פארומס › כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1,305 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג מאי 1, 2014 3:05 pm#198452
shem-tov
די גאנצע מעשה האט נאכאלץ נישט קיין הענט און קיין פיס. סקוקט אויס אבי א קרבן. אין 20 יאר ארום גייט ער סייווי זיין אומשולדיג.

אבי א קרבן איז זיך געווענליך נישט גלייך מודה
און דער אבי א קרבן וואלט מען שוין געקענט טרעפן דריי חדשים ציריק מ'וואלט נישט געדארפט ווארטן ביז יעצט
דאנערשטאג מאי 1, 2014 3:41 pm#198455
מנשה לוסטיג
ס'נאכנישט פארטיג..
דאנערשטאג מאי 1, 2014 4:16 pm#198463
טיטאניק
מנשה לוסטיג
ס'נאכנישט פארטיג..



ער וויל נעבעך ס׳זאל זיין ישרא׳ באמצע. זאל ניט זיין נאר נא סקווער ווי אידן הרג׳ענען אידען. אזוי ווי ביי העלבראנץ נאכט ער זעכער ער שטייט מיט זיי אז ״עמי מעגעזין״ זאל מאכן סענס ווייל ״עמי״ איז אויך געווען ביי סקווער לאחר המעשה פונעם פארברענען ר׳ ראטטענבערג. ״עמי״ איז געווען סיי ביי סקווער און סיי ביי העלבראנץ צו ווישן די טינופות פאר זיי. הצד השוה שבהן אז דא אויכעט דארף מען האבן נאך אחוץ נא סקווער ווי אידען הרג׳ענען אידען.

אוודאי גיי יעך נישט יעצט באקומען א ״לייק״ פון דער ספאוקסמען פון דזשאא-לענד דער קאמידיען מנשה לוסטיג.
דאנערשטאג מאי 1, 2014 5:43 pm#198478
דער שכן
טיטאניק
מנשה לוסטיג
ס'נאכנישט פארטיג..

דו ביסט אפשר א סקווערער? דיין פיקחות דערמאנט מיר עפעס פון סקווירא 🙄



אוודאי גיי יעך נישט יעצט באקומען א ״לייק״ פון דער ספאוקסמען פון דזשאא-לענד דער קאמידיען מנשה לוסטיג.

ער איז א קאמידיען ???
פלא
דאנערשטאג מאי 1, 2014 6:06 pm#198489
ער איז א קאמידיען ???


Oh YESSSS! A comedian is a comedian.
א לץ בלייבט א לץ. דו מיינסט אז מען קאן דאס אויסלעשן און אנצינדן ווי א סוויטש ON - OFF - ON - OFF. ?

ער איז א געוויסע זון בדחן. ער קען זיין גאנץ גוט. כ׳מוז מודה זיין ער האט מיך שוין געמאכט לאכען. אנדערע אויך. געזעהן במו עיני.

זאל ער טאקע נאר מחי׳ זיין אידישע קינדער און נישט באשמוצן אידישע קינדער. זאל ער נוצן זיין פענע צו ברענגן אידען צו שמייכלען און נישט דאס פארקערטע. קיינמאל קיין קטרוג, און אוודאי נישט שעלטן, חס וחלילה.
דאנערשטאג מאי 1, 2014 6:09 pm#198491
מען באדארף נאכצוקוקן די קאממענטס פון די אלע יידן-פיינט אויף דעם פאוסט ארטיקל וכו' צו דער רוצח איז נישט דער וואס האט פארשפרייט די לשון הרע'ס
דאנערשטאג מאי 1, 2014 10:08 pm#198572
מנשה לוסטיג
ס'נאכנישט פארטיג..


אונז אללע ווייסן אז עס זענען געווען מער ווי איין רוצח דארט.

מיינסטו צו זאגן אז מען גייט געוואיר ווערן אז אידען זענען אויך געווען פון די רוצחים אזוי ווי דו האסט שוין אמאל געשריבן דא?

אדרבה. איך וויל דיך פארשטיין.

explain yourself to us.
Perhaps we got the wrong impression of you

האב א גוטען שבת.
פרייטאג מאי 2, 2014 12:18 am#198609
פלעין יודיש
shem-tov
די גאנצע מעשה האט נאכאלץ נישט קיין הענט און קיין פיס. סקוקט אויס אבי א קרבן. אין 20 יאר ארום גייט ער סייווי זיין אומשולדיג.

