Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
148 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 161 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4630
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:58 pm#301546
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
בן אדם האט געשריבן:לויט די ספרדים איז עס גארנישט אזוי העסליך....

די ספרדים זענען דאך די גרעסטע חסידים פון אר״י הקדוש מיטן מהרח״ו .
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:52 pm#301574
מור וקציעה האט געשריבן:
מור וקציעה האט געשריבן:
ראיתי בספר קובץ הלכות להג''ר שמואל קמינצקי שאצל בני הישיבות אין עושין מנהג הכפרות בבעלי חיים וכעין זה מובא בספר הליכות שלמה שמרן הגרשז''א זצ''ל חדל מזה בשנותיו האחרונות וכן ראיתי מביאים מהגר''ז מבריסק שלא נהג מנהג הכפרות כלל ומהגר''מ פיינשטיין זצוק''ל מובא שהגר''א לא חשש למנהג זה


שוב ראיתי בלוח עזרת תורה הנפוץ בארה''ב להפוסק המובהק הגרי''א הענקין זצ''ל -וכתב שם- שמקיימין לכתחלה מנהג הכפרות בממון


אני משער שאם מנהיג מפלגת דגל התורה הליטאית נוהג לעשות מנהג הכפרות בממון שחלק ניכר מליטאי ב''ב נוהגים כמותו

הכפרות של הגראי"ל: צדקה לילדים
הגראי"ל שטיינמן ערך את מנהג הכפרות על כספי צדקה, אותו העניק לקרן ההסעות של החינוך העצמאי
משה כהן יום שני ח' תשרי תשע"ו 00:29 21/09/2015

הגראי"ל שטיינמן ערך היום (א') את מנהג הכפרות על כסף.

את כסף הפדיון של הכפרות העניק לקרן ההסעות של החינוך העצמאי, כשהוא אומר: "מי שדואג לילדים של הקב"ה אז הקב"ה ידאג לילדים שלו".


m http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=89849 m
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 6:18 pm#301587
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע "פארפירערישע" קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.


גם אני מצטרף
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:06 pm#301594
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
Milk shake האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע "פארפירערישע" קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.


גם אני מצטרף

עס איז פארפירעריש אבער מען קען עס נישט אנרופען דברי ניאוץ עס איז סך הכל א לשון וואס ווערט דערמאנט אין די פוסקים
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:53 am#301657
בן אדם האט געשריבן:לויט די ספרדים איז עס גארנישט אזוי העסליך....


די ספרדים זענען געהעריג מקיים דעם מנהג.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 2:14 pm#301715
אהרן האט געשריבן:
Milk shake האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע "פארפירערישע" קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.


גם אני מצטרף

עס איז פארפירעריש אבער מען קען עס נישט אנרופען דברי ניאוץ עס איז סך הכל א לשון וואס ווערט דערמאנט אין די פוסקים


די כוונה פון דעם פותח האשכול איז אויסדריקליך נישט די זעלבע ווי דעם הייליגן בית יוסף וועלכער שרייבט דרכי האמורי, (און דיר רמ"א פסק'ט אעפ"כ אז מ'זאל יא מקיים זין מנהג כפרות), די פוסקים זענען מבאר אז מענטשן פלעגן ארום קלעטערן זוכן דייקא ווייסע הינדלעך, און גע'פסל'ט שווארצע, דאס איז דרכי האמורי, און דער מטה אפרים און משנה ברורה ווארענען טאקע מ'זאל נישט נאכגיין דייקא ווייסע וועגן דרכי האמורי, וואס די כוונה פון דעם פותח האשכול איז דארף איך נישט מסביר זיין, (איך האלט שוין נאך מפייס זיין..).
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 3:30 pm#301732
דאס איז פאלש. דער בית יוסף זאגט אז כפרות אויף א תרנגול איז דרכי אמורי, די יצר הרע פון דרכי האמורי איז מעכטיג, זי וועט פארדרייען א קאפ מיט שווארץ און ווייס און משוגעתן' אבי צו אנהאלטן די גרויליגע מנהג
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 4:42 pm#301747
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.

