Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
148 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 161 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4630
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:30 am#146350
כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
שוין ווידעראמאל איז עס די סוף פונעם יאר, עס פאנגט זיך אן א פרישע יאר מיט די עשרת ימי תשובה, יעדער יוד זיכט איינצוזאמלען נאך זכותים ומעשים טובים צום יום הדין

לאמיר נישטאמאל אריינגיין דא א שמועס פון די נערוועזיטעט, דעפרעשאן, אנגעצויגענקייט, און אונגארישע פארמאליטעט וואס כאפט ארום די טעג קינד און קייט, דאס פאדערט זיך א באזונדערע חליפת המוחין צו פארשטיין געבן אז מיר האבן א זיסע באשעפער וואס האט אונז ליב, דערפאר געט ער אונז די געהויבענע געשמאקע האניג-זיסע טעג וואס מיר קענען גרינגערהייט נאנטער ווערן מיט אים, תשובה טוען מיט שמחה וגילו ברעדה וכו'

לאמיר זיך אבער יא אפשטעלן איבער די מנהג פון "כפרות שלאגן" וואס יודן לויפן קויפן פופצן פער משפחה, זכרים מיט נקבות, די אנגעצויגנקייט פון די קינדער באגלייט מיט געוויינעריי ווייל זיי האבן מורא פון "דע חיה" צו פשוט ווייל זיי ווילן נישט ווערן אנגעמאכט פון אויבן ביז אונטן, די שטינק וואס דאס ברענגט אן איבער די סיטי גאסן ווען די גערוך פון די בעלי חיים ווערט אויסגעמישט מיט די געווענליכע פאלושען, איבערהויפט ווען די גאסן זענען אנגעשטויסן מיט טרעפיק, סוכות, פארקויפער טישלעך וכו' וכו' ואין מקום להאריך

כאשטיג איעדער בר דעת פארשטייט אז עס קען גאר נישט זיין אז השי"ת אונזער זיסער טאטע וואס איז חפץ להיטיב עם בריותיו, זאל אונז געבן אזא שווערע מנהג, ווי איוב ע"ה זאגט שוין "ש-ד-י, לא מצאנוהו שגיא כח" אז השי"ת געט אונז נישט קיין מצות וואס וועגט אונז אראפ ביז אונטן, און פארשטייט זיך די פועל יוצא דערפון וואס די יונגערע דור באקומט א נעגאטיווען בליק אויף יודישקייט אלץ א רעזולטאט, פונדעסטוועגן דאך וויל איך ערווענען גאר א אנדערע ערעור אדער טענות אויף די מנהג און דאס איז:

צער בעלי חיים.

די פאקטן זענען באוואוסט פאר יעדן וואס "וויל" נאר זעהן, בקיצור נמרץ ווערן די טשיקענס הינער טראנפארטירט פאר כאטש 24 שעה אויב נישט מער אין גרויסע טרעילאר לאטס, אויף איין טרעילאר קען זיין טויזענטער טשיקענס, נישט נאר באקומען נישט די טשיקענס נישט צועסן און צוטרינקען במשך די נסיעה, נאר אפילו פרישע לופט באקומען זיי, איך דארף נישט צופיל מסביר זיין פארוואס די טשיקענס פון די אונטערשטע שטאקן האבן נישט קיין לופט, אדרבה זיי ווערן גאר באגאסן ווי המן פונעם טאכטער פון אלע אויבערשטע טשיקענס, נאר אפילו די גליקליכע טשיקענס וואס זענען גאנץ אויבן, זענען אויך צוקוועטשט ביז גאר 10-15 פער באקס, די טבע פון א טשיקען איז ארומצולויפן, און דא איז ער ווי טויטע סארדינס אינעם פושקע, אחרי ככלות הכל נאך די גאנצע אושוויץ נסיעה נעמט מען זיי ארויס פונעם באקס, מ'שלעפט זיי ביי די פליגלען וואס טוט זיי זייער וויי, דרייט זיי ארויף און אראפ, ליתר שאת כאפן זיי א גוטן שטויס, און צוריק אונעם באקס פאר א פרישע נסיעה צוריק צופ פארעם (מער פעקטארי ווי פארעם ואכמ"ל) די גאר גליקליכע שבהם ווערן געשאכטן אויפן פלאץ און א עק צו די יסורים, דא רעדט מען על פי רוב פון גאנץ קליינע יונגע און אויסגעדארטע טשיקענס וואס זענען בכלל נישט "פיט" פאר די יסורים לכתחילה.

די אנגענומענע הלכה אין די פוסקים איז אז צער בעלי חיים איז א איסור דאורייתא

שאלה #1
וויאזוי קען א מנהג אוועקשטופן א איסור דאורייתא?

שאלה #2
וויאזוי קען אכזריות צו בעלי חיים מעורר זיין רחמנות אויף אונז אין הימעל?

שאלה #3
א יוד וואס האט אייגענע טשיקענס טאר זיך נישט זעצן עסן פרישטאג אדער נאכטמאל פאר ער געט צו עסן פאר די טשיקענס, ונתתי עשב בשדך לבהמתך און הערשט דערנאך ואכלת ושבעת, וויאזוי האבן מיר פארגעסן א פשוטע פסוק אין די תורה?

שאלה #4
ר' יוד שוין אמאל געהערט פון מצוה הבאה בעבירה?

שאלה #5
פארוואס זענען מיר פאר'עקשנ'ט אנצוהאלטן א מנהג וואס דער רמב"ן באצייכנט אלץ מנהג האמורי? וואס רוב ראשונים שרייבן "יש למנוע המנהג" מען זאל זיך פארמיידן פון מקיים זיין די מנהג?

שאלה #6
חוץ מכל זה וואס איז די היתר ארויסצורייסן טייער יודיש געלט פון משפחות וואס האבן נישט?


די וואס פלעגן טוען די מנהג אמאל אין די אלטע היים פלעגט עס צוגיין אן קיין טראפעלע צער בעלי חיים, ס'איז נישט געווען קיין קאמערשעל ביזנעס פון טשיקען עקספארט א.א.וו. מ'האט גענומען די אייגענע טשיקען ביי זיך אין חצר אדער געקויפט פונעם שכן און דערנאך געשאכטן און פארטיילט די פלייש פאר אמת'ע ארעמעלייט און מקיים געווען מצות צדקה ווי עס דארף צו זיין.

ס'איז שוין העכסט צייט אויפצושטייען פון שלאף, גענוג געווען מיט די אכזריות, לאמיר זוכן זכותים פון רחמנות האבן אויף בעלי חיים, יעדער איינער זאל נעמען א דאללאר פאר זיך און די בני בית אדער מער כפי שידו מגעת, עס געבן א דריי ארום דעם קאפ, זאגן זה הכסף ילך לצדקה און די זכות פון צדקה און רחמנות וועט אונז ברענגן א יאר ווי השי"ת וועט אונז באוואשן מיט צדקה און רחמנות און א גאולה שלימה


-------------------------------
מער וועגן די נושא אויף לשה"ק:
פעם, בעיירות היהודיות, לפני שהכל היה מסחרי וממותג, היו הולכים בערב יו"כ אל השוחט היהודי עם התרנגולת מהחצר ועושים כפרות. אחרי זה השוחט היה שוחט ובודק והיו נותנים לגבאי צדקה לחלק לעניים.
לא הייתה משאית ענק עם מאות לולי תרנגולות כשבכל אחד מן הלולים והמכלאות יושבות צפופות ורועדות עשר תרנגולות מורעבות.
לא היו "מארגני כפרות" שהיו תופסים את התרנגול ביד אחת כשהוא צורח מפחד וקושרים לו את הרגליים חזק. תנסו את זה פעם על עצמכם.
לא היו ילדים שמנסים להאכיל קרטונים ופלסטיקים ופרחים את התרנגולות המסכנות שנחנקו עשר דקות אחרי שעשו בהם כפרות.
לא היו דוחסים שלוש תרנגולות ושני תרנגולים לתוך קרטון של מיץ ענבים בשביל להוביל אותם הביתה.
פעם לא היו עושים צער בעלי חיים בערב יום כיפור. היום זה מתנהל באכזריות ותוך כדי מצווה הבאה בעבירה.

---

נהג מנהג כפרות לפני יום כיפור, אך הזהיר להקפיד בשחיטת התרנגולים ואף הזהיר לא לגרום צער בעלי חיים כאשר תרנגול אהד רואה בשתיטת חברו, דבר שעלול לגרום חשש טרפה(עימוק הריאה). עיין שאפשר להמתין בשחיטת הכפרות אפילו ימים רבים״
(נשיא תלויים / תולדות רבינו רי״ד הלוי מווירצבורג תקעא)

רבי יוסף קארו הסתייג ממנהג כפרות מחשש דרכי האמורי (שו"ע או"ח תרה. בית יוסף) אבל הרמ"א קיבל את המנהג וכך נהגו בכל עם ישראל, והסבירו שבעת כפרות יחשוב האדם שמה שבא על התרנגול היה ראוי לבוא עליו, כמו שהסבירו בטעם קרבן על שוגג, וזה יצטרף לתשובה שלו על עוונותיו (משנה ברורה תרה ס"ק א).

