Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

קאווע שטיבל • הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
138 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 388 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5727
מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:19 pm#177834
הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
עס זענען פארהאן אומצאליגע סארט שלעכטע מענטשן און רשעים, אבער די ערגסטע זענען די היפאקריטן. ווי די גמרא אין מס' סוטה זאגט "הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס." די צבועים, די היפאקריטן, נישט נאר וואס זיי זענען קאלטבלוטיגע רשעים, דורכגעווייקטע שלעכטע מענטשן, האבן זיי נאך דעם גאל צו ווייזן א פרומען פנים, און ווי די מדרש זאגט: ארויסשטעקן זיינע כשר'ע חזיר פיסלעך און שרייען "אני טהור!".

עס איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן פון די כת יושבי חושך פון וועם ערליכע אידן ליידן ליידער זיך אן די לעצטע יאהרן. דאס זענען מענטשען וואס אמת איז בכלל נישט קיין ארטיקעל פאר זיי. עס אינטערסירט זיי נישט קיין פאקטען, און זיי ווילן נישט הערן דעם אמת. זיי ווילן זיצן אין דעם פינסטער און ווייטער שפינען זייערע דמיונות פון עהרליכקייט און פרומקייט, און ווילן זיך איינרעדן אז זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן אנהאלטן זייער פאלטשן פארמאט פון אידישקייט.

מיר קענען אבער האבן א געוויסע מאס רעספעקט אפילו פאר א יושב חושך. א מענטש וואס האט אינוועסטירט זיין לעבן אין די אידעאלאגיע פון זיצן אין חשכות, און פירט זיך אזוי זיין גאנץ לעבן, איז כאטש א מענטש וואס לעבט מיט א פרינציפ, הגם א גאר פארדרייטע פרינציפ. אבער די היפאקריטן וואס פרעדיגן נאר חשכות אבער זיי אליין ווילן טועם זיין פון דעם אנדערן זייט – זיי זענען די ערגסטע. זיי זענען די חזרים מיט כשר'ע חזיר-פיסלעך, די צבועים וואס זענען עושים מעשי זמרי, אבער זענען מבקשים שכר כפנחס.

די רעדע דא איז איבער דעם וועבסייט וואס ווערט גערופן "אייוועלט", וואס האלט נישט אויס אז מיר דא אין קאווע שטיבל קענען עוסק זיין און תורה, יראת שמים און חכמה, אן זיין צוגעבינדען צו די פילאזאפיע פון חשכות. זיי קענען נישט זעהן אז זייערע איינרעדענישן פון דאמינאנץ איבער אידישקייט גייט צוגרונד. זיי קענען נישט צוקוקן ווי אזויפיל עהרליכע אידן דארשטן נאך עהרליכקייט, אמת'דיגקייט, אבער דווקא מיט אפענע אויגן, מיט א ווילן אנצוקומען צו אמת.

זיי קענען נישט צוקוקן אז עס איז שייך פארצושטעלן א פראבלעם אן דעם וואס דער תירוץ זאל אויטאמאטיש מוזן זיין פארגעשריבן דורך יושבי חושך, און עס זאל אפילו נישט קענען זיין קיין דעבאטע. זיי קענען נישט זעהן אז ערליכע אידן זענען דן בכובד ראש, זה בכה וזה בכה. ווי ערענסט מיר נעמען די צוקונפט פון אונזערע דורות, ווי שטארק מיר לעכעצן צו טרעפן לעזונגען צו פראבלעמען, און ווי מיר זענען אפען צו הערן יעדע דעה, ווי לאנג ס'איז נשרש אין מסורת היהדות.

דאס עסט זיי אויף די הארץ. זיי, די וואס האבן פארקויפט זיין נשמה צו שטן, די וואס וואס דינען דעם עגל פון חשכות, נעמען אויף זיך א מיסיע אראפצורייסן יעדער וואס איז אנדערש פון זיי, יעדער וואס וויל נישט זיין אזוי פארפינסטערט, און יעדער וואס נעמט נישט פאר זיך א בלענק היתר צו טרינקען דאס בלוט פון יעדער וואס גייט נישט אין שפאן. זיי זענען פארנומען ערפינדען איסורים נוראים אויף נוצן שכל, אויף קומען דא אהער און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, אויף דן צו זיין בכובד ראש און איידעלקייט. פלוצלונג ווערן זיי גאנצע מבינים אויף "כפירה", און די צבועים ווייסן אייביג פונקטליך וואס טוט זיך אויף די "כפירה'דיגע" וועבסייטס.

מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל מסביר געוועהן דער פראבלעם פון צבועים. ער האט געזאגט אז די היפאקריטן רייסן אויס דעם דרך וואס א עהרליכער איד האט פאר זיך, ער נעמט אוועק די בחירה פון א עהרליכע איד זיך צו קענען פארעמען זיין וועג אין עבודת ה'. א עהרליכער איד האט פאר זיך א גרויסער יסוד, ווי דער פסוק זאגט אין תהילים "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים, ובדרך חטאים לא עמד, ובמושב לצים, לא ישב, כי אם בתורת ה' חפצו, ובתורתו יהגה יומם ולילה." דאס ווייזט פאר א פרומע איד ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי זיך אויסצוקלויבן א ריכטיגע חברותא, צו פארשטיין מיט וועמען זיך צו חבר'ן און מיט וועמען צו האבן א פארקער בעניני יהדות. ווי די גמ' זאגט אין סנהדרין אז די נקיי הדעת שבירושלים האבן זיך נישט געזעצט ביי א טיש נאר ווען זיי האבן געוואוסט מיט וועמען זיי זעצן זיך, און אז זיי זענען עהרליכע אידן.

א צבוע, א היפאקריט, האט רבי אביגדור מסביר געוועהן, רייסט אויס די עצה ווי אזוי צו זיין אן עהרליכער איד. ער נארט אויס עהרליכע אידן וואס זוכן דווקא אנדערע עהרליכע אידן, און מיט זיין כשר חזיר פיסל נארט ער אריין אידן וואס ווערן נתפעל פון זיין פאלטשע פרומקייט. קומט אויס אז דער גאנצער יסוד וואס איז מאיר דעם עהרליכן איד'ס דרך, דאס וואס באלייכט זיין וועג מיט וועם צו שמועסן און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, ווערט אונטערגעריסן דורך דעם היפאקריט.

זיצן זיך יושבי חושך אידעאלאגן אויף אייוועלט, פאטשן זיך כסדר דעם בויך ווי פרום זיי זענען, און רייסן אראפ די איינציגסטע עהרליכע אידישע סייט וואס איז יסודתו וקיומו על טהרת הקודש. א סייט וואס איז מקיים במלוא מובן המילה דעם פסוק אין מלאכי "אז נדברו יראי ה' איש את רעהו ויקשב ה' וישמע, ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה', איש אל רעהו."

