פארומס › נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

964 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:01 pm#345574
פליקער האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:.

די קינה איז שקר און פוסטע דעמעגאגיע, איך האלט ווי די מאן דאמר אז עס איז יא א גיטע זאך.

ועל כולם דער באבובער רב אויף וועם דער קונן פאר רופט זיך איז געווען היבש א קלוגער מנהיג און וואלט ממאס געווען אין די גאנצע זאך, אדער עכ"פ אנדערש געהאנדעלט.
מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:28 pm#345578
נאך פאר על גאור איז געבוירן האט שוין סאטמאר געהאט אינטערנאט, זאגאר פאר בחורים

rps20160813_232643.jpg

rps20160813_232624.jpg
זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:15 am#345590
ושניהם לדבר אחד מוכשר וד"ל

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:12 am#347580
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296 m
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:34 am#347581
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296

שמעקי טייערע פארוואס האסטו געלינקט אהין, איך האב געליינט אין ס'בליט איז מיר פארגאסן געווארן, כמעט שלא פרצא נשמתי, די האיך מעשרין שאלה, און די רשעותדיגע תירוצים, און אלעס אויף אייוועלט, פארשטייט זיך פאר פרנסה, נאר קדשב''ה קען אויסהיטן זיין שכינתיה

Sent from my VS987 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:41 am#347582
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296


אויב מ'האט געמיינט אז מ'האט שוין געזען און געהערט יעדן סארט השחתה - לייענט און וויינט.
"לך לך" אויף אייוועלט:
די ציהל פון די קארטלעך איז לכאורה אריינצוברענגען אין די קינדער אן עקל און אן אפשיי קעגן די אלע סארט כלי מכשירים, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעספולע פראיעקט.

רובא דרובא פון די אינגעלייט און פרויען וואס דרייען זיך ארום מיט די כלי מכשירים דארפן דאס נישט לצורך פרנסה, און פונדעסטוועגן האלטן זיי זיך נישט ביים שיידן דערפון פאר סיי וועלכע פרייז. עס איז נישט קיין שום חסרון אויב א קינד קוקט אראפ זיין טאטע אדער מאמע פארן האבן א סמארטפאון מכלומרש'ט לצורך פרנסה, ווען למעשה נוצט זיי עס אויף אנדערע שוואוילטאגן.

פארשטייט זיך אז אזעלכע עלטערן ווערן אויפגעהיצט היתכן מען נידערט זייער אימעדזש, זייער רעספעקט, ביי חברים און ביי די אייגענע קינדער. אבער איהו דאפסיד אנפשייהו. זיי ווילן גיי בשרירות ליבם און די קינדער זאל איהם נאך רעספעקטירן? זיי ווייסן דאך גאנץ גוט מיט וויפיל ראויות אסורות, שפיכות דמים, רציחה, לשון הרע, זיי ווערן נכשל מידי יום ביומו, אפילו ווען מען האט שוין א פילטער, און מיט דעם אלעם נוצן זיי דאס ווייטער. מען רעדט נישט דא פון קיין מנהגים, חומרות, תקנות, וכדומה, דאס רעדט מען דאך פון איסורי דאורייתא אויף וועלכע מען טרעט בשאט נפש ובריש גלי.

מען האט שוין אלע מיטלען פרובירט, עס איז בלויז געבליבן צו ראטעווען די קינדער זייערע. עס איז צום האפן אז אויב וועט מען אריינגעבן אן עקל אין די קינדער צו די כלים וועט דאס אסאך העלפן אויף זיי שפעטערע יארן זיי זאלן דאס נישט וועלן אין די הענט נעמען. און פאר די עלטערן, כולי האי ואולי אז אויב וועלן זיי אנערקענען אז זיי ווערן אראפגעקוקט וועלן דאס זיי אפשר אויפטרייסלן און צווינגען זיך צו שיידן מיטן באליבטן בערעלע.

