שמעקעדיג האט געשריבן:איין זאך חברה,
לאמיר נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט, נאר זיך ארויסלערנען א מוסר השכל פון די אלע מעשיות וועלכע שווימען ארויס ווי שוואמען נאכן רעגן.
לאמיר זיך ארויסלערנען פון די אלע מעשיות וואס די ריכטיגע סיבה איז וואס ברענגט צו אזויפיל אפגעפארענע און ארויסגעפאלענע, ה"י. ס'איז נישט דער שטערן אדער שפאקטיוו, נישט א פרעס-טראק, און נישט די עירוב!
עס פעלט ליבשאפט, עס פעלט א סיפוק און שמחה בתורה און אין יודישקייט, מען פארפעלט ארויסצוברענגען דעם גליק און פריוויליגיע אשר בחר בנו מכל העמים, אז מיר זענען אן עם סגולה, אנשטאט באקומט דאס קינד פרעשור, שטרענגע בליקן אויף יעדע קשיא וואס די עלטערן טרעפן נישט קיין תירוץ דערויף.
קינדער וואס באקומען גענוג אהבה און סיפוק און "עקסעפטענס" אין זייער לעבן, אפילו עס וועט זיי באטרעפן א שלעכטער חבר אדער אנדערע בייזע רוחות ח"ו, וועלן זיך סוף כל סוף צוריקקערן, נאכן איינזעהן דעם געשמאקלאזן לעבן ביי די פרייע.
לאמיר זיך לערנען אויף יענעמ'ס בארד, ווילאנג עס איז נישט צו שפעט ח"ו.
צום באדויערן איז אונזער געזעלשאפט אויסגעשטעלט אזוי אז די וואס וואס מאכן החלטות, די וואס זענען בכוח צו מאכן שינויים, זענען אין בעסטן פאל שרעקליך נאאיוו און אפגעריסן פונעם מציאות. די דערפארונג פונעם עבר ווייזט אז ווען מען וועקט זיך שוין אויף, קומט עס ווען עולם המון עם האלט שוין 5 טריט ווייטער ווי די תיקונים.
כ'האב זייער מורא אז ווען די וואס דארפן וויסן וועלן זיך אויפכאפן, וועט שוין נישט בלייבן וועמען און וואס מתקן צו זיין.