורנשטיין און געהרג'ט דורך די נאצי'ס ימש"ו.
מיטוואך יולי 05, 2017 2:03 pm#377958
אינטרעסאנטער אשכול איך וועל מוזן זוכן אין די ארכיוון פאר נאך אדער בעטן יואליש קרויס מיר אריינצולאזן אין זיין לייברערי פון אלע צייטונגען ספרים וואס באשרייבן עני מחלוקה וואס איז נאר געווען כידוע
מיטוואך יולי 05, 2017 2:48 pm#377963
פישערער רבי האט געשריבן:
big joe האט געשריבן:ווער זענען געווען די רבי ריי''צ שוועסטער?
(כ'קען גארנישט טרעפן אויפ זיי, און טייל לייגן ארויף דאס שולד פון די ביכער אויף זיי)

ער איז געווען אן איינציקן זון.
אפשר מיינסטו די טעכטער ?
ער האט געהאט דריי טעכטער די עלטסטעע מרת חנה געהייראטן צום רש"ג איר זון איז בער גוראריה פון די באוויסטע ספרים פרשה אין ליובאוויטש.
די צווייטע מרת חיה מושקא א"ח פון דער ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל.
די דריטע מרת שיינא געהייראטן צו רמ"מ הורנשטיין און געהרג'ט דורך די נאצי'ס ימש"ו.

פישערער רבי: ס'איז מעגליך אז מ'רעדט איבער די טעכטער פונ'ם מהריי"ץ. ס'איז אבער נישט מסתבר. ווייל ווען די אריגינאלע פרשה מיט דעם ..."מלאך"...האטציך אפגעשפיעלט איז דער מהריי"ץ נאך געווען גאר א יונגערמאן. און ס'נישט מסתבר אז ער האט שוין געהאט גרויסע טעכטער. אבער אין אן עקסטער עניין. די ..."רעבעצין"... חי' מושקא, ע"ה איז געווען יענע פרי. און זי האט גורם געווען א סאך עגמת נפש פאר איר טאטן, דעם צדיק. זי איז געגאנגען שטודירן אין לענינגראד אוניווערזיטעט. דאס איז געווען אין די פריע 1920'ער יארן. אין די אנהייב תקופה פונ'ם קאמוניזם. דארט האט זי אויך באגעגנט הרמ"מ. און איהר טאטע האטציך געפרייט צו דעם מצב. ווייל דאס איז געווען איהר רוחניות'דיגע הצלה. זי האט טאקע נאכדעים חתונה געהאט מיט איהם. פאר זיי זענען אפגעפארן קיין בערלין,פאריז, וכו'.

איך האב געזעהן א פיקטשער פון די ..."רעבעצין"... שוין אויף די עלטערע יארן. ווייל זי האט שוין געהאט גרויע האר. און 3/4 פון איהר קאפ איז געווען אויפגעדעקט...!