אזא קעפל ברענגט דעמעדזש פאר די וועבזייטל ווען תמימים באזיכן דא און פארקנאקן די לינק ביים זען אזאנע ווערטער.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 4:46 pm#301748
בר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:38 pm#301760
בעל מדות האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אפשר קען מען טוישען די העסליכע קעפל פון דעם אשכול וואס איז מנאץ קעגן דעם מנהג הקדוש שיסודתו בהררי קודש.

אזא קעפל ברענגט דעמעדזש פאר די וועבזייטל ווען תמימים באזיכן דא און פארקנאקן די לינק ביים זען אזאנע ווערטער.

פארוואס ווילען מיר תמימים זאלן זיך דרייען דא?...
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:39 pm#301761
Kool man האט געשריבן:בר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך

איז פארהאן א נייע פאליסי אויף ק.ש. אז מען אטאקירט איינעם דעם צווייטען? וויאזוי לערנט מען זיך דעס?
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:48 pm#301762
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
לו יצויר סדא א פוסק יחידאי וואס האלט אז יש בו משום דרכי האמורי אבער כל שאר הפוסקים פון די גאונים ביז כל פוסקי וגדולי זמננו האלטן נישט אזוי , איז אזא קעפל און אזא תגובה פון בר דעת א גידוף קעגן כל גדולי ישראל וכל בית ישראל וואס איז ביי זיי אנגענומען די מנהג אלס א מנהג קדוש , און אזא קעפל טרייבט אוועק יעדער איינער וואס האט נאר אביסל סענסעטיווקייט און כבוד גדולי ישראל און כבוד בית ישראל יקר בעיניו.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:43 pm#301770
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
די פראבלעם איז אז די מעשה איז פארקערט.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:55 pm#301775
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
תסביר
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:16 pm#301780
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
ס'איז א גרויסע מבוכה אין די פוסקים, און רוב פוסקים זענען נישט קיין גרויסע חסידים דערפון סתם אזוי, אפילו ווער ס'איז נישט חושש צו דרכי האמורי, בעיקר מטעם המנהג וואס איז שוין געווען אזוי איינגעפירט. די דעה דערקעגן איז נישט קיין דעה יחידאה בכלל נאר האט אזש געמאכט איר וועג פראמינענט אין שו"ע אריין.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:26 pm#301784
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
ס'טרייבט אוועק מענטשען וואס האבען מורא פון א פרעמדע דעה. איך בין נישט איינשטימיג דערמיט, אבער איך האב נישט קיין פראבלעם מיט ליינען אן אשכול וועגען א נושא מיט וואס איך האלט נישט דערמיט.
אגב, ווי שוין אויסגעשמועסט, איך מאך נישט קיין כפרות מיט א הונדל.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:49 pm#301787
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
לאמיר טוישען דעם נוסח אביסל : א מנהג ותיקון וואס האט שטארקע מקורות בדברי הפוסקים והמקובלים , גיין העצן דערגעגען איז א שטארקע פגיעה , סאיז אזוי וואו די וואס שרייען שבת אויף די וואס פארלאזן זיך אויפן עירוב פון ברוקלין , והבל יפצה פיהם של שני כתות הנזכרות , ושלום על ישראל.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 5:52 am#301890
יארן לאנג האבן תמימידיגע יודן פארקנאקט דעם שולחן ערוך ווען זיי האבן געזעהן ווי דער מחבר שרייבט אויף די כפרות מנהג "ומנהג שטות הוא"

ביז די נייערע דרוקן האבן עס ארויסגענומען.