שפראכלאז.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:15 am#347584
מיין ווערטער ממש. איך האב געמיינט איך האב שוין געזען שאול תחתית, קומט א פרשת לך לך אין אייוועלט און ווייזט וואס מיינט דאס מעמיקין לו גיהנם, אז דער שאול תחתית איז נאך טיפער ווי געראכטען מיט אזא עקעלדיגע מיינונג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:24 am#347586
איך פלעג אמאל האלטן אזוי ווי רוב דא אז די מלחמה איז א נערישער און עס וועט ממילא נישט מצליח זיין אבער איך האב איינגעזעהן אז איך האב מיר ביטער גענערט
יעדער נער ווילאנג ער ציהט אויף רעכטס איז ער הייליג און אנגענומען אויב ציהסטו אביסעל אויף לינקס מעגסטו זיין קליג ווי קורח און פרום ווי טאשער רבי וועסטו נישט זיין לעגיטים
איך געדענק פאר די כינוס כלל ישראל האב איך געשמועסט מיט א חשובער רב א היבש גראדער מענטש ער האט געברענט פאר אויפרעגעניש וואס מען טוט מיט אונז
מיט די צייט האט ער געזעהן ווי דער ווינט בלאזט און ער האט אנגעהויבען זינגען אנדערש
היינט האלט ער פייערדיגע דרשות פאר אלע סארט פרומע תקנות
איך האב נישט קיין טענות אויף איהם ער האט אוודאי פארשטענען אז אנדערש האט ער נישט קיין עתיד אבער דער רחמנות איז אויף אונז
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:27 am#348412
דער איד

.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:51 pm#348437
פארפירערישע העדליין, ווי צו ווארענען די בהמות כאילו דער גאווערמענט שטייט אונטער און שטיצט די מוסדות מיט די תקנות און דערוואגן זאל זיך איינער צו קעגנשטעלן ווארום ער שלאגט זיך מיט די פעדעראל גאווערמענט. אבער דער אמת איז אז דער פסק האט דא גארנישט מחדש געווען, אז א רעליגיע זאל קענען ענפארסן סיי וועלכע תקנה אויף זייער אייגענע פראפערטי (ווילאנג ס'ווייאלעיט נישט יומען רייטס) איז דא אסאך שטערעקערע פסקים ווי דעם. דער פסק זאגט גארנישט איבער תקנות פון א מוסד אויף דעם תלמיד'ס אייגענע שטוב אדער איבעריגע משפחה מיטגלידער וואס דאס איז דער עיקר וואס אונזערע מוסדות טוען.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:14 pm#348482
נשתוממתי אז מען האט אנגעהויבן צו שעלטן אידישע קינדער, איבערהויפט מען פארקויפט שקרים אין נאמען פון גדולי ישראל.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:32 pm#348486
פארוואס ביסטו איבערצייגט אז עס איז שקר?
אה זעהט אויס האסט נאך מער אמונת חכמים ווי מיר
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:54 pm#348489
עס איז לא יאומן אז א גדול ומרביץ תורה זאל שעלטן א איד.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:58 pm#348490
אויף ר' חיים וועט מיר כמעט גארנישט זיין א חידוש
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:02 am#348525
אסור להאמין
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:58 pm#348645
שלט בבית הגר"ח קנייבסקי: אין כניסה עם אייפון
בימים האחרונים פורסמה מודעה בכניסה לביתו של הגר"ח קנייבסקי עם הוראה ברורה על כך שאין כניסה לבית הרב עם "אייפון טמא ודומיו"
משה ויסברג יום שלישי ג' אלול תשע"ו 21:25 06/09/2016
בילד

השלט בפתח ביתו של הגר השלט בפתח ביתו של הגר"ח קנייבסקי
בימים האחרונים נתלו בהוראתו הישירה של שר התורה הגר"ח קנייבסקי הוצבו בכל הכניסות לביתו ברחוב רשב"ם 23 בבני ברק שלטים האוסרים באיסור חמור להכנס לביתו עם מכשיר טרף, אף כשהוא מונח בכיס, בנוסח שנמסר בהוראתו הברורה של הגר"ח.

בשלטים נכתב: "הודעה בהוראת מרן הרב שליט"א: אסור להכניס לפתח הבית את מכשיר האייפון הטמא ודומיו בשום פנים ואופן ללא יוצא מן הכלל. וכל העובר על זה עובר באיסור גזל ועוד עבירות חמורות. על החתום: בני הבית בהוראת ובקשת מרן רבינו שליט"א".
בילד
בילד
בילד
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:12 am#348689
וויאזוי פונקטליך איז דאס גזל? און וואס איז די עוד עבירות חמורות?
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:18 am#348691
בילד

זעהט אויס ווי א נייע טאקטיק פון די טעכנאלאגיע דזשיהאדיסטן צו צילן אויף די וואס דארפן אנקומען צום ציבור לצורך פרנסה.