אבי א קרבן איז זיך געווענליך נישט גלייך מודה
און דער אבי א קרבן וואלט מען שוין געקענט טרעפן דריי חדשים ציריק מ'וואלט נישט געדארפט ווארטן ביז יעצט


דאס איז נישט אמת, עס איז דא פיל מיט עכטע מעשיות ווי אומשולדיגע מענטשן האבן זיך מודה געווען אונטערן דרוק פון א פאליציי׳ישע אויספארשונג. די פאליציי ווייסט עס אויך, נישט אומזינסט ווארטן זיי אויף מער פיזישע באווייזן צו ארעסטירן די אנדערע צוויי אינוואלוועד.
פרייטאג מאי 2, 2014 12:25 am#198611
כ'גיב קידוש אויף ק"ש. ב"ה ס'נישט געוועהן א איד. ווען יא האט מען נאך א סומטאכע.

ס'פאסט אבער נישט אז נאך שולדיג בלייבען פיפציג מיליאן ווערט מען געהרג'ט פאר אפאר נישטיגע דאלאר.

סוף כל סוף איז א שטארקע חידוש דער מעשה. יכול להיות אז די חברה האבען געוויסט פין דער גרויסע סוד אז גאר אסאך ווילען אים ל"ע טויט, און האבען פארשטאנען אז מען וועט זיי נישט טרעפען. עס האט טאקע גענומען זייער לאנג.

כאטש געוועהנליך קויף איך נישט קיין לאקשען, דא געפעלט מיר מער צוזאגען דער לאקשען מהלך אז מען שטילט עפעס אונטער דער טעפעך.
פרייטאג מאי 2, 2014 4:41 am#198636
איך האב אויך מורא אז עפעס באהאלט מען דא, אבער אפשר נישט. גיי ווייס! ימים ידברו. אז מ׳לעבט דערלעבט מען. אבער גיין זאגען אז יד ישרא׳ באמצע אהנע שום פאראנטווארליכקייט און אהנע שום ראיות לדבר איז א גרויסע אומרעכט. ווייסט עפעס קראנט זאג עס מיט די איבעווייזן, ברענג עס אהער, דעם גאנצן בילד. סתם בלבולים און מחשבות זרות מיוסד אויף טעאריעס איז מחשבות וואס דארפן צו בלייבן בלויזע מחשבות אין קאפ פונעם טראכטענדיגער און נישט עס ארויספירקלען דא אויף רשות הרבים.
פרייטאג מאי 2, 2014 7:58 am#198639
איך האב קיינמאל נישט געזאגט איך ווייס, כ'האב נאר איבערגעזאגט וואס מען שמועסט אין דער גאס.

כ'האב אויך געהאלטען אז דא אין ק"ש מעג איבערשמועסען וואס מען זאגט אין דער גאס. דער הנהלה האט גענומען א שטעלונג קעגען דעם אין דער נושא ווייל די דעטעקטיווס האבען דא געליינט, און ווען דא שטייט ווען אז יד ישראל באמצע נעמען זיי דער אינפארמאציע פין דא. היינט צו טאג איז דער חשש בנוגע דער סומאטאכע אריבער. ועל כל זה האלט איך נאך אלץ אז מען מעג שרייבען דא וואס מען שמועסט אין דער גאס..

