Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ביטקוינס Bitcoin

ביטקוינס Bitcoin

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
334 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 389 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5437
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:32 pm#168422
ביטקוינס Bitcoin
דער אינטערנעט נעמט היינט איבער די וועלט, און מענטשן פארברענגען כמעט מער אין דער ווירטואלער וועלט ווי אין רעאליטעט... אויף אינטערנעט פארברענגען מען, מען שמועסט, מען קוקט, מען לייענט, און מען קויפט. איז דאך שוין העכסט צייט אז אויפ'ן אינטערנעט זאל עקזיסטירן אן אייגענע וואלוטע פונקט ווי יעדע מדינה אין דער וועלט. פארוואס זאל מען נאר קענען באצאלן אויף דעם אינטערנעט דורך קרעדיט-קארטלעך און באנק-קאנטעס, פארוואס זאל נישט זיין קיין אפציע צו באצאלן מיט גרינע קעש?

בילד

אט דא קומט אריין "ביטקוין". ביטקוין איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2009' און איז א וואלוטע ("קארענסי" בלע"ז) ספעציעל פאר דעם אינטערנעט. מען קען אויפטוישן יעדע וואלוטע אויף ביטקוינס, און מיט דעם קען מען באצאלן אויף דעם אינטערנעט פונקט ווי מען וואלט באצאלט מיט קעש. יעדער מענטש קען האבן א ביטקוין קאנטע און קען פירן דאס געלט צו א צווייטן אן ארויסגעבן זיין אידענטיטעט.

ביטקוין איז שטארק געווען אין די נייעס עטליכע וואכן צוריק ווען עס איז אפגעשפארט געווארן א וועבסייט מיט'ן נאמען "סילק ראוד" וואו מ'האט געקענט קויפן כל ערליי קאנטראבאנד ווי דראגס און וואפן, און די באצאלונגען זענען געגאנגען מיט ביטקוינס.

ווי ביי יעדער וואלוטע, האלט די ווערד פון די ביטקוינס אין איין שטייגן און פאלן. אין דער תקופה פאר "סילק ראוד" איז אפגעשפארט געווארן האט איין ביטקוין געקאסט ארום $250, אבער דער פרייז איז דערנאך געפאלן צו ארום $150. אבער אין די לעצטע וואכן איז די ווערד געשטיגן גאר הויך, ביז צו א קלימאקס אום נאוועמבער 29 ביי $1124.76. אינוועסטירער רעקאמענדירן דערווייל צו אינוועסטירן אין ביטקוינס נאר געלט וואס מ'קען זיך ערלויבן צו פארלירן. די וואלוטע איז נאך זייער האקן, און וואקלט זיך יעדן טאג מיט גרויסע פראצענטן. אין די לעצטע 24 שעה אליין איז עס געפאלן מיט איבער $100, פון $875.

איבער דער צוקונפט זענען פאראן חילוקי דעות. מאנכע זאגן אז דאס איז אן אויפגעבלאזענע איי, און די גאנצע וואלוטע וועט צונויפפאלן און גארנישט ווערד זיין, ווידער אנדערע האלטן אז דאס איז דער צוקונפט, און עווענטועל וועט דאס מעגליך איבערנעמען רוב דידזשיטאלע פינאנציעלע טראנזאקציעס.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:37 pm#168425
דער ווערד פון א ביטקוין אין לויף פון יאר 2013. אנפאנג יאר האט זיך איין ביטקוין פארקויפט פאר ארום $13.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:59 pm#168444
זייער שיין ראובן.
ווי אזוי לאזט די רעגירונג צו אזא קארענסי? איז עס נישט א פראבלעם אז מ'קען דורך דעם קויפן אויף די שווארצע מארקעט, אזוי ווי ס'איז טאקע געוועהן ביי סילק ראוד?
(אגב שוין צייט צו עפענען א ביזנעס אפטיילונג אויף ק"ש. און דאס דארטן אריינשטעלן)
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 7:05 pm#168450
אויב בין איך א פולקאמער חסידישער וויליאמסבורגער איד מיט פ"ס, שמונה בגדים און וויך.... קען איך ארויסנעמן מיין געלט פון די גמ"ח און אריינלייגן אין ביט-קאון?
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:18 pm#168522
הֵילִיכִי אֶת הַיֶּלֶד הַזֶּה וְהֵינִקִהוּ לִי וַאֲנִי אֶתֵּן אֶת שְׂכָרֵךְ
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:06 am#168547
א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:09 pm#168684
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:43 pm#168702
אמת'דיג גערעדט, איך פרעג להלכה ולמעשה.