דאס איז שוין בעצם א אלטע מהלך צו ניצן די פובליק ארבעטער אויף א מערכה וואס דער ברייטער ציבור איז נישט מסכים מיטצוגיין. ר' אהרן ט''ב האט אנגעהויבן זיין מערכה קעגן טעלעפאנס מיט די שוחטים און מלמדים וואס זייער פרנסה איז תלוי אין זיין ווארט, אין כמה קהילות איז די ערשטע ציל געווען די כולל אינגעלייט וואס עיניהם צופיות אויף דעם מאגערען כולל טשעק.

ווען עס גייט נישט די מערכה, מוז מען אויסוועלן די גרינגע צילן.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:32 am#348695
איז עפעס יעצט געווען וואס האט געטריגערט די צעטל.....
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:25 pm#348768
גראדעמעכעלע האט געשריבן: ר' אהרן ט''ב האט אנגעהויבן זיין מערכה קעגן טעלעפאנס מיט די שוחטים און מלמדים וואס זייער פרנסה איז תלוי אין זיין ווארט, אין כמה קהילות איז די ערשטע ציל געווען די כולל אינגעלייט וואס עיניהם צופיות אויף דעם מאגערען כולל טשעק.

ווען עס גייט נישט די מערכה, מוז מען אויסוועלן די גרינגע צילן.


ער האט אנגעהויבען נאך פריער. אנגעהויבען מיט די שארט קאטס און יעצט האלט ער שוין ביי די מעין ראודס.

כלשונו הזהב. והמבין יבין...
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:30 am#348834
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וויאזוי פונקטליך איז דאס גזל? און וואס איז די עוד עבירות חמורות?


קען זיין אז מ'גנב'ט ווייפיי
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:43 am#348856
קאוועשטיבעל איז גאר א ברייטע פלאץ, ווי פיהל שיטות ווערען אריינגערעכענט אינ'ם רובריק פון תורה געטריי אידישקייט. אבער דער מינות וכפירה, דער שאנדפולער מסוכנ'דיגע גלויבונג קען מען נישט צולאזען. אלס האט א שיעור. ענדעריש רעדען פון זעלבסטמארד און פשעווארסק, פון עוואלוציע און בייבל קריטיק, אבער דאס קרומקייט, דאס פאסקודנע טראכטונג אז גניבה וגזילה איז אן עבירה, און נישט נאר אן עבירה זאגאר אן 'עבירה חמורה', דאס ברענגט אונטער דאס גאנצע אידישקייט, מענטשליכקייט און קארבאן באזירטע לעבען פארם'קייט.

רבותי, ס'איז אלול. מ'דארף תשובה טוהן!!
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:56 pm#348923
בילד

א פראטעסט היינט אין ירושלים אקעגן א סעל סטאר
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 3:04 pm#349154
.
דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 8:34 pm#351839
צפו: הטלפונים המנותצים לפני הרב קנייבסקי
תיעוד בלעדי: ארגז גדוש בטלפונים מנותצים הוצגו בפני הגר"ח קנייבסקי
בילד
m http://www.bhol.co.il/109442/%D7%A6%D7% ... 7%99-.html m
דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:20 pm#351845
די בילד איז ווי ער געט א ברכה פאר די נייע ביזנעס פון סעלפאון פארטס.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 8:53 am#351884
די אינטערנעט מערכה איז אין העכסטן גיער. אבער איין ריזן פראבלעם וואס די פירער פון די מערכה האבן, איז אז די קאמפיין און די פיקטשערס און מצבים וואס עס שטעלט פאר ברעגט זייער גוט ארויס פאר די וואס האבן ""נישט"" א סמארטפאון פארוואס זיי זאלן עס נישט האבן... און פאר וואס האבן איז אפילו אויב די פיקטשער זאל שוין יא זיין אמת (וואס אויסנאמען אזעלעכע איז דא) וועט עס עניוועי נישט אויפגעבן... ווייל די צידרייטע קעפ כאפן נישט וויאזוי א ביזנעס ארבייט, און אויסשטעלן א ביזנעס מיט א פליפ פאון און וואס סגייט אריין 53 קאנטעקס און די מעסעדזש ווערט איבערגעהאקט אינמיטן שרייבן א מעסעדזש אויב א מעסעדזש קומט אריין, גייט קיינמאל נישט געשען.
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 3:16 pm#352266
ירח בן יומו האט געשריבן:נאך קאמענטס פון דארט:


the school is right!