און לעיקר הענין, ביסטו נישט גערעכט , מען דארף נישט קיין ראיות צו שרייבען עפעס, גארנישט שלעכט צו שרייבען השערות.
פרייטאג מאי 2, 2014 9:27 am#198649
שרייבן השערות איז קיין פראבלעם, און מאלן וואסער איז אויך נישט. דער פראבלעם פאנגט זיך אן ווען כלל ישראל איז אויפגעשוידערט פון א שרעקליכען טראגעדיע, און מאנכע — מחמת איזה סיבה שיהי' — פילן פאר נויטיג צו וועבן דמיונות וואס האבן קיין באזיס.
ווען מען האט געשריבן "יד ישראל באמצע" איז דאס נישט געוועהן סתם געשאסן א סטעיטמענט קעגן גאנץ כלל ישראל, נאר א בלבול געוואנדן קעגן געוויסע שותפים און ביזנעס לייט. איינע פון די תקנות פון ק"ש איז דאס נישט בארעדן יחידים — און דאס איז פארלעצט געווארן. דאס איז אחוץ דעם וואס ס'איז א פארלעצונג פון נארמאלקייט און מענטשליכע- געפיל צו גיין באשמיצן אידן — באקאנטע גומלי חסדים ורחמנים — אין צייט פון טרויער.
מ'דארף זיין נאריש צו זאגן אז אידן באגייען נישט קיין פארברעכן, מ'דארף אבער זיין מער נאריש צו זאגן אז יעדע פארברעך איז מעשה ידי שמעון וד"ל.
פרייטאג מאי 2, 2014 11:39 am#198671
קיינער רעדט נישט פון קיין שמעון און נישט פון פערל און קיינער זאגט נישט יד ישראל באמצע. דער פראבלעם איז נאר אז עפעס שטימט נישט דא און כלל ישראל איז ווייטער מתפלל אז דער ריכטיגער מערדער זאל געכאפט ווערן און באשטראפט ווערן לעולם ועד. דערווייל קוקט עס אויס ווי נאך א קעיס וואס אין צוואנציג יאר ארום גייט מען זאגן אז דאס איז נישט דער ריכטיגער פארשוין. כולו עלמא מודי אז דאס איז נישט געווען א פשוטע ראבעריי נאר א העכסט געלונגענע פארכאפונג מיט א דירעקטע ארדער צום טויט. יא הונדרעט פראצענט סהאט אלע עווידענס פון א הויכע פענסטער אדער מאפיא סטייל מארד. די אלע שקרים און מכלומרשטע טויט עקסידענט איז גוט פאר די קליינע קינדער. פארוואס האט ער אים אוועקגעפירט און נישט בלויז געגנבעט. פארוואס האט עס גענומען חדשים צו ארעסטירן. פארוואס דווקא אזא טיכטיגער יונגערמאן. פארוואס דווקא אין צענטער פון ווילי. יא אמת דער פיליקס האט זיכער געהאט א שייכות דערמיט אבער ער איז נישט דער מייסטער שוחט דא. איר מיזט אויך פארשטיין אז דעיוויד רענטא דער וואס יעדער שוינט יעצט אז נעבעך א צדיקל איז געזיצן ארן הרגנן א ראביי איז פאקטיש געווען פארמישט אין די פרשה אבער פארט נישט ער האט אים (לכאו') געהרגט
פרייטאג מאי 2, 2014 3:48 pm#198719
איך בין נאך ווייט פון באקוועם און צופרידין פון דעם ארעסט,

איינס, מ'האט דאך געשמועסט אז ס'געווען אריינגעבויט א טרעקינג דיווייס אונטער זיין קאר, וואסי פשט פון דעם געווען, אויב זאל איך זאגן אז סבלויז געווען א פאלנער רויבעריי

צווייטנס, זיי האבן דאך געהאט פארברענט א חלק פונעם גוף, אויב האבן זיי נישט געפלאנט צו הארגענען ווי מ'באריכט יעצט, ווי האבן זיי געהאט גרייט אינמיטן א שניי'דיגע נאכט די מאטריאל, די פאסיגע פלאץ צו אונטערצינדן א קערפער, דאס קען מען נישט אזוי טאן נישט מיר נישט דיר, און אין א מיני-ווען קען מען עס אוואדי נישט טאן,
פרייטאג מאי 2, 2014 4:08 pm#198721
פאר א רויבעריי דארף מען אויך וויסען יענעמס סקעדשזול.
זיי האבן געקויפט געזלין ביי א געז סטעשען
מוצ"ש מאי 3, 2014 10:32 pm#198748
נולד מאוחר
פאר א רויבעריי דארף מען אויך וויסען יענעמס סקעדשזול.
זיי האבן געקויפט געזלין ביי א געז סטעשען


זיי ביטע מער מסביר, ווער געקויפט ווי.
זונטאג מאי 4, 2014 7:55 am#198788
הייסט דער בילד וואס מען האט דעמאלס געזעהן?
זונטאג מאי 4, 2014 9:27 am#198794
איחוד פעלד
הייסט דער בילד וואס מען האט דעמאלס געזעהן?

