דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:02 pm#7972
Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
פריינדליךאפגעפארענע איז נישט די שולד פון קיין רב אדער מחנך. זיכער איז דא זאכען וואס קענענן זיין א גורם דערצו, אבער די פיינעל שטיפ דערצו קימט געווענליך ווייל דער באטערעפענדער האט גאר א קליינער מצומצום'דיגער מח, און זייער קליינער מח מאכט זיי טראכטען אז זיי קענענן טרעפן בעסערע גליקען
פון וואנעט ווייסטו דאס? וויפיל פרעצענט פון די "אפגעפארענע" קענסטו פערזענליך?
פריינדליךאידישקייט איז זייער א שווערע זאך און דערפאר איז דא שכר ועונש, ניין עס איז נישט גרינג נישט צו זיי איד, און עירפארט איז געשמאקער צו פרעסן און מעקדאלענס ווי מיט נעמען א טרוקענע טונא סענדוויטש
טאקע אזוי? וויפיל מעק דאנאלדס האסטו שוין פרובירט? איז נישט בעסער א היימישע טונא סענדוויטש וואס די בני בית אדער די משפחה האט געמאכט? איז פארוואס לאזן די אלע "אפגעפארענע" אפ די באקוועמליכקייטן פונעם היימישן וויליאמסבארג און לאזן זיך ארויס אויפ'ן שווערן גרויזאמער וועלט? צו איז שוין נישטא קיין זונות צו געפונען נעבן וויליאמסבארג? אתמהה.
פריינדליךאבער ביז דעמלאטס איז גילטיג די פסוק פון נעים זמירות ישראל "הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי"
אינטערעסאנט אז אויף די מצווה איז דא אסאך אסאך בעלנים.