זו דרכה של תורה, מ'שרייבט וואס מ'האלט, נישטא קיין הלכות פאליטיקעל קארעקטנאס, ווער עס קען עס נישט סובל זיין זאל פארלאזן די קיך (אדער די קאווע שטיבל) והכל על מקומו יבוא בשלום.

ס'איז כדי נאכאמאל צו ערווענען אז מיין כוונה מיטן עפענן דעם אשכול איז נאר איין זאך אויפצועפענן די אויגן אז מיר זאלן זעהן און פארשטיין אז מען קען נישט מקיים זיין א מנהג מפוקפק דורך עובר זיין א איסור דאורייתא, נישט פארהאן אזא מין זאך אז א מנהג און נאך דערצו א מנהג מיט הארבע פראגע צייכענעס זאל דוחה זיין א איסור מן התורה.

די עיקר פראבלעם באציעט זיך קלאר צו "קאמערשיאל טשיקען-כפרות" ס'איז קלאר אז די מייסדי המנהג וואלטן דאס מבטל געווען (ומשם ווערט שוין נרחב דער שמועס אודות "טשיקען כפרות" בעצם) אבער חס ושלום נישט מבטל זיין די מנהג פון כפרות אויף געלט ס'איז א הייליגע מנהג וואס מיר גייען טאקע אט אט מקיים זיין

ובזכות זה וואס מיר פארמיידן צער פון בעלי חיים, וואס איז א גרויסע ענין ספעציעל ערב יום כפור כמבואר בחיי אדם וועלן מיר אלע האבן א ליכטיג יאר אזוי ווי רבינו הקדוש בשעתו.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 7:31 am#301892
אייניקעל,

כ'האב דיר געלייקט נישט ווייל איך בין ח"ו מסכים אז מ'דארף אפשטעלן די מנהג, ווייל אפילו אויב ס'איז דא פראבלעמען דארף מען עס פשוט מתקן זיין. מ'קען גיין צו א טשיקן פארם אין שלאגן דארט. אבער מיט דיין נקודה אז מ'דארף קענען אויסשמועסן מיינונגען אפילו אויב ס'איז קאנטרעווירשעל, דאס בין איך מסכים.

ס'איז אינטערגעוואקסן א דור אשר לא ידע את יוסף, וואס געדענקן נישט די גייסט פון קאווע שטיבל לויט ווי עס איז אוועק געשטעלט געווארן דורך די מיסדים אין די בראשית יארן. מי יתננו ירחי קדם ווען אזעלכע סוגיות עמוקות זענען אויסגעשמועסט געווארן בטוב טעם ודעת לארכה ולרחבה.

איך שרייב שוין לאנג אז פאר מ'שרייבט דארף מען גוט דורך לערנען אשכולות פון די בראשית יארן צו באקומען א געפיל וויאזוי צוצוגיין צו אן אשכול. דער וואס שפירט אז זיין אידישקייט ווערט אםגעשוואכט פון ליינען אזעלכע "העצערישע" קעפלעך, האט בכלל נישט וואס צו זיכן אויפ'ן אינטערנעט ווי בלי ספק זעהט ער זיך אן מיט פול ערגערס.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 7:49 am#301895
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
קאווע שטיבל / אניטערנעט ארויף אראפ , די קעפל איז ראנג און פארטיג , איך רעד פון די קעפל נישט די דיסקאסיע , די קעפל דייטעט אהן הא גופא נישט הערן קיין צווייטע צד , שרייען שבת אויף ווער סטראגט מיטן עירוב און נאך ערגער , שוין זיך גענוג געקריגט ערב יום כפור.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:11 am#301901
די מחבר ברענגט אויך נישט קיין צווייטע צד.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:07 am#301910
ירא שמים האט געשריבן:קאווע שטיבל / אניטערנעט ארויף אראפ , די קעפל איז ראנג און פארטיג , איך רעד פון די קעפל נישט די דיסקאסיע , די קעפל דייטעט אהן הא גופא נישט הערן קיין צווייטע צד , שרייען שבת אויף ווער סטראגט מיטן עירוב און נאך ערגער , שוין זיך גענוג געקריגט ערב יום כפור.


