פארומס › כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1,305 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:12 am#314435
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
גר ותושב
אויב ביסטו א גואל הדם פארשטיי איך פארוואס די הייבסט צוריק אן צו גראבן אין די פרשה אבער אויב נישט וואס גייט דיר אן אז די מערדער איז פריי איך שטעל מיך פאר ער גייט דאס מער נישט טוען נאכאמאל

מהיכי תיתי?
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:15 am#314436
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי
גר ותושב
אויב ביסטו א גואל הדם פארשטיי איך פארוואס די הייבסט צוריק אן צו גראבן אין די פרשה אבער אויב נישט וואס גייט דיר אן אז די מערדער איז פריי איך שטעל מיך פאר ער גייט דאס מער נישט טוען נאכאמאל

אוודאי גייט ער עס מער נישט טון ווייל ער איז שוין טויט!!!
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:16 am#314437
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
גר ותושב
אויב ביסטו א גואל הדם פארשטיי איך פארוואס די הייבסט צוריק אן צו גראבן אין די פרשה אבער אויב נישט וואס גייט דיר אן אז די מערדער איז פריי איך שטעל מיך פאר ער גייט דאס מער נישט טוען נאכאמאל

איך בין נישט קיין גואל הדם און איך זיך נישט קיינעם איינצוזעצן, איך שלאף רואיג ביינאכט, אבער אז די פרעגסט אויב איז עס יענער און האט נישט געוואלט... אויף דעם שרייב איך אז איך פארשטיי נישט די טענה, וואס איך מיין צו ברענגען פון גואל הדם איז אז הגם די רוצח בשוגג איז נישט נידון למיתה, אבער נישט געוואלט מאכט אים נישט אומשולדיג, איבערהויפט ווען מען רעדט פון א פאל ווי יענער האט יא עפעס געוואלט.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:14 am#314469
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
לאמיר נאכאמאל מסביר זיין.
פאר די נהרג גייט שוין נישט העלפן דאס וואס דער רוצח גייט זיצען און תפיסה איז אויב איז די רוצח א פרעמדער וואס גייט מיך אן אויב מען גייט משום דינא דמלכותא עים איינזעצן כל ימי חייו אבער טאמער מיין ברודער וואלט געהארגעט מיין אנדערע ברודער איז אויב איז עס געוועין במרד ובמעל בכוונה תחילה לשם הריגה וואלט איך אויך מסכים געוועין אז מען זאל מיין ברודער איינזעצן אבער כפי השמועות איז עס נישט געוועין אזוי בכוונה תחילה לשם הריגה און פארן נרצח וועט נישט העלפן אז די רוצח זיצט און כפי השמועות איז די רוצח א היימישער איז וואס וועסטו האבן פון דעים וואס ער גייט זיצען גערעכט אז עפ פי דינא דמלכותא דינא דארף ער זיצען אבער ער איז דאך דיין ברודער איז וואס האסטו פון אריין גראבען און די מעשה פארגעס און לעיב ווייטער דיין לעיבן לחיים ולשלום.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:18 am#314471
ס'בעסער מ'זאל יענעם אפירקראצען און איינזעצען, איז נישט דא עפעס אזא גלויבן אז ווי מער מ'ליידט אויף די וועלט אלץ בעסער וועט זיין דארט?
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:22 am#314472
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
קאווע טרינקער
ס'בעסער מ'זאל יענעם אפירקראצען און איינזעצען, איז נישט דא עפעס אזא גלויבן אז ווי מער מ'ליידט אויף די וועלט אלץ בעסער וועט זיין דארט?

איך גלייב אז יענעמס געפיהל לאזט עים נישט שלאפן ביינאכט און זיין גילטי געפיהל לויפט עים נאך א גאנצן טאג און איינזעצן וועט גארניש מער אויפטוהן אויף עים עס וועט נאר צוגרינט לייגן זיין משפחה ואלו הבנים מה חטאו
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:25 am#314473
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
סאשי פיש
גר ותושב
אויב ביסטו א גואל הדם פארשטיי איך פארוואס די הייבסט צוריק אן צו גראבן אין די פרשה אבער אויב נישט וואס גייט דיר אן אז די מערדער איז פריי איך שטעל מיך פאר ער גייט דאס מער נישט טוען נאכאמאל

אוודאי גייט ער עס מער נישט טון ווייל ער איז שוין טויט!!!

