Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

קאווע שטיבל • הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
138 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 388 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5727
דינסטאג מאי 29, 2018 11:17 am#403794
גראדע איך פארשטיי די טענה פון א מעריץ מהרא פערספעקטיוו ר' אהרן האט זיך אויסגעשטעלט די לעצטע יארן אלס דער ערליכער און אלס רעכטער וואס איז געגאנגען אן פשרות יעדע זאך וואס ער האט געטון האט ער זיך מסביר געווען און ווער ס'איז נישט דוקא זיינס א פרעזענליכע שונא האט פארשטאנען זיין מהלך וואס גייט אויפ'ן ליניע פון גראדקייט

און יעצט טענהן זיינע חסידים צו אים האסט זיך ארויסגעשטעלט קעגן כינוס כלל ישראל וועגן תקנות מהאלאוויץ איך פארשטיי דיר האסט זיך ארויסגעשטעלט קעגן די שקרים ארום די אויערבאך באבעל פארשטאנטי דו האלטסט אן גאר עקסטרעים מיט צניעות גם זה הבנתי דו גייסט צו צום צומת הגידין אזוי ווי סאטמאר איז געוואוינט ענדערש ווי מער מהודר לכתחלה נישט קיין דיעבד מ'וועל מיר מיט גיין שחיטה מונחת מהודרדיגע חיטים איך גיי מיט יעצט ווען ס'קומט צו סקרינס א אפגעפרעגטע זאך ביי אלע חסידישע רביס און ערליכע אידן מאך נישט דאס גענאר פון מיר פאר די געלט קען איך דאך בלייבן א סיקריק און גיין מיט די לינקע היפארקריטשע זאלי פון חנוך עצמאי התחברות לאגודה און עסן יעדנס פלייש און אראפ א עול פון קאפ

איך בין כמעט זעכער אז די סקרינס דייען דארט נישט ארבעטן
דינסטאג מאי 29, 2018 12:04 pm#403800
איסר האטלקי האט געשריבן:בן ישי האט מיר ארויסגעכאפט מיינע ווערטער פון די הענט [נישט צום ערשטן מאל], עס איז ווייטער א קאפ-אין-וואנט מחלוקה ווי יעדע זאך, גארנישט מיט אייוועלט צוטון. די זאליס פרובירן זיך צו מאכן ערנסט פאר סקרינס...

עס איז נאך א רינגעלע פון דעם לאנגען קייט פון גאב''ד ראב''ד, צומת הגידן, קברים, גיוס השתקה, רעיון גזירות, התאחדות, אויערבאך, כינוס כלל ישראל, סידור קידושין וכו' און יעצט סקרינס.


""גאב''ד ראב''ד, צומת הגידן, קברים, גיוס השתקה, רעיון גזירות, התאחדות, אויערבאך, כינוס כלל ישראל, סידור קידושין וכו'""

אייזן אייזן, מסכם געווען די גאנצע קרעפּ אויפאיינמאל.... עדוקאציע האסטו פארגעסן...
דינסטאג מאי 29, 2018 1:17 pm#403806
גאנצל, ווען\טאמער עס וועט זיין סקרינס, וואס וועסטו דעמאלס זאגן? פערזענליכע שונא? די סקרינס האבען איהם אויך פיינט?
לייג זיך יעצט ארויס אין אן אופן וואס דו וועסט זיך שפעטער נישט קענען אויסדרייען.

אבער ב"ה, סקרינס זענען יעצט די נושא. זייער פאסיג אז פאר צוזאמענקומעניש לשם צוזאמענקומעניש, זאלען די סקרינס זיין די נושא.
דינסטאג מאי 29, 2018 2:06 pm#403815
טאמער ס'גייט זיין סקרינס גיי איך פרעזענליך זיין דיסעפוינטעט אין אים אחוץ אויב עס איז טאקע די קעיס אז עס איז נישט מעגליך צו פארמאכן לויט מיין אפשאצונג גייט ער אליין פארענטפערן אויב דעס איז די קעיס ווייל ער איז ערנסט דערקעגן און ער איז א אמתע מענטש