אבל בספר חיי אדם כתב שבגלל הדוחק בשעת שחיטת העופות, וחשש שמא ישחטו שלא כראוי, עדיף להשתמש בכסף, ושכן הוא מנהג קדמונים להשתמש בזרעים (עיין רש"י שבת פא ב), ומכל שכן לפי המנהג לתת את הכפרות לעניים או תמורתן (חיי אדם קמד ד. מובא במשנה ברורה ס"ק ב ובכף החיים אות יא).

וכן כתב הגאון הרב חיים דוד הלוי: "ולמה צריכים אנו דווקא בערב היום הקדוש, להתאכזר על בעלי חיים, ללא כל צורך, ולטבוח בהם ללא רחמים, בשעה שאנו עומדים לבקש חיים על עצמנו מאת אלוקים חיים" (שו"ת עשה לך רב ג עמוד סז).

וכן אמר המקובל הרב יצחק כדורי זצ"ל בשנת תשס"ב שיש להעדיף תרומה לעניים עקב צער בעלי חיים שהוא איסור מן התורה ובעיית הכשרות.

ובספר שלמי מועד לרב טוביה פריינד של פסקים והנהגות הגאון הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל מובאים דברי החיי-האדם וכן דברי הלבוש שאפשר גם לקחת דגים לכפרות ודברי אלף המגן שהם עדיפים בגלל בעיות כשרות ושכן נוהגים הרבה לומדי תורה לקחת דגים. ושהג"ר שלמה זלמן אוירבך "נהג בשנים הראשונים לסובב כפרות בתרנגול, ושנים שהיה נוהג לעשות כפרות עם דגים, ובשנותיו האחרונות היה מסובב עם מעות והיה נותנם צדקה לעניים" (עמ' נה-נו).

בסיכום, כיוון שלא מדובר בחובה גמורה אלא במנהג, ולאור בעיות כשרות וצער בעלי חיים, ולאור דברי כל רבותינו שהובאו לעיל, יש להמליץ ולהעדיף לעשות כפרות על ידי כסף ולקיים מצווה גדולה לפרנס עניים וכבר אמרו חז"ל: "צדקה תציל ממוות" (שבת קנו ב).

---

לקראת הכפרות יוצאת עמותת אנונימוס העוסקת בהגנה על בעלי חיים במסע מחאה כנגד אכזריות מנהג הכפרות בקריאה להעדיף "פדיון כפרות" על פני שחיטה. הארגון יערוך במהלך היום הפגנת מחאה בשוק הכרמל, בסמוך לאזור שחיטת התרנגולות לצורך כפרות. פעילי אנונימוס ברחבי הארץ הפיצו לאחרונה בבתי כנסת אלפי עלונים וכרזות תחת הכותרות "הצלת נפשות, ולא נפש תחת נפש" ו"היהדות - דת של חמלה ולא של אכזריות".

בכרזות ובעלונים צוטטו רבים מחשובי פוסקי ההלכה בכל הזמנים שהתנגדו בחריפות למנהג הכפרות, הן בשל צער בעלי-חיים הכרוך בו, והן בשל העובדה שהמנהג נראה בעיניהם כעבודת אלילים. הכרזות נחתמו בבקשה מן המתפללים להעדיף מתן צדקה לנזקקים -"פדיון כפרות"- על פני פגיעה מיותרת בעופות.

לטענת אנשי אנונימוס טקס הכפרות עצמו כולל החזקת התרנגול ברגליו או בכנפיו, טלטולו סביב הראש ושחיטתו. אולם במסגרת מנהג הכפרות עובר על העופות סבל נוסף עם הובלתם לשווקים, החזקתם במשך שעות ואף ימים בכלובים דחוסים, כשהם ממתינים ללא כל מים או מזון, ולבסוף- שחיטתם. תרנגולים שלא נעשה בהם שימוש נמצאו לאחר הטקס נטושים, גוועים בכלוביהם.

בעמותה מחזקים את בקשתם בציטוטים של כמה מחשובי הפוסקים בכל הזמנים שראו במנהג הכפרות מעשה פסול, הגורם צער בעלי-חיים ללא כל הצדקה: כך, למשל, ר' יוסף קארו, הרשב"א, הרמב"ן ואחרים. ר' יוסף קארו, בעל השולחן ערוך, קבע: "מה שנוהגים לעשות כפרות בערב יום כיפורים לשחוט תרנגול על כל בן זכר ולומר עליו פסוקים יש למנוע המנהג".

מבין הפוסקים בני דורנו שהתנגדו למנהג הכפרות בתרנגולים ניתן להזכיר את הרב חיים דוד הלוי, שהאריך בדברים נגד המנהג, ובין השאר כתב: "ולמה צריכים אנו דוקא בערב היום הקדוש, להתאכזר על בעלי-חיים, ללא כל צורך, ולטבוח בהם ללא רחמים, בשעה שאנו עומדים לבקש חיים על עצמנו מאת אלקים חיים"
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:45 am#146354
אייניקעל האט געשריבן:כאשטיג איעדער בר דעת פארשטייט אז עס קען גאר נישט זיין אז השי"ת אונזער זיסער טאטע וואס איז חפץ להיטיב עם בריותיו, זאל אונז געבן אזא שווערע פארשטונקענע (זייטס מיר מוחל) מנהג,


א איד גיט זיך אלעמאל אן עצה:
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:46 am#146355
די שרעקליכע צער בעלי חיים קומט אויך פאר יעדן טאג במשך די יאר ווען מען ברענגט די טשיקענס צום בית השחיטה, זיי קומען די זעלבע צוקוועטשט, און מען כאפט זיי ביי די פליגל אז דער שוחט זאל עס שחט'ן אדער הענגט מען זיי מיט די קאפ אראפ אויף טשעינס. נאר דאס האלט מען נישט מיט, נאר די כפרות זעהט מען מער. אמאל ווען מען האט געוואלט עסן בשר עוף האט מען גענומען א הינדל פון הויף און עס איידלערהייט געטראגן צום שוחט, היינט ווען דו קויפסט א פעקל טשיקען אין בוטשער ווייסטו דען וויפיל צער בעלי חיים עס ליגט אונטער דעם? איך מיין אז אסאך מער ווי ביי די כפרות שלאגן.

לגבי די געלט חלק פיר איך זיך צו קויפן איין זכר פאר אלע זכרים און איין נקיבה פאר אלע נקיבות ובזה יצאתי ידי חובתי, און מיט אביסל שכל קען מען דאס מאכן פאר א געשמאקע פאן פאר די קינדער, עס איז זייער אינטערעסאנט פאר די קינדער צו זעהן די טשיקענס, און אדרבה איך נוץ שוין אויס די געלענגענהייט צו אויסלערנען פאר די קינדער אז מען דארף זיך נישט אזוי שרעקן פון א טשיקען, און זיי האבן פון דעם גרויס קורת רוח, בכלל נישט אזוי אנגעצויגן און נערוועז.

מיט איין נקודה ביניך מסכים וואס דו שרייבסט אז מען דארף געבן עסן פאר די טשיקענס. ווען מען ברענגט די טשיקענס צום שחט'ן הונגערן זיי נישט אזויפיל צייט ווי ווען מען ברענגט זיי צום כפרות שלאגן. אין די לעצטע עטליכע יאר לייגט איינער אריין אין דבר יום ביומו מעורר צו זיין דערוועגן אז מען זאל געבן צו עסן פאר די טשיקענס, וכן אני נוהג איך ברענג אהיים די צוויי כפרות צו שלאגן אינדערהיים און איך געב זיי צו עסן אין די באקס, והכל על מקומו יבא בשלום. איך זעה בכלל נישט די גרויסע געפערליכע זאך דא.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:51 am#146357
גראדע האב איך געזעהן אדוועטייזט פון סאטמאר בוטשער (82 לי) אז דאס יאר געבן זיי ביליגער פאר משפחות פון 5 טשיקענס און ארויף, צום ערשטן מאל אין די היסטאריע. אכשר דרא..
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:55 am#146359
Two wrongs doesn't make one right

ביזט גערעכט אז מ'דארף טאקע מעורר זיין אויף די געוענליכע טשיקענס וואס מען קויפט צו עסן

מחמירים און די ווייסן זענען טאקע מקפיד צו שעכטן אליין אדער צו קויפן פרי-ראומינג טשיקענס (זייער שווער צו באקומען מיט א גוטע הכשר)

לאמיר אנהייבן מתקן זיין די כפרות פראבלעם און דערנאך גיין צופ נעקסטן שטאפל

ברסלבער די זעסט נישט דעם פראבלעם ווייל די האסט דיר נאכנישט געפענט די אויגן, טראכט אביסל אריין, פאנטאזיר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מען טוט עס צו דיר.....