עס שמעקט פין fake foney fraud
זונטאג מאי 4, 2014 10:29 am#198800
וואס עפעס?
ווען מקוקט ציריק די קעמערע פונעם פארכאפן זעט דאס די זעלבע ווי דעם וועם מהאט ארעסטיערט?
זונטאג מאי 4, 2014 2:22 pm#198830
נא קיינער זאגט נישט אז דער בחור איז אומשולדיג, אבער ער איז נישט דער איינציגער און ער פארציילט נאך נישט זיין מאטיוו
זונטאג מאי 4, 2014 2:42 pm#198834
נולד מאוחר
וואס עפעס?
ווען מקוקט ציריק די קעמערע פונעם פארכאפן זעט דאס די זעלבע ווי דעם וועם מהאט ארעסטיערט?

ניין. בפירוש נישט. יענער אויף די קעמערע ביים פארכאפונג זעהט אויס ווי א סלאווישער (רוסישער אדער פוילישער גוי.) דעם שווארצן שחור (וועלכער איז זיכער א רוצח) זעהט מען בכלל נישט אויפ'ן פיקטשער... 😕 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😢 😞 😳 😮
זונטאג מאי 4, 2014 4:50 pm#198866
גאלד
איך בין נאך ווייט פון באקוועם און צופרידין פון דעם ארעסט,

איינס, מ'האט דאך געשמועסט אז ס'געווען אריינגעבויט א טרעקינג דיווייס אונטער זיין קאר, וואסי פשט פון דעם געווען, אויב זאל איך זאגן אז סבלויז געווען א פאלנער רויבעריי

צווייטנס, זיי האבן דאך געהאט פארברענט א חלק פונעם גוף, אויב האבן זיי נישט געפלאנט צו הארגענען ווי מ'באריכט יעצט, ווי האבן זיי געהאט גרייט אינמיטן א שניי'דיגע נאכט די מאטריאל, די פאסיגע פלאץ צו אונטערצינדן א קערפער, דאס קען מען נישט אזוי טאן נישט מיר נישט דיר, און אין א מיני-ווען קען מען עס אוואדי נישט טאן,


והשלישית, מען האט דעמאלטס באריכטעט אז מען האט געפינען דאקט טעיפ אויף די ערד ווי די פארכאפונג איז פארגעקומען. וואס פונקטליך האט ער געפלאנט צו נוצן די טעיפ?
זונטאג מאי 4, 2014 7:06 pm#198881
הרביעית

איינע פין די לעצטע באריכטען אין די צייטונגען איז געוועהן אז ר' מנחם האט זעהר מורא געהאט אין די לעצטע צייט, און פלעגט זאגען פאר יעדעם "דאווען פאר מיר", און זיין ווייב האט אויך געוויסט אז עפעס קאכט זיך, און פארדעם טאקע האט זי גלייך גערופען שומרים, וואס אין א געוועהנליכע פאל וואלט א ווייב נישט גערופען שומרים א האלבע שעה דערויף וואס דער מאן רופט זיך נישט אהן.

און דאס איז אלץ געוועהן פאר א נישטיגע פאר דאלאר.
זונטאג מאי 4, 2014 8:47 pm#198890
אויף קול מבשר זאגט ער אז די סיבה וועגן וואס זיין ווייב האט גלייך געריפען די שומרים איז ווייל ער איז געווען זייער א פינקליכע מענטש ער האט געזאגט אז ער גייט אהיים קימען 11:00 און ער איז נישט אהיים געקימען האט זי גלייך פארשטאנען אז עפעס ערנסט גייט פאר
זונטאג מאי 4, 2014 10:16 pm#198908
אבער די צייטונג זאגט אנדרעש.

ועוד, שומרים אליין וואלט זיך לכאורה נישט געדארפט צו טוהן מאכען און גלייך גיין אין אפיס זוכען די ווידיאס, אה"נ היינט נאך דער מעשה ווערט יעדעס מעשה אנגעקוקט אנדרעש, אבער אז מען זאל תיכף אריין גיין זוכען ווידיאס זעהן וואס איז געשעהן מיינט אז זיין ווייב האט זיי געוויסט צו זאגען עפעס וואס זאל זיי מאכען זוכען תיכף.
מיטוואך מאי 7, 2014 10:02 pm#199513
Nice informative interview by his brother on kol mevaser
מיטוואך מאי 7, 2014 10:10 pm#199515
information about?
מיטוואך מאי 7, 2014 10:14 pm#199516
יין שרף
information about?