די חורבן וועט זיין פאר זיינע קעגנער...... אז זיי וועלן נעבעך נישט קענען מוחה זיין אויף דעם כדרכם ווייל זיי אליין האבן עס גענוצט אבער איך וועל נישט זיין איבעראשט אז זיי וועלן ווייטער מוחה זיין
דינסטאג מאי 29, 2018 4:26 pm#403827
גאנצל האט געשריבן:די חורבן וועט זיין פאר זיינע קעגנער...... אז זיי וועלן נעבעך נישט קענען מוחה זיין אויף דעם כדרכם ווייל זיי אליין האבן עס גענוצט אבער איך וועל נישט זיין איבעראשט אז זיי וועלן ווייטער מוחה זיין

זיי וועלן יא קענען מוחה זיין ווייל דעמאלטס גייען די אהרונים זיין היפאקריטס. זיי וועלן מוחה זיין אויף די היפאקראטיע, נישט אויף די סקרינס.
דינסטאג מאי 29, 2018 7:07 pm#403852
וויפיל טינט האט דער בלאט פארשווענדעט נאכן כינוס כלל ישראל קעגן די סקרינס, מען קען נישט לאזן די טייערע ארבעט פון ר' שמואל ז''ל גיין צוגרינד.
דינסטאג מאי 29, 2018 8:55 pm#403875
Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
ב"ה אז גאנצל האט שוין אנגעגרייט דעם תירוץ אז ס'איז נישט מעגליך צו פארמאכן, טרם יקראו ואני אענה, ס'איז נאך גארנישט שווער ווייל מ'ווייסט דאך נישט אויף זיכער אויב ס'גייט טאקע זיין סקרינס אבער די תירוץ איז שוין גוט.... איי ווען צד מהרז"ל האט געזאגט דעם תירוץ האסטו געלאכט פון זיי.... יא יא ווייל אין בארקלעיס האט מען באמת יא געקענט פארמאכן אבער דא קען מען באמת נישט...
דינסטאג מאי 29, 2018 9:49 pm#403888
איך פארענטפער ניט קיינעם איך גלייב נישט ר' אהרן גייט רעדן א דרשה מיט אפענע סקרין'ס

די גאנצע תירוץ פון סעקיוריטי קויף איך נישט אפ ביי סיטי פיעלד איז די סקרין'ס געווען א לכתחלה און פלוצים ביי בארקלעיס שוין נאר א דיעבד....... ווילאנג דאס ווערט נישט אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס איז רעדן מיט סקרין'ס א עולה בין בז"ל ובין בשבת.....

אגב דארף עס צו הייסן אז די סקרין'ס גייט ניט ארבעטן ונזכה ונחי'
דינסטאג מאי 29, 2018 10:07 pm#403889
נאר צו דערמאנען, רעדן אויף סקרינס איז פונקט ווי רעדן נישט אויף סקרינס. נארישקייטן ווערן נישט פלוצלונג קלוג אויף א סקרין, און פארקערט אויך נישט.
דינסטאג מאי 29, 2018 10:10 pm#403890
צייטליכע דערמאנונג.......
מיטוואך מאי 30, 2018 12:44 am#403912
מעגליך שוין צו שפעט.
דרשה קען שוין זיין צוגעגרייט....
מיטוואך מאי 30, 2018 4:40 am#403927
יעדער פארשטייט עס אליינס. נאר די מיט א וויסטע שנאה צו הרז"ל טרעפן אויס פראבלעמען פון אונטער די הרי חושך.
מיטוואך מאי 30, 2018 11:35 am#403948
וויסטע שנאה ? חלילה איך האב נישט פיינט רזל פארקערט איי לאוו הים הי איז ווערי קיוט.........
מיטוואך מאי 30, 2018 11:36 am#403949
גאנצל האט געשריבן:וויסטע שנאה ? חלילה איך האב נישט פיינט רזל פארקערט איי לאוו הים הי איז ווערי קיוט.........

