פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 12:43 am#389364
סמבטיון האט געשריבן:8014!
סעדא מענטשן וואס האבן געקויפט אין 2010 פאר אפאר סענט א ביטקוין, מאכטס דעם חשבון אויב איינער האט געקויפט אפילו נאר 1000 ביטקוינס פאר 8 סענט א שטיקעל און ער קעשט עס היינט ביינאכט קען ער גיין שלאפן מיט 8 מיליאן דאלער
יענע מענטשן שטייען טאקע גוט. אבער די וואס גייען היינט אריין שטייען אויס אסאך א גרעסערע ריסק ווס אסאך א שוואכערע אפסייד.
איך פערזענליך האב דאן געהאלטן אז ס'איז א גוטע אינוועסטמענט, איצט אבער, וואס א טאג ס'גייט אדורך זעהט מען מער און מער אז די ביטקוין איז זייער נישט סקעילעבעל. עס נישט אזוי ווייעבעל צו ארבעטן ווי א וואלוטע, און וויבאלד ס'האט נישט דאס ניצן וואס מען האט פאראויסגעזעהן איז לדעתי די שוויות אסאך ווינציגער ווי די איצטיגע פרייז. דעס איז ספעציפיש אויף ביטקוין, אנדערע קריפטא-וואלוטעס זענען בעסער אין דעם הינזיכט אבער גיי ווייס וועלכע גייט זיך אויסארבייטען.
אדרבא, אז איר האט עפעס אינפארמאציע וואס קען מיר אויסקלארן וואלט איך הנאה געהאט צו הערן.