IN endless numberless articles and letters people complain,whine, inveigh that schools are supposed to be more than just education

Now ,this school fulfills that mandate !!

The mother
understood this all well

in advance ,and for status or
whatever,chose to send her daughter there.



To crying mother: I’m sorry to say, but an unfiltered Iphone can cause damage a million times worse than not receiving a diploma. Ask any Rov and they can testify how many homes are destroyed, how many of our children go off the derech, how much pain, unfiltered internet has and continues to cause. Would you cry if a girl broke a shidduch because the boy smokes? Would you slap your child if they played with fire? Would you punish your child if they ran across a busy road without looking? Unfiltered smartphones are worse in every way.

I don’t mean to be so harsh, but its about time we faced reality and took responsibility for our actions. Did the parent not realize that the school prohibits unfiltered internet? I have a feeling that such measures are exactly what we need to curb this festering cancer in our society. Think about the spiritual future of klal yisroel, not just the financial future.

We can all change if we have the will.

That's all f****** b* there are no right to trow out children from schools when their Parents can't afford to pay for tuition especially calling out from class in front of everyone that's ridiculous in tears.
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 3:18 pm#352267
קלוגע יודל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך ווייס אן ענדליך מעשה, געשעהן פאריאר אין מוסדות ב-45, די טאטע פון די מיידל האט עס מיר פארציילט, אז מ'האט נישט געגעבן זיין טאכטער דעם דיפלאומו, ווייל "די עלטערן" האבן











א שכר לימוד באלאנס. (צוליב זיין ביטערע ארעמקייט, + ער ארבעט מן הבוקר ועד הערב)
כ'בין נישט זיכער וועלכע רשעות איז גרעסער.

ב-45 = בעלז? בלאזוב? וועלעכע בלאזוב?

באבוב 45

Sent from my C6743 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:17 pm#352295
איך האב געדארף פארן ערגעץ א וועג פון 2 אהאלב שעה, און פארשטייט זיך אז איך האב מיטגענומען מיין בן יחיד דער סמארטפאון, נישט מער געדאכט ביים ארויספארן פרעגט מיר דער דרייווער דאס איז א כשרע טעלעפאון??? זאג איך עם ניין שוין דער טערראריסט געט א מאך די מענאווער אז ער ריקט זיך צי די זייט, זעענדיג וואס א פערד דער איז געב איך עם א זאג אז איך האב א קריסטליכע פילטער, סא ער האט זיך באריהיגט... דער באשעפער זאל עם שיקן א רפואה בקרוב....
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:48 am#352327
טאמער דו ביסט געווען פאריאגט און דו וואלטסט נישט געקענט טרעפען א צווייטען, האסטו מקיים געווען דער ערשטע משנה אין די זעקסטע פרק פון ב"מ. שוכר עליהן או מטען, דאס איז מטען
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 2:53 pm#355316
אין דער איד אימעיל :)
די ערליכע אידן האבן בכלל נישט קיין שייכות צום אינטערנעט; זיי טוען זיך ניטאמאל סובסקרייבן צו אימעיל נייעס, נאר די קלים וריקים טוען זיך סובסקרייבן.

.
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:15 pm#355320
דער גאון קוקט ווי מען טאר ניט

מור וקציעה האט געשריבן:צפו: הטלפונים המנותצים לפני הרב קנייבסקי
תיעוד בלעדי: ארגז גדוש בטלפונים מנותצים הוצגו בפני הגר"ח קנייבסקי
בילד
http://www.bhol.co.il/109442/%D7%A6%D7% ... 7%99-.html
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 4:16 pm#355331
איך מיין אז רעב חיים איז פשוט אויפגערעגט אויף סמארטפאונס ווייל ער געט זיך נישט אנ'עצה מיט זיי. אזוי ווי דער בחורל וואס שמעטערט די מייזל ווען די קאמפיוטער פראסעסער נעמט צופיהל צייט..