און דו ביסט דער נארמאלער קלוגער מענטש...

ער רעדט ניטאמאל פון דיר בכלל!
מיטוואך מאי 30, 2018 11:50 am#403956
איך האב מיך געוואלט רעקיוזען אפילו פון אזא פארדאכט אויף מיר........
מיטוואך מאי 30, 2018 12:09 pm#403959
שמעקעדיג האט געשריבן:האט איינער באמערקט ווי די פרומאקעס רופן אן ק"ש מיטן וואזשנעם נאמען די "טוילעט שטיבל"?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p1641808

שמעקעדיג: ייש"כ. דער בהמה פון אייוועלט וועלכער רופט אן קאווע שיבל אלס טוילעט שטיבל. כלשונו הטמא. ער, חוץ דעם וואס ער שרייבט אידיש ווי אן עם הארץ, ווייסט ער אויך נישט די סיבה פארוואס ס'זענען דא אזויפיהל יונגעלייט (לשיטתו) וועלכע דרייען זיך ארום מיט ספיקות אין אמונה. ווייל מען האט זיי גארנישט געלערנט (אריינגערעכנט איהם אליינס אויך.) זיי ווייסן נישט פארוואס אונז האלטן מיר שבת. פארוואס אונז לייגן מיר תפילין. פארוואס מ'עסט מצות אום פסח. אדער מ'זיצט 7 טעג אין סוכה. און דעם טעם פון די ארבע מינים. ממילא, וואס ער טוט איז נאר כמעשה קוף בעלמא. נו, ווילאנג קענמען זיך מאכן...?!

איין נקודה האט ער יא. אז ס'זענען דא סתם בעלי תאוה וואס די גאנצע חקירה איבער ענייני אמונה ליגט זיי אין די לינקע קעשענע. זיי נוצן דאס נאר אלס א תירוץ נאכצוגיין זייערע תאוות...!

צום מלבי"ם איז אמאל אריינגעקומען א משכיל. און ר'האט איהם געזאגט..."רבי. איך האב א סאך קשיות אויף די אמונה." האט איהם דער מלבי"ם געענטפערט נישט קיין קשיות האסטו. דו האסט תירוצים. דו ווילסט זיין א שייגעץ און דאס זענען דיינע תירוצים...!

נאכאמאל. מיט דעם וואס יענער בהמה רופט אן קאווע שטיבל מיט א שם של גנאי , ווערט נאך קיינער נישט נתפעל. אונז ווייסן מיר וואו די אמת'ע טוילעט זיצערס זענען...!
דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:13 pm#404115
ס'א שיינע זאך
מען ספענדט פערציג טויזענט דאלער ס'זאל נישט זיין סקרינס
פרייטאג יוני 01, 2018 11:10 am#404276
Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
איש את רעהו האט געשריבן:ס'א שיינע זאך
מען ספענדט פערציג טויזענט דאלער ס'זאל נישט זיין סקרינס

וואס הייסט?
מוצ"ש יוני 02, 2018 11:49 pm#404357
איש את רעהו האט געשריבן:ס'א שיינע זאך
מען ספענדט פערציג טויזענט דאלער ס'זאל נישט זיין סקרינס

איש את רעהו: זאגט די הייליגע רש"י..."אומרים לצירעה. מ'זאגט פאר די בין/מאסקיטא...לא מדובשך. ולא מעיקצך...מ'דארף נישט דיין האניג. און מ'דארף נישט דיין שטאך. מיט די אלע מחלות וואס דו ברענגסט. אזוי ווי וועסט נייל וויירוס און אנדערע מחלות"...!
מאנטאג יוני 04, 2018 11:54 am#404833
ר' אהרן האט מיך נישט אנטוישט.
מאנטאג יוני 04, 2018 4:14 pm#404873
גאנצל האט געשריבן:ר' אהרן האט מיך נישט אנטוישט

איך (און מסתמא אלע חברי השטיבל) האבן נישט געקלערט פאר קיין רגע אז מהר"א גייט דיך אנטוישן.

