Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ביטקוינס Bitcoin

ביטקוינס Bitcoin

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
334 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 389 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5437
דינסטאג יוני 25, 2019 2:45 pm#432308
Fool me once, shame on you. Fool me twice, shame on me.
דינסטאג יוני 25, 2019 10:19 pm#432329
11850
מיטוואך יוני 26, 2019 12:10 am#432335
12250
מיטוואך יוני 26, 2019 9:21 am#432341
12850
מיטוואך יוני 26, 2019 12:53 pm#432353
13,356.70
מיטוואך יוני 26, 2019 1:03 pm#432354
13,599.90
מיטוואך יוני 26, 2019 4:07 pm#432359
13800
מיטוואך יוני 26, 2019 5:21 pm#432363
What a dive
12300
דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:22 pm#432403
The value of 1 bitcoin now, is
$10,834.50
דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:41 pm#432417
and back up to
11500
דינסטאג פעברואר 04, 2020 7:12 pm#442526
זיי האבן געטוישט די נאמען פון ביטקוין צו טעסלא.....
פרייטאג מאי 08, 2020 8:20 am#448109
Re: ביטקוינס Bitcoin
ביטקוין איז יעצט $9872 אויפן וועג צו 10k
בערך א חודש צוריק (March 12) איז עס געווען $4800בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 10, 2020 11:28 pm#448310
Re: ביטקוינס Bitcoin
רבותי, אין ווינציגער פון זיבעצען שעה גייט ביטקאון צוטיילט ווערן אין האלב, וואס איז אייער פראדיקשן, וויאזוי גייט עס אפעקטן די פרייז? הן פון די ביטקאון אליינס און סיי פון די גענעראלע אלטקאון מארקעט??
זונטאג מאי 10, 2020 11:32 pm#448314
Re: ביטקוינס Bitcoin
ווער מאכט די טויש?
כ'האב פארשטאנען אז עס האט נישט קיין פירערשאפט נאר עס איז decentralized, ניין?
מאנטאג מאי 11, 2020 12:12 am#448325
Re: ביטקוינס Bitcoin
דער מייסד פון ביטקאון, ווער ס'איז, האט עס ערפינדן, האט עס Encoded אינעם פראטאקאל, ס'נישט קיין זאך וואס מ'קכן טוישן אדער אנדערש מאכן, ס'איז כתוב וחתום. מ'ווייסט פונקטליך ווען די לעצטע האלבינג גייט פארקומען.
מאנטאג מאי 11, 2020 3:35 am#448347
Re: ביטקוינס Bitcoin
דאס פאסירט יעדער 4 יאר אטאמעטיש


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 11:25 pm#463022
שיסט נאך אמאל ארויף. וועט עס איבערגיין 19 טויזענט?
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 2:52 pm#463191
און אין אנדערע נייעס איז די ביטקוין געטראסקעט צו 16000
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 8:57 pm#463212
Re: ביטקוינס Bitcoin
די ערשטע מאל איך האב אינוועסטירט אין קריפטא, איז געווען אריבער 5 יאר צוריק - יא, נאך פאר די גרויסע קריפטא באאם פון 2017 - איך האב דורכגעטאן בלאקטשעין טעכנאלאגיע, און די געדאנק פון א אומאפהענגיקע וואלוטע (decentralized currency), עס מאכט שטארק סענס און איך בין א הייסע אנהענגער דערפון.
דעמאלט האב איך אריינגעלייגט אין קוינס וועלכע איך האב געהאלטן גייען איבערנעמען און באמת ווערן א וואלוטע, אלע קריפטא אין וואס איך האב אינוועסטירט האבן געברענגט עפעס ניי צום טיש, צו בעסערע / שנעלערע טעכנאלאגיע, צו א פרישע געדאנק (איך בין געווען פון די פריע אינוועסטארס אין ADA, XLM, DOGE, XRP און נאך), געהערט האב איך ווארען באפעט'ס קאממענטס איבער דעם (ראט סם), אבער איך האב געהאלטן ער איז צו אלט און אז דשעימי דימאן די סי אי או פון טשעיס (וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט פאזיטיוו איבער דעם) פארשטייט בעסער צו היינטיגע רעיונות...

