זונטאג דעצעמבער 4, 2022 3:31 am#513310
שמן למאורלשיטתם קען מען דאס מסביר זיין מיט א מה מצינו פון חנוך לנער על פי דרכו און די שלום בית איז דאך געווען מורא'דיג ווייל עס שטייט שוין אין די פריערדיגע פרשה ויאהבה אז די הייליגע קאפל יצחק און רבקה האבן זיך ליב געהאט אנדערש ווי די היינטיגע חינוך ואכמ"ל אבער דאך זאגן די חז"ל אז כשם שפרצפיהם שונות כך דעותיהם שונות און דאס איז טאקע די באדייט פון שלום אז שני הפיכים קומען זיך דורך און יצחק איז דאך געקומען פון א ערליכע שטוב רבקה איז דאך געקומען פון בתואל איז דאך אויטאמאטיש געווען חלקי דעות וויאזוי צו מחנך די קינדער ממילא האט מען געמאכט א פשרה ספעציעל אז עס איז געווען א צווילינג וואס דעמאלט האט מען געקענט מאכן אזוי ווי עס שטייט אויפן בילד יצחק האט קעיר גענומען פון עשו און רבקה האט ליב געהאט יעקבא צעטל וואס א היימישע מוסד האט אהיימגעשיקט מיט די קינדער...
אינטערסאנט נאר אז יצחק אבינו האט אריינגעברענגט א סמארטפאון אין שטוב פאר די קליינע בעיבי עשיו...
זעט אויס אז מען דארף געבן פאר יעדע קינד לויט זיין מצב אין אידישקייט...
אבער די קאוק גייט מיר שוין נישט אריין אין קאפ... פארוואס האט נישט געקענט געבן קיין מים חיים סאודע?!