באקאנט אז רבינו הקדוש איז געווען קראנק 13 יאר ווייל ער האט נישט רחמנות געהאט אויף א אקס, און געווארן אויסגעהיילט ווען ער האט רחמנות געהאט אויף אפאר קליינע חיה'לעך, רבי האט שוין איינמאל פארשטאנען דעם פראבלעם
ייסורים של רבי על-ידי מעשה שגרם הוא עצמו באו, ועל ידי מעשה אחר הלכו. על ידי מעשה באו, מה הוא? עגל אחד שהוליכו אותו לשחיטה, הלך תלה [העגל] ראשו בתוך כנף [בגדו] של רבי ובכה. אמר לו [רבי יהודה הנשיא אמר לעגל]: לֵך, לכך נוצרת [כלומר, נוצרת כדי שבני-אדם יאכלו את בשרך]. אמרו [משמים]: הואיל ואינו מרחם - שיבואו עליו ייסורים. ועל ידי מעשה [אחר] הלכו [ייסוריו] - יום אחד הייתה שפחתו של רבי מטאטאה את הבית, היו מונחים שם בני חולדה [= גורים של חולדה] והייתה מטאטאה אותם. אמר לה: הניחי להם, [הרי] כתוב: "ורחמיו על כל מעשיו" (תה' קמה, 9). אמרו [משמים]: הואיל ומרחם - נרחם עליו. (בבלי בבא מציעא פ"ה, ע"א)
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:10 pm#146366
אייניקעל האט געשריבן:ברסלבער די זעסט נישט דעם פראבלעם ווייל די האסט דיר נאכנישט געפענט די אויגן, טראכט אביסל אריין, פאנטאזיר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מען טוט עס צו דיר.....

איך וואלט נישט געוואלט אז מען זאל מיר שחט'ן בכלל, אפילו נישט אויף רחמנות'דיגע וועג... נאר וואס דען, איך בין א מענטש און ער איז א טשיקען, און די תורה האט מתיר געווען צו שחט'ן און צו עסן כשר'ע בעלי חיים ודלא כשיטת הוועטשעטעריענס.
למעשה דארף מען א ריזיגע צאל פון טשיקענס צו קענען צושטעלן פארן עולם, און דאס איז נישט מעגליך צו באווייזן אויף אן אנדערע וועג ווי אזוי מען טוט עס, יחידים קענען זיך אפשר ערלויבן עס צו טוהן אויף א בעסערע וועג און נאר פאר טייער געלט, און ווי דו ברענגסט שוין ארויס דארף מען גאר שטארק אכטונג געבן אויף אידיש געלט.
די מעשה פון רבינו הקדוש רעדט זיך בכלל פון שחט'ן, און אויב אזוי וואלט מען לויט דעם בכלל נישט געטארט שחט'ן קיין בעלי חיים, אלא מאי אז דאס איז נישט געווען די שחט'ן זעלבסט, נאר די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט אן קיין געפיהל, איך בין זיכער אז רבינו הקדוש האט געגעסן פלייש און ער איז נישט באשטראפט געווארן דערפאר.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:10 pm#146367
ברסלבער האט געשריבן:לגבי די געלט חלק פיר איך זיך צו קויפן איין זכר פאר אלע זכרים און איין נקיבה פאר אלע נקיבות ובזה יצאתי ידי חובתי, און מיט אביסל שכל קען מען דאס מאכן פאר א געשמאקע פאן פאר די קינדער, עס איז זייער אינטערעסאנט פאר די קינדער צו זעהן די טשיקענס, און אדרבה איך נוץ שוין אויס די געלענגענהייט צו אויסלערנען פאר די קינדער אז מען דארף זיך נישט אזוי שרעקן פון א טשיקען, און זיי האבן פון דעם גרויס קורת רוח, בכלל נישט אזוי אנגעצויגן און נערוועז.


גם אני נוהג כן, איין זכר איין נקבה, און מען נוצט אויס די געלעגנהייט צו מאכן אן אוטינג פאר די קינדער צום גדליה נאכמיטאג ווען ס׳נישט דא קיין חדר. ווען נישט די קינדער וואלט איך עס געטון מיט געלט.

למעשה ברענגט אבער אייניקעל ארויף valid concerns. איך וואלט געוואלט הערן מער דערוועגן. ער פרעגט גוטע קושיות וואס פארלאנגט גוטע תירוצים אדער ביטול המנהג. עס איז גאנץ סימפעל, וויל די באשעפער דאס אדער נישט?


אייניקעל האט געשריבן:שאלה #5
פארוואס זענען מיר פארעקשנט אנצוהאלטן א מנהג וואס דער רמב"ן באצייכנט אלץ מנהג האמורי? וואס רוב ראשונים שרייבן "יש למנוע המנהג" מען זאל זיך פארמיידן פון מקיים זיין די מנהג?"


איז שייך אראפ צו ברענגן קלארע מראי מקומות מיט לשונות? (נישט נאכ-ציטירט פון ארטיקלן.) עס וואלט געווען לתועלת.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:18 pm#146369
מען דארף נישט אויסמישען דא פארשידעע עניינים. איין פראבלעם דא איז דרכי האמורי, וואס איז א מחלוקת ראשונים, און למעשה פירט זיך רוב וועלט יא צו מאכען כפרות, הגם אז דער שולחן ערוך פסקנ'ט אז נישט. קומט שוין דער רמ"א און דינגט זיך, און בעיקר אדאנק דאס וואס דער אריז"ל האט מאשר געווען דער מנהג. עס קען קומען איינער וואס ער וויל זיך פירען ווי די שיטות אז דאס איז סתם נארישקייטן און דרכי האמורי, אבער עס איז שווער צו קומען מיט טענות פאר איינער וואס פירט זיך ווי די הכרעת ההלכה אז עס איז מותר אדער אפילו א מנהג טוב.

א עקסטערע נושא איז דער ענין פון צער בעלי חיים, וואס אמת אפשר ביי די כפרות טוהט זיך געוויסע צעב"ח, און עס איז דא וואס מתקן זיין לגבי דעם, אבער ווער עס עסט עופות מיט בהמות פון קאמפאניס אגאנצע יאר איז א שותף צו פיל גרעסערע צער בעלי חיים, ווער עס האט געזעהן די פילמס פון פיט"א וכו' און ער האט א שטיקל הארץ גייט אויס פאר וואס מען טוהט מיט די בעלי חיים. עס וואלט טאקע געווען ראוי צו טוהן עפעס וועגן דעם. אבער למעשה דער וואס מאכט זיך נישט וויסענדיג און אגאנצע יאר עסט ער פלייש ווייס איך נישט וואס איז פונקט די כפרות א כפרה אויף די פראבלעם פון צעב"ח.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:24 pm#146370
ATUB @הוגה ATUB , דאס איז פונעם אריגענעלן שלחן ערוך.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:32 pm#146376
צער בעלי חיים= איסור דאורייתא / כפרות היינטיגע צייטן על כל פנים אויף די קאמרשיאל וועג=איסור דאורייתא

א מנהג קען נישט מבטל זיין א איסור דאורייתא! דאס איז א דבר פשוט

אין די עשרת ימי תשובה דארף מען נאכמער מקפיד זיין אויף איסורים ווי עס ווערט שוין געברענגט אין שולחן ערוך
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:46 pm#146383
איך שלאג מיט א נקיבה דער יאר....
מיין ווייב שלאגט מיט געלט...
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:48 pm#146384
דער מחבר אין תר"ה ברענגט אויך אראפ א מנהג וואס מען פלעגט ווארפן די בני מעים פון די טשיקענס אויף די דעכער כדי די פייגלען זאלן עס עסן, די משנה ברורה איז מסביר א טעם וגם משום רחמניות כשם שמרחם על הבריות לפרנסן ירחמו עליו מן השמים
שטעלט זיך ארויס היינטיגע צייטן א שטיק היפאקראווסיע מען טוט מיטן טשיקען אלע מיני אכזריות רח"ל כדי ירחמו עליו מן השמים???? וויאזוי פונקטליך