למעשה נאכן ליינען מער פון אלע זייטן האב איך זיך צוביסלעך אפגעשאקלט דערפון און ארויסגעצויגן רוב ניכר פון מיין געלט (בהפסד מרובה... און דאס שוין נאכן זיין פאר א שטיק צייט מיט איבער טויזענט פראצענט רווח!) די געדאנק פון אן אומאפהענגיקער אומקאנטראלירטע וואלוטע האלט איך נאך יא גאר שטארק, אבער פון די אלע קריפטא האלט איך נישט אלס אן אינוועסטמענט בעיקר וועגן די חשבון:

אנדערש ווי סטאקס וועלכע האט א קאמפעני אונטער זיך, און יעדע 'שעיר' איז א חלק שותפות אינעם געשעפט, איז די גאנצע ווערט פון קריפטא נאר ווייל אסאך מענטשן האבן באשלאסן אז דאס איז ווערט (אזויווי די דאלאר), איז היות עס איז דא מער ווי איין קריפטא וואלוטע, איז נישטא קיין סיבה אז א ספעציפישע וואלוטע זאל ווערן אנגענומען מער ווי די אנדערע, און נייע קענען און וועלן האלטן אין איין צוקומען, איז ווי נאר מענטשן באשליסן אז א צווייטע קריפטא איז 'די זאך', פארלירט די ערשטע איר גאנצע שוויות פשוטו כמשמעו! (אביסל ענליך צו די טוליפ מעניע וועלכע איז פארגעקומען 400 יאר צוריק, הגם דא איז אביסל אנדערש ווייל עס איז נישט א חפץ נאר א געדאנק פון א וואלוטע)

אז מארגן קומט טעלעגראם אדער גוגל ארויס מיט א קריפטא, וועלן זיי איבערנעמען א שיינע חלק פון די אנדערע "אלטקוינס" אין א רגע. - אויב גייט קריפטא אנהייבן ווערן מער באנוצט, גייט דאס פאסירן! עס איז שווער צו זאגן אז די יעצטיגע קוינס וועלן פארבלייבן אין באנוץ דעמאלט.

ועוד וויבאלד רוב פון די קוינס זענען אינגאנצן אומאפהענגיק, קען מען עס נישט אפדעיטן, ממילא איז עס נישט פארזיכערט פון קומענדיגע טעכנאלאגיע (א שטייגער ווי קוואנטום קאמפיוטערס).


לסיכום, מיט אלע שיינע געדאנקען און אידעאלאגיע איז די יעצטיגע קריפטא וועלט נאך אלס בלויזע הייפ און שפעקולאציע, דאס אז ווערט מער אנגענומען ביי אינסטיטוציעס איז ווייטער בלויז שפעקולאציע, און די גאנצע באבל קען צוזאםקראכן יעדע ליאדע מינוט (געוויסע טענה'ן אפילו אז די סיבה פאר די גרויסע קראך צוויי יאר צוריק איז בעיקר געקומען פון פשוטע מענטשן וועלכע האבן ארויסגעצויגן זייערע רווחים פאר טענקסגיווינג, פשוט ווייל זיי האבן געדארפט די געלט).
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 4:17 pm#463419
לכאורה אויב א אנערקענטע רעגירונג וועט ארויסשטעלן א קריפטא קארענסי וועט עס האבן די שטארקייט וואס פעלט זיך אויס, ס'איז שייך אז אזא זאך זאל געשעהן?
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 10:54 pm#463440
Re: ביטקוינס Bitcoin
אוואדי איז שייך אין פאקט האט די ווענעזועלע גאווערנמענט דאס שוין (פרובירט) צו טון, ארויסגעבן א קריפטא וואלוטע גערופן Petro - PTR / XPD, וועלכע איז "בעקד" ביי אויל, עס האט זיך עפעס נישט אויסגעארבעט און איז אין דער ערד.