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
זונטאג יאנואר 08, 2017 9:18 pm#359314
א שווערע און גאר א טיפזיניגע שאלה פון הרב גמליאל רבינוביץ:
אין קטיגור נעשה סניגור
הסתפקתי, כהן שיש לו אייפון, שאסרו חכמי הדור שליט"א, ולא צריך זאת כלל לפרנסתו , האם מותר לו לישא כפיו, או כיון שמתעסק "בידיו" באייפון, אין קטיגור נעשה סניגור. וצ"ע.
בברכת כהנים באהבה כעתירת
גמליאל הכהן רבינוביץ
m http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 17&t=31096 m
מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:25 pm#359392
דער איז גוט:

Re: כהן שיש לו אייפון, אם יכול לישא כפיו
הודעהעל ידי ישנו » א' ינואר 08, 2017 7:36 pm

לבנון כתב:
אין כזה דבר מישהו שיש לו אייפון, כי אייפון זה איסורי הנאה, ואין ע"ז חלות בעלות.

א. יל"ד משום עשאו הכתוב כאילו הוא ברשותו, אלא דא"כ הו"ל לגמ' למיתני ג' דברים אינם ברשותו של אדם, ואולי בכלל חמץ הוא.
ב. איסורי הנאה חשיבי שלו אלא שאינם ברשותו, וכדתנן גזל חמץ ועבר עליו הפסח אומר לו הרי שלך לפניך, (וגם הרשב"א שאמר שאין בעלות על איסוה"נ אין כוונתו שאינו שלו ממש כמבואר למעיין, וממשנה ב"ק ק"ט. שהביא מוכח כן דהא תנן באים בע"ח ונפרעים וחל פירעון עי"ז, ש"מ שאי"ז כגזילה מן האחים), וכן מבואר בקידושין י"ז: דגר ועכו"ם שירשו את אביהם והניח להם ע"ז, אם היה הגר יורש את אביו מדאו' לא היה יכול לחלוק משום שהיה חליפי ע"ז, ש"מ שגם את הע"ז הוא יורש אלא שאינו יכול לחלוק.
וא"כ יל"ד אם איסוה"נ דאייפון תלוי בשלו או בברשותו.
ג. עוד יל"ד דאפי' אי נימא דאינו שלו, הא מ"מ כיוון שמשתמש כל שעה באייפון ה"ה עובר באיסוה"נ ומצד האיסור יש לו להיפסל, אלא דע"ז מהני תשובה, דבשלמא אי איכא בעלות על אייפון יל"ד דל"מ תשובה עד שיפקיר ובזה ל"מ ההפקר משום בלבו ובלב כל אדם כפי שהעירו, ואז תלוי בפלוגתת הראשונים קידושין נ. אי מהני דיבור מפורש כנגד בלבו ובלב כל אדם, אבל אי ליכא בעלות ורק עובר באיסור כל שעה, בזה סגי שיעשה תשובה.
זונטאג יאנואר 22, 2017 4:33 pm#360323
די קריג אנטגעקן אינטערנעט האט גענומען א טריט פאראויס ווען א עלטערע בחור איז אטאקירט און געשעדיגט געווארן ביי א חתונה און מאנסי. די בחור איז נישט געבליבן זיצן מיט צאמגעלייגטע הענט נאר עס איינגעמאלטן פאר די געזעץ אינפארסירער און יענער איז טאקע ארעסטירט געווארן און וועט געברענגט ווערן פאר יוסטיץ ענדע חודש. די לאקאלע מידיע האט עס אויך געמאלדן #חילול השם. דריקט דא פאר מער
m http://www.kikar.co.il/219041.html m
זונטאג יאנואר 22, 2017 5:12 pm#360330
תנחום: אבער אין בלאט וועט שטיין באריכטעט אז דער הויפט שלעגער האט זיך מוסר געווען אויף קדשי בני ישראל. און די אפטריניגע פון די קצה המחנה (אפשר גאר אויכעט ציונים, וועלכע האבן די טרייפענע סמארטפאונס.) האבן געהאט די נידערטרעכטיגע חוצפה צו גיין מסר'ן די ערליכע אידן. די ברכיים אשר לו כרעו לבעל. וואס נאך א מזל אז אונז וואוינען אין די מלכות של חסד אז מ'האט איהם נישט איינגעזעצט. חוץ די טמא'נע טעלעוויזיע פון טשענעל 12 איז געקומען און באריכטעט. ווייל אין די טמא'נע מדינה וואס די רבי זי"ע האט שטארק געשריגן אקעיגן, וואלטן די רשעי ישראל איהם שוין פון לאנג איינגעזעצט און ער וואלט נישט געקענט אהיימגיין מאכן קידוש פאר זיין בני בית. אויב דאס וואלט געווען אום שבת קודש.
זונטאג יאנואר 29, 2017 9:35 am#361032
.
זונטאג יאנואר 29, 2017 11:19 am#361036
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:.