בקיצור:
אמאל, אדער היינט פאר די וואס טוען עס אויף די ריכטיגע וועג אן קיין צער בעלי חיים= איז א מחלוקת הפוסקים ס'איז דא וואס שרייבן דערויף פון איין זייט מנהג שטות , מנהג אמורי, יש למנוע המנהג און פון די אנדערע זייט איז דא וואס שרייבן מנהג וותיקין (בעיקר ע"פ קבלה)
די וועג וויאזוי מען ברענגט און מען האנדעלט די טשיקענס און די סיטי'ס אדער גרויסע קהילות איז א קלארער איסור דאורייתא, איבערהויפט קען מען נישט נוצן קיין מנהג אכזריות אלץ א זכות צום יום הדין, נאכמער דארף מען מקפיד זיין אין די עשרת ימי תשובה (כמבואר בשולחן ערוך עיין לגבי פת ישראל), און על אחת כמה וכמה ווען ס'איז דא א דרך אחרת פון טוען כפרות מיט געלט ווי די פוסקים שרייבן, ווי הג"ר שלמה זלמן אויערבאך זצל האט זיך געפירט אין זיינע לעצטערע יארן, ווי דער מקובל הרב יצחק כדורי זצ"ל האט געפסקנט צו נוצן געלט, ווי דער גאון הרב חיים דוד הלוי שרייבט אין שו"ת עשה לך רב "ולמה צריכים אנו דווקא בערב היום הקדוש, להתאכזר על בעלי חיים, ללא כל צורך, ולטבוח בהם ללא רחמים, בשעה שאנו עומדים לבקש חיים על עצמנו מאת אלוקים חיים"

נ.ב. שחיטה ווען עס ווערט געטוען די ריכטיגע וועג איז עס נישט קיין צער בעלי חיים, משא"כ ביי כפרות
נ.ב.ב. לייגן טשיקענס אין א באקס אין געבן צו עסן איז אפשר א מציל מזוטו של ים, אבער באמת איז עס א נזם זהב באף חזיר, ווען דער כלל זאל זאגן ניין מיר דארפן נישט קיין טשיקענס וואלטן די בוטשערס נישט געברענגט די טרעילארס

פארשידענע לינקס וועגן די נושא:
m http://www.mako.co.il/spirituality-popu ... 231006.htm m
m http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%99%D ... D7%9D.html m
m http://www.letlive.org.il/article_356?print=1 m

ארגון בחמלה (חרדים מתנדבים למען החיות)
m https://sites.google.com/site/a26a26a26a m

פאר די גייסט שלאגן כפרות קוק איבער די פילם:
m https://www.youtube.com/watch?v=WaJJ5ImBUvM m
m https://www.youtube.com/watch?v=7MKULaTCWiI m
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:09 pm#146395
פון די מפקפקים אויף די מנהג כפרות "נאכפאר" ס'איז געווען א פראבלעם פון צער בעלי חיים

״ואי לדידי צייתי ואינם רוצים לבטל מנהג זה, טוב יותר היה להם לסבב על ראשיהם במעות...״ (חיי אדם הלכות יוה״כ כלל קמד סעיף ד).

״מה שנוהגין לעשות כפרות בערב יוה״כ לשחוט תרגגול על כל בן זכר ולומר עליו פסוקים יש למנוע המנהג״ (משום דרכי האמורי. שולחן ערוך אורח חיים סימן תר"ה באורי הגר״א ז״ל, שם. ואזיל לשיטתו בב״י בשם הרמב״ן והרשב״א שהוא ענין של דרכי אמורי)
אין די עלטערע דרוקן שטייט מנהג כפרות בעי״כ מנהג של שטות הוא״

״כתב מר, כי ראית מה שהשבתי אני בענין הכפרה שעושין לנערים בערבי יום הכפורים ושאסרתי אני והנאך, ואתה מוסיף עוד לומר שקרוב לומר שהשחיטה פסולה שזה כמו שוחט לשם חטאתו. אני מצאתי מנהג זה פשוט בעירנו עם שאר דברים שהיו נוהגין כיוצא בזה שהיו שוחטין תרנגול זקן לכפרה על הנער היולד וחותכין ראשו ותולין הראש בנוצתו בפתח הבית עם שומים, והבלים הרבה שנראו בעיני כדרכי האמורי ודחקתי על זה הרבה, ובחסד עליון נשמעו דברי ולא נשאר מכל זה ומכיוצא באלו בעירנו מאומה, אע״פ ששמעתי מפי אגשים הגונים מאד מאשכנז היושבים עמנו בבית המדרש, שכל רבני ארצם עושים כן ערבי יום הכפורים ושוחטין לכפרה אווזין ותרגגולין. גם שמעתי כי נשאל לרבינו האיי גאון ז״ל ואמר שכן נהגו. ועם כל זה מנעתי המנהג הזה מעירנו...״ (רשב״א בתשובתו (שצ"ו) לחכם רבי יעקב בר מכיר)

אין ספק שראוי לבטל המנהג משום דרכי האמורי, וכתיב תמים תהיה עם ה׳ אלקיך״ עכ״ל (ר׳ חזקיה די סילוא, בעל ספר פרי חדש)

מי שנוהג שאינו עושה כפרה בתרנגול יעשה הכפרה במחיר כסף לצדקה כפי ערך הכפרות• [ארחות חיים בשם יפה ללב]
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:33 pm#146400
מיין באליבטע הלכה ספר ערוך השלחן נעמט עס אזוי שיין ארום:



סימן תרה סעיף א[עריכה]
המנהג מכפרות שנוהגים לשחוט על כל בן זכר תרנגול, ועל כל נקיבה תרנגולת – כמה גדולים אין דעתם נוחה מזה. והרמב"ן והרשב"א ז"ל ביטלו המנהג הזה משום ניחוש ומשום דרכי האמורי, כמו שכתוב בתשובת הרשב"א (תצ"ה ועיין בית יוסף). ולכן כתב רבינו הבית יוסף דיש למנוע המנהג.
סימן תרה סעיף ב[עריכה]
אמנם כמה גדולים קיימו המנהג, .........
וכל זה בעצם הדבר. אבל בעונותינו הרבים אנו רואים הקלקול בשחיטה מריבוי הכפרות, מהדחק והלחץ. ואין השוחטים משגיחים מפני העייפות והטורח, וכמה טרפות יצאו מתחת ידם. וגם הסכין – אי אפשר להיות בדוק כראוי. וגם ידי השוחט כבדות.
ועתה בזמן הזה – מצוה וחובה להמעיטן, ולא ליכנס ביום הקדוש בחשש שחיטה. וכבר טרחו גם בדורות שלפנינו לבטלן, ולא עלתה בידן, כי ההמון דבוק בזה כמו על מצות אתרוג ועוד יותר. ולכל הפחות לראות להתחיל בשחיטתן איזה ימים מקודם, ולמנוע האשמורת, שידי השוחט כבדות אז.


דער ליטווישער פוסק וויל אזוי שטארק מבטל זיין די מנהג, אבער ער איז רעאליסטיש, די ביטערע מציאות איז אז "העולם דבק בזה כמו אתרוג ויותר". און דאס איז שוין אין די קאלטע ראציאנאליסטישע ליטא.
די דאזיגע זאך איז אן אנדייטונג אז מיר זענען קיין עם חכם ונבון נישט! אין אונז אלע ליגט א קליינער מאמין אין אמונות טפלות, אפשר פאגאנישע איבערבלייבענישן פון אונזערע עבודת אלילים צייטן. דא איז דא א מנהג וואס דער הייליגער שלחן ערוך, נר לרגלנו, פאר וועמען מיר זענען זיך מוסר נפש, זאגט אז עס איז אסור מיט די הארבע איסור פון דרכי אמורי, די הארבסטע איסור וואס שייך, גויאיישקייט!
אבער די מצב פון שעכטן, דרייען און טון מיסטישע פאגאנישע זאכן איז שטארקער, והעולם דבק בזה כמו אתרוג!
דאס איז א כלליות'דיגע אנדייטונג אויף אונז: קענען מיר מאכן שינויים"?
קענען מיר אריינברענגען די ברכה פון שעשני איש, אנשטאט די שלא עשני אשה וואס לפי רוח הזמן איז זייער אפגעפרעגט און דעגראדירנד, און פריערדיגע גדולי ישראל שלפני התקטנות הביצים וואלטן זיכער געזאגט אז מען זאל טוישן, בבחינת מתחילה היו... משנתרבו הפעמיניסטים, ובדרך האנושיות הפכה לעוולה, תקנו שיאמרו ברוך שעשני איש, והיא אומרת ברוך שעשני אשה. אבער ניין, אז קיינער קען נישט טוישן אפילו די כפרות, קענען מיר גארנישט!
נישט מקורות און נישט הלכה פירט אונז, נאר מצות אנשים מלומדה, און אויב קומט נאך אריין עקשאן, נשים וטף, הייליגע טעג, סגולות, פטור ווערן פון עבירות ועונשים, קען רבי יוסף קארוי זיך אויפן קאפ שטעלן.
גוט צו וויסן
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:30 pm#146425
רבותי, קצת סדר!

אז מען הייבט אן צו מישן א קוגל, קוקט מען אויס ווי פלארייד אין די וואסער.

קאלם דאון, נישטא קיין דרכי האמורי, און נישט קיין באזונדערע צעב"ח.