נ.ב. שוין געוועהן אמאל וואס ער האט דיך יא אנטוישט?
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:41 pm#419329
ליגט אלעס אין די תורה?

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p1830040 m
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:49 pm#419332
שמעקעדיג האט געשריבן:ליגט אלעס אין די תורה?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p1830040

l viewtopic.php?f=10&t=12789 l
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:51 pm#419356
גאנצל האט געשריבן:טאמער ס'גייט זיין סקרינס גיי איך פרעזענליך זיין דיסעפוינטעט אין אים

נעבעך.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 7:33 pm#419365
שמעקעדיג האט געשריבן:ליגט אלעס אין די תורה?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p1830040

אה... ס'איז מתוק מדבש וואס דארט גייט פאר.

גולם פון פראג האט געשריבן:קלער איך א שטיקעל עצה
סאיז דאך דא א גרויסע גזירת שמד אין מ׳וויל אנשטאפען אינזערע בחורים מיט לימודים פון גויים.
אויב קען מער אינז אויפווייזען אז אין אינזערע ספרים שטייט שוין דיזע אלע חכמות, קען דאס בעז״ה העלפען די גזר דין
סיי מחמת אונז וועל מיר צייגען אז מיט׳ן לערנען די תורה הקדושה קען מען דערגרייכען די אלע חכמות
און סיי מחמת מ׳קען פשוט לערנען די אלע מקורות
וואס ברויך מען לערנען איינשטיין אז אונדזערע גדולים שרייבען דאס זעלבע?
(נישט אז איך קען איינשטיין, יאך פארלאז מיך אויף די וואס ווייסען...)
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 7:44 pm#419366
Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
דערמאנט מיר פון וואס כ'האב אמאל געהערט וועגן צוויי גור'ע יונגעלייט וואס האבן געארבעט אויף א ספר וואס פרעגט אסאך שטארקע קושיות אויפן ויואל משה'ניו מיט אזעלכע באבע תירוצים דוחקים ע"ג דוחקים אבי ס'זאל בלייבן די שי"טה הק'...

איך מיין אז אסאך קאווע שטיבלער דרייען דארט די בצים.
זונטאג אפריל 14, 2019 11:23 pm#428511
זיצן זיך די חברה און פאטשעקענען די צייט אויף די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה קעגן די פסק פון אלע זייערע רבנים, און זיי האבן א פראבלעם אז דער בדחן ר' שווארץ אינספירירט אידן פאר'ן סדר אויף א אנדערע וועג ווי זייער טאטע האט זיך געפירט.

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=39448 m

#צבועות_האט_נישט_קיין_שיעור
מאנטאג אפריל 15, 2019 12:07 am#428513
גראדע האלט איך זיי זענען גערעכט.
מאנטאג אפריל 15, 2019 9:00 am#428529
נאכן ליינען די 9 בלעטלעך פון פשוטע שנאת חינם און העיט אויף יודישע קינדער צוליבן הארבן חטא פון מאכן א קומזיץ פאר פסח, געשריבן דורך אזעלעכע בעלי שנאה וקנאה פארגרעבטע שטיקער סופער ליידיגייער וואס קאכן זיך אין מאמרי טראמפ הקדוש והטהור שליט"א ממש מיט יגיעה שוין 3 יאר אן א אויפהער בליע"ר, און בעפאר דעם אין מאמרי אבאמא שליט"א גענוי ווי אונזערע עלטערן האבן זיך געגרייט צום סדר, איך שפיר איך מוז צוריקלויפן אין מקוה זעך רייניגן כאטשיק כבין ממש יעצט געווען. די גרעסטע רחמנות נעבעך אלע פון זיי האלטן באמת אז זיי זענען מיט א האר גרעסער און חשובער ביים באשעפער ווי אט די קומזיץ זיצער ווייל ער האט ריכטיג ארויס וועם מען דארף פיינט האבן אוי זענען מיר אין דער ערד. נישטא מער גארנישט גוד לאק
מאנטאג אפריל 15, 2019 9:28 am#428530
זייטס מוחל דאס מאל זענען זיי גערעכט, אין רעג זיך נישט. אין מען דארף טאקע מאכן א חשבון הנפש דערויף, איי זיי זענען פארנומען אויך מיט טראמפ, א גוטע קשיא, אבער דאס פרעגט נאך נישט אפ, זייערע טענות..
מאנטאג אפריל 15, 2019 6:23 pm#428558
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:זייטס מוחל דאס מאל זענען זיי גערעכט, אין רעג זיך נישט. אין מען דארף טאקע מאכן א חשבון הנפש דערויף, איי זיי זענען פארנומען אויך מיט טראמפ, א גוטע קשיא, אבער דאס פרעגט נאך נישט אפ, זייערע טענות..