און ווער רעדט דא? ווער איז דער היפאקריט און וואנדערט אויף סייט'ס וואס זיין חשכות זעלבסט אסר'ט עס? דאס איז דער זעלבער וועלכער זיצט אויף א סייט וואס איז געגרונדעט געווארן נועץ צו זיין צפרני חזיר בחומת ישראל. א סייט וואס איז געעפענט געווארן צו גיין בריש גלי ווידערשפעניגן אין הקב"ה, אראפווארפן פון זיך דעם עול פון איידעלקייט און צניעות, און רעדן די שמוציגסטע ניבול פה, וואס אפילו די מתוקנות שבאומות וואגן זיך דאס נישט.

דאס זענען די זעלבע וואס זיצן אויף א סייט וואס איז געוועהן די ערשטע אויף דעם ברייטען אינטערנעט צו עפענען די אויגן פון ערליכע אידן צו א וועלט פון די נידעריגסטע שמוץ וואס איז פארהאן, און אלעס אויף די אידישע שפראך, מיט חוצפה און גסות רוח וואס לאזט זיך גארנישט ארויסרעדן פון מויל.

דאס זענען די זעלבע וואס זענען געוועהן די ערשטע צו רעדן פון שמוציגע מאוויס, פון אברי האשה בפרטי פרטים, דורכטוהן ניבול'דיגע מעשיות וואס זענען יא אדער נישט געשעהן, קאנפרענץ קאל'ס צווישן אנשים ונשים, שמוציגע וויצן, און דאס אלעס אפען! ווי א אומשולדיגע בחור אדער יונגערמאן קען אנקומען מיט איין בטעות'דיגע קוועטש אויף א קנעפל ר"ל.

אט די מנובלים, די היפאקריטן וואס האבן זיך אדער יא מוחל געוועהן די עבירות אדער נישט, די וואס פרעדיגן פאר אנדערע וואס צו טוהן אבער ווילן אליינס טוהן וואס זייער פינסטערע הארץ באגערט, זיי גייען אונז פארקויפן וואס דאס איז אויטענטישע אידישקייט, זיי גייען אונז ווייסן דעם אמת'ן פנים פון דת ישראל! די מענטשן וואס לעבן נאר פון אראפרייסן יעדער וואס גייט נישט נאך זייער שפאן, וואס ווייסן נאר מיטצוזינגען און מיטשטימען מיט די כאר פון חשכות, זיי גייען פארגלייזן די אויגן און ברעטשענען מיט קראקאדייל טרערן וועגן אידישקייט.

יא, זיי שטעקן ארויס זייערע כשר'ע חזיר פיסלעך, אבער געדענק די פייערדיגע דברי חז"ל: הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס! און "עושים מעשי זמרי" איז בכלל נישט גיין גוזמא!
מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:33 pm#177837
שיטה מקובצת איך פארשטיי יא פארוואס מ'קען האקן אויף ק''ש אפילו ס'זאל נישט זיין אפענע כפירה איז די גייסט נישט אויסגעהאלטן אלעמאל, און געוויסע שרייבער געבן סטאף אויפצורעגן אן איידל'ן ליינער און מיט רעכט.
למשל נעכטן האב איך געליינט וואס כבודו יאיר האט געשריבן העכער א מוזיק ווידיא וואס ער האט ארויפגעלייגט פון א נארוועגיען זינגער

הערט אויס א הייליג שטיקל וואס קומט אויסגעשניצט פון כסא הכבוד אליין, פון נארוועגישן ראמאנטישער קאמפאזירער און פיאניסט


צו וואס פעלט דאס אויס? איז עס אויסגעהאלטן 100 פראצענט אזוי צו שרייבן?
מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:35 pm#177838
צום פונקט, שיטה.
בכלל וואונדערט מיר שוין לאנג וויאזוי אזעלכע הייליגע אפגעהיטענע תורה טרייע אידן "אשר לא כרעו לבעל" קענען זיצן אויפן אינטערנעט וואס איז "אסור בתכלית האיסור" לשיטתם. היפאקריטן איז נישט דאס ווארט.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:45 pm#177840
כקען נישט כאפן צו שיטה מאכט זיך אדער מיינט מיט אן אמת זיין צבועדיגע, היפאקריטישע, מרה שחורדיגע, שווארצע, פעסימיסטישע, חשכותדיגע, כשר חזיר פיסלדיגע, מבקש שחר כפנחסדיגע אוסברוך.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:58 pm#177843
6 בלאטיגע בלעטער דארט אין איין וואך אויף די נושא?!! א חידוש בעולם האיי.
--
ווען דער עולם וואלט נאר געוויסט אז איינע פון די מוחים דארט וואס זיין הארץ בלוטיגט איז נישט ווייניגער נאר מער, א מאלעסטער... וואלט גוט געווען.
א באנדע ליצים, חז"ל זאגן שוין, איי-עלמא כבי הילולא.

מי חכם שרייבט צום זאך
ק"ש האט אויך אויפגעדעקט אינטערעסאנטע אינפארמאציע איבערן עבר פון אייוועלט, וואס רוב שרייבער דא ווייסן נישט און די וואס יא ווילן פארגעסן דערפון.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:13 pm#177849
וואס איז יעצט געשעהן אז מע האט אויפגערעגט שיטה מקובצת? :shock: :shock:

איך לייען ניט אזעלעכע שמיציגע פלעצער ווייסעך נישט וואס שיטה רעגט צעך.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:14 pm#177850
ווער נאך ווי ר' אביגדור איז א מבין אויף היפאקריווסטע.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:16 pm#177851
פרייליך האט דארט געשריבן
אאוטששששש.. דאס הארץ רייסט.. די אויגן ציפט.. זעה איך גוט???

זאל מען רעדן? נישט רעדן? יא שרייבן? נישט שרייבן? אפשר קען מען צוברענגן א יוד לידי תקלה??

אבער אפשר דורך נישט שרייבן וועט מען זיכער צוקומען צו ליינען?..


די מחשבות זענען מיר דורכגעלאפן דעם געוועזענעם פרייטאג, ווען איך האבן געזעהן ווי די פארדארבענע קאווע.. האט זיך געבלעטעלט און עס מפרסם געווען ברבים רח"ל...

היינט צופרי ווען איך האב געזעהן אז איבער 400! דאונלאודס דערויף, זענען מיר געקומען צו די מסקנא לא עת לחשות... לאמיר כאטש פאר די וואס טראכטן וואס איז אז איך וועל מיך אביסל אויסלופטערן און ליינען... מה כל הרעש?? לאמיר זעהן וואס רבותינו ז"ל זאגן..

