פארומס › נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

964 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 8:04 pm#461681
מנחם ציון האט געשריבן:דאס איז אין סתירה מיט'ן פסק אז מען טאר נישט געבן קיין עלי' פאר איינער וואס האט א סמארטפאון

וועמענס פסק ?
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 7:18 pm#463935
Capture.PNG
מאנטאג מערץ 22, 2021 2:43 pm#468831
אין די לעצטערע יארן בכלל, און אין די מערכה פון סמארטפאונס בפרט, שטייגט ארויס די "דברי חכמה" פון געוויסע רבנים וועלכע יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט זיין מער קיצוניות'דיג...

איינע פון די רבנים וואס פארנעמט א גרויסע אויבן-אן דערין, איז ר' יצחק אלעזר מאשקאוויטש, וואס שוין יארן זוכט ער ארויסצושטארצן אלס איינער פון די סאמע קיצוניות'דיגע מצומצמ'דיגע מחמירים על כל צעד ושעל, מיט באמבאסטישע סיקריקישע סטעיטמענטס וואס אנדערע רבנים טרויען זיך נישט צו זאגן.
מאנטאג מערץ 22, 2021 4:27 pm#468834
. בילד
פרייטאג אפריל 23, 2021 12:51 am#471145
ווער עס האט אונז אביסל יצחק אלעזר האטליין זעהט ער איז בכלל נישטא קיצוני ער איז גאנץ אויפגעקלערט כלםי אנדערע רבנים נאר וואס ער מאכט עס גוט ער דארף זיך אנעקדאטן ווי זייער א פרומער.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 23, 2021 6:22 am#471153
שמעקעדיג האט געשריבן:אין די לעצטערע יארן בכלל, און אין די מערכה פון סמארטפאונס בפרט, שטייגט ארויס די "דברי חכמה" פון געוויסע רבנים וועלכע יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט זיין מער קיצוניות'דיג...

איינע פון די רבנים וואס פארנעמט א גרויסע אויבן-אן דערין, איז ר' יצחק אלעזר מאשקאוויטש, וואס שוין יארן זוכט ער ארויסצושטארצן אלס איינער פון די סאמע קיצוניות'דיגע מצומצמ'דיגע מחמירים על כל צעד ושעל, מיט באמבאסטישע סיקריקישע סטעיטמענטס וואס אנדערע רבנים טרויען זיך נישט צו זאגן.

זינט די חברה גלייבן דאך געווענליך אויך אין די רמזים איז אינטערסאנט צו אנמערקן אז די סופי תיבות פון זיין נאמען מאכט שקר. שקר דובר וכסף נוטל.

און במספר קטן: שאץ מיט'ן כולל באטרעפט סמאל.
פרייטאג אפריל 23, 2021 10:01 am#471162
טאקע אינטערסאנט, מאסקאוויטש האט אייביג געהייסן אלס אן אויפגעקלערטער קלוגער מענטש, אבער די השמיעיני את קולך גליון ציטירט פון אים וואך איין וואך אויס הוילע שטותים אז סכאפט א פחד אז דאס זענען אונזערע חכמים....
מוצ"ש אפריל 24, 2021 11:27 pm#471209
און וואס איז מיט די געלט וואס קומט אריין? וועלן זיי עס נעמען?

7FAEB512-1A10-419D-96C1-C129B0449A3C.jpeg
זונטאג אפריל 25, 2021 2:33 am#471249
איך גלייב נישט אז די צעטיל איז עכט אונטערגעשריבן דורך די חברי הצלה וואס ווערן דערמאנט אונטן פון די צעטיל, אפשר פון סקווירא יא
זונטאג אפריל 25, 2021 2:40 am#471250
תרמב האט געשריבן:איך גלייב נישט אז די צעטיל איז עכט אונטערגעשריבן דורך די חברי הצלה וואס ווערן דערמאנט אונטן פון די צעטיל, אפשר פון סקווירא יא

הצלה פון קרית יואל און הצלה פון סקווירא זענען ניטאמאל אויף די הצלהטאן פראגראם. פארוואס זאלן זייערע מעמבערס שרייבן אזא צעטיל.