"דרכי האמורי" איז אויסגעדראשן און נאריש אפילו צו ערווענען למעשה, פונקט ווי דו מאכסט נישט קיין שמע קולנו ביי הונדערטער אנדערע הלכות וואס מיר פסק'נען ווי די רמ"א, אפגעזען וואס גדולי הראשונים אדער דער בית יוסף (וואס דער לכאורה'דיגער "קאלטער ראציאנאליסטישער" ATUB @קופערניקוס ATUB האט באקרוינט לצורך המצב "הייליגער שלחן ערוך, נר לרגלנו, פאר וועמען מיר זענען זיך מוסר נפש") האבן געהאלטן אנדערש. אשכנזים פסק'נן ווי די רמ"א, ענד אוו סטארי.

צעב"ח איז אויך נישטא עפעס באזונדער, די קאמערשעל טשיקענס זענען אביוזירטע באשעפענישן מיום הוולדם, וואס מען טוט מיט זיי ביי די כפרות איז גארנישט אנדערש, ממילא א טאג און שלאכט הויז אדער פארם איז נישט בעסער ווי א טאג אויף לי עוועניו. כידוע ליודעים ואכמ"ל. (ולולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז חוץ פון פון דעם וואס זיי זענען אלע פיזיש קראנק, זענען זיי אויך מענטעלי ריטארדעט פון די פלארייד כמיין אנטי ביאטיק, כמיין קארן, כממין קארבא היידרעיטס וואס מען פיטערט זיי, ממילא גייט נישט אן קיין צעב"ח, ווייל שוטה אינו מרגיש)
די טענה אז זיי גלייכן נישט ווען מען דרייט זיי, ביג מצווה'דיגע דיל, נישט יעדע אומבאקוועמליכקייט פאר א רגע איז צער.

אלא מאי, מה לך כי נזעקת?

עפעס אנדערש ליגט אונטער די היי,

1) שטארקע נערוועזיטעט (נישט צו ווערן שמוציג)
2) א שרעקליכע גרוך
3)שמוץ
4) פחד פון בעלי חיים (טאטעס ליידן אויך דערויף)
5) טייערע פרייזן

מכל האמור לעיל, נוץ איך טאקע געלט פאר כפרות, אלץ אייגענע באקוועמליכקייט, והבוחר יבחר.

מ'ברויך אבער נישט צו מאכן א גאנצע קאנספיראציע דערוועגן.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:33 pm#146426
וויפיל געלט? איינער האט געשריבן דא אז ער נוצט 1 דאלער, מיר האט געדאכט אז מ'דארף 18. אמת?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:48 pm#146432
ממרום....
:like :like
צווישן אלע אפאלעגעטיקער מאכסטו עס די בעסטע אויסקוקן ראציאנאל!
מיט דיין לאגיק קען מען פארטיידיגן די מוסלמענע טעכטערס וואגינאלע פארשוועכונג, און אפילו די פארגאזונגען אין סיריע. לאגיק איז א גוטע שטעקן. אבער אין אמת ביסטו נישט גערעכט ווייל אזוי זעהט און שפירט יעדער בר לבב.
און ניין, דער רמ"א איז נישט מחייב די מנהג, ער איז נישט מער מחייב כפרות ווי אוסר הלל בליל פסח, דארטן האט צאנזער רב געזעהן טרערן, דא קען מען אויך זעהן טרערן.
די צער בעלי חיים איז גרויס, און זאג מיר נישט אז עס איז דא אנדערע צער בעלי חיים, אזוי ווי די זאגסט מיר נישט אז מעלעסטאישאן איז נישט קיין פראבלעם ווייל למעשה, קיין רציחה איז נישטא ביי אונז, דאס איז אונזער איינציגע צער בעלי חיים וואס מיר פראקטיצירן, ועל זה ידוו כל הדוויים.
אנשטאט מאכן אלע סארטן פלפולים קען מען זאגן אז עס איז טפשות און אלילות, און ווי דער ערוך השלחן זאגט "ומה לעשות"
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:36 pm#146440
ממרום....

לשיטתך גייט אפשר נישט אן לא תרצח היינטיגע צייטן ווייל מיר עסן די טשיקענס וואס זענען נישט געזונט, די רעזולטאט איז אז מיר זענען שוטה אינו מרגיש איז ממילא איז עס אויס איסור כידוע ליודעים ואכמ"ל

נישט אז איך פארגלייך ח"ו די בעל חי מיטן מענטש ח"ו, אבער דער זעלבער ג-ט וואס האט באפוילן "לא תרצח" האט אויך באפוילן אויף צער בעלי חיים: כי תראה חמור שנַאֲך רֹבֵץ תחת משאו, וחדלת מעזֹב לו עזֹב תעזב עמו” “לא תחרֹש בשור ובחמור יחדו” “לא תחסֹם שור בדישו” “ונתתי עשב בשדך לבהמתך ואכלת ושבעת" "שלח תשלח את האם" וכו' וכו'

צער בעלי חיים גייט ווייטער אן מיטן פילן תוקף, איי דיין געוואוסן בייסט דיר, נא רעד צום דיין, די פאקטן טוישן זיך נישט דערפאר, אויב דאס איז נישט צער בעלי חיים איז א אתרוג נישט קיין אתרוג און ווען די זון שיינט איז נאכט
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:52 pm#146450
נישט אז איך וויל ח"ו בארעכטיגן די צעב"ח אפילו בדרך צחות, אבער דאך קען איך זיך נישט צוריקהאלטן,

די ענין פון כפרות איז דאך אזא סארט "עקסטשעינזש", מיר טוישן זיך אויף מיטן טשיקן, אלעס וואס האט געדארפט קומען אויף אונז גייט אויף אים, ער באקומט אלדאס בייז, ואנחנו נכנס ונלך לחיים טובים וארוכים, נו אויב אזוי, קומט זיך אונז דען נישט אביסעלע צער בעלי חיים? דעזערוון מיר נישט אפאר גוטע פעטש? שחט'ן איז אונז שוין נישט גענוג, זעהט אויס עס דארף זיין יסורין ויוהכ"פ ומיתה ממרקין, ממילא מוז די טשיקן אריינכאפן אביסעלע עגמת נפש בעפאר זי איז זוכה צו איר טויט.

וה' הטוב יכפר.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:31 pm#146470
סארא נידעריקייט פון די היינטיגע אינגעלייט, זיי זארגען זיך כלומרשט אויף צער בעלי חיים. כאילו אונזערע זיידעס און טאטעס האבן נישט געגעבן קיין דעים אויף צער בעלי חיים, זאג נאר די שנאק איינער, דער רבי זכרונו לברכה האט ווייניגער געבאדערט דאס צער פון דעם הינדל ווי דו גרויסער אויפגעקלערטער בעל רחמנות? קענסט דיך צאמשטעלן מיטן דער אנדערער גרויסער חכם דארט וואס זארגט זיך פאר די פארגאזטע סירישע קינדער, אדער אפשר גאר מיט די פארשאלטענע פיטא ארגאנזעשין וואס כידוע לכל בר בי רב זענען זיי אליינס געווען פארמישט אין בויען די קרעמעטויריעם אין אוישוויץ, (אזוי האב איך אליין געהערט פון איינער וואס דרייט זיך לעבן דעם יד ימינו פון הערשל קלאר). שאל אביך וזקניך ויאמרו לך אז מיר האבן קיינמאל נישט געהאט אזעלעכע פראבלעמען; נישט צער בעלי חיים און נישט שמאר בעל חיים, פארקערט גאר ערליכע אידן האבן אלאמאל געוויסט אז ווי גרעסער די קאפע אויף קאפ פונעם תרנגול אלץ בעסער וועט זיין די עפל אין האניג (כ'דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס כהאב בייגעוויונט פאר יאר ווען א קליין קינד האט נישט געוואלט קאפע'נען דעם תרנגול וואספארא קאפעס דער אינגעל אט געכאפט פאר דעם...)
לא אלמן ישראל ישראל און נצח ישראל לא ישקר מיר וועלן זיך נישט רירן קיין זיז כל שהו וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט, זאל דאס זיין זויגן א א עולל אדער צומזיקן א תרנגול, הצד השוה פון ביידע אז די אלע וואס פרובירן צו מבטל זיין דעם מנהג מיינען נישט דעם טובה פון דעם הינדל אדער פונעם קינד זיי ווילן אונז ארויסנעמן פינעם אזויגעריפענע חשכות, און דאס וועט נישט פאסירן ווי לאנג איך בין אין אמט! נישט אונטער מיין זייגער!
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:20 pm#146487
אייניקעל האט געשריבן:צער בעלי חיים= איסור דאורייתא / כפרות היינטיגע צייטן על כל פנים אויף די קאמרשיאל וועג=איסור דאורייתא