אסאך מאל זעצט מען איין א מענטש ווייל ער איז א געפאר פארן וועלט אויף דעים האב איךגעזאגט אז ער גייט לכאורה קיינעם מער נישט הרגענען איז דארף מען עים נישט איינזעצן אלס דער סיבה.
(די לייק איז א טעות)
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:34 am#314476
דער וואס איז געשטאנען אינטער די רציחה דארף באקומען זיין שטראף רעגארדלעס אויב ער וועט עס נאכאמאל טון אדער נישט. אפילו טאמער די הרוגה איז געווען א פאטאלע טעות, קען מען נישט צולאזן א הפקירות ווי מ'קען קידנעפן אדער שלאגן א צווייטן און ארויסגיין אומבאשטראפט.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:42 am#314479
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
שמעון וואלף
דער וואס איז געשטאנען אינטער די רציחה דארף באקומען זיין שטראף רעגארדלעס אויב ער וועט עס נאכאמאל טון אדער נישט. אפילו טאמער די הרוגה איז געווען א פאטאלע טעות, קען מען נישט צולאזן א הפקירות ווי מ'קען קידנעפן אדער שלאגן א צווייטן און ארויסגיין אומבאשטראפט.

וויל איך אייך פרעיגן א שאלה טאמער אייער ברודער וועט חלילה וחס הרגענען דיין אנדערע ברודער וועלסטו אויך רעדן אזוי צו נישט און ביטע טראכט א מינוט פארן ענטפערן.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:43 am#314480
שמעון וואלף קענסט זיין העכסט רוהיג . <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/nyc-crime/suspect-arrested-murder-menachem-stark-article-1.1774032">http://www.nydailynews.com/new-york/nyc ... -1.1774032</a>
דאנערשטאג אפריל 7, 2016 5:29 pm#328244
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
עפעס שוואכע נייעס אין די קעיס,
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2016/04/07/man-found-fit-to-stand-trial-in-murder-of-reputed-slumlord/">http://nypost.com/2016/04/07/man-found- ... -slumlord/</a>
מיטוואך יולי 20, 2016 6:01 pm#343016
קול מבשר באריכטעט אז עס גייט זיך ענדליך אנהייבען די געריכט פראצדור פרייטאג ער בעט בשם די משפחה און עסקנים אז די עולם זאל קומען ארויסווייזען שטיצע און אנפילען די געריכט זאל. באסעס וועלן פארן פון ערגעץ אויף בעדפארד
זונטאג יולי 24, 2016 7:11 am#343253
סאשי פיש
קול מבשר באריכטעט אז עס גייט זיך ענדליך אנהייבען די געריכט פראצדור פרייטאג ער בעט בשם די משפחה און עסקנים אז די עולם זאל קומען ארויסווייזען שטיצע און אנפילען די געריכט זאל. באסעס וועלן פארן פון ערגעץ אויף בעדפארד

למעשה וואס זאגן זיי ווען גייט זיך עס אנהייבן
דינסטאג יולי 26, 2016 9:18 pm#343650
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
עפעס א קאזין איז שולדיג?!
ליינט דא פאר מער <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/nyc-crime/b-klyn-murder-suspect-cousin-planned-landlord-kidnap-article-1.2727120?utm_content=bufferc03fb&utm_medium=social&utm_source=twitter.com&utm_campaign=rblau+twitter">http://www.nydailynews.com/new-york/nyc ... au+twitter</a>
מיטוואך יולי 27, 2016 10:45 am#343698
עס איז עפעס וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל בשום אופן, אז נאך 3 יאר פון די פרשה האט מען דערווייל נאך נישט ארעסטירט די אנדערע חברים זיינע
מיטוואך יולי 27, 2016 11:02 am#343700
און נאכדערצו אז ער איז נישט געווען די פאקטישע רוצח. נאר די דרייווער פון די ווען, אוודאי איז ער אויך א חלק פון די קידנעפינג און פארדינט זיך א גוטן עונש, אבער די אנדערע זענען לכאורה מער שולדיג אין די רציחה.
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 11:15 pm#352732
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
ארעסטירט נאך צוויי חברה
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 11:58 pm#352735
YWN
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:13 am#352739
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
נאך אסאך פארלעסליכע פלעצער
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:55 am#352743
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 9:53 pm#353278
סאשי פיש
נאך אסאך פארלעסליכע פלעצער


נא?... זענען נאך דא מאנכע וואס מיינען אז יד ישרא׳ באמצע??
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 10:00 pm#353279
יא
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 10:41 pm#353286
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
דער שכן
סאשי פיש
נאך אסאך פארלעסליכע פלעצער


נא?... זענען נאך דא מאנכע וואס מיינען אז יד ישרא׳ באמצע??

