ירח בן יומו די מאמע איז א מרשעת און עס איז א חוצפה פון איהר זייט צו פארלאנגן א דיפלאמע, (איך ווייס נישט איבער דעם ספעציפישן פאל אבער עס איז זייער זייער מעגליך אז אין דעם קלאס זענען אפאר מיידלעך געגאנגן צום גרונד א דאנק די רוצח).
אלע התחייבות'ן פון א מוסד זענען צו די עלטערן וואס סיינען די קאנטרעקט, צו די מיידל זענען זיי גארנישט שולדיג, גארנישט מער ווי איך און דו וואס דארפן פראבירן צו העלפן א יוד.
ירח, זיי האבן דען מיט אזא שריט געהאלפן א איד? וואס קען די מיידל יעצט טון לאחר המעשה?
נניח אז די מאמע איז א מרשעת, ווייסן מיר דאך אז 2 ראנג'ס דאזנט מעיק עי רייט!
און ווער רעדט דא פון "העלפן א איד"? די מוסדות דארפן דא העלפן? זיי דארפן ס"ה געבן פאר די מיידל וואס זי האט ערליך פארדינט!
איי די מאמע האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די מוסד'ס אייגענע אויסגעטראכטע תקנות? ווי קומט הודו צו כוש? סתם ווייל כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו??? דאס איז דאך ריכטיג מדות מושחתות!
ירח בן יומו די מאמע איז א מרשעת און עס איז א חוצפה פון איהר זייט צו פארלאנגן א דיפלאמע
איז דען די מאמע די וואס "פארלאנגט" א דיפלאמע?
כ'וועל מודה זיין אז לו יהא כדבריך, טאמער די מוסדות האבן געווארנט די מאמע בעפאר, און די מיידל איז טאקע א פארדארבענע און האט פארדארבן אנדערע מיידלעך, האבן די מוסדות יא א שטיקל גערעכטע טענה. אבער באשטראפן על סמך אז "מסתמא האט די מאמע געלאזט די קינדער זיך שפילן מיט אן אומגעפילטערטן פאון" איז נישט גענוג קראנט צו באשטראפן א קינד אזוי ברוטאל. מאן יימר? מעגליך אז זי האט נישט געלאזט די קינדער זיך שפילן דערמיט?! בקיצור ס'איז נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ, מיט א הנחה אז די מאמע האט געלאזט די קינדער זיך שפילן מיט הייס געווער.