די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין, ואלו שאין להם חלק לעולם הבא.. רבי עקיבא אומר אף הקורא בספרים חיצוניים.

די הייליגע חפץ חיים שרייבט אין א בריוו שרעקליכע ווערטער: הלא בימינו אלה נתרבו סיבות ומאורעות נוראות שלא נשמע כמותם מעולם... ובוודאי צדיק ה' ולא חשיד קוב"ה דעביד דינא בלא דינא, ואם כן נחקורה בשל מי הרעה הזאת, כלל ישראל טובע בים של צרות...

אמנם כאשר נתבונן היטב ונעמיק בדברי חז"ל נמצא את הסיבות שגרמו לזה..איתא בחז"ל אמר ר' אלעזר כל המתלוצץ יסורים באים עליו... ורב קטינא אמר מזונות מתמעטין.. ור' תנחום אמר שגורם כליה לעולם... ור"א אומר תחילתו יסורים וסופו כלייה.

הנה בעונותינו הרבים המציא היצר הרע תחבולה חדשה להחטיא את אחינו בני ישראל בעון של ליצנות ולגרום הסתלקות ההשפעה מן העולם, והוא על ידי קריאת עיתונים שנמצא בהם דברי ליצנות ולשון הרע ורכילות ומחלקות ודברי כפירה ומינות.

ואם לא יהו נמצאים קוראים מקבלים כ"כ לזה כי אזי לא הדפיסו אותם... וכולם יהיו נתבעין לדין על זה בבואם ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, בין המדפיסים ובין הקוראין אותם.

על כן אחי ורעי הרוצה להנצל מהעונש הקשה הזה יתרחק בכל היכולת מלקרוא בעיתונים כאלה שיש בהם דברי ליצנות וניבול פה... ובשכר זה יתן לו ה' השפעה והצלחה במעשה ידיו ויזכה לכל טוב בזה ובבא.. (מכתבי חפץ חיים סי מב)


חוסו ורחמו עליכם ועל ביתכם לבל תשרפו נפשותיכם ונשמותיכם באש אשר כמעט אי אפשר לכבותה, אם לא ביד של דמעות ותשובה ותורה על איבוד נפשו ונפש בני ביתו (בית אברהם סלאנים).

אוי רבונו של עולם.. פירושים זענען איבריג.. ויהא זה וקבלתי כפרה על שהצצתי ונפגעתי..
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:20 pm#177853
שיטה מקובצת האט געשריבן:
זיי זענען פארנומען ערפינדען איסורים נוראים אויף נוצן שכל, אויף קומען דא אהער און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, אויף דן צו זיין בכובד ראש און איידעלקייט. פלוצלונג ווערן זיי גאנצע מבינים אויף "כפירה", און די צבועים ווייסן אייביג פונקטליך וואס טוט זיך אויף די "כפירה'דיגע" וועבסייטס.

זיצן זיך יושבי חושך אידעאלאגן אויף אייוועלט, פאטשן זיך כסדר דעם בויך ווי פרום זיי זענען, און רייסן אראפ די איינציגסטע עהרליכע אידישע סייט וואס איז יסודתו וקיומו על טהרת הקודש. א סייט וואס איז מקיים במלוא מובן המילה דעם פסוק אין מלאכי "אז נדברו יראי ה' איש את רעהו ויקשב ה' וישמע, ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה', איש אל רעהו."


שיטה'לע; אין א וועלט פון ווארט-פרייהייט געב איך דיר די פולע רעכטן צו האקן אויף אייוועלט, און איך געב די פולע רעכטן פאר אייוועלט צו האקן אויף קאווע שטיבל, עס זענען צוויי אנדערע מהותים וואס וועלן קיינמאל לעבן בשלום. און איך האף אז דו פארשטייסט אז עס געקומען די צייט פאר פרומע אידן זיך צו שטעלן אויף זייערע רעכטן און ארויס'זרק'ענען בשן ועין די אלע וואס שטערן זיי און קרוכן זיי אויף די הינער אויג, פאקטיש זענען זיי אין אמעריקא, און זיי מעגן און מוזן געניסן פון די זעלבע פרייהייט ווי אלעמען. יעדער האט די רעכט צו זיין נישט פרום און נישט קנאות'דיג, אבער די פרומע און קנאות'דיגע זענען נישט מחוייב צו באהאנדלן די אומפרימע מיט זיידענע הענטשוך, זיי געבן קאווע, עליות, און לאזן זייערע קינדער לערנען מיט זיי. זיי מעגן טון וואס זיי ווילן! פונקט ווי דו מעגסט טון וואס דו ווילסט, און זיי מעגן שרייען ווען עס טוט זיי וויי.

איך בין איבערצייגט אז דו ווייסט דאס אויך גוט, און פון דיינע ווערטער איז פשוט משמע אז דו ווילסט "אויך" שרייען אויף זיי און זיך נישט לאזן טרעטן אויף "דיינע רעכטן". נו, כל הכבוד! יעצט איז עס געבעלענסט.

אבער דאס וואס דו קענסט ממש נישט פארשטיין "פארוואס" זיי שרייען אויף דעם וואס מען איז "דן ענינים בכובד ראש און איידעלקייט" ממש עס שטעלט זיך נישט אויפן שכל... וואלט איך דיר געזאגט: אז מען מאכט זיך בלינד ווערט מען...

דער וועבסייט דא איז נישט די ערשטע אדרעס ווען מען זוכט איידעלקייט. נאטינג פערסאנעל. דו מעגסט און דו זאלסט שרייבן אלעס וואס ליגט דיר אין בויך. אבער לייג נישט אריין דיין קאפ אין זאמד ווי דער בת היענה.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:21 pm#177854
קאווע טרינקער האט געשריבן:פרייליך האט דארט געשריבן
אאוטששששש.. דאס הארץ רייסט.. די אויגן ציפט.. זעה איך גוט???

זאל מען רעדן? נישט רעדן? יא שרייבן? נישט שרייבן? אפשר קען מען צוברענגן א יוד לידי תקלה??

אבער אפשר דורך נישט שרייבן וועט מען זיכער צוקומען צו ליינען?..


די מחשבות זענען מיר דורכגעלאפן דעם געוועזענעם פרייטאג, ווען איך האבן געזעהן ווי די פארדארבענע קאווע.. האט זיך געבלעטעלט און עס מפרסם געווען ברבים רח"ל...

היינט צופרי ווען איך האב געזעהן אז איבער 400! דאונלאודס דערויף, זענען מיר געקומען צו די מסקנא לא עת לחשות... לאמיר כאטש פאר די וואס טראכטן וואס איז אז איך וועל מיך אביסל אויסלופטערן און ליינען... מה כל הרעש?? לאמיר זעהן וואס רבותינו ז"ל זאגן..