גיי צירוק צום לינק וואס סאשי האט אראפ געברעינגט סוף ארטיקל שטייט The three alleged co-defendants have not been charged.
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 12:19 pm#353323
[ציטאט אראפגענומען]


בכוד הרב שש במחילת בכוד תורתך ידיעתך הנאתך וטבתך אבער די ווערטער צוליב פארשטענדליכע סיבות איז אויך גענוצט א זשאוקער

אקעי איך פארשטיי קענסט נישט אלעס ארויסשרייבן ברחל בתך וגו' אבער כאטש דאס איז דאס געווען במזיד אדער שוגג ? דו זאגסט נישט צוליב מורא אדער האלטסט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן אדער ביסטו אליין אפשר בספק ?
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 1:10 pm#353327
דאס אז יד בישרא' באמצע מעג מען זאגען, אבער עפעס מער טאר מען שוין נישט?
עס דערמאנט מיך די וויכטיג מאכערס (אדער וויזוי אימער דו ווילסט זיי רופן) אין חדר.. נאר זיי ווייסן און מעגן וויסן......
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 2:56 pm#353334
ר' שכן: זיי נישט ברויגז אז איך מיש מיך אריין אין דיין ויכוח מיט אנאנים. נאר איכ'ל דיר ענטפערן בקיצור נמרץ...יא. ס'איז דא אזא בחינה אז מ'ווייסט אז יד ישראל באמצע. און מ'ווייסט אפילו ווער דער ישראל איז, אויכעט. נאר קיין שום מענטש זוכט זיך נישט קיין איבריגע קאפ ווייטאג. ווייל די בעלי דבר זענען אנשים חשובים מאד. (אח"מים, בלשון הטמא של הציונים.)...! זיי האבן אפשר נישט געמיינט אז די רעזולטאטן זאללן זיין די וועלכע זענען. איז א שאלה פון שוגג אדער מתעסק...דאס עמיר לאזן פאר די רבנים (?) צו פסק'נען...!
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 3:48 pm#353339
ר'בערל, און די פאליציי לאזט דאס צו ? פארוואס ברענגען זיי נישט די ריכטיגע מענטשן צו יוסטיץ?
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 4:44 pm#353342
קאצקע ציקער
ר'בערל, און די פאליציי לאזט דאס צו ? פארוואס ברענגען זיי נישט די ריכטיגע מענטשן צו יוסטיץ?
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 5:42 pm#353352
גאנצל
קאצקע ציקער
ר'בערל, און די פאליציי לאזט דאס צו ? פארוואס ברענגען זיי נישט די ריכטיגע מענטשן צו יוסטיץ?

פארוואס נישט ? פארדעם שמירט מען דאך די רעדער.

די גאנצע מעשה זעהט אויס מוראדיג פישי, און ס'איז גאנץ obvious אז ס'איז דא איינער וואס וויל נישט דער אמת זאל אנדעקט ווערן,
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 6:04 pm#353353
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
וואס פונקטליך איז פישי דא?
עס איז זייער געשמאק צו גלייבן קאנספעראציעס, אבער עס מיינט נאכנישט אז האט עפעס האפט
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 7:48 pm#353363
אז 2 האלב-צוריקגעבליבענע שחורים, וועלכע ווייסן נישט פון זיייער בחייכון וביומכון צו זאגן זאללן האבן א מאטיוו און א סיבה צו הרג'נען ר' מנחם שטארק...!
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 8:27 pm#353371
ר'בערל דו געבסט צופיל ארויס סודות פון חדר האלט א שווייג....
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 11:09 pm#353380
berlbalaguleh
אז 2 האלב-צוריקגעבליבענע שחורים, וועלכע ווייסן נישט פון זיייער בחייכון וביומכון צו זאגן זאללן האבן א מאטיוו און א סיבה צו הרג'נען ר' מנחם שטארק...!


