איך האב באמת נישט וואס אריינצורעדן, אבער עס איז פשוט אוממעגליך צו בלייבן שטיל נאך אזא ציפעדיגע ביטערע טראגעדיע. א גאנץ שבת האב איך געהאפט און געבעטן אז מען זאל אים טרעפן לעבעדיג און געזונט, און ליידער נאכן זמן בין איך געוואויר געווארן די שוידערליכע בשורה.
איך האב דעם איד נישט געקענט, און איך ווייס אז איך בין נישט אין די זעלבע ליין ווי אים, איך האב ב"ה נישט קיין שונאים וואס זוכן מיין בלוט, אבער למעשה אז איך האב מיטגעהאלטן, מיטגעוויינט, און מיטגעפיהלט מיט כלל ישראל. אז דער אייבערשטער האט געמאכט אז גאנץ כלל ישראל, און איך בתוכם, זאלן מיטצאפלען מיט די שוידערליכע מעשה, מוז זיין אז מען האט מיר אויך געמיינט דא. עס איז באקאנט פון די ספרים אז ווען עס קומט א צרה אויף א מענטש, איז אויך אויסגערעכנט פונקליך וויפיל צער זיינע אלע ארומיגע און קרובים זאלן האבן דערפון, און דערפאר אז צו מיר איז אויך אנגעקומען א היבש גרויסע פארציע פון צער פון די טראגעדיע, מוז זיין אז דער אייבערשטער האט מיר אויך געציהלט צו ערוועקן מיט די שרעקליכע מעשה.
איך בין געווען נעכטן ביי די הארצרייסענדע לוי', עס זענען טאקע נישט געווען קיין געלונגענע מקוננים וואס זאלן קענען מעורר זיין דעם ציבור כדבעי, אבער ווער דארף רעדנערס? דער ארון, די קרובים וואס נעמען עס ארום, די טויזנטער אידן וואס האבן זיך פארזאמלט מיטצוקלאגן, די אטאמספער אין די לופט, דאס אלעס איז געווען איבערגענוג צו מעורר זיין דאס הארץ, צו פיהלן אז מען קען אזא טראגעדיע נישט דורכלאזן אזוי פשוט, איך מוז זיך עפעס פארנעמען און זיך עפעס פארבעסערן.
מען ווייסט נאכנישט ווער עס איז געשטאנען אונטער די שרעקליכע אקט, אבער מיט אלע הסבירים און תירוצים פארוואס דאס איז געשעהן, איז אבער זיכער אז דאס האט דער אייבערשטער אזוי געפירט, און ער האט מיט דעם געוואלט אונז ערוועקן, וואסערע מעסידזש ער האט געוואלט שיקן ווייס איך נישט, איך בין נישט אין הימל. אבער ווער זאגט אז עס איז עפעס א כלליות'דיגע מעסידזש פאר יעדן די זעלבע, איך נעם עס אן אלס א פערזענליכע מעסידזש פאר מיר אז איך זאל זיך פארבעסערן אין מיינע ענינים הצריכים תיקון, לב יודע מרת נפשו, יעדער ביי זיך ווייסט מיט וואס ער קען זיך פארבעסערן, און די זכותים וועלן זיכער זיין לעילוי נשמת דעם טייערן איד הי"ד.
מען דערציילט א מעשה אויף א צדיק וואס איז געווען אויף א שיף אום ראש השנה, אינמיטן יום טוב האט אנגעהויבן בלאזן שטארקע ווינטן, עס האבן זיך געהויבן גרויסע כוואליעס, און די שיף איז געווען אין א גרויסע סכנה פון זיך איבער דרייען. דער צדיק האט גלייך אנגעהויבן זוכן דעם שופר, ער האט געבלאזן שופר, און דערנאך האט זיך דער ים איינגעשטילט, און זיי זענען ארויס פון די סכנה.
האט דער צדיק געזאגט נאכדעם, אז זיין ציהל מיטן בלאזן שופר איז נישט געווען אז דער זכות זאל מגין זיין אז דורך דעם זאלן זיי געראטעוועט ווערן, ער האט בכלל נישט געטראכט פון דעם, נאר אזוי ווי עס האט אויסגעזעהן ווי די שיף גייט זינקען און זיי וועלן אלע אומקומען רח"ל, האט ער פשוט געוואלט אריינכאפן נאך א מצוה פארן שטארבן.
נעכטן ביי די לוי' ווען איך האב געהערט די הספידים, יעדער האט ארויסגעברענגט אויף זיין שטייגער די גוטע זיטן פונעם נפטר, ער האט מרבה געווען בצדקה וחסד, געהאלפן אסאך במתן בסתר, שטענדיג געהאט א שמייכל צו יעדן, זיך נישט געקריגט מיט קיינעם, מען האט אויפגעזוכט אלע גוטע נקודות וואס ער האט געטוהן ביי זיין לעבן, איינער האט געזאגט אז ער פלעגט אויפשטיין יעדן טאג פארטאגס צו גיין לערנען און באגלייטן זיין זוהן אין ישיבה. און אזוי ווייטער האט יעדער ארויסגעברענגט די שבחים אויפן נפטר.
קיינער האט נישט גערעדט פון זיין שיינע קאר וואס ער האט געהאט, אדער פון זיין שיינע הויז, אדער פון אנדערע באקוועליכקייטן וואס ער האט פארמאגט. פארוואס? ווייל יעצט זענען די אלע זאכן נישט רעלעוואנט, די אלע זאכן לאזט מען דא, מען נעמט עס נישט מיט אויבן. פון וואס האט מען גערעדט? נאר פון די גוטע זאכן וואס ער האט געטוהן, נאר דאס איז יעצט נוגע, נאר דאס נעמט מען מיט נאכן שטארבן.
לאמיר דאס נעמען פאר א מוסר השכל. מען דארף זיך טאקע נישט פייניגן, מען דארף נישט אוועק ווארפן אלע עוה"ז'דיגע זאכן, מען מעג זיין באקוועם אויף דער וועלט. אבער אין בעק פון מח דארף מען געדענקן אז איין טאג וועל איך אויך ליגן דארט אין דעם ארון אינדערמיט, איבערגעדעקט מיט שווארצן ליילעך, און דאן וועט נאר זיין רעלעוואנט די גוטע זאכן וואס איך האב אריינגעכאפט אויף די וועלט, און ב"ה אז מיר זענען נאך דא און מיר האבן נאך די מעגליכקייטן זיך אנצופילן גאנצע זעק דערפון.