Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ביטקוינס Bitcoin

ביטקוינס Bitcoin

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
334 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 389 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5437
מיטוואך פעברואר 07, 2018 7:21 pm#395041
Re: ביטקוינס Bitcoin
א איד האט געשריבן:איינער קען מיר העלפן מיט 3000$ ווערט ביטקוין ASAP????
Will but is for 50 פראצענט אראפ
מיטוואך פעברואר 07, 2018 7:22 pm#395042
Re: ביטקוינס Bitcoin
או אינו האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:איינער קען מיר העלפן מיט 3000$ ווערט ביטקוין ASAP????
Will but is for 50 פראצענט אראפ
איך שלאג פאר ציקויפען פאר פיפציג פראצענט הנחה
מיטוואך פעברואר 07, 2018 8:17 pm#395045
Re: ביטקוינס Bitcoin
איינער האט מיר שוין פארקויפט אן קיין בעדינגונגען
זונטאג פעברואר 11, 2018 11:02 pm#395347
8517
מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:12 am#395609
9295
מיטוואך פעברואר 14, 2018 1:06 pm#395620
Re: ביטקוינס Bitcoin
נאך א שטיק צייט אראפפאלן הייבט זיך שטייטליך צוריק, און די וואס האבן געהאט געדולד מאכן צוריק דאס געלט מיט רווח
מיטוואך פעברואר 14, 2018 4:53 pm#395632
איך דארף אפילו נישט עפענען די אשכול צו וויסן אויב ביטקוין איז ארויף אדער אראפ. אויב ATUB @קורקלענד ATUB האט לעצט געקאמענט מיינט עס אז ס'איז געפאלן, און אויב ATUB @סמבטיון ATUB האט לעצט געשריבן איז ביטקוין ארויף.

דערווייל האלט מיין 300 פון ביטקוין ביי 172, און מיין 95 פון עטעריאום ביי 180.
דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 4:18 pm#395680
10204
מוצ"ש פעברואר 17, 2018 11:02 pm#395758
Re: ביטקוינס Bitcoin
סמבטיון האט געשריבן:10204
א גוטע וואך סמבטיון; מ'האלט שוין א טויזענטער מער 11200
מאנטאג פעברואר 19, 2018 10:21 pm#395975
11548
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 4:38 pm#396174
און יעצט צוריק אראפ צו......... 9994
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 8:51 pm#396186
העי דאס איז קורקלענדס דשאב..

דשאסט פאר דע רעקארד: איך האלט עס איז ווערט זירא פוינט זירא דאלער.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 12:22 am#397500
$7862
זונטאג מערץ 18, 2018 12:22 pm#397712
$7337
זונטאג מערץ 18, 2018 6:47 pm#397737
8177
מאנטאג מערץ 19, 2018 9:23 pm#397821
8579
דינסטאג מערץ 20, 2018 10:05 am#397854
Bitcoin
איך האב געקויפט (נישט קיין סאך) אבער וויבאלד איך האב עס געקויפט מיט קרעדיט קארד קען איך עס נישט פארקויפן. "להתוודע ולהוגלות")
דינסטאג מערץ 20, 2018 1:39 pm#397872
8875
דינסטאג מערץ 20, 2018 10:27 pm#397898
9021
פרייטאג מערץ 30, 2018 3:23 am#398758
$6898
פרייטאג מערץ 30, 2018 1:03 pm#398770
סמבטיון האט געשריבן:6654
מאנטאג מאי 28, 2018 7:21 pm#403710
US Justice Department reportedly opens criminal investigation into bitcoin price manipulation
m https://www.cnbc.com/2018/05/24/us-open ... mberg.html m
זונטאג יוני 24, 2018 1:47 am#407001
$5923.50
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 8:06 pm#416652
5571
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 3:30 pm#416693
מעג מען נוצן ביטקוינס פאר א פדיון הבן?
אין סאטמער דרייט זיך ארום די לעצטע פאר יאר א אינגערמאן מיט א גאונישן מוח און גיבט דרשות איבער אלץ און אלעמען, א געמיש פון היסטאריע מיט הלכה מיטן נאמען שלום שרגא פייש פאפלאנאש נ"י ער האט לעצטענס געגעבן א שיעור ערגעץ אין מאנסי איבער די השתלשלות פון געלט, און די הלכהדיגע פולמוס איבער דעם דורכאויס די היסטאריע.

אויב האט איר געדולד, ס'איז זייער אינטערסאנט.

