Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק
מיסטער העלא, טשיל אוט! אידישקייט האט עקזעסטירט דריי טויזענט יאר פאר סאטמער (און חסידות) און וועט ווייטער אנגיין לאנג נאך ווען סאטמער וועט זיין היסטאריע, נישט אלעס הייבט זיך אן ביים זכרונו לברכה, ס'געווען און 'דא גענוג און נאך יודן וואס האבן געקענט כל התורה כולה נאך אזוי גוט ווי סאטמערע רב און האבן געהאלטן אנגערש ווי עם.
העלאנאך מער פון אלעם בלוטיגט מיר די צער פון קאשוי רב'ס נשמה בעולם העליון וואסערע עונש ער האט ליידער באקומען פארן טשעפען סאטמאר, כידוע איז דאס די גרעסטע עונש פאר א נשמה בעולם העליון, ער איז דאך געווען א קדוש, פארוואס קומט זיך אים די צער?
איך זע טאקע ווי ס'בלוטיגט דיר פון הארצן, די נשמה פון קאשויער רב פארן טשעפען סאטמער... אוי! האסט פארגעסן פון דיין הוי זהיר בגחלתן?
העלאדי גדרים וסייגים איז נישט קיין חסידישע זאך, עס איז תורה, אונזער תורה וואס איז ניתנה מסיני לאזט נישט:
גיין אנגעטוהן אזוי איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
קוקן אויף פרויען אפילו אויף בילדער איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
שמועסן מיט א פרוי יותר מכדי צורך איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות
דעיטן פאר א שידוך איז א איסור דאורייתא נישט קיין חסידות, עס איז ביהרג ואל יעבור עס איז א טרוקענע גמרא בלי שום חולק,
ס'געפעלט מיר ווי די מאכסט דא נייע דאורייתא'ס, כ'האב נישט געוויסט אז ווי אזוי די רעבעזעכרוינעלעבראכע האט אפגעלערנט א גמרא ווערט עס א דאורייתא.
זעט אויס אז יעקב אבינו האט עובר געווען אויף דאורייתא'ס.
העלאוועל איך דיר ענטפערן אז די אפטייטש פון חסידות איז זיך נישט אוועק צורירן קיין קוצו של יוד פון שולחן ערוך
די בעל שם טוב האט אויך געוויסט פון דעם פשט אין חסידות צו ס'אייגענס?
העלאדאס אז די מאדערנע וועלט איז נישט נזהר טוישט נישט די הלכה, קענסט פרעגן עני אנגענומענע דיין,
מיין דיין לאזט גיין צום כותל, הייסט ער אנגענומען צו נישט?
העלאאיך רעד נישט פון קיין דיינים איך פון גמרא און ראשונים ואחרונים,
ביזט מודה אז ר' יואל טייטלבוים סאטמאר רבי האט געקענט כל התורה כולה?
ער האט געזאגט אמאל פאר א רב וואס איז אים געקומען פרעגן פארוואס מען טאר נישט דעיטן? האט ער געזאגט אז עס איז ביהרג ואל יעבור
האט אים די רב געפרעגט ווי די מקור איז, האט סאטמאר רב געענטפערט מיט די גמרא אין מסכת סנהדרין דף ע"ה:
ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר
אבי געהאקט, אונזער היינטיגע וועג פון מאכן שידוכים איז גאנץ ניי, אין רוב אייראפע האט מען געטראפן און פארברענגט מיטן מיידל נאך אזוי פיל ווי די היינטיגע ליטוואקעס, פרעג נאר דיע וואס געדענקען, און פונם בנות ישראל יוצאות וחולות בכרמים האסטו פארגעסען? ברויך איך לערנען מיט דיר אלף בית?
העלאאיך קען סאטמאר רב'ס יחוס און סקווירא נישט, במילא זאג איך אז סאטמאר רב ווייס איך און סקווירא ווייס איך נישט
יחוס שמיכעס, הו קערס? אונז האמיר א תורה און א ממזר ת"ח איז חשובער ווי א כהן גדול עם הארץ.