About the arrest. Why they believe they got one of the 3 murderers. Listen in.

תן לחכם ויחכם עוד.
דאנערשטאג מאי 8, 2014 1:45 am#199533
shem-tov
קיינער רעדט נישט פון קיין שמעון און נישט פון פערל און קיינער זאגט נישט יד ישראל באמצע. דער פראבלעם איז נאר אז עפעס שטימט נישט דא און כלל ישראל איז ווייטער מתפלל אז דער ריכטיגער מערדער זאל געכאפט ווערן און באשטראפט ווערן לעולם ועד. דערווייל קוקט עס אויס ווי נאך א קעיס וואס אין צוואנציג יאר ארום גייט מען זאגן אז דאס איז נישט דער ריכטיגער פארשוין. כולו עלמא מודי אז דאס איז נישט געווען א פשוטע ראבעריי נאר א העכסט געלונגענע פארכאפונג מיט א דירעקטע ארדער צום טויט. יא הונדרעט פראצענט סהאט אלע עווידענס פון א הויכע פענסטער אדער מאפיא סטייל מארד. די אלע שקרים און מכלומרשטע טויט עקסידענט איז גוט פאר די קליינע קינדער. פארוואס האט ער אים אוועקגעפירט און נישט בלויז געגנבעט. פארוואס האט עס גענומען חדשים צו ארעסטירן. פארוואס דווקא אזא טיכטיגער יונגערמאן. פארוואס דווקא אין צענטער פון ווילי. יא אמת דער פיליקס האט זיכער געהאט א שייכות דערמיט אבער ער איז נישט דער מייסטער שוחט דא. איר מיזט אויך פארשטיין אז דעיוויד רענטא דער וואס יעדער שוינט יעצט אז נעבעך א צדיקל איז געזיצן ארן הרגנן א ראביי איז פאקטיש געווען פארמישט אין די פרשה אבער פארט נישט ער האט אים (לכאו') געהרגט


מ׳האט יא געהאט געזאגט יד ישרא׳ באמצע. יעצט האט מען שוין אביסעלע אנדערש געשלייערט, אבער נאכאלטץ געזאגט ענליכעס. אויב נישט געזאגט איז עס מיט ריטאריקאלשע געפרעגעכץ. ווען מען הערט זיך צי צו ר׳ יוא׳ שטארק נ״י אויף קול מבשר פארשטייט מען שוין (כמעט?) אללעס.

די וואס האבען געליינט און אביסל געפארשט די מהלך פון האמעסייד (מארד) פארשונגען (אינוועסטיגעישאן) ספעציעל קאלטע קעיסעס
(Cold cases) ווייסען און זאגען אז מען האט געכאפט די ריכטיגע חברה. איינער פון די דריי האבען שוין דערציילט גענוג און נאך. יעצט שטעלט מען נאך צוזאם אללע נויטבאדערפטיגע באשטאנדטיילן וואס זאל ברענגן די אנדערע צוויי וואס האבען פארכאפט ר׳ מנחם׳ן ז״ל הי״ד צום פולען ארעסט. לויט ווי מען פארשטייט זענען אללע דריי עפעס משפחה. אללע באלאנגן צו די משפחה ״מיוחסת״ פעליקס/פיליקס.. עפעס אזוי.
דאנערשטאג מאי 8, 2014 8:28 am#199540
BAL TSHIVA
Nice informative interview by his brother on kol mevaser



ווי טרעפט מען עס דארט?
דאנערשטאג מאי 8, 2014 8:45 am#199545
114
main menu
פרעס # ביז די קומסט אהן צו זיין אינטערוויאו
דאנערשטאג מאי 8, 2014 10:20 am#199552
also on 3 1 from main menu
דאנערשטאג מאי 8, 2014 6:21 pm#199656
איחוד פעלד
BAL TSHIVA
Nice informative interview by his brother on kol mevaser



ווי טרעפט מען עס דארט?


