Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ביטקוינס Bitcoin

ביטקוינס Bitcoin

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
334 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 389 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5437
דינסטאג מערץ 16, 2021 1:10 pm#468601
נײגעריגער האט געשריבן:צוריק ארויף צו איבער 55!
----------
פאליטיקאנט האט געשריבן:פשטות טאקע װעלן רוב קוינס עס נישט מאכן (א שטיקל קאמפעריסאן צו עלעקטריק וויהיקלס, עס זענען דא אסאך סטארט אפס אבער ווייניג גייען זיין פון די געווינער) אסאך קוינס פון 2017 זענען שוין געווארן דיליסטעד פון אלע עקסטשעינדזשעס און אונטערגעגאנגען.

זענען פארהאַן שטאַרקע שאַנסן אז די גאָר גרויסע, װי ביטקאָין, עטעריום, לייטקאָין אא"װ, די װאס שטייען שוין אויפן סאַמע שפּיץ פאַר א לענגערע צייט, זאָלן אינגאַנצן אונטערגיין?

יא, ס'איז דא טשענס - ווייל קיינער ברענגט נישט קיינע עכטע וועליא צום טיש
דינסטאג מערץ 16, 2021 2:29 pm#468607
Re: ביטקוינס Bitcoin
נישט ממש. Ethereum [און אנדערע] ברענגען יא ערענסטע מעלות צום טיש פאר אסאך נוצן.
דינסטאג מערץ 16, 2021 2:44 pm#468608
פאליטיקאנט האט געשריבן:נישט ממש. Ethereum [און אנדערע] ברענגען יא ערענסטע מעלות צום טיש פאר אסאך נוצן.

איז דא עפעס יאניקוואס ביטקוין ברענגט צים טיש, וואס זאל עם נישט לאזען גיין ביז 0?
מאנטאג מערץ 22, 2021 8:17 am#468814
ס'איז געװען די סאַמע ערשטע, מילא װעט עס אלס האבן א חשיבות בלויז דערפאַר. און אויך איז עס באַגרעניצט.
אין פּראַקטישקייט, צו אייגנטלעך נוצן אלס דיגיטאַלישע געלט, זענען זיכער אױפגעקומען בעסערע זינט דאַן

סע האַלט יעצט באַ איבער 57
מיטוואך מאי 19, 2021 12:36 pm#473313
געטראסקעט
מיטוואך מאי 19, 2021 12:40 pm#473314
צייט צו גיין שאפינג
דינסטאג יוני 08, 2021 10:30 am#475044
איז נאכאמאל צייט צו גיין שאפינג אדער די אקס מארק חגיגה איז פאריבער?
דינסטאג יוני 08, 2021 5:42 pm#475087
איך וויל דא פרעגן פאר די מבינים : לוינט זיך יעצט צו קויפען?
מיטוואך יוני 09, 2021 3:38 pm#475191
Re: ביטקוינס Bitcoin
די פרעגסט פון אנאנימער שרייבערס אויף א אינטערנעט פארום אינוועסטמענט עדווייס?
מיטוואך יוני 09, 2021 7:16 pm#475224
ניין עס לוינט קיינמאל.
דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:48 am#475280
אין די שארט טערם קען זיך עס לוינען
דאנערשטאג יוני 10, 2021 5:49 am#475287
נאר אויב מען איז גרייט אין די שארט טערם אראפצופלאשן די געלט.
דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:40 pm#475349
איז דא אזעלכע אויטאמאטישע פראגראמען וואס האנדלן פאר דיר ? קויפן פאר ביליג און פארקויפן ווען ס'ווערט טייערער , און דאן קויפן אן אנדערע קוין וואס איז דאן ביליג?
דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:06 pm#475359
Re: ביטקוינס Bitcoin
יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).

פאר אונז פשוט'ע 'ריטעיל' איז עס נישט עכט דא.
דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:08 pm#475361
איז דא פון זיי געאייגנט פארן יחיד?
דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:17 pm#475368
Re: ביטקוינס Bitcoin
יא, אבער עס איז ממש שלעכט (און טייער).

ווען עס וואלט געווען ביליג און צוטריטלעך פאר יעדעם, וואלט עס יעדער גענוצט און עס וואלט נישט געארבעט (אדער וואלט יעדער געווען רייך)....
דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:19 pm#475370
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא, אבער עס איז ממש שלעכט (און טייער).

ווען עס וואלט געווען ביליג און צוטריטלעך פאר יעדעם, וואלט עס יעדער גענוצט און עס וואלט נישט געארבעט (אדער וואלט יעדער געווען רייך)....