די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין, ואלו שאין להם חלק לעולם הבא.. רבי עקיבא אומר אף הקורא בספרים חיצוניים.

די הייליגע חפץ חיים שרייבט אין א בריוו שרעקליכע ווערטער: הלא בימינו אלה נתרבו סיבות ומאורעות נוראות שלא נשמע כמותם מעולם... ובוודאי צדיק ה' ולא חשיד קוב"ה דעביד דינא בלא דינא, ואם כן נחקורה בשל מי הרעה הזאת, כלל ישראל טובע בים של צרות...

אמנם כאשר נתבונן היטב ונעמיק בדברי חז"ל נמצא את הסיבות שגרמו לזה..איתא בחז"ל אמר ר' אלעזר כל המתלוצץ יסורים באים עליו... ורב קטינא אמר מזונות מתמעטין.. ור' תנחום אמר שגורם כליה לעולם... ור"א אומר תחילתו יסורים וסופו כלייה.

הנה בעונותינו הרבים המציא היצר הרע תחבולה חדשה להחטיא את אחינו בני ישראל בעון של ליצנות ולגרום הסתלקות ההשפעה מן העולם, והוא על ידי קריאת עיתונים שנמצא בהם דברי ליצנות ולשון הרע ורכילות ומחלקות ודברי כפירה ומינות.

ואם לא יהו נמצאים קוראים מקבלים כ"כ לזה כי אזי לא הדפיסו אותם... וכולם יהיו נתבעין לדין על זה בבואם ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, בין המדפיסים ובין הקוראין אותם.

על כן אחי ורעי הרוצה להנצל מהעונש הקשה הזה יתרחק בכל היכולת מלקרוא בעיתונים כאלה שיש בהם דברי ליצנות וניבול פה... ובשכר זה יתן לו ה' השפעה והצלחה במעשה ידיו ויזכה לכל טוב בזה ובבא.. (מכתבי חפץ חיים סי מב)


חוסו ורחמו עליכם ועל ביתכם לבל תשרפו נפשותיכם ונשמותיכם באש אשר כמעט אי אפשר לכבותה, אם לא ביד של דמעות ותשובה ותורה על איבוד נפשו ונפש בני ביתו (בית אברהם סלאנים).

אוי רבונו של עולם.. פירושים זענען איבריג.. ויהא זה וקבלתי כפרה על שהצצתי ונפגעתי..

#Iveltesque
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:25 pm#177855
ס'איז דא צומאל ווען מענטשן זיצן אין א באקס, און זעהן נישט גארנישט נאר זיך און זיך, ליינענדיג דעם ארטיקל פון "שיטה" האב איך מיר דערמאנט פון א ארטיקל פון "קופערניקס" l viewtopic.php?f=24&t=5413&hilit=%D7%A4%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%A9 l און איך קלער אז ס'וועט נישט זיין אזוי שארף אויב איך וועל מגיה זיין שיטה'ס ארטיקל, און ביטע קיינער זאל עס נישט נעמען פערסאנעל, מיין געדאנק איז נאר, "האק נישט אויף יענעם ווען יענער האקט אויף דיר אז דו גייסט אריבער זיינע גדרים, ווייל דו אליין האקסט אויך אויף א צווייטן ווען יענער גייט אריבער דיינע גדרים"

עס זענען פארהאן אומצאליגע סארט שלעכטע מענטשן און רשעים, אבער די ערגסטע זענען די היפאקריטן. ווי די גמרא אין מס' סוטה זאגט "הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס." די צבועים, די היפאקריטן, נישט נאר וואס זיי זענען קאלטבלוטיגע רשעים, דורכגעווייקטע שלעכטע מענטשן, האבן זיי נאך דעם גאל צו ווייזן א פרומען פנים, און ווי די מדרש זאגט: ארויסשטעקן זיינע כשר'ע חזיר פיסלעך און שרייען "אני טהור!".

עס איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן פון די כת יושבי חושך פון וועם ערליכע אידן ליידן ליידער זיך אן די לעצטע יאהרן. דאס זענען מענטשען וואס אמת איז בכלל נישט קיין ארטיקעל פאר זיי. עס אינטערסירט זיי נישט קיין פאקטען, און זיי ווילן נישט הערן דעם אמת. זיי ווילן זיצן אין דעם פינסטער און ווייטער שפינען זייערע דמיונות פון עהרליכקייט און פרומקייט, און ווילן זיך איינרעדן אז זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן אנהאלטן זייער פאלטשן פארמאט פון אידישקייט.

מיר קענען אבער האבן א געוויסע מאס רעספעקט אפילו פאר א יושב חושך. א מענטש וואס האט אינוועסטירט זיין לעבן אין די אידעאלאגיע פון זיצן אין חשכות, און פירט זיך אזוי זיין גאנץ לעבן, איז כאטש א מענטש וואס לעבט מיט א פרינציפ, הגם א גאר פארדרייטע פרינציפ. אבער די היפאקריטן וואס פרעדיגן נאר חשכות אבער זיי אליין ווילן טועם זיין פון דעם אנדערן זייט – זיי זענען די ערגסטע. זיי זענען די חזרים מיט כשר'ע חזיר-פיסלעך, די צבועים וואס זענען עושים מעשי זמרי, אבער זענען מבקשים שכר כפנחס.

די רעדע דא איז איבער דעם וועבסייט וואס ווערט גערופן "קאווע שטיבל", וואס האלט נישט אויס אז מיר דא אין "פאליש" קענען עוסק זיין און תורה, יראת שמים און חכמה, אן זיין צוגעבינדען צו די פילאזאפיע פון חשכות. זיי קענען נישט זעהן אז זייערע איינרעדענישן פון דאמינאנץ איבער אידישקייט גייט צוגרונד. זיי קענען נישט צוקוקן ווי אזויפיל עהרליכע אידן דארשטן נאך עהרליכקייט, אמת'דיגקייט, אבער דווקא מיט אפענע אויגן, מיט א ווילן אנצוקומען צו אמת.

זיי קענען נישט צוקוקן אז עס איז שייך פארצושטעלן א פראבלעם אן דעם וואס דער תירוץ זאל אויטאמאטיש מוזן זיין פארגעשריבן דורך יושבי חושך, און עס זאל אפילו נישט קענען זיין קיין דעבאטע. זיי קענען נישט זעהן אז ערליכע אידן זענען דן בכובד ראש, זה בכה וזה בכה. ווי ערענסט מיר נעמען די צוקונפט פון אונזערע דורות, ווי שטארק מיר לעכעצן צו טרעפן לעזונגען צו פראבלעמען, און ווי מיר זענען אפען צו הערן יעדע דעה, ווי לאנג ס'איז נשרש אין מסורת היהדות.