די קעפל ברענגט ארויס א מיינונג, האסט א פראבלעם דערמיט? דעבאטיר עס. ביזט צו סענסעטיוו? לייען עס נישט.

קיינער שרייט נישט, ס'איז א בחינה ווי אין טאטע קויף מיר הויזן, לייען עס מיט א רואיגקייט וועסטו זעהן אז די וואליום איז גאנץ נידריג און געלאסן.

א זיס יאר הייליגע ברידער!
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:49 am#301929
אייניקעל האט געשריבן:א זיס יאר הייליגע ברידער!

:like :like :like !!!
Same 2 u ברודער לעבען!
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:01 pm#301933
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
איך וויל מאכן א כפרה אויף כסף, קען מיר איינער זאגן די ניסוך, זה חליפתי, זה הכסף ילך ל'וואס זאל איך זאגן לאשתי אדער לצדקה
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:45 pm#301971
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
פליקער האט געשריבן:איך וויל מאכן א כפרה אויף כסף, קען מיר איינער זאגן די ניסוך, זה חליפתי, זה הכסף ילך ל'וואס זאל איך זאגן לאשתי אדער לצדקה


מאנכע פירן זיך עס צי געבן פאר צדקה וויבאלד צים סוף קימט די געלד סייווי צוריק...
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:37 am#302048
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
ווי אזוי גייט די געלט ציריק,
אה מסתם מיט די קל וחומר
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:30 pm#302137
שלום על ישראל האט געשריבן:
Kool man האט געשריבן:בר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך

איז פארהאן א נייע פאליסי אויף ק.ש. אז מען אטאקירט איינעם דעם צווייטען? וויאזוי לערנט מען זיך דעס?


איך האב בסך הכל גענומען די [גרויליקע] רייד - אויסדריק וואס בר דעת האט געשריבען אויף אומצאהליקע פוסקים, און אויף א אור אלטע מנהג וואס צענדליקער טויזענטער יודען זענען מקיים יעדעס יאהר, און די זעלביקע רייד - אויסדריק געשריבען [נישט אויף איהם, נאר] אויף זיין קאמענט. פעיר ענאף?
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:20 pm#302159
בכלל נישט. יעדער קען ניצן די טענה פאר זיך, אז די צד שכנגד האקט אויף דעם ממילא האק איך צוריק מיט די זעלבע שפראך. ווען מען דעבאטירט א נושא טאר עס נישט זיין פערזענליך. איך רעד שוין נישט פון די תקנות של הק"ש, נאר ס'איז פשוט נישט געשמאק זיך צו עסן מיט יענעמ'ס שיטה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:15 pm#302187
א שאדע די טעהנעריי, נאך איינמאהל, איך האב קאמענטירט אויף די קאמענט, נישט אויף די ניק, שנית יענער ניק האט געשענדעט א הייליגער מנהג, איז דא חיוב מוחה צו זיין, ער האט זיך נישט געטענהט אדער געדינגען כדרך בני אדם, ער האט גענוצט אן אומאיידעלען אויסדריק אויף א הייליקער מנהג, און בסך הכל דער זעלבער אויסדריק איז צוריק גענוצט געווארען מוחה צו זיין, .