לכאורה טעכניש דארף עס צו זיין אומשטאנד ? ניין?
דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:21 pm#475374
Re: ביטקוינס Bitcoin
נישט ממש.
פארגעס נישט אז די אלע אלגאריטמס זענען אויך בעיקר געבויעט אויף "פראבעביליטיס" וואס ארבעטן נאר טיילמאל.
דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:27 pm#475380
ש'כוח פאר דיר פאליטיקאנט פאר דיין לב טוב מסביר צו זיין פאר מיר די ע''ה !
פרייטאג יוני 11, 2021 10:56 am#475418
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).


ביסט זיכער מיט וואס דו זאגסט? לויט ווי איך פארשטיי זענען די החלטות צו קויפן/פארקויפן געמאכט דורך מענטשן, אפשר פארלאזן זיי זיך אויך אויף געוויסע מאדעלס וואס זייערע אלגאריטמס צייגן זיי אבער דאס קויפן/פארקויפן מאכן מענטשן. די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס העדש פאנדס און בראקערידזש הייזער האבן איז קאמפיוטערס וואס ארבייטן גאר שנעל, און דער איבעריגע מילי-סעקונדע איז וואס גיבט זיי די אויבערהאנט.


.
פרייטאג יוני 11, 2021 1:20 pm#475428
Re: ביטקוינס Bitcoin
הוגה האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).


ביסט זיכער מיט וואס דו זאגסט? לויט ווי איך פארשטיי זענען די החלטות צו קויפן/פארקויפן געמאכט דורך מענטשן, אפשר פארלאזן זיי זיך אויך אויף געוויסע מאדעלס וואס זייערע אלגאריטמס צייגן זיי אבער דאס קויפן/פארקויפן מאכן מענטשן. די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס העדש פאנדס און בראקערידזש הייזער האבן איז קאמפיוטערס וואס ארבייטן גאר שנעל, און דער איבעריגע מילי-סעקונדע איז וואס גיבט זיי די אויבערהאנט.


.
יעדע העדש פאנד ארבעט אנדערש.

נישט די גאנצע ווערט געטוען בלויז דורך קאמפיוטערס, אוואדי מאכן גרויסע חכמים אפ שווערע החלטות, בעיקר אויף שארט טערם דירעקציע (למשל אז יעצט איז געקומען די צייט צו אגרעסיוו שארטן די מארקעט אדער א געוויסע סטאק און אזוי אראפברענגען די סטאק) געבויעט אויף "מארקעט סענטימענט", אדער מער לענגערע אינוועסטמענטס געבויעט אויף פונדאמענטאל אנאליסיס, חוץ פון דעם האבן זיי אויך היי פריקווענסי טרעדינג וואס די עיקר פון דעם איז צו כאפן די "ספרעד" פון א סטאק און אזוי מאכן אפאר פיאסטער (נאר געוויסע העדש פאנד / מארקעט מעיקערס טוען דעס).


דערנאך איז דא א חלק פון די געלט אדער די גאנצע געלט וואס איז 'גע'מענעדשד' דורך אלגאריטמען, עס זענען דא אלגאריטמען וואס זענען טרענירט צו טרעידן בלויז אויף טעקניקעל טשארטס (און א קליין חלק געלט ליגט דארט) און עס זענען דא מער קאמפליצירטע וואס נעמען אין חשבון הונדערטע פאקטארן, למשל זיי מאניטערן געוויסע טוויטער אקאונטס, העדליינס פון נייעס, סאשעל מידיא 'סענטימענט', וואליום, (און סאך מער, אבער דאס איז אן אריכות).
למשל א קאמפאני קען באריכטן אומגעראכטענע הויעכע רעוועניו אבער אביסל ווייניגער ערנינגס צוליב אן איינמאליגע עקספענס - פאר א שנעל וואקסענדע (Growth) קאמפאני איז דאס גאר גוטע נייעס, אבער אלגאריטמס קענען דאס אויסטייטשן שלעכט (מיססד עקספעקטעישענס) און די קאמפאני וועט טראסקענען די קומענדיגע טאג....