Call Kol Mevaser 1-212-444-1100. After first advertisement press 3, 1, 1012#



I hope it works for you. If anyone can record it and put it up here would do a great deed. People have to hear the truth and nothing but the truth. After there were so many rumors and after people made such bad name on this beautiful person he deserves and we all deserve to know the truth. We all need to know that all the rumors that Jews were involved is totally not true. Let's do good. Let's get the word out that the truth is much different. There were just a few robbers who Menachem gave them work and they took advantage of knowing him to rob him and then to simply murder him. That was all about it. Listen in.

ר׳ מנחם׳ס ברודער איז אן ערליכער יוד, א ווארימער חסיד׳ישער יונגערמאן. ער איז ערענסט אהנע מאנקי ביזנעס. אדרבה, הערט אים אויס און ווערט געוואהר די ווארהייט, דעם אמת וויפיעל מען ווייסט שוין אויף זיכער וואס דארט האט פאסירט אין יענעם טיקעלען און שנייעדיגע נאכט ליל שישי ערב שבת קודש.

קיין איד הרג׳ט נישט קיין איד.

ר׳ מנחם איז געווען א וואילער מענטש, א עהרליכער איד. א פיינער.

אפאהר כיליגאנעס האבן געארבעט אויף דזשאב-סייטס און געזעהן אז ער האט כסדר געלט מיט זיך. ער האט כסדר אסאך קעש, האבען זיי געמאכט א פלאן אים צו פארכאפן און אים מיט געוואלד צווינגען ער זאל זיי נעמען צו זיין אפיס און נעמען אללעס ווערטפול וואס ער פארמאגט דארט וואס זיי קענען נעמען. פארלייפיג האבען די 3 חברה געהאלטן אז און אפיס איז דא אסאך קעש.

הארך צי צום אונטערוויאא מיט ר׳ יוא׳ שטארק אויף קול מבשר.

א׳מת
מ׳ארץ
ת׳צמח

אז דו ווילסט וויסן
וועסטו וויסן.



Call Kol Mevaser 1-212-444-1100. After first advertisement press 3, 1, 1012#
דאנערשטאג מאי 8, 2014 7:36 pm#199671
א העכסט אינפארמאטיווע אינטערוויא. אבער מיר איז נישט געפאלן צוויי ליינס וואס דער ברודער האט זיך ארויסגעכאפט. 1) "אבער א גוי איז פארט א גוי " 2) "דאס איז געווען דאס ארבייט פון א נידריגער שחור" .
ק"מ וואלט דאס געדארפט ארויסשניידן...
דאנערשטאג מאי 8, 2014 7:44 pm#199673
מאטי
א העכסט אינפארמאטיווע אינטערוויא. אבער מיר איז נישט געפאלן צוויי ליינס וואס דער ברודער האט זיך ארויסגעכאפט. 1) "אבער א גוי איז פארט א גוי " 2) "דאס איז געווען דאס ארבייט פון א נידריגער שחור" .
ק"מ וואלט דאס געדארפט ארויסשניידן...


איי עגרי. I agree.. כ׳האב געטראכט דאס זעלבע ווען כ׳האב עס אויסגעהערט. עס איז נישט קיין ליגענט וואס ער זאגט דארט, אבער דאס מאכט נישט דעם קעיס, און מען זאגט נישט אזוינס ברבים.
דינסטאג מאי 20, 2014 12:37 pm#201305
פריש אטאקטירט די שטארק משפחה
<a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D7%91%D7%9F-%D7%A0%D7%A9%D7%93%D7%93-%D7%91%D7%A9%D7%9B%D7%95%D7%A0%D7%94-%D7%91%D7%94-%D7%90%D7%91%D7%99%D7%95-%D7%A0%D7%97%D7%98%D7%A3.html">http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%A3.html</a>
מיטוואך מאי 28, 2014 4:02 pm#203237
So what happened with the other 2 the PD had for questioning? ¿?????
מיטוואך מאי 28, 2014 5:03 pm#203255
BAL TSHIVA
So what happened with the other 2 the PD had for questioning? ¿?????


obviously they are not talking (yet..
מיטוואך מאי 28, 2014 5:32 pm#203263
i think they totally forgot about the whole case, anybody has their phone number? we need to remind them
מיטוואך מאי 28, 2014 9:54 pm#203317
אשכול אויפוועקער the PD could use you
דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:12 pm#211317
קןל מבשר מעלדט אז מארגן קומט פאר די ערשטע הירינג פונעם מערדער.און בעט אז דער עולם זאל קומען און די מאסן
פרייטאג יולי 11, 2014 12:04 pm#211442
OrenYaniv: Kendel Felix pleaded not guilty to murder of landlord Menachem Stark. Prosecutor indicted they know who cohorts are but need more evidence.
פרייטאג יולי 11, 2014 1:56 pm#211456
Just spoke with someone that was there this morning, and this his report.