א מנהג קען נישט מבטל זיין א איסור דאורייתא! דאס איז א דבר פשוט

אין די עשרת ימי תשובה דארף מען נאכמער מקפיד זיין אויף איסורים ווי עס ווערט שוין געברענגט אין שולחן ערוך


פאר די אלע וואס האבן די חששות קען ארויס פארען קיין קרית יואל, דארט שלאגט מען אינם שלאכט הויז וואס מען באהאנדעלט די טשיקען אגאנץ יאר, במילא איז נישט דא קיין שמוץ אדער שטינק איבער די גאסן, נישט דא קיין צער בעלי חיים, כפרות יתגוללי שם ויתכפרו.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:23 pm#146489
און צו מוסף נופח זיין לבנימין, זאג נאר די טוטערל, ווייסט אז אין אלע טייערע רעסטוראנטן סערווירט מען אזא מין עקרב מיט פיס אנגערופן בלשונם לאבסטערס. וואס נישט מער און נישט ווייניקער קאכט מען זיי אפ לעבעדיקערהייט אין הייס וואסער ווייל אזוי האבן די משוגע'נע גוים ליב. אפשר גייסטו פראטעסטירן דעם אוישוויץ פון די לאבסטערס דורך נישט די פארנעבעכטע אידעלעך וואס דרייען דעם הינדל פארטאגס און גיבט א קרעכץ, נאר דורך די בעסערע גוים סערווירט פענצי. מען שיכורט און מ'לאכט מיט שיקסעס בעת די אומשולדיקע לאבסטערן גייען אויס פאר יסורים. אפשר זאל מען גרינדן א "אידן נעמען זיך אן פאר די לאבסטערס" גרופע? נאר וואס דען נישט דאס צער בעלי חיים באדערט ענק יפי נפש, נאר עטץ ווילטס טאנצן הקפות אויף כל הקודש שלנו. זאגט עס אפן און הערט אויף מיט די שמד שטיק.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:08 pm#146502
אייניקעל האט געשריבן:שוין ווידעראמאל איז עס די סוף פונעם יאר, עס פאנגט זיך אן א פרישע יאר מיט די עשרת ימי תשובה, יעדער יוד זיכט איינצוזאמלען נאך זכותים ומעשים טובים צום יום הדין

לאמיר נישטאמאל אריינגיין דא א שמועס פון די נערוועזיטעט, דעפרעשאן, אנגעצויגענקייט, און אונגארישע פארמאליטעט וואס כאפט ארום די טעג קינד און קייט, דאס פאדערט זיך א באזונדערע חליפת המוחין צו פארשטיין געבן אז מיר האבן א זיסע באשעפער וואס האט אונז ליב, דערפאר געט ער אונז די געהויבענע געשמאקע האניג-זיסע טעג וואס מיר קענען גרינגערהייט נאנטער ווערן מיט אים, תשובה טוען מיט שמחה וגילו ברעדה וכו'

לאמיר זיך אבער יא אפשטעלן איבער די מנהג פון "כפרות שלאגן" וואס יודן לויפן קויפן פופצן פער משפחה, זכרים מיט נקבות, די אנגעצויגנקייט פון די קינדער באגלייט מיט געוויינעריי ווייל זיי האבן מורא פון "דע חיה" צו פשוט ווייל זיי ווילן נישט ווערן אנגעמאכט פון אויבן ביז אונטן, די שטינק וואס דאס ברענגט אן איבער די סיטי גאסן ווען די גערוך פון די בעלי חיים ווערט אויסגעמישט מיט די געווענליכע פאלושען, איבערהויפט ווען די גאסן זענען אנגעשטויסן מיט טרעפיק, סוכות, פארקויפער טישלעך וכו' וכו' ואין מקום להאריך

כאשטיג איעדער בר דעת פארשטייט אז עס קען גאר נישט זיין אז השי"ת אונזער זיסער טאטע וואס איז חפץ להיטיב עם בריותיו, זאל אונז געבן אזא שווערע פארשטונקענע (זייטס מיר מוחל) מנהג, ווי איוב ע"ה זאגט שוין "ש-ד-י, לא מצאנוהו שגיא כח" אז השי"ת געט אונז נישט קיין מצות וואס וועגט אונז אראפ ביז אונטן, און פארשטייט זיך די פועל יוצא דערפון וואס די יונגערע דור באקומט א נעגאטיווען בליק אויף יודישקייט אלץ א רעזולטאט, פונדעסטוועגן דאך וויל איך ערווענען גאר א אנדערע ערעור אדער טענות אויף די מנהג און דאס איז


נו איז נישט שליח הקן צער בעל החיים? איז נישט שחט'ן א כפרה אדער בהמה צו עסן צער בעל החיים?
זיכער נישט!
עס איז זייער מיאוס צו זאגן אז די באשעפער האט אונז געבן אזא שווערע פארשטונקענע (זייטס מיר מוחל) מנהג, עפ"ל. ווייל אויב גייסטו אריין אין געפילן, קענסטו פרעגן אויף טויזענטער מנהגים, מצות, און עשה'ס, אז זיי זעען אויס איראנישט צו אונז ח"ו.

למעשה האבן אונזערע עלטערן מקיים געווען דעם הייליגען מנהג, אוזערע גרויסע רבי'ס האבן דאס מקיים געווען, און אויב ווילסטו נישט דאן דריי ארום דיין בלעקבערי העכער דעם קאפ, פארשמיר נישט הייליגע מנהגים מיט געמיינע אויסדריקן, נאר ווייל דיין -קאפ אנגעפירקלעטע אינטערנעט- שמעקט עס נישט.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:25 pm#146507
קעניגרייך האט געשריבן:עס איז זייער מיאוס צו זאגן אז די באשעפער האט אונז געבן אזא שווערע פארשטונקענע (זייטס מיר מוחל) מנהג, עפ"ל. ווייל אויב גייסטו אריין אין געפילן, קענסטו פרעגן אויף טויזענטער מנהגים, מצות, און עשה'ס, אז זיי זעען אויס איראנישט צו אונז ח"ו.

למעשה האבן אונזערע עלטערן מקיים געווען דעם הייליגען מנהג, אוזערע גרויסע רבי'ס האבן דאס מקיים געווען, און אויב ווילסטו נישט דאן דריי ארום דיין בלעקבערי העכער דעם קאפ, פארשמיר נישט הייליגע מנהגים מיט געמיינע אויסדריקן, נאר ווייל דיין -קאפ אנגעפירקלעטע אינטערנעט- שמעקט עס נישט.


ATUB @קעניגרייך ATUB נעם נישט צום הארצען, עס איז שוין די צווייטע פריוו פינעם זעלבן און איין טאג, פריער אינעם טאג איז עס געווען מיט לצנות און יעצט איז עס מיט גיפט, הצד השווה אז מען איגנארירט עס מיט א שמייכעל ווען מען זעט עס.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:58 pm#146509
די אלע תורות אדער גיפטיגע שטעכערייען וועגן זיידעס אדער עפ"ל פארענטפערט נישט די קשיא אמער ס'איז דאך צער בעלי חייים?

דא האנדעלט זיך נישט פון גוים עסן לאבסטער, דא האנדעלט זיך פון יודן וואס זענען עובר אויף א איסור דאורייתא!

אויפן מינוט קימערט מיך נישט וואס די גוים זענען עובר אדער נישט, מיך גייט אן וואס מיינע ברודער וואס זוכן צו זיין גוט פארשוועכן די תורה

רבי זכרונו לברכה מיט די פארשידענע אנדערע קורץ קעפיגע לשונות אדער מיך באשמוצן אלץ כופר אפיקורוס וכו' וכו' געט נאך אלץ נישט קיין היתר, מיר יודן דארפן זיין פאראנטווארליך פאר אונזערע מעשים ספעציעל ווען עס שטימט נישט מיטן באשעפער'ס תורה וואס אונז געגעבן געווארן מסיני

מיט א קלארקייט לאז איך וויסן, אז איך האב נישט קיין שום אגענדע חוץ לשם שמים

ס'איז דא דרגה'ס אין קיום המצות קודם קומען מצוה'ס עשה'ס ולא תעשה'ס דערנאך דרבנן'ס דערנאך תקנות הגאונים וכו' און צום לעצט קומען מנהגים אוודאי זענען זיי הייליג און טייער יסודותם בהררי קודש אבער נישט ווען עס איז א בפירושע סתירה מיט א מצוה דאורייתא

איך בין נישט באקאנט מיט שום מצוה פון די תרי"ג וואס איז פארבינדן מיט זיך אונטערלייגן די קאפ אונטער א שויער פון צואה זאלטס מיר מוחל זיין, אונז האמיר א זיסער באשעפער וואס געט אונז נאר שיינע און זיסע מצות ווי שוין פריער דערמאנט פון איוב

דערפאר דארף ער אויך נישט אז מיר זאלן זיך מסגף זיין פאר אים (ווי איינער האט אויבן ערווענט) נאר לב ונשבר ונדכה איז וואס ער דארף, ווער עס קריגט זיך מיט דעם זאל נעמען א פרישע קורס אין יודישקייט וואס וועט אים ארויסנעמען פון זיין עמי הארצות
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:00 pm#146510
בדחן האט געשריבן:@קעניגרייך נעם נישט צום הארצען, עס איז שוין די צווייטע פריוו פינעם זעלבן און איין טאג, פריער אינעם טאג איז עס געווען מיט לצנות און יעצט איז עס מיט גיפט, הצד השווה אז מען איגנארירט עס מיט א שמייכעל ווען מען זעט עס.