עס איז פאלש פונקט אזוי ווי אלע אנדערע "מעסדזשעס" פון השמעיני את קולך.
מוצ"ש מאי 29, 2021 10:36 pm#474068
אמ"ג
זונטאג מאי 30, 2021 4:49 pm#474117
היכי דמי האט געשריבן:און וואס איז מיט די געלט וואס קומט אריין? וועלן זיי עס נעמען?

7FAEB512-1A10-419D-96C1-C129B0449A3C.jpeg

די בעסטע אדווערטייזמענט פאר די הצלה-טאן וואס כ'האב נאר געזען... :lol: :lol:
מיטוואך יוני 02, 2021 10:06 pm#474541
צוברעכן סטאנציע.
גרויסע ישועות בדוק ומנוסה!
מיטוואך יוני 2, 2021 11:31 pm#474545
דאס איז שוין נעקסט לעוועל ליצנות, באלד וועט זיין ביי יעדע צדיק א אנדערע אקטיוויטי, ביי איינעם צוברעכן סמארטפאונס ביי א צווייטן נאכלויפן קעצלעך ביי א דריטן ווארפן אייער וכו’ וכו’
דינסטאג יוני 29, 2021 12:04 am#476803
צוריקגעצויגן....

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2869055#p2869055">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2869055</a>
דינסטאג יוני 29, 2021 12:10 am#476804
תנא קמא זאגט אז ס׳קומט אויס דרוק פון די ארטיגע ״לינקע ליבעראלע״ רעגירנוג, מער מסתבר איז אז ס׳געקומען אויס דרוק פון זייערע לויערס...
דינסטאג יוני 29, 2021 5:42 am#476821
שמעקעדיג
צוריקגעצויגן....

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2869055#p2869055">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2869055</a>


שני כתובים המכחישים זא"ז "עד שיבוא" הכתוב....
פרייטאג יולי 2, 2021 11:35 am#477058
איך האב געמיינט אז ס'האט געשפריצט אויף "שאול בחיר ה'"... (ראבינאוויטש)
און די ספר תורה איז נישט געווארן פסול?

.
📎 שאול תחתית.jpg
פרייטאג יולי 2, 2021 1:15 pm#477062
ווען ס'וואלט געשפריצט אויפן עצם לאו פון ''וב'סמארטפונ'ים לא תגעו טמאים יהיו לכם לדורותיכם'' וואלט מען געזעהן נאך קלארער דעם יד השם..
אבער דאן וואלט מער נישט געווען קיין בחירה..
זונטאג יולי 4, 2021 4:24 pm#477120
רח"ל.
ואף אתה הקהה את שיניהם!
רשעים. שונאי ישראל.
זונטאג יולי 4, 2021 6:47 pm#477122
גיימער קיין גוואטאמאלא.
מאנטאג יולי 5, 2021 3:09 pm#477196
רביה''ק זי''ע
גיימער קיין גוואטאמאלא.

ביסט שוין.
דינסטאג יולי 6, 2021 1:51 pm#477244
דערהויבענע איד
רביה''ק זי''ע
גיימער קיין גוואטאמאלא.

ביסט שוין.

רביה''ק איז ליבערשט אין מאנהעטען!
זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:45 pm#481624
ונבנתה העיר
סטיווען קאלבערט טענה'עט אז מען זעהט בחוש אז פון ווען די איי פאון האט אנגעהויבן ארויסקומען האבן די וועטעראנען פון די צווייטע וועלט קריג אנגעהויבן שטארבן אין די מאסן...

יא יא, מיט די מהלך פון סטאטיסטיקס האב איך אמאל געהערט פון איינעם א ראיה אז עס איז געזונט צו רייכערן.
ווייל רוב מענטשען וואס שטארבן האבן נישט גערייכערט...
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 6:04 am#481634
קהל'ס נער: לאמיך מאכן א שהחיינו. איך בין דער ערשטער וואס האט דיר געגעבן א לייק...!