There was 15-20 "yingerleit about 11.30 when 6-8 court police brought in the Defendant Felix in handcuffs but not in DOC clothes. the judge asked his lawyer if he got a copy of the indictment (which the prosecutor gave him then) he said that his client is pleading not guilty, the judge said the next hearing will be mid September through a live video from prison, the whole thing took 3 minutes.

A reporter from HAMODAH took pictures from Felix which the court-police got angry and the escort him outside but after arguing and looking at the pictures they gave him back the camera, then the prosecutor came out and spoke to the family (1 brother and 1 brother in-law) he said that he works every day on this case and he thinks that he has the whole picture but he is waiting for more evidence to make the other arrest but he cant say when, Mendy Kohn from Pupa gave a statement to the daily news
זונטאג יולי 13, 2014 1:07 am#211501
This Friday In Court
📎 imageprocessor-5.jpeg 📎 imageprocessor-6.jpeg 📎 imageprocessor-4.jpeg
זונטאג יולי 13, 2014 12:20 pm#211525
פרישע אויפדעקונג <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/170932/2014/07/12/2146-1-williamsburg-ny-suspect-in-menachem-starks-killing-confessed">http://www.vosizneias.com/170932/2014/0 ... -confessed</a>
פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:23 am#245310
היינט איז די ערשטע יארצייט. איינער געדענקט נאך די מעשה?
פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:59 am#245328
אפטעמיסט
היינט איז די ערשטע יארצייט. איינער געדענקט נאך די מעשה?

ווי אזוי ווילסטו מ'זאל געדעקען ווען אינזער הויעכע פענסטערס ווילן אז מ'זאל פארגעסען ר''ל, לויט זייער מעשה איז דאס געווען סתם א נקמה פון א ארימע קאנטראקטער, ער האט ניטאמאל געוואלט הארגענען נאר סתם אנשרעקען, און זענען פארלוירען געווארען האבן זיי געטון מיןט גוף טהור וואס זיי האבן געטון.
עס זיצן 3 דיטעקטיווס טאג און נאכט און זיי קענען נישט טרעפען קיין שום עווידענס, וואס אפילו ביי די בעסטע פראפעשינעל קילערס וואלט מען שוין געטראפן, GIVE ME A BREAK .ס'שוין ליידער נישט וועגן הקדוש ר' מנחם משולם שטארק הי"ד, ס'וועגן יעדעמס סעיפטי.

אוי כ'האב זיך דערמאנט מ'האט ארעסטירט א (די) דרייווער...

די דיטעקטיוו (וואס רעדט דארט מיט אינגעלייט) האט דעמאלטס אין מיטן זומער געזאגט אין קארט פאר די משפחה אז אין די נעקסטע שטיק צייט וועט זיין גרויסע זאכען אין די קעיס וואס ער קען נאכנישט זאגען... אוודאי נישט!!!

😢 😢 😢 😢 😢 😢
פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:06 am#245332
עז זעהט אויס אז ס'איז דא א שאטרק'ע אינטערסע ביי די וואס ווייסן יא אז די עולם זאל נישט וויסן, עפעס באהאלט מען דארט, ס'איז פאר אונז צו שפעקעלירן צו זיי מיינען כבוד החי אדער כבוד המת.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:23 pm#245474
הגה, די אפיציעלע מעשה איז ניטאמאל א נקמה אנשרעקונג פון א קאנטראקטאר נאר א פשוטע האלד אפ פון מענטשן וואס האבן אים געקענט ווייל זיי האבן געטוען קאנסטראקשאן ארבעט פאר אים. און אים בטעות געהרגט . נאך א פלא איז אז די דרייווער האט געזאגט קלאר ווער עס זענען די אנדערע און מען קען נישט טרעפן באווייזען?! אומפראפעסיניאלע גוים האבן געקענט אזוי גוט אלעס באהאלטן?