דאס עסט זיי אויף די הארץ. זיי, די וואס האבן פארקויפט זיין נשמה צו שטן, די וואס וואס דינען דעם עגל פון חשכות, נעמען אויף זיך א מיסיע אראפצורייסן יעדער וואס איז אנדערש פון זיי, יעדער וואס וויל נישט זיין אזוי פארפינסטערט, און יעדער וואס נעמט נישט פאר זיך א בלענק היתר צו טרינקען דאס בלוט פון יעדער וואס גייט נישט אין שפאן. זיי זענען פארנומען ערפינדען איסורים נוראים אויף נוצן שכל, אויף קומען דא אהער און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, אויף דן צו זיין בכובד ראש און איידעלקייט. פלוצלונג ווערן זיי גאנצע מבינים אויף "כפירה", און די צבועים ווייסן אייביג פונקטליך וואס טוט זיך אויף די "כפירה'דיגע" וועבסייטס.

מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל מסביר געוועהן דער פראבלעם פון צבועים. ער האט געזאגט אז די היפאקריטן רייסן אויס דעם דרך וואס א עהרליכער איד האט פאר זיך, ער נעמט אוועק די בחירה פון א עהרליכע איד זיך צו קענען פארעמען זיין וועג אין עבודת ה'. א עהרליכער איד האט פאר זיך א גרויסער יסוד, ווי דער פסוק זאגט אין תהילים "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים, ובדרך חטאים לא עמד, ובמושב לצים, לא ישב, כי אם בתורת ה' חפצו, ובתורתו יהגה יומם ולילה." דאס ווייזט פאר א פרומע איד ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי זיך אויסצוקלויבן א ריכטיגע חברותא, צו פארשטיין מיט וועמען זיך צו חבר'ן און מיט וועמען צו האבן א פארקער בעניני יהדות. ווי די גמ' זאגט אין סנהדרין אז די נקיי הדעת שבירושלים האבן זיך נישט געזעצט ביי א טיש נאר ווען זיי האבן געוואוסט מיט וועמען זיי זעצן זיך, און אז זיי זענען עהרליכע אידן.

א צבוע, א היפאקריט, האט רבי אביגדור מסביר געוועהן, רייסט אויס די עצה ווי אזוי צו זיין אן עהרליכער איד. ער נארט אויס עהרליכע אידן וואס זוכן דווקא אנדערע עהרליכע אידן, און מיט זיין כשר חזיר פיסל נארט ער אריין אידן וואס ווערן נתפעל פון זיין פאלטשע פרומקייט. קומט אויס אז דער גאנצער יסוד וואס איז מאיר דעם עהרליכן איד'ס דרך, דאס וואס באלייכט זיין וועג מיט וועם צו שמועסן און עוסק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, ווערט אונטערגעריסן דורך דעם היפאקריט.

זיצן זיך יושבי חושך אידעאלאגן אויף קאווע שטיבל, פאטשן זיך כסדר דעם בויך ווי פרום זיי זענען, און רייסן אראפ די איינציגסטע עהרליכע אידישע סייט וואס איז יסודתו וקיומו על טהרת הקודש. א סייט וואס איז מקיים במלוא מובן המילה דעם פסוק אין מלאכי "אז נדברו יראי ה' איש את רעהו ויקשב ה' וישמע, ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה', איש אל רעהו."

און ווער רעדט דא? ווער איז דער היפאקריט און וואנדערט אויף סייט'ס וואס זיין חשכות זעלבסט אסר'ט עס? דאס איז דער זעלבער וועלכער זיצט אויף א סייט וואס איז געגרונדעט געווארן נועץ צו זיין צפרני חזיר בחומת ישראל. א סייט וואס איז געעפענט געווארן צו גיין בריש גלי ווידערשפעניגן אין הקב"ה, אראפווארפן פון זיך דעם עול פון איידעלקייט און צניעות, און רעדן די שמוציגסטע ניבול פה, וואס אפילו די מתוקנות שבאומות וואגן זיך דאס נישט.

דאס זענען די זעלבע וואס זיצן אויף א סייט וואס איז געוועהן די ערשטע אויף דעם ברייטען אינטערנעט צו עפענען די אויגן פון ערליכע אידן צו א וועלט פון די נידעריגסטע שמוץ וואס איז פארהאן, און אלעס אויף די אידישע שפראך, מיט חוצפה און גסות רוח וואס לאזט זיך גארנישט ארויסרעדן פון מויל.

דאס זענען די זעלבע וואס זענען געוועהן די ערשטע צו רעדן פון שמוציגע מאוויס, פון אברי האשה בפרטי פרטים, דורכטוהן ניבול'דיגע מעשיות וואס זענען יא אדער נישט געשעהן, קאנפרענץ קאל'ס צווישן אנשים ונשים, שמוציגע וויצן, און דאס אלעס אפען! ווי א אומשולדיגע בחור אדער יונגערמאן קען אנקומען מיט איין בטעות'דיגע קוועטש אויף א קנעפל ר"ל.

אט די מנובלים, די היפאקריטן וואס האבן זיך אדער יא מוחל געוועהן די עבירות אדער נישט, די וואס פרעדיגן פאר אנדערע וואס צו טוהן אבער ווילן אליינס טוהן וואס זייער פינסטערע הארץ באגערט, זיי גייען אונז פארקויפן וואס דאס איז אויטענטישע אידישקייט, זיי גייען אונז ווייסן דעם אמת'ן פנים פון דת ישראל! די מענטשן וואס לעבן נאר פון אראפרייסן יעדער וואס גייט נישט נאך זייער שפאן, וואס ווייסן נאר מיטצוזינגען און מיטשטימען מיט די כאר פון חשכות, זיי גייען פארגלייזן די אויגן און ברעטשענען מיט קראקאדייל טרערן וועגן אידישקייט.

יא, זיי שטעקן ארויס זייערע כשר'ע חזיר פיסלעך, אבער געדענק די פייערדיגע דברי חז"ל: הזהרו מן הצבועים שדומים לפרושים, שעושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס! און "עושים מעשי זמרי" איז בכלל נישט גיין גוזמא!
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:27 pm#177856
יעצט פארשטיי איך אביסעל.

איך זעה דארט אז מע שרייבט און מע האקט אויף קאווע שטיבל מיט אזעלעכע ליגענטס.

פארוואס טוען זיי עס?

כאב מיך קודם גערעגט אויף שיטה מקובצת ווייל מע דארף נישט רעדען וועגען מענטשען וואס האלטען נישט אויס אז סיז דא נארמאלע מענטשען אויכעט אבער ער האט זייער גוט געשריבען און א שאד אז מע קען נאר איין מאל לייקען.