845-414-1199
4#
9#
73#
מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 3:40 pm#416849
$4877
מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 11:32 pm#416868
Re: ביטקוינס Bitcoin
ב"ה, דערווייל זעהט אויס אז איך האב געטון איין מוצלחדיגע זאך אין לעבן. נישט געקויפט ביטקוין איין יאר צוריק
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:25 am#416872
Re: ביטקוינס Bitcoin
די אנגעבליכע סיבה פארוואס ביטקאון פאלט אזוי איז ווייל ס'דא א גרויסע מלחמה צווישן צווי פראקציעס אינערהאלב ביטקאון קעש וואס איז נארוואס צוטיילט געווארן, איינס ביטקאון קעש עי בי סי, ס'אנדערע איז ביטקאון קעש עס ווי, ס'אזוי ווי די די אלטע חסידים מיט די נייע שלאגן זיך ארום ארויסצוברענגן ווער זענען די עכטע פארגייערס.

"קרעיג רייט" אן אויסטרעלישער קאמפיוטער סייענטיסט און ביזנעסמאן, רעפרעזינטירנדיג דעם ביטקאון קעש עס ווי, און זעלבסט געקרוינטער "סעטאשי נעקעמאטא" טענה'ט אז ער איז דער ריכטיגער סעטאשי נעקעמאטא און נאר ער האט דער ריכטיגער וויזיאן ווי אזוי ביטקאון און פארוואס ביטקאון איז באשאפן געווארן משא"כ "ראדזער ווער" איז נישט דער ריכטיגער. סטראשעט אז ער גייט ווייזן די וועלט ווער ס'איז טאקע דער ריכיטיגער סעטאשי נעקעמאטא, און אז ער קען אראפברענגן די ביטקאון פרייזן ביזן תהום, מיט דעם וואס ער קען דאמפען א שלל מיט ביטקאונס וואס ער פארמאגט און קיינער ווייסט נישט וויפיל ער פארמאגט טאקע.
און למעשה טוט ער וואס ער האט צוגעזאגט, און די פרייזן טראסקענן מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, לאמיר האפן אז ער וועט זיך שנעל בארואיגן און יעדער זאל צוריק מאכן אלף פעמים ככה ושלא ישמע עוד פארלוסטן בכל מחנינו
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:29 am#416873
Re: ביטקוינס Bitcoin
למעשה האבן צוויי גרויסע קריפטא עקסטשעינדזשעס אנגענומען אז ביטקאון קעש עי בי סי זענען די ריכטיגע און זיי זענען די עכטע ביטקאון חסידים, און פארגייערס פון ביטקאון, און די ביטקאון קעש עס ווי זענען סתם צולאזטע ציווילדעוועטע חסידים וואס זענען א סכנה פאר די מענטשהייט.
און דאס איז וואס דער קרעיג רייט האלט נישט אויס, סטראשענדיג אז ער וועט ווייזן פאר די וועלט ווער ס'זענען די אמתדיגע חסידים,
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:10 am#416906
סאטאושי פארפיגט אויף די בראשית בּלאַק פון ביטקוין, לעצטע עתה האט ער עס נישט גערירט פון ארט. אז איינער וויל אויפווייזן אז ער איז די אמת סאטאושי וועט ער דארפן ווייזן אז ער האט קאנטראל אויף די בראשית בּלאַק..... אדערווייל זיצט דער בראשית בּלאַק גענצליך איזאלירט.

די זאך איז אבער אז נישט נאר ביטקוין איז שטארק געפאלן, אלע קרפיטאוס האבן ענליך געטראסקעט.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:44 pm#416982
נאכאמאל, עס איז ווערט $0.00. ווארען באפעט פארשטייט נאך אזוי גוט צו קראנטע אינוועסטמענטס ווי סיי וועלכע סאטושי.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:57 am#417014
Re: ביטקוינס Bitcoin
איך אויך האט געשריבן:נאכאמאל, עס איז ווערט $0.00. ווארען באפעט פארשטייט נאך אזוי גוט צו קראנטע אינוועסטמענטס ווי סיי וועלכע סאטושי.
ווארען באפעט האט אוועק געמאכט די טעק בום אויך, און נאר יארן שפעטער האט ער אינוועסטירט דערין און אויך נישט קיין סאך, ער איז בעצם נישט קיין טעק אינוועסטאר. אבער דאס מיינט נישט אז טעק אין סיי וואספארא פארום איז נישט קראנט
מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 8:53 pm#417247
$3780
זונטאג אפריל 07, 2019 10:33 pm#428032
Re: ביטקוינס Bitcoin
לאור צו די אויפוואכונג פון ביטקוין איז כדאי צוריק אויפצולעבן דעם אשכול.
1BTC=$5280
ס'דא וואס טענה'נן אז דאס מאל נאך אזא לאנגע פאזע און טיפע קארעקשן איז דא גרויסע טשאנסן אז דאס זאל ארויפגיין ביז $50000.00
מאנטאג אפריל 08, 2019 9:29 am#428047
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:לאור צו די אויפוואכונג פון ביטקוין איז כדאי צוריק אויפצולעבן דעם אשכול.
1BTC=$5280
ס'דא וואס טענה'נן אז דאס מאל נאך אזא לאנגע פאזע און טיפע קארעקשן איז דא גרויסע טשאנסן אז דאס זאל ארויפגיין ביז $50000.00