א חידוש איז אויף דיר, אז דו שפרינגסט פון א אויסדרוק אויף איינעמס קאמענט, און די חוזק און אפשיי אויף די הייליקע ספרים און פוסקים און דער מנהג קימערט דיך גארנישט, בבחינה על כבודי לא מחיתם, נאר אויף א קאמענט פון א ניק פון בשר ודם שפרינגסטו.. אתמההההה.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:57 am#302303
טאקע א שאד צו טעהנען מיט עקשנים
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:49 am#302336
Kool man האט געשריבן:א שאדע די טעהנעריי, נאך איינמאהל, איך האב קאמענטירט אויף די קאמענט, נישט אויף די ניק, שנית יענער ניק האט געשענדעט א הייליגער מנהג, איז דא חיוב מוחה צו זיין, ער האט זיך נישט געטענהט אדער געדינגען כדרך בני אדם, ער האט גענוצט אן אומאיידעלען אויסדריק אויף א הייליקער מנהג, און בסך הכל דער זעלבער אויסדריק איז צוריק גענוצט געווארען מוחה צו זיין, .

א חידוש איז אויף דיר, אז דו שפרינגסט פון א אויסדרוק אויף איינעמס קאמענט, און די חוזק און אפשיי אויף די הייליקע ספרים און פוסקים און דער מנהג קימערט דיך גארנישט, בבחינה על כבודי לא מחיתם, נאר אויף א קאמענט פון א ניק פון בשר ודם שפרינגסטו.. אתמההההה.

די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף דיר: "דו האסט די חוצפה צו רופן א הייליגער מנהג אויף עפעס וואס די גרעסטע גדולים האבן גערופן מנהג האמורי...
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 11:33 am#302345
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:02 am#302510
האלב לעבעדיגע טשיקענס אריין אין גארביטש טראק, נישט קיין גיטע פּי אַר פאר אונז, שרעקליכע נייעס!, כ׳האב געליינט די comments אינטען
נישט גיט, זייער מיאוס!

#כפרותהאָליקאָוסט #צער בעלי חיים #בל תשחית
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:15 pm#302637
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
דאס איז יעדעמ'ס פליכט. פרעגט'ס אייך נאך ביי דיין כפרות צענטער. ווי גייען די טשיקענ'ס נאך כיסוי הדם? ווער כשר'ט עס און ווער איז בודק? וויאזוי האלט מען עס ביז ס'קומט אן צום ארימאן ? ווער טיילט עס? וויאזוי האט מען געהאלטען דער טשיקען ביז צום שחיטה?
הער אויף מיט לאזונגען וועגען הייליגע מנהגים און אדווערטייזמענט'ס אז מ'איז אפגעהיטען. זאג אונז וואס איז דיינע אפיהטונג.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 1:11 pm#351723
עד אין נו יארק טיימס
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:45 am#437159
מנהג פון כפרות
Print version
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:55 am#437160
בילד
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 4:20 pm#437169
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בילד


ולא קרב זה אל זה כל הלילה
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 4:21 pm#437170
אייניקעל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:


ולא קרב זה אל זה כל הלילה
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 5:40 pm#437173
לא ראי זה כראי זה.

איך פארשטיי נישט פונקטליך די ענין פונעם שעיר לעזאזל, און פארוואס דער באשעפער האט געהייסן מצער זיין א ציג. אבער פאר א בהמה/חיה איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן פייניגען און הרג׳נען. לאמיר זאגן אז א חיה שפירט צער אויפ׳ן זעלבען שטאפל ווי א מענטש און ליידט פונקט אזוי ווי א מענטש, ממילא האט דער באשעפער באפוילען אויף צער בעלי חיים. לויט דעם טאר מען טאקע נישט האלטן כפרות איינגעשפארט אין קעסטלעך.

אבער ווען ס׳קומט צו הרג׳נען איז עס גאר אנדערש. א חיה ליידט נישט מער ווי 3-1 סעקונדעס ביים שטארבן, סיי ביים שחט׳ען און סיי ביים אראפווארפען פון א שפיציגע בארג. א חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט.