קען איינער וואס האט פוד סטעמפס, מעדיקעיד און WIC האלטן אפאר טויזענט דאלאר אין BITCOINS?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:50 pm#168705
how come ך'האב נאכנישט געזען אויף קיין איין וועבסייט אן אפשען צו באצאלן מיט דעם?
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:18 am#168901
Bitcoin איז אין FREE FALL.
עס האלט שוין ביי 550 נאכדעם וואס טשיינע האט מחליט געוועהן אונטערצושטעלען פיסלעך
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:08 am#168907
לוינט זיך יעצט צו קויפן?
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:55 pm#169306
גנדי האט געשריבן:לוינט זיך יעצט צו קויפן?

ווי איך האב שוין געשריבן קען יעדער שפעקולירן, אבער עס איז זיכער א ריזיקאלישער אינוועסטמענט וויבאלד די ווערד וואקלט זיך יעדן טאג, און מען ווייסט נישט מה יולד יום.

ראשעקאל האט געשריבן:Bitcoin איז אין FREE FALL.
עס האלט שוין ביי 550 נאכדעם וואס טשיינע האט מחליט געוועהן אונטערצושטעלען פיסלעך

היינט איז עס צוריק געשטיגן צו ארום $650.

אגב, א ווידעא וואס ערקלערט די סוגיא אין קורצן:
מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 11:12 pm#169462
איך אויך האט געשריבן:א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.

Every hour another childless egoist (chazer bl"a) dies to waste
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 8:31 am#169505
What?
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:09 pm#169944
ראן פאול טענה׳ט אז דאס וועט אריינגיין אין היסטאריע אלץ די פארניכטער פונעם דאלער.
m http://www.moneynews.com/Personal-Finan ... /id/540235 m
מאנטאג פעברואר 10, 2014 12:42 pm#182644
ביטקוין טראסקעט היינט נאכדעם וואס עס איז נתגלה געווארן א טעכנישער פראבלעם מיט דעם סיסטעם.
זונטאג פעברואר 16, 2014 5:22 pm#184044
און עס טראסקעט ווייטער! ביטקוין איז שוין געפאלן ביז $230.
זונטאג פעברואר 16, 2014 6:09 pm#184056
לוינט זיך יעצט צו קויפען?
זונטאג פעברואר 16, 2014 6:24 pm#184060
איך אויך האט געשריבן:א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.
זונטאג פעברואר 16, 2014 9:36 pm#184114
diff האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.

Every hour another childless egoist (chazer bl"a) dies to waste
מאנטאג מערץ 10, 2014 10:55 am#189800
דער ביטקוין איז געגאנגען פייפן.
מאנטאג מערץ 10, 2014 6:07 pm#189915
ווער זאגט?
מאנטאג מערץ 10, 2014 11:00 pm#189971
אלל אווער די ניוז.
מאנטאג מערץ 10, 2014 11:15 pm#189978
גוגל ווייסט נישט דערפון, קענסט אפשר לינקן?
מאנטאג מערץ 10, 2014 11:19 pm#189981
ערשטע לינק אויף גוגל
m http://www.wired.com/wiredenterprise/2014/03/gox-texas/ m
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:42 am#388884
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:אויב סאיז א סטאק ווי זוי קען עס טראסקענען בעת די מארקעט איז פארמאכט?
סקען צוריק ארויף גיין ביז צופרי אין קיינעם האבן איפעקטיד

נישט אלע מארקעט'ס זענען אפען נאר אין געוויסע שעות. עס ווענדט זיך וועלכע מארקעט און וואו אויף די וועלט. ביטקוין טרעיד נישט אויף קיין מארקעט אין ס'איז אין קיינעם נישט אנגעבינדן דעריבער איז עס אייביג טרעידעבעל.
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:43 am#388885
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נו ביטקאון האט צוויי מעלות, איינס איז דע וואלוטע חלק, און ס'אנדערע די אינוועסטמענט חלק. די פאקט אז ס'טוט טרעדן פונקט ווי אלע אנדערע וואלוטע און מענטשן שפעקולירן דערויף אז ס'גייט גיין העכער, אדער נידריגער, באקומט עס אטאמאטיש א ווערט, די שאלה איז נאר וואס די עכטע ווערט דערפון איז.

אה! אט דאס איז די מיליאן דאלער קשיא! וואס איך מוטשע מיך שוין בערך פינף יאהר צו פארשטיין......
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 2:53 am#388889
5539
א גיטע נאכט און א גיטע וואך פאר אלע יודישע קינדער!
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:06 am#388890
Re: ביטקוינס Bitcoin
קורקלענד האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נו ביטקאון האט צוויי מעלות, איינס איז דע וואלוטע חלק, און ס'אנדערע די אינוועסטמענט חלק. די פאקט אז ס'טוט טרעדן פונקט ווי אלע אנדערע וואלוטע און מענטשן שפעקולירן דערויף אז ס'גייט גיין העכער, אדער נידריגער, באקומט עס אטאמאטיש א ווערט, די שאלה איז נאר וואס די עכטע ווערט דערפון איז.