ווי אויך האבן כינע און אנדערע גרויסע לענדער אריינגעקוקט אינעם מעגליכקייט פון אריבערגיין צו קריפטא, אבער פארשטייט זיך דאס וועט ווייטער זיין אונטער קאנטראל פון די רעגירונג, דהיינו 'סענטרעלייזד'(עס וועט ארבעטן פונקט ווי קרעדיט קארדס, - די מעלה פאר די גאווערנמענט איז אז עס וועט גאר שטארק פארשווערן האנדלן שווארץ, און וועט עלימינירן געלט פעלשערייען). טשעיס האט אויך דעוועלאפט א קריפטא וואס זיי נוצן 'אין האוז' צו טראנספערירן געלט שנעל און פארזיכערט.

אבער אפי' אויב דאס פאסירט טוישט עס גארנישט פונדאמענטאל, אויב עפעס גייט עס נאר אוועקנעמען פון די יעצטיגע גרויסע קריפטאס.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 9:07 pm#464296
אוי מיי גאש.
נעכטן געווען 19 היינט ארויף געשאסן ווי משוגע צו 23.6. דערנאך עטוואס געגליטשט צו 22.
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 3:51 am#464694
נאך אביסל שפרינגט ער אריבער 28K.
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 12:06 am#464963
29K.
זונטאג יאנואר 03, 2021 2:59 am#465039
שיסט ארויף אן אפשטעל. שוין געווען אריבער 34.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 10:06 pm#465305
היינט אריבער 40.
פארוואס ווערט די וועלט צודרייט פאר פונקט די קוין ווען עס זענען דא אזוי פיל אנדערע און יעדן טאג ווערט נייע?
מיטוואך פעברואר 17, 2021 12:33 am#467140
שוין געווען איבער 50!

עמינדב האט געשריבן:פארוואס ווערט די וועלט צודרייט פאר פונקט די קוין ווען עס זענען דא אזוי פיל אנדערע און יעדן טאג ווערט נייע?
מיטוואך פעברואר 17, 2021 12:47 am#467141
יעדע מאל ס’קומט אן צו נאך א מיילשטיין עס איך מיך אויף פארוואס איך האב נישט געקויפט, אבער יעדע מאל טראכט איך אז דאס מאל איז עס צו הויעך צו קויפן, און איך קויף נישט, און איך האב חרטה נאכאמאל.
מוצ"ש פעברואר 20, 2021 10:50 pm#467253
Re: ביטקוינס Bitcoin
די עצה דערויף אין דשענעראל איז צו קויפן א חלק, דערנאך אויב עס פאלט צוקויפן נאך.
עס הייסט Dollar Cost Averaging - DCA.
זונטאג פעברואר 21, 2021 12:51 pm#467282
דאס איז נישט DCA
ווער זאגט דיר ווען הייסט הויעך און ווען נידריג

DCA וועט מיינען - קויף א יעדע חודש-וואך פאר 100
זונטאג פעברואר 21, 2021 7:37 pm#467324
Re: ביטקוינס Bitcoin
DCA
האט נישט צוטון מיטן קויפן יעדע חודש / וואך, דאס איז להיפך, recurring buying איז א סטראטעגיע וואס זאגט אז דו קענסט נישט פאראויסזען די מארקעט ממילא איז די בעסטע צייט צו קויפן יעצט (ווען דו האסט איבעריגע געלט). - דאס איז פארשטייט זיך נאר פאר אן אינוועסטמענט וואס מען וויל האלטן אויף יארן, די געדאנק איז צוביסלעך accumulating א פארמעגן.