איך זעה איינער וואס האט גענעמען מיין ניק און רופט זיך ״קנאפער ידען״ און נאה שמו ווייל ער שרייבט געהעריג ליגענט אז מאחורי הפרגוד איז א שמיציגע פלאץ און אז מע שרייבט ניוויל פה. כאב שוין לאנג נישט געזעהן אזא ליגענט ווייל דארט מעקט מען זאכן וואס אפי׳ סיז נישט איידעל און מע קען מיינען אז סע פאסט נישט פאר ערלעכע אידען מעקט מען עס אויס.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:34 pm#177857
יושב קרן האט געשריבן:שיטה מקובצת איך פארשטיי יא פארוואס מ'קען האקן אויף ק''ש אפילו ס'זאל נישט זיין אפענע כפירה איז די גייסט נישט אויסגעהאלטן אלעמאל, און געוויסע שרייבער געבן סטאף אויפצורעגן אן איידל'ן ליינער און מיט רעכט.
למשל נעכטן האב איך געליינט וואס כבודו יאיר האט געשריבן העכער א מוזיק ווידיא וואס ער האט ארויפגעלייגט פון א נארוועגיען זינגער

הערט אויס א הייליג שטיקל וואס קומט אויסגעשניצט פון כסא הכבוד אליין, פון נארוועגישן ראמאנטישער קאמפאזירער און פיאניסט


צו וואס פעלט דאס אויס? איז עס אויסגעהאלטן 100 פראצענט אזוי צו שרייבן?

איך גלייב אז יעדער פארשטייט אז די כונה איז פאעטיש. אזוי ווען די תורה שרייבט די וואך ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר, אדער אזוי ווי ווען איך האב געהערט א ווארט לעצטע וואך בשם א צדיק אז דער רבי ר' אלימלך איז געווען די שם הויה אראפגעקומען אין א זשופיציע, אויב מען וועט דאס נעמען כפשוטו איז דאך דאס ממש קריסטנטום. מוז מען על כרחך זאגן אז מענטשן רעדן מיט פאעטישע משלים כדי צו צוברעכן דעם אויער.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:37 pm#177858
יאיר,
לסבר או לשבר?
מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:52 pm#177859
יאיר האט געשריבן: כדי צו צוברעכן דעם אויער.


:lol:
Yairesque#
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:03 am#177862
פאר די וואס ווייסן נישט פון אייוועלט'ס מעשי זמרי, אזוי האט זיך אייוועלט אנגעפאנגען
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:06 am#177863
איך זאג ענק צו אז דעי שרייבער וואס האקט דארט איז א געהעריגער שרייבער דא אין שטיבל ער וויל נאר זיין זיס און זיך "געפעלן" פאר די גרינע רויטע חברה דארט.
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:08 am#177864
זיידעטשקע רוב פון די אמאליגע שרייבער זענען שוין נישט דארט סא דעי פיקטשער איז נישט קיין ראיה
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:10 am#177866
יושב קרן האט א שטיקל נקודה. לאמיר זאגן אז עטליכע פעלער קען מען פארענטפערן, מוז מען אבער פארט מודה זיין אז טיילמאל שרייבט מען דא זאכן וואס היימישע אידן דארפן נישט שרייבן און ליינען, און חוץ דעם עוולה דערפון כלפי שמיא, שפילט מען אריין אין די מיילער פון די 'ערליכע' חברה.

עס איז נישט נוגע לענינינו זייער עבר. יעדער קען תשובה טאן. פאקטיש היינט שרייבן זיי נישט קיין שלעכטע זאכן און זענען אפגעהיטן, און אפילו דעם איינעם טענה אז די פרומע בארעדן לשה"ר אויף אנדערע אידן איז נישט גילטיג דארט. הגם עס איז אויך ווייט נישט פערפעקט ויש מקום לתקן.

מיר לעבן טאקע נישט פאר יענעם, אבער למיחש מיהא בעי, מיר זעהען דאך אז עטליכע שרייבער דארט קומען שוין פון מאחורי און זיי שרייבן שרעקליך אויף אונז (כאטש איך זאג אז עס איז שטארק איבערגעטריבן), לאמיר אלזא מקיים זיין דעם והייתם נקיים, מיט אונזערע שפראך, אויסדרוקן, מקורות, עס איז נישט וויכטיג צו פארהייליגן און אויסשמועסן אלע אפגעפרעגטע משכילים און אויסדרוקן ליבשאפט צו ניגונים פון קלויסטער, עס שמעקט נישט גוט. עס זענען פאראן גענוג גוטע טעמעס צו שמועסן אויך אן די קאנטרעוועסיאלע ענינים.

בתקוה אז לעיקוואד וועט מיר נישט פארשטיינערן, און אויב יא, תהא מיתתי כפרתי...
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:14 am#177867
איינער איז מגיב דארט;

איך האב געהערט אז דארט לאכט מען אפ מכל הקודש לנו, זיי שטעלן זיך נישט אב ביי גארנישט! מיין חבר וואס באזוכט דארט ליידער זאגט מיר אז זיי לאכן אפ פונעם מנהג קודש וקדום פון נישט קיין מיט קיין קרוין אויפן שטריימל, אפרא לפומיהו!


איך האף אז מיין סארקאזאם דיטעקטאר איז צובראכען...
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:17 am#177868
יאיר האט געשריבן:
יושב קרן האט געשריבן:שיטה מקובצת איך פארשטיי יא פארוואס מ'קען האקן אויף ק''ש אפילו ס'זאל נישט זיין אפענע כפירה איז די גייסט נישט אויסגעהאלטן אלעמאל, און געוויסע שרייבער געבן סטאף אויפצורעגן אן איידל'ן ליינער און מיט רעכט.
למשל נעכטן האב איך געליינט וואס כבודו יאיר האט געשריבן העכער א מוזיק ווידיא וואס ער האט ארויפגעלייגט פון א נארוועגיען זינגער

הערט אויס א הייליג שטיקל וואס קומט אויסגעשניצט פון כסא הכבוד אליין, פון נארוועגישן ראמאנטישער קאמפאזירער און פיאניסט


צו וואס פעלט דאס אויס? איז עס אויסגעהאלטן 100 פראצענט אזוי צו שרייבן?

איך גלייב אז יעדער פארשטייט אז די כונה איז פאעטיש. אזוי ווען די תורה שרייבט די וואך ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר, אדער אזוי ווי ווען איך האב געהערט א ווארט לעצטע וואך בשם א צדיק אז דער רבי ר' אלימלך איז געווען די שם הויה אראפגעקומען אין א זשופיציע, אויב מען וועט דאס נעמען כפשוטו איז דאך דאס ממש קריסטנטום. מוז מען על כרחך זאגן אז מענטשן רעדן מיט פאעטישע משלים כדי צו צוברעכן דעם אויער.