נאר ס'איז נישט נאר סטאטיסטיקס. נאר די אלגעמיין אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג ביז בערך 100 יאר צוריק איז געווען אז רייכערן ציגארעטלעך איז געזונט פאר'ן מענטש.
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:58 pm#481713
שכוייח ר' גאלי פארן זיין די ראשון ראשון חביב און מיר ציווארפן א לייקל.
די אמת איז אז איך דריי מיך שוין דא אין קאפי רום א לאנגע צייט, נאר יעצט האב איך אנגעהויבן צו פארשפרייטען מיינע דפקנ"ח.
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:47 pm#481729
קהל'ס נער: מזל טוב. דו האסט מיר געגעבן א נייעם נאמען. שוין 70 יאר רופט מען מיך בערל בעל עגלה. (נאך פון אלס קינד. ווייל איך פלעג נעמען שטערצלעך פון א טאפ אלס סטירינג ווהיל און שפילן באס דרייווער.לאל) און יעצט האסטו מיר געגעבן א שיינעם ניעם נאמען...יישר כח...!
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:57 pm#481731
גאלי: ס'איז שוין שנת ב' אלפים כ"א למספר בני יאשקע, דיין נאמען האט זיך געבעטן פאר א אויפטאג (update).
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:58 pm#483169
📎 29CC4140-46CC-4ED5-AB5F-63DDF86FDC30.jpeg
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:09 am#483190
.
📎 Screenshot_20211014-000718_WhatsApp.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:37 am#483197
קהל'ס נער: כ'האב ערגעץ געליינט אן אינטרעסאנטן סיפור פון אפענע רוח הקודש בימינו.

א געוויסער צדיק איז געקומען צו א גביר אין שטוב. ווען דער גביר האט דערלאנגט די מאכלים פאר'ן עולם האט די רבי בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין פון די מאכלים. אויסער א ביסל ספרינג וואטער פון די באר מים קאמפעני מיט א גוטע השגחה פון התאחדות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ווילל דא גארנישט טועם זיין. האט ער ברוב ענוותנותו געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. פאר זיין גבאי האט ער אויסגעזאגט דעם סוד. אז די רביצין, די נגידית'טע האט (ליידער, בעוה"ר) א סמארטפאון...! ויהי לפלא...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:39 am#483198
די אפיקורסים פרעגן: אויב די רבי האט עס פאר קיינעם נישט פארציילט. נאר ער האט געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. וויאזוי האט מען אויסגעפונען דעם טעם.... דער גבאי האט אויסגעזאגט...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:53 pm#483274
גוט געשריבן.
📎 IMG_20211014_175028_308.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 6:03 pm#483275
מצד שני האף איך אז די טיפשת נעמט אוועק די ערנסטקייט פון די נארישע מערכה ווייל קיין שום קלוגע מענטש וועט זיך נישט שטעלן אויפן זייט צו פארטיידיגן די אומזאכלעכע עיקסטרעמיסטן ממילא וועט די מערכה צזאמפאלן
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:03 pm#483283
עס איז איראניש אז די טיפשות באשטייט (בעיקר) פון א קפסיק ותני:
״סמארטפוין״ ← ~״יראת שמים״ (צי אפשר גאר א ״↔״ אדער אן ״=״)
אָן קיין שום ניוּאנס וכו׳. אין אנדערע ווערטער, א קלאסישע דוגמא פון (ירושלמי ברכות ה ב) אם אין דיעה הבדלה מניין. און דעם ענין פון א חסרון בדעת איז עפעס וואס דער תלמוד באשולדיגט טאקע פרויען אין - ״דעתן״ קלה עליהן (קידושין פ:).
פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:03 am#483313
מי אני
עס איז איראניש אז די טיפשות באשטייט (בעיקר) פון א קפסיק ותני:
״סמארטפוין״ ← ~״יראת שמים״ (צי אפשר גאר א ״↔״ אדער אן ״=״)
אָן קיין שום ניוּאנס וכו׳. אין אנדערע ווערטער, א קלאסישע דוגמא פון (ירושלמי ברכות ה ב) אם אין דיעה הבדלה מניין. און דעם ענין פון א חסרון בדעת איז עפעס וואס דער תלמוד באשולדיגט טאקע פרויען אין - ״דעתן״ קלה עליהן (קידושין פ:).