אה! אט דאס איז די מיליאן דאלער קשיא! וואס איך מוטשע מיך שוין בערך פינף יאהר צו פארשטיין......
אקעי קורקלענד יעצט קומסטו אריין קלאר, איז לאמיר צונעמען די זאך, פונקט ווי ביי סטאקס איז דא צוויי מיני אינוועסטארס, אזוי ביי דעם איז אויך דא צוויי מיני אינוועסטארס

1) פאנדאמענטאל,
מיינט ווי מ'קוקט און מ'פארשט נאך די עצם קאמפאני, די אינקאם די אויסגאבן, נעט ווערט, מיטן גאנצן באלאנס פאפיר, די פראדוקט, אויך דעם גאנצע סעקטאר, און אלעס ארום,

2) טעקניקאל.
איז בעיקר געבויעט נאכצוזוכן די טשארטס, אדער גרעפס, וואס באצייכענט וויפיל מענטשן קויפן עס, וויפיל מענטשן ס'דא ביי יעדן פרייז, און בכלל וויפיל אינטערעס די קאמפאני האט ביי אינוועסטירערס, און שטייטסעך אז ס'דא כמה וכמה מיני טשארטס און גרעפס, וואס דאס איז אן אינדאסטרי פאר זיך, ס'דא ריזיגע קאמפאניס וואס געבן זיך אפ מיט נאכזוכן די זאכן און שטעלן צו אפ טו די ספליט סעקאנד טשארטס ענט גרעפס.

יעצט ווען דו זאגסט אז דו מיטשעסט דיך שוין פינף יאר צו פארשטיין, וואס מינסטו דערמיט? טעקניקאל אדער פאנדאמענטאל??
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:12 am#388891
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אקעי קורקלענד יעצט קומסטו אריין קלאר, איז לאמיר צונעמען די זאך, פונקט ווי ביי סטאקס איז דא צוויי מיני אינוועסטארס, אזוי ביי דעם איז אויך דא צוויי מיני אינוועסטארס

1) פאנדאמענטאל,
מיינט ווי מ'קוקט און מ'פארשט נאך די עצם קאמפאני, די אינקאם די אויסגאבן, נעט ווערט, מיטן גאנצן באלאנס פאפיר, די פראדוקט, אויך דעם גאנצע סעקטאר, און אלעס ארום,

2) טעקניקאל.
איז בעיקר געבויעט נאכצוזוכן די טשארטס, אדער גרעפס, וואס באצייכענט וויפיל מענטשן קויפן עס, וויפיל מענטשן ס'דא ביי יעדן פרייז, און בכלל וויפיל אינטערעס די קאמפאני האט ביי אינוועסטירערס, און שטייטסעך אז ס'דא כמה וכמה מיני טשארטס און גרעפס, וואס דאס איז אן אינדאסטרי פאר זיך, ס'דא ריזיגע קאמפאניס וואס געבן זיך אפ מיט נאכזוכן די זאכן און שטעלן צו אפ טו די ספליט סעקאנד טשארטס ענט גרעפס.

יעצט ווען דו זאגסט אז דו מיטשעסט דיך שוין פינף יאר צו פארשטיין, וואס מינסטו דערמיט? טעקניקאל אדער פאנדאמענטאל??

איך בין נישט קיין גלויביגער אין טעכניקאל.

איך האב נוטע געווען צו פונדאמענטל.
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:20 am#388892
Re: ביטקוינס Bitcoin
הער איך וואס דו זאגסט און פון וואנעט דו קומסט.
איך האב יא א שטיקל נטיעה צו טעקניקל, אבער דא האב איך געוואלט מישן ביידע, כ'האב געהאלטן אז אויב קומט עס אן צו די 4500 געגנט האב איך עס געטראכט צו קויפן, היות ס'צו שנעל ארויף, וויל איך נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, און אזא פאל איז שב ואל תעשה עדיף
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:24 am#388893
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הער איך וואס דו זאגסט און פון וואנעט דו קומסט.
איך האב יא א שטיקל נטיעה צו טעקניקל, אבער דא האב איך געוואלט מישן ביידע, כ'האב געהאלטן אז אויב קומט עס אן צו די 4500 געגנט האב איך עס געטראכט צו קויפן, היות ס'צו שנעל ארויף, וויל איך נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, און אזא פאל איז שב ואל תעשה עדיף