דו גלייבסט נישט גוט! נישט יעדער איז אזא חכם און א פאעט. דא איז א מקום ווי אלע דרגות ליינען פארוואס זאל מען ששרייבן זאכן וואס גריצלן די אויגן אפילו ס'איז מותר? ווי שמעקעדיג איז עס שיין מסביר ס'פעלט נישט אויס צו שרייבן קאנטרווערסאל, און ס'איז דאך נישט געווען אזא וויכטיגע זאך אז זאלסט נישט קענען ביישטיין דעם נסיון גלייב איך.
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:17 am#177869
משה געציל האט געשריבן:איינער איז מגיב דארט;

איך האב געהערט אז דארט לאכט מען אפ מכל הקודש לנו, זיי שטעלן זיך נישט אב ביי גארנישט! מיין חבר וואס באזוכט דארט ליידער זאגט מיר אז זיי לאכן אפ פונעם מנהג קודש וקדום פון נישט קיין מיט קיין קרוין אויפן שטריימל, אפרא לפומיהו!


איך האף אז מיין סארקאזאם דיטעקטאר איז צובראכען...

איך האב אויך נישט געוויסט צו יענען מאכט זיך אדער נישט...
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:23 am#177871
נאכען ליינען און זען ווי נאריש סאיז צי שטיין און האקן אויף יענעם, דארף מען זען מיר זאלן נישט האבן דאס זעלבע פנים ווי זיי.

פארוואס האב איך געדארפט אויסגעפינען פון אייוועלט אז קאוע בלעטעל איז אויף לדעת?
א שאד לדעת האט נישט קיין מאביל עפפ מוואלט געקענט עס רעטען איין סטאר.
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:24 am#177872
שוין, שמעקעדיג האסט מיר גורם געווען צו האבן א אייוועלט קאמפלעקס.
דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:25 am#177873
ATUB @שרייבער ATUB / איך כאפ נישט דיין פוינט. קיינער האט נישט "געהאקט" אויף פאליש, און זיכער האט קיינער נישט געזאגט שקרים וכזבים וועגן פאליש. ATUB @קופערניקוס ATUB האט נאר ארויסגעברענגט אז ס'איז א רחמנות ווי אזוי די חברה דארטען קיקן אויס. חוץ מזה, פאליש איז אפיציעל א פלאץ פאר אפגעפארענע מענטשען און מ'שרייבט דארטען שבת ר"ל. חוץ פון דעם, ATUB @שיטה מקובצת ATUB 'ס עיקר פוינט איז די היפאקראטיע פון די אייוועלט חברה
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:46 pm#298831
יא גערעכט! יעצט קוק איך איבער זע איך דארט אויך ארטיקלן וואס האבן זיך אפילו אנגעהויבן די יאר 2015.
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:48 pm#298832
אפשר קענט עטץ ביטע מרמז זיין פון בערך וואס מען רעדט. תודה
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:17 pm#298837
ברענג עס אהער אין די אשכול, @ליפא @חתם סופר
l viewtopic.php?f=22&t=888 l
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:18 pm#298838
chusid האט געשריבן:אפשר קענט עטץ ביטע מרמז זיין פון בערך וואס מען רעדט. תודה


מ'רעדט מסתמה פון אידן וואס עסן פיש מיט די הענט און דערנאך טונקט מען איין די חלה אין קאטשעניא וואס טראפט אראפ אויפ'ן בארד

פוי!
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 11:45 pm#298845
איך האב עס אבער זינט ס׳איז שוין געווארן אראפגענומען איינמאל גיי איך עס נאר ארויף לייגן מיט די רשות פון א גבאי אדער מנהל. אויב זיי ערלויבן ביטע מודיע זיין.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:08 am#298853
אזוי ווי עס איז נתברר געווארן אז עס איז פאלש מעשה פוטושופ, אין כאן חדש גניבה וכדו' און מען קען עס צוריק לייגן. @קעלנער
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:11 am#298855
עזריאל האט געשריבן:איך האב עס אבער זינט ס׳איז שוין געווארן אראפגענומען איינמאל גיי איך עס נאר ארויף לייגן מיט די רשות פון א גבאי אדער מנהל. אויב זיי ערלויבן ביטע מודיע זיין.

היות איך האב שוין באקומען די ניינטע מעסעדזש אין אישי אז איך זאל שיקן די סקרין שאט׳ס וויל איך קלאר שטעלן פאר די אלע וואס האלטן יעצט אינמיטן שיקן זייער אישי צו מיר, איך קען נישט שיקן בילדער אין אישי. איך מיין אז ס׳איז נישט דא די אפציע.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:13 am#298856
Wow!!! עס איז נאך פארהאן א ציבור קאווע שטיבל מעמבערס או וואטסאפ....
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:14 am#298857
עמעזאן האט געשריבן:Wow!!! עס איז נאך פארהאן א ציבור קאווע שטיבל מעמבערס או וואטסאפ....

יא... און כנראה ביזטו טאקע איינער פון זיי....
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:17 am#298859
איך וועל לייגען נאר די איידעלע קעפלעך

עראטישע מעשה אין פארזעצונגען (יעדער זאל צולייגן)
לעצטע הודעה דורך אנעים זמירות דאנערשטאג אוגאוסט 27 2015

יאנקי און ברכי

א מאן ביי .....
דורך שאץ מאץ

ס׳האט זיך מיר געחלומט

Basic instinct און אנדערע זאפטיגע פילמס

וויצן צו מעורר זיין תאוה
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:36 am#298862
עמעזאן האט געשריבן:אזוי ווי עס איז נתברר געווארן אז עס איז פאלש מעשה פוטושופ, אין כאן חדש גניבה וכדו' און מען קען עס צוריק לייגן. @קעלנער

כ'קען אפשר זעהן די "בירור"?
נישט דא קיין שום סיבה אנצונעמען אז ס'איז נישט עכט, חוץ אז זיי באגראבן זיך פאר בושה און ווילן עס לייקענען....
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:47 am#298875
זיי האבן גענימען די ריכטיגע שרייבער פון איי וועלט און געמאכט א שטינק ,גאנטץ גיט...
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:04 am#298897
Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
זעהט אויס עכט אבער מ'גייט קיינמאל נישט וויסן 100 פערצענט זיכער. זיי גייען דאך לייקענען אין באבענ'ס באבע'ן אריין....