הוא מותיב הוא מפר"ק?
מיטוואך פעברואר 08, 2017 7:16 pm#362321
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:17 pm#362330
נישט קיין פלאטץ מיט תקנות נאר א פאבליק פלעס , נישט קיין ערוואקסענע נאר קינדער
m http://www.vosizneias.com/261753/2017/0 ... ell-phone/ m
פרייטאג פעברואר 10, 2017 1:52 pm#362491
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 10, 2017 5:25 pm#362508
גוט פאררוקט...

אויף די פראגע צי מיינע קינדער ווייסן וואס איז דאס א סמארטפאן, איז דער תירוץ ליידער "יא". א דאנק די הייליגע שומרים קארטלעך.
מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:14 pm#362888
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 15, 2017 4:25 pm#362898
נאך איין מזל איך האב נישט קיין אייפאון, נאר א על-דזשי
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:57 am#362929
א שיין צעטל דאס. וועלכע ווארט שטייט אונטן נאך פרי חיים?
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:56 am#362934
אלא מאי מוז זיין אז עס איז א קאוד פון אונזער אמאליגע שטילע.
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:11 pm#363721
די חכמי לאנדאן וואס זענען נארמאל היפש אינטערשטעליג, זענען זיי אבער די מערסטע פארגעשריטן ווען ס'קומט צו איסורים אויף די "טעכענאלאגיא"..

נישט צו לאנג צוריק איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן א תקנה, אז מ'טאר נישט ארויס נעמען קיין סמארטפאון אין ביהמ"ד, מיט די טענה אז ס'נאר פאר פרנסה, און דער ביהמ"ד איז נישט קיין אפיס. איי די פאון ניצט מען צו רעדן, טעקסטן און אהן א שיעור נאן ביזנעס רילעיטעד עניינים, דאס האבן זיי נישט געטראכט. בכל אופן, די תקנה איז געווען זייער סוקסעספול און ס'האט זיך אריבער געכאפט צו אנדערע חסידות'ן אין קהילות, און דאס איז היינט די סטענדערד, ב"ה..

יעצט איז מען דא מיט א פרישע תקנה! נישט ארויס נעמען די פאון אויפן גאס! אויב וויסט טשעקן דיין אימעיל אויפן גאס, זיי מוחל גיי זיך אפיר דעם נעקסטען פאבליק טוילעט, און באהאלט דיך דארט אינעווייניג.

דאס פרישע תקנה וועט אי"ה נתקבל ווערן בקרוב בקרב כלל ישראל במלוא תקפו. נעקסטע מאל כ'זעה דיר וואקן אויפן גאס מיט דיין סמארטפאון, און פלוצלינג פילסטע א שטיין אויפן רוקן, זיי וויסן אז ס'קומט זיך דיר. הפורץ גדר ישכנו נחש.

משנכנס אדר מרבים בשמחה. בילד
פרייטאג פעברואר 24, 2017 12:35 am#363733
אויב זייער היתר מיט א פילטער איז נישט שטארק גענוג נאר בצנעא דעמאלטס איי געס זייער הכשרים קען מען אויך נאר עסן בצנעא צוזאמען מיט טריפה'נען OU ואביזרייהו..