כבר היה אז אלגאריטמס האבן געקראכט א סטאק אדער די מארקעט, אין 2010 איז געווען א 'פלעש קרעש' פון 35 מינוט וואס האט אראפגעברענגט די 'דאו' 1000 פוינטס בלויז פון אן אלגאריטם מיסטעיק.

m https://en.m.wikipedia.org/wiki/2010_flash_crash m
פרייטאג יוני 11, 2021 2:36 pm#475437
א געניאלע בייפאל האב איך היינט געזעהן אויף רעדדיט פאר ניו יארקע איינוואוינער וואס ווילן סטעיקן, פארלייען קריפטאו דורך בלאקפיי, און נאך זאכן וואס זענען אומלעגאל אין ניו יארק, איז פארמען אן LLC אין אן אנדערע סטעיט און די LLC זאל עפענען די טרעידינג אקאונט. קען זיין אז אנדערע דא טוען עס שוין אבער מיר איז עס נישט בייגעפאלן.
זונטאג יוני 13, 2021 7:46 pm#475549
רויטערס באַריכטעט אז על סאַלװאַדאָר איז די ערשטע לאנד װאו ביטקאָין װעט פאררעכנט װערן װי לעגאַלע װאַלוטע

א שטארקע געװינס פאר ביטקאָין, און קריפּטאָו בכלל
זונטאג יוני 13, 2021 7:47 pm#475550
ווען האבן זיי עס באריכטעט?
זונטאג יוני 13, 2021 7:48 pm#475551
June 9

m https://www.reuters.com/world/americas/ ... 021-06-09/ m

Under the law, bitcoin must be accepted by firms when offered as payment for goods and services. Tax contributions can also be paid in the cryptocurrency

כ'זעה יעצט אז מע רעדט שוין דערפון בקצרה אינעם דערנעבנדיגן אשכול:
l viewtopic.php?f=25&t=12014&start=50 l
"פאליטיקאנט" זאגט דארט אז ס'מיינט גארנישט, אהן א הסבר... :D
פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:37 am#484141
כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
פרייטאג אקטאבער 29, 2021 8:51 am#484160
קאצקע ציקער האט געשריבן:כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.

עס איז מזל און גאטס.
פרייטאג אקטאבער 29, 2021 10:34 am#484166
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.

עס איז מזל און גאטס.

על פי שכל לוינט זיך צו קויפן ווען מען האט געזעהן דעמאלטס ווי סהייבט זיך יא שכל
פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:56 am#484177
Re: ביטקוינס Bitcoin
איינער וואס האט דאן געקויפט "און געהאט שכל", וואלט פארקויפט ביי 300, אדער 600.
פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:21 pm#484181
קאצקע ציקער האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:כאפט א שרעק, ווען דעי אשכול האט זיך געפענט איז ביטקוין געווען 150$ דער וואס האט געהאט דעמאלטס די שכל און געקויפט איז היינט א מיליונר
שכל איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל עפ"י שכל לוינט זיך נאך אלס נישט צו קויפן.

עס איז מזל און גאטס.

על פי שכל לוינט זיך צו קויפן ווען מען האט געזעהן דעמאלטס ווי סהייבט זיך יא שכל

כעין דברי פאליטיקאנט, איינער וואס האט געהאט שכל און געקויפט דעמאלס, ווען וואלט זיין שכל איהם געזאגט צו פארקויפן?
פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:03 pm#484185
איך הער
זונטאג יוני 19, 2022 10:12 pm#502544
ביטקוין טראסקעט זינט גרייכען די אסטרענאמישע סומע פון $68,000 נאוועמבער 21'
עס האט די וואך דערגרייכט אונטער $20,000!
עס בלייבט בלויז איבער צו שפעקעלירען צו עס גייט ווייטער גליטשען אדער צוריג ארויפגיין אין די קומענדיגע וואכען /חדשים ( אני הקטן האט געקויפט ביי 10k)
מיטוואך יוני 22, 2022 5:11 pm#502759
Bitcoin could plunge even further to a low of $13,000
m https://www.cnbc.com/2022/06/22/bitcoin ... warns.html m
מיטוואך יוני 22, 2022 10:18 pm#502794
Re: ביטקוינס Bitcoin
It "could" even plunge to zero.

אלעס וואס ווערט געטרעידט אויף א פרייע מארקעט קען גיין צו זערא!
נאר די כללים פון סופליי און דימענד זענען גילטיג, און ממילא מאכט נישט אויס וואס די "אנדערלייאינג" איז כלומרשט ווערט, אדער די אפיניאן פון 'עקספערטן'.
אויב זענען דא מער קויפערס גייט עס ארויף, אויב מער פארקויפערס דאן גייט עס אראפ.
עס איז אויך נישטא קיין לימיט וויפיל עפעס קען פאלן אדער ארויפגיין, סא, גארנישט איז צו ביליג אדער צו טייער.

One of the great paradoxes of the Market, is that what seems expensive usually gets more expensive and what looks cheap often gets cheaper.