ס'איז אבער א שרעקליכע שאק
אומגלויבליך
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 3:47 pm#298978
C/P
די חברה אין אייוועלט זענען מיאוס צושאקעלט זיי מאכן ביטערע אויספארשונגען ווער עס האט גע'ליק'ט די סקרין שאט'ס פון זייער באהאלטענע ס*** פארום כ'הער אז זיי פלאנען צו לייקענען שטיין און ביין און זיי ארבייטען מיט גרעפיק דיזיינערס פון זייער סייט צו מאכן א פעיקע פעידזש פון אייוועלט אדער א אנדערע וועבסייט צו "ווייזן" אז מ'קען עס פעלטשען
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:23 pm#298983
ס'איז ידוע די מעשה מיט'ן רמב"ם אז גויאישע חכמים האבן געהאלטן אז מ'קען לערנען קעץ צו זיין סארווירערס פונקט ווי מענטשן. איז פונקט א מייזל ארויסגעטאנצן און די קעץ האבן זיך צולאזט פונקט ווי קעץ...

לענינינו, אנפאנג פון די אשכול האט מען שוין געלייגט א פיקטשער ווי אזוי אייוועלט האט זיך אנגעפאנגען מיט די עקעלהאפטיגע ניבול פה. איז בכלל נישט קיין חידוש אז חזירים זענען חזירים אפילו מיט די פרומע טלפים וואס זיי שטעקן כסדר ארויס.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:23 pm#298996
עס איז לכאורה א מיעוס שטיקל ארבייט פון א פאטא שאפירער, על כן דארפ מען זיין געראכטן אויף נקמה, לאמיר טאקע זעין זייער עמעדזענעישן פון חזריי
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:26 pm#298997
פליקער האט געשריבן:עס איז לכאורה א מיעוס שטיקל ארבייט פון א פאטא שאפירער, על כן דארפ מען זיין געראכטן אויף נקמה, לאמיר טאקע זעין זייער עמעדזענעישן פון חזריי

ATUB @פליקער ATUB מיט זיין חכמה איז יעצט פארלאפן דאס וועג פאר זיי...
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 7:16 pm#299029
איך האב דא געהאט געלייגט א לינק אז מ'זאל קענען זעהן פון וואס מ'רעדט דא, אבער א גבאי האט עס אראפגענומען. ווער עס וויל עס קען זיך ווענדען צו מיר אין אישי.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 7:29 pm#299031
איך הייב נישט אן צו כאפן פין וואס מען רעדט דא וואס זעהט מען דארט אפשר איז מיר איינער מסביר ברחל בתך הקטנה

יישר כח
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:50 am#299084
Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
תשוח"ח פאר וויליאמסבורגער, האמיר באקומען דעם לינק. אויב איז עס טאקע פאטאשאפ ליגט דערין אסאך, גאר אסאך ארבעט.

לעומת זה, די וועב אדרעס האט אויפגעברענגט א מעלדונג פון אייוועלט אז 'די פארום איז נישטא', לעומת אנדערע - רענדאם לינקס, כ'האב געטוישט דעם ציפער פונעם פארום אינעם אדרעס באר - האבן פארלאנגט אריין צו סיינען און ענדגילטיג איינגעמאלדן אז כ'האב נישט קיין רשות עס צו ליינען. איך האב פרובירט עטליכע, טייל זענען נישטא און טייל איז נישט ערלויבט. אויב זאלן מיר אננעמען אז ס'איז יא א אמת'ע סקרין שאט, קומט דאך אויס אז אלע לינקס וואס שפייען אויס די רעזולטאט אז ס'איז נישטא, מיינט עס באמת אז דארט איז דא א גע'אסר'טע וועב זייטל...

סאו איך הייב שוין אן אריין צו קלערן, פילייכט איז דארט דא 'אויפגעקלערטע' פארום'ס אויכעט, אפיקורסות מיט השכלה און ווער ווייסט וואס נאך... איי פאר דעם איז דאך שוין דא ק"ש? טראכט איך ווער ווייסט צי דאס איז נישט אלעס איינס און די זעלבע, איין גרויסע געים פון ביידע פארום'ס. מעגליך די גאנצע ריס צווישן די פארום'ס איז א געמאכטע זאך, און די בלויע בלוט האלטן זיך גאר אונטער אויף אונזער חשבון. (בכלל, נישטא וואס צו רעדן אז ק"ש האט היבש גע'כשר'ט א"וו).

קומט אויס איך לוזער בין סתם א פויערל אויפן שאך ברעטל פון די געהיימע גרופע וואס פירט אן די 2 פארום'ס און פירט כלל ישראל ביי די נאז... כ'מיין כ'זאל זיי ביידע איבערלאזן.

א שמחת פורים און א שמחת תמיד.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 2:07 am#299088
Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 3:05 am#299090
Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
אקעי, כ'האב אריין געלייגט אביסל צייט עס דורכצוקוקן, דער פאלסיפיצירער האט געמאכט א סופער זשאב, ער האט כמעט אלעס מאניפולירט עס זאל אויסזען ווי עכט. למעשה האט ער געמאכט איין טעות (וואס איך האב אויפגעפאסט): ס'איז געווען 2 אשכולות איינס העכער דאס אנדערע, איינס איז מכלומר'שט געעפנט געווארן דורך קרעמער אום "מיטוואך יוני 15 2011", און די אנדערע דורך א צווייטן אום " מיטוואך יוני 15 2015". וועל, די פראבלעם איז אז יוני 15 2015 איז דוקא געווען מאנטאג! אמאל פלעגן די בחור ה'זעצער'ס מאכן אזוינע טעותים 'מחמת הדומות' פלעגט מען עס רופן, די מעשה איז אז דער קאמפיוטער מאכט נישט אזאלכע טעותים... אנלעס, פארשטייט זיך, ווען א מענטש שטעלט צוזאם דעם סקרין שאט...

סאו מ'קען זאגן מיט א 100 פראצענטיגער זיכערקייט אז דער סקרין שאט איז א פאלסיפיקאציע.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:11 am#299102
Re: הזהרו מן הצבועים - די "עושים מעשי זמרי" פון אייוועלט
שווער צו גלייבן אז די גאנצע איז פאלטש. אפשר איז עס צוגעפאטשקעט?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:43 am#299106
ATUB @ראשעקאל ATUB , Its over
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:59 am#299108
WOW!!
באסטעד! וואס דעת תורה שרייבט איז גאר שטארק, און יא, עס איז זיכער איבערגעוויזן אז ס'איז פאלטש.
איך האב געשיקט די סקרין שאט פאר א שיינע צאל מענטשן וואס האבן מיך געבעטן אין אישי האב איך א חלק און פארשפרייטן די פעלטשונג, וויל איך איבערבעטן די אלע באטראפענע. און ס'איז א גוטע לעסאן זיך אויסצולערנען נישט צו שפרינגען צו מסקנות.