אלס פיין פאר גבירים.. Can go wrong...
אבער עמך יודן זאלען נישט נעמען די Risk..

עמך יודן נישט אינוועסטירן אין Bitcoin..
מאנטאג אפריל 08, 2019 10:49 am#428056
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:לאור צו די אויפוואכונג פון ביטקוין איז כדאי צוריק אויפצולעבן דעם אשכול.
1BTC=$5280
ס'דא וואס טענה'נן אז דאס מאל נאך אזא לאנגע פאזע און טיפע קארעקשן איז דא גרויסע טשאנסן אז דאס זאל ארויפגיין ביז $50000.00

ס' דא וואס טענעהן! ווער איז דער דא ??
אני הקטן האב משקיע געווען אין ביטקוין אריינגעלייגט ווען געווען 3 . געווען דארטן ווען געווען 20. ארויסגעשלעפט ווען געווען 6.
איין זאך קען איך נאר זאגן
איך האב דעם נושא אדורכגעטוהן שעות פאברענגט. גערעט מיט פארשידעענע אזוי גערופענע עקספערטן קיין איינער אין דער גאנצע וועלט האט מיר נישט געקענט הינדערט פראצענט געבן צי פארשטיין וואס פונקטליך רוקט זיך דא.
מיין פריוואטע מסקנא: איך האב א שטארקע געפיל אז דא זיצן אפאר ליצים מיט פיזאמעס און פאנטאפעל מיט לעפ טאפס אין דער האנט און לאכן מיט הויכע טענער הא הא הא

רבותי! לייגט געלט און פארזיכערטע ערטער וואס איר פארשטייט וואס איר טיט! נישט אין א זאך וואס איז אנאנים!! און מען דארף אזוי זיין א ריזיגע מומחה צי קענען באמת פארשטיין!
מאנטאג אפריל 08, 2019 1:30 pm#428065
נישט נאר אויף הונדערט פאצענט נאר אפילו אויף א הונדערטסטעל פון א פראצענט קען דיר קיינער אין די וועלט נישט מסביר זיין ווי אזוי ווען דיין קאמפיוטער 'רעדט' מיט נאך טויזנט קאמפיוטערס ווערט 'באשאפן' געלט.

עס אז גאר קלאר אז דאס אין איין ריזיגע סקעם.
דינסטאג אפריל 09, 2019 9:28 am#428127
איך אויך האט געשריבן:נישט נאר אויף הונדערט פאצענט נאר אפילו אויף א הונדערטסטעל פון א פראצענט קען דיר קיינער אין די וועלט נישט מסביר זיין ווי אזוי ווען דיין קאמפיוטער 'רעדט' מיט נאך טויזנט קאמפיוטערס ווערט 'באשאפן' געלט.

עס אז גאר קלאר אז דאס אין איין ריזיגע סקעם.

דאס אין איין ריזיגע סקעם?
איך מיין ס'איז א ריזיגע Risk..
דינסטאג אפריל 09, 2019 10:50 am#428128
חיים יואל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:נישט נאר אויף הונדערט פאצענט נאר אפילו אויף א הונדערטסטעל פון א פראצענט קען דיר קיינער אין די וועלט נישט מסביר זיין ווי אזוי ווען דיין קאמפיוטער 'רעדט' מיט נאך טויזנט קאמפיוטערס ווערט 'באשאפן' געלט.

עס אז גאר קלאר אז דאס אין איין ריזיגע סקעם.

דאס אין איין ריזיגע סקעם?
איך מיין ס'איז א ריזיגע Risk..