DCA
איז ווען דו האסט יעצט א באשטימטע סכום גרייט אריינצולייגן אין אן אינוועסטמענט / טרעיד, אבער היות דו האפסט / רעכנט זיך עס זאל נאך פאלן, קויפסטו קודם א חלק דערנאך קויפסטו צו (מיט די פון פריערדיגע באשטימטע געלט) ווען עס פאלט אדער ווען עס גייט ארויף [- מער פאפולער ביי טרעידס געבויעט אויף טעקניקעלס ווי ברעיקאוטס].
זונטאג פעברואר 21, 2021 8:25 pm#467326
מיין ערשעט סערטש
dollarcostaveraging.asp
What Is Dollar-Cost Averaging (DCA)?

Dollar-cost averaging (DCA) is an investment strategy in which an investor divides up the total amount to be invested across periodic purchases of a target asset in an effort to reduce the impact of volatility on the overall purchase. The purchases occur regardless of the asset's price and at regular intervals. In effect, this strategy removes much of the detailed work of attempting to time the market in order to make purchases of equities at the best prices. Dollar-cost averaging is also known as the constant dollar plan.


Dollar-cost averaging is a simple technique that entails investing a fixed amount of money in the same fund or stock at regular intervals over a long period of time.




די אויפטו איז: די cost basis פין דיין סטאק איז גע'עוורידשט
פין דארט נעמט דאס די נאמען

זיכער איז דאס אויך recurring buying
זונטאג מערץ 07, 2021 12:35 am#468060
ביטקאָין איז יעצט באַ $49,460.12
ס'װעט אין פלוג זיין א דבר קיימא פאר לאנגע יאהרן
-----------------
הויזן טראגער האט געשריבן:מענטשן קויפן עס נישט נאר ווייל עס גייט שטייגן, קרימינעלן ניצן עס ווייל סאיז שווער צו טרעקן, מענטשן מיט שווארץ געלט ניצן עס,

װי עס זעהט אויס איז עס נישט אינגאנצן אנאנים. מ'דארף אינדענטיפיקאציע צו קויפן די װאַלוטע אױף קאָינבעיס. אפי' אויפן עי טי עם בעטן זיי א פאָון נומער. קען מען דאס ערגעץ אויסקרויזן?

אגב, כ'נעם ערנסט אין באַטראַכט צו אינװעסטירן אין א מיינינג ריג. װאס זאגן די מבינים? (אז כ'אינסטאָליר זון ענערגיע, האָבעך לכאו' כמעט נישט װאס צו דערלייגן)
מאנטאג מערץ 08, 2021 7:17 pm#468227
עמינדב האט געשריבן:פארוואס ווערט די וועלט צודרייט פאר פונקט די קוין ווען עס זענען דא אזוי פיל אנדערע און יעדן טאג ווערט נייע?

איינער קען ארויסהעלפן?
מאנטאג מערץ 08, 2021 9:59 pm#468239
Re: ביטקוינס Bitcoin
ווייל ביטקוין איז געווען די ערשטע און ממילא געווארן אדאפטירט, כדי א צווייטע קוין זאל ווערן אויפגעכאפט מוז עס ברענגען עפעס צום טיש, סתם נאכמאכן ברענגט גארנישט, און אלע פאפולערע קוינס האבן טאקע עפעס א חידוש, צו גאר שנעל, צו געבויט ספעציפיש פאר א געוויסע באנוץ (ווי למשל טשעיןלינק LINK וועלכע איז ספעציפיש געבויט פאר "קלוגע קאנטראקטן וועלכע קענען נישט ווערן מאניפולירט - א שטיקל בחינה - אבער מער - ווי די קאמפאני Docusign / DOCU).
דינסטאג מערץ 09, 2021 10:08 pm#468295
ס’קומט אויס אז אפילו אויב די פיוטשער ליגט טאקע אין ווירטואלע קוינס איז דא א ערנסטע ריסק אויף יעדע קוין אז נישט די קוין וועט זיין די קוין פון די פיוטשער, און ס’גייט גארנישט ווערד זיין.
מיטוואך מערץ 10, 2021 3:39 am#468305
Re: ביטקוינס Bitcoin
יא.
פשטות טאקע װעלן רוב קוינס עס נישט מאכן (א שטיקל קאמפעריסאן צו עלעקטריק וויהיקלס, עס זענען דא אסאך סטארט אפס אבער ווייניג גייען זיין פון די געווינער) אסאך קוינס פון 2017 זענען שוין געווארן דיליסטעד פון אלע עקסטשעינדזשעס און אונטערגעגאנגען.
זונטאג מערץ 14, 2021 1:36 am#468483
60,000