מי אני: איך האב אמאל געזאגט פאר א ווערטל צו איינעם אז ער טאר נישט מאכן קיין הבדלה. ער האט נישט געכאפט וואס איך מיין (מסתמא אן אונגערישער אדער א גאליציאנער). האביך איהם איבערגעזאגט דעם מאמר חז"ל..."אם אין דעת הבדלה מניין"...!
פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:56 am#483353
📎 CDA980E9-7526-4EF7-B33F-7C6AFFD33AE2.jpeg
פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:01 pm#483355
דער סמארטפאון אלארם סיסטעם איז אויך געווארן דאונלאודעד דורך א סמארטפאון. און ווערט קאנטראלירט פון א סמארטפאון. דורך די גבאים...!

איך שיק שוין אריין א טשעק דורך פעקס. כדי זיך צו באטייליגן אין דעם הייליגן מערכה...!
פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:05 pm#483368
איך קען קוים ווארטן פאר די אלארם אוי גייט עס זיין פאן די בתי מדרשים גייען באמבערן אגאנצע טאג יומם ולילה לא ישבתו מען גייט אפעציעל האבן א תירץ פארוואס צו דאווענען אינדערהיים
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 8:54 pm#483493
גוט.. דאס איז א געלונגענע עד!
פארוואס שטייט נישט ווי עס איז דא צו באקומען?
דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:50 pm#483573
גאר א שווערע פראבלעם....
און די נאנטע צוקונפט וועלן די מוסדות'ר אנהייבן שיקן אינספעקטאר'ס ביי אלע טיהרן צו זעהן ווער עס באקומט עמעזאן באקסעס....
און מ'וועט מאכען מאסיווע חתימה-דרייוו'ס ביי די קינדער צו חלילה נישט אנרירען א באקס וואס איז באשטעלט געווארען דורכן טריפענעם אינטערנעט....
📎 photo_2021-10-18_22-23-23.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 5:56 am#483626
berlbalaguleh
קהל'ס נער: כ'האב ערגעץ געליינט אן אינטרעסאנטן סיפור פון אפענע רוח הקודש בימינו.

א געוויסער צדיק איז געקומען צו א גביר אין שטוב. ווען דער גביר האט דערלאנגט די מאכלים פאר'ן עולם האט די רבי בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין פון די מאכלים. אויסער א ביסל ספרינג וואטער פון די באר מים קאמפעני מיט א גוטע השגחה פון התאחדות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ווילל דא גארנישט טועם זיין. האט ער ברוב ענוותנותו געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. פאר זיין גבאי האט ער אויסגעזאגט דעם סוד. אז די רביצין, די נגידית'טע האט (ליידער, בעוה"ר) א סמארטפאון...! ויהי לפלא...!