און אז "2 האלב-צוריקגעבליבענע שחורים, וועלכע ווייסן נישט פון זיייער בחייכון וביומכון צו זאגן" זאלן האלטן די מויל פארמאכט און נישט ארויסגעבן פאר פראפעשינעל געלערענטע דיטעקטיווס, מאכט יא סענס? אלץ די סיבה גלייב איך נישט אז ס'איז עפעס מער געווען אינוואלווד ווי דאס וואס מ'ווייסט. ליידער איז כבר היה לעולמים אז חרדים זענען געווען אינוואלווד אין רציחה אבער די קאנספיראציע איז געבויעט אויף לופט
מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 2:15 am#353387
.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 10:04 am#357748
א שחור??
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 10:06 am#357749
berlbalaguleh
ר' שכן: זיי נישט ברויגז אז איך מיש מיך אריין אין דיין ויכוח מיט אנאנים. נאר איכ'ל דיר ענטפערן בקיצור נמרץ...יא. ס'איז דא אזא בחינה אז מ'ווייסט אז יד ישראל באמצע. און מ'ווייסט אפילו ווער דער ישראל איז, אויכעט. נאר קיין שום מענטש זוכט זיך נישט קיין איבריגע קאפ ווייטאג. ווייל די בעלי דבר זענען אנשים חשובים מאד. (אח"מים, בלשון הטמא של הציונים.)...! זיי האבן אפשר נישט געמיינט אז די רעזולטאטן זאללן זיין די וועלכע זענען. איז א שאלה פון שוגג אדער מתעסק...דאס עמיר לאזן פאר די רבנים (?) צו פסק'נען...!
. נישט אפשר נאר זיכער
דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:01 pm#359990
יום שנכפל בו כי טוב לסדר ותחיינה את הילדים... וייטב אלוהים למיילדות: מנחם שטארק ע"ה האט באקומען זיין ערשטע אייניקעל, א בן זכר למזל טוב.

זה ינחמנו ממעשנו ומעצבן.
דינסטאג מערץ 5, 2019 8:10 pm#425781
שמעתי אז היינט איז געווען א קארט הירינג. איינער מיט אינפארמאציע?
מיטוואך מערץ 27, 2019 7:06 pm#427184
מערדער אדער דער וואס האט ארויסגעהאלפן און פארדעקט עווידענס?
מיטוואך מערץ 27, 2019 11:21 pm#427191
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
איז עס געווען א מארד בכוונה תחילה אדער בטעות געהארגעט?
ס'מאכט אסאך אויס.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 12:37 am#427197
[ציטאט אראפגענומען]

נישט די מערדער נאר דער וואס האט פארברענט די גוף נאכן טויט.
די זשאזש האט געזאגט אז נעמענדיג אין באטראכט זיין קלין רעקארד און זיין יונגן עלטער באקומט ער א לייכטע שטראף
דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:24 pm#562474
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
למעשה איז שוין אדורך געלאפן צען יאר זינט די "שטארק" מעשה האט פאסירט און מען האלט נאך ביי א'. מען ווייסט גארנישט!

ווער האט געהרגעט מנחם? פארוואס האט מען אים געהרגעט? פארוואס איז מען קיינמאל נישט ארויף די שפירן פון די פארברעכער? האט מען טאקע געמאכט א שווייג?

יד ישראל באמצע... א נקמה אקציע... זיי האבן נאר געוואלט געלט... מנחם איז געווען שולדיג... ????

קוקט אויס ווי די היסטאריקערס וועלן רואיג קענען באטיטלען די מעשה אלץ א "געלונגענע מיסטעריע"...
דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:39 pm#562491
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
שמועות און רומארס זענען דא פון דא ביז'ן בארג סיני.

איין זאך איז זיכער מ'באהאלט עפעס. ווער? א יעדער וואס האט געהאט א חלק אין די מעשה.
דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:52 pm#562511
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
לאכעדיג #
למעשה איז שוין אדורך געלאפן צען יאר זינט די "שטארק" מעשה האט פאסירט און מען האלט נאך ביי א'. מען ווייסט גארנישט!

ווער האט געהרגעט מנחם? פארוואס האט מען אים געהרגעט? פארוואס איז מען קיינמאל נישט ארויף די שפירן פון די פארברעכער? האט מען טאקע געמאכט א שווייג?

יד ישראל באמצע... א נקמה אקציע... זיי האבן נאר געוואלט געלט... מנחם איז געווען שולדיג... ????