שם טוב איז מיליאן פארצענט גערעכט.

איך קוק עס אן אלץ צוויי זאכן מ'דארף נישט צוזאמשטעלן די פרא טראמפ מיט די אנטי קומזיץ אבער למעשה זענען עס די זעלבע חברה...
זונטאג מאי 19, 2019 11:23 pm#430786
עטליכע שרייבן דארט נאך א מזל זיי זענען נישט געגאנגן צום הייזער עקספאו ווייל סאיז געווען מוראדיגע תערובות רח"ל... כמיין אז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער איז יא געגאנגן איז געווען ווייל ער האט געהערט סוועט זיין נשים
מאנטאג מאי 20, 2019 12:56 am#430790
.
מאנטאג מאי 20, 2019 7:13 am#430794
פרעג אים ווער ס'גייט אין גראסערי יעדע מאל ער דארף עפעס.
מאנטאג מאי 20, 2019 8:19 pm#430810
גאנצל האט געשריבן:גראדע איך פארשטיי די טענה פון א מעריץ מהרא פערספעקטיוו ר' אהרן האט זיך אויסגעשטעלט די לעצטע יארן אלס דער ערליכער און אלס רעכטער וואס איז געגאנגען אן פשרות יעדע זאך וואס ער האט געטון האט ער זיך מסביר געווען און ווער ס'איז נישט דוקא זיינס א פרעזענליכע שונא האט פארשטאנען זיין מהלך וואס גייט אויפ'ן ליניע פון גראדקייט

און יעצט טענהן זיינע חסידים צו אים האסט זיך ארויסגעשטעלט קעגן כינוס כלל ישראל וועגן תקנות מהאלאוויץ איך פארשטיי דיר האסט זיך ארויסגעשטעלט קעגן די שקרים ארום די אויערבאך באבעל פארשטאנטי דו האלטסט אן גאר עקסטרעים מיט צניעות גם זה הבנתי דו גייסט צו צום צומת הגידין אזוי ווי סאטמאר איז געוואוינט ענדערש ווי מער מהודר לכתחלה נישט קיין דיעבד מ'וועל מיר מיט גיין שחיטה מונחת מהודרדיגע חיטים איך גיי מיט יעצט ווען ס'קומט צו סקרינס א אפגעפרעגטע זאך ביי אלע חסידישע רביס און ערליכע אידן מאך נישט דאס גענאר פון מיר פאר די געלט קען איך דאך בלייבן א סיקריק און גיין מיט די לינקע היפארקריטשע זאלי פון חנוך עצמאי התחברות לאגודה און עסן יעדנס פלייש און אראפ א עול פון קאפ