תרמב האט געשריבן:יעדע מאל ס’קומט אן צו נאך א מיילשטיין עס איך מיך אויף פארוואס איך האב נישט געקויפט, אבער יעדע מאל טראכט איך אז דאס מאל איז עס צו הויעך צו קויפן, און איך קויף נישט, און איך האב חרטה נאכאמאל.

עס דיך אויף!
זונטאג מערץ 14, 2021 2:26 am#468484
עמינדב האט געשריבן:60,000

תרמב האט געשריבן:יעדע מאל ס’קומט אן צו נאך א מיילשטיין עס איך מיך אויף פארוואס איך האב נישט געקויפט, אבער יעדע מאל טראכט איך אז דאס מאל איז עס צו הויעך צו קויפן, און איך קויף נישט, און איך האב חרטה נאכאמאל.

עס דיך אויף!

איך האב אריינגעלייגט א קליינע סכום אין ביטקוין אז איך זאל מיך נישט דארפן עסן, איך האב שוין פארדינט דערויף איבער 9 פראצענט
זונטאג מערץ 14, 2021 7:09 pm#468508
ווי איז די בעסטע פלאץ צו קויפען?
זונטאג מערץ 14, 2021 8:10 pm#468515
איך מיין זאלסט נאכנישט קויפן, ס'איז יעצט ארויף ווייל די סטאק מארקעט איז פארמאכט בשעת די ערשטע דירעקט דיפאזיטס פון די סטימיולעס איז אנגעקומען. איז די געלט אויטאמאטיש געגאנגען צו קריפטא אנשטאט צו סטאקס.

ס'גייט לכאורה צוריקפאלן די וואך, האלט אן אויג און לייג שנעל אריין.

ס'גייט לכאורה ארויפגיין ביז 100,000 בקרוב. נאכדעם גייט עס נאכאמאל פאלן ווייל אסאך וועלן ארויסנעמען ווי געווענליך ביי א מילשטיין, אבער ס'גייט עווענטועל גיין העכער און העכער.
זונטאג מערץ 14, 2021 9:57 pm#468525
אויף וועלעכע מארקעט ווערט דאס געהאנדעלד
וואו אזוי לויפט דאס אויך אויף די וויק-ענד
טוישט זיך די פרייז 24.7?
זונטאג מערץ 14, 2021 11:57 pm#468532
יא. 24/7. ספעציעלע סייטס. coinbase למשל.

זיי לייגן צו אפאר % ביים קויפן און ביים פארקויפן דארף מען ווארטן פאר כאטש 4-5% ביז מ'קען ארויסנעמען נאר וואס מ'האט אריינגעלייגט.
וואו איז די ביליגסטע צו קויפן?
מאנטאג מערץ 15, 2021 12:14 am#468533
Re: ביטקוינס Bitcoin
Coinbase
איז די מערסטע רעגולירט און פארזיכערט, אבער אויך די טייערסטע, און גאר ווייניג קוינס צו טרעידן.
Binance
איז די גרעסטע אויפ'ן וועלט און האבן א עקסטער אפטיילונג Binance.us פאר אמעריקא, עס האט די מערסטע קוינס און פון די ביליגסטע קאמישענס, ווי אויך גאר א גוטע עפפ.
עס זענען דא נאך אבער אן קיין ערענסטע רעפוטאציע אדער הויכע פרייזן.