בדחן הריני מוסר מודעה: איך האב נישט קיין שום שייכות מיט פעדער
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:34 pm#146524
breaking news

די טשיקענס מיט די בהימות האבען געכאפט די מערדער..
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:52 pm#146527
ווער זאגט עס איז נישט מענטשלי"ך צו האלטן די כפרות אזוי.

יעצט אין די נייעס

בילד

בילד

בילד

m http://www.dailymail.co.uk/news/article ... ead_module m
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:11 pm#146537
קעניגרייך האט געשריבן:[
נו איז נישט שליח הקן צער בעל החיים?
זיכער נישט!

כנראה שלא קיימת מצוות שליח הקן מימיך.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:30 pm#146545
קעניגרייך האט געשריבן:נו איז נישט שליח הקן צער בעל החיים? איז נישט שחט'ן א כפרה אדער בהמה צו עסן צער בעל החיים?
זיכער נישט!
עס איז זייער מיאוס צו זאגן אז די באשעפער האט אונז געבן אזא שווערע פארשטונקענע (זייטס מיר מוחל) מנהג, עפ"ל. ווייל אויב גייסטו אריין אין געפילן, קענסטו פרעגן אויף טויזענטער מנהגים, מצות, און עשה'ס, אז זיי זעען אויס איראנישט צו אונז ח"ו.

ער זאגט דאך נישט געפילן, סך הכל פאראפראזירט די הייליגע ראשונים'ס ווערטער אשר מפיהם אנו חיים. אז זיי האבן געמעגט זאגן אז ס'איז א מנהג שטות מדרכי האמורי מעג ער דאך זאגן אז ס'איז שווער און פארשטינקן. עפרא לפומא'ן וועסטו דיין באבען, נישט די ראשונים.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:32 pm#146547
אייניקעל, אויב איינער קומט צו צו דיר און זאגט דיר, איך גארענטיר דיר אז אויב וועסטו מקיים זיין מנהג כפרות, וועסטו דורך לעבן די יאר, וואלסטו נאך געהאט א צווייפל?? מען קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל לעבנס די מנהג כפרות האט געראטעוועט. אידן זוכן זכותים פארן יום הדין, און פארן נייעם יאר, כפרות, תשליך, הושענות, וכו׳ מאך נישט חוזק ווייל דו קענסט דאס ח״ו נאך פארשפילן. אידן זענען שוין מקיים מנהג כפרות נאך פאר קאווע שטיבל האט אויסגעלערנט אז מיט מילביגע וויצן און 2000 אויסדריקן קען מען חוזק מאכן פון כל הקודש לנו.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:35 pm#146548
קעניגרייך האט געשריבן:אייניקעל, אויב איינער קומט צו צו דיר און זאגט דיר, איך גארענטיר דיר אז אויב וועסטו מקיים זיין מנהג כפרות, וועסטו דורך לעבן די יאר, וואלסטו נאך געהאט א צווייפל?? מען קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל לעבנס די מנהג כפרות האט געראטעוועט. אידן זוכן זכותים פארן יום הדין, און פארן נייעם יאר, כפרות, תשליך, הושענות, וכו׳ מאך נישט חוזק ווייל דו קענסט דאס ח״ו נאך פארשפילן. אידן זענען שוין מקיים מנהג כפרות נאך פאר קאווע שטיבל האט אויסגעלערנט אז מיט מילביגע וויצן און 2000 אויסדריקן קען מען חוזק מאכן פון כל הקודש לנו.

מ'מעג יא שפילן אויף געפילן אדער נישט? ווייל אז דו שפילסט מיט געפילן קען איך דיר זאגן דאס זעלבע אויף יאשקע און אויף יעדן עבודה זרה. און הער אויף רעדן שאנדפול אויף ראשונים כמלאכים.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:44 pm#146552
האסט שוין אמאל געהערט די אויסדריק: ער רעדט ווי ארבעס אין א וואנט?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:49 pm#146553
קעניגרייך האט געשריבן:האסט שוין אמאל געהערט די אויסדריק: ער רעדט ווי ארבעס אין א וואנט?

דיין אויסדריק קלעפט ווי ארבעס צו די וואנט..

ודוק
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:12 pm#146558
"קבלו דעתי" חמור יותר מכל זה.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:19 pm#146559
איך מיין אז קיינער איז נישט ריין דערפון
עס איז דאך באקאנט די מעשה מיט צאנזע רב זי"ע
ער האט געזאגט אז קודם האט ער געוואלט מתקן זיין די גאנצע וועלט ער איז געווארען עלטער האט ער געטראכט מתקן זיין נאר זיין שטאט נאך עלטער נאר זיין קהילה נאך עלטער זיין ווייב און קינדער נאך עלטער נאר איהם אליין
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:41 pm#146570
קעניגרייך האט געשריבן:אייניקעל, אויב איינער קומט צו צו דיר און זאגט דיר, איך גארענטיר דיר אז אויב וועסטו מקיים זיין מנהג כפרות, וועסטו דורך לעבן די יאר, וואלסטו נאך געהאט א צווייפל?? מען קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל לעבנס די מנהג כפרות האט געראטעוועט. אידן זוכן זכותים פארן יום הדין, און פארן נייעם יאר, כפרות, תשליך, הושענות, וכו׳ מאך נישט חוזק ווייל דו קענסט דאס ח״ו נאך פארשפילן. אידן זענען שוין מקיים מנהג כפרות נאך פאר קאווע שטיבל האט אויסגעלערנט אז מיט מילביגע וויצן און 2000 אויסדריקן קען מען חוזק מאכן פון כל הקודש לנו.


עס איז אינטערעסאנט, כ'האב פונקט געטראכט היינט אז ווער ווייסט אויב אלע שרעקליכע טראגעדיעס קומען נישט צוליב די געפערליכע אויפ-פיראכץ כלפי די הינדלעך? אפשר גאר איז די האלעקאוסט געקומען צוליב דעם.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:42 pm#146571
זר זהב האט געשריבן:וויפיל געלט? איינער האט געשריבן דא אז ער נוצט 1 דאלער, מיר האט געדאכט אז מ'דארף 18. וויפיל דארף מען?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:44 pm#146572
איך נוץ 5 דאלער. 1 שפירט זיך צו ביליג. פארוואס עפעס 18?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:45 pm#146573
געמיינט ח"י
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:55 pm#146575
קדקוד אף זרוע האט געשריבן:איך האק דא אריין ווי א עם הארץ, אבער אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ביי אונז איז אלעס א "מערכה"? ווען איינער קלערט ביי זיך פון טוהן עפעס א הנהגה טובה, איז איהם נישט גענוג אליינס צו טוהן דערין, ער פילט אז ער מוז משתף זיין גאנץ כלל ישראל מיט איהם. לא ינוח ולא ישקוט ביז ווילאנג זיין ניי ערפינדענע פארשטאנדעניש ווערט דער דעה רווחת בישראל.

אויב פילט א איד אז כפרות איז נישט אויסגעהאלטן, צו מחמת דער טרוקענע דין אין שלחן ערוך, צו מחמת צער בעלי חיים, זאל ער מוחל זיין און נישט מאכן כפרות מיט א טשיקען. אויב זיינע קינדער ווילן עס דווקא יא טוהן, זאל ער זיי אדער נאכגעבן אדער מסביר זיין פארוואס ער געבט זיי נישט נאך. אבער צו וואס דארף מען אז דער חרדי'שע וועלט זאל אויפגעבן דעם מנהג? וואס איז דער דראנג צו באצווינגן א מהלך המחשבה אויף כל העולם כולו?

און וואס איז די דראנג צו מאכן א מערכה וועגן דראנגן צו מאכן מערכות ?
אלא מאי אזוי גייט עס מיט אונז בשר ודםניקעס ס'איז א חלק פון אונזער נאטור ווען מען זעט אן אומרעכט עס מיטיילן מיט חברים און ידידים און פרובירן מתקן זיין ביי וועם מען קען.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:55 pm#146576
קדקוד אף זרוע האט געשריבן:איך האק דא אריין ווי א עם הארץ, אבער אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ביי אונז איז אלעס א "מערכה"? ווען איינער קלערט ביי זיך פון טוהן עפעס א הנהגה טובה, איז איהם נישט גענוג אליינס צו טוהן דערין, ער פילט אז ער מוז משתף זיין גאנץ כלל ישראל מיט איהם. לא ינוח ולא ישקוט ביז ווילאנג זיין ניי ערפינדענע פארשטאנדעניש ווערט דער דעה רווחת בישראל.