קוקט אויס ווי די היסטאריקערס וועלן רואיג קענען באטיטלען די מעשה אלץ א "געלונגענע מיסטעריע"...
וואס פאלט דיר ביי? דריי מענטשן זיצן דערפאר. נאר אפאר מענטשן וואס האבן געהאפט אויף עפעס א זאפטיגע קאנספיראציע זענען געבליבן דיסעפוינטעד.
https://en.wikipedia.org/wiki/Murder_of_Menachem_Stark#Convictions:~:text=Arrests%5Bedit,family.%5B24%5D
דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:49 pm#562518
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
סקעפטיקער #
וואס פאלט דיר ביי? דריי מענטשן זיצן דערפאר. נאר אפאר מענטשן וואס האבן געהאפט אויף עפעס א זאפטיגע קאנספיראציע זענען געבליבן דיסעפוינטעד.
https://en.wikipedia.org/wiki/Murder_of_Menachem_Stark#Convictions:~:text=Arrests%5Bedit,family.%5B24%5D
נאר איינער זיצט און ער איז נאר געווען די דרייווער פון די קאר...

און ווי געשמועסט איז דא מער קשיות ווי תירוצים...
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:08 pm#562520
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
לאכעדיג #
למעשה איז שוין אדורך געלאפן צען יאר זינט די "שטארק" מעשה האט פאסירט און מען האלט נאך ביי א'. מען ווייסט גארנישט!

ווער האט געהרגעט מנחם? פארוואס האט מען אים געהרגעט? פארוואס איז מען קיינמאל נישט ארויף די שפירן פון די פארברעכער? האט מען טאקע געמאכט א שווייג?

יד ישראל באמצע... א נקמה אקציע... זיי האבן נאר געוואלט געלט... מנחם איז געווען שולדיג... ????

קוקט אויס ווי די היסטאריקערס וועלן רואיג קענען באטיטלען די מעשה אלץ א "געלונגענע מיסטעריע"...
זיינע ארבעטער מיט זיין קויזינעס האבן געמאכט א אומגעלונגענע רויבעריי, וואס האט זיך גענדיגט מיט זיין טראגישע טויט, די אלע אנדערע קאנספיראציעס זענען געמאכט פאר טאקער קארלאסן.
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:23 pm#562524
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
לאכעדיג #
נאר איינער זיצט און ער איז נאר געווען די דרייווער פון די קאר...

און ווי געשמועסט איז דא מער קשיות ווי תירוצים...
אויב די מער קשיות ווי תירוצים זענען געבויעט אויף אזעלכע הנחות ווי דיין ערשטע פאראגראף, איז די תירוץ אויף אלע קשיות אז דו ביסט פשוט נישט אינפארמירט.
דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:50 pm#562533
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
איינער וואס האט געהאט צו טוהן מיט די מאפיא און די איוועסטיגישן קומט אויף אז ער איז פונקט געשטראבן ווען א גארביטש טראק האט פארלוירן קאנטראל, וועט עס זיין שווער צו אנעמען
דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:25 pm#562536
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
לאכעדיג #
סקעפטיקער #
וואס פאלט דיר ביי? דריי מענטשן זיצן דערפאר. נאר אפאר מענטשן וואס האבן געהאפט אויף עפעס א זאפטיגע קאנספיראציע זענען געבליבן דיסעפוינטעד.
https://en.wikipedia.org/wiki/Murder_of_Menachem_Stark#Convictions:~:text=Arrests%5Bedit,family.%5B24%5D
נאר איינער זיצט און ער איז נאר געווען די דרייווער פון די קאר...

און ווי געשמועסט איז דא מער קשיות ווי תירוצים...

איך פארשטיי נישט, ער ברענגט דיך דא א לינק ווי דו זעסט דריי מענטשן וואס זיצן, זייער נעמען מיט זייער סענטענס. וואס חזרסטו איבער נאכאמאל נאר איינער זיצט?

דו קוואטס אים נאך, אן זיך אפי’ באצוהען צו וואס ער שרייבט.
דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:43 pm#562539
Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
גליקלעך #
איך פארשטיי נישט, ער ברענגט דיך דא א לינק ווי דו זעסט דריי מענטשן וואס זיצן, זייער נעמען מיט זייער סענטענס. וואס חזרסטו איבער נאכאמאל נאר איינער זיצט?

דו קוואטס אים נאך, אן זיך אפי’ באצוהען צו וואס ער שרייבט.
Wikipedia - The Post said that Felix implicated two other men in the murder, but that they had been arrested and .then released