א RISK איז א זאך וואס די קענסט געבן צי פארשטיין ווי אזוי די קענסט פארדינען און וויפול טשאנס צי פארלירן און פארוואס
א SCAM איז א זאך וואס איז סתם באלאניס אין דער וועלט אריין וואס מען רעט ציד יר א שפראך וואס די הייבסט ניטאמאל אן צי פארשטיין נאר די גייסט משקיע זיין ווייל מען איז דיך מסביר אז די גייסט ווערן א גביר איבערנאכט
דינסטאג אפריל 09, 2019 1:19 pm#428151
אז די פארשטייסט נישט פונטקליך ווי אזוי עס ארבעט מיינט נישט אז עס איז א סקעם ,
ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט על רגל אחת אבער איך ווייס פון מענטשען וואס טוען אין פראגראמינג וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי עס ארבעט,
אויך רעדט מען נישט דא פון עפעס א געהיימע פארשוין וואס זיצט אין אינדיע אדער פאקיסטאן און סקעמ'ט מענטשען , ס'איז דא אסאך באקאנטע פראמאנירטע מענטשען וואס זענען ארויסגעקומען מיט נייע coins ווייל זיי האלטן אז ס'איז דא א עתיד און דעם,
אסאך פון דעיע איז גרינג צו פארשטיין ווי אזוי מען קען מאכן געלט פון דעם, זיי זאגן אז עס קען נעמען צייט ביז האנדלען דורכ'ן blockchain וועט ווערן עובר לסוחר.
דינסטאג אפריל 09, 2019 2:21 pm#428153
Re: ביטקוינס Bitcoin
קומזיץ האט געשריבן:ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט על רגל אחת אבער איך ווייס פון מענטשען וואס טוען אין פראגראמינג וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי עס ארבעט

כ'האב גראדע געטראפן אן אנליין בחנם'דיגע קורס (פאר פראגרעמערס) וואס לערנט אויס וויאזוי קריפטא-קורענסיס ארבעטן, און וויאזוי צו מאכן אן אייגענע. כ'בין גראדע גאנץ אינטערעסירט דערין נאר כ'האב נישט אזויפיל צייט דערפאר.
דינסטאג אפריל 09, 2019 2:34 pm#428156
קומזיץ האט געשריבן:אז די פארשטייסט נישט פונטקליך ווי אזוי עס ארבעט מיינט נישט אז עס איז א סקעם ,
ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט על רגל אחת אבער איך ווייס פון מענטשען וואס טוען אין פראגראמינג וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי עס ארבעט,
אויך רעדט מען נישט דא פון עפעס א געהיימע פארשוין וואס זיצט אין אינדיע אדער פאקיסטאן און סקעמ'ט מענטשען , ס'איז דא אסאך באקאנטע פראמאנירטע מענטשען וואס זענען ארויסגעקומען מיט נייע coins ווייל זיי האלטן אז ס'איז דא א עתיד און דעם,
אסאך פון דעיע איז גרינג צו פארשטיין ווי אזוי מען קען מאכן געלט פון דעם, זיי זאגן אז עס קען נעמען צייט ביז האנדלען דורכ'ן blockchain וועט ווערן עובר לסוחר.

סקעם איז מעגליך אומריכטיג (ווענגלייך ס'איז זיכער די מערסטע באנוצטע קארענסי ביי שווינדלער...)

אבער ס'איז קלאר אז ס'פעלט אין דעם די יסודות אויף וואס א קארענסי איז געבויעט, קיינער מאכט נישט אוועק די געלונגענע טעכנאלאגיע, און זאל די אמעריקאנע גאווערמענט ארויפלייגן דעם דאלער אויף א בלאקטשעין סיסטעם וואלט עס זיכער פאראויסגערוקט די וועלט, אבער א ביטקוין אן קיין שום סיבה פארוואס דאס זאל ווערט זיין איז טאקע נאר ווערט ווילאנג ס'איז אין די נייעס.
דינסטאג אפריל 09, 2019 3:45 pm#428160
יעקב מענטש האט געשריבן:

די סיבה איז ווייל אסאך מענטשען גלייבן אין אזא קארענסי וואס איז נישט מוניפולירט ביי רעגירונג וכד' און ס'איז דא א מקסימום פון ביטקוין'ס וואס קענען ווערן פאבריצירט ,
די אלע אנדערע גרויסע coins האבן אויך יעדער זיין איינפאל און אייגענארטיקייט פארוואס עס זאל ווערן א עובר לסוחר און בדרך כלל די וואס שטייען אין שפוץ פון דעם זענען באקאנטע מענטשען וואס מענטשען שפירען אז מען קען זיך פארלאזן אויף זיי
דינסטאג אפריל 09, 2019 5:48 pm#428171
דאס אז ס'איז דא א מאקסימום מאכט עס נאכנישט ווערד (און בכלל דאס אז קיינער איז נישט קאנטראל מאכט דאס נאך מער אומזיכער, קען אמאל זיין א העקער וואס וועט אויסטרעפן וויאזוי צו פראדוצירן מאסן ביטקוינס, און ס'איז נישטא קיינער וואס זאל נעמען אחריות)

די סיבה פארוואס מענטשען גלייכן דעם אמעריקאנעם דאלער צו דעם בריטישן פונט איז פאר די איינציגע סיבה ווייל ס'איז דא איינער אין קאנטראל וואס פארזיכערט איר ווערד, ער וועט איינציען סופליי אויב ס'טראסקעט און וועט מאכן לויזערע פאליסיס אויב ס'גייט צו שנעל ארויף.
דינסטאג מאי 21, 2019 10:15 am#430830
Re: ביטקוינס Bitcoin
ברעקינג: יעצט אין די נייעס, די אמעריקאנער קאפירייט אפיס קאנפאמירט ווער דער סעטאשי נאקאמאטא איז, און ס'נישט קיין אנדערער ווי קרעיג רייט, וואס האט א גאנצע צייט געטענה'ט אז ער איז דער וואס האט אויסגעטראפן ביטקוין און געשריבן דעם ווייסן פאפיר, און קאוד.
U.S. Copyright Office: Craig Wright Authored Bitcoin White Paper And Is Satoshi Nakamoto

m https://coingeek.com/bitcoin-creator-cr ... -and-code/ m
פרייטאג מאי 24, 2019 5:23 pm#431016
יעקב מענטש האט געשריבן:דאס אז ס'איז דא א מאקסימום מאכט עס נאכנישט ווערד (און בכלל דאס אז קיינער איז נישט קאנטראל מאכט דאס נאך מער אומזיכער, קען אמאל זיין א העקער וואס וועט אויסטרעפן וויאזוי צו פראדוצירן מאסן ביטקוינס, און ס'איז נישטא קיינער וואס זאל נעמען אחריות)

די סיבה פארוואס מענטשען גלייכן דעם אמעריקאנעם דאלער צו דעם בריטישן פונט איז פאר די איינציגע סיבה ווייל ס'איז דא איינער אין קאנטראל וואס פארזיכערט איר ווערד, ער וועט איינציען סופליי אויב ס'טראסקעט און וועט מאכן לויזערע פאליסיס אויב ס'גייט צו שנעל ארויף.

טעארעטיש האט די קאנצעפט פון א פיינייט באגרעניצטע צאל געדארפט ביישטייערן צום ווערד. למעשה איז עס נישט אזוי באגרעניצט וויבאלד ס'זענען דא זייער אסאך אָלט קאונס וואס זענען אויך אנגענומען פאר גוט ווערד. און אז די פובליק שעצט די אָלט קוינס אויך ווייזט דאס אז ס'נישט באגרעניצט.

מענטשן זענען באזארגט אויף די רעגירונג'ס קאנטראל אויף וואלוטע, זיי האלטן אז ס'וואלט אסאך בעסער געווען ווען די רעגירונג וואלט נישט אינטערווענירט בכלל. דאס אז זיי קאנטראלירן עס ברענגט אראפ די ווערד פונעם וואלוטע מיט די צייט. און טאקע דאס איז די שטארקייט פון ביטקוין אז מ'קען עס נישט קאנטראלירן.

אייערע חששות אויף א העקער איז האלב פאלש און האלב ווייט שטרעקיג. אזויפיל יא, די אמעריקאנער דאלער זענען שוין אסאך געוואויר געווארן וויאזוי עס צו פראדוצירן.... און די וועלט פארט ווייטער...
מאנטאג מאי 27, 2019 9:55 pm#431168
מ׳האט שוין לאנג נישט אפדעידעט די נאמבער.
ביטקוין האט זיך זייער שטארק ארויף געריקט.
שטייט עס יעצט ביי
8,786.57
דינסטאג יוני 25, 2019 12:05 pm#432305
שוין א לאנגע צייט נישט געשריבן דא, העללא אלל ביוטיפעל פיפעל (קרעדיט מיכאל)
ביטקוין דראפעט זיך צוריק ארויף
11365