יעצט איז די צייט נאכאמאל צו דערמאנען אז אינוועסטירן אין ווירטואלע וואלוטע איז פשוט'ע שפעקולאציע לדעתי, און ווען איינער קויפט איז עס ריין מיט'ן חשבון עס פשוט צו פארקויפן פאר טייערער, נעמט עס אין חשבון.
מאנטאג מערץ 15, 2021 6:33 pm#468571
איז דא איינער וואס פאלגט נאך ריטשארד הארט Richard Heart?
א היבש קאנטראווערסיאלער פיגור אין די קריפטא וועלט, ער שיינט צו זיין גאר גוט באהאוונט אין קאמפיוטער סייענס, פראגראמינג, און עקענאמיע.
ער איז געווען אקטיוו אין ביטקוין אין די גאנץ ערשטע תקופה, און האט געמיינט אליינס צענדליגע בלאקס מיט זיין אייגענע קאמפיוטער.

ער האט פאראויסגעזאגט דאס אז ביטקוין וועט שפרינגען צו 20,000 בעפאר 2017, וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלס פאקט.

פון אנפאנג געווען א ביטקוין מאקסימאליסט, שפעטער האט ער אנגעהויבן ארונטעררייסן ביטקוין און עווענטועל ארויסגעגעבן זיין אייגענע טאקען גערופן Hex.

אין קורצן איז עס א קוין וואס לויפט אויף די Ethereum נעטווארק און קאפירט די קאנצעפט פון א CD ארויף אויף בלאקטשעין און גיבט אינטערעסט פאר די וואס שפארן איין די קוינס פאר א לענגערע צייט אפשניט.

עס איז פארוויקלט אין גרויס קאנטראווערסיע, אסאך שרייען אז עס איז א בלויזע שווידל, געצילט רייך צו מאכן דער וואס האט עס ארויסגעגעבן (ריטשארד אליינס טענה'ט אז די וואס פארדינען דאס מערסטע פון די אלט[ערנאטיווע] קוינס זענען די ארויסגעבער און די עקסטשענדשעס). איין וועג איינצוהאנדלען hex איז דורך איינטוישן Ethereum פאר hex דורכ'ן שיקן די Eth צו אן אדרעס וואס קיינער ווייסט נישט ווער קאנטראלירט, ווארשיינליך ריטשארד.

ריטשארד האט א אינטערעסנטע יוטיוב Channel ווי ער רעדט אסאך איבער קריפטא, היינט צוטאגס בעיקר hex בלאזעריי, צומאל ביז 8 שעה לאנג. היינט זיך אנגעשטויסן אין א video אויפטריט פון דעצעמבער 2019 (ביטקוין געווען ביי 7k) ווי ער טוט שטוינענד פארזאגן אז ביטקוין וועט גרייכן 60,000 נאכ'ן ווידעראמאל איבערשטייגן די 20,000 הויך. היינט איז עס א פאקט.

בקיצור, א קריפטא דשעני, געניאלע מארקעטער, רייך אן א צווייפל, קלאסישע Leo, גלייכט זיך זעלבט צו בארימען און אפשפעטן אידיאטן. די שאלה איז צו קען מען שפעקולירן אז ער וועט ווייטער טרייבן די ווערד פון hex אויף ארויף, אדער וועט ער איין טאג באיזה אופן ארויסקעשן זיינע פראפיטן, נעלם ווערן און לאזן hex גיין צו נול.
מאנטאג מערץ 15, 2021 7:17 pm#468573
קען איך ערגעץ אויפסעטען צו באקימען אן אימעל ווען ביטקוין דערגרייכט X?
(חאטש איך האב נישט קיין עקאנט מיט די פירמע)