איך בין כמעט זעכער אז די סקרינס דייען דארט נישט ארבעטן

גאנצל: איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש. (און אין איין שיטה). איך שריי שוין עטליכע יאר איבער די אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. אויסער דאס פיקחות און ישרות פון מהר"א שליט"א וואס האטציך אויפגעוויזן א יעדעס מאל.
נאר איך בין כקול קורא במדבר. מ'לאזט מיך שרייען ביז איך ווער הייזעריג. (עטץ הערטץ נישט ווי מיינע ווערטער שרייען ארויס פונ'ם פאפיר.כ'מיין סקרין...! און מ'איגנאר'ט מיך אינגאנצן. ס'איז נישט דא קיין תגובות הן לטב והן למוטב. (כ'בין מסכים עטץ זאלוני חסידים זאלטץ מיך אנשרייען און אנזידלען און אפילו חוזק מאכן. נאר נישט איגנארירן...לאל.). כ'עללמיך באנוצן מיט א פסוק וואס הרב ישראל מ. סופר זכותו יגון עלינו פלעגט זיך א סאך באנוצן..."כמים קרים על נפש עייפה"...אזוי זענען דיינע ווערטער פאר מיר...!
מאנטאג מאי 20, 2019 9:16 pm#430811
berlbalaguleh האט געשריבן:גאנצל: איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש. (און אין איין שיטה). איך שריי שוין עטליכע יאר איבער די אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. אויסער דאס פיקחות און ישרות פון מהר"א שליט"א וואס האטציך אויפגעוויזן א יעדעס מאל.
נאר איך בין כקול קורא במדבר. מ'לאזט מיך שרייען ביז איך ווער הייזעריג. (עטץ הערטץ נישט ווי מיינע ווערטער שרייען ארויס פונ'ם פאפיר.כ'מיין סקרין...! און מ'איגנאר'ט מיך אינגאנצן. ס'איז נישט דא קיין תגובות הן לטב והן למוטב. (כ'בין מסכים עטץ זאלוני חסידים זאלטץ מיך אנשרייען און אנזידלען און אפילו חוזק מאכן. נאר נישט איגנארירן...לאל.). כ'עללמיך באנוצן מיט א פסוק וואס הרב ישראל מ. סופר זכותו יגון עלינו פלעגט זיך א סאך באנוצן..."כמים קרים על נפש עייפה"...אזוי זענען דיינע ווערטער פאר מיר...!


די מעשה איז, "אהרן" איז בכלל נישט קיין גראדע מענטש מיט א שכל הישר, נאר אהרן האט נישט קיין געדולד צו די גאנצע קנאות, אים איז אסאך בעסער צו זיין א רבי ווי די אנדערע רבי'ס, ער זעהט נישט ווי ער וועט אנקומען מיטן פראווענען קנאי, די מינימאלע קנאות צו זיין א סאטמארא רבי פראבירט ער נאכצוקומען, אויך ווייל ער האט מורא פון די צד השני אז מען וועט אויף אים שרייען אז ער איז משנה, אלזא זיכט ער צו שטיין ווייט פון דעם. און צופאל איז ער געווען גערעכט דא ביי די פרשה פון הרב אויערבאך, און ביי גיוס, ווי די זאליס מחמת גרויס אהבה צו קנאות גייען דא מיטן קאפ אין וואנט.
מאנטאג מאי 20, 2019 9:56 pm#430813
קאלקיולעיטאר: אויף דיר קענמען זאגן אז דו ביסט אזוי ווי דער שר המשקים. וואס ער האט שוין בעל כורחו געזאגט גוטס אויף יוסף האט ער עס אויכעט געזאגט מיט בזיונות... "נער, עברי, עבד..." דו ביסט מודה אז מהר"א שליט"א איז גערעכט מיט אלע זיינע מערכות. סיי מיט די אריזאנע ווייטץ, שחיטה מונחת און נישט גיין צו די מיטינגען פאררופן דורך די ליטווישע ראשי ישיבות סיי ביי כינוס כלל ישראל און ביי די אסיפה לטובת די אויערבאך'ניקעס. וואו ס'האטציך ארויסגעשטעלט אז ער איז געווען גערעכט...! ועוד אפשר להאריך הרבה. נאר איך וועלל סטאפן דא דערווייל...!
פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:01 pm#434626
Screenshot_20190809-185320.png


די חברה האבן ערענסטע דאגות , איינער האט עפעס א סעלושען פאר די קראנקע חברה וואס באגראבן יודישקייט בידיים