אבער דער גויאישע דעליווערי מאן האט אויך און דער רעבאה האט נישט געוויסט.
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:33 am#483634
די אלע קוריאזן זענען, ווי פארשטענדליך, א געוואלדיגע ישועה, וכדאמרי אינשי (ומטו בה משמיה דלנין שר"י): "ככל שיהיה יותר רע, יהיה יותר טוב."
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:50 am#483637
צקון לחש: לענין איז נישט געווען קיין שר"י. ווען מ'פאלגט איהם ווען וואלט דאס קאמוניזם געהאט א סאך א בעסער פנים. ווייל ער האט געוואלט ברצונו או שלא ברצונו איינפיהרן פארשידענע רעפארמען וואס וואלטן (אפשר) געווען א שטיקל ישועה פאר די ארימעלייט וואס האבן זיך געמוטשעט מיט די פרנסה יום יום. נאר ס'איז געווען אזוי באשערט אז דער רויבער און מאסן מערדער סטאלין ימ"ש האטציך אריינגערוקט. ס'נישט אז טראצקי וואלט א סאך בעסער געווען. אבער ס'זענען געווען אנשטענדיגע מענטשן וועלכע האבן געוואלט טון גוטס מיט די באפעלקערונג.
זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:54 am#486301
דאן פארוואס האבן זיי עים בכלל אריינגעלאזט אין זייער הויז, זיי האבן עים געדארפט בא'שגצ'ן ווי נאר ער האט זיך באוויזן ביים טיר.

#איך_בין_א_קנאי_ווען_עס_לוינט_מיר
זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:07 am#486303
דאס קוקט ענדערש אויס ווי א נאכגעמאכטע מעלות וואס איז מוחה אויף די כלים.
זונטאג נאוועמבער 21, 2021 5:54 pm#486376
קהל'ס נער
דאן פארוואס האבן זיי עים בכלל אריינגעלאזט אין זייער הויז, זיי האבן עים געדארפט בא'שגצ'ן ווי נאר ער האט זיך באוויזן ביים טיר.

#איך_בין_א_קנאי_ווען_עס_לוינט_מיר

ועוד: כמו שאמרתי כמה פעמים. ווען די שנארערס וועללן דערקלערן איינמאל פאר אלעמאל אז זיי גייען נישט נעמען קיין געלט פון מענטשן וועלכע האבן א סמארטפאון. דאמאלס וועל איך אנהייבן צו גלייבן אז זיי מיינען עס ערנסט. (הגם זיי זענען טיפשים און בהמות). אבער ווילאנג דאס געשעהט נישט האלט איך אז זיי זענען פשוט'ע היפאקריטן. וועלכע זענען נאה דורש. אבער נישט נאה מקיים...!
זונטאג נאוועמבער 21, 2021 6:08 pm#486378
די רבי'ס זענען פינקט אזעלכע היפאקריטן ווען זיי לעקן די אחוריים פון געשניפסעלטע-לאס-אנג'עלעס-אידן וואס האבן אינטערנעט אינדערהיים, צוליב תאוות הבצע, בו זמנית וואס זיי פייניגן זייער אייגענע אונטערטאנען מיטן חזיר-פיסל-טענה "ער האט אינטערנעט אינדערהיים".

די עכטע טענה איז "דו האסט נישט קיין געלד, פארוואס זאל איך דיך אנקוקען בכלל, וועסט האבן געלד וועל איך דיר מוחל זיין אלע עבירות".

מיר מיינען יא כבוד, מיר מיינען יא געלד.
זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:43 pm#486384
ביי אונז פלעגט מען זאגן מיר מיינען נישט קיין כבוד מיר מיינען נישט קיין געלט, מיר מיינען נאר כבוד צוזאמען מיט געלט.
זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:54 pm#486414
קהל'ס נער: ממש צו געגאגסן פאר געוויסע רבי'ס וואס איך קען. ביי זיך אין ביהמ"ד וועט ער ביי יעדע געלעגנהייט זאגן דרשות און שרייען (אפילו מיט טרערן אין די אויגן) אקעגן אינטערנעט און די טמא'נע כלים. און אין ביהמ"ד 'הענגט צעטליך אז בפקודת כ"ק (מיט א פת"ח) מרן. אדמו"ר שליט"א טאר מען נישט אריינברענגען (ח"ו) קיין סאמרטפאון אדער אנדערע טמא'נע כלי אין גאנצן שטח פון ביהמ"ד. און ער אליין חנפ'עט זיך צו די גרעסטע פושעי ישראלים. און קלאפט זיי אויף די פלייצע און זאגט ..."אחינו אתה"...!