איז שייך אריינגעבן א לימיט ביי אדער סעל ארדער ביי קוינבעס ?
מאנטאג מערץ 15, 2021 8:56 pm#468579
מפיל קינד האט געשריבן:איך מיין זאלסט נאכנישט קויפן, ס'איז יעצט ארויף ווייל די סטאק מארקעט איז פארמאכט בשעת די ערשטע דירעקט דיפאזיטס פון די סטימיולעס איז אנגעקומען. איז די געלט אויטאמאטיש געגאנגען צו קריפטא אנשטאט צו סטאקס.

ס'גייט לכאורה צוריקפאלן די וואך, האלט אן אויג און לייג שנעל אריין.

ס'גייט לכאורה ארויפגיין ביז 100,000 בקרוב. נאכדעם גייט עס נאכאמאל פאלן ווייל אסאך וועלן ארויסנעמען ווי געווענליך ביי א מילשטיין, אבער ס'גייט עווענטועל גיין העכער און העכער.

טאקע אראפ, יעצט 54.
דינסטאג מערץ 16, 2021 4:44 am#468584
Re: ביטקוינס Bitcoin
הקטן האט געשריבן:קען איך ערגעץ אויפסעטען צו באקימען אן אימעל ווען ביטקוין דערגרייכט X?
(חאטש איך האב נישט קיין עקאנט מיט די פירמע)


איז שייך אריינגעבן א לימיט ביי אדער סעל ארדער ביי קוינבעס ?


-אימעיל אדער נאטיפיקעישענס קענסטו אנשטעלן אויף רוב פינאנציעלע עפפס, א שטייגער ווי יאהו פינאנס, אדער וויבול (מ'דארף נישט קיין פאקטישע בראקערעדש אקאונט ביי זיי פאר דעם).


איך מיין אז די פשוט'ע קוינבעיס האט נישט קיין לימיט ארדערס, נאר יעצטיגע מארקעט ארדערס.
דינסטאג מערץ 16, 2021 5:07 am#468585
פאליטיקאנט האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:קען איך ערגעץ אויפסעטען צו באקימען אן אימעל ווען ביטקוין דערגרייכט X?
(חאטש איך האב נישט קיין עקאנט מיט די פירמע)


איז שייך אריינגעבן א לימיט ביי אדער סעל ארדער ביי קוינבעס ?


-אימעיל אדער נאטיפיקעישענס קענסטו אנשטעלן אויף רוב פינאנציעלע עפפס, א שטייגער ווי יאהו פינאנס, אדער וויבול (מ'דארף נישט קיין פאקטישע בראקערעדש אקאונט ביי זיי פאר דעם).


איך מיין אז די פשוט'ע קוינבעיס האט נישט קיין לימיט ארדערס, נאר יעצטיגע מארקעט ארדערס.

מיר ליגט עפעס אין קאפ אז ראבינהוד האט יא לימיט ארדערס.
דינסטאג מערץ 16, 2021 11:42 am#468591
צוריק ארויף צו איבער 55!
----------
פאליטיקאנט האט געשריבן:פשטות טאקע װעלן רוב קוינס עס נישט מאכן (א שטיקל קאמפעריסאן צו עלעקטריק וויהיקלס, עס זענען דא אסאך סטארט אפס אבער ווייניג גייען זיין פון די געווינער) אסאך קוינס פון 2017 זענען שוין געווארן דיליסטעד פון אלע עקסטשעינדזשעס און אונטערגעגאנגען.

זענען פארהאַן שטאַרקע שאַנסן אז די גאָר גרויסע, װי ביטקאָין, עטעריום, לייטקאָין אא"װ, די װאס שטייען שוין אויפן סאַמע שפּיץ פאַר א לענגערע צייט, זאָלן אינגאַנצן אונטערגיין?