אויב פילט א איד אז כפרות איז נישט אויסגעהאלטן, צו מחמת דער טרוקענע דין אין שלחן ערוך, צו מחמת צער בעלי חיים, זאל ער מוחל זיין און נישט מאכן כפרות מיט א טשיקען. אויב זיינע קינדער ווילן עס דווקא יא טוהן, זאל ער זיי אדער נאכגעבן אדער מסביר זיין פארוואס ער געבט זיי נישט נאך. אבער צו וואס דארף מען אז דער חרדי'שע וועלט זאל אויפגעבן דעם מנהג? וואס איז דער דראנג צו באצווינגן א מהלך המחשבה אויף כל העולם כולו?

זה לעומת זה.
די סיבה פארוואס דו איך "שלאגן כפרות" איז ווייל די מוסדות מאכן דערפון א מערכה.

בנימין האקט, שוין ער זאגט בעסער, איך מעק אויס האלב, נאדיר די שיריים.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:30 pm#146588
ודברי השותה,
נראין לי יותר...
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:16 pm#146614
קדקוד אף זרוע האט געשריבן:איך האק דא אריין ווי א עם הארץ, אבער אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ביי אונז איז אלעס א "מערכה"? ווען איינער קלערט ביי זיך פון טוהן עפעס א הנהגה טובה, איז איהם נישט גענוג אליינס צו טוהן דערין, ער פילט אז ער מוז משתף זיין גאנץ כלל ישראל מיט איהם. לא ינוח ולא ישקוט ביז ווילאנג זיין ניי ערפינדענע פארשטאנדעניש ווערט דער דעה רווחת בישראל.

אויב פילט א איד אז כפרות איז נישט אויסגעהאלטן, צו מחמת דער טרוקענע דין אין שלחן ערוך, צו מחמת צער בעלי חיים, זאל ער מוחל זיין און נישט מאכן כפרות מיט א טשיקען. אויב זיינע קינדער ווילן עס דווקא יא טוהן, זאל ער זיי אדער נאכגעבן אדער מסביר זיין פארוואס ער געבט זיי נישט נאך. אבער צו וואס דארף מען אז דער חרדי'שע וועלט זאל אויפגעבן דעם מנהג? וואס איז דער דראנג צו באצווינגן א מהלך המחשבה אויף כל העולם כולו?


שוין געהערט פון אזא דערהער פון "כל ישראל ערבים זה לזה" גראדע גי וואכעדיגע סדרה
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:27 am#146666
קען זיין די איידוע איז אז די גאנצע סיבה פארוואס מען שעכט כפרות איז אז די מענטש זאל זיך מתבונן זיין בשעת מען שעכט דעים טשיקן אז דעיס קען געשעהן צו עים אויך,נו איז עס א פעקעדז דיעל ווען ער זעהט ווי מען הינגערט אויס דעים טשיקן וועט ער טראכטן אז ער קען אויך הינגערן......ווען ער זעהט ווי זיי האבן צער זאל ער טראכטן אז ער קען אויך האבן צער דארוכען יאר וכו' וכו'
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 4:32 am#146668
לויט רוב ראשונים איז צער בעלי חיים נישט צוליב רחמנות אויף די חיות, נאר כדי אריינצוברענגען ביי אונז גוטע מידות און זיך דערווייטערן פון אכזריות (עי' רמב"ן דברים כב ו, חינוך מצוה תקמה ותקצו, ועוד).
און דערפאר, כל שהוא לצורך איז בכלל נישט קיין איסור. אויב וויל מען א גוט שטיקל פלייש, מעג מען שניידן שטיקער פון די בהמה און באזאלצן קודם שתצא נפשה (חולין קכא:, ועי' רמב"ן ע"ז יג), און מ'מעג אפשניידן די צונג פון א פויגל כדי ס'זאל שענער זינגען אדער די אויערן און וויידל פון א הונט כדי ס'זאל אויסזען שענער (תרוה"ד סי' קה, ופסק כן הרמ"א אה"ע סוסי' ה'), און מצד צעב"ח מעג מען ווען כאפן חיות סתם אזוי פאר שוואוילטאג (נובי"ת יו"ד סי' י').
וואספארא טענות קען מען האבן צו איינעם וואס מקיים זיין די מנהג בהידור איז ביי אים א גרעסערע צורך?

נאר וואס, דאס איז אלעס הלכה'דיג. מאראליש דארף מען אוודאי יא רחמנות האבן אויף די חיות און פרובירן צו פארמינערן זייער צער (און מאראל האט נישט מיט געפיל מער ווי שכל, ס'איז א דריטע חוש), אבער אין דעם פאל איז לדעתי נישט שייך קיין הכרעה (דאס באלאנגט שוין אינעם מאראל אהן תורה אשכול, וואו כ'בין נישט אנגעקומען צו שרייבן). איינער קען טענה'ן אז ס'איז אוממאראליש מצער צו זיין די עופות, ובפרט אז מ'קען מקיים זיין די מנהג אהן דעם אויך (הגם נישט באופן היותר טוב), און דער צווייטער וועט טענה'ן אז מקיים זיין די מנהג באופן היותר ראוי איז גענוג אויף מתיר צו זיין דאס ביסל צער וואס קומט צו מער ווי געווענליך. ביידע זענען גערעכט (פאר זיך) און אומגערעכט (אויף צו האבן טענות אויף יענעם). ביי ביידע קען עס קומען פון נידריגקייט (אומאנטוויקלטע חוש פאר מאראל, אדער מנהגי ישראל איז אים נישט גענוג וויכטיג) און פון געהויבנקייט (להיפך).
וויאזוי ווייסט מען פון וואס ס'קומט? אויב פרובירט איינער אלעמאל צו מינימיזן צער, און דאס איז זיין גאנצע סיבה אויף מבטל צו זיין דער מנהג, ער פרובירט נישט צו פארדרייען מיט הלכות וואס שטימען נישט אדער מ'פסק'נט נישט ווי זיי, אפלאכן מיט זינלאזע שמוציגקייט טענות, אדער טענה'ן אז דער רמ"א און דער אר"י הקדוש (און אנדערע) דארפן נעמען א פרישע קורס אין אידישקייט, דאן האב איך רעספעקט פאר יענעם. און דאס זעלבע ביי דער וואס טוט פארקערט, אויב לייגט ער צו הארץ, ער פרובירט עס צו מאכן מיט א רואיגקייט, ער זוכט א פלאץ וואו מ'באהאנדלט בעסער די עופות, ער גיבט צו עסן אויב פעלט אויס, איז א סימן אז נישט מאראל הוא דזל נאר דער מנהג איז ביי אים טייערער.
פרייטאג אוגוסט 30, 2013 7:50 am#146677
דער עופות האבען נישט מער צער, סך הכל הרג'ט מען זיי דא איינשטאט אין זייערע פארם, איז וואס?

און אז ברענגט זיי דא אין טשיקען מארקעט איז נישט צער בעלי חיים? צו מען ברענגט זיי צו קרית יואףל שחיטה?

ביטע נישט האקען אין טשייניק.

און לגבי עבודה זרה, איז עס סתם א טעות, קיינער זאגט נישט עבודה זרה, ראשונים זאגען דרכי אמורי, וואס איז אויך נישט קלאר ווי קומט דרכי אמורי אריין. רש"י כידוע ברענגט דער פשט לגבי א גמרא אז זיי האבען געטוהן כפרות מיט פלאנצען, איז דאס אויך דרכי אמורי? פארוואס נישט? און מיט געלט איז נישט דרכי אמורי, פארוואס נישט?

נאר וואס דען. דא ליגט עפעס טיפער. עס באדערט בכלל מאכען רוטיאלער מעשים. די זאכען מאכען היינט צו טאג נישט קיין סענס, ווען אמאהל איז דאס געוועהן א נארמאלער ערשיינונג אין טאג טעגליכען לעבען, צו טרעפען א ממלא מקום פאר מחלות שרעק פראבלעמען און וואס נישט. איז אויב דו גלייבסט נישט אין דעם אז עס ווירקט, טוה עס טאקע נישט, אויב שעמט איר זיך מיט געהערען צו א קאמיוניטי וואס טוט מאדנע זאכען, איז מאכען א סוכה און לייגען תפילין נישט קיין סאך בעסער.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 7:29 am#146967
האלטער פון כפרות פון 'מלכות ווקסבערגער
האלטער פון כפרות פון 'מלכות ווקסבערגער
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 7:30 am#146968
האלטער פון כפרות פון 'מלכות ווקסבערגער