איך ווייס נישט ווי ווייט אייער ידיעות איבער די טעכנישע מהלך גייט, אבער איך נאכן ליינען דעם ביכל בין איך געווארן אן אפיקורס אין טעכניקאל'ס, ס'האט פון מיר ארויסגעהאקט מיין גאנצן אמונה וואס איך האב געהאט.
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:31 am#388895

קודם האב איך הנאה צו זעהן אז דו ביזט אמאל יא געווען א מאמין בטעקניקלס
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:38 am#388896
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קודם האב איך הנאה צו זעהן אז דו ביזט אמאל יא געווען א מאמין בטעקניקלס

יא. יא. איך בין שוין אסאך אדורך אין לעבן. די טעכנישע סטאפ איז אויך א דורכגאנג אין לעבן. אזויווי לערנען אין כולל-לערנען מיט קינדער בחורים-לייף אינשורענס-ביענדעיטש. ערגעץ אין די בעגינינג סטעידזשעס טוהט מען זיך אויך אריין אין טעכניקאל'ס............
באמת גערעדט איך האב אסאך געטוהן אין פארשטיין פינאנץ און לדעתי איז טעכניקאל'ס גאנץ אפגעפרעגט.
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:28 am#388907
6188
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:40 am#388909
6304
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:51 pm#388956
זאגן זיי איצט אז די עולם טוישט איין די ביטקוין'ס צו ביטקוין קעש, וואס קען צוברענגן אז ביטקוין זאל ווערן עבר ובטל און אז ביטקוין קעש זאל אינגאנצן איבערנעמען איר פלאץ.
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 3:44 pm#388978
קורקלענד האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הער איך וואס דו זאגסט און פון וואנעט דו קומסט.
איך האב יא א שטיקל נטיעה צו טעקניקל, אבער דא האב איך געוואלט מישן ביידע, כ'האב געהאלטן אז אויב קומט עס אן צו די 4500 געגנט האב איך עס געטראכט צו קויפן, היות ס'צו שנעל ארויף, וויל איך נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, און אזא פאל איז שב ואל תעשה עדיף

איך ווייס נישט ווי ווייט אייער ידיעות איבער די טעכנישע מהלך גייט, אבער איך נאכן ליינען דעם ביכל בין איך געווארן אן אפיקורס אין טעכניקאל'ס, ס'האט פון מיר ארויסגעהאקט מיין גאנצן אמונה וואס איך האב געהאט.

איך פארשטיי בכלל נישט די 'סברא' פארוואס טעקניקעל איז בכלל א וועג פון מעסטן א ווערד, סך הכל צייגט עס אז ס'איז דא אינוועסטירער וואס 'גלייבן' אז דאס איז די ווערד, ווען זייער גאנצע גלויבונג איז באזירט אויף דאס וואס איך און דו גלייבן (און פארשטייט זיך אינוועסטירן אין דעם סטאק באזירט אויף די אמונה).
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:51 pm#388988
ווען טעכניקאל'ס קען ווען ווייזן וויפיל מענטשן זענען גרייט צו באצאלן וואלט איך דערפון געהאלטן. די פראבלעם איז אז ס'קען דאס אויך נישט ווייזן.
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 9:39 am#389068
רבותי יס איז געקומן די ידיעה די קאמאניסטןאון אטלנטיק אין ענגלאנד האט געקראכט און די אלע משקיעים מיט ביטקוין האבן דערלייגט הון תועפות
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 9:47 am#389069
אנטשולדיגט די קאמפאני אטלנטיק
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 11:18 am#389074
נישט אזוי קלאר וואס דארט גייט פאר, איך האב באקומען מיין פראפיט פון לעצטע וואך, איך מיין אז עס גייט אריבער פון איין בוס צו אן אנדערע, אדערווייל קען מען נישט מאכן קיין דיפאזעטס אדער ארויסנעמען, אבער די פראפיט קומט נאך אלטס אריין.
און אין אנדערע נייעס, ביטקוין איז צוריק ארויף צו 6560. יום נפלא!
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 9:36 pm#389146
6654
דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 10:48 pm#389191
6884
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 10:25 am#389222
א גוט מארגן טייערע חברים,
7282
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 10:43 am#389319
א גוט מארגן טייערע חברים,
7469
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 2:12 pm#389328
7669
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 3:05 pm#389330
7828
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 5:54 pm#389339
לויט ווי עס קוקט אויס גייט מען ברעכן דעם רעקארד און אריבערגיין 8000.
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 11:54 pm#389362
8014!
סעדא מענטשן וואס האבן געקויפט אין 2010 פאר אפאר סענט א ביטקוין, מאכטס דעם חשבון אויב איינער האט געקויפט אפילו נאר 1000 ביטקוינס פאר 8 סענט א שטיקעל און ער קעשט עס היינט ביינאכט קען ער גיין שלאפן מיט 8 מיליאן דאלער