ס׳איז זיכער דא טויזענטער פעלער ווי בהמות ליידן טאקע יא ביים שחט׳ען, אבער דאס איז א פראבלעם פונעם קאמערציעלע סיסטעם וואס זיי נוצען, נישט דעם שחט׳ן זעלבסט. ס׳איז דא סייענטיסטען וואס זאגן גאר ביי שחט׳ען כשר׳ע בהמות, אז זיי פארלירען דאס באוויסטזיין אין אונטער א סעקונדע.
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 5:52 pm#437174
נאך א מזל עס איז דא קארס, ווען נישט, וואלט פארען מיט א פערד געוועהן צער בעלי חיים. און מען וואלט נישט געטארט פארן אין ערגעץ.

ווי אויך, ניצען א קוה צו אקערעןַ און אנדערע זאכן, וואלט מען אויך נישט געטארט, צער בעלי חיים. ברוך השם עס איז דא מאשינען.
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 6:04 pm#437175
ס'דא וואס טענה'ן אז די גאנצע ענין פון מקפיד זיין אויף דרכי האמורי איז אויך מדרכי האמורי.
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 7:01 pm#437176
Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
חתן בחור האט געשריבן:לא ראי זה כראי זה.

איך פארשטיי נישט פונקטליך די ענין פונעם שעיר לעזאזל, און פארוואס דער באשעפער האט געהייסן מצער זיין א ציג. אבער פאר א בהמה/חיה איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן פייניגען און הרג׳נען. לאמיר זאגן אז א חיה שפירט צער אויפ׳ן זעלבען שטאפל ווי א מענטש און ליידט פונקט אזוי ווי א מענטש, ממילא האט דער באשעפער באפוילען אויף צער בעלי חיים. לויט דעם טאר מען טאקע נישט האלטן כפרות איינגעשפארט אין קעסטלעך.

אבער ווען ס׳קומט צו הרג׳נען איז עס גאר אנדערש. א חיה ליידט נישט מער ווי 3-1 סעקונדעס ביים שטארבן, סיי ביים שחט׳ען און סיי ביים אראפווארפען פון א שפיציגע בארג. א חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט.

ס׳איז זיכער דא טויזענטער פעלער ווי בהמות ליידן טאקע יא ביים שחט׳ען, אבער דאס איז א פראבלעם פונעם קאמערציעלע סיסטעם וואס זיי נוצען, נישט דעם שחט׳ן זעלבסט. ס׳איז דא סייענטיסטען וואס זאגן גאר ביי שחט׳ען כשר׳ע בהמות, אז זיי פארלירען דאס באוויסטזיין אין אונטער א סעקונדע.
אויף דער פונקט אז בהמות שפירן נישט קיין אנגסט אז מען פירט זיי צום טויט בין איך נישט זיכער. קודם כל די באוויסטע מעשה מיט רבי און די קאלב און די מייז וכו' וואס מען זעהט דארט. צווייטענס אויב דו גייסט אויף יו טוב קען מען טרעפן ווידאו פון בע''ח וואס ציטערען פון די טויט. אפשר קענסטו זאגן כי לכך נוצרת אבער אנגסט מיינעך איז עס אלץ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 7:48 pm#437178
חתן בחור האט געשריבן:א חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט

אמממ... וואס מיינט צימוק הריאה?
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 7:51 pm#437179
"מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר. (רמב"ם הלכות תפילה ט, ז)
דינסטאג אקטאבער 08, 2019 6:37 am#437195
די פריעסטע מקור פאר די "מנהג האמורי" פון כפרות שלאגן איז א תשובה פון ארום 1,400 יאר צוריק פון איינער פון די ערשטע גאונים, געדרוקט אין ספר תשובות הגאונים שערי תשובה סימן רצ"ט, די מערערים האבן זיך אויפגעוועקט הערשט 500 יאר שפעטער...
בילד
מיטוואך אקטאבער 09, 2019 11:34 pm#437223
מען רעדט וועגן שחט'ן טשיקענס, כאילו עס איז צער בעלי חיים, באמת?

אין אמעריקא ווערען גע'הרג'ט ניין ביליאן טשיקענס א יאר.
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:00 pm#437251
.